תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש אִיובֿ /1:1 עס איז געװען אַ מאַן אין לאַנד עוץ װאָס זײַן נאָמען איז געװען אִיובֿ; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, און גאָטספֿאָרכטיק, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס. /1:2 און עס זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ אים זיבן זין און דרײַ טעכטער. /1:3 און זײַן אײגנס איז געװען זיבן טױזנט שאָף, און דרײַ טױזנט קעמלען, און פֿינף הונדערט געשפּאַן רינדער, און פֿינף הונדערט אײזעלינס, און זײער אַ סך קנעכט; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען גרעסער פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח. /1:4 און זײַנע זין פֿלעגן גײן און מאַכן אַ מאָלצײַט בײַ איטלעכן אין הױז אין זײַן טאָג, און זײ פֿלעגן שיקן און רופֿן זײערע דרײַ שװעסטער, צו עסן און צו טרינקען מיט זײ. /1:5 און עס איז געװען, אַז װי די טעג פֿון דעם מאָלצײַט האָבן זיך אַרומגעדרײט, אַזױ האָט אִיובֿ געשיקט און האָט זײ געהײליקט, און ער פֿלעגט זיך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער לױט דער צאָל פֿון זײ אַלעמען, װאָרום אִיובֿ האָט געזאָגט: אפֿשר האָבן מײַנע קינדער געזינדיקט, און זײ האָבן געלעסטערט {dn גאָט} אין זײער האַרצן. אַזױ פֿלעגט אִיובֿ טאָן אַלע מאָל. /1:6 און עס איז געװען דער טאָג, װען די זין פֿון {dn גאָט} זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר {dn גאָט}, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ. /1:7 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר. /1:8 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז ניטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, גאָטספֿאָרכטיק און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס? /1:9 האָט דער שׂטן געענטפֿערט {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: איז דען אומזיסט אִיובֿ גאָטספֿאָרכטיק? /1:10 האָסטו ניט אַרומגעצאַמט אים און זײַן הױזגעזינט און אַלץ װאָס איז זײַנס רונד אַרום? די אַרבעט פֿון זײַנע הענט האָסטו געבענטשט, און זײַן אײגנס איז פֿאַרשפּרײט איבערן לאַנד. /1:11 אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן עפּעס װאָס איז זײַנס, אױב ער װעט ניט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן. /1:12 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: אָט איז אַלץ װאָס איז זײַנס אין דײַן האַנט, נאָר אױף אים זאָלסטו ניט אױסשטרעקן דײַן האַנט. איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר {dn גאָט}. /1:13 און עס איז געװען אײן טאָג, װי זײַנע זין און זײַנע טעכטער עסן און טרינקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער, /1:14 אַזױ איז אַ שָלִיח געקומען צו אִיובֿן, און האָט געזאָגט: די רינדער האָבן געאַקערט, און די אײזעלינס האָבן זיך געפֿיטערט לעבן זײ, /1:15 זײַנען באַפֿאַלן שבֿאָער, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. /1:16 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: אַ פֿײַער פֿון {dn גאָט} איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל, און האָט אָנגעצונדן די שאָף און די יונגען, און האָט זײ פֿאַרצערט, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. /1:17 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: כַּשׂדים האָבן געמאַכט דרײַ מחנות, און זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף די קעמלען, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. /1:18 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: דײַנע זין און דײַנע טעכטער האָבן געגעסן און געטרונקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער, /1:19 ערשט אַ גרױסער װינט איז אָנגעקומען פֿון דער זײַט פֿון מדבר, און האָט אָנגעכאַפּט די פֿיר װינקלען פֿון הױז, און עס איז אײַנגעפֿאַלן אױף די יונגעלײַט, און זײ זײַנען געשטאָרבן, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. /1:20 איז אִיובֿ אױפֿגעשטאַנען, און האָט צעריסן זײַן מאַנטל, און האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ, און איז געפֿאַלן אױף דער ערד, און האָט זיך געבוקט. /1:21 און ער האָט געזאָגט: נאַקעט בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון מײַן מוטערס לײַב, און נאַקעט װעל איך זיך אומקערן אַהין;{dn גאָט} האָט געגעבן, און {dn גאָט} האָט צוגענומען, געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון {dn גאָט}. /1:22 בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ ניט געזינדיקט, און ניט געגעבן קײן לעסטערונג צו {dn גאָט}. /2:1 און עס איז געװען דער טאָג װען די זין פֿון {dn גאָט} זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר {dn גאָט}, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ, זיך צו שטעלן פֿאַר {dn גאָט}. /2:2 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר. /2:3 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז ניטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, גאָטספֿאָרכטיק, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס? און ער האַלט זיך נאָך אַלץ בײַ זײַן פֿרומקײט; און דו האָסט מיך אָנגערעדט אױף אים, אים אומצוברענגען