תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש עֶזְרָא /1:1 און אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָרַס, אַז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} דורך יִרמיָהס מױל, האָט {dn גאָט} דערװעקט דעם גײַסט פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָרַס, און ער האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און אױך דורך אַ געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: /1:2 אַזױ האָט געזאָגט כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָרַס: אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד האָט מיר געגעבן {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון די הימלען; און ער האָט מיר באַפֿױלן אים צו בױען אַ הױז אין ירושָלַיִם װאָס אין יהודה. /1:3 װער עס איז דאָ צװישן אײַך פֿון זײַן גאַנצן פֿאָלק, זאָל זײַן {dn גאָט} זײַן מיט אים, און זאָל ער אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם װאָס אין יהודה, און בױען דאָס הױז פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, דאָס איז דער {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם. /1:4 און איטלעכער װאָס איז געבליבן, פֿון איטלעכן אָרט װאָס ער װױנט דאָרטן, זאָלן די מענטשן פֿון זײַן אָרט אים העלפֿן מיט זילבער און מיט גאָלד, און מיט גוטס, און מיט בהמות, אין אײנעם מיט אַ נדבֿה פֿאַר גאָטס הױז װאָס אין ירושָלַיִם. /1:5 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יהודה און בנימין, און די כּהנים און די לוִיִים, איטלעכער װאָס {dn גאָט} האָט דערװעקט זײַן גײַסט אַרױפֿצוגײן בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם. /1:6 און אַלע זײערע אַרומיקע האָבן געשטאַרקט זײערע הענט מיט זילבערנע כּלים, מיט גאָלד, מיט גוטס, און מיט בהמות, און מיט טײַערע זאַכן, אַחוץ אַלע װאָס זײ האָבן מנדבֿ געװען. /1:7 און דער מלך כּוֹרֶש האָט אַרױסגענומען די כּלים פֿון גאָטס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגעפֿירט פֿון ירושָלַיִם, און זײ אַרײַנגעשטעלט אין הױז פֿון זײַנע געטער; /1:8 זײ האָט אַרױסגענומען כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָרַס דורך דער האַנט פֿון מִתרְדָת דעם שאַצמײַנסטער, און ער האָט זײ אױסגעצײלט צו שֵשבצַר דעם פֿירשט פֿון יהודה. /1:9 און דאָס איז געװען זײער צאָל: גילדערנע בעקנס דרײַסיק, זילבערנע בעקסן טױזנט, חַלָפֿים נײַן און צװאַנציק; /1:10 גילדערנע בעכערס דרײַסיק, זילבערנע בעכערס פֿון צװײטן מין פֿיר הונדערט און צען; אַנדערע כּלים טױזנט. /1:11 אַלע כּלים פֿון גאָלד און פֿון זילבער זײַנען געװען פֿינף טױזנט און פֿיר הונדערט. אַלע האָט שֵשבצַר אַרױפֿגעבראַכט, װען די פֿאַרטריבענע זײַנען אַרױפֿגעבראַכט געװאָרן פֿון בבֿל קײן ירושָלַיִם. /2:1 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע, װאָס נבֿוכַדנֶצר דער מלך פֿון בבֿל האָט פֿאַרטריבן קײן בבֿל, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און יהודה, איטלעכער צו זײַן שטאָט; /2:2 די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יֵשועַן, נחֶמיָהן, שׂרָיָהן, רְעֵלָיָהן, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרן, בגוַין, רחומען, בעֲנָהן. די צאָל פֿון די מענער פֿון פֿאָלק ישׂראל: /2:3 די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק. /2:4 די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק. /2:5 די קינדער פֿון אָרַך, זיבן הונדערט פֿינף און זיבעציק. /2:6 די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט אַכט הונדערט און צװעלף. /2:7 די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. /2:8 די קינדער פֿון זַתּוא, נײַן הונדערט און פֿינף און פֿערציק. /2:9 די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק. /2:10 די קינדער פֿון בָני, זעקס הונדערט צװײ און פֿערציק. /2:11 די קינדער פֿון בֵבָֿי, זעקס הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /2:12 די קינדער פֿון עַזגָר, טױזנט צװײ הונדערט צװײ און צװאַנציק. /2:13 די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זעקס און זעכציק. /2:14 די קינדער פֿון בִגוַי, צװײ טױזנט זעקס און פֿופֿציק. /2:15 די קינדער פֿון עָדין, פֿיר הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. /2:16 די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון יחִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק. /2:17 די קינדער פֿון בֵצָי, דרײַ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /2:18 די קינדער פֿון יוֹרֶה, הונדערט און צװעלף. /2:19 די קינדער פֿון חָשום, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /2:20 די קינדער פֿון גִבָר, פֿינף און נײַנציק. /2:21 די קינדער פֿון בית-לֶחֶם, הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /2:22 די מענטשן פֿון נטוֹפֿה, זעקס און פֿופֿציק. /2:23 די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק. /2:24 די קינדער פֿון עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק. /2:25 די קינדער פֿון קִריַת-עָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט און דרײַ און פֿערציק. /2:26 די קינדער פֿון רָמָה און גֶבֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק. /2:27 די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט צװײ און צװאַנציק. /2:28 די מענטשן פֿון בית-אֵל און עַי, צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /2:29 די קינדער פֿון נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק. /2:30 די קינדער פֿון מַגביש, הונדערט זעקס און פֿופֿציק. /2:31 די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. /2:32 די קינדער פֿון חָרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק. /2:33 די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט פֿינף און צװאַנציק. /2:34 די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק. /2:35 די קינדער פֿון סנָאָה, דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק. /2:36 די כּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ, נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק. /2:37 די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק. /2:38 די קינדער פֿון פַּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק. /2:39 די קינדער פֿון חָרִם, טױזנט און זיבעצן. /2:40 די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ און קַדמיאֵל, פֿון די קינדער פֿון הוֹדַוְיָה, פֿיר און זיבעציק. /2:41 די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און צװאַנציק. /2:42 די קינדער פֿון די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבָֿי; אין גאַנצן הונדערט נײַן און דרײַסיק. /2:43 די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת; /2:44 