תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש דִבְֿרֵי היָמים ב /1:1 און שלמה דער זון פֿון דודן האָט זיך באַפֿעסטיקט אין זײַן מלוכה, און {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} איז געװען מיט אים, און האָט אים הױך געגרײסט. /1:2 און שלמה האָט גערעדט צו גאַנץ ישׂראל, צו די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און צו די ריכטער, און צו איטלעכן פֿירשט אין גאַנץ ישׂראל, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער. /1:3 און שלמה און די גאַנצע אײַנזאַמלונג מיט אים זײַנען געגאַנגען צו דער בָמָה װאָס אין גִבְֿעוֹן, װאָרום דאָרטן איז געװען דער אוֹהל-מוֹעד פֿון {dn גאָט}, װאָס משה דער קנעכט פֿון {dn גאָט} האָט געמאַכט אין מדבר. /1:4 נאָר דעם אָרון פֿון {dn גאָט} האָט דוד אַרױפֿֿגעבראַכט פֿון קִריַת-יעָרים אַהין װוּ דוד האָט צוגעגרײט פֿאַר אים, װאָרום ער האָט אױפֿֿגעשטעלט פֿאַר אים אַ געצעלט אין ירושָלַיִם. /1:5 אָבער דער קופּערנער מזבח װאָס בצַלאֵל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן האָט געמאַכט, האָט מען אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם מִשכּן פֿון {dn גאָט}; און שלמה און די אײַנזאַמלונג האָבן זיך צו אים געװענדט. /1:6 און שלמה האָט אױפֿֿגעבראַכט דאָרטן אױפֿֿן קופּערנעם מזבח פֿאַר {dn גאָט} װאָס בײַם אוֹהל-מוֹעד; און ער האָט אױפֿֿגעבראַכט אױף אים טױזנט בראַנדאָפּֿפֿער. /1:7 אין יענער נאַכט האָט זיך {dn גאָט} באַװיזן צו שלמהן, און ער האָט צו אים געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. /1:8 האָט שלמה געזאָגט צו {dn גאָט}: דו האָסט געטאָן גרױס חסד מיט מײַן פֿאָטער דודן, און האָסט מיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט. /1:9 אַצונד, {dn גאָט דו האַר}, זאָל באַװאָרט װערן דײַן צוזאָג צו מײַן פֿאָטער דודן, װאָרום דו האָסט מיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער אַ פֿאָלק אַזױ פֿיל װי דער שטױב פֿון דער ערד. /1:10 אַצונד גיב מיר חכמה און קענשאַפֿט, אַז איך זאָל אַרױסגײן און אַרײַנגײן פֿאַרױס פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָרום װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס? /1:11 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו שלמהן: װײַל דאָס איז אין דײַן האַרצן, און ניט דו האָסט געבעטן עשירות, גיטער, און כּבֿוד, אָדער דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, און ניט צו מאָל פֿיל טעג האָסטו געבעטן, נײַערט דו האָסט דיט געבעטן חכמה און קענשאַפֿט, כּדי זאָלסט קענען משפּטן מײַן פֿאָלק װאָס איך האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער אים – /1:12 װערט דיר אי געגעבן חכמה און קענשאַפֿט, אי איך װעל דיר געבן עשירות און גיטער און כּבֿוד, װאָס אַזױ-װאָס איז ניט געװען בײַ די מלכים װאָס פֿאַר דיר, און אַזױ-װאָס װעט ניט זײַן נאָך דיר. /1:13 און שלמה איז צוריקגעקומען פֿון גײן צו דער בָמָה װאָס אין גִבְֿעוֹן, פֿון פֿאַר דעם אוֹהל-מוֹעד, קײן ירושָלַיִם; און ער האָט געקיניגט איבער ישׂראל. /1:14 און שלמה האָט אָנגעזאַמלט רײַטװעגן און רײַטער, און ער האָט געהאַט טױזנט און פֿיר הונדערט רײַטװעגן און צװעלף טױזנט רײַטער. און ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם. /1:15 און דער מלך האָט געמאַכט זילבער און גאָלד אין ירושָלַיִם אַזױ װי שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט. /1:16 און דער אַרױסקום פֿון די פֿערד װאָס שלמה האָט געהאַט, איז געװען פֿון מִצרַיִם און פֿון קוֵא; די סָוחרים פֿון דעם מלך פֿלעגן זײ קריגן פֿון קוֵא פֿאַר געצאָלט. /1:17 און זײ האָבן אַרױפֿֿגעבראַכט און אַרױסגעפֿירט פֿון מִצרַיִם אַ רײַטװאָגן פֿאַר זעקס הונדערט זילבערשטיק, און אַ פֿערד פֿאַר הונדערט און פֿופֿציק; און דאָס גלײַכן פֿאַר אַלע מלכים פֿון די חִתּים, און די מלכים פֿון אַרָם, פֿלעגט מען אַרױסברענגען דורך זײער האַנט. /1:18 און שלמה האָט געהײסן בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn גאָט}, און אַ הױז פֿאַר זײַן מלוכה. /2:1 און שלמה האָט געצײלט זיבעציק טױזנט מאַן לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט מאַן שטײנהעקער אין די בערג, און אױפֿֿזעער איבער זײ, דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט. /2:2 און שלמה האָט געשיקט צו חורם דעם מלך פֿון צוֹר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי דו האָסט געטאָן מיט מײַן פֿאָטער דודן, װאָס דו האָסט אים געשיקט צעדערן צו בױען פֿאַר זיך אַ הױז אױף צו װױנען דערין, /2:3 איז, אָט בױ איך אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, כּדי עס צו הײליקן צו אים, און צו רײכערן פֿאַר אים װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און פֿאַר דער שטענדיקער אױסלײגונג פֿון דעם הײליקן ברױט, און פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער אין דער פֿרי און אין אָװנט, אין די שבתים, און אום רֹאש-חוֹדש, און אין די יָום-טוֹבֿים פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, װאָס דאָס איז אײביק אַ חובֿ אױף ישׂראל. /2:4 און דאָס הױז װאָס איך בױ, דאַרף זײַן גרױס, װאָרום גרױס איז אונדזער {dn גאָט} איבער אַלע געטער. /2:5 און װער האָט בכּוח אים צו בױען אַ הױז, אַז די הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען אים ניט אַרײַננעמען? /2:6 און װער בין איך, אַז איך זאָל אים בױען אַ הױז, סײַדן אױף צו רײכערן פֿאַר אים? און אַצונד, שיק מיר אַ קלוגן מאַן צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער, און אין אײַזן, און אין פּורפּל און קאַרמין און בלאָער װאָל, און אַזאַ װאָס פֿאַרשטײט צו קריצן קריצונגען – אין אײנעם מיט די קלוגע לײַט װאָס בײַ מיר אין יהודה און אין ירושָלַיִם, װאָס מײַן פֿאָטער דוד האָט אָנגעגרײט. /2:7 און שיק מיר צעדערהאָלץ, ציפּרעסן, און סאַנדאַלהאָלץ, פֿון לבָֿנוֹן, װאָרום איך װײס אַז דײַנע קנעכט פֿאַרשטײען צו האַקן געהילץ פֿון לבָֿנוֹן; און אָט װעלן מײַנע קנעכט זײַן מיט דײַנע קנעכט, /2:8 אָנצוברײטן פֿאַר מיר אַ סך האָלץ, װאָרום דאָס הױז װאָס איך בױ, דאַרף זײַן גרױס און װוּנדערלעך. /2:9 און אָט גיב איך די העקער, די װאָס שנײַדן דאָס געהילץ, געשטױסענע װײץ פֿאַר דײַנע קנעכט, צװאַנציק טױזנט כּוֹר, און גערשטן צװאַנציק טױזנט כּוֹר, און װײַן צװאַנציק טױזנט בַת, און אײל צװאַנציק טױזנט בַת. /2:10 און חורם דער מלך פֿון צוֹר האָט געענטפֿערט אין אַ געשריפֿטס, און געשיקט צו שלמהן: װײַל {dn יהוה} האָט ליב זײַן פֿאָלק, האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער זײ. /2:11 און חורם האָט געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, פֿאַר װאָס ער האָט געגעבן דעם מלך דוד אַ קלוגן זון, געניט אין שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, װאָס װעט בױען אַ הױז פֿאַר {dn יהוה}, און אַ הױז פֿאַר זײַן מלוכה. /2:12 און אַצונד, שיק איך דיר אַ קלוגן מאַן, געניט אין פֿאַרשטאַנדיקײט, מײַן הױפּטמײנסטער חורם, /2:13 דעם זון פֿון אַ פֿרױ פֿון די טעכטער פֿון דָן, װאָס זײַן פֿאָטער איז אַ מאַן פֿון צוֹר; ער פֿאַרשטײט צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, אין קופּער, אין אײַזן, אין שטײנער, און אין האָלץ, אין פּורפּל, אין בלאָער װאָל, און אין פֿײַנלײַנען, און אין קאַרמין, און צו קריצן יעטװעדער קריצונג, און אױסקינצלען יעטװעדער קונציקע אַרבעט װאָס װעט אים געגעבן װערן – אין אײנעם מיט דײַנע קלוגע לײַט, און מיט די קלוגע לײַט פֿון מײַן האַר, דײַן פֿאָטער דודן. /2:14 און אַצונד, די װײץ און די גערשטן, און דאָס אײל, און דעם װײַן, װאָס מײַן האַר האָט געזאָגט, זאָל ער שיקן צו זײַנע קנעכט; /2:15 און מיר װעלן האַקן געהילץ פֿון לבָֿנוֹן לױט אַל דײַן באַדאַרף, און װעלן עס ברענגען צו דיר אױף טראַפּטן מיטן ים קײן יָפֿוֹ, און דו װעסט עס אַרױפֿֿברענגען קײן ירושָלַיִם. /2:16 און שלמה האָט איבערגעצײלט אַלע פֿרעמדע מענטשן װאָס אין לאַנד ישׂראל, נאָך דער צײלונג װאָס זײַן פֿאָטער דוד האָט זײ געצײלט. און עס האָבן זיך געפֿונען הונדערט און דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. /2:17 און ער האָט געמאַכט פֿון זײ זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג; און דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט אױפֿֿפּאַסערס צו מאַכן אַרבעטן דאָס פֿאָלק. /3:1 און שלמה האָט אָנגעהױבן בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושָלַיִם אױפֿֿן באַרג מוֹרִיָה װאָס איז אױסגעקליבן געװאָרן פֿון זײַן פֿאָטער דודן, אין דעם אָרט פֿון דודן װוּ ער האָט צוגעגרײט, אין דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי. /3:2 און ער האָט אָנגעהױבן בױען אין צװײטן חוֹדש, אין צװײטן טאָג, אין פֿירטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. /3:3 און דאָס זײַנען די גרונטפֿעסטן װאָס זײַנען געלײגט געװאָרן פֿון שלמהן בײַם בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}: די לענג אין אײלן לױט דער פֿריערדיקער מאָס זעכציק אײלן, און די ברײט צװאַנציק אײלן. /3:4 און דער פּאָליש װאָס פֿאָרנט – די לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, איז געװען צװאַנציק אײלן, און די הײך הונדערט און צװאַנציק; און ער האָט עס איבערגעצױגן פֿון אינעװײניק מיט רײנעם גאָלד. /3:5 און דאָס גרױסע הױז האָט ער באַדעקט מיט ציפּרעסהאָלץ, און האָט עס באַלײגט מיט גוטן גאָלד, און אױסגעאַרבעט דערױף טײטלבײמער און קײטלעך. /3:6 און ער האָט באַזעצט דאָס הױז מיט טײַערע שטײנער פֿון שײנקײט װעגן, און דאָס גאָלד איז געװען גאָלד פֿון פַּרוָיִם. /3:7 און ער האָט באַדעקט דאָס הױז, די באַלקנס, די שװעלן, און זײַנע װענט, און זײַנע טירן, מיט גאָלד, און אױסגעקריצט כּרובֿים אױף די װענט. /3:8 און ער האָט געמאַכט דאָס הױז פֿון דעם קָדשֵי-קָדשים; זײַן לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, צװאַנציק אײלן; און זײַן ברײט צװאַנציק אײלן; און ער האָט עס באַדעקט מיט גוטן גאָלד, זעקס הונדערט צענטנער. /3:9 און די װאָג פֿון די נעגל איז געװען פֿופֿציק שֶקל גאָלד. און די אױבערקאַמערן האָט ער באַדעקט מיט גאָלד. /3:10 און ער האָט געמאַכט אין דעם הױז פֿון קָדשֵי-קָדשים צװײ כּרובֿים פֿון בילדערװערק, און מע האָט זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד. /3:11 און די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים, זײער לענג איז געװען צװאַנציק אײלן: אַ פֿליגל פֿון אײנעם, פֿון פֿינף אײלן, גרײכנדיק ביז דער װאַנט פֿון הױז, און דער אַנדער פֿליגל פֿון פֿינף אײלן גרײכנדיק ביזן פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ. /3:12 און אַ פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ, פֿון פֿינף אײלן, האָט אָנגערירט די װאַנט פֿון הױז, און דער אַנדער פֿליגל פֿון פֿינף אײלן איז געװען באַהעפֿט צו דעם פֿליגל פֿון דעם אַנדער כּרובֿ. /3:13 די פֿליגלען פֿון די דאָזיקע כּרובֿים פֿאַנאַנדערגעשפּרײטערהײט זײַנען געװען צװאַנציק אײלן; און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײערע פֿיס, מיט זײערע פּנימער אינעװײניק צו. /3:14 און ער האָט געמאַכט דעם פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און קאַרמין, און פֿײַנלײַנען; און ער האָט אױסגעאַרבעט דערױף כּרובֿים. /3:15 און ער האָט געמאַכט פֿאַרן הױז צװײ זײַלן, פֿינף און דרײַסיק אײלן די הײך; און די קרױן װאָס אױף זײערע קעפּ, פֿינף אײלן. /3:16 און ער האָט געמאַכט קײטן אין דבֿיר, און אַרױפֿֿגעטאָן אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און ער האָט געמאַכט הונדערט מילגרױמען און אַרײַנגעטאָן אין די קײטן. /3:17 און ער האָט אױפֿֿגעשטעלט די זײַלן פֿאַר דעם הֵיכל, אײנעם פֿון דער רעכטער זײַט, און אײנעם פֿון דער לינקער זײַט; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם רעכטן יָכין, און דעם נאָמען פֿון דעם לינקן בוֹעַז. /4:1 און ער האָט געמאַכט אַ קופּערנעם מזבח; צװאַנציק אײלן זײַן לענג, און צװאַנציק אײלן זײַן ברײט, און צען אײלן זײַן הײך. /4:2 און ער האָט געמאַכט דעם ים אַ געגאָסענעם, צען אײלן פֿון ראַנד צו ראַנד, קײַלעכדיק רונד אַרום, און פֿינף אײלן די הײך; און אַ שנור פֿון דרײַסיק אײלן האָט אים אַרומגערינגלט רונד אַרום. /4:3 און אונטער אים איז געװען די געשטאַלט פֿון רינדער װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט רונד אַרום, צען אײלן, אַרומצירקלענדיק דעם ים רונד אַרום. אין צװײ צײלן זײַנען געװען די רינדער, אױסגעגאָסן אין אײן גוס מיט אים. /4:4 ער איז געשטאַנען אױף צװעלף רינדער, דרײַ געקערט צו צפֿון, און דרײַ געקערט צו מערבֿ, און דרײַ געקערט צו דָרום, און דרײַ געקערט צו מזרח; און דער ים איז געװען איבער זײ פֿון אױבן; און אַלע זײערע הינטערלײַבער זײַנען געװען אינעװײניק צו. /4:5 און זײַן גרעב איז געװען אַ האַנטברײט; און זײַן ראַנד איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון דעם ראַנד פֿון אַ בעכער, װי אַ בלום פֿון אַ ליליע; דרײַ טױזנט בַת האָט ער געהאַלטן. /4:6 און ער האָט געמאַכט צען האַנטפֿאַסן, און אַװעקגעשטעלט פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט, אױף צו װאַשן דרינען; די זאַכן פֿון בראַנדאָפּפֿער פֿלעגט מען אָפּשװענקען אין זײ; אָבער דער ים איז געװען פֿאַר די כּהנים זיך צו װאַשן דרינען. /4:7 און ער האָט געמאַכט צען גילדערנע מנוֹרות לױט זײער דין, און אַרײַנגעשטעלט אין הֵיכל, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט. /4:8 און ער האָט געמאַכט צען טישן, און אַװעקגעשטעלט אין הֵיכל, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט. און ער האָט געמאַכט הונדערט גילדערנע שפּרענגבעקנס. /4:9 און ער האָט געמאַכט דעם הױף פֿון די כּהנים, און דעם גרױסן פֿאָרהױף, און די טירן צו דעם פֿאָרהױף; און ער האָט איבערגעצױגן זײערע טירן מיט קופּער. /4:10 און דעם ים האָט ער אַװעקגעשטעלט פֿון דער רעכטער זײַט צו מזרח, אַקעגן דָרום. /4:11 און חורם האָט געמאַכט די טעפּ, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס. אַזױ האָט חורם געענדיקט מאַכן די אַרבעט װאָס ער האָט געהאַט צו מאַכן פֿאַר דעם מלך שלמה אין גאָטס הױז: /4:12 די צװײ זײַלן, און די בעקנס, די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און די צװײ נעצן צו באַדעקן די בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; /4:13 און די פֿיר הונדערט מילגרױמען פֿאַר די צװײ נעצן, צװײ צײלן מילגרױמען פֿאַר איטלעכער נעץ, צו באַדעקן די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס איבער די זײַלן. /4:14 און ער האָט געמאַכט די געשטעלן, און געמאַכט די האַנטפֿאַסן אױף די געשטעלן; /4:15 דעם אײן ים, און די צװעלף רינדער אונטער אים; /4:16 און די טעפּ, און די שופֿלען, און די גאָפּלען, און אַלע זײערע כּלים, האָט חורם זײַן הױפּטמײנסטער געמאַכט פֿאַר דעם מלך שלמה פֿאַר גאָטס הױז, פֿון בלאַנקן קופּער. /4:17 אין דער געגנט פֿון יַרדן האָט זײ דער מלך אױסגעגאָסן, אין געדיכטער ערד, צװישן סוכּוֹת און צװישן צרֵדָה. /4:18 און שלמה האָט געמאַכט פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים זײער פֿיל, װײַל די װאָג פֿון דעם קופּער איז ניט געװען צו באַרעכענען. /4:19 און שלמה האָט געמאַכט אַלע כּלים װאָס אין גאָטס הױז, און דעם גילדערנעם מזבח, און די טישן װאָס אױף זײ איז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט; /4:20 און די מנוֹרות מיט זײערע רערלעך, כּדי זײ זאָלן ברענען אַזױ װי דער דין פֿאַרן דבֿיר – פֿון עכטן גאָלד; /4:21 און די בלומען, און די רערלעך, און די צװענגלעך, פֿון גאָלד, און דאָס פֿון בעסטן גאָלד; /4:22 און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און די פֿײַערפֿאַנען, פֿון עכטן גאָלד; און דער אײַנגאַנג פֿון הױז, זײַנע אינעװײניקסטע טירן צום קָדשֵי-קָדשים, און די טירן פֿון הױז צום הֵיכל, פֿון גאָלד. /5:1 און די גאַנצע אַרבעט װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר גאָטס הױז איז געענדיקט געװאָרן. און שלמה האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער דודן, און האָט דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און אַלע כּלים אַרײַנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון גאָטס הױז. /5:2 דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון ישׂראל, און אַלע הױפּטן פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿֿצוברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד פֿון דודס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. /5:3 און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך אין דעם יָום-טובֿ, דאָס איז אין זיבעטן חוֹדש. /5:4 און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל זײַנען געקומען, און די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון. /5:5 און זײ האָבן אַרױפֿֿגעבראַכט דעם אָרון, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿֿגעבראַכט. /5:6 און דער מלך שלמה און די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט אַרום אים פֿאַר דעם אָרון, האָבן געשלאַכט שאָף און רינדער, װאָס האָבן ניט געקענט געצײלט װערן און ניט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. /5:7 און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָטס בונד אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קָדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים. /5:8 װאָרום די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן איבערגעדעקט דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. /5:9 און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג, אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען אַרױס פֿון אָרון זײַנען געזען געװאָרן פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען ניט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און ער איז דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /5:10 גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ לוחות װאָס משה האָט אַרײַנגעטאָן אין חוֹרֵבֿ, בעת {dn גאָט} האָט געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון ישׂראל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם. /5:11 און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום – װאָרום אַלע כּהנים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן זיך געהאַט געהײליקט, ניט אַכטנדיק אױף די אָפּטײלונגען; /5:12 און די לוִיִים די זינגערס, זײ אַלע, אָסָף, הֵימָן, און ידותון, און זײערע זין און זײערע ברידער, אָנגעטאָן אין פֿײַנלײַנען, מיט צימבלען, און מיט גיטאַרן, און האַרפֿן, זײַנען געשטאַנען אין מזרח פֿון מזבח, און מיט זײ הונדערט און צװאַנציק כּהנים טרומײטערנדיק אױף טרומײטן – /5:13 איז, װי די טרומײטערערס און די זינגערס האָבן אין אײנעם אַרױסגעלאָזט אײן קָול צו לױבן און צו דאַנקען {dn גאָט}, און װי זײ האָבן אױפֿֿגעהױבן דעם קָול מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, און מיט כּלֵי-זֶמֶר, און געלױבט {dn גאָט}: ”װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד“, אַזױ איז פֿול געװאָרן דאָס הױז מיט אַ װאָלקן – דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /5:14 און די כּהנים האָבן ניט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרום די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /6:1 דענצמאָל האָט שלמה געזאָגט׃ {dn גאָט} האָט געזאָגט, אין װאָלקן צו רוען;/6:2 אָבער איך האָב דיר געבױט אַ הױז פֿאַר אַ װױנונג, און אַן אָרט דיר צום זיצן אױף אײביק. /6:3 און דער מלך האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און האָט געבענטשט די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל איז געשטאַנען. /6:4 און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט מיט זײַן מױל גערעדט צו מײַן פֿאָטער דודן, און מיט זײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ צו זאָגן: /6:5 פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אַרױסגעצױגן מײַן פֿאָלק פֿון לאַנד מִצרַיִם, האָב איך ניט אױסדערװײלט קײן שטאָט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל אױף צו בױען אַ הױז, אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן, און איך האָב ניט אױסדערװײלט קײן מענטשן צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל, /6:6 נאָר איך האָב אױסדערװײלט ירושָלַיִם, אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן, און איך האָב אױסדערװײלט דודן צו זײַן איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל. /6:7 און עס איז געװען אין האַרצן פֿון מײַן פֿאָטער דודן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /6:8 אָבער {dn גאָט} האָט געזאָגט צו מײַן פֿאָטער דודן: װאָס דו האָסט געהאַט אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, האָסטו גוט געטאָן װאָס דו האָסט דאָס געהאַט אין האַרצן. /6:9 אָבער ניט דו װעסט בױען דאָס הױז, נײַערט דײַן זון װאָס גײט אַרױס פֿון דײַנע לענדן, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען. /6:10 און {dn גאָט} האָט מקיים געװען זײַן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט, און איך בין אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דודן, און איך האָב זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל, אַזױ װי {dn גאָט} האָט צוגעזאָגט, און איך האָב געבױט דאָס הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /6:11 און איך האָב אַהין אַרײַנגעטאָן דעם אָרון, װאָס דאָרטן איז דער בונד פֿון {dn גאָט}, װאָס ער האָט געשלאָסן מיט די קינדער פֿון ישׂראל. /6:12 און ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם מזבח פֿון {dn גאָט}, אַקעגן דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און ער האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט. /6:13 װאָרום שלמה האָט געהאַט געמאַכט אַ קופּערן געשטעל, און אים אַרײַנגעשטעלט אין מיטן פאָרהױף; פֿינף אײלן זײַן לענג, און פֿינף אײלן זײַן ברײט, און דרײַ אײלן זײַן הײך; האָט ער זיך דערױף געשטעלט, און ער האָט געקניט אױף זײַנע קני אַקעגן דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און ער האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט צום הימל. /6:14 און ער האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, ניטאָ אין הימל אָדער אױף דער ערד אַ {dn גאָט} װי דו, װאָס האַלטסט דעם בונד און די גענאָד צו דײַנע קנעכט װאָס גײען פֿאַר דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן; /6:15 װאָס האָסט געהאַלטן דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דודן, דאָס װאָס דו האָסט אים צוגעזאָגט; און מיט דײַן מױל האָסטו גערעדט, און מיט דײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /6:16 און אַצונד, {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, האַלט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דודן, דאָס װאָס דו האָסט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר אַ מאַן צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל, אױב נאָר דײַנע קינדער װעלן היטן זײער װעג, צו גײן אין מײַן תּוֹרה אַזױ װי דו ביסט געגאַנגען פֿאַר מיר. /6:17 און אַצונד, {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זאָל באַװאָרט װערן דײַן צוזאָג װאָס דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט, דודן. /6:18 װאָרום קען אין דער אמתן {dn גאָט} װױנען מיט מענטשן אױף דער ערד? אַז די הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען דיך ניט אַרײַננעמען, הײַנט װי שױן דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געבױט. /6:19 אָבער קער זיך, {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו זײַן בקשה, צוצוהערן צו דעם געשרײ און צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט איז מתפּלל פֿאר דיר, /6:20 אַז דײַנע אױגן זאָלן זײַן אָפֿן טאָג און נאַכט אױף דעם דאָזיקן הױז, אױף דעם אָרט װאָס דו האָסט צוגעזאָגט צו טאָן דײַן נאָמען דאָרטן; צוצוהערן צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט. /6:21 און זאָלסט צוהערן צו די בקשות פֿון דײַן קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט; און דו זאָלסט הערן פֿון דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, פֿון הימל, און אַז דו װעסט הערן, זאָלסטו פֿאַרגעבן. /6:22 אַז אַ מאַן װעט זינדיקן קעגן זײַן חבֿר, און מע װעט אַרױפֿלײגן אױף אים אַ שבֿועה אים צו באַשװערן, און ער װעט קומען און שװערן פֿאר דײַן מזבח אין דעם דאָזיקן הױז, /6:23 זאָלסט דו צוהערן פֿון הימל, און טאָן, און משפּטן דײַנע קנעכט, צו פֿאַרגעלטן דעם שולדיקן, צו ברענגען זײַן װעג אױף זײַן קאָפּ; און צו מאַכן גערעכט דעם גערעכטן, אים צו געבן לױט זײַן גערעכטיקײט. /6:24 און אַז דײַן פֿאָלק ישׂראל װעט געשלאָגן װערן פֿאַרן פײַנט, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און זײ װעלן תּשובֿה טאָן, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען, און װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר דיר אין דעם דאָזיקן הױז, /6:25 זאָלסט דו צוהערן פֿון הימל, און פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ אומקערן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן זײ און זײערע עלטערן. /6:26 אַז דער הימל װעט זײַן פֿאַרשלאָסן, און עס װעט ניט זײַן קײן רעגן, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען, זיך אומקערן פֿון זײערע זינד, װען דו האָסט זײ געפּײַניקט, /6:27 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק ישׂראל, װען דו װעסט זײ האָבן אָנגעװיזן אױף דעם גוטן װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן; און זאָלסט געבן רעגן אין דײַן לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן דײַן פֿאָלק פֿאַר אַ נחלה. /6:28 אַז עס װעט זײַן אַ הונגער אין לאַנד, אַז עס װעט זײַן מגפֿה, אַז עס װעט זײַן אַ קאָרנבראַנד אָדער אַ װעלקעניש, אַ הײשעריק אָדער אַ גראָזפֿרעסער; אַז זײַנע פֿײַנט װעלן אים באַלעגערן אין דעם לאַנד פֿון זײַנע שטעט; װאָס נאָר פֿאַר אַ פּלאָג און װאָס נאָר פֿאַר אַ קראַנקשאַפֿט; /6:29 װאָס נאָר פֿאַר אַ תּפֿילה, װאָס נאָר פֿאַר אַ בקשה, עס װעט זײַן בײַ עמיצן אײנעם, אָדער בײַ דײַן גאַנצן פֿאָלק ישׂראל, װען איטלעכער פֿון זײ שפּירט זײַן פּלאָג און זײַן װײטאָק, און ער שפּרײט אױס זײַנע הענט צו דעם דאָזיקן הױז, /6:30 זאָלסט דו צוהערן פֿון הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט פֿאַרגעבן, און געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן, אַזױ װי דו װײסט זײַן האַרץ – װאָרום דו אַלײן װײסט דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער – /6:31 כּדי זײ זאָלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר, צו גײן אין דײַנע װעגן אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן. /6:32 און אױך צו דעם פֿרעמדן װאָס איז ניט פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, אַז ער װעט קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד פֿון װעגן דײַן גרױסן נאָמען, און דײַן שטאַרקער האַנט, און דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, אַז זײ װעלן קומען און װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן הױז, /6:33 זאָלסט דו צוהערן פֿון הימל, פֿון דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט טאָן אַלץ אום װאָס דער פֿרעמדער װעט רופֿן צו דיר; כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן דערקענען דײַן נאָמען, און מוֹרא האָבן פֿאַר דיר, אַזױ װי דײַן פֿאָלק ישׂראל, און װיסן אַז דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף דעם דאָזיקן הױז װאָס איך האָב געבױט. /6:34 אַז דײַן פֿאָלק װעט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן זײַנע פֿײַנט, אױף דעם װעג װאָס דו װעסט זײ שיקן, און זײ װעלן מתפּלל זײַן צו דיר אַקעגן דער דאָזיקער שטאָט װאָס דו האָסט זי אױסדערװײלט, און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, /6:35 זאָלסטו צוהערן פֿון הימל זײער תּפֿילה און זײער בקשה, און טאָן זײער רעכט. /6:36 אַז זײ װעלן זינדיקן צו דיר – װאָרום עס איז ניטאָ אַ מענטש װאָס זאָל ניט זינדיקן – און דו װעסט צערענען אױף זײ, און זײ איבערגעבן פֿאַרן פֿײַנט, און זײערע פֿאַנגערס װעלן זײ נעמען געפֿאַנגען אין אַ װײַטן אָדער נאָנטן לאַנד, /6:37 און זײ װעלן זיך נעמען צום האַרצן אין דעם לאַנד װאָס זײ זײַנען גענומען געװאָרן געפֿאַנגען אַהין, און זײ װעלן תּשובֿה טאָן, און װעלן בעטן צו דיר אין לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, אַזױ צו זאָגן; מיר האָבן געזינדיקט, מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן געטאָן שלעכטס; /6:38 און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן, און מיט זײער גאַנצער זעל, אין דעם לאַנד פֿון זײער געפֿאַנגענשאַפֿט װוּהין מע האָט זײ גענומען געפֿאַנגען, און זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן זײער לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן, און דער שטאָט װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, און אַקעגן דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, /6:39 זאָלסט דו צוהערן פֿון הימל, פֿון דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, זײער תּפֿילה און זײערע בקשות, און טאָן זײער רעכט; און זאָלסט פֿאַרגעבן דײַן פֿאָלק װאָס זײ האָבן צו דיר געזינדיקט. /6:40 אַצונד, מײַן {dn גאָט}, זאָלן, איך בעט דיך, דײַנע אױגן זײַן אָפֿן, און דײַנע אױערן פֿאַרנעמיק צו דער תּפֿילה פֿון דעם דאָזיקן אָרט. /6:41 און אַצונד, שטײ אױף, {dn גאָט דו האַר}, צו דײַן רוּונג, דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט; דײַנע כּהנים, {dn גאָט דו האַר}, זאָלן זיך אָנקלײדן מיט הילף, און דײַנע פֿרומע זאָלן זיך פֿרײען מיט גוטס. {dn גאָט דו האַר}, שטױס ניט אָפּ דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן, געדענק די חסדים פֿון דײַן קנעכט דודן. /7:1 און װי שלמה האָט געענדיקט מתפּלל זײַן, אַזױ האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער און די שלאַכטאָפּפֿער, און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז. /7:2 און די כּהנים האָבן ניט געקענט אַרײַנגײן אין הױז פֿון {dn גאָט}, װײַל די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /7:3 און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזען װי דאָס פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט, און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} איז געװען איבערן הױז, און זײ האָבן געקניט מיטן פּנים צו דער ערד אױף דער פֿלאַסטערונג, און זײ האָבן זיך געבוקט, און האָבן געלױבט {dn גאָט}: ”װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד“. /7:4 און דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}. /7:5 און דער מלך שלמה האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿערונג פֿון צװײ און צװאַנציק טױזנט רינדער, און הונדערט און צװאַנציק טױזנט שאָף. אַזױ האָט דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק באַנײַט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /7:6 און די כּהנים זײַנען געשטאַנען אױף זײערע װאַכן, און די לוִיִים מיט כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון {dn גאָט}, װאָס דוד המלך האָט געמאַכט אױף צו געבן אַ דאַנק צו {dn גאָט}, װײַל אױף אײביק איז זײַן חסד, מיט אַ לױבונג פֿון דודן, דורך זײער האַנט; און די כּהנים האָבן געטרומײטערט אַקעגן זײ; און גאַנץ ישׂראל זײַנען געשטאַנען. /7:7 און שלמה האָט געהײליקט דעם מיטן פֿון הױף װאָס פֿאַר גאָטס הױז; װײַל ער האָט דאָרטן געמאַכט די בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער; װאָרום דער קופּערנער מזבח װאָס שלמה האָט געמאַכט, האָט ניט געקענט אַרױפֿנעמען די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס. /7:8 און שלמה האָט געמאַכט דעם יָום-טובֿ אין יענער צײַט זיבן טעג, און גאַנץ ישׂראל מיט אים, אַ זײער גרױסע אײַנזאַמלונג, פֿון װוּ מע קומט קײן חמת ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם. /7:9 און אױפֿן אַכטן טאָג האָבן זײ געמאַכט אַ הײליקע אײַנזאַמלונג; װאָרום זיבן טעג האָבן זײ געמאַכט די באַנײַונג פֿון מזבח, און דער יָום-טובֿ איז געװען זיבן טעג. /7:10 און אױפֿן דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין זיבעטן חוֹדש האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס פֿאָלק צו זײערע געצעלטן פרײלעך און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער דעם גוטס װאָס {dn גאָט} האָט געטאָן צו דודן, און צו שלמהן, און צו זײַן פֿאָלק ישׂראל. /7:11 אַזױ האָט שלמה פֿאַרענדיקט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און דאָס הױז פֿון מלך; און אַלץ װאָס איז געקומען שלמהן אױפֿן האַרצן צו מאַכן אין הױז פֿון {dn גאָט}, אָדער אין זײַן הױז, האָט ער דורכגעפֿירט. /7:12 און {dn גאָט} האָט זיך באַװיזן צו שלמהן בײַ נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דײַן תּפֿילה, און איך האָב אױסדערװײלט דעם דאָזיקן אָרט פֿאַר מיר, פֿאַר אַ הױז פֿון אָפּפֿערונג. /7:13 אַז איך װעל פֿאַרשליסן דעם הימל, און עס װעט ניט זײַן קײן רעגן, אָדער אַז איך װעל באַפֿעלן דעם הײשעריק צו פֿאַרצערן דאָס לאַנד, אָדער אױב איך װעל שיקן אַ מגפֿה צװישן מײַן פֿאָלק, /7:14 און מײַן פֿאָלק װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װעט װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר מיר, און װעלן זיך אומקערן פֿון זײערע שלעכטע װעגן, װעל איך צוהערן פֿון הימל, און װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און װעל אױפֿריכטן זײער לאַנד. /7:15 אַצונד װעלן מײַנע אױגן זײַן אָפֿן, און מײַנע אױערן פֿאַרנעמיק, צו דער תּפֿילה פֿון דעם דאָזיקן הױז. /7:16 און אַצונד האָב איך אױסדערװײלט און האָב געהײליקט דאָס דאָזיקע הױז, אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן אױף אײביק, און מײַנע אױגן און מײַן האַרץ װעלן דאָרטן זײַן אַלע טעג. /7:17 און דו, אױב דו װעסט גײן פֿאַר מיר, אַזױ װי דײַן פֿאָטער דוד איז געגאַנגען, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, און מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן װעסטו היטן, /7:18 װעל איך אױפֿֿשטעלן דעם טראָן פֿון דײַן מלוכה, אַזױ װי איך האָב געשלאָסן אַ בונד מיט דײַן פֿאָטער דודן, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן װאָס געװעלטיקט אין ישׂראל. /7:19 אױב אָבער איר װעט זיך אָפּקערן, און איר װעט פֿאַרלאָזן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, און איר װעט גײן און װעט דינען פֿרעמדע געטער, און װעט זיך בוקן צו זײ, /7:20 װעל איך זײ אױסרײַסן פֿון מײַן ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, און דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געהײליקט צו מײַן נאָמען, װעל איך אַװעקװאַרפֿן פֿון מײַן פּנים, און איך װעל עס מאַכן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט און פֿאַר אַ געשפּעט צװישן אַלע פֿעלקער. /7:21 און דאָס דאָזיקע הױז װאָס איז געװען דערהױבן, װעט איטלעכער װאָס גײט אים פֿאַרבײַ זיך דערשרעקן; און אַז ער װעט זאָגן: פֿאַר װאָס האָט {dn גאָט} אַזױ געטאָן צו דעם דאָזיקן לאַנד, און צו דעם דאָזיקן הױז? /7:22 װעט מען זאָגן: דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, װאָס האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און זײ האָבן זיך געהאַלטן אָן פֿרעמדע געטער, און זיך געבוקט צו זײ און זײ געדינט; דרום האָט ער געבראַכט אױף זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז. /8:1 און עס איז געװען צום סָוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און זײַן הױז, /8:2 און די שטעט װאָס חורם האָט געגעבן שלמהן, זײ האָט שלמה געהאַט פֿאַרבױט, און דאָרטן באַזעצט די קינדער פֿון ישׂראל, /8:3 איז שלמה געגאַנגען קײן חַמַת-צוֹבָֿה, און איז זי בײַגעקומען. /8:4 און ער האָט געבױט תַּדמוֹר אין דער מדבר, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס ער האָט געבױט אין חמת. /8:5 און ער האָט אָפּגעבױט די אױבערשטע בית-חוֹרוֹן און די אונטערשטע בית-חוֹרוֹן, פֿעסטונגשטעט מיט מױערן, טירן, און ריגלען; /8:6 און בעֲלָת, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס שלמה האָט געהאַט, און אַלע שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און שטעט פֿאַר רײַטער, און יעטװעדער געלוסט װאָס שלמה האָט געגלוסט צו בױען אין ירושָלַיִם, און אױפֿֿן לבָֿנוֹן, און אין גאַנצן לאַנד פֿון זײַן ממשלה. /8:7 דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געבליבן פֿון דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס זײ זײַנען ניט פֿון ישׂראל – /8:8 פֿון זײערע קינדער װאָס זײַנען געבליבן נאָך זײ אין לאַנד, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ ניט פֿאַרלענדט – זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /8:9 אָבער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט שלמה ניט געמאַכט פֿאַר קנעכט פֿאַר זײַן אַרבעט; נאָר זײ זײַנען געװען די מלחמה-לײַט, און זײַנע אױבערעלטסטע, און די האַרן איבער זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער. /8:10 און דאָס זײַנען געװען די הױפּטגעשטעלטע װאָס דער מלך שלמה האָט געהאַט: צװײ הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק. /8:11 און פַּרעהס טאָכטער האָט שלמה אַרױפֿֿגעבראַכט פֿון דודס-שטאָט אין דעם הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט, װאָרום ער האָט געזאָגט: מײַנע אַ װײַב זאָל ניט װױנען אין דעם הױז פֿון דוד דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָרום די ערטער זײַנען הײליק, װײַל צו זײ איז געקומען דער אָרון פֿון {dn גאָט}. /8:12 דענצמאָל האָט שלמה אױפֿֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט} אױף דעם מזבח פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט געבױט פֿאַר דעם פֿאָדערהױז, /8:13 אַזױ װי מע דאַרף אױפֿֿברענגען טאָגטעגלעך לױט דעם געבאָט פֿון משהן, אין די שבתים, און אום רֹאש-חוֹדש, און אין די יָום-טוֹבֿים, דרײַ מאָל אין יאָר, אין דעם יָום-טובֿ פֿון מצות, און אין דעם יָום-טובֿ פֿון שבֿועות, און אין דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות. /8:14 און ער האָט געשטעלט, לױט דעם געזעץ פֿון זײַן פֿאָטער דודן, די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים אױף זײער דינסט, און די לוִיִים אױף זײערע װאַכן, אױף צו לױבן און צו טאָן דעם דינסט לעבן די כּהנים, לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף; און די טױערלײַט לױט זײערע אָפּטײלונגען בײַ איטלעכן טױער, װאָרום אַזױ איז געװען דער באַפֿעל פֿון דוד דעם געטלעכן מאַן. /8:15 און מע האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון דעם מלכס באַפֿעל צו די כּהנים און די לוִיִים װעגן יעטװעדער זאַך, און װעגן די שאַצן. /8:16 אַזױ איז צו שטאַנד געקומען שלמהס גאַנצע אַרבעט פֿון דעם טאָג װאָס דער גרונטפֿעסט איז געלײגט געװאָרן פֿאַר גאָטס הױז, און ביז ער האָט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /8:17 דענצמאָל איז שלמה געגאַנגען קײן עֶציוֹן-גֶבֶֿר און קײן אֵילוֹת אױפֿֿן ברעג ים אין לאַנד אֶדוֹם. /8:18 און חורם האָט אים געשיקט דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט שיפֿן, און קנעכט װאָס קענען דעם ים, און זײ זײַנען געקומען מיט שלמהס קנעכט קײן אוֹפֿיר, און האָבן געקריגן פֿון דאָרטן פֿיר הונדערט און פֿופֿציק צענטנער גאָלד, און געבראַכט צום מלך שלמה. /9:1 און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן, און זי איז געקומען צו פּרוּװן שלמהן מיט רעטענישן, קײן ירושָלַיִם, מיט זײער אַ גרױסער מחנה, און קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד לרָובֿ, און טײַער געשטײן. און זי איז געקומען צו שלמהן, און האָט גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען בײַ איר אין האַרצן. /9:2 און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן, און ניט געװען אַ זאַך פֿאַרהױלן פֿון שלמהן, װאָס ער זאָל איר ניט זאָגן. /9:3 און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געזען די חכמה פֿון שלמהן, און דאָס הױז װאָס ער האָט געבױט, /9:4 און דאָס עסן פֿון זײַן טיש, און דאָס זיצן פֿון זײַנע הױפֿדינער, און דאָס שטײן פֿון זײַנע משָרתים מיט זײערע מלבושים, און זײַנע טראַנקמײנסטערס מיט זײערע מלבושים, און זײַן אַרױפֿֿגאַנג װאָס ער פֿלעגט אַרױפֿֿגײן צו גאָטס הױז, און אין איר איז מער ניט געבליבן קײן אָטעם. /9:5 און זי האָט געזאָגט צום מלך: אמת איז דער קלאַנג װאָס איך האָב געהערט אין מײַן לאַנד װעגן דײַנע פֿירונגען און װעגן דײַן חכמה. /9:6 און איך האָב ניט געגלױבט זײערע װערטער, ביז איך בין געקומען, און מײַנע אױגן האָבן געזען; ערשט מיר איז צו מאָל אַ העלפֿט ניט דערצײלט געװאָרן פֿון דײַן גרױס חכמה; דו שטײַגסט אַריבער די הערונג װאָס איך האָב געהערט. /9:7 װױל צו דײַנע לײַט, און װױל צו די דאָזיקע קנעכט דײַנע װאָס שטײען פֿאַר דיר תּמיד, און הערן דײַן חכמה. /9:8 געלױבט איז {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} װאָס ער האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿֿצוזעצן אױף זײַן טראָן פֿאַר אַ מלך פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}. װײַל דײַן {dn גאָט} האָט ליב ישׂראל, כּדי אים אױפֿֿצושטעלן אױף אײביק, דרום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער זײ, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט. /9:9 און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַצניק צענטנער גאָלד, און בשׂמים זײער פֿיל, און טײַער געשטײן; און קײן מאָל איז ניט געװען אַזעלכע בשׂמים װי יענע װאָס די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געגעבן שלמה המלך. /9:10 און אױך די קנעכט פֿון חורָמען, און די קנעכט פֿון שלמהן, װאָס האָבן געבראַכט גאָלד פֿון אוֹפֿיר, האָבן געבראַכט סאַנדאַלהאָלץ און טײַערע שטײנער. /9:11 און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ שטעגן פֿאַר דעם הױז פֿון {dn גאָט}, און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך, און האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; און אַזױ-װאָס איז ניט געזען געװאָרן פֿריער אין לאַנד יהודה. /9:12 און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿֿאָ אַלע אירע באַגערן װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט, אַחוץ פֿאַר דעם װאָס זי האָט געבראַכט דעם מלך. און זי האָט זיך אומגעקערט, און איז אַװעקגעגאַנגען אין איר לאַנד, זי מיט אירע קנעכט. /9:13 און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַרײַנגעקומען שלמהן אין אײן יאָר, איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער גאָלד, /9:14 אַחוץ װאָס די אַרומפֿאָרער און די סָוחרים האָבן געבראַכט; און אַלע מלכים פֿון אַראַביע, און די לאַנדפֿירשטן האָבן שלמהן געבראַכט גאָלד און זילבער. /9:15 און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט שֶקל געשלאָגענע גאָלד איז אַװעק אױף אײן פּאַנצער. /9:16 און דרײַ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דרײַ הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן שילד. און דער מלך האָט זײ אַרײַנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבָֿנוֹן-װאַלד. /9:17 און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן פֿון עלפֿנבײן, און האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד. /9:18 און זעקס טרעפּ זײַנען געװען צום טראָן, און אַ גילדערן פֿוסבענקל, באַפֿעסטיקט צום טראָן; און הענטלעך זײַנען געװען אױף בײדע זײַטן פֿון דעם אָרט צום זיצן, און צװײ לײבן זײַנען געשטאַנען בײַ די הענטלעך. /9:19 און צװעלף לײבן זײַנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. אַזױ-װאָס איז ניט געמאַכט געװאָרן אין קײן קיניגרײַך. /9:20 און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך זײַנען געװען פֿון גאָלד, און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבָֿנוֹן-װאַלד זײַנען געװען פֿון עכטן גאָלד; זילבער האָט זיך אין די טעג פֿון שלמהן גערעכנט פֿאַר גאָרנישט. /9:21 װאָרום דער מלך האָט געהאַט שיפֿן װאָס זײַנען געגאַנגען קײן תַּרשיש מיט די קנעכט פֿון חורָמען. אײן מאָל אין דרײַ יאָר פֿלעגן די תַּרשיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער, עלפֿנבײן, און מאַלפּעס, און פּאַװעס. /9:22 און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד אין עוֹשר און חכמה. /9:23 און אַלע מלכים פֿון דער ערד האָבן געזוכט שלמהס פּנים, כּדי צו הערן זײַן חכמה װאָס {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן. /9:24 און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַן מתּנה, זילבערנע כּלים, און גילדערנע כּלים, און קלײדער, װאַפֿן, און בשׂמים, פֿערד און מױלאײזלען, יאָר אין יאָר. /9:25 און שלמה האָט געהאַט פֿיר טױזנט שטאַלן פֿערד און רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער, און ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם. /9:26 און ער האָט געװעלטיקט איבער אַלע מלכים, פֿון דעם טײַך און ביזן לאַנד פּלִשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מִצרַיִם. /9:27 און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושָלַיִם אַזױ װי די שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט. /9:28 און פֿערד האָט מען אַרױסגעבראַכט שלמהן פֿון מִצרַיִם און פֿון אַלע לענדער. /9:29 און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין דער נבֿואה פֿון אַחיָה פֿון שילוֹ, און אין דער זעונג פֿון יֶעדוֹ דעם זעער װעגן יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן. /9:30 און שלמה האָט געקיניגט אין ירושָלַיִם איבער גאַנץ ישׂראל פֿערציק יאָר. /9:31 און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דער שטאָט פֿון זײַן פֿאָטער דודן; און זײַן זון רחבֿעם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /10:1 און רחבֿעם איז געגאַנגען קײן שכֶם, װאָרום קײן שכֶם זײַנען געקומען גאַנץ ישׂראל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. /10:2 און עס איז געװען, אַז יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן האָט דאָס געהערט – װאָרום ער איז געװען אין מִצרַיִם, װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם מלך שלמה – האָט זיך יָרָבֿעָם אומגעקערט פֿון מִצרַיִם. /10:3 און זײ האָבן געשיקט און אים גערופֿן; און יָרָבֿעָם און גאַנץ ישׂראל זײַנען געקומען, און האָבן גערעדט צו רחַבֿעָמען, אַזױ צו זאָגן: /10:4 דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, און אַצונד פֿאַרגרינגער דעם האַרטן דינסט פֿון דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט אַרױפֿֿגעלײגט אױף אונדז, און מיר װעלן דיר דינען. /10:5 האָט ער צו זײ געזאָגט: קומט װידער צו מיר אין דרײַ טעג אַרום. און דאָס פֿאָלק איז אַװעקגעגאַנגען. /10:6 האָט דער מלך רחבֿעָם זיך געעֵצהט מיט די זקנים װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר זײַן פֿאָטער שלמהן, װען ער האָט געלעבט, אַזױ צו זאָגן: װי עצהט איר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? /10:7 האָבן זײ צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב דו װעסט גײן מיט גוטן מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און װעסט זײ באַװיליקן, און װעסט רעדן צו זײ גוטע רײד, װעלן זײ דיר זײַן קנעכט אױף אַלע טעג. /10:8 אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעֵצהט, און ער האָט זיך געעֵצהט מיט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים. /10:9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עצהט איר, מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָט צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס דײַן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז? /10:10 האָבן צו אים גערעדט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם פֿאָלק װאָס האָט צו דיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: ”דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, דרום פֿאַרגרינגער דו אונדז“ – אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ: מײַן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מײַן פֿאָטערס לענדן. /10:11 און אַצונד, מײַן פֿאָטער האָט אױף אײַך אַרױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט דערנער. /10:12 און יָרָבֿעָם און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען געקומען צו רחבֿעָמען אױפֿן דריטן טאָג, אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן, אַזױ צו זאָגן: קומט װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג. /10:13 און דער מלך האָט זײ געענטפֿערט האַרט, און דער מלך רחבֿעם האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים. /10:14 און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די עצה פֿון די ייִנגלעך, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אײַער יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אים; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט דערנער. /10:15 און דער מלך האָט זיך ניט צוגעהערט צום פֿאָלק, װאָרום דאָס איז געװען באַשערט פֿון {dn גאָט}, כּדי {dn גאָט} זאָל מקיים זײַן זײַן װאָרט, װאָס ער האָט גערעדט דורך אַחיָהן פֿון שילוֹ, צו יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן. /10:16 און װי גאַנץ ישׂראל האָבן געזען, אַז דער מלך האָט זיך ניט צוגעהערט צו זײ, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געענטפֿערט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן ניט קײן חלק אין דודן, און קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשין. איטלעכער צו דײַנע געצעלטן, ישׂראל! אַצונד קוק זיך אום אױף דײַן הױז, דוד! און גאַנץ ישׂראל איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַנע געצעלטן. /10:17 נאָר די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהודה, איבער זײ איז געבליבן מלך רחבֿעם. /10:18 און דער מלך רחבֿעם האָט אַרױסגעשיקט הַדוֹרָמען װאָס איבער דעם צינז, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. און דער מלך רחבֿעָם האָט זיך געאײַלט אַרױפֿצוגײן אױף זײַן רײַטװאָגן, צו אַנטלױפֿן קײן ירושָלַיִם. /10:19 און ישׂראל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דוד ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /11:1 און רחבֿעם איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס הױז פֿון יהודה און בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחבֿעָמען. /11:2 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו שמַעיָה דעם געטלעכן מאַן, אַזױ צו זאָגן: /11:3 זאָג צו רחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהודה, און צו גאַנץ ישׂראל אין יהודה און בנימין, אַזױ צו זאָגן: /11:4 אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט אײַערע ברידער; קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרום פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט די װערטער פֿון {dn גאָט}, און האָבן זיך אומגעקערט פֿון צו גײן אױף יָרָבֿעָמען. /11:5 און רחבֿעם איז געזעסן אין ירושָלַיִם; און ער האָט געבױט שטעט פֿאַר פֿעסטונגען אין יהודה. /11:6 און ער האָט איבערגעבױט בית-לֶחֶם, און עֵיטָם, און תּקוֹעַ, /11:7 און בית-צור, און שׂוֹכוֹ, און און עַדולָם, /11:8 און גת, און מָרֵשָה, און זיף, /11:9 און אַדוֹרַיִם, און לָכיש, עַזֵקָה, /11:10 און צָרעָה, און אַיָלוֹן, און חבֿרון, װאָס אין יהודה און בנימין, אױף פֿעסטונגשטעט. /11:11 און ער האָט פֿאַרשטאַרקט די פֿעסטונגען, און האָט אַרײַנגעזעצט אין זײ אָנפֿירער מיט שפּײַכלערס עסנװאַרג און אײל און װײַן. /11:12 און אין יעטװעדער שטאָט זײַנען געװען פּאַנצערס און שפּיזן; און ער האָט זײ זײער שטאַרק באַפֿעסטיקט. און יהודה און בנימין זײַנען געבליבן בײַ אים. /11:13 און די כּהנים און די לוִיִים װאָס אין גאַנץ ישׂראל האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים פֿון זײער גאַנצן געמאַרק. /11:14 װאָרום די לוִיִים האָבן פֿאַרלאָזן זײערע אָפֿענע ערטער און זײער אײגנטום, און זײַנען אַװעק קײן יהודה און קײן ירושָלַיִם, װײַל יָרָבֿעָם און זײַנע זין האָבן זײ פֿאַרשטױסן פֿון צו טאָן דעם דינסט צו {dn גאָט}; /11:15 און ער האָט זיך געשטעלט כּהנים צו די במות, און צו די שדים, און צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט. /11:16 און נאָך זײ, זײַנען פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל װאָס האָבן אָפּגעגעבן זײער האַרץ צו זוכן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, געקומען קײן ירושָלַיִם, כּדי צו שלאַכטן צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /11:17 און זײ האָבן געשטאַרקט די מלוכה פֿון יהודה, און האָבן באַפֿעסטיקט רחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, דרײַ יאָר; װאָרום זײ זײַנען געגאַנגען אין דעם װעג פֿון דודן און שלמהן דרײַ יאָר. /11:18 און רחבֿעם האָט זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מַחלַת די טאָכטער פֿון ירימוֹת דעם זון פֿון דודן, פֿון אַבֿיהַיִל דער טאָכטער פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון יִשַין. /11:19 און זי האָט אים געבאָרן זין: יְעושן, און שמַריָהן, און זַהַמען. /11:20 און נאָך איר האָט ער גענומען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלוֹמען, און זי האָט אים געבאָרן אַבִֿיָהן, און עַתַין, און זיזאָן, און שלוֹמיתן. /11:21 און רחבֿעם האָט ליב געהאַט מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלוֹמען מער פֿון אַלע זײַנע װײַבער און זײַנע קעפּסװײַבער; װאָרום אַכצן װײַבער האָט ער גענומען, און זעכציק קעפּסװײַבער; און ער האָט געבאָרן אַכט און צװאַנציק זין, און זעכציק טעכטער. /11:22 און רחבֿעם האָט אױפֿגשטעלט אַבִֿיָה דעם זון פֿון מַעֲכָהן פֿאַרן הױפּט, פֿאַר דעם פֿירשט צװישן זײַנע ברידער, װאָרום זײַן מײן איז געװען אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. /11:23 און ער האָט געטאָן מיט שׂכל, און האָט צעשפּרײט אַלע זײַנע זין איבער אַלע לענדער פֿון יהודה און בנימין, אין אַלע פֿעסטונגשטעט, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז לרָובֿ; און ער האָט פֿאַר זײ אױסגעזוכט אַ סך װײַבער. /12:1 און עס איז געװען, אַז רחבֿעָמס מלוכה האָט זיך באַפֿעסטיקט, און ער איז געװאָרן שטאַרק, האָט ער פֿאַרלאָזן די תּוֹרה פֿון {dn גאָט}, און גאַנץ ישׂראל מיט אים. /12:2 און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון דעם מלך רחבֿעם, איז שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אָן {dn גאָט}; /12:3 מיט טױזנט און צװײ הונדערט רײַטװעגן, און מיט זעכציק טױזנט רײַטער; און אָן אַ צאָל איז געװען דאָס פֿאָלק װאָס איז מיט אים געקומען פֿון מִצרַיִם, לובֿים, סוכּיִים, און כּושים. /12:4 און ער האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונגשטעט פֿון יהודה, און איז געקומען ביז ירושָלַיִם. /12:5 איז שמַעיָה דער נבֿיא געקומען צו רחבֿעמען, און צו די האַרן פֿון יהודה, װאָס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט קײן ירושָלַיִם פֿון װעגן שישַקן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, דרום האָב איך אױך אײַך איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון שישַקן. /12:6 און די האַרן פֿון ישׂראל און דער מלך זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײ האָבן געזאָגט: {dn גאָט} איז גערעכט. /12:7 און װי {dn גאָט} האָט געזען אַז זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו שמַעיָהן, אַזױ צו זאָגן: זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, װעל איך זײ ניט אומברענגען; און איך װעל זײ געבן אַ קלײנע אַנטרינונג, און מײַן גרימצאָרן װעט ניט אױסגעגאָסן װערן אױף ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון שישַקן. /12:8 נײַערט זײ װעלן זײַן קנעכט צו אים; כּדי זײ זאָלן װיסן צװישן מײַן דינסט און דעם דינסט פֿון די מלוכות פֿון די לענדער. /12:9 און שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם איז אַרױפֿגעקומען אױף ירושָלַיִם; און ער האָט צוגענומען די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; אַלץ האָט ער צוגענומען. און ער האָט צוגענומען די גילדערנע שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט. /12:10 און דער מלך רחבֿעם האָט געמאַכט אָנשטאָט זײ קופּערנע שילדן, און האָט זײ איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון די הױפּטלײַט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז. /12:11 און עס איז געװען, װען נאָר דער מלך פֿלעגט קומען אין גאָטס הױז, זײַנען געקומען די לױפֿערס און פֿלעגן זײ אַרױסטראָגן, דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס. /12:12 און אַז ער איז געװאָרן אונטערטעניק, האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים דער צאָרן פֿון {dn גאָט}, ניט אומצוברענגען אין גאַנצן; און אױך זײַנען געװען אין יהודה גוטע זאַכן. /12:13 און דער מלך רחבֿעָם האָט זיך באַפֿעסטיקט אין ירושָלַיִם, און האָט געקיניגט; װאָרום אײן און פֿערציק יאָר איז רחבֿעָם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, אין דער שטאָט װאָס {dn גאָט} האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעֲמָה די עַמוֹנית. /12:14 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט, װאָרום ער האָט ניט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן {dn גאָט}. /12:15 און די זאַכן װעגן רחבֿעָמען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון שמַעיָה דעם נבֿיא, און עִדוֹ דעם זעער, װעגן דעם יחוס. און מלחמות זײַנען געװען צװישן רחבֿעָמען און יָרָבֿעָמען אַלע טעג. /12:16 און רחבֿעם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דודס-שטאָט. און זײַן זון אַבִֿיָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /13:1 אין אַכצנטן יאָר פֿון דעם מלך יָרָבֿעָם איז אַבִֿיָה געװאָרן מלך איבער יהודה. /13:2 דרײַ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מיכָיָהו די טאָכטער פֿון אוריאֵלן פֿון גִבֿעָה. און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבִֿיָהן און צװישן יָרָבֿעָמען. /13:3 און אַבִֿיָה האָט אָנגעקניפּט די מלחמה מיט אַ חיל פֿון מלחמה-גיבוֹרים, פֿיר הונדערט טױזנט געקליבענע מענער; און יָרָבֿעָם האָט אָנגעריכט אױף אים די מלחמה מיט אַכט הונדערט טױזנט געקליבענע מענער, העלדישע גיבוֹרים. /13:4 און אַבִֿיָה האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג צמָרַיִם װאָס אין די בערג פֿון אפֿרים, און ער האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יָרָבֿעָם און גאַנץ ישׂראל. /13:5 איר דאַרפֿט דאָך װיסן אַז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט געגעבן די מלוכה איבער ישׂראל צו דודן אױף אײביק, צו אים און צו זײַנע קינדער, אין אַ בונד פֿון זאַלץ. /13:6 און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן, דער קנעכט פֿון שלמה דעם זון פֿון דודן, איז אױפֿגעשטאַנען און האָט װידערשפּעניקט אָן זײַן האַר. /13:7 און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אַרום אים נישטיקע לײַט, נידערטרעכטיקע יונגען, און זײ האָבן זיך געפֿעסטיקט אַקעגן רחבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, און רחבֿעם איז געװען יונג און װײכהאַרציק, און האָט זיך ניט געקענט שטאַרקן אַקעגן זײ. /13:8 און אַצונד װילט איר זיך שטאַרקן אַקעגן דער מלוכה פֿון {dn יהוה} אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון דוד; און איר זײַט אַ גרױסער המוֹן, און מיט אײַך זײַנען די גילדערנע קעלבער װאָס יָרָבֿעָם האָט אײַך געמאַכט פֿאַר געטער. /13:9 פֿאַר װאָר, איר האָט פֿאַרשטױסן די כּהנים פֿון {dn יהוה}, די קינדער פֿון אַהרן, און די לוִיִים, און איר האָט אײַך געמאַכט כּהנים אַזױ װי די פֿעלקער פֿון אַנדערע לענדער; איטלעכער װאָס קומט דערפֿילן זײַן האַנט, מיט אַ יונגן אָקס, און מיט זיבן װידערס, ער װערט אַ כּהן צו די אומגעטער. /13:10 אָבער מיר – אונדזער {dn גאָט} איז {dn יהוה}, און מיר האָבן אים ניט פֿאַרלאָזן, און כּהנים װאָס דינען פֿאַר {dn יהוה}, זײַנען קינדער פֿון אַהרן, און די לוִיִים זײַנען אױף דעם דינסט; /13:11 און זײ דעמפֿן צו {dn יהוה} בראַנדאָפּפֿער פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, און אָװנט אין אָװנט, און װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און די אױסלײגונג פֿון דעם ברױט אױף דעם רײנעם טיש, און די גילדערנע מנוֹרה מיט אירע רערלעך אױף צו ברענען אָװנט אין אָװנט. װאָרום מיר היטן די היטונג פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, און איר האָט אים פֿאַרלאָזן. /13:12 און אָט איז פֿאַרױס מיט אונדז {dn גאָט}, און זײַנע כּהנים מיט שאַלטרומײטן צו שאַלן אױף אײַך. קינדער פֿון ישׂראל, איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אונדזערע עלטערן, װאָרום איר װעט ניט באַגליקן. /13:13 אָבער יָרָבֿעָם האָט אױסגעדרײט די לױערער צו קומען אױף זײ פֿון הינטן, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען פֿאַר יהודה, און די לױערער הינטער זײ. /13:14 און יהודה האָט זיך אומגעקוקט, ערשט די מלחמה איז אױף זײ פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; און זײ האָבן געשריען צו {dn יהוה}, און די כּהנים האָבן געטרומײטערט אין טרומײטן. /13:15 און די מענער פֿון יהודה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, און עס איז געװען, װי די מענער פֿון יהודה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, האָט {dn גאָט} געשלאָגן יָרָבֿעָמען און גאַנץ ישׂראל פֿאַר אַבִֿיָהן און יהודה. /13:16 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר יהודה, און {dn גאָט} האָט זײ געגעבן אין זײער האַנט. /13:17 און אַבִֿיָה און זײַן פֿאָלק האָבן זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון ישׂראל פֿינף הונדערט טױזנט געקליבענע מענער. /13:18 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אין יענער צײַט, און די קינדער פֿון יהודה זײַנען געװאָרן שטאַרק, װײַל זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /13:19 און אַבִֿיָה האָט נאָכגעיאָגט יָרָבֿעָמנע, און ער האָט באַצװוּנגען פֿון אים שטעט: בית-אֵל מיט אירע טעכטערשטעט, און ישָנָה מיט אירע טעכטערשטעט, און עֶפֿרַיִן מיט אירע טעכטערשטעט. /13:20 און יָרָבֿעָם איז מער ניט געקומען צו די כּוֹחות אין די טעג פֿון אַבִֿיָהן; און {dn גאָט} האָט אים געפּלאָגט, און ער איז געשטאָרבן. /13:21 און אַבִֿיָה האָט זיך באַפֿעסטיקט. און ער האָט זיך גענומען פֿערצן װײַבער, און האָט געבאָרן צװײ און צװאַנציק זין, און זעכצן טעכטער. /13:22 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבִֿיָהן, און זײַנע פֿירונגען, און זײַנע רײד, זײַנען פֿאַרשריבן אין דעם מֶדרַש פֿון עִדוֹ דעם נבֿיא. /13:23 און אַבִֿיָה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס-שטאָט. און זײַן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. אין זײַנע טעג איז דאָס לאַנד געװען רויִק צען יאָר. /14:1 און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט} זײַן האַר. /14:2 און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע מזבחות און די במות, און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און האָט אָפּגעהאַקט די געצנבײמער. /14:3 און ער האָט אָנגעזאָגט יהודה צו זוכן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, און צו טאָן די תּוֹרה און דאָס געבאָט. /14:4 און ער האָט אָפּגעטאָן פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה די במות און די זונזײַלן. און דאָס קיניגרײַך איז געװען רויִק אונטער אים. /14:5 און ער האָט געבױט פֿעסטונגשטעט אין יהודה, װאָרום דאָס לאַנד איז געװען רויִק, און בײַ אים איז ניט געװען קײן מלחמה אין יענע יאָרן, װײַל {dn גאָט} האָט אים באַרוט. /14:6 און ער האָט געזאָגט צו יהודה׃ לאָמיר פֿאַרבױען די דאָזאקע שטאָט, און אַרומרינגלען מיט אַ מױער און טורעמס, טירן און ריגלען, אַזױ לאַנג דאָס לאַנד ליגט פֿאַר אונדז, װײַל מיר האָבן געזוכט {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}; מיר האָבן אים געזוכט, און ער האָט אונדז באַרוט פֿון רונד אַרום. און זײ האָבן געבױט, און האָבן באַגליקט. /14:7 און אָסאָ האָט געהאַט אַ חיל װאָס האָט געטראָגן פּאַנצערס און שפּיזן, פֿון יהודה דרײַ הונדערט טױזנט; און פֿון בנימין, די װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און געשפּאַנט אַ בױגן, צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט. די אַלע זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים. /14:8 איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ זֶרַח דער כּושי מיט אַ חיל פֿון טױזנט מאָל טױזנט, און רײַטװאָגן דרײַ הונדערט, און ער איז געקומען ביז מָרֵשָה. /14:9 איז אָסאָ אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אין טאָל פֿון צפֿת בײַ מָרֵשָה. /14:10 און אָסאָ האָט גערופֿן צו {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}, און ער האָט געזאָגט: {dn יהוה}, ניטאָ אַחוץ דיר צו העלפֿן צװישן דעם מאַכטיקן און דעם װאָס אָן כּוח; העלף אונדז, {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, װאָרום אױף דיר לענען מיר זיך אָן, און אין דײַן נאָמען זײַנען מיר געקומען אױף דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן. דו ביסט {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}; זאָל ניט אַ מענטש אױסהאַלטן אַקעגן דיר. /14:11 און {dn גאָט} האָט געשלאָגן די כּושים פֿאַר אָסאָן און פֿאַר יהודה, און די כּושים זײַנען אַנטלאָפֿן. /14:12 און אָסאָ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז קײן גרָר, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון די כּושים, ביז פֿון זײ איז ניט געבליבן אַ לעבעדיקער; װאָרום זײ זײַנען צעבראָכן געװאָרן פֿאַר {dn גאָט} און פֿאַר זײַן מחנה. און זײ האָבן גענומען רױב זײער פֿיל. /14:13 און זײ האָבן געשלאָגן אַלע שטעט רונד אַרום גרָר, װאָרום אַ פּחד פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף זײ; און זײ האָבן אױסגערױבט אַלע שטעט, װאָרום פֿיל רױב איז אין זײ געװען. /14:14 און אױך די פֿיגעצעלטן האָבן זײ געשלאָגן, און זײ האָבן געפֿאַנגען שאָף אַ סך, און קעמלען, און האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים. /15:1 און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון {dn גאָט}. /15:2 און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהודה, און בנימין: {dn גאָט} איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן. /15:3 און פֿיל טעג איז ישׂראל געװען אָן דעם אמתן {dn גאָט}, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּוֹרה. /15:4 אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ. /15:5 און אין יענע צײַטן איז ניט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרום גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער. /15:6 און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרום {dn גאָט} האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות. /15:7 אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן ניט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרום אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג. /15:8 און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּֿגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהודה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון {dn גאָט} װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון {dn גאָט}. /15:9 און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהודה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנשה, און פֿון שמעון; װאָרום אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון ישׂראל, װען זײ האָבן געזען אַז {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} איז מיט אים. /15:10 און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חוֹדש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה. /15:11 און זײ האָבן געשלאַכט צו {dn גאָט} אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף. /15:12 און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ בונד צו זוכן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל; /15:13 און אַז איטלעכער װאָס װעט ניט זוכן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ. /15:14 און זײ האָבן געשװאָרן צו {dn גאָט} אױף אַ הױכן קוָל, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות. /15:15 און גאַנץ יהודה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרום מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און {dn גאָט} האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום. /15:16 און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפֿגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן. /15:17 אָבער די במות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון ישׂראל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג. /15:18 און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין גאָטס הױז, זילבער און גאָלד, און כּלים. /15:19 און קײן מלחמה איז מער ניט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה. /16:1 אין זעקס און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה, איז בעְשאָ דער מלך פֿון ישׂראל אַרױפֿֿגעגאַנגען אױף יהודה, און ער האָט אַרומגעבױט רָמָה, כּדי ניט צו דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַרײַנגײער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהודה. /16:2 האָט אָסאָ אַרױסגענומען זילבער און גאָלד פֿון די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז און דעם מלכס הױז, און אַװעקגעשיקט צו בן-הַדַד דעם מלך פֿון אַרָם, װאָס איז געזעסן אין דַרמֶשֶׂק, אַזױ צו זאָגן: /16:3 אַ בונד איז צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן פֿאָטער און צװישן דײַן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר זילבער און גאָלד; גײ פֿאַרשטער דײַן בונד מיט בעְשאָ דעם מלך פֿון ישׂראל, כּדי ער זאָל אָפּציען פֿון מיר. /16:4 האָט בן-הַדַד צוגעהערט צו דעם מלך אָסאָ, און ער האָט געשיקט זײַנע חיל-פֿירער אױף די שטעט פֿון ישׂראל, און זײ האָבן געשלאָגן עִיוֹן, און דָן, און אָבֵֿל-מַיִם, און אַלע שפּײַכלערשטעט פֿון נפֿתּלי. /16:5 און עס איז געװען, װי בעְשאָ האָט דערהערט, אַזױ האָט ער אױפֿֿגעהערט אַרומבױען רָמָה, און האָט אָפּגעשטעלט זײַן אַרבעט. /16:6 און דער מלך אָסאָ האָט גענומען גאַנץ יהודה, און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רָמָה, און אירע האָלצן, מיט װאָס בעְשאָ האָט געבױט. און ער האָט מיט זײ אַרומגעבױט