אומזיסט. /2:4 האָט דער שׂטן געענטפֿערט {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: הױט פֿאַר הױט, און אַלץ װאָס אַ מענטש האָט, װעט ער אַװעקגעבן פֿאַר זײַן נפֿש. /2:5 אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן זײַן בײן און זײַן פֿלײש, אױב ער װעט ניט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן. /2:6 האָט {dn גאָט} געזאָגט צום שׂטן: אָט איז ער אין דײַן האַנט, נאָר זײַן נפֿש היט. /2:7 איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר {dn גאָט}, און ער האָט געפּלאָגט אִיובֿן מיט אַ בײזן אױסשלאָג פֿון זײַן פֿוסטריט ביז זײַן שאַרבן. /2:8 האָט ער זיך גענומען אַ שערבל זיך צו קראַצן דערמיט; און ער איז געזעסן אין אַש. /2:9 האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: האַלטסט זיך נאָך אַלץ בײַ דײַן פֿרומקײט? לעסטער {dn גאָט}, און שטאַרב. /2:10 האָט ער צו איר געזאָגט: אַזױ װי עס רעדט אײנע פֿון די נידערטרעכטיקע רעדסטו. זאָלן מיר דאָס גוטע יאָ אָננעמען פֿון {dn גאָט}, און דאָס שלעכטע זאָלן מיר ניט אָננעמען? בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ ניט געזינדיקט מיט זײַנע ליפּן. /2:11 און אִיובֿס דרײַ גוטע פֿרײַנט האָבן געהערט פֿון אַל דעם דאָזיקן בײז װאָס איז געקומען אױף אים, און זײ זײַנען געקומען איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אֶליפֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי; און זײ האָבן אָפּגערעדט אין אײנעם צו גײן אים באַדױערן און אים טרײסטן. /2:12 און אַז זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן פֿון דער װײַטן, האָבן זײ אים ניט דערקענט, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קָול און האָבן געװײנט; און זײ האָבן איטלעכער צעריסן זײַן מאַנטל, און געװאָרפֿן שטױב איבער זײערע קעפּ צום הימל. /2:13 און זײ זײַנען געזעסן מיט אים אױף דער ערד זיבן טעג און זיבן נעכט, און קײנער האָט ניט גערעדט צו אים אַ װאָרט, װאָרום זײ האָבן געזען אַז דער װײטאָג איז זײער גרױס. /3:1 דערנאָך האָט אִיובֿ געעפֿנט זײַן מױל, און האָט געשאָלטן זײַן טאָג. /3:2 און אִיובֿ האָט זיך אָפּגערופֿן, און האָט געזאָגט: /3:3 אונטערגײן זאָל דער טאָגװאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן, און די נאַכט װאָס האָט אָנגעזאָגט:אַ ייִנגל איז אַנטפֿאַנגען געװאָרן. /3:4 יענער טאָג זאָל זײַן חושך, ניט פֿרעגן זאָל אױף אים {dn גאָט} פֿון אױבן, און ניט שײַנען זאָל אױף אים אַ ליכטיקײט. /3:5 צונעמען פֿאַר זיך זאָלן אים חושך און טױטשאָטן, אַ װאָלקעניש זאָל רוען אױף אים, כמאַרעס פֿון טאָג זאָלן אים שרעקן. /3:6 יענע נאַכט, אַ שטאָקפֿינצטערניש זאָל זי נעמען, זי זאָל זיך ניט פֿרײען אין די טעג פֿון יאָר, אין דער צאָל פֿון חדשים זאָל זי ניט אַרײַנגײן. /3:7 אָט יענע נאַכט זאָל זײַן װיסט, ניט קומען אין איר זאָל אַ געזאַנג. /3:8 פֿלוכן זאָלן זי די װאָס שילטן דעם טאָג, די װאָס זײַנען גרײט דעם לִויָתן אױפֿצוּװעקן. /3:9 פֿינצטער זאָלן װערן אירע אָװנטשטערן, זי זאָל האָפֿן אױף ליכט, און ניטאָ, און ניט אָנזען די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן. /3:10 װײַל זי האָט ניט פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון מײַן מוטערלײַב, און פֿאַרבאָרגן מאַטערניש פֿון מײַנע אױגן. /3:11 פֿאַר װאָס בין איך ניט פֿון טראַכט געשטאָרבן?אַרױס פֿון לײַב און פֿאַרגאַנגען?/3:12 אַלמַאי האָבן מיך קני צוגענומען?און נאָך װאָס בריסט, איך זאָל זײגן?/3:13 װאָרום איך װאָלט אַצונד געלעגן און געװען שטיל, איך װאָלט געשלאָפֿן, איך װאָלט רו געהאַט דענצמאָל;/3:14 מיט מלכים און יועצים פֿון דער ערד, װאָס פֿאַרבױען װיסטענישן פֿאַר זיך;/3:15 אָדער מיט שׂרָרות װאָס האָבן גאָלד, װאָס פֿילן זײערע הײַזער מיט זילבער. /3:16 אָדער איך װאָלט גאָר ניט געװען, װי אַ באַהאַלטענער מפּיל, װי קינדער װאָס האָבן דעם שײַן ניט געזען. /3:17 דאָרט הערן אױף די רשָעים צו רודערן, און דאָרט רוען די מידע אָן כּוח. /3:18 אין אײנעם באַרוט זײַנען די געפֿאַנגענע, זײ הערן ניט דעם קָול פֿון אַ דריקער. /3:19 קלײן און גרױס איז דאָרטן, און דער קנעכט איז פֿרײַ פֿון זײַן האַר. /3:20 פֿאַר װאָס גיט ער ליכט דעם װאָס מאַטערט זיך, און לעבן די פֿאַרביטערטע אין געמיט?/3:21 די װאָס האַרן אױפֿן טױט, און ער קומט ניט, און זײ אַקערן נאָך אים מער װי נאָך אוֹצרות;/3:22 די װאָס װאָלטן זיך פֿרײען מיט שִׂמחה, װאָס װאָלטן קװעלן, אַז זײ װאָלטן געפֿינען דעם קבֿר;/3:23 צו דעם מאַן װאָס זײַן װעג איז פֿאַרבאָרגן, און {dn גאָט} האָט פֿאַרצאַמט פֿאַר אים?/3:24 װאָרום גלײַך װי מײַן ברױט קומט מײַן זיפֿצן, און אַזױ װי װאַסער גיסן זיך מײַנע געשרײען. /3:25 װאָרום די אַנגסט װאָס איך האָב געאַנגסט איז מיר אָנגעקומען, און װאָס איך האָב געפֿאָרכט איז מיר געשען. /3:26 איך האָב קײן שלװה און קײן רו און קײן מנוחה ניט, און ציטערניש איז געקומען. /4:1 האָט געענטפֿערט אֶליפֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:/4:2 אַז מע פּרוּװט אַ װאָרט צו דיר װעט דיך פֿאַרדריסן?אָבער װער קען זיך אײַנהאַלטן פֿון רײד?