תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש אֵיכָה /1:1 װי איז געבליבן זיצן אַלײן די שטאָט פֿון פֿיל פֿאָלק; געװאָרן װי אַן אַלמנה די פֿירשטין צװישן די אומות; די האַרינטע צװישן די מדינות געװאָרן צו צינדז! /1:2 װײנען טוט זי װײנען בײַ נאַכט, און איר טרער איז אױף איר באַק; זי האָט ניט קײן טרײסטער פֿון אַלע אירע ליבהאָבער; אַלע אירע גוטע פֿרײַנט האָבן געפֿעלשט אָן איר, זײ זײַנען איר שָׂונאים געװאָרן. /1:3 יהודה איז אין גלות אַװעק אין פּײַן און אין גרױס קנעכטשאַפֿט;ְ זי זיצט צװישן די פֿעלקער, זי געפֿינט ניט קײן רו; אַלע אירע נאָכיאָגערס האָבן זי דערגרײכט צװישן די ענגענישן. /1:4 די װעגן פֿון צִיוֹן טרױערן, װײַל ניטאָ די װאָס קומען אױף יָום-טובֿ; אַלע אירע טױערן זײַנען װיסט, אירע כּהנים זיפֿצן, אירע יונגפֿרױען זײַנען פֿאַראומערט, און זי, ביטער איז איר. /1:5 אירע פֿײַנט זײַנען געװאָרן די קעפּ, אירע שָׂונאים זײַנען אין שַלװה; װאָרום {dn גאָט} האָט זי פֿאַראומערט, פֿאַר די פֿיל פֿאַרברעכן אירע; אירע קלײנע קינדער זײַנען אַװעק אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַרױס פֿאַרן פֿײַנט. /1:6 און אַרױס איז פֿון טאָכטער צִיוֹן דער גאַנצער גלאַנץ אירער; אירע האַרן זײַנען געװאָרן װי די הינדן, װאָס געפֿינען ניט קײן פֿיטערונג, און זײ זײַנען געגאַנגען אָן כּוֹח פֿאַר דעם נאָכיאָגער. /1:7 ירושָלַיִם דערמאָנט זיך אין די טעג פֿון איר פּײַן און אירע װאָגלענישן, אַלע גלוסטיקײטן װאָס זי האָט געהאַט אין די טעג פֿון אַ מאָל. װען איר פֿאָלק איז געפֿאַלן פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט, און זי האָט ניט קײן העלפֿער געהאַט, האָבן די פֿײַנט געקוקט אױף איר, געלאַכט אױף איר אונטערגאַנג. /1:8 זינד געזינדיקט האָט ירושָלַיִם, דרום איז זי פֿאַר אַן אומרײנער געװאָרן; אַלע װאָס האָבן זי געאַכט, פֿאַראַכטן זי, װײַל זײ האָבן געזען איר שאַנד; יאָ, זי אַלײן טוט זיפֿצן, און קערט זיך אַהינטער. /1:9 איר אומרײניקײט איז געװען אין אירע ברעגן, זי האָט ניט געדאַכט אָן איר סָוף; דרום האָט זי װוּנדערלעך גענידערט, זי האָט ניט קײן טרײסטער. זע, {dn גאָט}, מײַן פּײַן, װאָרום דער שׂוֹנא טוט זיך גרײסן. /1:10 דער פֿײַנט האָט אױסגעשפּרייט זײַן האַנט אױף אַלע אירע גלוסטיקײטן; װאָרום זי האָט געזען װי די פֿעלקער זײַנען געקומען אין איר הײליקטום, די װאָס דו האָסט באַפֿױלן, זײ זאָלן אין דײַן עדה ניט קומען. /1:11 דאָס גאַנצע פֿאָלק אירס זיפֿצט, זײ זוכן ברױט; זײערע גלוסטיקײטן האָבן זײ אַװעקגעגעבן פֿאַר שפּײַז, דעם נפֿש צו דערקװיקן. זע, {dn גאָט}, און קוק װי נידעריק איך בין געװאָרן. /1:12 ניט געשען זאָל עס אײַך, אַלע װעגגײער! טוט אַ קוק, און זעט, צי איז דאָ אַ װײטאָג װי מײַן װײטאָג, װאָס איז מיר אָנגעטאָן געװאָרן, װען {dn גאָט} האָט מיך פֿאַראומערט, אין טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן. /1:13 פֿון דער הײך האָט ער אַראָפּגעשיקט אַ פֿײַער אין מײַנע בײנער, און זײ באַװעלטיקט; ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ נעץ פֿאַר מײַנע פֿיס, ער האָט מיך אַהינטער געקערט; װיסט האָט ער מיך געמאַכט, קראַנק אַ גאַנצן טאָג. /1:14 פֿאַרקניפּט מיט זײַן האַנט איז דער יאָך פֿון מײַנע זינד;זײ פֿלעכטן זיך, זײ לײגן זיך אַרױף אױף מײַן האַלדז; ער האָט געמאַכט שטרױכלען מײַן כּוֹח; {dn גאָט} האָט מיך געגעבן אין הענט, אַז איך קען ניט אױפֿשטײן. /1:15 {dn גאָט} האָט געמאַכט צונישט אַלע מײַנע גיבוֹרים אין מיר; ער האָט גערופֿן אױף מיר אַן אײַנזאַמלונג, צו צעברעכן מײַנע יונגעלײַט; װי אַ קעלטער האָט {dn גאָט} געטרעטן, די יונגפֿרױ טאָכטער יהודה. /1:16 דערױף טו איך װײנען, מײַן אױג, מײַן אױג רינט װאַסער; װאָרום װײַט איז אַ טרײסטער פֿון מיר, װאָס זאָל דערקװיקן מײַן זעל; מײַנע קינדער זײַנען פֿאַרװיסט, װאָרום דער שׂוֹנא האָט איבערגעשטאַרקט. /1:17 צִיוֹן צעשפּרײט אירע הענט, זי האָט ניט קײן טרײסטער; {dn גאָט} האָט באַפֿױלן אַקעגן יעקבֿ רונד אַרום אים זײַנע פֿײַנט; ירושָלַיִם איז געװאָרן פֿאַר אַן אומרײנער צװישן זײ. /1:18 {dn גאָט} איז גערעכט, װאָרום איך האָב װידערשפּעניקט זײַן מױל; הערט, אַלע פֿעלקער, איך בעט אײַך, און זעט צו מײַן װײטאָג: מײַנע בחורים און מײַנע מײדלעך זײַנען אַװעק אין געפֿאַנגענשאַפֿט. /1:19 איך האָב גערופֿן מײַנע ליבהאָבער, האָבן זײ מיך אָפּגענאַרט; מײַנע כּהנים און מײַנע עלטסטע זײַנען אױסגעגאַנגען אין שטאָט, װען זײ האָבן שפּײַז זיך געזוכט, זײ זאָלן זײער נפֿש דערקװיקן. /1:20 זע, {dn גאָט}, װי מיר איז ענג, מײַנע אינגעװײד ברענען, מײַן האַרץ קערט זיך איבער אין מיר, װײַל װידערשפּעניקן האָב איך װידערשפּעניקט; דרױסן נעמט אַװעק די שװערד, אין הױז איז װי דער טױט. /1:21 זײ האָבן געהערט װי איך זיפֿץ, אָבער איך האָב ניט קײן טרײסטער; אַלע מײַנע שָׂונאים האָבן געהערט מײַן אומגליק, זײ פֿרײען זיך װאָס דו האָסט דאָס געטאָן ברענג דעם טאָג װאָס דו האָסט אָנגזאָגט, און זאָלן זײ װערן װי איך! /1:22 זאָל קומען אַל זײער בײז פֿאַר דיר, און טו צו זײ אַזױ װי דו האָסט צו מיר געטאָן, פֿאַר אַלע מײַנע זינד; װאָרום פֿיל זײַנען מײַנע זיפֿצן, און מײַן האַרץ איז קראַנק. /2:1 װי האָט {dn גאָט} אין זײַן כּעס פֿאַרװאָלקנט די טאָכטער צִיוֹן! אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון הימל צו דער ערד די שײנקײט פֿון ישׂראל, און ניט געדאַכט אָן זײַן פֿוסבענקל אין טאָג פֿון זײַן כּעס! /2:2 {dn גאָט} האָט אומגעבראַכט אָן רחמנות אַלע װוינונגען פֿון יעקבֿ; צעשטערט אין זײַן צאָרן די פֿעסטונגען פֿון טאָכטער יהודה, זײ געבראַכט צו דער ערד; פֿאַרשװעכט דאָס קיניגרײַך און זײַנע האַרן! /2:3 