בסיעתא דשמיא

Tkhine of the Matriarchs for Yizkor on Rosh Hashanah, Yom Kippur, and Yamim Tovim

דאש זאגט מען װען מען איז מזכיר נשמות׃

יזכור גאט זאל גידײנקען דיא נשמה פון מײן פאטער ער הײסט מיט זײן נאמן (פלוני בר פלוני) דער װאס איז גיגאנגען אויף יענער װעלט זאלסטו אים הײנט גדײנקן אום װילן דאס איך בין מנדר פון זײנט װעגין אום דעם װילן זאל זײן נשמה רוען אין גן עדן מיט דיא נשמות פון (אברהם יצחק ויעקב שרה רבקה רחל ולאה) אונ אנדערע צדיקים אונ צדקניות דיא װאס זײנן אין (גן עדן) אונ מיר װעלין זאגן (אמן)׃

יזכור גאט זאל גדײנקן דיא נשמה פון מײן מוטר זיא הײסט מיט איר נאמן (פב״פ) װאס זיא איז גיגאנגן אויף יענער װעלט זאלסטו זיא הײנט גידײנקו אום װילן דאס איך בין (מנדר צדקה) פון אירט װעגן אום װילן דאס לוין זאל איר נשמה רוען אין גן עדן מיט דיא נשמות פון (אברהם יצחק ויעקב שרה רבקה רחל ולאה) אונ מיט אנדערי צדיקים וצדקניות װאס זײנען אין (גן עדן) אונ מיר װעלן זאגן (אמן)׃

יזכור גאט זאל גדײנקען דיא נשמות פון מײן פאטר אונ מוטר אונ מיץ עלטער פאטר אונ עלטר מוטר אונ פעטערס אונ מומעס אונ שװער אונ שװיגער ברידער אונ שװעסטער װאס זײא זײנן גיגאנגן אויף יענער װעלט זאלסטו הײנט גידײנקן אום װילן דאס איך בין (מנדר צדקה) פון זײערט װעגין אום דעם לוין זאלן זײערע (נשמות) רוען אין (גן עדן) מיט דיא נשמות פון (אברהם יצחק ויעקב שרה רבקה רחל ולאה) אונ מיט אנדערע (צדיקיס וצדקניות) דיא װאס זײנען אין (גן עדן) אונ מיר װעלין זאגין (אמן)׃

יזכור גאט זאל גידײנקען דיא נשמה װאס הײסט (פב״פ) אונ די נשמות פון אלע מײנע פרײנד פון מײן פאטערס (צד) אונ פון מײן מוטרס (צד). סײא דיא װאס זײנן גישטארבין אויף איר בעט אונ סײא װאס האבין זיך גילאזט אין װאשער װארפין פון דײנט װעגן אונ דיא װאס האבין זיך גילאזט װערגין פון דײן הײליגן נאמן װעגן זאלסטו הײנט גידײנקען אום װילין מײן צדקה זײערע נשמות צו גדײנקן. אום דעם לוין זאל רוען זײערע נשמות אין (גן עדן) מיט די נשמות פון (אברהם יצחק ויעקב שרה רבקה רחל ולאה) אונ אנדערע צדיקים וצדקניות (אמן)׃

אום ימים טובים זאגט מען דאס׃

מי שברך (אבותינו) װער עש האט גיבענטשט אונזערע עלטערין (אברהם יצחק ויעקב) דער זאל בענטשן (רבי פב״פ) פון װעגין דאס ער האט מנדר גיווען אין דער צדקה אום װילין דיא רײנע נשמות װאס מיר האבין הײנט מזכיר גיווען פאר הקב״ה פון װעגין זײן הײליגע תורה. אונ פון װעגין דעם הײליגן טאג דער דא הײנט איז. דעסט װעגין זאל זײן דער לוין אז הקב״ה זאל אים היטן אונ בשירמען פון אלע קראנקײט אונ זאל שיקין בענטשונג אונ זאל באגליקן אלע זײנע װערקין אים אונ אלע ישראל אלע זײנע ברידער אונ מיר װעלין זאגין אמן׃

אום יום כפור זאגט מען דאס׃

מי שברך (אבותינו) װער עס האט גיבענטשט אונזרע עלטערן (אברהם יצחק ויעקב) דער זאל בענטשן (ר׳ פב״פ) אום װילן דאס ער האט מנדר גיווען אין צדקה װעגן דיא רײנע נשמות װאס מיר האבין הײנט מזכיר גיװען פאר הקב״ה אונ פון זײן הײליגע תורה װעגן אונ פון װעגן דעם הײליגן טאג דער הײנט איז דעסט װעגן זאל אים הקב״ה היטן אונ באשירמן פון אלע לײד אונ לײדיגר פון אלע קראנקײט אין דער װעלט אונ זאלסט אים אן שרײבין אונ אן חתמנן צו לעבן אונ צו אלע גוטץ אין דעם יום הדין װאס הײנט איז אונ זאלסט שיקן אײן בענטשונג אונ זאל אים בגליקו איו אלע זײנע װערק. ער אונ כל ישראל אלע זײנע ברידר אונ מיר װעלן זאגן אמן.