די קינדער פֿון קֵרוֹס, די קינדער פֿון סיעַהאָ, די קינדער פֿון פּדוֹן; /2:45 די קינדער פֿון לבֿנָה, די קינדער פֿון חַגָבֿה, די קינדער פֿון עַקובֿ; /2:46 די קינדער פֿון חָגָבֿ, די קינדער פֿון שַׂלמַי, די קינדער פֿון חָנָן; /2:47 די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר, די קינדער פֿון רְאָיָה. /2:48 די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ, די קינדער פֿון גַזָם; /2:49 די קינדער פֿון עוזאָ, די קינדער פֿון פּסֵח, די קינדר פֿון בסָי; /2:50 די קינדער פֿון אַסנָה, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿוסים; /2:51 די קינדער פֿון בקבוק, די קינדער פֿון חַקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור; /2:52 די קינדער פֿון בצלות, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ; /2:53 די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסראָ, די קינדער פֿון תֶּמַח; /2:54 די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ. /2:55 די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון הַסוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרודאָ; /2:56 די קינדער פֿון יַעֲלָה, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל; /2:57 די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמי. /2:58 אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק. /2:59 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַח, תֵּל-חַרשאָ, כּרובֿ, אַדָן, אִמֵר, און האָבן ניט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון ישׂראל: /2:60 די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק. און פֿון די קינדער פֿון די כּהנים: די קינדער פֿון חַבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון ברזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון ברזִלַי פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען. /2:62 די דאָזיקע האָבן געזוכט זײערע יחוס-בריװ, און זײ זײַנען ניט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה. /2:63 און דער תִּרשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן ניט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז עס װעט אױפֿשטײן אַ כּהן מיט אורים-ותּומים. /2:64 די גאַנצע עדה אין אײנעם איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק; /2:65 אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט. /2:66 זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק; /2:67 זײערע קעמלען, פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק. /2:68 און טײל פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, אַז זײ זײַנען געקומען אין גאָטס הױז אין ירושָלַיִם, האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר גאָטס הױז, כּדי אים אױפֿצושטעלן אױף זײַן אָרט. /2:69 זײ האָבן געגעבן לױט זײערע כּוֹחות פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד אײן און זעכציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער פֿינף טױזנט מָנֶה, און העמדלעך פֿאַר די כּהנים, הונדערט. /2:70 און די כּהנים און די לוִיִים, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די נתינים, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט, און גאַנץ ישׂראל אין זײערע שטעט. /3:1 און אַז דער זיבעטער חוֹדש איז געקומען, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אין די שטעט, האָט זיך דאָס פֿאָלק אײַנגעזאַמלט װי אײן מאַן קײן ירושָלַיִם. /3:2 און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײַנע ברידער די כּהנים, און זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און זײַנע ברידער, זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן אױפֿגעבױט דעם מזבח פֿון {dn גאָט} פֿון ישׂראל, כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּוֹרה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן. /3:3 און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט דעם מזבח אױף זײַנע געשטעלן; װאָרום אױף זײ איז געװען די אימה פֿאַר די פֿעלקער פֿון די לענדער. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}, בראַנדאָפּפֿער אין דער פֿרי און אין אָװנט. /3:4 און זײ האָבן געמאַכט דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות, אַזױ װי עס שטײט געשריבן, און די טאָגטעגלעכע בראַנדאָפּפֿער לױט דער צאָל, װי דער דין איז פֿאַר איטלעכן טאָג: /3:5 און דערנאָך דאָס שטענדיקע בראַנדאָפּפֿער, און [די קרבנות] פֿון ראש-חוֹדש, און פֿון אַלע געהײליקטע יָום-טוֹבֿים פֿון {dn גאָט}, און פֿון איטלעכן װאָס האָט מנדבֿ געװען אַ נדבֿה צו {dn גאָט}. /3:6 פֿון ערשטן טאָג אין זיבעטן חוֹדש האָבן זײ אָנגעהױבן אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער, הגם דער גרונטפֿעסט פֿון דעם טעמפּל איז נאָך ניט געװען געלײגט. /3:7 און זײ האָבן געגעבן געלט צו די שטײנהעקער, און צו די האָלצמײַנסטער, און שפּײַז און געטראַנק, און אײל, צו די צידוֹנים, און צו די צוֹרים, אַז זײ זאָלן ברענגען צעדערהאָלץ פֿון לבֿנוֹן ביז דעם ים פֿון יָפֿוֹא, לױט דער דערלױבעניש פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָרַס צו זײ. /3:8 און אין צװײטן יאָר נאָך זײער קומען צום הױז פֿון {dn גאָט} קײן ירושָלַיִם, אין צװײטן חוֹדש, האָבן גענומען זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײערע איבעריקע ברידער די כּהנים און די לוִיִים, און אַלע װאָס זײַנען געקומען פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט קײן ירושָלַיִם, און זײ האָבן געשטעלט די לוִיִים פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אָנצופֿירן די אַרבעט פֿון גאָטס הױז. /3:9 און יֵשועַ, זײַנע זין, און זײַנע ברידער, און קַדמיאֵל מיט זײַנע זין, די קינדער פֿון יהודה, זײַנען געשטאַנען אין אײנעם אױפֿצופּאַסן איבער די בעל-מלאָכהס אין הױז פֿון {dn גאָט}; [אױך] די קינדער פֿון חֵנָדָד, זײערע זין, און זײערע ברידער, די לוִיִים. /3:10 און אַז די בױמײַנסטער האָבן געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון גאָטס טעמפֿל, האָט מען געשטעלט די כּהנים, אָנגעקלײדטע, מיט טרומײטן, און די לוִיִים, די קינדער פֿון אָסָף, מיט צימבלען, צו לױבן {dn גאָט} לױט דעם אײַנשטעל פֿון דוד דעם מלך פֿון ישׂראל. /3:11 און זײ האָבן געזונגען לױב און דאַנק צו {dn גאָט}: ”װאָרום ער איז גוט, װאָרום אײביק איז זײַן חסד אױף ישׂראל“. /3:12 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג אין לױב צו {dn גאָט} פֿאַר װאָס דער גרונטפֿעסט פֿון גאָטס הױז איז געלײגט געװאָרן. און פֿיל פֿון די כּהנים און די לוִיִים און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, די זקנים װאָס האָבן געזען דאָס ערשטע הױז, האָבן געװײנט אױף אַ הױכן קָול װען מע האָט געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿאַר זײערע אױגן; און פֿיל האָבן געשאַלט פֿאַר שׂמחה אױף אַ הױכן קָול. /3:13 און דאָס פֿאָלק האָט ניט געקענט דערקענען צװישן דעם קָול פֿון שאַלונג פֿאַר שׂמחה, און דעם קָול פֿון דעם פֿאָלקס געװײן; װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, און דער קָול האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן. /4:1 און די פֿײַנט פֿון יהודה און בנימין האָבן געהערט אַז די קינדער פֿון גלות בױען אַ טעמפּל צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /4:2 און זײ האָבן גענענט צו זרובבֿלן, און צו די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, און האָבן צו זײ געזאָגט: לאָמיר בױען מיט אײַך, װאָרום מיר זוכן אײַער {dn גאָט} אַזױ װי איר, און צו אים שלאַכטן מיר פֿון די טעג פֿון אֵסַר-חַדוֹן דעם מלך פֿון אַשור, װאָס האָט אונדז אַרױפֿגעבראַכט אַהער. /4:3 האָט צו זײ געזאָגט זרובבֿל, און יֵשועַ, און די איבעריקע הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישׂראל: איר קערט זיך מיט אונדז ניט אָן, צו בױען אַ הױז צו אונדזער {dn גאָט}; נײַערט מיר אַלײן װעלן בױען צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אַזױ װי כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָרַס האָט אונדז געהײסן. /4:4 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט אָפּגעשלאַפֿט די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון יהודה, און זײ אָפּגעשראָקן פֿון בױען. /4:5 און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ יוֹעצים, צו פֿאַרשטערן זײער כַּװָנה, אַלע טעג פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָרַס, און ביז דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָרַס. /4:6 און אין דער מלוכה פֿון אַחשוֵרוֹשן, אין אָנהײב פֿון זײַן מלוכה, האָבן זײ געשריבן אַן אָנקלאָג אױף די באַװױנער פֿון יהודה און ירושָלַיִם. /4:7 און אין די טעג פֿון אַרתַּחשַשתּאָ, האָט בשלָם, מִתרְדָת, טָבֿאֵל, און זײַנע איבעריקע חבֿרים, געשריבן צו אַרתַּחשַשתּאָ דעם מלך פֿון פָרַס; און דאָס געשריפֿטס פֿון דעם בריװ איז געװען אין אַראַמישן כּתבֿ און אַרמאַישן לשון. /4:8 רחום דער באַפֿעלגעבער און שִמשַי דער שרײַבער האָבן געשריבן אַ בריװ אױף ירושָלַיִם צו אַרתַּחשַשטאָ דעם מלך אַזױ – /4:9 דענצמאָל [האָט געשריבן] רחום דער באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דער שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים, דינאָער, און אַפֿרסַתכאָער, טַרפּלאָער, אַפֿרסאָער, אַרכּוָאער, בבֿלער, שושַנכאָער, דֵהיֵאָער, עֵילָמער, /4:10 און די איבעריקע אומות װאָס דער גרױסער און גערימטער אָסנַפּר האָט אַריבערגעבראַכט, און זײ באַזעצט אין דער שטאָט שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד – /4:11 דאָס איז דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס זײ האָבן געשיקט צו אים: – צו אַרתַּחשַשטאָ דעם מלך, דײַנע קנעכט די מענטשן פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד /4:12 זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז די ייִדן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דיר, זײַנען געקומען צו אונדז קײן ירושָלַיִם; זײ בױען די װידערשפּעניקע און בײזע שטאָט, און זײ פֿאַרענדיקן מױערן, און גראָבן גרונטפֿעסטן. /4:13 אַצונד זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעלן זײ קײן אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט ניט צאָלן, און דאָס װעט ברענגען הֶזק דער קיניגלעכער הכנָסה. /4:14 אַצונד, אַזױ װי מיר עסן דאָס זאַלץ פֿון דעם פּאַלאַץ, און עס איז ניט רעכט פֿאַר אונדז צוצוזען דעם אומכּבֿוד פֿון מלך, דערפֿאַר שיקן מיר און זײַנען מוֹדיע דעם מלך, /4:15 כּדי מע זאָל נאָכזוכן אין דעם ספֿר-הזכרוֹנות פֿון דײַנע עלטערן; און װעסט געפֿינען אין דעם ספֿר- הזכרוֹנות, און װיסן, אַז די דאָזיקע שטאָט איז אַ װידערשפּעניקע שטאָט, און ברענגט הֶזק די מלכים און די מדינות, און מע האָט געמאַכט בונטן אין איר פֿון אײביקע טעג אָן; איבער דעם איז די דאָזיקע שטאָט חָרבֿ געװאָרן. /4:16 מיר זײַנען מוֹדיע דעם מלך, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעסטו דורך דעם מער ניט האָבן קײן חלק אױף יענער זײַט טײַך. /4:17 האָט דער מלך געשיקט אַן ענטפֿער צו רחום דעם באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים װאָס זײַנען געזעסן אין שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: פֿריד! און אַצונד, /4:18 דער בריװ װאָס איר האָט אונדז געשיקט, איז באַשײדלעך געלײענט געװאָרן פֿאַר מיר. /4:19 און פֿון מיר איז געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל, און מע האָט נאָכגעזוכט און געפֿונען, אַז די דאָזיקע שטאָט האָט פֿון אײביקע טעג זיך דערהױבן אַקעגן מלכים, און אַז אין איר זײַנען געמאַכט געװאָרן װידערשפּעניקונגען און בונטן; /4:20 און איבער ירושָלַיִם זײַנען געװען מאַכטיקע מלכים, און זי האָבן געװעלטיקט איבער גאַנץ יענער זײַט טײַך; און אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט איז זײ געצאָלט געװאָרן. /4:21 אַצונד גיט אַ באַפֿעל צו װערן די דאָזיקע לײַט, און די דאָזיקע שטאָט זאָל ניט געבױט װערן ביז פֿון מיר װעט געגעבן װערן אַ באַפֿעל. /4:22 און זײַט אָפּגעהיט ניט צו מאַכן קײן טָעות װעגן דעם, כּדי דער הֶזק זאָל ניט װאַקסן צום שאָדן פֿון די מלכים. /4:23 דענצמאָל װי דער אינהאַלט פֿון דעם מלך אַרתַּחשַשתּאָס בריװ איז פֿאָרגעלײענט געװאָרן פֿאַר רחומען, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע חבֿרים, אַזױ זײַנען זײ אַװעק אױף גיך קײן ירושָלַיִם צו די ייִדן, און האָבן זײ געװערט מיט מאַכט און געװאַלט. /4:24 דענצמאָל האָט אױפֿגעהערט די אַרבעט פֿון גאָטס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און זי איז געװען אָפּגעשטעלט ביז דעם צװײטן יאָר פֿון דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָרַס. /5:1 און די נבֿיאים, חַגַי דער נבֿיא, און זכַריָה דער זון פֿון עִדוֹאן, האָבן נבֿיאות געזאָגט צו די ייִדן װאָס אין יהודה און אין ירושָלַיִם – אין נאָמען פֿון {dn גאָט} פֿון ישׂראל צו זײ. /5:2 דענצמאָל זײַנען אױפֿגעשטאַנען זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און האָבן אָנגעהױבן בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם, און מיט זײ זײַנען געװען די נבֿיאים פֿון {dn גאָט} װאָס האָבן זײ געהאָלפֿן. /5:3 אין דער אײגענער צײַט איז צו זײ געקומען תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, און שתַר-בוֹזנַי, און זײערע חבֿרים, און זײ האָבן צו זײ אַזױ געזאָגט: װער האָט אײַך געגעבן אַ דערלױבעניש צו בױען דאָס דאָזיקע הױז, און צו פֿאַרענדיקן די דאָזיקע מױער? /5:4 ”דענצמאָל האָבן מיר צו זײ אַזױ געזאָגט: – [האָבן זײ געשריבן] – װאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענטשן װאָס בױען דעם דאָזיקן בנין?