ער האָט אָפּגעהאַקט מיט גרימצאָרן דעם גאַנצן האָרן פֿון ישׂראל;ער האָט צוריקגעצױגן זײַן רעכטע האַנט פֿון פֿאַרן שׂוֹנא, און געברענט אין יעקבֿ װי אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט רונד אַרום. /2:4 ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן װי אַ שׂוֹנא, זיך געשטעלט מיט זײַן רעכטער האַנט װי אַ פֿײַנט, און געהרגעט אַלע גלוסטיקע פֿון אױג; אין געצעלט פֿון טאָכטער צִיוֹן האָט ער אױסגעגאָסן װי אַ פֿײַער זײַן גרימצאָרן. /2:5 {dn גאָט} איז געװאָרן װי אַ שׂוֹנא, ער האָט אומגעבראַכט ישׂראל; אומגעבראַכט אַלע אירע פּאַלאַצן, צעשטערט זײַנע פֿעסטונגען, און געמערט בײַ טאָכטער יהודה קלאָגעניש און קלאָג. /2:6 און ער האָט אָפּגעפֿליקט װי אַ גאָרטן זײַן בײַדל, ער האָט צעשטערט זײַן זאַמלאָרט; {dn גאָט} האָט געמאַכט פֿאַרגעסן אין צִיוֹן אַ יָום-טובֿ און אַ שבת, און פֿאַראַכט אין זײַן גרימצאָרן דעם מלך און דעם כֹּהן. /2:7 {dn גאָט} האָט פֿאַרלאָזט זײַן מזבח, אַװעקגעװאָרפֿן זײַן הײליקטום; איבערגעענטפֿערט אין האַנט פֿון דעם שׂוֹנאדי מױערן פֿון אירע פּאַלאַצן; זײ האָבן קוֹלות געמאַכט אין גאָטס הױז אַזױ װי אין אַ יָום-טובֿ. /2:8 {dn גאָט} האָט געטראַכט צו צעשטערן די מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן; ער האָט געצױגן אַ מעסטשנור, ער האָט ניט אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט פֿון אומצוברענגען, און געמאַכט טרױערן די פֿעסטונג און די מױער; אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרשניטן געװאָרן. /2:9 אײַנגעזונקען אין דער ערד זײַנען אירע טױערן, ער האָט צעשטערט און צעבראָכן אירע ריגלען; איר מלך און אירע האַרן זײַנען צװישן די פֿעלקער, ניטאָ מער קײן תּוֹרה; אַפֿילו אירע נבֿיאים געפֿינען ניט אַ זעונג פֿון {dn גאָט}. /2:10 זײ זיצן אױף דער ערד און שװײַגן, די עלטסטע פֿון טאָכטער צִיוֹן, זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן שטױב אױף זײער קאָפּ, זײ האָבן אָנגעגורט זאַק; אַראָפּגעלאָזט זײערע קעפּ צו דער ערד האָבן די יונגפֿרױען פֿון ירושָלַיִם. /2:11 מײַנע אױגן גײען אױס פֿון טרערן, מײַנע אינגעװײד ברענען, מײַן לעבער איז אױסגעגאָסן אױף דער ערד, אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק; װײַל קלײנע קינדער און זױגעדיקע חלשן אין די גאַסן פֿון שטאָט. /2:12 זײ זאָגן צו זײערע מוטערס: װוּ איז קאָרן און װײַן? װען זײ חלשן װי דערשלאָגענע אין די גאַסן פֿון שטאָט, װען זײער זעל גיסט זיך אױס אױף דער ברוסט פֿון זײערע מוטערס. /2:13 װאָס זאָל איך דיר עדותן? װאָס זאָל איך צו דיר גלײַכן, טאָכטער ירושָלַיִם? װאָס זאָל איך פֿאַרגלײַכן צו דיר, און דיך טרײסטן, יונגפֿרױ טאָכטער צִיוֹן? אַז גרױס װי דער ים איז דײַן בראָך – װער קען דיך הײלן? /2:14 דײַנע נבֿיאים האָבן דיר געזען