/4:3 זע, האָסט געלערנט פֿילן, און שלאַפֿע הענט פֿלעגסטו שטאַרקן. /4:4 דעם געשטרױכלטן פֿלעגן אױפֿשטעלן דײַנע רײד, און געבײגטע קני פֿלעגסטו פֿעסטיקן. /4:5 אָבער אַצונד קומט עס צו דיר, װערסטו אָפּהענטיק, עס רירט דיך אָן, און װערסט דערשראָקן. /4:6 איז ניט דײַן גאָטספֿאָרכטיקײט דײַן בטחון, דײַן האָפֿענונג די ערלעכקײט פֿון דײַנע װעגן?/4:7 דערמאָן זיך נאָר, װער איז אומשולדיק אונטערגעגאַנגען?און װוּ זײַנען רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרטיליקט געװאָרן?/4:8 װעדליק איך האָב געזען, איז די װאָס אַקערן אומרעכט, און זײען אומגליק, זײ שנײַדן עס. /4:9 פֿון דעם הױך פֿון {dn גאָט} גײען זײ אונטער, און פֿון דעם אָטעם פֿון זײַן צאָרן װערן זײ פֿאַרלענדט. /4:10 אַ געבריל פֿון לײב, אַ קָול פֿון װילדלײב –אָבער די צײן פֿון די יונגלײבן װערן צעבראָכן;/4:11 דער אַלטער לײב גײט אױס אָן שפּײַז, און די קינדער פֿון דער לײבינטע װערן צעשפּרײט. /4:12 און צו מיר פֿלעגט אַ װאָרט זיך פֿאַרגנבֿען, און מײַן אױער האָט פֿאַרנומען אַ קװינט דערפֿון. /4:13 אין געדאַנקען, פֿון זעונגען פֿון דער נאַכט, װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן, /4:14 האָט מיך אַ פּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש, און האָט אַלע מײַנע בײנער צעשױדערט. /4:15 און אַ גײַסט פֿלעגט פֿאַר מײַן פּנים אַריבער;קאַפּױר שטעלן פֿלעגט עס די האָר פֿון מײַן לײַב. /4:16 ער פֿלעגט שטײן, אָבער איך פֿלעג ניט דערקענען זײַן אָנבליק;אַ געשטאַלט איז געװען פֿאַר מײַנע אױגן;אַ שטילקײט און אַ שטים פֿלעג איך הערן:/4:17 קען אַ מענטש פֿאַר {dn גאָט} זײַן גערעכט?צי קען פֿאַר זײַן באַשעפֿער רײן זײַן אַ מאַן?/4:18 זע, אין זײַנע קנעכט גלױבט ער ניט, און אין זײַנע מלאכים מערקט ער אַ פֿאַרזע, /4:19 הײַנט װי שױן די װױנער אין הײַזער פֿון לײם, װאָס זײער גרונט איז אין שטױב?מע צעדריקט זײ גלײַך װי אַ מאָיל. /4:20 צװישן מאָרגן און אָװנט װערן זײ צעשטױסן, אומגעמערקט גײען זײ אונטער אױף אײביק. /4:21 פֿאַר װאָר, אָפּגעריסן װערט זײער געצעלטשטריק בײַ זײ, זײ שטאַרבן, און אָן חכמה. /5:1 רוף אַקאָרשט, איז דאָ װער זאָל דיר ענטפֿערן?און צו װעמען פֿון די הײליקע װעסטו זיך קערן?/5:2 װאָרום דעם נאַרן הרגעט דער כּעס, און דעם ניט קלוגן טײט די קנאה. /5:3 זע איך אַ נאַרן אײַנגעװאָרצלט, רוף איך תֵּכּף זײַן װױנונג פֿאַרשאָלטן. /5:4 זײַנע קינדער װעלן װײַט זײַן פֿון הילף, און זײ װעלן צעדריקט װערן אין טױער, און קײנער װעט ניט מציל זײַן. /5:5 װאָרום זײַן שניט װעט דער הונגעריקער אױפֿעסן, און ביז פֿון די דערנער װעט ער עס אַװעקנעמען;און אײַנשלינגען װעט די נעץ זײער פֿאַרמעג. /5:6 פֿאַר װאָר, ניט פֿון שטױב קומט אַרױס אומגליק, און ניט פֿון דער ערד שפּראָצט מאַטערניש. /5:7 נײַערט דער מענטש איז צו מאַטערניש געבאָרן;נאָר היצקעפּ פֿליִען אין דער הײך. /5:8 אָבער איך װאָלט געזוכט {dn גאָט}, און צו {dn גאָט} װאָלט איך געשטעלט מײַן טענה;/5:9 דער װאָס טוט גרױסע זאַכן ניט צו דערפֿאָרשן, װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל;/5:10 דער װאָס גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און שיקט װאַסער אױפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער;/5:11 ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך, און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף. /5:12 ער פֿאַרשטערט די מחשבֿות פֿון די ליסטיקע, אַז זײערע הענט זאָלן ניט אױפֿטאָן ממשות. /5:13 ער פֿאַנגט קלוגע אין זײער ליסטיקײט, און די עצה פֿון די פֿאַרשפּיצטע װערט צעטומלט. /5:14 בײַ טאָג באַגעגענען זײ פֿינצטערניש, און אַזױ װי בײַ נאַכט טאַפּן זײ אין מיטן טאָג. /5:15 און ער העלפֿט פֿון דער שװערד – פֿון זײער מױל, און פֿון דעם שטאַרקנס האַנט דעם אבֿיון. /5:16 און דער אָרימאַן קריגט האָפֿענונג, און אומגערעכטיקײט מאַכט צו איר מױל. /5:17 זע, װױל איז דעם מענטשן װאָס {dn גאָט} שטראָפֿט אים, און דעם מוסר פֿון אַלמאַכטיקן זאָלסטו ניט פֿאַראַכטן. /5:18 װאָרום ער מאַכט װײ טאָן, און ער פֿאַרבינדט, ער פֿאַרװוּנדט, און זײַנע הענט הײלן אױס. /5:19 אין זעקס צרות װעט ער דיך מציל זײַן, און אין זיבן װעט דיך ניט אָנרירן קײן בײז. /5:20 אין הונגער װעט ער דיך אױסלײזן פֿון טױט, און אין מלחמה פֿון דער מאַכט פֿון שװערד. /5:21 פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן, און װעסט ניט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט. /5:22 פֿון פֿאַרװיסטונג און פֿון הונגער װעסטו לאַכן, און פֿאַר די חיות פֿון דער ערד װעסטו ניט מורא האָבן. /5:23 װאָרום מיט די שטײנער פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן בונד, און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײַן שלום מיט דיר. /5:24 און װעסט װיסן אַז דײַן געצעלט איז בשלום, און װעסט נאָכזען דײַן װױנונג, און בײַ דיר װעט ניט פֿעלן. /5:25 און װעסט װיסן אַז דײַן זאָמען װעט זײַן פֿיל, און דײַנע שפּראָצונגען װי גראָז פֿון דער ערד. /5:26 װעסט קומען אין פֿולער עלטער צום קבֿר, װי אַ סטױג קומט אַרײַן אין זײַן צײַט. /5:27 זע, דאָס האָבן מיר אױסגעפֿאָרשט, אַזױ איז דאָס, הער עס צו, און דו מערק דיר. /6:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/6:2 װען געװױגן זאָל געװױגן װערן מײַן כּעס, און מײַן בראָך װאָלט מען נעמען אױפֿן װאָגשאָל באַגלײַך!