“ /5:5 אָבער דאָס אױג פֿון זײער {dn גאָט} איז געװען אױף די עלטסטע פֿון די ייִדן, און זײ האָבן זײ ניט געװערט, ביז די זאַך װעט קומען פֿאַר דָריָוֶשן, און מע װעט דענצמאָל ברענגען אַ תּשובֿה װעגן דעם. /5:6 דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, און שתַר-בוֹזנַי, און זײַנע חבֿרים, די אַפֿרסכאָער װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, האָבן געשיקט צום מלך דָריָוֶש; /5:7 זײ האָבן צו אים געשיקט אַ בריװ, און אַזױ איז געװען געשריבן אין אים: צום מלך דָריָוֶש גאָרע פֿריד! /5:8 זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז מיר זײַנען געגאַנגען צו דער מדינה יהודה, צום הױז פֿון גרױסן {dn גאָט}, און עס װערט געבױט פֿון שװערע שטײנער, און האָלץ װערט אַרײַנגעטאָן אין די װענט, און די דאָזיקע אַרבעט װערט געטאָן פֿלייסיק, און זי באַגליקט אין זײער האַנט. /5:9 האָבן מיר דענצמאָל געפֿרעגט די דאָזיקע עלטסטע; מיר האָבן צו זײ אַזױ געזאָגט: װער האָט אײַך געגעבן אַ דערלױבעניש צו בױען דאָס דאָזיקע הױז, און צו פֿאַרענדיקן די דאָזיקע מױער? /5:10 און אױך זײערע נעמען האָבן מיר געפֿרעגט בײַ זײ, כּדי דיך צו לאָזן װיסן, אַז מיר װעלן אױפֿשרײַבן די נעמען פֿון די מענטשן װאָס זײַנען זײערע אָנפֿירער. /5:11 און אַזױ האָבן זײ אונדז געגעבן אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען די קנעכט פֿון דעם {dn גאָט} פֿון הימל און ערד, און מיר בױען אָפּ דאָס הױז װאָס איז מיט פֿיל יאָרן פֿאַר דעם שױן געװען געבױט; און אַ גרױסער מלך פֿון ישׂראל האָט עס געבױט און פֿאַרענדיקט. /5:12 אָבער װײַל אונדזערע עלטערן האָבן דערצערנט דעם {dn גאָט} פֿון הימל, האָט ער זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדנֶצַר דעם כַּשׂדי, דעם מלך פֿון בבֿל; און ער האָט צעשטערט דאָס דאָזיקע הױז, און האָט פֿאַרטריבן דאָס פֿאָלק קײן בבֿל. /5:13 אָבער אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון בבֿל, האָט דער מלך כּוֹרֶש געגעבן אַ באַפֿעל צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון {dn גאָט}. /5:14 און אױך די גילדערנע און זילבערנע כּלים פֿון גאָטס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַװעקגענומען פֿון דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם, און זײ אַװעקגעפֿירט אין דעם טעמפּל פֿון בבֿל, זײ האָט דער מלך כּוֹרֶש אַרױסגענומען פֿון דעם טעמפּל װאָס אין בבֿל, און זײ זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צו אײנעם מיטן נאָמען שֵשבצַר, װאָס ער האָט אים געמאַכט פֿאַרן פֿירשט. /5:15 און ער האָט צו אים געזאָגט: נעם די דאָזיקע כּלים; גײ לײג זײ אַװעק אין דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם, און זאָל דאָס הױז פֿון {dn גאָט} געבױט װערן אױף זײַן אָרט. /5:16 דענצמאָל איז דער דאָזיקער שֵשבצַר געקומען; ער האָט געלײגט די גרונטפֿעסטן פֿון גאָטס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און פֿון דענצמאָל אָן און ביז אַצונד װערט עס געבױט, און איז נאָך ניט פֿאַרטיק. /5:17 און אַצונד, אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל נאָכגעזוכט װערן דאָרטן אין דער שאַצקאַמער פֿון דעם מלך װאָס אין בבֿל, אױב דאָס איז אַזױ, אַז פֿון מלך כּוֹרֶש איז געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושָלַיִם; און זאָל ער אונדז שיקן דעם װילן פֿון דעם מלך װעגן דעם. /6:1 דענצמאָל האָט דער מלך דָריָוֶש געגעבן אַ באַפֿעל, און מע האָט נאָכגעזוכט אין דער ביכערקאַמער װאָס מע לײגט דאָרטן אַװעק די שאַצן אין בבֿל. /6:2 און עס איז געפֿונען געװאָרן אין אַחמתאָ, אין דער הױפּטשטאָט װאָס אין דער מדינה מָדַי, אַ מגילה, און אַזױ איז געװען געשריבן אין איר: צום געדענקען: /6:3 אין ערשטן יאָר פֿון מלך כּוֹרֶש, האָט דער מלך כּוֹרֶש געגעבן אַ באַפֿעל: װעגן דעם הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושָלַיִם – זאָל דאָס הױז געבױט װערן פֿאַר אַן אָרט װוּ מע שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער, און זײַנע גרונטפֿעסטן זאָלן געלײגט װערן שטאַרק; זײַן הײך זאָל זײַן זעכציק אײַלן, זײַן ברײט זעכציק אײַלן; /6:4 מיט דרײַ שיכטן פֿון שװערע שטײנער, און אַ שיכט פֿון נײַעם האָלץ; און די הוֹצאות זאָלן געגעבן װערן פֿון מלכס הױז. /6:5 און אױך די גילדערנע און זילבערנע כּלים פֿון גאָטס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגענומען פֿון דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם, און אַװעקגעפֿירט קײן בבֿל, זאָל מען אומקערן, און דאָס זאָל צוריקגײן צו דעם טעמפּל װאָס אין ירושָלַיִם אױף זײַן אָרט, און זאָלסט עס אַװעקלײגן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /6:6 ”אַצונד, תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, שתַר-בוֹזנַי, און אײַערע חבֿרים די אַפֿרסכאָער װאָס אױף יענער זײַט טײַך, האַלט זיך װײַט פֿון דאָרטן. /6:7 לאָזט צו רו די אַרבעט פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון {dn גאָט}; זאָלן דער פֿירשט פֿון די ייִדן, און די עלטסטע פֿון די ייִדן בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון {dn גאָט} אױף זײַן אָרט. /6:8 און פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל װעגן װאָס איר זאָלט טאָן פֿאַר די דאָזיקע עלטסטע פֿון די ייִדן, כּדי צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון {dn גאָט}: אַז פֿון דעם מלכס אײגנטום, פֿון דעם אָפּצאָל אױף יענער זײַט טײַך, זאָלן אױף גיך געגעבן װערן די הוֹצאות צו די דאָזיקע מענטשן, כּדי ניט צו שטערן. /6:9 און װאָס זײ האָבן נײטיק, סײַ יונגע אָקסן, סײַ װידערס און שעפּסן, אױף אױפֿצוברענגען צום {dn גאָט} פֿון הימל, װײץ, זאַלץ, װײַן און אײל, לױט דעם פֿאַרלאַנג פֿון די כּהנים װאָס אין ירושָלַיִם, זאָל זײ געגעבן װערן טאָג אין טאָג ניט פֿאַרפֿעלט; /6:10 כּדי זײ זאָלן מקריבֿ זײַן געשמאַקע ריחות צום {dn גאָט} פֿון הימל, און בעטן פֿאַר דעם לעבן פֿון מלך און זײַנע קינדער. /6:11 און פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז יעטװעדער אײנער װאָס װעט ענדערן דאָס דאָזיקע װאָרט, זאָל אַ באַלקן אַרױסגעריסן װערן פֿון זײַן הױז, און ער זאָל צוגעשלאָגן װערן דערױף אין דער הײך; און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן דערפֿאַר. /6:12 און דער {dn גאָט} װאָס האָט געמאַכט רוען זײַן נאָמען דאָרטן, זאָל אומװאַרפֿן יעטװעדער מלך און פֿאָלק װאָס װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט דאָס צו ענדערן, כּדי צו צעשטערן דאָס דאָזיקע הױז פֿון {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם. איך דָריָוֶש האָב געגעבן דעם באַפֿעל; זאָל ער געטאָן װערן אױף גיך. “ /6:13 דענצמאָל, װײַל דער מלך דָריָוֶש האָט געשיקט, האָבן תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, שתַר-בוֹזנַי, און זײַנע חבֿרים, אױף גיך אַזױ געטאָן. /6:14 און די עלטסטע פֿון די ייִדן האָבן געבױט און האָבן באַגליקט, לױט דער נבֿואה פֿון חַגַי דעם נבֿיא, און זכַריָה דעם זון פֿון עִדוֹאן. און זײ האָבן געבױט און פֿאַרענדיקט לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, און לױט דעם באַפֿעל פֿון כּוֹרֶשן, און דָריָוֶשן, און אַרתַּחשַשתּאָ דעם מלך פֿון פָרַס. /6:15 און מע האָט פֿאַרענדיקט דאָס דאָזיקע הױז ביזן דריטן טאָג פֿון חוֹדש אָדֶר, װאָס איז געװען אין זעקסטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶשעס מלוכה. /6:16 און די קינדער פֿון ישׂראל, די כּהנים און די לוִיִים, און די איבעריקע קינדער פֿון גלות, האָבן געמאַכט די באַנײַאונג פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון {dn גאָט} מיט שׂמחה. /6:17 און זײ האָבן מקריבֿ געװען צו דער באַנײַאונג פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון {dn גאָט} הונדערט אָקסן, צװײ הונדערט װידערס, פֿיר הונדערט שעפּסן, און צװעלף ציגנבעק פֿאַר זינדאָפּפֿער פֿאַר גאַנץ ישׂראל, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל. /6:18 און זײ האָבן געשטעלט די כּהנים לױט זײערע אײנטײלונגען, און די לוִיִים לױט זײערע אָפּטײלונגען, אױף דעם דינסט פֿון {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם בוך פֿון משהן. /6:19 און די קינדער פֿון גלות האָבן געמאַכט דעם קָרבן-פּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש. /6:20 װאָרום די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך אין אײנעם גערײניקט; זײ זײַנען אַלע געװען רײן. און זײ האָבן געשאָכטן דעם קָרבן-פּסַח פֿאַר אַלע קינדער פֿון גלות, און פֿאַר זײערע ברידער די כּהנים, און פֿאַר זיך אַלײן. /6:21 און עס האָבן געגעסן די קינדער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון גלות, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָפּגעשײדט צו זײ פֿון דער אומרײניקײט פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, כּדי צו זוכן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /6:22 און זײ האָבן געמאַכט דעם יָום-טובֿ פֿון מצות זיבן טעג מיט פֿרײד, װאָרום {dn גאָט} האָט זײ דערפֿרײט, און האָט צוגעקערט צו זײ דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון אַשור, צו שטאַרקן זײערע הענט אין דער אַרבעט פֿון דעם הױז פֿון {dn גאָט}, דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /7:1 און נאָך די דאָזיקע געשעענישן, אין דער מלוכה פֿון אַרתַּחשַסטאָ דעם מלך פֿון פָרַס, איז עזרא דער זון פֿון שׂרָיָה, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון חלקִיָה, /7:2 דעם זון פֿון שַלום, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון אַחיטובֿ, /7:3 דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון מרָיוֹת, /7:4 דעם זון פֿון זֶרַחיָה, דעם זון פֿון עוזי, דעם זון פֿון בוקי, /7:5 דעם זון פֿון אַבֿישועַ, דעם זון פֿון פּינחס, דעם זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כּהן-גדול – /7:6 איז דער דאָזיקער עזרא אַרױפֿגעגאַנגען קײן בבֿל; און ער איז געװען אַ שרײַבער, באַהאַװנט אין תּוֹרת-משה װאָס {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט געגעבן. און דער מלך האָט אים געגעבן זײַן איטלעכע בקשה, לױט דער האַנט פֿון {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} אױף אים. /7:7 און עס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די נתינים, קײן ירושָלַיִם, אין זיבעטן יאָר פֿון מלך אַרתַּחשַסטאָ. /7:8 און ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם אין פֿינפֿטן חוֹדש, װאָס איז געװען אין זיבעטן יאָר פֿון מלך. /7:9 װאָרום אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש איז געװען דער אָנהײב פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון בבֿל, און אין ערשטן טאָג פֿון פֿינפֿטן חוֹדש איז ער אָנגעקומען קײן ירושָלַיִם, לױט דער גוטער האַנט פֿון זײַן {dn גאָט} אױף אים. /7:10 װאָרום עזרא האָט געקערט זײַן האַרץ צו פֿאָרשן גאָטס תּוֹרה, און צו טאָן, און צו לערנען אין ישׂראל חוקים און געזעצן. /7:11 און דאָס איז דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס דער מלך אַרתַּחשַסטאָ האָט געגעבן עזרא דעם כּהן, דעם שרײַבער – דעם שרײַבער פֿון די װערטער פֿון גאָטס געבאָט און זײַנע געזעצן צו ישׂראל: /7:12 אַרתַּחשַסטאָ דער מלך פֿון מלכים צו עזרא דעם כּהן, דעם שרײַבער פֿון דעם געזעץ פֿון דעם {dn גאָט} פֿון הימל, און אַזױ װײַטער. און אַצונד /7:13 װערט פֿון מיר געגעבן אַ באַפֿעל, אַז איטלעכער װאָס באָט זיך אָן אין מײַן קיניגרײַך, פֿון דעם פֿאָלק ישׂראל, און זײערע כּהנים, און די לוִיִים, צו גײן מיט דיר קײן ירושָלַיִם, מעג גײן. /7:14 אַזױ װי דו װערסט געשיקט פֿון דעם מלך און זײַנע זיבן יוֹעצים נאָכצופֿאָרשן װעגן יהודה און ירושָלַיִם, לױט דעם געזעץ פֿון דײַן {dn גאָט} װאָס אין דײַן האַנט, /7:15 און אַװעקצופֿירן דאָס זילבער און דאָס גאָלד װאָס דער מלך און זײַנע יוֹעצים האָבן מנדבֿ געװען צו דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס זײַן װױנונג איז אין ירושָלַיִם, /7:16 און אַל דאָס זילבער און גאָלד װאָס דו װעסט קריגן אין דער גאַנצער מדינה בבֿל, אין אײנעם מיט די נדבֿות פֿון דעם פֿאָלק און די כּהנים װאָס װעלן מנדבֿ זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון זײער {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם – /7:17 דרום מעגסטו באַלד קױפֿן פֿאַר דעם דאָזיקן געלט אָקסן, װידערס, שעפּסן, מיט זײערע שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, און זאָלסט זײ מקריבֿ זײַן אױף דעם מזבח פֿון אײַער גאָטס הױז װאָס אין ירושָלַיִם. /7:18 און װאָס דיר און דײַנע ברידער װעט װױלגעפֿעלן צו טאָן מיט דעם רעשט פֿון דעם זילבער און גאָלד, מעגט איר טאָן לױט דעם װילן פֿון אײַער {dn גאָט}. /7:19 און די כּלים װאָס װערן דיר געגעבן פֿאַר דעם דינסט פֿון דײַן גאָטס הױז, גיב איבער פֿאַר דעם {dn גאָט} פֿון ירושָלַיִם. /7:20 און דאָס איבעריקע װאָס איז נײטיק פֿאַר דעם הױז פֿון דײַן {dn גאָט} װאָס דיר װעט אױסקומען אױסצוגעבן, זאָלסטו אױסגעבן פֿון דעם מלכס שאַצקאַמער. /7:21 און פֿון מיר, מלך אַרתַּחשַסטאָ, װערט געגעבן אַ באַפֿעל צו אַלע שאַצמײַנסטער װאָס אױף יענער זײַט טײַך, אַז אַלץ װאָס עזרא דער כּהן, דער שרײַבער פֿון דעם געזעץ פֿון דעם {dn גאָט} פֿון הימל, װעט פֿון אײַך פֿאַרלאַנגען, זאָל אױף גיך געטאָן װערן, /7:22 ביז הונדערט צענטנער זילבער, און ביז הונדערט כּוֹר װײץ, און ביז הונדערט בת װײַן, און ביז הונדערט בת אײל, און זאַלץ אָן אַ געשריבענער צאָל. /7:23 אַלץ װאָס איז אױף דעם באַפֿעל פֿון דעם {dn גאָט} פֿון הימל, זאָל ריכטיק געטאָן װערן פֿאַר