פֿאַלשקײט און אָפּנאַרעניש, און זײ האָבן ניט אַנטפּלעקט דײַן זינד, אומצוקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט; און זײ האָבן דיר געזען נבֿואות פֿון פֿאַלשקײט און פֿֿאַרפֿירענישן. /2:15 אַלע פֿאַרבײַגײער פּאַטשן אױף דיר מיט די הענט, זײ שמוצערן, און שאָקלען זײער קאָפּ אױף טאָכטער ירושָלַיִם: איז דאָס די שטאָט װאָס מע האָט גערופֿן די קרױן פֿון שײנקײט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד? /2:16 געעפֿנט זײער מױל אױף דיר האָבן אַלע דײַנע שָׂונאים; זײ שמוצערן, און קריצן די צײן; זײ זאָגן: מיר האָבן זי אײַנגעשלונגען; פֿאַר װאָר, דאָס איז דער טאָג װאָס מיר האָבן געהאָפֿט אױף אים, מיר האָבן דערגרײכט, מיר האָבן דערלעבט. /2:17 {dn גאָט} האָט געטאָן װאָס ער האָט געטראַכט, ער האָט אױסגעפֿירט זײַן װאָרט װאָס ער האָט אָנגעזאָגט פֿון אַמאָליקע טעג; ער האָט צעשטערט אָן רחמנות, און דערפֿרײט דעם שׂוֹנא איבער דיר, דערהײכט דעם האָרן פֿון דײַנע פֿײַנט. /2:18 זײער האַרץ האָט געשריען צו {dn גאָט}: מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן, לאָז רינען טרערן װי אַ טײַך, טאָג און נאַכט; זאָלסט זיך ניט געבן קײן אָפּרו, ניט שטילן זאָל זיך דײַן אױגאַפּל. /2:19 שטײ אױף, שרײַ אין דער נאַכט, אין אָנהײב פֿון די נאַכטװאַכן; גיס אױס װי װאַסער דײַן האַרץ, פֿאַר דעם פּנים פֿון {dn גאָט}; הײב אױף דײַנע הענט צו אים, פֿאַר די נפֿשות פֿון דײַנע קלײנע קינדער װאָס חלשן פֿון הונגער אין אַלע עק גאַסן. /2:20 זע, {dn גאָט}, און קוק װעמען דו האָסט אַזױנס געטאָן! דאַרפֿן װײַבער עסן זײער פֿרוכט, קינדער געצערטלטע? דאַרף געטײט װערן אין הײליקטום פֿון {dn גאָט} דער כֹּהן און דער נבֿיא? /2:21 אױף דער ערד אין די גאַסן ליגן אַלט און יונג; מײַנע מײדלעך און מײַנע בחורים זײַנען געפֿאַלן פֿון שװערד; האָסט געהרגעט אין טאָג פֿון דײַן צאָרן, געשאָכטן אָן רחמנות. /2:22 האָסט גערופֿן װי אױף אַ יָום-טובֿ מײַנע שרעקענישן פֿון אַרום; און ניט געװען אין טאָג פֿון גאָטס צאָרן קײן אַנטרונענער און געבליבענער; די װאָס איך האָב געצערטלט און אױפֿגעבראַכט זײ האָט מײַן שׂוֹנא פֿאַרלענדט. /3:1 איך בין דער מאַן װאָס האָט אָנגעזען פּײַן דורך דער רוט פֿון זײַן צאָרן. /3:2 ער האָט מיך געפֿירט און געמאַכט גײן אין פֿינצטערניש און ניט ליכטיקײט. /3:3 פֿאַר װאָר, קעגן מיר װידער און װידער קערט ער זײַן האַנט אַ גאַנצן טאָג. /3:4 ער האָט אָפּגעצערט מײַן פֿלײש און מײַן הױט, ער האָט צעבראָכן מײַנע בײנער. /3:5 ער האָט מיך באַבױט, און אַרומגערינגלט מיט גיפֿט און מיט מאַטערניש. /3:6 ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין חוֹשכנישן, װי מתים פֿון לאַנג אָן. /3:7 ער האָט מיך פֿאַרצאַמט, אַז איך קען ניט אַרױסגײן, ער האָט שװער געמאַכט מײַן קײט. /3:8 אַפֿילו װען