גֶבַֿע און מִצפָּה. /16:7 און אין יענער צײַט איז געקומען חנָני דער זעער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהודה, און האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט זיך אָנגעלענט אױף דעם מלך פֿון אַרָם, און האָסט זיך ניט אָנגעלענט אױף {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, דרום איז דער חיל פֿון דעם מלך פֿון אַרָם אַנטרונען געװאָרן פֿון דײַן האַנט. /16:8 זײַנען ניט די כּושים און די לובֿים געװען אַ גרױסער חיל מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער זײער פֿיל? אָבער אַז דו האָסט זיך אָגנעלענט אױף {dn גאָט}, האָט ער זײ געגעבן אין דײַן האַנט. /16:9 װאָרום די אױגן פֿון {dn גאָט} װאַנדערן אום איבער דער גאַנצער ערד, זיך צו שטאַרקן פֿאַר די װאָס זײער האַרץ איז אים גאַנץ. דו ביסט נאַריש געװען אין דעם, װאָרום פֿון אַצונד אָן װעלן בײַ דיר זײַן מלחמות. /16:10 האָט אָסאָ געצערנט אױף דעם זעער, און ער האָט אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה; װײַל ער איז געװען אין כּעס אױף אים דערפֿאַר. און אָסאָ האָט געדריקט טײל פֿון דעם פֿאָלק אין יענער צײַט. /16:11 און אָט די זאַכן װעגן אָסאָן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהודה און ישׂראל. /16:12 און אָסאָ איז קראַנק געװאָרן אױף זײַנע פֿיס אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה; זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק; אָבער אַפֿילו אין זײַן קראַנקשאַפֿט האָט ער ניט געפֿרעגט בײַ {dn גאָט} נײַערט בײַ די הײלערס. /16:13 און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז געשטאָרבן אין אײן און פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. /16:14 און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר װאָס ער האָט זיך געלאָזט גראָבן אין דודס-שטאָט, און מע האָט אים אַרײַנגעלײגט אין אַ געלעגער װאָס מע האָט אָנגעפֿילט מיט געװירצן און פֿארשידענע מינים, צובאַרײט דורך בשׂמים-מאַכערײַ, און מע האָט פֿאַרברענט נאָך אים אַ גרױסע פֿאַרברענונג ביז גאָר. /17:1 און יהוֹשָפֿט זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט, און האָט זיך באַפֿעסטיקט אַקעגן ישׂראל. /17:2 און ער האָט געשטעלט חיל אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהודה, און געשטעלט װאַכן אין לאַנד יהודה, און אין די שטעט פֿון אפֿרים װאָס זײַן פֿאָטער אָסאָ האָט באַצװוּנגען. /17:3 און {dn יהוה} איז געװען מיט יהוֹשָפֿטן, װאָרום ער איז געגאַנגען אין די פֿריערדיקע װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דודן, און ער האָט ניט געזוכט די בעַל-געטער. /17:4 נאָר דעם {dn גאָט} פֿון זײַן פֿאָטער האָט ער געזוכט, און אין זײַנע געבאָט איז ער געגאַנגען, און ניט אַזױ װי די מעשׂים פֿון ישׂראל. /17:5 און {dn יהוה} האָט באַפֿעסטיקט די מלוכה אין זײַן האַנט, און גאַנץ יהודה האָט געגעבן מתּנות יהוֹשָפֿטן, און ער האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד. /17:6 און זײַן האַרץ איז געװען געהױבן אין די װעגן פֿון {dn יהוה}; דערצו נאָך האָט ער אָפּגעטאָן די במות און די געצנבײמער פֿון יהודה. /17:7 און אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה האָט ער געשיקט זײַנע האַרן: בן-חיִלן, און עוֹבַֿדיָהן, און זכַריָהן, און נתַנאֵלן, און מיכָיָהון, צו לערנען די שטעט פֿון יהודה. /17:8 און מיט זײ זײַנען געװען די לוִיִים שמַעיָהו, און נתַניָהו, און זבַֿדיָהו, און עַשָׂהאֵל, און שמירָמוֹת, און יהוֹנָתָן, און אַדוֹנִיָהו, און טוֹבִֿיָהו, און טוֹבֿ-אַדוֹנִיָה, די לוִיִים; און מיט זײ, אֶלישָמָע און יהוֹרָם, די כּהנים. /17:9 און זײ האָבן געלערנט אין יהודה, און מיט זײ איז געװען דאָס בוך פֿון גאָטס תּוֹרה; און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין אַלע שטעט פֿון יהודה, און האָבן געלערנט צװישן דעם פֿאָלק. /17:10 און אַ פּחד פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף אַלע מלוכות פֿון די לענדער װאָס אַרום יהודה, און זײ האָבן ניט מלחמה געהאַלטן מיט יהוֹשָפֿטן. /17:11 און פֿון די פּלִשתּים האָט מען געבראַכט יהוֹשָפֿטן, מתּנות, און זילבער אַ לאָדונג; אױך די אַראַבער האָבן אים געבראַכט שאָף: זיבן טױזנט און זיבן הונדערט װידערס, און זיבן טױזנט און זיבן הונדערט בעק. /17:12 און יהוֹשָפֿט איז געװאָרן אַלץ גרעסער, ביז גאָר הױך; און ער האָט געבױט אין יהודה פּאַלאַצן און שפּײַכלערשטעט. /17:13 און אַ גרױסע װירטשאַפֿט האָט ער געהאַט אין די שטעט פֿון יהודה; און מלחמה-לײַט, העלדישע גיבוֹרים, אין ירושָלַיִם. /17:14 און דאָס איז געװען זײער צײלונג לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: פֿון יהודה, הױפּטלײַט פֿון טױזנט: עַדנָה דער הױפּטמאַן, און מיט אים העלדישע גיבוֹרים דרײַ הונדערט טױזנט; /17:15 און לעבן אים: יהוֹחנָן דער הױפּטמאַן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט; /17:16 און לעבן אים: עַמַסיָה דער זון פֿון זִכרין, װאָס האָט זיך פֿרײַװיליק אָנגעבאָטן פֿאַר {dn גאָט}, און מיט אים צװײ הונדערט טױזנט העלדישע גיבוֹרים. /17:17 און פֿון בנימין: אַ העלדישער גיבור, אֶליָדָע און מיט אים באַװאָפֿנטע מיט בױגנס און שילדן, צװײ הונדערט טױזנט; /17:18 און לעבן אים: יהוֹזָבָֿד, און מיט אים הונדערט און אַכציק טױזנט געװאָפֿנטע צום קריג. /17:19 דאָס זײַנען די װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, אַחוץ װאָס דער מלך האָט געשטעלט אין די פֿעסטונגשטעט אין גאַנץ יהודה. /18:1 און יהוֹשָפֿט האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד; און ער האָט זיך מתחתּן געװען מיט אַחאָבֿן. /18:2 און נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון יאָרן האָט ער אַראָפּגענידערט צו אַחאָבֿן קײן שוֹמרוֹן, און אַחאָבֿ האָט געשלאַכט פֿאַר אים און פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס מיט אים שאָף און רינדער אַ סך, און ער האָט אים אײַנגערעדט אַרױפֿֿצוגײן קײן רָמוֹת-גִלעָד. און אַחאָבֿ דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהודה: װילסטו גײן מיט מיר קײן רָמוֹת-גִלעָד? האָט ער געזאָגט: אַזױ װי דו אַזױ איך, און אַזױ װי דײַן פֿאָלק מײַן פֿאָלק, און אין אײנעם מיט דיר אױף מלחמה. /18:4 און יהוֹשָפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /18:5 האָט דער מלך פֿון ישׂראל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָלן מיר גײן קײן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און {dn גאָט} װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. /18:6 האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ ניטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון {dn גאָט}, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים? /18:7 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ {dn גאָט} דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט ניט אױף מיר נבֿיאות צום גוטן, נײַערט אַלע זײַנע טעג צום שלעכטן; דאָס איז מיכָיהו דער זון פֿון יִמלאָן. האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ ניט רעדן. /18:8 האָט דער מלך פֿון ישׂראל צוגערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיהו דעם זון פֿון יִמלאָן. /18:9 און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בגדֵי- מַלכות; און זײ זײַנען געזעסן אין אַ שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שוֹמרוֹן, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ. /18:10 און צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן די אַרַמים ביז זײ צו פֿאַרלענדן. /18:11 און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דאָס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אױף רָמוֹת-גִלעָד, און באַגליק, און {dn גאָט} װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. /18:12 און דער שליח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס אױפֿֿן מלך; טאָ זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי פֿון אײנעם פֿון זײ, און רעד גוטס. /18:13 האָט מיכָיהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה}, אַז דאָס װאָס מײַן {dn גאָט} װעט זאָגן, דאָס װעל איך רעדן! /18:14 און װי ער איז געקומען צום מלך, האָט דער מלך צו אים געזאָגט: מיכָה, זאָלן מיר גײן קײן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? /18:15 האָט ער געזאָגט: גײט אַױף און באַגליקט, און זײ װעלן געגעבן װערן אין אײַער האַנט. האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿיל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט ניט רעדן צו מיר נאָר דעם אמת אין נאָמען פֿון {dn גאָט}? /18:16 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ ישׂראל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן ניט קײן פּאַסטוך, און {dn גאָט} האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום. /18:17 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: האָב איך דיר ניט געזאָגט, ער װעט ניט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נײַערט צום שלעכטן? /18:18 האָט ער געזאָגט: דרום הערט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}: איך האָב געזען װי {dn גאָט} זיצט אױף זײַן טראָן, און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט אױף זײַן רעכטער זײַט און אױף זײַן לינקער. /18:19 און {dn גאָט} האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאָבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל, ער זאָל אַרױפֿֿגײן, און פֿאַלן אין רָמוֹת-גִלעָד? האָט מען גערעדט: דער זאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ. /18:20 איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. האָט {dn גאָט} צו אים געזאָגט: מיט װאָס? /18:21 האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן פֿאַר אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נביאים. האָט ער געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ. /18:22 און אַצונד, זע, {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין דעם מױל פֿון די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס. /18:23 האָט גענענט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיהון אױפֿֿן באַק, און געזאָגט: אױף װאָסער װעג איז דער גײַסט פֿון {dn גאָט} אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר כּדי צו רעדן מיט דיר? /18:24 האָט מיכָיהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן. /18:25 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט: נעמט מיכָיהון, און גיט אים אָפּ צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון, /18:26 און איר זאָלט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קער זיך אום בשלום. /18:27 האָט מיכָיהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט {dn גאָט} ניט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע. /18:28 און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה זײַנען אַרױפֿֿגעגאַנגען קײן רָמוֹת-גִלעָד. /18:29 און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: איך װעל זיך פֿאַרשטעלן, און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון ישׂראל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה. /18:30 און דער מלך פֿון אַרָם האָט באַפֿױלן די הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר מיטן מלך פֿון ישׂראל אַלײן. /18:31 און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשָפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז דער מלך פֿון ישׂראל. און זײ האָבן אים אַרומגערינגלט מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשָפֿט אַ געשרײ געטאָן, און {dn יהוה} האָט אים געהאָלפֿן, און {dn גאָט} האָט זײ אָפּגעצױגן פֿון אים. /18:32 װאָרום עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז ניט דער מלך פֿון ישׂראל, אַזױ זײַנען זײ אָפּגעטרעטן פֿון הינטער אים. /18:33 און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן זײַן בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון ישׂראל צװישן דעם אונטערפּאַנצער און צװישן דעם ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו דעם טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און זאָלסט מיך אַרױספֿירן פֿון דער מחנה, װאָרום איך בין פֿאַרװוּנדט געװאָרן. /18:34 און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך פֿון ישׂראל האָט זיך אױפֿֿגעהאַלטן שטײענדיק אין דעם רײַטװאָגן אַנטקעגן די אַרַמים ביזן אָװנט; און אַקעגן דער צײַט פֿון זונאונטערגאַנג איז ער געשטאָרבן. /19:1 און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה האָט זיך אומגעקערט אַהײם בשלום קײן ירושָלַיִם. /19:2 איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן יֵהוא דער זון פֿון חנָנין, דער זעער, און ער האָט געזאָגט צום מלך יהוֹשָפֿט: האָסטו געטאָרט העלפֿן דעם רשע, און ליב האָבן די שָׂונאים פֿון {dn גאָט}? און פֿון װעגן דעם איז אױף דיר אַ צאָרן פֿון פֿאַר {dn גאָט}. /19:3 אָבער גוטע זאַכן געפֿינען זיך אין דיר, װאָס דו האָסט אױסגעראַמט די געצנבײמער פֿון לאַנד, און געקערט דײַן האַרץ צו זוכן {dn גאָט}. /19:4 און יהוֹשָפֿט איז געזעסן אין ירושָלַיִם. אָבער ער איז װידער אַרױסגעגאַנגען צװישן פֿאָלק, פֿון באֵר-שֶבַֿע ביזן באַרג אפֿרים, און האָט זײ אומגעקערט צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /19:5 און ער האָט אױפֿֿגעשטעלט ריכטער אין לאַנד, אין אַלע באַפֿעסטיקע שטעט פֿון יהודה, שטאָט פֿאַר שטאָט. /19:6 און ער האָט אָנגזאָגט די ריכטער: זעט װאָס איר טוט, װאָרום ניט פֿאַר אַ מענטשן משפּט איר, נאָר פֿאַר {dn גאָט}, און ער איז לעבן אײַך בײַם אַרױסזאָגן אַ משפּט. /19:7 און אַצונד, זאָל די מוֹרא פֿאַר {dn גאָט} זײַן אױף אײַך; היט אײַך װאָס איר טוט, װאָרום בײַ {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} איז ניטאָ קײן אומרעכט, אָדער שױנען עמיצן, אָדער נעמען שוֹחד. /19:8 און אױך אין ירושָלַיִם האָט יהוֹשָפֿט אױפֿֿגעשטעלט פֿון די לוִיִים און די כּהנים, און פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישׂראל, פֿאַר משפּטים פֿון {dn גאָט}, און פֿאַר שטרײַטזאַכן. און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם. /19:9 און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר זיך באַגײן: מיט מוֹרא פֿאַר {dn גאָט}, מיט געטרײַשאַפֿט, און מיט אַ גאַנצן האַרצן. /19:10 און בײַ יעטװעדער שטרײַט װאָס װעט קומען פֿאַר אײַך פֿון אײַערע ברידער װאָס זיצן אין זײערע שטעט, צװישן בלוט און בלוט, צװישן לערנונגען און געבאָט, חוקים און געזעצן, זאָלט איר זײ װאָרענען, זײ זאָלן זיך ניט פֿאַרשולדיקן צו {dn גאָט}, אַז עס זאָל זײַן אַ צאָרן אױף אײַך און אױף אײַערע ברידער; אַזױ זאָלט איר טאָן, און איר װעט זיך ניט פֿאַרשולדיקן. /19:11 און אָט איז אַמַריָהו דער כּהן-גָדול איבער אײַך פֿאַר אַלע זאַכן פֿון {dn גאָט}, און זבַדיָהו דער זון פֿון יִשמָעֵאלן, דער פֿירשט פֿון דעם הױז פֿון יהודה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון מלך; און אױפֿֿזעערס זײַנען די לוִיִים פֿאַר אײַך; זײַט שטאַרק און טוט, און {dn גאָט} װעט זײַן מיט דעם גוטן. /20:1 און עס איז געװען נאָך דעם, זײַנען געקומען די קינדער פֿון מוֹאָבֿ, און די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט זײ פֿון די עַמוֹנים, אַקעגן יהוֹשָפֿטן אױף מלחמה. /20:2 איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: אױף דיר קומט אַ גרױסער המוֹן פֿון יענער זײַט ים, פֿון אַרָם, און זע, זײ זײַנען אין חַצְצוֹן-תָּמָר, דאָס איז עֵין-גֶדי. /20:3 האָט יהוֹשָפֿט מוֹרא געקריגן, און ער האָט געקערט זײַן פּנים צו זוכן {dn גאָט}, און ער האָט אױסגערופֿן אַ תָּענית איבער גאַנץ יהודה. /20:4 און יהודה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צו בעטן בײַ {dn גאָט}; יאָ, פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה איז מען געקומען צו זוכן {dn גאָט}. /20:5 און יהוֹשָפֿט האָט זיך געשטעלט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון יהודה און ירושָלַיִם, אין הױז פֿון {dn גאָט}, פֿאַר דעם נײַען הױף, /20:6 און ער האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון אונדזערע עלטערן, דו ביסט דאָך {dn גאָט} אין הימל, און דו געװעלטיקסט איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די פֿעלקער, און אין דײַן האַנט איז כּוח און גבֿורה, און אַקעגן דיר איז זיך ניט צו שטעלן. /20:7 דו אונדזער {dn גאָט}, האָסט דאָך פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק ישׂראל, און האָסט עס אַװעקגעגעבן צו דעם זאָמען פֿון אַבֿרהם דײַן ליבהאָבער, אױף אײביק. /20:8 און זײ זײַנען געזעסן דרינען, און האָבן דיר געבױט דרינען אַ הײליקטום צו דײַן נאָמען, אַזױ צו זאָגן: /20:9 אַז עס װעט קומען אױף אונדז אַן אומגליק, אַ שװערד, אַ משפּט, אָדער אַ מגפֿה, אָדער אַ הונגער, װעלן מיר זיך שטעלן פֿאַר דעם דאָזיקן הױז און פֿאַר דיר – װאָרום דײַן נאָמען איז אין דעם דאָזיקן הױז – און מיר װעלן שרײַען צו דיר אין אונדזער נױט, און דו װעסט צוהערן און װעסט העלפֿן. /20:10 און אַצונד, אָט זײַנען די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס דו האָסט ניט געלאָזט ישׂראל אַרײַנגײן צו זײ, װען זײ זײַנען געקומען פֿון לאַנד מִצרַיִם, נײַערט זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון זײ, און האָבן זײ ניט פֿאַרטיליקט. /20:11 און אָט פֿאַרגעלטן זײ אונדז, צו קומען אונדז פֿאַרטרײַבן פֿון דײַן אַרב װאָס דו האָסט אונדז געמאַכט אַרבן. /20:12 {dn גאָט} אונדזערער, װילסטו ניט טאָן אַ משפּט אױף זײ? װאָרום אין אונדז איז ניטאָ קײן כּוח אַקעגן דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן װאָס קומט אױף אונדז, און מיר װײסן ניט װאָס מיר זאָלן טאָן, נײַערט אױף דיר זײַנען אונדזערע אױגן. /20:13 און גאַנץ יהודה זײַנען געשטאַנען פֿאַר {dn גאָט}; אױך זײערע קלײנע קינדער און זײערע װײַבער און זײערע זין. /20:14 איז אױף יַחזיאֵל דעם זון פֿון זכַריָהו, דעם זון פֿון בנָיָה, דעם זון פֿון יעִיאֵל, דעם זון פֿון מַתַּניָה דעם לֵוִי, פֿון די קינדער פֿון אָסָף, געװען דער גײַסט פֿון {dn גאָט}, אין מיטן פֿון דער אײַנזאַמלונג. /20:15 און ער האָט געזאָגט: פֿאַרנעמט, גאַנץ יהודה, און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און מלך יהוֹשָפֿט: אַזױ האָט {dn גאָט} צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן פֿאַר דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן, װאָרום ניט אײַער מלחמה איז דאָס נאָר גאָטס. /20:16 מאָרגן נידערט אַראָפּ אױף זײ; זעט, זײ גײען אַרױף מיט דעם אַרױפֿֿגאַנג פֿון ציץ, און איר װעט זײ טרעפֿן אין עק טאָל, פֿאַר דעם מדבר פֿון ירואֵל. /20:17 ניט איר װעט דאָס מאָל דאַרפֿן מלחמה האַלטן; שטעלט אײַך אױס, שטײט, און זעט די ישועה פֿון {dn גאָט} מיט אײַך, יהודה און ירושָלַיִם; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן, מאָרגן גײט אַוריס אַקעגן זײ, און {dn גאָט} װעט זײַן מיט אײַך. /20:18 האָט יהוֹשָפֿט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און גאַנץ יהודה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם זײַנען געפֿאַלן פֿאַר {dn גאָט}, זיך צו בוקן צו {dn גאָט}. /20:19 און די לוִיִים פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, און פֿון די קינדער פֿון די קָרחים, זײַנען אױפֿֿגעשטאַנען צו לױבן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל אױף אַ גאָר הױכן קָול. /20:20 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר פֿון תּקוֹעַ; און בײַ זײער אַרױסגײן האָט יהוֹשָפֿט זיך געשטעלט, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יהודה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: גלױבט אין {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, און איר װעט אָנהאַלטן, גלױבט אין זײַנע נבֿיאים, און איר װעט באַגליקן. /20:21 און ער האָט געהאַלטן אַן עצה מיטן פֿאָלק; און ער האָט געשטעלט זינגער צו {dn גאָט} װאָס זאָלן געבן אַ לױב אין הײליקער שײנקײט, בײַם אַרױסגײן פֿאַר די באַװאָפֿנטע, און זאָגן: גיט אַ דאַנק צו {dn גאָט}, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד. /20:22 און אין דער צײַט װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן אַ געזאַנג און אַ לױב, האָט {dn גאָט} געשטעלט לױערער אױף די קינדער פֿון עַמוֹן, מוֹאָבֿ און דעם באַרג שֵׂעִיר, װאָס זײַנען געקומען קײן יהודה; און זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן. /20:23 װאָרום די קינדער פֿון עַמוֹן און מוֹאָב האָבן זיך געשטעלט אַקעגן די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, צו פֿאַרװיסטן און צו פֿאַרטיליקן; און װי זײ האָבן פֿאַרלענדט די באַװױנער פֿון באַרג שֵׂעִיר, האָבן זײ געהאָלפֿן אומצוברענגען אײנער דעם אַנדערן. /20:24 און יהודה איז געקומען צו דעם װאַכטורעם אין דער מדבר, און זײ האָבן זיך אומגעקוקט אױף דעם המוֹן ערשט זײ ליגן פּגרים אױף דער ערד, און קײנער איז ניט אַנטרונען געװאָרן. /20:25 און יהוֹשָפֿט און זײַן פֿאָלק זײַנען געקומען צו רױבן זײער זאַקרױב, און זײ האָבן געפֿונען בײַ זײ אַ סך אי פֿאַרמעג אי פּגרים מיט טײַערע זאַכן, און זײ האָבן צוגענומען פֿאַר זיך, ביז זײ האָבן מער ניט געקענט טראָגן; און זײ האָבן געהאַלטן אין רױבן דרײַ טעג דעם זאַקרױב, װאָרום ער איז געװען פֿיל. /20:26 און אױפֿֿן פֿירטן טאָג האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין טאָל ברָכָה, װאָרום דאָרטן האָבן זײ געאַמכט אַ ברכה צו {dn גאָט}; דרום רופֿט מען דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט דער טאָל ברָכָה ביז אױף הײַנט. /20:27 און אַלע מענער פֿון יהודה און ירושָלַיִם און יהוֹשָפֿט זײ פֿאַרױס האָבן זיך אומגעקערט צוריקצוגײן קײן ירושָלַיִם מיט פֿרײד, װאָרום {dn גאָט} האָט זײ דערפֿרײט איבער זײערע פֿײַנט. /20:28 און זײ זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן און מיט טרומײטן צום הױז פֿון {dn גאָט}. 