דעם הױז פֿון דעם {dn גאָט} פֿון הימל, כּדי עס זאָל ניט זײַן אַ צאָרן אױף דער מלוכה פֿון דעם מלך און זײַנע קינדער. /7:24 אױך זײַנען מיר אײַך מוֹדיע, אַז אַלע כּהנים און לוִיִים, זינגערס, טױערלײַט, נתינים, און דינער פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון {dn גאָט}, זאָל מען אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט, ניט טאָרן אַרױפֿלײגן אױף זײ. /7:25 און דו עזרא, לױט דער חכמה פֿון דײַן {dn גאָט} װאָס אין דײַן האַנט, זעץ אױף ריכטער און דײָנים װאָס זאָלן משפּטן דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אױף יענער זײַט טײַך, אַלע װאָס װײסן די געזעצן פֿון דײַן {dn גאָט}; און דעם װאָס װײס ניט, זאָלט איר מאַכן װיסן. /7:26 און דער װאָס װעט ניט טאָן דאָס געזעץ פֿון דײַן {dn גאָט}, און דאָס געזעץ פֿון דעם מלך, זאָל גיך געטאָן װערן אױף אים אַ משפּט, ענטװעדער צום טױט, אָדער צו פֿאַרטרײַבונג, אָדער צו געלטשטראָף, אָדער צו געפֿענקעניש. /7:27 געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון אונדזערע עלטערן װאָס ער האָט אַזױנס אַרײַנגעגעבן אין מלכס האַרצן, צו באַשײנען דאָס הױז פֿון {dn גאָט} װאָס אין ירושָלַיִם, /7:28 און ער האָט מיר צוגענײגט גענאָד פֿאַר דעם מלך און זײַנע יוֹעצים, און בײַ אַלע מאַכטיקע האַרן פֿון דעם מלך. און איך האָב מיך געשטאַרקט לױט דער האַנט פֿון {dn יהוה} מײַן {dn גאָט} אױף מיר, און איך האָב אײַנגעזאַמלט פֿון ישׂראל הױפּטלײַט אַרױפֿצוגײן מיט מיר. /8:1 און דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, און דער יחוס-בריװ פֿון די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר פֿון בבֿל, אין דער מלוכה פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסטאָ. /8:2 פֿון די קינדער פֿון פּינחס: גֵרשוֹם. פֿון די קינדער פֿון איתָמָר: דָניאֵל. פֿון די קינדער פֿון דוד: חטוש. /8:3 פֿון די קינדער פֿון שכַניָה: פֿון די קינדער פֿון פּרעוֹש, זכַריָה; און צו אים האָבן זיך מיַחס געװען הונדערט און פֿופֿציק מאַנספּאַרשױנען. /8:4 פֿון די קינדער פֿון פּחת-מוֹאָבֿ: אֶליְהוֹעֵינַי דער זון פֿון זֶרַחיָהן, און מיט אים צװײ הונדערט מאַנספּאַרשױנען. /8:5 פֿון די קינדער פֿון שכַניָה: דער זון פֿון יַחזיאֵלן, און מיט אים דרײַ הונדערט מאַנספּאַרשױנען. /8:6 און פֿון די קינדער פֿון עָדין: עֶבֿד דער זון פֿון יוֹנָתָנען, און מיט אים פֿופֿציק מאַנספּאַרשױנען. /8:7 און פֿון די קינדער פֿון עֵילָם: ישַעיָה דער זון פֿון עַתַליָהן, און מיט אים זיבעציק מאַנספּאַרשױנען. /8:8 און פֿון די קינדער פֿון שפֿטיָה: זבֿדיָה דער זון פֿון מיכָאֵלן, און מיט אים אַכציק מאַנספּאַרשױנען. /8:9 פֿון די קינדער פֿון יוֹאָבֿ: עוֹבֿדיָה דער זון פֿון יחיאֵלן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכצן מאַנספּאַרשױנען. /8:10 און פֿון די קינדער פֿון שלוֹמית: דער זון פֿון יוֹסִפֿיָהן, און מיט אים הונדערט און זעכציק מאַנספּאַרשױנען. /8:11 און פֿון די קינדער פֿון בבֿי: זכַריָה דער זון פֿון בבֿין, און מיט אים אַכט און צװאַנציק מאַנספּאַרשױנען. /8:12 און פֿון די קינדער פֿון עַזגָד: יוֹחָנָן דער זון פֿון הַקָטָנען, און מיט אים הונדערט און צען מאַנספּאַרשױנען. /8:13 און פֿון די קינדער פֿון אַדוֹניקָם: די לעצטע; און דאָס זײַנען זײערע נעמען: אֶליפֿלֶט, יעִיאֵל, און שמַעיָה, און מיט זײ זעכציק מאַנספּאַרשױנען. /8:14 און פֿון די קינדער פֿון בגוַי: עותַי, און זַכּור, און מיט זײ זיבעציק מאַנספּאַרשױנען. /8:15 און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט בײַם טײַך װאָס גײט אַרײַן אין אַהוָא, און מיר האָבן דאָרטן גערוט דרײַ טעג, און איך האָב נאָכגעקוקט צװישן דעם פֿאָלק און צװישן די כּהנים, און האָב דאָרטן ניט געפֿונען פֿון די קינדער פֿון לֵוִי. /8:16 האָב איך געשיקט נאָך אֶליעֶזֶר, נאָך אַריאֵל, נאָך שמַעיָה, און נאָך אֶלנָתָן, און נאָך יָריבֿ, און נאָך אֶלנָתָן, און נאָך נָתָן, און נאָך זכַריָה, און נאָך משולָם, די הױפּטלײַט, און נאָך יוֹיָריבֿ, און נאָך אֶלנָתָן, די קענער. /8:17 און איך האָב זײ געגעבן אַ באַפֿעל צו אִדוֹ דעם הױפּטמאַן אין דעם אָרט כָּסִפֿיאָ, און איך האָב אַרײַנגעטאָן אין זײער מױל װערטער צו רעדן צו אִדוֹן [און] זײַן ברודער װאָס זײַנען געװען געזעצט איבער דעם אָרט כָּסִפֿיאָ, אונדז צו ברענגען באַדינער פֿאַר דעם הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}. /8:18 און זײ האָבן אונדז געבראַכט, לױט דער גוטער האַנט פֿון {dn גאָט} אױף אונדז, אַ פֿאַרשטאַנדיקן מאַן פֿון די קינדער פֿון מַחלי דעם זון פֿון לֵוִי, דעם זון פֿון ישׂראלן; און שֵרֵבֿיָהן מיט זײַנע זין און זײַנע ברידער – אַכצן; /8:19 און חַשַבֿיָהן, און מיט אים ישַעיָהן פֿון די קינדער פֿון מרָרי, זײַנע ברידער, און זײערע זין – צװאַנציק; /8:20 און פֿון די נתינים װאָס דוד און די האַרן האָבן אָפּגעגעבן פֿאַר דעם דינסט פֿון די לוִיִים, צװײ הונדערט און צװאַנציק נתינים; אַלע זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט די נעמען. /8:21 און איך האָב דאָרטן אױסגערופֿן אַ תָּענית בײַם טײַך אַהוָא, זיך צו פּײַניקן פֿאַר אונדזער {dn גאָט}, כּדי צו בעטן בײַ אים אַ גלײַכן װעג פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזערע קלײנע קינדער, און פֿאַר אונדזער גאַנצן פֿאַרמעג. /8:22 װאָרום איך האָב זיך געשעמט צו פֿאַרלאַנגען פֿון דעם מלך חיל און רײַטער אונדז צו העלפֿן פֿון אַ פֿײַנט אױפֿן װעג, װײַל מיר האָבן געזאָגט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: די האַנט פֿון {dn גאָט} איז צום גוטן אױף אַלע װאָס זוכן אים, און זײַן מאַכט און זײַן צאָרן אַקעגן אַלע װאָס פֿאַרלאָזן אים. /8:23 און מיר האָבן געפֿאַסט, און געבעטן בײַ אונדזער {dn גאָט} װעגן דעם , און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אונדז. /8:24 און איך האָב אָפּגעשײדט פֿון די האַרן פֿון די כּהנים צװעלף; שֵרֵבֿיָהן, חַשַבֿיָהן, און מיט זײ צען פֿון זײערע ברידער. /8:25 און איך האָב זײ צוגעװױגן דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די כּלים, די אָפּשײדונג פֿאַר אונדזער גאָטס הױז װאָס דער מלך און זײַנע יוֹעצים און זײַנע האַרן און גאַנץ ישׂראל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן מנדבֿ געװען. /8:26 און איך האָב אָפּגעװױגן אױף זײערע האַנט זילבער זעקס הונדערט און פֿופֿציק צענטנער, און זילבערנע כּלים הונדערט צענטנער; גאָלד הונדערט צענטנער; /8:27 און גילדערנע בעכער צװאַנציק, צו טױזנט אַדַרכּוֹנים; און צװײ כּלים פֿון פֿײַנעם געלן קופּער, אַזױ טײַער װי גאָלד. /8:28 און איך האָב צו זײ געזאָגט: איר זײַט הײליק צו {dn גאָט}, און די כּלים זײַנען הײליק; און דאָס זילבער און דאָס גאָלד איז אַ נדבֿה צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן. /8:29 פּאַסט אױף און היט עס, ביז איר װעט עס אָפּװעגן פֿאַר