/6:3 װאָרום שװערער פֿון דעם זאַמד פֿון ימען װאָלט עס זײַן אַצונד;דרום זײַנען מײַנע װערטער צעמישט. /6:4 װאָרום אין מיר זײַנען די פֿײַלן פֿון אַלמאַכטיקן, װאָס זײער גיפֿט טרינקט מײַן געמיט;שרעקענישן פֿון {dn גאָט} שטעלן זיך אױס קעגן מיר. /6:5 שרײַט דען אַ װאַלדאײזל אױף גראָז?צי מרוקעט אַן אָקס אױף זײַן פֿוטער?/6:6 װערט אומבאַטעַמטס געגעסן אָן זאַלץ?צי איז דאָ אַ טעם אין זאַפֿט פֿון אַלטײַ?/6:7 װאָס מײַן זעל האָט ניט געװאָלט אָנרירן, דאָס זײַנען די צושפּײַזן פֿון מײַן ברױט. /6:8 הלװאי קומט אָן מײַן פֿאַרלאַנג, און מײַן האָפֿענונג גיט {dn גאָט}!/6:9 און {dn גאָט} װיליקט אײַן און צעדריקט מיך, לאָזט לױז זײַן האַנט און דערענדיקט מיך!/6:10 װאָלט דאָס נאָך געװען מײַן נחמה, און איך װאָלט געטאַנצט אין יסורים;זאָל ער זײַן אומדערבאַרימדיק;הגם איך האָב ניט געלײקנטאָן די װערטער פֿון הײליקן. /6:11 װאָס איז מײַן כּוח, אַז איך זאָל האָפֿן?און װאָס מײַן סָוף, אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן געמיט?/6:12 איז דער כּוח פֿון שטײנער מײַן כּוח?איז מײַן לײַב פֿון קופּער?/6:13 איז דען פֿאַר מיר קײן הילף ניטאָ, און אַן עצה איז פֿאַרשטױסן פֿון מיר?/6:14 דעם װאָס גײט אײַן קומט רַחמָנות פֿון זײַן חבֿר, אַפֿילו ער פֿאַרלאָזט די מורא פֿאַרן אַלמאַכטיקן. /6:15 מײַנע ברידער האָבן געפֿעלשט װי אַ טײַך, װי דער שטראָם פֿון טײַכן װאָס גײען אַװעק, /6:16 װאָס זײַנען טונקל פֿון אײַז –אױף זײ באַהאַלט זיך דער שנײ. /6:17 בעת זײ װערן צעװאַרעמט, װערן זײ פֿאַרשװוּנדן, װי עס װערט הײס, צעגײען זײ פֿון זײער אָרט. /6:18 עס דרײען זיך די װעגן פֿון זײער װאַנדער, זײ פֿאַרגײען אין נישט און װערן פֿאַרלאָרן. /6:19 די קאַראַװאַנען פֿון תֵּימא האָבן אױסגעקוקט, די גײ-מחנות פֿון שבֿא האָבן געהאָפֿט אױף זײ, /6:20 אָבער זײ האָבן זיך געשעמט װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט, זײ זײַנען אָנגעקומען ביז אַהין און אין שאַנד געבליבן. /6:21 פֿאַר װאָר, אַצונד זײַט איר מיט אים, איר האָט דערזען דעם בראָך, און זיך דערשראָקן. /6:22 האָב איך דען געזאָגט: גיט מיר װאָס, און פֿון אײַער פֿאַרמעג שענקט פֿאַר מיר?/6:23 אָדער: מאַכט מיך אַנטרינען פֿון שׂונאס האַנט, און פֿון דער האַנט פֿון געװאַלטטוער זאָלט איר מיך אױסלײזן? /6:24 לערנט מיך, און איך װעל שװײַגן, און װאָס איך האָב פֿאַרזען, גיט מיר צו פֿאַרשטײן. /6:25 װי שטאַרק זײַנען ריכטיקע װערטער!אָבער װאָס באַװײַזט דאָס באַװײַזן פֿון אײַך?/6:26 רעכנט איר װערטער פֿאַר אַ באַװײַז, און פֿאַר װינט די רײד פֿון פֿאַרצװײפֿלטן?/6:27 אַפֿילו אױף אַ יתום װאָלט איר גורל װאַרפֿן, און איר װאָלט גראָבן אױף אײַער חבֿר. /6:28 און אַצונד באַװיליקט, קערט אײַך צו מיר;און צי װעל איך אײַך אין פּנים אַ ליגן זאָגן?/6:29 קערט אײַך אום, איך בעט אײַך, זאָל קײן עװלה ניט געשען, יאָ, קערט אײַך װידער אום, איך בין גערעכט דערין. /6:30 איז אין מײַן צונג דאָ אומרעכט?צי שפּירט ניט מײַן גומען פֿאַרברעכן? /7:1 פֿאַר װאָר, דינסטצײַט האָט דער מענטש אױף דער ערד, און װי טעג פֿון אַ געדונגענעם זײַנען זײַנע טעג. /7:2 װי אַ קנעכט װאָס שמאַכט נאָך שאָטן, און װי אַ געדונגענער װאָס האַרט אױף זײַן לױן, /7:3 אַזױ האָב איך מיר צוגעטײלט געקריגן חדשים פֿון אומגליק, און נעכט פֿון מאַטערניש האָט מען מיר צוגעצײלט. /7:4 אַז איך לײג זיך, זאָג איך: װען װעל איך אױפֿשטײן?און די נאַכט ציט זיך, און איך װער זאַט מיט װאַרפֿעניש ביזן פֿרימאָרגן. /7:5 מײַן לײַב איז באַקלײדט מיט װערים און שטיקער ערד, מײַן הױט פּלאַצט און װערט צעקראָכן. /7:6 מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ װעבשיפֿל, און װערן פֿאַרלענדט אָן אַ האָפֿענונג. /7:7 געדענק, אַז אַ הױך איז מײַן לעבן, מײַן אױג װעט ניט אָנזען מער גוטס. /7:8 מיך װעט מער ניט אָנקוקן דאָס אױג פֿון מײַן זעער, דײַנע אױגן זײַנען אױף מיר, און שױן בין איך ניטאָ. /7:9 פֿאַרלענדט װערט אַ װאָלקן און פֿאַרגײט, אַזױ דער װאָס נידערט אין אונטערערד, װעט ניט אַרױפֿקומען. /7:10 ער װעט זיך מער ניט אומקערן אין זײַן הױז, און זײַן אָרט װעט אים מער ניט קענען. /7:11 דרומעך װעל איך ניט פֿאַרמײַדן מײַן מױל, איך װעל רעדן אין דער קלעמעניש פֿון מײַן געמיט, איך װעל קלאָגן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל. /7:12 בין איך אַ ים, אָדער אַ ים-חיה, װאָס דו שטעלסט אַ װאַך איבער מיר?/7:13 אַז איך זאָג: מײַן בעט װעט מיך טרײסטן, מײַן געלעגער װעט מיטטראָגן מײַן קלאָג, /7:14 שרעקסטו מיך מיט חלומות, און מיט זעונגען גרױלסטו מיך. /7:15 און מײַן זעל װיל בעסער דערװאַרגעניש, טױט, אײדער די דאָזיקע בײנער מײַנע. /7:16 מיר איז נמאס; איך װעל אײביק ניט לעבן, לאָז אָפּ פֿון מיר, װאָרום אַ הױך זײַנען מײַנע טעג. /7:17 װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט אים גרײסן, און אַז דו זאָלסט לײגן אױף אים דײַן האַרץ, /7:18 און אים דערמאָנען אַלע פֿרימאָרגן, אַלע רגע אים פּרוּװן?/7:19 װי לאַנג װעסטו זיך ניט אָפּקערן פֿון מיר?מיך ניט אָפּלאָזן ביז איך שלינג אַראָפּ מײַן שפּײַעכץ?/7:20 אַז איך זינדיק, װאָס טו איך דיר, היטער פֿון דעם מענטשן?פֿאַר װאָס האָסטו מיך געמאַכט פֿאַר דײַן צילברעט, אַז איך בין געװאָרן זיך אַלײן צו לאַסט?/7:21 און װאָס פֿאַרגיסטו ניט מײַן פֿאַרברעך, און טוסט ניט אָפּ מײַן זינד?