איך שרײַ און רוף, פֿאַרשפּאַרט ער מײַן תּפֿילה. /3:9 ער האָט פֿאַרצאַמט מײַנע װעגן מיט שטײנער, ער האָט מײַנע שטעגן פֿאַרקרימט. /3:10 אַ לױערדיקער בער איז ער מיר, אַ לײב אין פֿאַרבאָרגעניש. /3:11 ער האָט אָפּגעקערט מײַנע װעגן, און מיך צעריסן, װיסט האָט ער מיך געמאַכט. /3:12 ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן, און מיך געשטעלט פֿאַר אַ ציל צו דער פֿײַל. /3:13 ער האָט אַרײַנגעלאָזט אין מײַנע נירן, די זין פֿון זײַן פֿײַלבײַטל. /3:14 איך בין געװאָרן אַ געלעכטער בײַ מײַן גאַנצן פֿאָלק, זײער שפּאָטליד אַ גאַנצן טאָג. /3:15 ער האָט מיך אָנגעזעט מיט ביטערנישן, מיך געזעטיקט מיט װערמוט. /3:16 און ער האָט צעבראָכן מיט שטײנדלעך מײַנע צײן, ער האָט מיך געװעלגערט אין אַש. /3:17 און מײַן זעל איז פֿאַרשטױסן פֿון פֿריד, איך האָב פֿאַרגעסן אָן גוטס. /3:18 און איך זאָג: פֿאַרלאָרן איז מײַן שטאַרקײט, און מײַן האָפֿענונג פֿון {dn גאָט}. /3:19 די דערמאָנונג פֿון מײַן פּײַן און מײַן װאָגלעניש, איז װערמוט און ביטערקרױט. /3:20 דערמאָנען דערמאָנט זיך מײַן זעל, און זי בײגט זיך אין מיר. /3:21 דאָס ענטפֿער איך צו מײַן האַרצן, דרום טו איך האַרן: /3:22 אַז די חסָדים פֿון {dn גאָט} זײַנען ניט אױסגעגאַנגען, אַז ניט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות; /3:23 זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן; גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט. /3:24 {dn גאָט} איז מײַן חלק, זאָגט מײַן זעל, דרום האָף איך צו אים. /3:25 גוט איז {dn גאָט} צו די װאָס האַרן אױף אים, צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן. /3:26 גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער אױף דער ישועה פֿון {dn גאָט}. /3:27 גוט איז פֿאַר אַ מענטשן, אַז ער זאָל טראָגן דעם יאָך אין זײַן יוגנט; /3:28 ער זאָל זיצן אַלײן און שװײַגן, װען מע האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אים;/3:29 ער זאָל לײגן אין אַש זײַן מױל, אפֿשר איז אַ האָפֿענונג פֿאַראַן; /3:30 ער זאָל געבן די באַק צו זײַן שלעגער, ער זאָל זיך זעטן מיט שאַנד. /3:31 װאָרום ניט אױף אײביק פֿאַרלאָזט {dn גאָט}; /3:32 װאָרום אױב ער האָט פֿאַראומערט, דערבאַרימט ער אָבער לױט זײַנע גרױסע חסָדים. /3:33 װאָרום ניט פֿון זײַן האַרצן פּײַניקט ער, און פֿאַראומערט די מענטשנקינדער. /3:34 צו דריקן אונטער זײַנע פֿיס אַלע געפֿאַנגענע פֿון דער ערד, /3:35 צו פֿאַרבײגן דעם משפּט פֿון אַ מאַן, איז דערװידער דעם פּנים פֿון דעם אױבערשטן;/3:36 צו קריװדען אַ מענטשן אין זײַן קריג, דאָס װיל {dn גאָט} ניט זען. /3:37 װער איז דער װאָס קען הײסן, און עס זאָל געשען, אַז {dn גאָט} האָט ניט באַפֿױלן? /3:38 קומט ניט פֿון אױבערשטנס מױל אַרױס דאָס שלעכטס און דאָס גוטס? /3:39 