די האַרן פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און די האַרן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון ישׂראל אין ירושָלַיִם, אין די קאַמערן פֿון גאָטס הױז. /8:30 און די כּהנים און די לוִיִים האָבן צוגענומען די װאָג פֿון דעם זילבער און דעם גאָלד, און די כּלים, אױף צו ברענגען קײן ירושָלַיִם אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}. /8:31 און מיר האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דעם טײַך אַהוָא אין צװעלפֿטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש, צו גײן קײן ירושָלַיִם, און די האַנט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף אונדז, און ער האָט אונדז באַשירעמט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט און לױערער אױפֿן װעג. /8:32 און מיר זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם, און זײַנען דאָרטן געזעסן דרײַ טעג. /8:33 און אױפֿן פֿירטן טאָג איז דאָס זילבער און דאָס גאָלד און די כּלים אָפּגעװױגן געװאָרן אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}, אױף דער האַנט פֿון מרַמוֹת דעם זון פֿון אורִיָהן, דעם כּהן, און מיט אים איז געװען אֶלעָזָר דער זון פֿון פּינחסן, און מיט זײ, יוֹזָבֿד דער זון פֿון יֵשועַן, און נוֹעַדיָה דער זון פֿון בנױן, די לוִיִים; /8:34 אַלץ מיט אַ צאָל און מיט אַ װאָג; און די גאַנצע װאָג איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין יענער צײַט. /8:35 האָבן די קינדער פֿון גלות װאָס זײַנען געקומען פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט, מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער צום {dn גאָט} פֿון ישׂראל, צװעלף אָקסן פֿאַר גאַנץ ישׂראל, זעקס און נײַנציק װידערס, זיבן און זיבעציק שעפּסן, צװעלף בעק פֿאַר זינדאָפּפֿער; אַלע בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}. /8:36 און זײ האָבן איבערגעגעבן די באַפֿעלן פֿון מלך צו די סאַטראַפּן פֿון מלך, און די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך; און זײ האָבן געהאָלפֿן דעם פֿאָלק און דעם הױז פֿון {dn גאָט}. /9:1 און אַז מע האָט דאָס געענדיקט, האָבן גענענט צו מיר די האַרן, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק ישׂראל, און די כּהנים און די לוִיִים, האָבן זיך ניט געהאַלטן אָפּגעשײדט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער, לױט זײערע אומװערדיקײטן – פֿון דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, דעם פּרִזי, דעם יבֿוסי, דעם עַמוֹני, דעם מוֹאָבֿי, דעם מִצרי, און דעם אֶמוֹרי. /9:2 װאָרום זײ האָבן גענומען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר זיך און פֿאַר זײערע זין, און דער הײליקער זאָמען האָט זיך פֿאַרמישט מיט די פֿעלקער פֿון די לענדער, און די האַנט פֿון די האַרן און די פֿאָרשטײער איז געװען די ערשטע אין דער דאָזיקער פֿעלשונג. /9:3 און װי איך האָב געהערט די דאָזיקע זאַך, האָב איך צעריסן מײַן בגד און מײַן מאַנטל, און איך האָב זיך געפֿליקט די האָר פֿון קאָפּ און פֿון באָרד, און איך בין געזעסן אַ באַנומענער. /9:4 האָבן זיך אַלע אײַנגעזאַמלט צו מיר אַלע װאָס האָבן געציטערט איבער די װערטער פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, פֿון װעגן דער פֿעלשונג פֿון די גלות-לײַט; און איך בין געזעסן אַ באַנומענער ביז דעם אָװנט-קרבן. /9:5 און בײַם אָװנט-קרבן בין איך אױפֿגעשטאַנען פֿון מײַן תָּענית, מיט מײַן בגד און מײַן מאַנטל צעריסן, און איך בין געפֿאַלן אױף מײַנע קני, און האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}. /9:6 און איך האָב געזאָגט: מײַן {dn גאָט}, איך בין אין בושה און שעם זיך אױפֿצוהײבן מײַן פּנים צו דיר, מײַן {dn גאָט}, װאָרום אונדזערע זינד זײַנען געמערט איבערן קאָפּ, און אונדזער שולד איז גרױס ביז צום הימל. /9:7 פֿון די טעג פֿון אונדזערע עלטערן אָן זײַנען מיר אין גרױס שולד ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און פֿאַר אונדזערע זינד זײַנען מיר, אונדזערע מלכים, אונדזערע כּהנים, איבערגעגעבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון די מלכים פֿון די לענדער צום שװערד, צו געפֿאַנגענשאַפֿט, און צו רױב, און צו שאַנד פֿון פּנים, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /9:8 און אַצונד, אױף אַ קלײנער רגע איז אונדז געשען אַ גענאָד פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, אונדז איבערצולאָזן אַן אַנטרינונג, און אונדז צו געבן אַן אָנהאַלט אין זײַן הײליקן אָרט, כּדי אונדזער {dn גאָט} זאָל דערלײַכטן אונדזערע אױגן, און אונדז לאָזן אַ ביסל אָפּלעבן אין אונדזער קנעכטשאַפֿט. /9:9 װאָרום קנעכט זײַנען מיר, אָבער אין אונדזער קנעכטשאַפֿט האָט אונדז אונדזער {dn גאָט} ניט פֿאַרלאָזן, און ער האָט אונדז צוגענײגט גענאָד פֿאַר די מלכים פֿון פָרַס, אונדז צו לאָזן אָפּלעבן, אױפֿצוריכטן דאָס הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}, און אױפֿצושטעלן זײַנע חורבֿות, און אונדז צו געבן אַן אַרומצאַם אין יהודה און אין ירושָלַיִם. /9:10 און אַצונד, אונדזער {dn גאָט}, װאָס זאָלן מיר זאָגן נאָך דעם? אַז מיר האָבן פֿאַרלאָזן דײַנע געבאָט /9:11 װאָס דו האָסט געבאָטן דורך דײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: ”דאָס לאַנד װאָס איר קומט עס צו אַרבן, איז אַן אומרײן לאַנד, דורך דער אומרײנקײט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער, דורך זײערע אומװערדיקײטן מיט װאָס זײ האָבן עס אָנגעפֿילט פֿון עק צו עק אין זײער טומאה. /9:12 דרום זאָלט איר אַצונד ניט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און זײערע טעכטער זאָלט איר ניט נעמען פֿאַר אײַערע זין, און איר זאָלט אױף אײביק ניט זוכן זײער פֿריד און זײער װױלזײַן, כּדי איר זאָלט שטאַרק זײַן, און עסן דאָס גוטס פֿון דעם לאַנד און עס לאָזן בירושה צו אײַערע קינדער אױף אײביק. “ /9:13 און נאָך אַלץ װאָס איז געקומען אױף אונדז פֿאַר אונדזערע שלעכטע מעשׂים און פֿאַר אונדזער גרױסער שולד, אַז דו אונדזער {dn גאָט} האָסט אונדז געשױנט מער װי נאָך אונדזערע זינד, און אונדז געגעבן אַזאַ אַנטרינונג, /9:14 זאָלן מיר װידער פֿאַרשטערן דײַנע געבאָט, און זיך מתחתּן זײַן מיט די פֿעלקער פֿון די דאָזיקע אומװערדיקײטן? װעסטו ניט צערענען אױף אונדז ביז צום פֿאַרלענדן, אַז קײן איבערבלײַב און קײן אַנטרינונג זאָל ניט זײַן? /9:15 {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, דו ביסט אַ גערעכטער; װאָרום מיר זײַנען אַן אַנטרונענער איבערבלײַב אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. אָט זײַנען מיר פֿאַר דיר אין אונדזער שולד; װאָרום מע קען ניט באַשטײן פֿאַר דיר װעגן דעם. /10:1 און װי עזרא האָט מתפּלל געװען און װי ער האָט זיך מתװדה געװען, װײנענדיק און זיך װאַרפֿנדיק פֿאַר גאָטס הױז, האָט זיך