װאָרום אַצונד װעל איך ליגן אין שטױב, און װעסט מיך זוכן, און איך װעל ניט זײַן. /8:1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:/8:2 ביז װאַנען װעסטו רעדן דאָס דאָזיקע, און װי אַ שטאַרקער װינט װעלן זײַן די װערטער פֿון דײַן מױל?/8:3 װעט דען {dn גאָט} פֿאַרדרײען דעם משפּט?און װעט דער אַלמאַכטיקער פֿאַרדרײען די גערעכטיקײט?/8:4 אַז דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט צו אים, האָט ער זײ אַװעקגעשיקט פֿאַר זײער פֿאַרברעך. /8:5 אַז דו װאָלסט זוכן {dn גאָט}, און צום אַלמאַכטיקן בעטן, /8:6 אַז דו װאָלסט זײַן רײן און רעכטפֿאַרטיק, װאָלט ער אַצונד זיך דערװעקן פֿאַר דיר, און גאַנץ מאַכן דײַן גערעכטע װױנונג. /8:7 און אױב דײַן אָנהײב װעט זײַן קלײן, װעט דײַן סָוף זײַן זײער גרױס. /8:8 װאָרום פֿרעג אַקאָרשט דעם פֿריִערדיקן דָור, און מערק װאָס זײערע עלטערן האָבן אױסגעפֿאָרשט –/8:9 װאָרום מיר זײַנען פֿון נעכטן, און װײסן גאָרנישט, װײַל אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד –/8:10 פֿאַר װאָר, זײ װעלן דיך לערנען, זײ װעלן דיר זאָגן, און פֿון זײער האַרצן אַרױסברענגען װערטער. /8:11 קען אױסװאַקסן ראָר אָן אַ זומפּ?קען גרױס װערן טײַכגראָז אָן װאַסער?/8:12 נאָך איז עס אין זײַן גרינקײט, ניט אָפּגעשניטן, און װי גאָרע הײ װערט עס פֿאַרטריקנט. /8:13 אַזױ זײַנען די װעגן פֿון אַלע גאָטפֿאַרגעסער, און די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן גײט אונטער. /8:14 װאָרום זומערפֿאָדים איז זײַן פֿאַרזיכערונג, און שפּינװעבס זײַן בטחון. /8:15 ער לענט זיך אָן אױף זײַן הױז, אָבער עס האָט ניט קײן באַשטאַנד, ער האַלט זיך דעראָן, אָבער עס בלײַבט ניט שטײן. /8:16 זאַפֿטיק איז ער פֿאַר דער זון, און איבער זײַן גאָרטן גײט אַרױס זײַן שפּראָץ. /8:17 אין אַ הױפֿן פֿלעכטן זיך זײַנע װאָרצלען, צװישן שטײנער רײַסט ער זיך דורך. /8:18 אָבער פֿאַרטיליקט מען אים פֿון זײַן אָרט, פֿאַרלײקנט ער אים: איך האָב דיך ניט געזען. /8:19 אָט דאָס איז די פֿרײד פֿון זײַן װעג, און פֿון דער ערד שפּראָצט אַן אַנדערער אַרױס. /8:20 זע, {dn גאָט} פֿאַראַכט ניט דעם אומשולדיקן, און װעט ניט אױפֿהאַלטן די האַנט פֿון דעם שלעכטסטוער;/8:21 ביז ער װעט אָנפֿילן מיט געלעכטער דײַן מױל, און דײַנע ליפּן מיט שאַלונג. /8:22 דײַנע שָׂונאים װעלן זיך אָנקלײדן מיט שאַנד, און דאָס געצעלט פֿון די רשָעים װעט מער ניט זײַן. /9:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/9:2 אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס;און װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן קעגן {dn גאָט}?/9:3 אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים, װאָלט ער אים ניט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט. /9:4 קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוח –װער קען זיך עַקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?/9:5 דער װאָס רוקט איבער בערג, און זײ מערקן ניט, װען ער קערט זײ איבער אין זײַן צאָרן. /9:6 דער װאָס טרײסלט אױף די ערד פֿון איר אָרט, אַז אירע זײַלן ציטערן. /9:7 דער װאָס הײסט דער זון, און זי שײַנט ניט, און די שטערן פֿאַרחתמעט ער. /9:8 ער האָט אױסגעשפּרײט די הימלען אַלײן, און ער טרעט אױף די הײכן פֿון ים. /9:9 ער האָט געמאַכט דעם בערשטערן, דעם אָריאָן און דעם זיבנשטערן, און די קאַמערן פֿון דָרום. /9:10 ער טוט גרױסע זאַכן אַזש ניט צו דערפֿאָרשן, און װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל. /9:11 אָט גײט ער מיר פֿאַרבײַ, און איך זע ניט, און ער ציט דורך, און איך מערק אים ניט. /9:12 אָט כאַפּט ער אַװעק – װער קען אים אָפּהאַלטן?װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?/9:13 {dn גאָט} קערט ניט אָפּ זײַן צאָרן; אונטער אים האָבן זיך געבױגן די העלפֿער פֿון רַהַבֿ. /9:14 הײַנט װי שױן קען איך אים ענטפֿערן, קלײַבן מײַנע װערטער קעגן אים?/9:15 װאָס אַפֿילו איך זאָל גערעכט זײַן, קען איך ניט ענטפֿערן;בעטן מוז איך זיך בײַ דעם װאָס משפּט מיך. /9:16 אַפֿילו איך זאָל רופֿן און ער זאָל ענטפֿערן, װאָלט איך ניט גלױבן אַז ער האָט פֿאַרנומען מײַן קָול. /9:17 ער װאָס צערײַבט מיך מיט שטורעמװינט, און מערט מײַנע װוּנדן אומזיסט. /9:18 ער לאָזט מיך מײַן אָטעם ניט אָפּציִען, נײַערט ער זעטיקט מיך מיט ביטערנישן. /9:19 אױב אין כּוח, איז ער מאַכטיקער, און אױב אױף אַ משפּט: „װער קען מיך לאָדן?”/9:20 אַפֿילו איך זאָל זײַן גערעכט, װעט מײַן מױל מיך פֿאַרשולדיקן;איך מעג זײַן אומשולדיק, װעט ער מיך מאַכן פֿאַר קרום. /9:21 איך בין אומשולדיק;מיך אַרט ניט מײַן נפֿש, מיר איז נמאס מײַן לעבן. /9:22 עס איז אַלץ אײנס, דרום זאָג איך:דעם אומשולדיקן אַזױ װי דעם רָשע פֿאַרלענדט ער. /9:23 װען די רוט טײט פּלוצלינג, שפּאָט ער אױף דעם גוססן פֿון די אומשולדיקע. /9:24 די ערד איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון רָשע;דעם פּנים פֿון אירע ריכטער פֿאַרדעקט ער;אױב ניט, װער דען איז דאָס?/9:25 און מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ לױפֿער, זײ זײַנען אַנטלאָפֿן, ניט אָנגעזען גוטס. /9:26 זײ זײַנען אַװעק גלײַך װי ראָרשיפֿן, װי אַן אָדלער װאָס שװעבט אױפֿן עסן. /9:27 אַז איך זאָג, איך װעל פֿאַרגעסן מײַן קלאָג, אַװעקװאַרפֿן מײַן אומעטיק פּנים, און זיך אױפֿמונטערן, /9:28 שרעק איך זיך פֿאַר אַלע מײַנע װײטאָגן, איך װײס אַז דו װעסט מיר ניט שענקען. /9:29 שולדיק מוז איך בלײַבן, טאָ נאָך װאָס זאָל איך מיך מיִען אומנישט?