29און אַ פּחד פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף די מלוכות פֿון די לענדער, װען זײ האָבן געהערט אַז {dn יהוה} האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פֿײַנט פֿון ישׂראל. /20:30 און יהוֹשָפֿטס מלוכה איז געװען רויִק װאָרום זײַן {dn גאָט} האָט אים באַרוט פֿון רונד אַרום. /20:31 און יהוֹשָפֿט האָט געקיניגט איבער יהודה; פֿינף און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזובָֿה די טאָכטער פֿון שִלחין. /20:32 און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – און האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /20:33 נאָר די במות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן, און דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ ניט געקערט זײער האַרץ צו דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /20:34 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשָפֿטן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון יֵהוא דעם זון פֿון חנָנין, װאָס איז אַרײַן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /20:35 און נאָך דעם האָט יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהודה זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחזיָה דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָס האָט געטאָן שלעכטס. /20:36 און ער האָט אים צוגעחבֿרט צו זיך, צו מאַכן שיפֿן אױף צו גײן קײן תַּרשיש; און זײ האָבן געמאַכט שיפֿן אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר. /20:37 האָט אֶליעֶזֶר דער זון פֿון דוֹדָוָהון פֿון מָרֵשָה נבֿיאות געזאָגט אױף יהוֹשָפֿטן, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט זיך צונױפֿגעחבֿרט מיט אַחזיָהון, װעט {dn גאָט} צעברעכן דײַנע אַרבעט. און די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן, און זײ האָבן ניט געקענט גײן קײן תּרשיש. /21:1 און יהוֹשָפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דודס-שטאָט; און זײַן זון יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /21:2 און ער האָט געהאַט ברידער, יהוֹשָפֿטס זין: עַזַריָה, און יחיאֵל, און זכַריָהו, און עַזַריָהו, און מיכָאֵל, און שפֿטיָהו; די אַלע זײַנען געװען זין פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון ישׂראל. /21:3 און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן גרױסע מתּנות פֿון זילבער און גאָלד און טײַערע זאַכן, מיט פֿעסטונגשטעט אין יהודה. אָבער די מלוכה האָט ער געגעבן יהוֹרָמען, װאָרום ער איז געװען דער בכָור. /21:4 און װי יהוֹרָם איז אױפֿֿגעשטאַנען אױף זײַן פֿאָטערס מלוכה, און האָט זיך באַפֿעסטיקט, אַזױ האָט ער געהרגעט אַלע זײַנע ברידער, מיטן שװערד, און אױך פֿון די האַרן פֿון ישׂראל. /21:5 צװײ און דרײַסיק יאָר איז יהוֹרָם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. /21:6 און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט געטאָן; װאָרום ער האָט געהאַט אַחאָבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /21:7 אָבער {dn גאָט} האָט ניט געװאָלט אומברענגען דאָס הױז פֿון דוד, פֿון װעגן דעם בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט דודן, און אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט, צו געבן אים און זײַנע קינדער אַ ליכט אַלע טעג. /21:8 אין זײַנע טעג איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהודה, און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך. /21:9 און יהוֹרָם איז אַריבערגעגאַנגען מיט זײַנע הױפּטלײַט, און אַלע רײַטװעגן מיט אים; און ער איז אױפֿֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, און האָט געשלאָגן די אֶדוֹמים װאָס האָבן אַרומגערינגלט אים און די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן. /21:10 אַזױ איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהודה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל אין דער אײגענער צײַט איז אָפּגעפֿאַלן לִבֿנָה פֿון אונטער זײַן האַנט; װײַל ער האָט פֿאַרלאָזן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /21:11 ער האָט אױך געמאַכט במות אױף די בערג פֿון יהודה, און ער האָט געמאַכט אױסגעלאַסן די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און האָט אַראָפּגעפֿירט יהודה. /21:12 איז געקומען צו אים אַ געשריפֿטס פֿון אֵלִיָהו דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון דײַן פֿאָטער דודן: דערפֿאַר װאָס דו ביסט ניט געגאַנגען אין די װעגן פֿון דײַן פֿאָטער יהוֹשָפֿטן, און אין די װעגן פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהודה, /21:13 נײַערט דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל, און האָסט געמאַכט אױסגעלאַסן יהודה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט זײ געמאַכט אױסגעלאַסן, און האָסט אױך געהרגעט דײַנע ברידער פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, װאָס זײַנען געװען בעסער פֿון דיר. /21:14 זע, װעט {dn גאָט} אַצונד פּלאָגן מיט אַ גרױסער פּלאָג דײַן פֿאָלק, און דײַנע קינדער, און דײַנע װײַבער, און דײַן גאַנצן פֿאַרמעג. /21:15 און דו װעסט זײַן אין גרױס קרענק פֿון אַ קראַנקשאַפֿט אין דײַנע געדערים, ביז דײַנע געדערים װעלן אַרױסקריכן פֿון דער קרענק טעג נאָך טעג. /21:16 און {dn גאָט} האָט דערװעקט אױף יהוֹרָמען דעם גײַסט פֿון די פּלִשתּים, און פֿון די אַראַבער װאָס לעבן די כּושים. /21:17 און זײ זײַנען אַרױפֿֿגעגאַגנען אױף יהודה, און האָבן זיך אַרײַנגעבראָכן אין איר, און האָבן געפֿאַנגען דעם גאַנצן פֿאַרמעג װאָס האָט זיך געפֿונען אין מלכס הױז, און אױך זײַנע זין און זײַנע װײַבער, און אים איז ניט איבערגעבליבן קײן זון, אַחוץ יהוֹאָחז דער ייִנגסטער פֿון זײַנע זין. /21:18 און נאָך דעם אַלעמען האָט אים {dn גאָט} געפּלאָגט אין זײַנע געדערים מיט אַ קרענק ניט אױסצוהײלן. /21:19 און עס איז געװען נאָך טעג און טעג – בעת דער סָוף פֿון צװײ יאָר איז געװען אַריבער, זײַנען אים די געדערים אַרױסגעקראָכן פֿון זײַן קרענק, און ער איז געשטאָרבן אין בײזע װײטאָקן; און מע האָט ניט געמאַכט נאָך אים אַ פֿאַרברענונג אַזױ װי די פֿאַרברענונג פֿון זײַנע עלטערן. /21:20 צװײ און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און ער איז אַװעק אָן נחת; און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס-שטאָט, אָבער ניט אין די קבֿרים פֿון די מלכים. /22:1 און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם האָבן געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט אַחזיָהו, זײַן ייִנגסטן זון, װאָרום אַלע עלטערע האָט אױסגעהרגעט די באַנדע װאָס איז געקומען מיט די אַראַבער אין לאַגער. אַזױ איז אַחזיָהו, דער זון פֿון יהוֹרָם דעם מלך פֿון יהודה, געװאָרן מלך. /22:2 צװײ און פֿערציק יאָר איז אַחזיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַתַליָהו די טאָכטער פֿון עָמרין. /22:3 ער אױך איז געגאַנגען אין די װעגן פֿון אַחאָבֿס הױז, װאָרום זײַן מוטער איז געװען זײַן עצה-געבערין אױף צו טאָן שלעכטס. /22:4 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ, װאָרום זײ זײַנען געװען זײַנע יוֹעצים נאָך זײַן פֿאָטערס טױט, צו זײַן אונטערגאַנג. /22:5 ער איז אױך געגאַנגען אין זײער עצה, און איז אַװעק מיט יהוֹרָם דעם זון פֿון אַחאָבֿן, דעם מלך פֿון ישׂראל, אױף מלחמה אַקעגן חזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם אין רָמוֹת-גִלעָד; און די אַרַמים האָבן פֿאַרװוּנדט יוֹרָמען. /22:6 און ער האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יִזרְעֶאל פֿון די װוּנדן װאָס מע האָט אים פֿאַרװוּנדט אין רָמָה, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם. און עַזַריָהו דער זון פֿון יהוֹרָמען, דער מלך פֿון יהודה, האָט אַראָפּגענידערט צו זען יהוֹרָם דעם זון פֿון אַחאָבֿן אין יִזרְעֶאל, װען ער איז געװען קראַנק. /22:7 און די מפּלה פֿון אַחזיָהון איז געװען פֿון {dn גאָט} – אַז ער זאָל קומען צו יוֹרָמען; װאָרום אַז ער איז געקומען, איז ער אַרױסגעגאַנגען מיט יהוֹרָמען צו יֵהוא דעם זון פֿון נִמשין, װאָס {dn גאָט} האָט אים געזאַלבט, כּדי צו פֿאַרשנײַדן דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ. /22:8 און עס איז געװען, װי יֵהוא האָט זיך אָפּגערעכנט מיט דעם הױז פֿון אַחאָבֿ, האָט ער געטראָפֿן די האַרן פֿון יהודה, און די זין פֿון אַחזיָהוס ברידער, װאָס האָבן געדינט בײַ אַחזיָהון, און ער האָט זײ געהרגעט. /22:9 און ער האָט געזוכט אַחזיָהון, און מע האָט אים געכאַפּט װי ער איז געװען באַהאַלטן אין שוֹמרוֹן, און מע האָט אים געבראַכט צו יֵהואן, און מע האָט אים געטײט. און זײ האָבן אים באַגראָבן, װאָרום זײ האָבן געזאָגט: ער איז דער זון פֿון יהוֹשָפֿטן, װאָס האָט געזוכט {dn גאָט} מיט זײַן גאַנצן האַרצן. און עס איז ניט געװען פֿון אַחזיָהוס הױז װער עס זאָל האָבן כּוח אָנצוהאַלטן די מלוכה. /22:10 און װי עַתַליָהו די מוטער פֿון אַחזיָהון האָט געזען אַז איר זון איז טױט, איז זי אױפֿֿגעשטאַנען, און האָט אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם פֿון דעם הױז פֿון יהודה. /22:11 האָט יהוֹשַבֿעַת די טאָכטער פֿון דעם מלך גענומען יוֹאָש דעם זון פֿון אַחזיָהון, און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס זין װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן, און האָט אים און זײַן אַם אַרײַנגעבראַכט אין אַ שלאָפֿקאַמער. און יהוֹשַבֿעַת די טאָכטער פֿון דעם מלך יהוֹרָם, די װײַב פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן – װאָרום זי איז געװען די שװעסטער פֿון אַחזיָהון – האָט אים באַהאַלטן פֿון עַתַליָהון, און זי האָט אים ניט געטײט. /22:12 און ער איז געװען באַהאַלטן בײַ זײ, אין הױז פֿון {dn גאָט} זעקס יאָר. און עַתַליָהו האָט געקיניגט איבערן לאַנד. /23:1 און אױפֿֿן זיבעטן יאָר האָט זיך יהױדע געשטאַרקט, און ער האָט אַרײַנגענומען די הױפּֿטלײַט פֿון די הונדערטן, עזריה דעם זון פֿון ירוחמען, און ישמעאל דעם זון פֿון יהוחננען, און עזריהו דעם זון פֿון עובֿדן, און מעשׂיהו דעם זון פֿון עדיהון, און אלישפֿט דעם זון פֿון זכרין, מיט זיך אין אַ בונד. /23:2 און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין יהודה, און האָבן אײַנגעזאַמלט די לויִים פֿון אַלע שטעט פֿון יהודה, און די הױפּֿטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישראל, און זײ זײַנען געקומען קײן ירושלים. /23:3 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן מלך אין הױז פֿון {dn גאָט}; און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ אָט, זאָל דער זון פֿון מלך קיניגן, אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט װעגן די זין פֿון דודן. /23:4 דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן׃ אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת, פֿון די כּהנים און פֿון די לויִים, זאָלן זײַן פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן; /23:5 און אַ דריטל פֿון אײַך אין מלכס הױז, און אַ דריטל אין דעם גרונטטױער; און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זײַן אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז. /23:6 און קײנער זאָל ניט אַרײַנקומען אין הױז פֿון {dn גאָט}, נאָר די כּהנים, און די װאָס באַדינען פֿון די לויִים; זײ מעגן אַרײַנקומען, װאָרום זײ זײַנען הײליק. אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל אָפּהיטן די אָפּהיטונג פֿון {dn גאָט}. /23:7 און די לויִים זאָלן אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט; און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרײַנגײן און בײַ זײַן אַרױסגײן. /23:8 האָבן די לוִיִים אין גאַנץ יהודה געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוידע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, װאָרום יהוידע דער כּהן האָט ניט אַװעקגעלאָזט די אָפּטײלונגען. /23:9 און יהוידע דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די פּאַנצערס און די שילדן פֿון דעם מלך דוד, װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}. /23:10 און ער האָט אַרױסגעשטעלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, איטלעכן מיט זײַן װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום. /23:11 און זײ האָבן אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָבן אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די [קיניגלעכע] צײכנס, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך. און יהוידע און זײַנע זין האָבן אים געזאַלבט, און זײ האָבן געזאָגט׃ לעבן זאָל דער מלך. /23:12 און עתליהו האָט געהערט דעם קול פֿון דעם פֿאָלק װאָס לױפֿט און לױבט דעם מלך, און זי איז געקומען צום פֿאָלק אין גאָטס הױז. /23:13 און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף זײַן בימה אין אײַנגאַנג, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך און בלאָזט אין טרומײטן, און די זינגערס מיט כּלי־זמר װאָס פֿירן פֿאָן דעם לױבגעזאַנג; האָט עתליהו צעריסן אירע קלײדער, און האָט געזאָגט׃ אַ בונט! אַ בונט! /23:14 האָט יהוידע אַרױסגעפֿירט די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ פֿירט זי אַרױס אינעװײניק פֿון די רײען, און דער װאָס גײט איר נאָך, זאָל געטײט װערן מיטן שװערד. װאָרום דער כּהן האָט געזאָגט׃ איר זאָלט זי ניט טײטן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /23:15 האָבן זײ געמאַכט פֿאַר אים אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אײַנגאַנג פֿון פֿערדטױער אין מלכס הױז; און זײ האָבן זי דאָרטן געטײט. /23:16 און יהוידע האָט געשלאָסן אַ בונד צװישן אים און צװישן דעם גאַנצן פֿאָלק און צװישן מלך, צו זײַן צום פֿאָלק פֿון {dn יהוה}. /23:17 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בעל, און האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן, פֿון זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ צעבראָכן, און מתּן דעם כּהן פֿון בעל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות. /23:18 און יהוידע האָט געגעבן די אױפֿֿזעונג פֿון גאָטס הױז אין דער האַנט פֿון די כּהנים פֿון שבֿט לֶוִי, װאָס דוד האָט אײַנגעטײלט איבער דעם הױז פֿון {dn גאָט}, אױפֿֿצוברענגען די בראַנדאָפּפֿער פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת־משה, מיט שׂמחה, און מיט געזאַנג לױט דעם אײַנשטעל פֿון דודן. /23:19 און ער האָט געשטעלט די טױערלײַט בײַ די טױערן פֿון גאָטס הױז, אַז דער װאָס איז אומרײן פֿון װאָסער עס איז זאַך, זאָל ניט אַרײַנקומען. /23:20 און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די גרױסע לײַט, און די געװעלטיקער איבער דעם פֿאָלק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און האָט אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון גאָטס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם אױבערשטן טױער אין מלכס הױז, און האָבן אַרױפֿֿגעזעצט דעם מלך אױף דעם טראָן פֿון מלוכה. /23:21 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עתליהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד. /24:1 זיבן יאָר איז יואָש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צבֿיה פֿון באר־שבֿע. /24:2 און יואָש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט} אַלע טעג פֿון יהױדע דעם כּהן. /24:3 און יהוידע האָט פֿאַר אים גענומען צװײ װײַבער; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. /24:4 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט יואָש געהאַט אין האַרצן צו באַנײַען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /24:5 און ער האָט אײַנגעזאַמלט די כּהנים און די לוִיִים, און ער האָט צו זײ געזאָגט׃ גײט אַרױס צו די שטעט פֿון יהודה, און קלײַבט אױף פֿון גאַנץ ישׂראל געלט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון אײַער {dn גאָט} פֿון יאָר צו יאָר; און איר זאָלט אײַך אײַלן װעגן דער זאַך. אָבער די לוִיִים האָבן זיך ניט געאײַלט. /24:6 האָט דער מלך גערופֿן יהױדע דעם הױפּֿט, און האָט צו אים געזאָגט׃ פֿאַר װאָס האָסטו ניט פֿאַרלאַנגט פֿון די לוִיִים, צו ברענגען די אָפּגאָב [אַרױפֿֿגעלײגט] פֿון משה דעם קנעכט פֿון {dn גאָט}, און פֿון דער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, פֿאַר דעם געצעלט פֿון געזעץ? /24:7 װאָרום עתליהו די מרשעת, אירע זין האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און אױך אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון גאָטס הױז האָבן זײ פֿאַרטאָן פֿאַר די בעל־געטער. /24:8 און דער מלך האָט געהײסן, און מע האָט געמאַכט אַ קאַסטן, און אים אַװעקגעשטעלט בײַם טױער פֿון גאָטס הױז פֿון אױסנװײניק. /24:9 און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהודה און אין ירושלים, צו ברענגען די אָפּגאָב [אַרױפֿֿגעלײגט] פֿון משה דעם קנעכט פֿון {dn גאָט} אױף ישׂראל אין מדבר. /24:10 און אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט, און זײ האָבן געבראַכט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין קאַסטן ביז פֿול. /24:11 און עס איז געװען, בעת מע פֿלעגט ברענגען דעם קאַסטן צו די אױפֿֿזעער פֿון מלך דורך דער האַנט פֿון די לויִים, און װי זײ האָבן געזען אַז עס איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ פֿלעגט קומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער אױפֿֿזעער פֿון דעם כּהן־גדול, און זײ פֿלעגן אױסלײדיקן דעם קאַסטן, און אים אַװעקטראָגן און אים אומקערן אױף זײַן אָרט. אַזױ האָבן זײ געטאָן טאָג אין טאָג, און זײ האָבן אָנגעזאַמלט געלט לרובֿ. /24:12 און דער מלך און יהױדע האָבן עס געגעבן צו די װערקמײנסטער איבער דער אַרבעט פֿון גאָטס הױז; און זײ האָבן געדונגען שטײנהעקער און האָלצמײנסטער, צו באַנײַען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און אױף אײַזנ־ און קופּערשמידן, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /24:13 און די בעל־מלאָכהס האָבן געאַרבעט, און די אַרבעט איז פֿאַרריכט געװאָרן דורך זײער האַנט, און זײ האָבן צוריקגעשטעלט דאָס הױז פֿון {dn גאָט} אױף זײַן שטאַנד, און אים באַפֿעסטיקט. /24:14 און אַז זײ האָבן געענדיקט, האָבן זײ געבראַכט פֿאַר דעם מלך און יהױדען דעם רעשט געלט, און מע האָט דערפֿון געמאַכט כּלים פֿאַר גאָטס הױז, כּלים צום דינען און אױפֿֿברענגען, און שאָלן, און גילדערנע און זילבערנע כּלים. און מע פֿלעגט אױפֿֿברענגען בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון {dn גאָט} תּמיד אַלע טעג פֿון יהױדען. /24:15 און יהױדע איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער איז געשטאָרבן; הונדערט און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געשטאָרבן. /24:16 און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס־שטאָט לעבן די מלכים, װײַל ער האָט געטאָן גוטס צװישן ישׂראל, און פֿאַר {dn גאָט} און זײַן הױז. /24:17 און נאָך דעם טױט פֿון יהױדען זײַנען געקומען די האַרן פֿון יהודה, און זײ האָבן זיך געבוקט צום מלך. דענצמאָל האָט דער מלך זיך צוגעהערט צו זײ. /24:18 און זײ האָבן פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, און זײ האָבן געדינט די געצנבױמער, און די געצנבילדער, און עס איז געװען אַ צאָרן אױף יהודה און ירושלים פֿאַר דער דאָזיקער פֿאַרשולדיקונג זײערער. /24:19 און ער האָט געשיקט צו זײ נבֿיאים, זײ אומצוקערן צו {dn גאָט}, און זײ האָבן זײ געװאָרנט, אָבער זײ האָבן ניט צוגעטאָן דאָס אױער. /24:20 און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} האָט אָנגעקלײדט זכריה דעם זון פֿון יהוידע דעם כּהן, און ער האָט זיך געשטעלט איבער דעם פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט׃ אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט׃ פֿאַר װאָס טרעט איר איבער די געבאָט פֿון {dn יהוה}, אַז איר זאָלט ניט באַגליקן? װאָרום איר האָט פֿאַרלאָזן {dn יהוה}, און ער האָט אײַך פֿאַרלאָזן. /24:21 האָבן זײ געמאַכט אױף אים אַ בונט, און האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער אױף דעם באַפֿעל פֿון מלך, אין הױף פֿון גאָטס הױז. /24:22 און דער מלך יואָש האָט ניט געדאַכט אָן דעם חסד װאָס זײַן פֿאָטער יהױדע האָט מיט אים געטאָן, און ער האָט געהרגעט זײַן זון. און אַז ער איז געשטאָרבן, האָט ער געזאָגט׃ {dn גאָט} װעט זען און װעט אױפֿֿמאָנען. /24:23 און עס איז געװען, בײַם אַרומדרײ פֿון יאָר, איז אַרױפֿֿגעגאַנגען אױף אים דער חיל פֿון אַרם, און זײ זײַנען געקומען קײן יהודה און ירושלים, און האָבן אומגעבראַכט אַלע האַרן פֿון פֿאָלק פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און זײער גאַנצן רױב האָבן זײ אַװעקגעשיקט צום מלך פֿון דרמשׂק. /24:24 הגם דער חיל פֿון אַרם איז געקומען מיט װינציק מענטשן, אָבער {dn גאָט} האָט איבערגעגעבן אין זײער האַנט זײער אַ גרױסן חיל, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן {dn גאָט דעם האַר} פֿון זײערע עלטערן. און זײ האָבן געטאָן אַ משפּֿט אױף יואָשן. /24:25 און אַז זײ זײַנען אַװעק פֿון אים – װאָרום זײ האָבן אים געלאָזן אין גרױס קראַנקשאַפֿט – האָבן זײַנע קנעכט געמאַכט אַ בונט אױף אים – פֿאַר דעם בלוט פֿון די זין פֿון יהױדע דעם כּהן – און זײ האָבן אים געהרגעט אױף זײַן בעט, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס־שטאָט, אָבער מע האָט אים ניט באַגראָבן אין די קבֿרים פֿון די מלכים, /24:26 און דאָס זײַנען די װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף אים׃ זבֿר דער זון פֿון שמעת דער עמונית, און יהוזבֿד דער זון פֿון שמרית דער מואָבֿית. /24:27 און זײַנע זין, און די פֿיל נבֿואות איבער אים, און די באַפֿעסטיקונג פֿון גאָטס הױז, זײ זײַנען באַשריבן אין דעם מדרש פֿון דעם בוך פֿון די מלכים. און זײַן זון אַמציהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /25:1 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז אמציהו געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יהועדן פֿון ירושלים. /25:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אָבער ניט מיט אַ גאַנצן האַרצן. /25:3 און עס איז געװען, װי די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט בײַ אים, אַזױ האָט ער געהרגעט זײַנע קנעכט װאָס האָבן דערשלאָגן זײַן פֿאָטער דעם מלך. /25:4 אָבער זײערע קינדער האָט ער ניט געטײט, נײַערט אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה, אין דעם בוך פֿון משהן, װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר קינדער און קינדער זאָלן ניט געטײט װערן פֿאָר פֿאָטערס; נײַערט יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן. /25:5 און אמציהו האָט אײַנגעזאַמלט יהודה, און האָט זײ אױסגעשטעלט לױט די פֿאָטערהאײַזער, לױט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און לױט די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, גאַנץ יהודה און בנימין; און ער האָט זײ געצײלט פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, און האָט זײ געפֿונען דרײַ הונדערט טױזנט געקליבענע מענער, װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל, װאָס האַלטן אַ שפּיז און אַ פּאַנצער. /25:6 און ער האָט אָנגעדונגען פֿון ישׂראל הונדערט טױזנט העלדישע גיבורים פֿאַר הונדערט צענטנער זילבער. /25:7 און אַ געטלעכער מאַן איז געקומען צו אים, אַזױ צו זאָגן: מלך, זאָל דער חיל פֿון ישׂראל ניט גײן מיט דיר, װײַל {dn גאָט} איז ניט מיט ישׂראל, מיט אַלע קינדער פֿון אפֿרים. /25:8 װאָרום אַז דו װעסט גײן, מעגסטו פֿירן װי שטאַרק די מלחמה, װעט דיך {dn גאָט} מאַכן פֿאַלן פֿאַר דעם פֿײַנט, װײַל בײַ {dn גאָט} איז די מאַכט צו העלפֿן און צו מאַכן פֿאַלן. /25:9 האָט אמציהו געזאָגט צו דעם געטלעכן מאַן: אָבער װאָס טוט מען װעגן די הונדערט צענטנער װאָס איך האָב געגעבן דער מחנה פֿון ישׂראל? האָט דער געטלעכער מאַן געזאָגט: {dn גאָט} קען דיר געבן מער װי דאָס. /25:10 האָט זײ אמציהו אָפּגעזונדערט, די מחנה װאָס איז צו אים געקומען פֿון אפֿרים, אױף צו גײן אַהײם; און זײער צאָרן האָט זײער געגרימט אױף יהודה, און זײ האָבן זיך אומגעקערט אַהײם אין גרימצאָרן. /25:11 און אמציהו האָט זיך געשטאַרקט, און ער האָט אָנגעפֿירט זײַן פֿאָלק, און ער איז געגאַנגען צום טאָל פֿון זאַלץ, און האָט געשלאָגן פֿון די קינדער פֿון שׂעיִר צען טױזנט. /25:12 און צען טױזנט האָבן די קינדער פֿון יהודה געפֿאַנגען לעבעדיקערהײט, און זײ האָבן זײ געבראַכט אױפֿֿן שפּיץ פֿעלדז, און זײ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון שפּיץ פֿעלדז, ביז זײ זײַנען אַלע צעהאַקט געװאָרן. /25:13 אָבער די לײַט פֿון דער מחנה װאָס אמציהו האָט אומגעקערט פֿון צו גײן מיט אים אין דער מלחמה, האָבן זיך צעשפּרײט איבער די שטעט פֿון יהודה, פֿון שומרון און ביז בית-חורון, און זײ האָבן פֿון זײ געשלאָגן דרײַ טױזנט, און האָבן גערױבט פֿיל רױב. /25:14 און עס איז געװען, נאָכדעם װי אמציהו איז געקומען פֿון שלאָגן די אַדומים, האָט ער געבראַכט די געטער פֿון די קינדער פֿון שׂעיִר, און האָט זײ זיך אױפֿֿגעשטעלט פֿאָר געטער, און ער פֿלעגט זיך בוקן פֿאַר זײ, און רײכערן צי זײ. /25:15 האָט דער צאָרן פֿון {dn גאָט} געגרימט אױף אמציהון, און ער האָט געשיקט צו אים אַ נבֿיא, און ער האָט צו אים געזאָגט: נאָך װאָס זוכסטו די געטער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָבן ניט מציל געװען זײער פֿאָלק פֿון דײַן האַנט? /25:16 און עס איז געװען, אַז ער האָט גערעדט צו אים, האָט [דער מלך] צו אים געזאָגט: האָבן מיר דיך פֿאַר דעם יועץ פֿון מלך געמאַכט? הער דיר אױף; נאָך װאָס זאָל מען דיך שלאָגן? האָט דער נבֿיא אױפֿֿגעהערט, און ער האָט געזאָגט: איך װײַס אַז {dn גאָט} האָט באַראָטן דיך אומצוברענגען, װײַל דו האָסט דאָס געטאָן, און האָסט ניט צוגעהערט צו מײַן עצה. /25:17 און אמציהו דער מלך פֿון יהודה האָט זיך באַקלערט, און האָט געשיקט צו יואָש דעם זון פֿון יהואָחז דעם זון פֿון יהודהן, דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: קום לאָמיר זיך אָנקוקן אין פּנים. /25:18 האָט יואָש דעם מלך פֿון ישׂראל געשיקט צו אמציהו דעם מלך פֿון יהודה, אַזױ צו זאָגן: דעם דאָרן װאָס אין לבֿנון האָט געשיקט צו דעם צעדערבױם װאָס אין לבֿנון, אַזױ צו זאָגן: גיב דײַן טאָכטער צו מײַן זון פֿאַר אַ װײַב. איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ װילדע חיה װאָס אין לבֿנון, און האָט צעטראָטן דעם דאָרן. /25:19 דו קלערסט, אָט האָסט געשלאָגן אדום, און דײַן האַרץ האָט דיך דערהױבן זיך צו באַרימען. זיץ אַצונד אין דער הײם. נאָך װאָס זאָלסטו זיך רײצן מיט אומגליק, און פֿאַלן דו און יהודה מיט דיר. /25:20 אָבער אמציהו האָט ניט צוגעהערט; װאָרום דאָס איז געװען פֿון {dn גאָט}, כּדי זײ צו געבן אין דער האַנט [פֿון זײער פֿײַנט], װײַל זײ האָבן געזוכט די געטער פֿון אדום. /25:21 און יואָש דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױפֿֿגעגאַנגען, און ער און אמציהו דער מלך פֿון יהודה האָבן זיך אָנגעקוקט אין פּנים אין בית-שמש װאָס געהערט צו יהודה. /25:22 און יהודה איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. /25:23 און אמציהו דעם מלך פֿון יהודה, דעם זון פֿון יואָש דעם זון פֿון יהואָחזן, האָט יואָש דעם מלך פֿון ישׂראל געכאַפטּ אין בית-שמש, און האָט אים געבראַכט קײן ירושלים; און ער האָט דורכגעבראָכן די מױער פֿון ירושלים פֿון דעם טױער פֿון אפֿרים ביז דעם װינקלטױער, פֿיר הונדערט אײלן. /25:24 און [ער האָט צוגענומען] דאָס גאַנצע גאָלד און זילבער, און אַלע כּלים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט} אונטער עובֿד-אדומען, און די אוצרות פֿון דעם מלכס הױז, און מַשכּון-קינדער, און האָט זיך אומגעקערט קײן שומרון. /25:25 און אמציהו דער זון פֿון יואָשן, דער מלך פֿון יהודה, האָט געלעבט נאָך דעם טױט פֿון יואָש דעם זון פֿון יהואָחזן, דעם מלך פֿון ישׂראל, פֿופֿצן יאָר. /25:26 און די איבעריקע זאַכן װעגן אמציהו, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהודה און ישׂראל. /25:27 און פֿון דער צײַט אָן װאָס אמציהו האָט זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער {dn גאָט}, האָט מען געבונטעװעט אַ בונט אױף אים אין ירושליִם; און ער איז אַנטלאָפֿן קײן לכיש, אָבער מע האָט נאָכגעשיקט נאָך אים קײן לכיש, און מע האָט אים דאָרטן געטײט. /25:28 און מע האָט אים געבראַכט אױף פֿערד, און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דער שטאָט יהודה. /26:1 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהודה האָט גענומען עוּזִיָהון, װאָס איז געװען זעכצן יאָר אַלט, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער אמציהון. /26:2 ער האָט אַרומגעבױט אילות און האָט זי אומגעקערט צו יהודה, נאָך דעם װי דער מלך האָט געלײגט מיט זײַנע עלטערן. /26:3 זעכצן יאָר איז עוּזִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יכָליה פֿון ירושלים. /26:4 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק און די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער אמציהו האָט געטאָן. /26:5 און ער האָט זיך אָפּגעלײגט אױף זוכן {dn גאָט} אין די טעג פֿון זכַריָהון, װאָס איז געװען פֿאַרשטאַנדיק אין דער זעונג פֿון {dn גאָט}; און אין די טעג װאָס ער האָט געזוכט {dn יהוה} האָט מיט אים {dn גאָט} באַגליקט. /26:6 און ער איז אַרױסגעגאַנגען און האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פּלישתּים, און האָט אײַנגעבראָכן די מױער פֿון גת, און די מױער פֿון יבֿנה, און די מױער פֿון אַשדוד, און געבױט שטעט אַרום אַשדוד, און צװישן די פּלישתּים. /26:7 און {dn גאָט} האָט אים געהאָלפֿן אַקעגן די פּלישתּים, און אַקעגן די אַראַבער, װאָס זײַנען געזעסן אין גור-בעל, און די מעונים. /26:8 און די עמונים האָבן געגעבן מתּנות צו עוּזִיָהו; און זײַן שם איז געגאַנגען ביז מע קומט קײן מצרַיִם, װאָרום ער איז געװען שטאַרק ביז גאָר. /26:9 און עוּזִיָהו האָט געבױט טורעמס אין ירושלים בײַם װינקלטױער, און בײַם טױער פֿון טאָל, און בײַם עק, און ער האָט זײ בעפֿעסטיקט. /26:10 און ער האָט געבױט טורעמס אין דער מדבר, און האָט אױסגעהאַקט פֿיל ברונעמער, װאָרום ער האָט געהאַט פֿיל פֿי אי אין דער נידערונג, אי אין דעם פֿלאַכלאַנד; [און ער האָט געהאַט] אַקערלײַט און גערטענירער אױף די בערג, און אין כַּרמל, װאָרום ער איז געװען אַ ליבהאַבער פֿון ערד. /26:11 און עוּזִיָהו האָט געהאַט אַ חיל פֿון קריגסלײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אין מחנות, לױט דעם מספּר פֿון זײער צײלונג דורך דער האַנט פֿון יעיִאל דעם שרײַבער, און מעשׂיהו דעם אױפֿֿזעער, אונטער דער האַנט פֿון חַנַניָהון, אײנעם פֿון די האַרן פֿון מלך. /26:12 די גאַנצע צאָל פֿון די הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, די העלדישע גיבורים, איז געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט. /26:13 און אונטער זײער האַנט איז געװען אַ קריגס-חיל פֿון דרײַ הונדערט טױזנט און זיבן טױזנט פֿון פֿינף הונדערט װאָס האָבן געהאַלטן מלחמה מיט שטאַרקן כּוח, צו העלפֿן דעם מלך אַקעגן דעם פֿײַנט. /26:14 און עוּזִיָהו האָט צוגעגרײט פֿאַר זײ, פֿאַר דעם גאַנצן חיל, שילדן, און שפּֿיזן, און קיװערס, און פּאַנצערס, און בױגנס, און שלײַדערשטײנער. /26:15 און ער האָט געמאַכט אין ירושלים קונציקע געשטעלן, אױסגעטראַכט פֿון אַ מײנסטער, צו זײַן אױף די טורעמס און אױף די שפּיצן, אױף צו שיסן מיט פֿײַלן און מיט גרױסע שטײנער; און זײַן שם איז אַרױסגעגאַנגען ביז אין מרחקים, װאָרום ער איז װוּנדערלעך געהאָלפֿן געװאָרן, ביז ער איז געװאָרן שטאַרק. /26:16 אָבער װי ער איז שטאַרק געװאָרן, האָט זײַן האַרץ זיך דערהױבן ביז צום פֿאַרדאָרבן װערן, און ער האָט געפֿעלשט אָן {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין היכל פֿון {dn גאָט} צו רײכערן אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרױך. /26:17 איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך אים עזריָהו דער כּהן, און מיט אים אַכציק כּהנים פֿון {dn גאָט}, העלדישע יונגען, /26:18 און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם מלך עוזיהו, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: ניט פֿאַר דיר, עוזיהו, איז רײכערן צו {dn גאָט}, נאָר פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרן, װאָס זײַנען געהײליקט אױף צו רײכערן. גײ אַרױס פֿון הײליקטום, װאָרום דו האָסט געפֿעלשט, און דאָס װעט דיר ניט זײַן צום כּבֿוד בײַ {dn גאָט דעם האַר}. /26:19 האָט עוזיהו געצערנט; און אין זײַן האַנט איז געװען אַ רײכערפֿאַן אױף צו רײכערן; און װי ער האָט געצערנט אױף די כּהנים, אַזױ האָט אַ צָרעת אױסגעבראָכן אױף זײַן שטערן, פֿאַר די כּהנים אין גאָטס הױז, לעבן דעם מזבח פֿאַר װײַרױך. /26:20 און עזריָהו דער כּהן־גדול און אַלע כּהנים האָבן זיך אומגעקוקט, ערשט ער איז מצורע אױף זײַן שטערן; האָבן זײ אים אױף גיך אַװעקגענומען פֿון דאָרטן, און אױך ער האָט זיך געײַלט אַרױסצוגײן, װײַל {dn גאָט} האָט אים געפּלאָגט. /26:21 און דער מלך עוזיהו איז געװען מצורע ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט; און ער איז געזעסן אין אַן אָפּגעזונדערטן הױז, אַ מצורע; װאַרום ער איז אָפּגעשניטן געװאָרן פֿון גאָטס הױז. און זײַן זון יותם איז געװען איבער דעם מלכס הױז; ער האָט געמישפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד. /26:22 און די איבעריקע זאַכן װעגן עוזיהון, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, האָט באַשריבן ישעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אַמוצן. /26:23 און עוזיהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן בײַ זײַנע עלטערן אין דעם קבֿר-פֿעלד פֿון די מלכים, װאָרום זײ האָבן געזאָגט: ער איז אַ מצורע. און זײַן זון יותם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /27:1 פֿינֿף און צװאַנציק יאָר איז יותם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ירושה די טאָכטער פֿון צדוקן. /27:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער עוּזיָהו האָט געטאָן; נאָר ער איז ניט אַרײַנגעגאַנגען אין היכל פֿון {dn גאָט}. אָבער דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ געװען פֿאַרדאָרבן. /27:3 ער האָט געבױט דעם אױבערשטן טױער פֿון גאָטס הױז, און אין דער מױער פֿון עופֿל האָט ער פֿיל געבױט. /27:4 און ער האָט געבױט שטעט אין די בערג פֿון יהודה, און אין די װעלדער האָט ער געבױט פּאַלאַצן און טורעמס. /27:5 און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עמון, און האָט זײ איבערגעשטאַרקט, און די קינדער פֿון עמון האָבן אים געגעבן אין יענעם יאָר הונדערט צענטנער זילבער, און טױזנט כּור װײץ, און גערשטן צען טױזנט. דאָס אײגענע האָבן אים די קינדער פֿון עמון געבראַכט אױך אױפֿֿן צװײטן יאָר און אױפֿֿן דריטן. /27:6 און יותם איז געװאָרן שטאַרק, װאָרום ער האָט אױפֿֿגעפּאַסט זײַנע װעגן פֿאַר {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}. /27:7 און די איבעריקע זאַכן װעגן יותמען, און אַלע זײַנע מלחמות, און זײַנע פֿירונגען, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל און יהודה. /27:8 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. 9. און יותם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דודס-שטאָט. און זײַן זון אָחז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /28:1 צװאַנציק יאָר איז אָחז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און ער האָט ניט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד. /28:2 נאָר איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און ער האָט אױך געמאַכט געגאָסענע בילדער צו די בעל-געטער; /28:3 און ער האָט גערײכערט אין דעם טאָל פֿון בן-הנום, און האָט פֿאַרברענט זײַנע זין אין פֿײַער, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /28:4 און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די במות, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. /28:5 און {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} האָט אים געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם; און זײ האָבן אים געשלאָגן, און האָבן געפֿאַנגען פֿון אים אַ גרױס געפֿאַנגענשאַפֿט, און געבראַכט קײן דרמשׂק. און אױך אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל איז ער געגעבן געװאָרן, און ער האָט אים געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק. /28:6 און פּקח דער זון פֿון רמליַהון האָט אױסגעהרגעט אין יהודה הונדערט און צװאַנציק טױזנט אין אײן טאָג, אַלע העלדישע יונגען; פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /28:7 און זכרי דעם גיבור פֿון אפֿרָיִם האָט געהרגעט מעשׂיהו דעם זון פֿון מלך, און עזריקם דעם פֿירשט פֿון הױז, און אלקָנה דעם שני-למלך. /28:8 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿאַנגען פֿון זײערע ברידער צװײ הונדערט טױזנט װײַבער, זין, און טעכטער, און אױך פֿיל זאַקרױב האָבן זײ גערױבט פֿון זײ, און געבראַכט דעם זאַקרױב קײן שומרון. /28:9 און דאָרטן איז געװען אַ נבֿיא פֿון {dn גאָט} װאָס זײַן נאָמען איס געװען עודד; איז ער אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דעם חיל װאָס איז געקומען קײן שומרון. און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן אױף יהודה האָט ער זײ געגעבן אין אײַער האַנט, אָבער איר האָט זײ געהרגעט מיט אַ צאָרן װאָס גרײכט צום הימעל. /28:10 און אַצונד װילט איר די קינדער פֿון יהודה און ירושלים באַצװינגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך. זײַנען דען ניטאָ אַפֿילו בײַ אײַך אַלײן פֿאַרשולדיקונגען אַקעגן {dn גאָט} אײַער האַר? /28:11 דרום הערט מיך צו אַצונד, און קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט װאָס איר האָט געפֿאַנגען פֿון אײַערע ברידער, װאָרום דער גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} איז אױף אײַך. /28:12 האָבן עטלעכע פֿון די הױפּטלײַט פֿון די קינדער פֿון אפֿריִם, עזריהו דער זון פֿון יהוחננען, ברכיָהו דער זון פֿון משלמותן, און יחזקיָהו דער זון פֿון שלומען, און אמשׂאָ דער זון פֿון חדלין, זיך אױפֿֿגעשטעלט אַקעגן די װאָס זײַנען געקומען פֿון דער מלחמה. /28:13 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט ברענגען אַהער די געפֿאַנגענע, װאָרום אַ פֿאַרשולדיקונג אַקעגן {dn גאָט} װילט איר ברענגען אױף אונדז, נאָך צוצולײגן צו אונדזערע זינד און צו אונדזערע פֿאַרשולדיקונג; װאָרום גרױס איז אונדזער פֿאַרשולדיקונג און אַ גרימצאָרן איז אױף ישׂראל. /28:14 האָבן די באַװאָפֿענטע אַװעקגעלאָזט די געפֿאַנגענע און דעם רױב, פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער אײַנזאַמלונג. /28:15 און די מענער װאָס זײַנען אָנגערופֿן געװאָרן מיט די נעמען, זײַנען אױפֿֿגעשטאַנען, און האָבן גענומען די געפֿאַנגענע, און אַלע זײערע נאַקעטע האָבן זײ באַקלײדט פֿון דעם זאַקרױב; און אַז זײ האָבן זײ באַקלײדט און זײ באַשוכט, און זײ געגעבן עסן און טרינקען, און זײ באַזאַלבט, האָבן זײ אַלע זײערע שװאַכע אַװעקגעפֿירט אױף אײזלען, און זײ געבראַכט קײן יריחו דער שטאָט פֿון טײטלבױמער, צו זײערע ברידער, און האָבן זיך אומגעקערט קײן שומרון. /28:16 אין יענער צײַט האָט דער מלך אָחז געשיקט צו די מלכים פֿון אשור, זײ זאָלן אים העלפֿן. /28:17 װאָרום די אדומים זײַנען װידער געקומען, און האָבן געשלאָגן יהודה און געפֿאַנגען געפֿאַנגענע. /28:18 און די פּלשתּים האָבן זיך צעשפּרײט אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און פֿון דרום יהודה, און זײ האָבן באַצװוּנגען בית-שמש, און אילון, און גדרות, און שׂוכו מיט אירע טעכטערשטעט, און תּמנה מיט אירע טעכטערשטעט, און גמזו מיט אירע טעכטערשטעט; און זײ האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. /28:19 װאָרום {dn גאָט} האָט געמאַכט אונטערטעניק יהודה פֿון װעגן אָחז דעם מלך פֿון ישׂראל, װײַל ער האָט געװילדעװעט אין יהודה און געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן {dn גאָט}. /28:20 און תּלגת-פּלנסר, דער מלך פֿון אשור, איז געקומען אױף אים, און האָט אים געדריקט און אים ניט געשטאַרקט. /28:21 װאָרום אָחז האָט אױסגעלײדיקט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און דאָס הױז פֿון דעם מלך און די פֿירשטן, און אַװעקגעגעבן דעם מלך פֿון אשור, אָבער עס האָט אים ניט געהאָלפֿן. /28:22 און אין דער צײַט װאָס אים האָט צוגעדריקט האָט ער נאָך מער געפֿעלשט אָן {dn גאָט}, דער דאָזיקער מלך אָחז. /28:23 און ער האָט געשלאַכט צו די געטער פֿון דרמשׂק װאָס האָט אים געשלאָגן, און ער האָט געזאָגט: װײַל די געטער פֿון די מלכים פֿון ארם העלפֿן זײ, דרום װעל איך שלאַכטן צו זײ, אַז זײ זאָלן מיך העלפֿן. און זײ זײַנען געװען אַ שטרױכלונג פֿאַר אים און פֿאַר גאַנץ ישׂראל. /28:24 און אָחז האָט אײַנגעזאַמלט די כּלים פֿון גאָטס הױז און פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון גאָטס הױז, און זיך געמאַכט מזבחות אױף יעטװעדער װינקל אין ירושלים. /28:25 און אין יעטװעדער שטאָט פֿון יהודה האָט ער געמאַכט במות אױף צו רײכערן צו פֿרעמדע געטער, און האָט דערצערנט {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײַנע עלטערן. /28:26 און די איבעריקע זאַכן װעגן אים, און אַלע זײַנע פֿירונגען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהודה און ישׂראל. /28:27 און אָחז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שטאָט, אין ירושלים; װאָרום מע האָט אים ניט געבראַכט אין די קבֿרים פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און זײַן זון יחזקיהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /29:1 יחזקיהו איז געװאָרן מלך צו פֿינף און צװאַנציק יאָר, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען אבֿיה די טאָכטער פֿון זכריהון. /29:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַןִ פֿאָטער דוד האָט געטאָן. /29:3 ער האָט אין ערשטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין ערשטן חודש, געעפֿענט די טירן פֿון גאָטס הױז, און זײ פֿאַרריכט. /29:4 און ער האָט געבראַכט די כּהנים און די לוִיִים, און האָט זײ אײַנגעזאַמעלט אױף דעם ברײטן פּלאַץ אין מזרח. /29:5 און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט מיך צו, לוִיִים, הײליקט אײַך אַצונד, און הײליקט דאָס הױז פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן, און טראָגט אַרױס די אומרײניקײט פֿון הײליקטום. /29:6 ואָרום אונדזערע עלטערן האָבן געפֿעלשט, און האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, און האָבן אים פֿאַרלאָזן, און אַװעקגעדרײט זײער פָּנים פֿון גאָטס משכּן, און צוגעקערט דעם רוקן. /29:7 זײ האָבן אױך פֿאַרשלאָסן די טיר פֿון פֿאָדערהױז, און פֿאַרלאָשן די ליכט, און קײן װײַרױך האָבן זײ ניט גערײכערט, און קײן בראַנדאָפּפֿער האָבן זײ ניט אױפֿֿגעבראַכט אין הײליקטום צום {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /29:8 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף יהודה און ירושָלַיִם, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ גרױל, פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, אַזױ װי איר זעט מיט אײַערע אױגן. /29:9 און אָט זײַנען אונדזערע עלטערן געפֿאַלן דורכן שװערד, און אונדזערע זין, און אונדזערע טעכטער, און אונדזערע װײַבער, זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט איבער דעם. /29:10 אַצונד איז אין מײַן האַרצן צו שליסן אַ בונד צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אונדז. /29:11 מײַנע קינדער איר זאָלט אַצונד ניט זײַן אָפּגעלאָזט, װאָרום אײַך האָט {dn גאָט} אױסדערװײלט צו שטײן פֿאַר אים, אים צו באַדינען, און זײַן צו אים דינער און רײכערן. /29:12 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די לוִיִים: מחת דער זון פֿון עמשׂין, און יואל דער זון פֿון עמשׂין, און יואל דער זון פֿון עזריהון, פֿון די קינדער פֿון די קהתים; און פֿון די קינדער פֿון מרָרי, קּיש דער זון פֿון עבֿדין, און עזריהו דער זון פֿון יהללאלן; און פֿון די גרשונים, יואָח דער זון פֿון זמהן, און עדן דער זון פֿון יואָחן; /29:13 און פֿון די קינדער פֿון אליצָפֿן, שמרי, און יעיִעל; און פֿון די קינדער פֿון אָסף, זכריהו, און מתּניהו; /29:14 און פֿון די קינדער פֿון הימן, יחיִאל, און שמעי; און פֿון די קינדער פֿון ידותון, שמעיה, און עוּזיִאל. /29:15 און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע ברידער, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און זײַנען געקומען אַזױ װי דעם מלכס באַפֿעל לױט די װערטער פֿון {dn גאָט}, צו רײניקן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /29:16 און די כּהנים זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק אין הױז פֿון {dn גאָט}, צו רײניקן, און זײ האָבן אַרױסגעטראָגן די גאַנצע טומאה װאָס זײ האָבן געפֿונען אין דעם טעמפּל פֿון {dn גאָט}, אין הױף פֿון גאָטס הױז; און די לוִיִים האָבן עס צוגענומען אַרױסצוטראָגן דרױסן צום טײַך קדרון. /29:17 און זײ האָבן אָנגעהױבן הײליקן אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש, און אין אַכטן טאָג פֿון חודש זײַנען זײ געקומען אין דעם פֿאָדערהױז פֿון {dn גאָט}; און זײ האָבן געהײליקט דאָס הױז פֿון {dn גאָט} אין אַכט טעג; און אין זעכצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש האָבן זײ געענדיקט. /29:18 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק [אין פּאַלאַץ] צום מלך חזקיהו, און האָבן געזאָגט: מיר האָבן גערײניקט דאָס גאַנצע הױז פֿון {dn גאָט}, און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם טיש פֿאַר דער אױסלײגונג [פֿון ברױט] און אַלע זײַנע כּלים. /29:19 און אַלע כּלים װאָס דער מלך אָחז האָט אַװעקגעװאָרפֿן אין זײַן מלוכה, װען ער האָט געפֿעלשט, האָבן מיר צורעכטגעמאַכט און געהײליקט, און אָן זײַנען זײ פֿאַר דעם מזבח פֿון {dn גאָט}. /29:20 האָט זיך געפֿעדערט דער מלך יחזקיהו, און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון שטאָט, און ער איז אַרױפֿֿגעגאַנגען אין גאָטס הױז. /29:21 און מע האָט געבראַכט זיבן אָקסן, און זיבן װידערס, און זיבן שעפּסן, און זיבן ציגנבעק, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער פֿאָר דער מלוכה, און פֿאַר דעם הײליקטום, און פֿאַר יהודה. און ער האָט געהײסן די קינדער פֿון אַהרן, די כּהנים, זײ אױפֿֿברענגען אױף דעם מזבח פֿון {dn גאָט}. /29:22 און זײ האָבן געשאָכטן די רינדער, און די כּהנים האָבן צוגענומען דאָס בלוט, און געשפּרענגט אױפֿֿן מזבח; און זײ האָבן געשאָכטן די שעפּסן, און געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿֿן מזבח. /29:23 און מע האָט גענענט די בעק פֿון זינדאָפּפֿער פֿאַר דעם מלך און דער אײַנזאַמלונג, און זײ האָבן אָנגעלענט אױף זײ זײערע הענט. /29:24 און די כּהנים האָבן זײ געשאָכטן, און האָבן אַרױפֿֿגעטאָן זײער בלוט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער אױפֿֿן מזבח, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף גאַנץ ישׂראל; װאָרום דער מלך האָט אָנגעזאָגט אַז פֿאַר גאַנץ ישׂראל זאָל זײַן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס זינדאָפּפֿער. /29:25 און ער האָט געשטעלט די לוִיִים אין גאָטס הױז מיט צימבלען, מיט גיטאַרן, און מיט האַרפֿן, לױט דעם באַפֿעל פֿון דודן, און גָד דעם מלכס זעער, און נתן דעם נבֿיא; װאָרום דער באַפֿעל איז געװען פֿון {dn גאָט} דורך זײַנע נבֿיאיִם. /29:26 און די לוִיִים זײַנען געשטאַנען מיט די כּלי־זמר פֿון דודן, און די כּהנים מיט טרומײטן. /29:27 און חזקיהו האָט געהײסן אױפֿֿברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער אױפֿֿן מזבח, און בעת דאָס בראַנדאָפּפֿער האָט זיך אָנגעהױבן, האָט זיך אָנגעהױבן דאָס געזאַנג פֿון {dn גאָט} מיט די טרומײטן, און אין אײנעם מיט די כּלי־זמר פֿון דוד דעם מלך פֿון ישׂראל. /29:28 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך געבוקט, און די זינגערס האָבן געזונגען, און די טרומײטן האָבן געטרומײטערט – דאָס אַלץ האָט אָנגעהאַלטן ביז דאָס בראַנדאָפּפֿער האָט זיך געענדיקט. /29:29 און װי מע האָט געענדיקט אױפֿֿברענגען, האָט דער מלך און אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען מיט אים, געקניט און זיך געבוקט. /29:30 און דער מלך יחזקיהו און די האַרן האָבן געהײסן די לוִיִים לױבן {dn גאָט} אין די װערטער פֿון דודן און אסף דעם זעער, און זײ האָבן געלױבט מיט שׂמחה, און האָבן זיך גענײַגט און זיך געבוקט. /29:31 און יחזקיהו האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אַצונד האָט איר דערפֿילט אײַער האַנט צו {dn גאָט}; גענענט, און ברענגט שלאַכטאָפּפֿער און דאַנקאָפּפֿער אין הױז פֿון {dn גאָט}. און די אײַנזאַמלונג האָט געבראַכט שלאַכטאָפּפֿער און דאַנקאָפּפֿער, און איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק – בראַנדאָפּפֿער. /29:32 און די צאָל פֿון די בראַנדאָפּפֿער װאָס די אײַנזאַמלונג האָט געבראַכט, איז געװען זיבעציק רינדער, הונדערט װידערס, צװײ הונדערט שעפּסן; די