אָנגעזאַמלט צו אים פֿון ישׂראל זײער אַ גרױס געזעמל, מענער און װײַבער און קינדער; װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געװײנט אַ גרױס געװײן. /10:2 און שכַניָה דער זון פֿון יחיאֵלן, פֿון די קינדער פֿון עֵילָם, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו עזראן: מיר האָבן געפֿעלשט אָן אונדזער {dn גאָט}, און האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, אָבער אַצונד איז דאָ אַ האָפֿענונג פֿאַר ישׂראל װעגן דעם. /10:3 און לאָמיר אַצונד שליסן אַ בונד מיט אונדזער {dn גאָט}, אַװעקצושיקן די אַלע װײַבער, און די װאָס זײַנען געבאָרן פֿון זײ, לױט דער עצה פֿון {dn גאָט}, און די װאָס ציטערן איבער דעם געבאָט פֿון אונדזער {dn גאָט}, און זאָל געטאָן װערן לױט דער תּוֹרה. /10:4 שטײ אױף, װאָרום אױף דיר ליגט די זאַך, און מיר זײַנען מיט דיר; זײַ שטאַרק און טו. /10:5 איז עזרא אױפֿגעשטאַנען און האָט באַשװאָרן די האַרן פֿון די כּהנים, די לוִיִים, און גאַנץ ישׂראל, צו טאָן אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט; און זײ האָבן געשװאָרן. /10:6 און עזרא איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר דעם הױז פֿון {dn גאָט}, און ער איז אַװעק אין דער קאַמער פֿון יהוֹחנָן דעם זון פֿון אֶליָשיבֿן; און אַז ער איז געקומען אַהין, האָט ער ניט געגעסן קײן ברױט, און ניט געטרונקען קײן װאַסער, װאָרום ער האָט געטרױערט אױף דער פֿעלשונג פֿון די גלות-לײַט. /10:7 און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהודה און ירושָלַיִם צו אַלע קינדער פֿון גלות, זיך אײַנצוזאַמלען קײן ירושָלַיִם; /10:8 און איטלעכער װאָס װעט ניט קומען אין דרײַ טעג, לױט דער עצה פֿון די האַרן און די עלטסטע, זאָל זײַן גאַנצער פֿאַרמעג זײַן חרם, און ער זאָל אָפּגעשײדט װערן פֿון דער עדה פֿון גלות. /10:9 האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון יהודה און בנימין קײן ירושָלַיִם צום דריטן טאָג; דאָס איז געװען אין נײַנטן חוֹדש, אין צװאַנציקסטן טאָג אין חוֹדש. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געזעסן אױפֿן ברײטן פּלאַץ פֿון גאָטס הױז, ציטערנדיק איבער דער זאַך, און איבער די רעגנס. /10:10 און עזרא דער כּהן איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געפֿעלשט און האָט גענומען פֿרעמדע װײַבער נאָך צוצולײגן צו דער שולד פֿון ישׂראל. /10:11 און אַצונד גיט אַ װידױ צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן, און טוט זײַן רצון, און שײדט אײַך אָפּ פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, און פֿון די פֿרעמדע װײַבער. /10:12 האָט זיך אָפּגערופֿן די גאַנצע אײַנזאַמלונג און האָט געזאָגט אױף אַ הױכן קָול: יאָ, אַזױ װי דײַן װאָרט איז פֿאַר אונדז צו טאָן. /10:13 אָבער דאָס פֿאָלק איז גרױס, און עס איז די צײַט פֿון רעגנס, און ניטאָ קײן כּוֹח צו שטײן דרױסן, און די אַרבעט איז ניט אױף אײן טאָג, און ניט אױף צװײ; װאָרום מיר האָבן פֿיל פֿאַרבראָכן אין דער דאָזיקער זאַך. /10:14 זאָלן אונדזערע האַרן זיך אָפּשטעלן פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג, און אַלע װאָס אין אונדזערע שטעט װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, זאָלן קומען אין געשטעלטע צײַטן, און מיט זײ די עלטסטע פֿון איטלעכער שטאָט און אירע ריכטער, ביז מע װעט אָפּקערן פֿון אונדז דעם גרימצאָרן פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} װעגן דער דאָזיקער זאַך. /10:15 נאָר יוֹנָתָן דער זון פֿון עַשָׂהאֵלן, און יַחזְיָה דער זון פֿון תִּקוָהן, האָבן זיך געשטעלט אַקעגן דעם, און משולָם, און שַבתַי דער לֵוִי, האָבן זײ צוגעהאָלפֿן. /10:16 און די קינדער פֿון גלות האָבן אַזױ געטאָן; און עזרא דער כּהן, און עטלעכע הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און אַלע מיט נעמען, זײַנען אָפּגעזונדערט געװאָרן, און זײ האָבן זיך געזעצט אין ערשטן טאָג פֿון צענטן חוֹדש אױסצופֿאָרשן די זאַך. /10:17 און זײ זײַנען פֿאַרטיק געװאָרן מיט אַלע מענער װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, ביז דעם ערשטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש. /10:18 און עס זײַנען געפֿונען געװאָרן צװישן די קינדער פֿון די כּהנים אַזעלכע װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער. פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון יוֹצָדָקן און זײַנע ברידער: מַעֲשֵׂיָה, און אֶליעֶזֶר, און יָריבֿ, און גדַליָה. /10:19 און זײ האָבן געגעבן זײער האַנט אַװעקצושיקן זײערע װײַבער, און, װי שולדיקע, [צו ברענגען] אַ װידער פֿון שאָף פֿאַר זײער שולד. /10:20 און פֿון די קינדער פֿון אִמֵר: חַנָני, און זבֿדיָה. /10:21 און פֿון די קינדער פֿון חָרִם: מַעֲשֵׂיָה, און אֵלִיָה, און שמַעיָה, און יחיאֵל, און עוזִיָה. /10:22 און פֿון די קינדער פֿון פּשחור: אֶליוֹעֵינַי, מַעֲשֵׂיָה, יִשמָעֵאל, נתַנאֵל, יוֹזָבֿד, און אֶלעָשָׂה. /10:23 און פֿון די לוִיִים: יוֹזָבֿד, און שִמעִי, און קֵליָה – דאָס איז קליטאָ – פּתַחיָה, יהודה, און אֶליעֶזֶר. /10:24 און פֿון די זינגערס: אֶליָשיבֿ. און פֿון די טױערלײַט: שַלום, און טֶלֶם, און אורי. /10:25 און פֿון ישׂראל: פֿון די קינדער פֿון פּרעוֹש: רַמיָה, און יִזִיָה, און מַלכִּיָה, און מִיָמִן, און אֶלעָזָר, און מַלכִּיָה, און בנָיָה. /10:26 און פֿון די קינדער פֿון עֵילָם: מַתַּניָה, זכַריָה, און יחיאֵל, אן עַבֿדי, און אירֵמוֹת, און אֵלִיָה. /10:27 און פֿון די קינדער פֿון זַתּוא: אֶליוֹעֵנַי, אֶליָשיבֿ, מַתַּניָה, און אירֵמוֹת, און זָבֿד, און עַזיזאָ. /10:28 און פֿון די קינדער פֿון בבֿי: יהוֹחנָן, חַנַניָה, זַבי, עַתלַי. /10:29 און פֿון די קינדער פֿון בני: משולָם, מַלוך, און עַדָיָה, יָשובֿ, און שְאָל, און רָמוֹת. /10:30 און פֿון די קינדער פֿון פּחַת-מוֹאָבֿ: עַדנאָ, און כּלָל, בנָיָה, מַעֲשֵׂיָה, מַתַּניָה, בצַלאֵל, און בנױ, און מנשה. /10:31 און די קינדער פֿון חָרִם: אֶליעֶזֶר, יִשִיָה, מַלכִּיָה, שמַעיָה , שמעון; /10:32 בנימין, מַלוך, שמַריָה. /10:33 פֿון די קינדער פֿון חָשום: מַתּנַי, מַתַּתָּה, זָבֿד, אֶליפֿלֶט, אירֵמַי, מנשה, שִמעִי. /10:34 פֿון די קינדער פֿון בני: מַעֲדַי, עַמרָם, און אואֵל; /10:35 בנָיָה, בדיָה, כּלוהו; /10:36 אוַניָה, מרֵמוֹת, אֶליָשיבֿ; /10:37 מַתַּניָה, מַתּנַי, און יַעֲשָׂי; /10:38 און בני, און בנױ, שִמעִי, /10:39 און שֶלֶמיָה, און נָתָן, און עַדָיָה; /10:40 מַכנַדבֿי, שָשַי, שָרַי; /10:41 עַזַראֵל, און שֶלֶמיָהו, שמַריָה, /10:42 שַלום, אַמַריָה, יוֹסף. /10:43 פֿון די קינדער פֿון נבֿוֹ: יעִיאֵל, מַתִּתיָה, זָבֿד, זבֿינאָ, יַדַי, און יוֹאֵל, [און] בנָיָה. /10:44 די אַלע האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, און טײל פֿון זײ װײַבער מיט װעמען זײ האָבן געהאַט קינדער. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.