װאָס קען זיך באַקלאָגן אַ לעבעדיקער מענטש? אַ מאַן בײַ אַלע זײַנע זינד? /3:40 לאָמיר נאָכזוכן און פֿאָרשן אונדזערע װעגן, און לאָמיר זיך אומקערן צו {dn גאָט}. /3:41 לאָמיר אױפֿהײבן אונדזער האַרץ אױף די הענט צו {dn גאָט} אין הימל. /3:42 מיר האָבן פֿאַרבראָכן און װידערשפּעניקט; װילסט דו ניט פֿאַרגעבן? /3:43 האָסט זיך באַדעקט מיט צאָרן, און אונדז נאָכגעיאָגט, האָסט געהרגעט אָן רחמנות; /3:44 האָסט זיך באַדעקט מיט אַ װאָלקן, אַז קײן תּפֿילה זאָל ניט דורכגײן. /3:45 קױט און מיסט האָסטו אונדז געמאַכט צװישן די פֿעלקער. /3:46 געעפֿנט האָבן זײער מױל אױף אונדז אַלע אונדזערע שָׂונאים. /3:47 אַ גרױל און אַ גרוב איז געקומען אױף אונדז, אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך. /3:48 בעכן װאַסער טוט רינען מײַן אױג אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.   /3:49 מײַן אױג גיסט, און װיל זיך ניט שטילן, אָן אַן אױפֿהער, /3:50 ביז {dn גאָט} פֿון הימל װעט לוגן און זען. /3:51 מײַן אױג טוט װײ מײַן זעל, אום אַלע טעכטער פֿון מײַן שטאָט. /3:52 יאָגן װי אַ פֿױגל האָבן מיך געיאָגט מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים. /3:53 זײ האָבן פֿאַרשניטן אין גרוב מײַן לעבן, און שטײנער האָבן זײ געװאָרפֿן אױף מיר. /3:54 װאַסערן האָבן געפֿלײצט אױף מײַן קאָפּ, איך האָב געזאָגט: איך בין פֿאַרשניטן. /3:55 איך האָב גערופֿן דײַן נאָמען, {dn יהוה}, פֿון דער אונטערשטער גרוב. /3:56 האָסט געהערט מײַן קָול, זאָלסטו ניט פֿאַרהױלן דײַן אױער פֿון מײַן זיפֿץ, פֿון מײַן געשרײ. /3:57 האָסט גענענט אין טאָג װאָס איך פֿלעג דיך רופֿן, האָסט געזאָגט: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן. /3:58 האָסט זיך אָנגענומען, {dn גאָט}, די קריג פֿון מײַן זעל, האָסט אױסגעלײזט מײַן לעבן. /3:59 האָסט געזען, {dn גאָט}, מײַן קריװדע, משפּט מײַן משפּט. /3:60 האָסט געזען זײער גאַנצע נקמה, אַלע זײערע מחשבֿות אױף מיר. /3:61 האָסט געהערט זײער לעסטערונג, {dn גאָט}, אַלע זײערע מחשבֿות אַקעגן מיר; /3:62 די ליפּן פֿון מײַנע פֿײַנט און זײער טראַכטן אַקעגן מיר אַ גאַנצן טאָג. /3:63 זע זײער זיצן און זײער שטײן – איך בין זײער שפּאָטליד. /3:64 זאָלסט זײ אומקערן, {dn גאָט}, אַ פֿאַרגעלטונג לױט די מעשׂים פֿון זײערע הענט. /3:65 זאָלסט זײ געבן האַרצדולעניש; דײַן קללה אױף זײ! /3:66 זאָלסט זײ יאָגן מיט צאָרן, און זײ פֿאַרטיליקן פֿון אונטער די הימלען פֿון {dn גאָט}. /4:1 װי איז פֿאַרטונקלט דאָס גאָלד, פֿאַרביטן דאָס טײַערע פֿײַנגאָלד; די הײליקע שטײנער צעשאָטן אין אַלע עק גאַסן! /4:2 די טײַערע קינדער פֿון צִיוֹן, מיט גינגאָלד געװויגן – װי זײַנען זײ גערעכנט פֿאַר לײמענע קריג, געמאַכט פֿון אַ טעפּערס הענט! /4:3 אַפֿילו שאַקאַלן ציען אױס די ברוסט, גיבן זױגן זײערע