/9:30 אַז איך װאָלט זיך געװאַשן מיט שנײװאַסער, און גערײניקט מיט לױג מײַנע הענט, /9:31 װעסטו דענצמאָל אין אַ גראָבן מיך אײַנטונקען, אַז מײַנע קלײדער װעלן זיך עקלען מיט מיר. /9:32 װאָרום ניט אַ מענטש װי איך איז ער, איך זאָל אים ענטפֿערן, מיר זאָלן אין אײנעם צום משפּט גײן. /9:33 ניטאָ צװישן אונדז קײן אַנטשײדער, װאָס זאָל לײגן זײַן האַנט אױף אונדז בײדן. /9:34 זאָל ער אָפּטאָן פֿון מיר זײַן רוט, און זײַן אימה זאָל מיך ניט שרעקן, /9:35 װעל איך רעדן, און ניט מורא האָבן פֿאַר אים;װאָרום בין איך דען ניט פֿעסט בײַ זיך? /10:1 מיר אַלײן עקלט מײַן לעבן;איך װעל פֿון מיר לױז לאָזן מײַן קלאָג, איך װעל רעדן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל. /10:2 איך װעל זאָגן צו {dn גאָט}: זאָלסט מיך ניט שולדיק מאַכן;לאָז מיך װיסן פֿאַר װאָס דו קריגסט זיך מיט מיר. /10:3 איז דיר גוט אַז דו דריקסט, אַז דו פֿאַראַכטסט די מי פֿון דײַנע הענט, און דעם באַראָט פֿון די רשָעים באַשײַנסטו?/10:4 זײַנען אױגן פֿון פֿלײש בײַ דיר?צי זעסטו װי אַ מענטש זעט? /10:5 זײַנען װי די טעג פֿון אַ מענטשן דײַנע טעג, צי דײַנע יאָרן װי די טעג פֿון אַ מאַן?/10:6 אַז דו זוכסט מײַן זינד, און פֿאָרשסט מײַן חטא, /10:7 הגם דו װײסט אַז איך בין ניט שולדיק, נאָר ניטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון דײַן האַנט. /10:8 דײַנע הענט האָבן מיך געפֿורעמט און געמאַכטמיט אַלעם מיט אַנאַנדער, פֿון דעסט װעגן ברענגסטו מיך אום. /10:9 געדענק פֿאָרט, אַז װי לײם האָסטו מיך געמאַכט, און צו שטױב װעסטו מיך אומקערן. /10:10 פֿאַר װאָר, װי מילך האָסטו מיך אױסגעגאָסן, און װי קעז האָסטו מיך פֿאַרגליװערט. /10:11 מיט הױט און פֿלײש האָסטו מיך באַקלײדט, און מיט בײנער און אָדערן געפֿלאָכטן. /10:12 לעבן און גענאָד האָסטו מיר באַשערט, און דײַן אָבאַכט האָט אָפּגעהיט מײַן גײַסט. /10:13 אָבער דאָס האָסטו באַהאַלטן אין דײַן האַרצן, איך װײס אַז דאָס האָסטו געהאַט אין זינען:/10:14 אַז איך זינדיק, װעסטו מיך היטן, און פֿון מײַן חטא מיך ניט רײן מאַכן. /10:15 אַז איך בין שולדיק, איז װײ צו מיר, און בין איך גערעכט, קען איך ניט אױפֿהײבן דעם קאָפּ, זאַט מיט שאַנד, און זעענדיק מײַן פּײַן. /10:16 און הײבט ער זיך אױף, יאָגסטו מיך װי אַ לײב, און אַלץ װידער באַגײסטו זיך משונה קעגן מיר. /10:17 באַנײַסט דײַנע עדות קעגן מיר, און מערסט דײַן כּעס אױף מיר;געביטן נאָכאַנאַנד װערט דער חיל קעגן מיר. /10:18 און נאָך װאָס האָסטו מיך פֿון טראַכט אַרױסגעצױגן? איך װאָלט פֿאַרגאַנגען, און אַן אױג װאָלט מיך ניט אָנגעזען. /10:19 װי ניט געװען װאָלט איך געװען, פֿון מוטערלײַב װאָלט איך צום קבֿר געבראַכט געװאָרן. /10:20 מײַנע טעג זײַנען דאָך װינציק, טאָ הער אױף, און טו זיך אָפּ פֿון מיר, איך זאָל זיך אױפֿמונטערן אַ ביסל, /10:21 אײדער איך גײ אַװעק זיך ניט אומצוקערן, אין אַ לאַנד פֿון חושך און טױטשאָטן, /10:22 אַ לאַנד טונקל װי די פֿינצטערניש אַלײן, טױטשאָטן אָן אָרדענונג, װוּ אַפֿילו אַז עס שײַנט, איז װי פֿינצטערניש. /11:1 האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:/11:2 זאָל דער פֿילרעדעװדיקער בלײַבן ניט געענטפֿערט?און צי זאָל דער ליפּנמענטש בלײַבן גערעכט?/11:3 דײַנע פּלױדערײַען מאַכן מענטשן שװײַגן, און דו שפּאָטסט, און קײנער האַלט ניט פֿאָר. /11:4 און דו זאָגסט: לױטער איז מײַן לערנונג, און רײן בין איך אין דײַנע אױגן. /11:5 אָבער הלװאי רעדט {dn גאָט}, און עפֿנט זײַנע ליפּן מיט דיר, /11:6 און דערצײלט דיר די פֿאַרבאָרגענישן פֿון קלוגשאַפֿט, װי פֿילפֿאַכיק די חכמה איז, און װאָלסט װיסן אַז {dn גאָט} מאָנט פֿון דירװינציקער װי דײַן זינד. /11:7 װילסטו די דערפֿאָרשונג פֿון {dn גאָט} געפֿינען?צי דעם ציל פֿון אַלמאַכטיקן געפֿינען?/11:8 עס איז הױך װי די הימלען, װאָס קענסטו אױפֿטאָן?טיפֿער פֿון אונטערערד, װאָס קענסטו װיסן? /11:9 לענגער פֿון דער ערד איז די מאָס דערפֿון, און ברײטער פֿון ים. /11:10 אַז ער גײט פֿאַרבײַ און פֿאַרשליסט, אָדער ער זאַמלט אײַן, װער קען אים אָפּהאַלטן?/11:11 װאָרום ער װײס די פֿאַלשע לײַט, און ער זעט דאָס אומרעכט, אָן צו מאָל אַ קוק טאָן. /11:12 אָבער דער פּוסטער מענטש װעט קריגן שׂכל, װען אַ יונגער װאַלדאײזל װעט איבערגעבאָרן װערן אין אַ מענטשן. /11:13 אַז דו װעסט צוקערן דײַן האַרץ, און אױסשפּרײטן צו אים דײַנע הענט –/11:14 אױב אומרעכט איז אין דײַן האַנט, דערװײַטער עס, און זאָלסט ניט לאָזן רוען אין דײַנע געצעלטן אַן עװלה –/11:15 דענצמאָל װעסטו אױפֿהײבן דײַן פּנים אָן אַ פֿלעק, און װעסט פֿעסט זײַן, און ניט מורא האָבן. /11:16 װאָרום די מאַטערניש װעסטו פֿאַרגעסן;װי װאַסער װאָס איז אַװעק װעסטו עס דערמאָנען. /11:17 און העלער װי מיטן טאָג װעט אױפֿשטײן דײַן לעבן, די פֿינצטערניש װעט װי דע מאָרגן װערן. /11:18 און װעסט זײַן זיכער, װײַל האָפֿענונג איז דאָ, און װעסט זיך אַרומקוקן, און ליגן אין זיכערקײט. /11:19 און װעסט הױערן, און קײנער װעט ניט שרעקן, און פֿיל װעלן זוכן דײַן לײַטזעליקײט. /11:20 אָבער די אױגן פֿון די רשָעים װעלן אױסגײן, און אַנטרינונג װעט זײַן פֿאַרלאָרן פֿון זײ, און זײער האָפֿענונג – אַן אױסהױכעניש פֿון דער נשמה. /12:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/12:2 אמת יאָ, איר זײַט די לײַט, און מיט אײַך װעט אָפּשטאַרבן די חכמה!