אב הרחמים פאטער דער בארמיגר דער װאס רועט אין הויכן הימל מיט זײן שטארקע דער בארמיקײט זאל ער גדײנקן דיא חסידים אונ גאנץ פרומע אונ דיא רעכט פארטיגע אונ דיא הײליגע קהלות דיא װאס האבין איבר גיענטפרט זײערע לײבער אויף (קידוש השם) די גליבטע אונ דיא ליבליכע בײא זײער לעבן אונ צו דעם טויט האבין זײא זיך דער געבן. מער אז דיא אדלער זײנען זײא גיווען גרינג אונ מער אז װיא דיא לײבן האבין זײא זיך גישטארקט צו טאן דעם װילן פון זײער בשעפר אונ דעם בגער פון אירין באשעפער. ער זאל זײא גידײנקן גאט צו גוטן מיט דיא אנדרע צדיקים פון דער װעלט אזו װיא גישריבין שטײט אין תורת משה דער געטליכער מאן לויבט איר פעלקער זײן פאלק אונ דורך דײנע קנעכט דיא (נביאים) איז גשריבין גאט רועט אין ציון׃

דיא תחנה זאל מען זאגין נאך הזכרת נשמות׃

יהי רצון עש זאל זײן דער װילן פאר דיר גאט מײן גאט אונ גאט פון מײנע עלטרן אז דו זאלסט טאן הײנט מיט דײן גרויס גינאד אויף דיא הײליגע נשמות דיא דא זיפצין מיט לויב אונ בעטן אויף דײן הײליגע פאלק אז צװישין זײא זאלסטו לײכטן אויף דיא נשמות פון אלע מײנע פרײנד (הן מצד אבי הן מצד אמי) אונ אלע נשמות װאס שטײען אין דרײא שורות אין (גן עדן) אונ אלע טוען לויבן גאט אונ אונזר קיניג אונ בעטן לעבן אונ פריד. איך בעט דיך מיט גרויס קראפט דײן דר בארמיקײט. דײנע אויערן זאלן פאר נעמן מײן גיבעט פאר נעם מיט דער בארמיקײט. דוא זאלסט מבלבל זײן פון דײן פאלק אלע גרים צארן אונ אלע משחיתים אונ זאלסט געבן חײם ושלום ופרנסה טובה עושר וכבוד ואריכת ימים ושנים מיר אונ מײן מאן אונ מײנע קינדר. אונ זאלסט אונז געבין אײן גוט הארץ אז מיר זאלן דיר דינען מיט גרויש נחת. אונ זאל דײן גינאד גרײכן אויף אלע הײליגע נשמות אונ אויף דיא נשמה פון מײן פאטר אונ מוטר אז זײ זאלן אויף גײן אונ קומן אונ זאל װערן גדאכט פר דײן הײליגין דר בארמיגן שטול אונ דארטן זאל זײן זײער רואונג אונ דו זאלסט אײן בינדן זײערע נשמות אונ דיא נשמות פון מײן פאטר אונ מוטער (לפני ולפנים) אויף דעם היכל װאס קײן אויג קען ניט פר שטײן נײערט דוא אלײן אונ דו זאלסט מאכן שײנן אויף זײערע נשמות דאס לויטרקײט אונ דו זאלסט זײא זעטין מיט פעטקײט דײן הויז אונ פון דעם באך פון (גן עדן) זאלסטו אן טרינקן. אונ אויך דיא נשמות פון מײנע קרובים בעט איך דיך ליבער גאט דער דא לײכט אויף דער ערד אונ דיא לײט װאש װאונן אויף דער ערד. דער לײכט דײן שכינה אונ זאלסט זאגן צוא דעם מלאך װאס איז (ממונה) איבער זײא צו דר גרינגערין פון זײא דעם משפט אינ זײא זאלין גפינן איטליכר זײן רואונג אונ זאלן זײן בשלום אונ זײא זאלן גײן פון אײן מדרגה צו דר אנדרע מדרגה אונטער דיא פליגל פון דיא כרובים אמן כן יהי רצון׃


“Tkhine of the Matriarchs for Yizkor on Rosh Hashanah, Yom Kippur, and Yamim Tovim” by Rebbetsin Seril Rappaport is a faithful transcription of her tkhine included in “תחנה אמהות מן ראש חודש אלול” (Tkhine of the Matriarchs for the New Moon of Elul) published in Vilna, 1874, as re-published in The Merit of Our Mothers בזכות אמהות A Bilingual Anthology of Jewish Women’s Prayers, compiled by Rabbi Tracy Guren Klirs, Cincinnati: Hebrew Union College Press, 1992. shgiyot mi yavin, ministarot nakeni.

Leave a Reply. (All comments are shared with a Creative Commons Attribution-ShareAlike license unless another Open Content license is indicated.)


בסיעתא דארעא