יונגע, די טאָכטער מײַן פֿאָלק איז אַן אַכזר געװאָרן, אַזױ װי שטרױספֿױגלען אין דער מדבר. /4:4 די צונג פֿון דעם זױגעדיקן איז צוגעקלעפּט צו זײַן גומען פֿון דאָרשטיקײט; קלײנע קינדער בעטן ברױט, און קײנער ברעכט זײ ניט אָפּ. /4:5 די װאָס פֿלעגן עסן טײַערע שפּײַזן, זײַנען װיסט אין די גאַסן; די דערצױגענע אין װערמילרױט טוליען זיך צו מיסטהױפֿנס. /4:6 װאָרום די זינד פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק איז גרעסער װי דער חטא פֿון סדוֹם, װאָס איז איבערגעקערט געװאָרן װי אין אַ רגע, און הענט צומאָל זײַנען ניט געפֿאַלן אױף איר. /4:7 אירע פֿירשטן זײַנען געװען לױטערער פֿון שנײ, װײַסער פֿון מילך, גערױטלטער אױפֿן לײַב פֿון קאַרעלן; סאַפּירשטײן זײער געשטאַלט. /4:8 פֿינצטערער פֿון קױל איז זײער אױסזען, זײ זײַנען ניט צו דערקענען אױף דער גאַס; זײער הױט איז צוגעקלעפּט צו זײערע בײנער, אײַנגעדאַרט װי האָלץ איז זי געװאָרן. /4:9 בעסער איז די דערשלאָגענע פֿון שװערד, װי די דערשלאָגענע פֿון הונגער, װאָס זײ גײען אױס דורכגענומענע, אָן אַ פֿרוכט פֿון פֿעלד. /4:10 די הענט פֿון דערבאַרימדיקע מוטערס האָבן געקאָכט זײערע קינדער; זײ זײַנען זײ צום שפּײַז געװען, אין דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק. /4:11 {dn גאָט} האָט אױסגעלאָזט זײַן כּעס, אױסגעגאָסן זײַן גרימצאָרן; און ער האָט אָנגעצונדן אַ פֿײַער אין צִיוֹן, און עס האָט פֿאַרצערט אירע גרונטפֿעסטן. /4:12 ניט געגלױבט האָבן די מלכים פֿון דער ערד, און אַלע באַװוינער פֿון דער װעלט, אַז אַ דריקער און אַ שׂוֹנא װעט קומען אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם; /4:13 פֿון װעגן די זינד פֿון אירע נבֿיאים, די פֿאַרברעכן פֿון אירע כּהנים, װאָס האָבן בלוט פֿון גערעכטע פֿאַרגאָסן אין איר. /4:14 זײ װאָגלען װי בלינדע אין די גאַסן, זײ זײַנען אײַנגעריכט אין בלוט, ביז מע קען זיך ניט אָנרירן אָן די קלײדער זײערע. /4:15 ”קערט אײַך אָפּ! טמא!“ רופֿט מען צו זײ, ”קערט אײַך אָפּ! קערט אײַך אָפּ! איר זאָלט זיך ניט אָנרירן!“ בעת זײ פֿליען און װאָגלען; מע זאָגט צװישן די פֿעלקער: זײ טאָרן זיך מער ניט אױפֿהאַלטן. /4:16 דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט זײ צעטײלט, ער װיל זײ מער ניט אָנקוקן; כּהנים האָט מען ניט געשױנט, זקנים האָט מען ניט געלײַטזעליקט. /4:17 אונדזערע אױגן גײען נאָך אַלץ אױס נאָך אונדזער נישטיקער הילף; אין אונדזער אױסקוק האָבן מיר אױסגעקוקט אױף אַ פֿאָלק װאָס קען ניט העלפֿן. /4:18 מע שפּירט נאָך אונדזערע טריט, אַז מיר קענען ניט גײן אױף אונדזערע גאַסן; נאָנט איז אונדזער סָוף, פֿול זײַנען אונדזערע טעג; יאָ, געקומען איז אונדזער סָוף. /4:19 פֿלינקער זײַנען אונדזערע נאָכיאָגער װי די אָדלערס פֿון הימל; אױף די בערג האָבן זײ אונדז געיאָגט, אין מדבר האָבן זײ געלױערט