/12:3 איך האָב אױך פֿאַרשטאַנדיקײט אַזױ װי איר, איך פֿאַל ניט אַראָפּ קעגן אײַך;און בײַ װעמען איז אַזױ װאָס ניטאָ?/12:4 אַ געלעכטער בײַם חבֿר בין איך געװאָרן –דער װאָס האָט גערופֿן צו {dn גאָט}, און ער האָט אים געענטפֿערט;אַ געלעכטער – דער גערעכטער, דער פֿרומער. /12:5 דעם אומגליקלעכן קומט פֿאַראַכטונג, װעדליק די געדאַנקען פֿון דעם גליקלעכן, אַ שטױס – די װאָס זײער פֿוס גליטשט זיך אױס. /12:6 בשַלװה זײַנען די געצעלטן פֿון די רױבער, און אין זיכערקײט די װאָס דערצערענען {dn גאָט}, דער װאָס ברענגט זײַן {dn גאָט} אין זײַן פֿױסט. /12:7 אָבער פֿרעג אַקאָרשט די בהמות, און זײ װעלן דיך לערנען, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און ער װעט דיר זאָגן;/12:8 אָדער רעד צו דער ערד, און זי װעט דיך לערנען, און דיר װעלן דערצײלן די פֿישן פֿון ים. /12:9 װער צװישן אַלע דאָזיקע װײס ניט, אַז די האַנט פֿון {dn גאָט} האָט דאָס געמאַכט?/12:10 אַז אין זײַן האַנט איז די זעל פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און דער גײַסט פֿון יעטװעדער מענטשנס לײַב. –/12:11 דאַרף ניט דאָס אױער פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט זײַן שפּײַז?/12:12 איז בײַ גרײַזן די חכמה, און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט? –/12:13 בײַ אים איז חכמה און גבֿורה, ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט. /12:14 זע, ער צעשטערט, און עס װערט ניט אָפּגעבױט, ער פֿאַרשליסט אַ מענטשן, און עס װערט ניט געעפֿנט. /12:15 זע, ער פֿאַרהאַלט װאַסערן, און זײ װערן אױסגעטריקנט, און ער שיקט זײ אַרױס, און זײ קערן איבער די ערד. /12:16 בײַ אים איז מאַכט און קלוגשאַפֿט, זײַנער איז אי דער פֿאַרפֿירטער אי דער פֿאַרפֿירער. /12:17 ער מאַכט אומגײן די יועצים באַנומענע, און די ריכטער באַנאַרישט ער. /12:18 די געבונדענע פֿון די מלכים מאַכט ער לױז, און אױף זײערע לענדן בינדט ער אַ שטריקגאַרטל. /12:19 ער מאַכט אומגײן די כּהנים באַנומענע, און די מאַכטיקע פֿאַרדרײט ער. /12:20 ער נעמט אָפּ דעם לשון בײַ די באַרעדעװדיקע, און דעם שׂכל פֿון די זקנים נעמט ער אַװעק. /12:21 ער גיסט פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און דעם אָנגורט פֿון די שטאַרקע מאַכט ער לױז. /12:22 ער אַנטפּלעקט טיפֿענישן פֿון דער פֿינצטער, און ברענגט אַרױס אין ליכט דעם שאָטן פֿון טױט. /12:23 ער דערהײכט די פֿעלקער, און ברענגט זײ אונטער, ער שפּרײט אױס די פֿעלקער, און פֿירט זײ אַװעק. /12:24 ער טוט אָפּ דעם שׂכל פֿון די הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטעניש אָן אַ װעג. /12:25 זײ טאַפּן אין חושך אָן ליכט, און ער מאַכט זײ װאַקלען װי אַ שיכּורער. /13:1 זע, אַלץ האָט געזען מײַן אױג, מײַן אױער האָט געהערט און זיך געמערקט. /13:2 װי איר װײסט, װײס איך אױך, איך פֿאַל ניט אַראָפּ קעגן אײַך. /13:3 אָבער איך װיל צום אַלמאַכטיקן רעדן, און טענהן צו {dn גאָט} װיל איך. /13:4 איר אָבער זײַט שמירער פֿון ליגן, נישטיקע רופֿאים זײַט איר אַלע. /13:5 הלװאי װאָלט איר שװײַגן געשװיגן, װאָלט דאָס פֿון אײַך אַ חכמה געװען. /13:6 הערט אַקאָרשט מײַן טענה, און די קריג פֿון מײַנע ליפּן פֿאַרנעמט. /13:7 װילט איר פֿאַר {dn גאָט} רעדן אומרעכט, און פֿאַר אים רעדן באַטרוג?/13:8 װילט איר זײַן פּנים שאַנעװען, צי װילט איר פֿאַר {dn גאָט} זיך קריגן?/13:9 װעט גוט זײַן אַז ער װעט אײַך אױספֿאָרשן?צי װי מע נאַרט אַ מענטשן װעט איר אים אָפּנאַרן?/13:10 שטראָפֿן װעט ער אײַך שטראָפֿן, אױב איר װעט אין פֿאַרבאָרגעניש שאַנעװען. /13:11 פֿאַר װאָר, זײַן גרױסקײט װעט אײַך דערשרעקן, און זײַן פּחד װעט פֿאַלן אױף אײַך. /13:12 אײַערע בײַשפּילן זײַנען געגליכן צו אַש, צו הױפֿנס לײם אײַערע רײד הױפֿנס. /13:13 לאָזט מיך אָפּ, און איך װעל רעדן, און זאָל קומען אױף מיר װאָס װיל. /13:14 מעג זײַן װאָס, איך װעל נעמען מײַן פֿלײש אין מײַנע צײן, און מײַן לעבן װעל איך אײַנשטעלן אין מײַן האַנט. /13:15 אָט װעט ער מיך טײטן – איך ריכט זיך אױף אים –אָבער מײַנע װעגן װעל איך אױפֿװײַזן פֿאַר אים. /13:16 שױן דאָס װעט מיר זײַן אַ הילף, װאָס פֿאַר אים קען קײן פֿאַלשער ניט קומען. /13:17 הערן הערט-צו מײַן װאָרט, און מײַן אַרױסזאָג מיט אײַערע אױערן. /13:18 אָט, איך בעט אײַך, לײג איך פֿאָר דעם משפּט;איך װײס אַז איך װעל זײַן גערעכט. /13:19 װער איז דער װאָס קען קריגן מיט מיר?װאָרום דענצמאָל װאָלט איך שװײַגן און פֿאַרגײן. /13:20 נאָר צװײ זאַכן זאָלסטו ניט טאָן מיט מיר, דענצמאָל װעל איך פֿאַר דײַן פּנים זיך ניט פֿאַרבאָרגן:/13:21 דײַן האַנט דערװײַטער פֿון מיר, און דײַן אימה זאָל מיך ניט שרעקן. /13:22 און רוף, און איך װעל דיר ענטפֿערן, צי איך װעל רעדן, און ענטפֿער דו מיר. /13:23 װיפֿיל האָב איך זינד און חטאים?מײַן פֿאַרברעך און מײַן חטא לאָז מיך װיסן. /13:24 פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, און רעכנסט מיך פֿאַר אַ שׂונא צו דיר?/13:25 צי אַ געטריבן בלאַט װילסטו אײַנשרעקן, און אַ פֿאַרטריקנטן שטרױ װילסטו נאָכיאָגן?