אַלע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}. /29:33 און די געהײליקטע זײַנען געװען זעקס הונדערט רינדער, און דרײַ טױזנט שאַף. /29:34 אָבער די כּהנים זײַנען געװען צו װינציק, און זײ האָבן ניט געקענט אָפּשינדן אַלע בראַנדאָפּפֿער; האָבן זײערע ברידער די לוִיִים זײ אונטערגעהאָלפֿן ביז די אַרבעט איז געװען געענדיקט, און ביז די כּהנים האָבן זיך געהײליקט; װאָרום די לוִיִים זײַנען געװען רעכטפֿאַרטיקער אין האַרצן זיך צו הײליקן פֿון די כּהנים. /29:35 און אױך בראַנדאָפּפֿער זײַנען געװען לרובֿ, מיט פֿעטס פֿון פֿרידאָפּפֿער, און מיט גיסאָפּפֿער צו די בראַנדאָפּפֿער. אַזױ איז אײַנגעשטעלט געװאָרן דער דינסט פֿון גאָטס הױז. /29:36 און יחזקיהו און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט איבער דעם װאָס {dn גאָט} האָט אָנגעברײט פֿאַר דעם פֿאָלק, װאָרום די זאַך איז געשען פּלוצלינג. /30:1 און יחזקיהו האָט געשיקט צו גאַנץ ישׂראל און יהודה, און ער האָט אױך געשריבן בריװ צו אפֿריִם און מנשה, צו קומען אין הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושלים צו מאַכן דעם קרבן-פּסח צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /30:2 און דער מלך און זײַנע האַרן און די גאַנצע עדה אין ירושלים האָבן זיך באַקלערט צו מאַכן דעם קרבן-פּסח אין צװײטן חודש. /30:3 װאָרום זײ האָבן אים ניט געקענט מאַכן אין יענער צײַט, װײַל ניט גענוג כּהנים האָבן זיך געהאַט געהײליקט, און דאָס פֿאָלק איז ניט געװען אײַנגעזאַמלט אין ירושלים. /30:4 און די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון מלך, און אין די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. /30:5 און זײ האָבן באַשטימט די זאַך, אַרױסצולאָזן אַן אױסרוף אין גאַנץ ישׂראל, פֿון באר-שבֿע און ביז דָן, צו קומען מאַכן קרבן-פּסח צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל אין ירושלים; װאָרום מע האָט אים שױן פֿון לאַנג ניט געהאַט געמאַכט אַזױ װי עס שטײט געשריבן. /30:6 און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען מיט בריװ פֿון דער האַנט פֿון מלך און זײַנע האַרן, דורך גאַנץ ישׂראל און יהודה, און לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: קינדער פֿון ישׂראל, קערט אײַך אום צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אַבֿרהם, יצחק, און ישׂראל, כּדי ער זאָל זיך אומקערן צו די אַנטרונענע װאָס זײַנען אײַך געבליבן פֿון דער האַנט פֿון די מלכים פֿון אשור. /30:7 און איר זאָלט ניט זײַן װי אײַערע פֿאָטערס, און אַזױ װי אײַערע ברידער, װאָס האָבן געפֿעלשט אָן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ בײזװוּנדער, אַזױ װי איר זעט. /30:8 אצונד, זאָלט איר ניט האַרט מאַכן אײַער נאַקן אַזױ װי אײַערע עלטערן; גיט די האַנט צו {dn גאָט}, און קומט אין זײַן הײליקטום װאָס ער האָט געהײליקט אױף אײביק, און דינט {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אײַך. /30:9 װאָרום אַז איר װעט זיך אומקערן צו {dn גאָט}, װעלן אײַערע ברידער און אײַערע זין קריגן דערבאַרימונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, און זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן לאַנד, װאָרום דערבאַרימדיק און לײַטזעליק איז {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, און ער װעט ניט אָפּקערן דעם פָּנים פֿון אײַך, אַז איר װעט זיך אומקערן צו אים. /30:10 און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען פֿון שטאָט דורך לאַנד אפֿרים און מנשה, און ביז זבֿוּלון; אָבער מע האָט געלאַכט פֿון זײ און געשפּעט פֿון זײ. 11. נאָר טײל פֿון אָשר און מנשה און זבֿוּלון זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײַנען געקומען קײן ירושלים. /30:12 אױך אין יהודה איז געװען די האַנט פֿון {dn גאָט} צו געבן אײן האַרץ צו טאָן דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און האַרן, לױט דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}. /30:13 און עס האָבן זיך אױפֿֿגעקליבן אין ירושלים אַ סך פֿאָלק צו מאַכן דעם יום־טובֿ פֿון מצות אין צװײטן חודש – זײער אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. /30:14 און זײ זײַנען אױפֿֿגעשטאַנען און האָבן אָפּגעטאָן די מזבחות װאָס אין ירושלים, און אַלע רײכערערטער האָבן זײ אָפּגעטאָן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין טײַך קדרון. /30:15 און זײ האָבן געשאָכטן דעם קרבן-פּסח אין פֿערצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך געשעמט, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און געבראַכט בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון {dn גאָט}. /30:16 און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט, אַזױ װי זײער דין, לױט דער תּורה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן; די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון דער האַנט פֿון די לוִיִים. /30:17 װאָרום אַ סך זײַנען געװען אין דער אײַנזאַמלונג װאָס האָבן זיך ניט געהײליקט; דרום זײַנען די לוִיִים געװען איבער דער שעכטונג פֿון דעם קרבן-פּסח פֿאַר איטלעכן װאָס איז ניט רײן, כּדי צו הײליקן צו {dn גאָט}. /30:18 װײַל דאָס רובֿ פֿון דעם פֿאָלק, צומײנסט פֿון אפֿרים און מנשה, ישׂשׂכר און זבֿולון, האָבן זיך ניט גערײניקט; נאָר זײ האָבן געגעסן דעם קרבן-פּסח ניט װי עס שטײט געשריבן, װײַל יחזקיהו האָט מתפּלל געװען אױף זײ, אַזױ צו זאָגן: {dn גאָט} דער גוטער זאָל מכפּר זײַן אױף /30:19 איטלעכן װאָס האָט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן {dn גאָט} {dn יהוה}, דעם {dn גאָט} פֿון זײַנע עלטערן, הגם ניט לױט דער רײנקײט װאָס מע דאַרֿף בײַ הײליקײט. /30:20 און {dn גאָט} האָט צוגעהערט יחזקיהו, און ער האָט פֿאַרשױנט דאָס פֿאָלק. /30:21 און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושלים, האָבן געמאַכט דעם יום־טובֿ פֿון מצות זיבן טעג מיט גרױס שׂמחה; און די לוִיִים און די כּהנים האָבן געלױבט {dn גאָט} טאָג אין טאָג, מיט שטאַרקע כּלי־זמר צו {dn גאָט}. /30:22 און יחזקיהו האָט גערעדט צום האַרצן פֿון די לוִיִים װאָס זײַנען געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק װעגן {dn גאָט}. און זײ האָבן געגעסן די זיבן טעג פֿון יום־טובֿ, שלאַכטנדיק שלאַכטאָפּפֿער, און דאַנקאָפּפֿער {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /30:23 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך באַקלערט צו מאַכן נאָך אַנדערע זיבן טעג; און זײ האָבן געמאַכט זיבן טעג אַ שׂמחה. /30:24 װאָרום דער מלך יחזקיהו האָט מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און זיבן טױזנט שאָף, און די האַרן האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און צען טױזנט שאָף, און פֿיל כּהנים האָבן זיך געהײליקט. /30:25 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יהודה, און די כּהנים און די לוִיִים, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג װאָס איז געקומען פֿון ישׂראל, און די פֿרעמדע װאָס זײַנען געקומען פֿון לאַנד ישׂראל, אָדער װאָס זײַנען געזעסן אין יהודה, האָבן זיך געפֿרײט. /30:26 און עס איז געװען אַ גרױסע שׂמחה אין ירושלים, װאָרום פֿון די טעג פֿון שלמה דעם זון פֿון דוד, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז אַזױ-װאָס ניט געװען אין ירושלים. /30:27 און די כּהנים און די לעװיִים זײַנען אױפֿֿגעשטאַנען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק, און זײער קול איז צוגעהערט געװאָרן, און זײער תּפֿילה איז געקומען צו זײַן הײליקער װױנונג, אין הימל. /31:1 און אַז מע האָט דאָס אַלץ געענדיקט, זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַלע ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, צו די שטעט פֿון יהודה, און זײ האָבן צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די געצנבײמער, און אײַנגעװאָרפֿן די במות און די מזבחות, פֿון גאַנץ יהודה און בנימין, און אין אפֿרים און מנשה, ביז צום פֿאַרלענדן. און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט איטלעכער צו זײַן אײגנטום אין זײערע שטעט. /31:2 און יחזקיהו האָט באַשטימט די אָפּטײלונג פֿון די כּהנים און די לוִיִים לױט זײערע אָפּטײלונגען, איטלעכן װי נאָך זײַן דינסט, סײַ די כּהנים סײַ די לוִיִים. פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, אױף צו דינען, און צו דאַנקען און לױבן אין די טױערן פֿון גאָטס לאַגערן; /31:3 און דעם מלכס צושטײַער פֿון זײַן פֿאַרמעג פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער – פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי און פֿון אָװנט, און די בראַנדאָפּפֿער פֿון די שבתים, און פֿון ראש־חודש, און פֿון די יום־טובֿים, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון {dn גאָט}. /31:4 און ער האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק, די באַװױנער פֿון ירושלים, צו געבן דעם טײל פֿון די כּהנים און די לוִיִים, כּדי זײ זאָלן זיך האַלטן אָן דער תּורה פֿון {dn גאָט}. /31:5 און װי דאָס װאָרט איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געבראַכט פֿיל ערשטע פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, און האָניק, און אַלערלײ אײַנקום פֿון פֿעלד, און מעשׂר פֿון אַלצדינג האָבן זײ געבראַכט לרובֿ. /31:6 און די קינדער פֿון ישׂראל און יהודה װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהודה, זײ אױך האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון רינדער און שאָף, און מעשׂר פֿון די הײליקע גאָבן װאָס זײַנען געהײליקט געװאָרן צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט}; און זײ האָבן אָנגעלײגט הױפֿנס-הױפֿנסװײַז. /31:7 אין דריטן חודש האָט מען אָנגעהױבן לײגן דעם גרונט פֿון די הױפֿנס, און אין זיבעטן חודש האָט מען געענדיקט. /31:8 זײַנען געקומען יחזקיהו און די האַרן, און זײ האָבן באַקוקט די הױפֿנס, און האָבן געבענטשט {dn גאָט} און זײַן פֿאָלק ישׂראל. /31:9 און יחזקיהו האָט געפֿרעגט די כּהנים און די לוִיִים װעגן די הױפֿנס. /31:10 האָט אים געענטפֿערט עזריהו דער כּהן-גדול פֿון דעם הױז פֿון צדוק, און האָט געזאָגט: זינט מע האָט אָנגעהױבן ברענגען די אָפּשײדונג אין הױז פֿון {dn גאָט}, האָבן מיר געגעסן צו זאַט, און נאָך איבערגעלאָזט פֿיל; װאָרום {dn גאָט} האָט געבענטשט זײַן פֿאָלק; און װאָס איז איבערגעבליבן איז די דאָזיקע הורבע. /31:11 האָט יחזקיהו געהײסן צוגרײטן קאַמערן אין גאָטס הױז, און מע האָט צוגעגרײט. /31:12 און מע האָט ערלעך אַרײַנגעבראַכט די אָפּשײדונג, און דעם מעשׂר, און די הײליקע גאָבן; און דער אָנפֿירער איבער זײ איז געװען כּנניהו דער לױ, און זײַן ברודער שמעי, דער צװײטער. /31:13 און יחיִאל, און עזזיָהו, און נחת, און עשׂהאל, און ירימות, און יוזבֿד, און אליאל, און יסמכיהו, און מחת, און בניהו, זײַנען געװען אױפֿֿזעערס אונטער דער האַנט פֿון כּנניהון און זײַן ברודער שמעין, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יחזקיהו און עזריהו דעם פֿירשט פֿון גאָטס הױז. /31:14 און קורא דער זון פֿון ימנהן, דער לֵוִי, דער טױערמאַן אין מזרח, איז געװען איבער די נדבֿות צו {dn גאָט}, אױף פֿאַנאַנדערצוטײלן די אָפּשײדונג פֿון {dn גאָט} און די גאָר הײליקע גאָבן. /31:15 און אונטער אים איז געװען עדן, און מנימין, און ישוע, און שמעיהו, אַמריהו, און שכניהו, און די שטעט פֿון די כּהנים, כּדי ערלעך צו געבן צו זײערע ברידער לױט די אָפּטײלונגען, אַזױ דעם גרױסן אַזױ דעם קלײנעם. - /31:16 אַחוץ צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון מאַנספּאַרשױנען, פֿון דרײַ יאָר אַלט און העכער, אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון {dn גאָט} לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף צו זײער דינסט אױף זײערע װאַכן לױט זײערע אָפּטײלונגען. /31:17 און די פֿאַרצײכעניש פֿון די כּהנים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און פֿון די לוִיִים, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איז געװען לױט זײערע װאַכן אין זײערע אָפּטײלונגען – /31:18 און צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון אַלע זײערע קלײנע קינדער, זײערע װײַבער, און זײערע זין, און זײערע טעכטער – צו דער גאַנצער עדה; װאָרום אין זײער ערלעכקײט האָבן זײ זיך געהײליקט צום הײליקן דינסט. /31:19 און פֿאַר די קינדער פֿון אַהרן, די כּהנים, אין די אָפֿענע פֿעלדער פֿון זײערע שטעט, זײַנען געװען אין איטלעכער שטאָט מענטשן װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט די נעמען, צו געבן חלקים צו אַלע מאַנספּֿאַרשױנען צװישן די כּהנים, און צו אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט צװישן די לוִיִים. /31:20 און אַזױ האָט יחזקיהו געטאָן אין גאַנץ יהודה. און ער האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק און װאָרהאַפֿטיק פֿאַר {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}. /31:21 און אין איטלעכער זאַך װאָס ער האָט אָנגעהױבן אין דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, און אין דער תּורה און אין דעם געבאָט, כּדי צו זוכן זײַן {dn גאָט}, האָט ער מיט זײַן גאַנצן האַרצן געאַרבעט, און האָט באַגליקט. /32:1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן און טרײַשאַפֿט, איז געקומען סנחריבֿ דער מלך פֿון אשור, און ער איז אַרײַן אין יהודה, און האָט געלעגערט אױף די באַפֿעסטיקטע שטעט, און ער האָט זײ געװאָלט אײַנברעכן פֿאַר זיך. /32:2 און װי יחזקיהו האָט געזען אַז סנחריבֿ איז געקומען, און זײַן פּנים איז אױף מלחמה אַקעגן ירושלים. /32:3 האָט ער אַן עצה געהאַלטן מיט זײַנע האַרן און זײַנע גיבורים װעגן פֿאַרשטאָפּן די װאַסערן פֿון די קװאַלן װאָס אױסן שטאָט; און זײ האָבן אים געהאָלפֿן. /32:4 און עס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿיל פֿאָלק, און זײ האָבן פֿאַרשטאָפּט אַלע קװאַלן, און דעם טײַך װאָס פֿליסט דורכן מיטן לאַנד, אַזױ צו זאָגן: נאַכסאָל זאָלן די מלכים פֿון אשור קומען און געפֿינען אַ סך װאַסער? /32:5 און ער האָט זיך געשטאַרקט, און האָט פֿאַרבױט די גאַנצע אײַנגעבראָכענע מױער, און זי אַרױפֿֿגעבראַכט ביז די טורעמס, און נאָך אַן אַנדער מױער דערױסן; און ער האָט באַפֿעסטיקט מלוא אין דודס-שטאָט, און ער האָט געמאַכט װאַפֿן לרובֿ און שילדן. /32:6 און ער האָט געמאַכט הױפּטלײַט פֿון מלחמה איבערן פֿאָלק, און האָט זײ אײַנגעזאַמלט צו זיך אױפֿֿן ברײטן פּלאַץ בײַם שטאָט-טױער, און ער האָט גערעדט צו זײער האַרצן, אַזױ צו זאָגן: /32:7 זײַט שטאַרק און פֿעסט; איר זאָלט ניט מורא האָבן און ניט אַנגסטן פֿאַר דעם מלך פֿון אשור, און פֿאַר דעם גאַנצן המון װאָס מיט אים, װאָרום מיט אונדז איז אַ גרעסערער װי מיט אים. /32:8 מיט אים איז אַן אָרעם פֿון פֿלײש, און מיט אונדז איז {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, אונדז צו העלפֿן פֿון צו פֿירן אונדזערע מלחמות. און דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרלאָזט אױף די װערטער פֿון יחזקיהו דעם מלך פֿון יהודה. /32:9 נאָכדעם האָט סנחריבֿ דער מלך פֿון אשור געשיקט זײַנע קנעכט קײן ירושלים – און ער איז געװען בײַ לכיש, און זײַן גאַנצע ממשלה מיט אים – צו יחזקיהו דעם מלך פֿון יהודה, און צו גאַנץ יהודה װאָס אין ירושלים, אַזױ צו זאָגן: /32:10 אַזױ האָט געזאָגט סנחריבֿ דער מלך פֿון אשור: אױף װאָס פֿאַרזיכערט איר אײַך, און זיצט אין באַלעגערונג אין ירושלים? /32:11 פֿאַר װאָר, יחזקיהו רעדט אײַך אײַן, כּדי אײַך צו לאָזן שטאַרבן פֿון הונגער און פֿון דאָרשט; אַזױ צו זאָגן: {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. /32:12 איז דאָס ניט דער יחזקיהו װאָס האָט אָפּגעטאָן זײַנע במות און זײַנע מזבחות און האָט געזאָגט צו יהודה און צו ירושלים, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר אײן מזבח זאָלט איר זיך בוקן, און אױף אים זאָלט איר רײכערן? /32:13 װײסט איר דען ניט װאָס איך און מײַנע עלטערן האָבן געטאָן צו אַלע אומות פֿון די לענדער? /32:14 װער איז צװישן אַלע געטער פֿון די דאָזיקע פֿעלקער װאָס מײַנע עלטערן האָבן פֿאַרװיסט, װאָס האָט געקענט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, אַז אײַער {dn גאָט} זאָל אײַך קענען מציל זײַן פֿון מײַן האַנט? /32:15 און אַצונד, זאָל אײַך יחזקיהו ניט נאַרן, און זאָל ער אײַך ניט אײַנרעדן אַזױ-װאָס, און איר זאָלט אים ניט גלױבן, װאָרום קײן {dn גאָט} פֿון קײן פֿאָלק אָדער קיניגרײַך האָט ניט געקענט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, און פֿון דער האַנט פֿון מײַנע עלטערן, װעט אײַער {dn גאָט} אײַך געװיס ניט מציל זײַן פֿון מײַן האַנט. /32:16 און זײַנע קנעכט האָבן נאָך מער גערעדט אױף {dn גאָט דעם האַר}, און אױף יחזקיהו זײַן קנעכט. /32:17 און אַ בריװ האָט ער געשריבן צו לעסטערן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, און צו רעדן קעגן אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי די געטער פֿון די אומות פֿון די לענדער, װאָס האָבן ניט מציל געװען זײער פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, אַזױ װעט דער {dn גאָט} פֿון יחזקיהו ניט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט. /32:18 און זײ האָבן אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קול, אױף יהודיש, צו דעם פֿאָלק פֿון ירושלים װאָס אױף דער מױער, זײ איבערצושרעקן און זײ צו צעטומלען, כּדי זײ זאָלן קענען באַצװינגען די שטאָט. /32:19 און זײ האָבן גערעדט װעגן דעם {dn גאָט} פֿון ירושלים אַזױ װי װעגן די געטער פֿון די פֿעלקער פֿון דער ערד, געמאַכט פֿון מענטשנס הענט. /32:20 האָט דער מלך יחזקיהו, און ישעיהו הנבֿיא דער זון פֿון אמוצן, מתפּלל געװען װעגן דעם, און זײ האָבן געשריִען צום הימל. /32:21 און {dn גאָט} האָט געשיקט אַ מלאך, און ער האָט פֿאַרטיליקט יעטװעדער העלדישן גיבור און אָנפֿירער און הױפּטמאַן אין לאַגער פֿון דעם מלך פֿון אשור; און ער האָט זיך אומגעקערט מיט שאַנד אין פָּנים צו זײַן לאַנד. און װי ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון זײַן {dn גאָט}, האָבן די װאָס זײַנען אַרױס פֿון זײַנע אינגעװײד, אים דאָרטן געמאַכט פֿאַלן מיטן שװערד. /32:22 אַזױ האָט {dn גאָט} געהאָלפֿן יחזקיהו און די באַװױנער פֿון ירושלים פֿון דער האַנט פֿון סנחריבֿ דעם מלך פֿון אשור, און פֿון דער האַנט פֿון אַלעמען; און ער איז זײ בײַגעשטאַנען רונד אַרום. /32:23 און פֿיל האָבן געבראַכט געשאַנקען צו {dn גאָט} קײן ירושלים, און טײַערע מתּנות צו יחזקיהו דעם מלך פֿון יהודה, און ער איז דערהײכט געװאָרן אין די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער נאָך דעם. /32:24 אין יענע טעג איז יחזקיהו קראַנק געװאָרן ביז צום שטאַרבן, און ער האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט אים געענטפֿערט, און האָט אים געגעבן אַ צײכן. /32:25 אָבער יחזקיהו האָט ניט אומגעקערט אַזױ װי אים איז געטאָן געװאָרן, װאָרום זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן, און עס איז געװען אַ צאָרן אױף אים און אױף יהודה און ירושלים. /32:26 האָט יחזקיהו זיך אונטערטעניקט פֿון דער האָפֿערדיקײט פֿון זײַן האַרצן, ער און די באַװױנער פֿון ירושלים, און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} איז ניט געקומען אױף זײ אין די טעג פֿון יחזקיהו. /32:27 און יחזקיהו האָט געהאַט עושר און כּבֿוד זײער פֿיל, און האָט זיך געמאַכט שאַצקאַמערן פֿאַר זילבער און פֿאַר גאָלד, און פֿאַר טײַערע שטײנער, און פֿאַר בשׂמים, און פֿאַר שילדן, און פֿאַר אַלערלײ גלוסטיקע זאַכן; /32:28 און שפּײַכלערס פֿאַר דעם אײַנקום פֿון תּבֿואה, און װײַן, און אײל; און שטאַלן פֿאַר אַלערלײ בהמות, און סטאַדעס אין געהעפֿטן. /32:29 און ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט שטעט, און פֿי פֿון שאָף און רינדער לרובֿ; װאָרום {dn גאָט} האָט אים געשאָנקען זײער אַ גרױס פֿאַרמעג. /32:30 און דער אײגענער יחזקיהו האָט פֿאַרשטאָפּט דעם אױבערשטן אױסגאַנג פֿון די װאַסערן פֿון גיחון, און האָט זײ געמאַכט גײן גלײַך אַראָפּ צו מערבֿ פֿון דודס-שטאָט. און יחזקיהו האָט באַגליקט אין זײַן יעטװעדער טוּונג. /32:31 אָבער בײַ די שלוחים פֿון די האַרן פֿון בבֿל װאָס האָבן געשיקט צו אים נאָכצופֿרעגן װעגן דעם װוּנדערצײכן װאָס איז געשען אין לאַנד, האָט אים {dn גאָט} פֿאַרלאָזן, אים צו פּרוּװן, כּדי צו װיסן אַלץ װאָס בײַ אים אין האַרצן. /32:32 און די איבעריקע זאַכן װעגן יחזקיהו, און זײַנע חסדים, זײ זײַנען באַשריבן אין דער זעונג פֿון ישעיהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהודה און ישׂראל. /32:33 און יחזקיהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אױף דעם אַרױפֿֿגאַנג פֿון די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון דוד; און גאַנץ יהודה און די באַװױנער פֿון ירושלים האָבן אים אָנגעטאָן כּבֿוד בײַ זײַן טױט. און זײַן זון מנשה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /33:1 צװעלף יאָר איז מנשה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /33:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /33:3 און ער האָט װידער אָפּגעבױט די במות װאָס זײַן פֿאָטער יחזקיהו האָט אײַנגעװאָרפֿן, און האָט אױפֿֿגעשטעלט מזבחות צו די בעל-געטער, און האָט געמאַכט געצנבױמער, און זיך געבוקט צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט. /33:4 און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט: אין ירושלים זאָל זײַן מײַן נאָמען אױף אײביק. /33:5 און ער האָט געבױט מזבחות צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז. /33:6 און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַנע זין דורכן פֿײַער אין דעם טאָל פֿון בן-הנום, און ער האָט געברױכט צײכנזעערײַ, און געצױבערט, און געמאַכט כּישוף, און ער האָט אײַנגעשאַפֿט די װאָס װאָרזאָגן מיט אַ גײַסט אָדער אַ רוח. ער האָט געמערט צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אים צו דערצערענען. /33:7 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געשניצטן געץ װאָס ער האָט געמאַכט, אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט צו דודן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז, און אין ירושלים, װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק. /33:8 און איך װעל מער ניט אָפּטאָן דעם פֿוס פֿון ישׂראל פֿון דער ערד װאָס איך האָב באַשערט פֿאַר אײַערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, לױט דער גאַנצער תּורה און די חוקים און די געזעצן, דורך משהן. /33:9 און מנשה האָט פֿאַרפֿירט יהודה און די באַװױנער פֿון ירושלים צו טאָן מער שלעכטס פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /33:10 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו מנשהן און צו זײַן פֿאָלק, אָבער זײ האָבן ניט פֿאַרנומען. /33:11 און {dn גאָט} האָט אױף זײ געבראַכט די חיל-פֿירער פֿון דעם מלך פֿון אשור, און זײ האָבן באַצװוּנגען מנשהן מיט רינגען, און האָבן אים געשמידט אין קופּערנע קײטן און אַװעקגעפֿירט קײן בבֿל. /33:12 און אַז אים האָט צוגעדריקט, האָט ער געבעטן בײַ {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}, און ער איז געװאָרן זײער אונטערטעניק פֿאַר דעם {dn גאָט} פֿון זײַנע עלטערן. /33:13 און ער האָט מתפּלל געװען צו אים; און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און האָט צוגעהערט זײַן בקשה, און האָט אים אומגעקערט קײן ירושלים, צו זײַן מלוכה; און מנשה האָט געװוּסט אַז {dn יהוה} איז {dn גאָט}. /33:14 און נאָך דעם האָט ער געבױט אַן אױסנװײניקסטע מױער צו דודס-שטאָט, אין מערבֿ פֿון גיחון, אין טאָל, און בײַם אײַנגאַנג פֿון פֿישטױער; און ער האָט אַרומגערינגלט דעם עופֿֿל, און האָט זי געמאַכט זײער הױך, און ער האָט אַרײַנגעזעצט חיל-פֿירער אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט אין יהודה. /33:15 און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע געטער, און דעם געץ פֿון גאָטס הױז, און אַלע מזבחות װאָס ער האָט געבױט אױף דעם באַרג פֿון גאָטס הױז, און אין ירושלים; און ער האָט זײ אַרױסגעװאָרפֿן אױסן שטאָט. /33:16 און ער האָט אױפֿֿגעבױט דעם מזבח פֿון {dn יהוה}, און האָט געשלאַכט אױף אים שלאַכטאָפּפֿער און דאַנקאָפּפֿער; און ער האָט אָנגעזאָגט יהודה צו דינען {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /33:17 פֿאַר װאָר, דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט אױף די במות, אָבער נאָר צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט}. /33:18 און די איבעריקע זאַכן װעגן מנשהן, און זײַן תּפֿילה צו זײַן {dn גאָט}, און די װערטער פֿון די זעערס װאָס האָבן צו אים גערעדט אין נאָמען פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זײ זײַנען דאָ אין געשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /33:19 און זײַן תּפֿילה, און װי אַזױ [{dn גאָט}] האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און זײַן גאַנצע זינד און זײַן פֿעלשונג, און די ערטער װאָס ער האָט אין זײ געבױט במות, און אױפֿֿגעשטעלט געצנבײמער און געשניצטע בילדער, אײדער ער איז געװאָרן אונטערטעניק, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון די זעערס. /33:20 און מנשה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן הײם. און זײַן זון אָמון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /33:21 צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמון אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /33:22 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט} אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנשה האָט געטאָן; און צו אַלע געשניצטע בילדער װאָס זײַן פֿאָטער מנשה האָט געמאַכט, האָט אָמון געשלאַכט, און זײ געדינט. /33:23 און ער איז ניט אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר {dn גאָט} אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנשה איז אונטערטעניק געװאָרן, נאָר ער, אָמון, האָט אַלץ מער זיך פֿאַרשולדיקט. /33:24 און זײַנע קנעכט האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן אים געטײט אין זײַן הױז. /33:25 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמון. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יאשיהו פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט. /34:1 אַכט יאָר איז יאשיהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /34:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און איז געגאַנגען אין די װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דודן, און האָט זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. /34:3 און אין אַכטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אַז ער איז נאָך געװען אַ ייִנגל, האָט ער אָנגעהױבן זוכן דעם {dn גאָט} פֿון זײַן פֿאָטער דודן; און אין צװעלפֿטן יאָר האָט ער אָנגעהױבן רײניקן יהודה און ירושלים פֿון די במות, און די געצנבײמער, און די געשניצטע און די געגאָסענע בילדער. /34:4 און מע האָט אײַנגעװאָרפֿן פֿאַר אים די מזבחות פֿון די בעל-געטער; און די זונזײַלן װאָס אױבן איבער זײ האָט ער אָפּגעהאַקט; און די געשניצטע און די געגאָסענע בילדער האָט ער צעבראָכן און צעשטױסן, און פֿאַנאַנדערגעשאָטן אױף די קבֿרים פֿון די װאָס האָבן געשלאַכט צו זײ. /34:5 און די בײנער פֿון די כּהנים האָט ער פֿאַרברענט אױף זײער מזבחות, און ער האָט גערײניקט יהודה און ירושלים. /34:6 און אַזױ אין די שטעט פֿון מנשה און אפֿרים און שמעון און ביז נפֿתּלי, מיט זײערע אײגענע ברעכגעצײַג, רונד אַרום. /34:7 און ער האָט אײַנגעװאָרפֿן די מזבחות, און די געצנבײמער, און די געשניצטע בילדער האָט ער צעהאַקט אױף דין, און אַלע זונזײַלן האָט ער אָפּגעהאַקט אין גאַנצן לאַנד ישׂראל; און ער האָט זיך אומגעקערט קײן ירושלים. /34:8 און אין אַכצנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, נאָכן רײניקן דאָס לאַנד און דאָס הױז, האָט ער געשיקט שפֿן דעם זון פֿון אַצליהון, און מעשׂיהו, דעם האַר פֿון דער שטאָט, און יואָח זון פֿון יואָחזן, דעם פֿאַרצײכענער, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}. /34:9 און זײ זײַנען געקומען צו חלקיהו דעם כּהן-גדול, און האָבן אָפּגעגעבן דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס די לוִיִים, די שװעלהיטערס, האָבן אױפֿֿגעזאַמלט פֿון דער האַנט פֿון מנשה און אפֿרים, און פֿון גאַנצן איבערבלײַבן פֿון ישׂראל, און פֿון גאַנצן יהודה און בנימין, און זיך אומגעקערט קײן ירושלים. /34:10 און זײ האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײנסטער װאָס זײַנען געװען געשטעלט אין הױז פֿון {dn גאָט}; און די װערקמײנסטער װאָס האָבן געאַרבעט אין הױז פֿון {dn גאָט}, האָבן עס אױסגעגעבן צורעכטצומאַכן און פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /34:11 און געגעבן צו די האָלצמײנסטער, און צו די בױמײנסטער, אױף צו קױפֿן געהאַקטע שטײנער, און האָלץ פֿאַר לײַסטן, און אױף צו לײגן באַלקנס אױף די הײַזער װאָס די מלכים פֿון יהודה האָבן געלאָזט צעשטערט װערן. /34:12 און די מענטשן האָבן ערלעך געטאָן די אַרבעט; און איבער זײ זײַנען געװאָרן געשטעלט יחת, און עובֿדיהו, די לוִיִים פֿון די קינדער פֿון מררי; און זכריה, און משולם, פֿון די קינדער פֿון קהתים, אױף אױפֿֿצופּאַסן; און אַנדערע לוִיִים – איטלעכער װאָס האָט זיך פֿאַרשטאַנען אױף כּלי־זמר. /34:13 זײ זײַנען אױך געװען איבער די לאַסטטרעגער, און האָבן אױפֿֿגעפּאַסט אױף אַלע װאָס האָבן געטאָן אַרבעט אין אַלערלײ מלאָכות. און טײל פֿון די לוִיִים זײַנען געװען שרײַבערס, און אױפֿֿזעערס, און טױערלײַט. /34:14 און װען זײ האָבן אַרױסגענומען דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}, האָט חלקיהו דער כּהן געפֿונען דאָס בוך פֿון גאָטס תּורה געגעבן דורך משהן. /34:15 האָט חלקיהו זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו שפֿן דעם שרײַבער: איך האָב געפֿונען דאָס בוך פֿון גאָטס תּורה אין הױז פֿון {dn גאָט}. און חלקיהו האָט געגעבן דאָס בוך צו שפֿנען. /34:16 האָט שפֿן געבראַכט דאָס בוך צום מלך, און ער האָט אױך געבראַכט דעם מלך אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס איז איבערגעגעבן געװאָרן אױף דער האַנט פֿון דײַנע קנעכט, טוען זײ. /34:17 און זײ האָבן אױסגעשאָטן דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט}, און האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די געשטעלטע, און אױף דער האַנט פֿון די װערקמײנסטער. /34:18 און שפֿן דער שרײַבער האָט דערצײלט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: אַ בוך האָט מיר געגעבן חלקיהו דער כּהן. און שפֿן האָט דערפֿון געלײענט פֿאַר דעם מלך. /34:19 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דער תּורה, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. /34:20 און דער מלך האָט באַפֿױלן חלקיהו, און אַחיקם דעם זון פֿון שפֿנען, און עבֿדון דעם זון פֿון מיכהן, און שפֿן דעם שרײַבער, און עשׂיה דעם מלכס דינער, אַזױ צו זאָגן: /34:21 גײט פֿרעגט בײַ {dn גאָט} פֿאַר מיר, און פֿאַר די װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין ישׂראל און יהודה, װעגן די װערטער פֿון דעם געפֿונענעם בוך, װאָרום גרױס איז דער גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} װאָס איז אױסגעגאָסן אױף אונדז, פֿאַר װאָס אונדזערע עלטערן האָבן ניט געהיט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. /34:22 איז געגאַנגען חלקיהו, און די װאָס דער מלך [האָט געהײסן], צו חולדה דער נבֿיאה, דער װײַב פֿון שלום דעם זון פֿון תּקהת, דעם זון פֿון חסרהן, דעם קלײדערהיטער- און זי האָט געװױנט אין ירושלים, אין צװײטן שטאָטפֿערטל – און זײ האָבן אַזױ גערעדט צו איר. /34:23 האָט זי צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: זאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אײַך געשיקט צו מיר: /34:24 אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: זע, איך ברענג אַן אומגליק דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער – אַלע קללות װאָס שטײען געשריבן אין דעם בוך װאָס מע האָט געלײענט פֿאַר דעם מלך פֿון יהודה. /34:25 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן גערײכערט צו פֿרעמדע געטער, כּדי מיך צו דערצערענען מיט אַלע מעשׂים פֿון זײערע הענט, און מײַן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן אױף דעם דאָזיקן אָרט, און ער װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן. /34:26 און צו דעם מלך פֿון יהודה װאָס שיקט אײַך צו פֿרעגן בײַ {dn גאָט}, צו אים זאָלט איר אַזױ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: װעגן די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, /34:27 איז, װײַל דײַן האַרץ איז דערװײכט געװאָרן, און דו ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר {dn גאָט} אַז דו האָסט געהערט זײַנע װערטער װעגן דעם דאָזיקן אָרט און װעגן זײַנע באַװױנער – װײַל דו ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר, און האָסט צעריסן דײַנע קלײדער, און האָסט געװײנט פֿאַר מיר, דרומעך האָב איך צוגעהערט, זאָגט {dn גאָט}. /34:28 זע, איך זאַמל אײַן צו דײַנע עלטערן, און דו װעסט אײַנגעזאַמלט װערן אין דײַן קבֿר בשלום, און דײַנע אױגן װעלן ניט זען אַל דאָס בײז װאָס איך ברענג אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער. און זײ האָבן געבראַכט צום מלך דעם ענטפֿער. /34:29 און דער מלך האָט געשיקט, און האָט אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון יהודה און ירושלים. /34:30 און דער מלך איז אַרױפֿֿגעגאַנגען אין הױז פֿון {dn גאָט}, מיט אַלע מענער פֿון יהודה און באַװױנער פֿון ירושלים, און די כּהנים און די לוִיִים, און דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן. און ער האָט געלײענט אין זײערע אױערן אַלע װערטער פֿון דעם בוך פֿון בונד װאָס איז געפֿונען געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /34:31 און דער מלך האָט זיך געשטעלט אױף זײַן אָרט, און ער האָט געשלאָסן אַ בונד פֿאַר {dn גאָט}, צו גײן נאָך {dn גאָט}, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע אָנזאָגן און זײַנע געזעצן, מיט זײַן גאַנצן האַרצן און מיט זײַן גאַנצער זעל, צו טאָן די װערטער פֿון דעם בונד װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. /34:32 און ער האָט געמאַכט צושטײן אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושלים און בנימין; און די באַװױנער פֿון ירושלים האָבן געטאָן אַזױ װי דער בונד פֿון {dn גאָט}, דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /34:33 און יאשיהו האָט אָפּגעטאָן אַלע אומװערדיקײטן פֿון אַלע לענדער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; און ער האָט געמאַכט דינען אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ישׂראל, דינען {dn יהוה} זײער {dn גאָט}. אַלע זײַנע טעג האָבן זײ זיך ניט אָפּגעקערט פֿון הינטער {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן. /35:1 און יאשיהון האָט געמאַכט אין ירושלים קרבן-פּסח צו {dn גאָט}; און מע האָט געשאָכטן דעם קרבן-פּסח אין פֿערצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש. /35:2 און ער האָט געשטעלט די כּהנים אױף זײערע װאַכן, און האָט זײ געשטאַרקט צו דעם דינסט פֿון גאָטס הױז. /35:3 און ער האָט געזאָגט צו די לוִיִים װאָס האָבן געלערנט גאַנץ ישׂראל, די װאָס זײַנען געװען הײליק צו {dn גאָט}: שטעלט אַרײַן דעם הײליקן אָרון אין דעם הױז װאָס שלומה דער זון פֿון דודן, דער מלך פֿון ישׂראל, האָט געבױט; איר דאַרפֿט מער ניט טראָגן אױפֿֿן אַקסל; אַצונד דינט {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} און זײַן פֿאָלק ישׂראל. /35:4 און ברײט אײַך אָן נאָך אײַערע פֿאָטערהײַזער לױט אײַערע אײַנטײלונגען אין דעם געשריפֿטס פֿון דוד דעם מלך פֿון ישׂראל, און אין דעם געשריפֿטס פֿון זײַן זון שלמהן. /35:5 און שטײט אין הײליקטום לױט די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון אײַערע ברידער, די קינדער פֿון פֿאָלק, און [פֿאַר איטלעכער אָפּטײלונג] אַ טײל פֿון פֿאָטערהױז פֿון די לוִיים. /35:6 און שעכט דעם קרבן-פּסח, און האַלט אײַך הײליק, און גרײט צו פֿאַר אײַערע ברידער, כּדי צו טאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} דורך משהן. /35:7 און יאשיהו האָט אָפּגעשײדט פֿאַר די קינדער פֿון פֿאָלק שאָף: שעפּסן און יונגע ציגן -- אַלץ פֿאַרן קרבן-פּסח פֿאַר אַלע װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען – דרײַסיק טױזנט אין צאָל, און רינדער דרײַ טױזנט. די דאָזיקע זײַנען געװען פֿון דעם מלכס פֿאַרמעג. /35:8 און זײַנע האַרן האָבן אָפּגעשײדט אַ נדבֿה פֿאַר דעם פֿאָלק, פֿאַר די כּהנים, און פֿאַר די לוִיִים. חלקיהו, און זכריהו, און יחיאל די פֿירשטן פֿון גאָטס הױז, האָבן געגעבן די כּהנים פֿאַן קרבן-פּסח צװײ טױזנט און זעקס הונדערט [שאַָף], און רינדער דרײַ הונדערט. /35:9 און כּנניָהו, און שמעיָהו, און נתנאל, זײַנע ברידער, און חשבֿיהו, און יעיאל, און יוזבֿד, די האַרן פֿון די לוִיִים, האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר די לוִיִים פֿאַרן קרבן-פּסח פֿינף טױזנט [שאַָף], און רינדער פֿינף הונדערט. /35:10 אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער דינסט, און די כּהנים האָבן זיך געשטעלט אױף זײער אָרט, און די לוִיִים אױף זײערע אָפּטײלונגען, לױט דעם באַפֿעל פֿון מלך. /35:11 און זײ האָבן געשאָכטן דעם קרבן-פּסח, און די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון זײער האַנט; און די לוִיִים האָבן אָפּגעשונדן. /35:12 און זײ האָבן אַװעקגענומען די טײלן װאָס דאַרפֿן אױפֿֿגעבראַכט װערן, כּדי זײ צו געבן צו די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק אױף מקריבֿ זײַן צו {dn גאָט}, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם בוך פֿון משהן; און דאָס גלײַכן מיט די רינדער. /35:13 און זײ האָבן געבראָטן דעם קרבן-פּסח אױפֿֿן פֿײַער, אַזױ װי דער דין; און די געהײליקטע קרבנות האָבן זײ געקאָכט אין טעפּ, און אין קעסלען, און אין פֿאַנען, און פֿאַנאַנדערגעטראָגן אױף גיך צו אַלע קינדער פֿון פֿאָלק. /35:14 און דערנאָך האָבן זײ צוגעגרײט פֿאַר זיך און פֿאַר די כּהנים; װאָרום די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרן, זײַנען געװען פֿאַרנומען מיט אױפֿֿברענגען די טײלן װאָס דאַרפֿן אױפֿֿגעבראַכט װערן און דאָס פֿעטס, ביז נאַכט; דרום האָבן די לוִיִים צוגעגרײט אי פֿאַר זיך, אי פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרן. /35:15 און די זינגערס, די קינדער פֿון אָסף, זײַנען געװען אױף זײער אָרט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דודן, און אָסף, און הימן, און ידותון דעם מלכס זעער. און די טױערלײַט זײַנען געװען בײַ איטלעכן טױער. זײ האָבן ניט געדאַרפֿט אָפּטרעטן פֿון זײער דינסט, װאָרום זײערע ברידער די לוִיִים האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ. /35:16 אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער גאַנצער דינסט פֿון {dn גאָט} אין יענעם טאָג, צו מאַכן דעם קרבן-פּסח, און אױפֿֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער אױפֿֿן מזבח פֿון {dn גאָט}, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יאשיהו. /35:17 און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן געמאַכט דעם קרבן-פּסח אין יענער צײַט, און דעם יום־טובֿ פֿון מצות זיבן טעג. /35:18 און אַ קרבן-פּסח אַזאַ װי דער איז ניט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון שמואל דעם נבֿיא אָן; און אַלע מלכים פֿון ישׂראל האָבן ניט געמאַכט אַזאַ קרבן-פּסח װי עס האָט געמאַכט יאשיהו, און די כּהנים, און די לוִיִים, און גאַנץ יהודה און ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, און די באַװױנער פֿון ירושלים. /35:19 אין אַכצנטן יאָר פֿון יאשיהוס מלוכה איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער פּסח. /35:20 נאָך דעם אַלעם, אַז יאשיהו האָט געהאַט צוגעגרײט דאָס הױז, איז אַרױפֿֿגעגאַנגען נכו דער מלך פֿון מצרים, מלחמה צו האַלטן אױף כּרכּמיש בײַם פּרת, און יאשיהו איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים. /35:21 האָט ער געשיקט שלוחים צו אים אַזױ צו זאָגן: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר, מלך פֿון יהודה? ניט קעגן דיר איז דאָס הײַנט, נאָר קעגן דעם הױז מיט װעמען איך בין אין מלחמה; און {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט מיך צו אײַלן; האַלט זיך אָפּ פֿון {dn גאָט} װאָס איז מיט מיר, כּדי ער זאָל דיך ניט אומברענגען. /35:22 אָבער יאשיהו האָט ניט אָפּגעקערט זײַן פּנים פֿון אים, נאָר מלחמה האַלטן מיט אים האָט ער געזוכט; און ער האָט ניט צוגעהערט צו די װערטער פֿון נכון, פֿון גאָטס מױל אַרױס, און ער איז געקומען מלחמה האַלטן אין דעם טאָל פֿון מגדו. /35:23 האָבן די בױגנשיסערס געשאָסן אױף דעם מלך יאשיהו, און דער מלך האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: נעמט מיך אַװעק, װאָרום איך בין שטאַרק פֿאַרװוּנדט געװאָרן. /35:24 האָבן אים די קנעכט אַראָפּגענומען פֿון זײַן רײַטװאָגן, און האָבן אים אַרױפֿֿגעזעצט אױף דעם צװײטן רײַטװאָגן װאָס ער האָט געהאַט, און אים אַװעקגעפֿירט קײן ירושלים. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין די קבֿרים פֿון זײַנע עלטערן. און גאַנץ יהודה און ירושלים האָבן געטרױערט אױף יאשיהון. /35:25 און ירמיהו האָט געקלאָגט אױף יאשיהון, און אַלע זינגערס און זינגערינס האָבן גערעדט אין זײערע קלאָגלידער פֿון יאשיהון, ביז אױף הײַנט. און מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ מנהג אין ישׂראל, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין די קלאָגלידער. /35:26 און די איבעריקע זאַכן װעגן יאשיהון, און זײַנע חסדים, לױט װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון {dn גאָט}, /35:27 און זײַנע אױפֿֿטוען, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל און יהודה. /36:1 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט גענומען יהואָחז דעם זון פֿון יאשיהון, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט, אין ירושלים. /36:2 דרײַ און צװאַנציק יאָר איז יואָחז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /36:3 און דער מלך פֿון מצרים האָט אים אַראָפּגעזעצט אין ירושלים, און האָט באַשטראָפֿט דאָס לאַנד מיט הונדערט צענטנער זילבער און אַ צענטנער גאָלד. /36:4 און דער מלך פֿון מצרים האָט געמאַכט זײַן ברודער אליקים פֿאַר אַ מלך איבער יהודה און ירושלים, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף יהויִקים. און זײַן ברודער יואָחזן האָט נכו גענומען און אים געבראַכט קײן מצרים. /36:5 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יהויִקים אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}. /36:6 איז אַרױפֿֿגעגאַנגען אױף אים נבֿוכדנצר דער מלך פֿון בבֿל, און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, כּדי אים אַװעקצופֿירן קײן בבֿל. /36:7 אױך פֿון די כּלים פֿון גאָטס הױז האָט נבֿוכדנצר געבראַכט קײן בבֿל, און זײ אַרײַנגעשטעלט אין זײַן טעמפּל אין בבֿל. /36:8 און די איבעריקע זאַכן װענג יהויִקימען, און זײַנע אומװערדיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, און װאָס מיט אים האָט געטראָפֿן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל און יהודה. און זײַן זון יהויִכין איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /36:9 אַכט יאָר איז יהויִכין אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים מיט צען טעג האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /36:10 און צום אומקער פֿון יאָר, האָט דער מלך נבֿוכדנצר געשיקט, און האָט אים געבראַכט קײן בבֿל, מיט די גלוסטיקע כּלים פֿון גאָטס הױז. און ער האָט געמאַכט זײַן ברודער צדקיהון פֿאַר אַ מלך איבער יהודה און ירושלים. /36:11 אײן און צװאַנציק יאָר איז צדקיהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /36:12 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער איז ניט אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר ירמיהו דעם נבֿיא [װאָס האָט גערעדט] פֿון גאָטס מױל. 13. און ער האָט אױך װידערשפּעניקט אָן דעם מלך נבֿוכדנצר װאָס האָט אים באַשװאָרן בײַ {dn גאָט}; און ער האָט שטײַף געמאַכט זײַן נאַקן, און האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, זיך ניט אומצוקערן צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /36:14 אױך אַלע האַרן פֿון די כּהנים און פֿון פֿאָלק האָבן געפֿעלשט אַ גרױס פֿעלשונג; אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער, און זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דאָס הױז פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט געהײליקט אין ירושלים. /36:15 און {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן האָט געשיקט צו זײ דורך זײַנע שלוחים, נאָכאַנאַנד געשיקט, װאָרום ער האָט זיך דערבאַרימט אױף זײַן פֿאָלק און אױף זײַן װױנונג. /36:16 אָבער זײ פֿלעגן שפּעטן פֿון די שלוחים פֿון {dn גאָט}, און פֿאַראַכטן זײַנע װערטער, און זיך לוסטיק מאַכן איבער זײַנע נבֿיאים, ביז דער גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} איז אױפֿֿגעגאַנגען אַקעגן זײַן פֿאָלק, אַז קײן תּרופֿה איז מער ניט געװען. /36:17 און ער האָט אַרױפֿֿגעבראַכט אױף זײ דעם מלך פֿון די כּשׂדים, װאָס האָט געהַרגעט זײערע יונגע מיטן שװערד אין זײער בית־מקדש, און האָט זיך ניט דערבאַרימט אױף אַ בחור אָדער אַ מײדל, אַ זקן אָדער אַ גרײַז; אַלעמען האָט ער געגעבן אין זײַן האַנט. /36:18 און אַלע כּלים פֿון גאָטס הױז, די גרױסע אַזױ װי די קלײנע, און די אוצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוצרות פֿון מלך און זײַנע האַרן, אַלע האָט ער געבראַכט קײן בבֿל. /36:19 און זײ האָבן פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און אײַנגעװאָרפֿן די מױער פֿון ירושלים, און אַלע אירע פּאַלאַצן האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אַלע אירע גלוסטיקע כּלים האָבן זײ צעשטערט. /36:20 און די װאָס זײַנען געבליבן פֿון שװערד האָט ער פֿאַרטריבן קײן בבֿל, און זײ זײַנען געװאָרן צו אים און צו זײַנע זין פֿאַר קנעכט ביז דער מלוכה פֿון מלכות פּרס; /36:21 כּדי צו דערפֿילן דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} פֿון ירמיהוס מױל: ביז די ערד װעט אָפּצאָלן אירע [ניט געהאַלטענע] שבתים; אַלע טעג פֿון איר װיסט זײַן האָט זי געהאַלטן שבת, ביז צו דערפֿילן זיבעציק יאָר. /36:22 און אין ערשטן יאָר פֿון כּורש דעם מלך פֿון פּרס, אַז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} דורך ירמיהוס מױל, האָט {dn גאָט} דערװעקט דעם גײַסט פֿון כּורש מלך פֿון פּרס, און ער האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און אױך דורך אַ געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: /36:23 אַזױ האָט געזאָגט כּורש דער מלך פֿון פּרס: אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד האָט מיר געגעבן {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון די הימלען; און ער האָט מיר באַפֿױלן אים צו בױען אַ הױז אין ירושלים װאָס אין יהודה; װער עס איז דאָ צװישן אײַך פֿון זײַן גאַנצן פֿאָלק, זאָל {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} זײַן מיט אים, און זאָל ער אַרױפֿֿגײן. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.