אױף אונדז. /4:20 דער אָטעם פֿון אונדזער נאָז, דער געזאַלבטער פֿון {dn גאָט}, איז געפֿאַנגען געװאָרן אין זײערע גריבער; דער, װאָס מיר האָבן געזאָגט: אין זײַן שאָטן װעלן מיר לעבן צװישן די פֿעלקער. /4:21 קװעל אָן און פֿרײ זיך, טאָכטער אֶדוֹם, דו װאָס װוינסט אין לאַנד עוץ; צו דיר אױך װעט אַריבער דער כָּוס, װעסט שיכּור װערן, און זיך אָפּדעקן. /4:22 געענדיקט איז דײַן זינד, טאָכטער צִיוֹן, ער װעט דיך מער ניט פֿאַרטרײַבן; ער װעט דערמאָנען דײַן פֿאַרברעך, טאָכטער אֶדוֹם, ער װעט אַנטפּלעקן דײַנע זינד. /5:1 געדענק, {dn גאָט}, װאָס איז געשען צו אונדז, קוק און זע אונדזער שאַנד. /5:2 אונדזער נחלה איז איבערגעגאַנגען צו פֿרעמדע, אונדזערע הײַזער צו אַנדערע. /5:3 מיר זײַנען יתוֹמים געװאָרן אָן אַ פֿאָטער, אונדזערע מוטערס װי אַלמנות. /5:4 אונדזער װאַסער טרינקען מיר פֿאַר געלט, אונדזער האָלץ קומט אונדז אָן פֿאַר געצאָלט. /5:5 אױף אונדזער נאַקן װערן מיר געיאָגט, מיר זײַנען מיד, און אונדז װערט ניט באַרוט. /5:6 צו מִצרַיִם האָבן מיר אַ האַנט אױסגעשטרעקט, צו אַשור – זיך מיט ברױט צו זעטן. /5:7 אונדזערע עלטערן האָבן געזינדיקט, און זײַנען מער ניטאָ, און מיר טראָגן זײערע פֿאַרברעכן. /5:8 קנעכט געװעלטיקן איבער אונדז, ניטאָ קײן אױסלײזער פֿון זײער האַנט. /5:9 מיט [אײַנשטעלן] אונדזער לעבן קריגן מיר אונדזער ברױט, פֿון װעגן דער שװערד פֿון מדבר. /5:10 אונדזער הױט גליט װי אַן אױװן, פֿון װעגן די ברענונגען פֿון הונגער. /5:11 װײַבער האָט מען געפּײַניקט אין צִיוֹן, יונגפֿרױען אין די שטעט פֿון יהודה. /5:12 האַרן זײַנען געהאַנגען געװאָרן פֿון זײער האַנט; פּנימער פֿון זקנים זײַנען ניט געשױנט געװאָרן. /5:13 יונגעלײַט האָבן מילשטײנער געטראָגן, און ייִנגלעך האָבן אונטער האָלץ געשטרױכלט. /5:14 זקנים האָבן פֿון טױער אױפֿגעהערט, יונגעלײַט פֿון זײער געזאַנג. /5:15 אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון אונדזער האַרצן, פֿאַרקערט איז אין טרויער אונדזער טאַנץ. /5:16 געפֿאַלן איז די קרױן פֿון אונדזער קאָפּ; װײ אונדז! װאָרום מיר האָבן געזינדיקט. /5:17 דערפֿאַר איז קראַנק אונדזער האַרץ, איבער דעם זײַנען פֿינצטער אונדזערע אױגן: /5:18 איבער דעם באַרג צִיוֹן װאָס איז װיסט – פֿיקס גײען אום אױף אים. /5:19 דו, {dn גאָט}, טראָנסט אײביק, דײַן טראָן איז אױף דוֹר-דוֹרות, /5:20 פֿאַר װאָס פֿאַרגעסטו אונדז אױף שטענדיק, פֿאַרלאָזט אונדז אױף לאַנגע טעג? /5:21 קער אונדז אום צו דיר, {dn גאָט}, און לאָמיר זיך אומקערן; באַנײַ אונדזערע טעג װי אַמאָל; /5:22 װאָרום אױב פֿאַראַכטן האָסטו אונדז פֿאַראַכט, האָסטו אָבער געצערנט אױף אונדז ביז גאָר. קער אונדז אום צו דיר, {dn גאָט}, און לאָמיר זיך אומקערן, באַנײַ אונדזערע טעג װי אַ מאָל. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.