/13:26 װאָס דו שרײַבסט מיר אָן ביטערנישן, און מאַכסט מיך יַרשען די זינד פֿון מײַן יוגנט;/13:27 און טוסט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, און היטסט אַלע מײַנע שטעגן;אַרום מײַנע פֿוסטריט גריבלסטו זיך. /13:28 און איך בין װי אַ לאָגל װאָס צעקריכט, װי אַ בגד װאָס מאָיל האָט אים צעפֿרעסן. /14:1 דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ, האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס. /14:2 װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן, און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט ניט. /14:3 און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן?און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?/14:4 װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן?קײן אײנער ניט. /14:5 אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן, די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר, גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען ניט אַריבער, /14:6 קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו, ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג. /14:7 װאָרום פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג;אַז ער װערט אָפּגעשניטן, באַנײַט ער זיך װידער, און זײַן שפּראָץ הערט ניט אױף. /14:8 אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל, און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם, /14:9 פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף, און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג. /14:10 אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק, און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?/14:11 װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים, און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;/14:12 און דער מענטש לײגט זיך און שטײט ניט אױף;ביז קײן הימל װעט ניט זײַן װעלן זײ זיך ניט אױפֿכאַפּן, און ניט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף. /14:13 װען דו װאָלסט מיך אין אונטערערד באַהאַלטן, מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן, מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –/14:14 אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? –אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרטביז מײַן אורלױב װעט קומען. /14:15 װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט, װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט. /14:16 אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט, װאַרטסט צו מאָל ניט אױף מײַן חטא. /14:17 פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך, און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד. /14:18 יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך, און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;/14:19 װאַסער צערײַבט שטײנער, אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד;אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן. /14:20 שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט, פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק. /14:21 זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס ניט, און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ ניט. /14:22 נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים, און זײַן זעל טרױערט אױף אים. /15:1 האָט געענטפֿערט אֶליפֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:/15:2 װעט אַ חכם ענטפֿערן מיט קענשאַפֿט פֿון לופֿט, און אָנפֿילן מיט מזרח-װינט זײַן בױך?/15:3 טענהן רײד װאָס טױגן ניט, און װערטער װאָס מע ברענגט קײן נוץ ניט מיט זײ?/15:4 אױך פֿאַרשטערסטו די גאָטספֿאָרכטיקײט, און מינערסט די פֿרומקײט פֿאַר {dn גאָט}. /15:5 װאָרום דײַן זינד לערנט דײַן מױל, און קלײַבסט אױס די צונג פֿון די ליסטיקע. /15:6 דײַן אײגן מױל מאַכט דיך שולדיק, און ניט איך, און דײַנע ליפּן זאָגן עדות קעגן דיר. /15:7 ביסטו דער ערשטער מענטש געבאָרן געװאָרן?אָדער ביסטו פֿאַר די בערג באַשאַפֿן געװאָרן?/15:8 האָסטו דעם סָוד פֿון {dn גאָט} אײַנגעהערט, און אַװעקגענומען צו זיך די חכמה?/15:9 װאָס אַזױנס װײסטו, װאָס מיר װײסן ניט?פֿאַרשטײסטו, װאָס בײַ אונדז איז ניטאָ?/15:10 אי אַ גראָער קאָפּ אי אַ גרײַז איז דאָ צװישן אונדז, עלטער פֿון דײַן פֿאָטער אין טעג. /15:11 זײַנען דיר װינציק די טרײסטונגען פֿון {dn גאָט}, און דאָס װאָרט װאָס איז מילד צו דיר?/15:12 װאָס נעמט דיך דײַן האַרץ, און װאָס װינקען דײַנע אױגן, /15:13 אַז דו קערסט קעגן {dn גאָט} דײַן גײַסט, און לאָזט אַרױס רײד פֿון דײַן מױל?/15:14 װאָס איז אַ מענטש, אַז ער זאָל זײַן רײן?און קען דען גערעכט זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?/15:15 זע, אין זײַנע הײליקע גלױבט ער ניט, און די הימלען זײַנען ניט רײן אין זײַנע אױגן, /15:16 הײַנט װי שױן דער אומװערדיקער און פֿאַרדאָרבענער, דער מענטש, װאָס טרינקט אומרעכט װי װאַסער? /15:17 איך װעל דיר באַשײדן, הער מיר צו, און װאָס איך האָב געזען װעל איך דערצײלן;/15:18 װאָס די חכמים גיבן איבער –און פֿאַרהױלן ניט – פֿון זײערע עלטערן, /15:19 װאָס צו זײ אַלײן איז געגעבן געװאָרן דאָס לאַנד, און קײן פֿרעמדער איז ניט דורכגעגאַנגען צװישן זײ. /15:20 אַלע זײַנע טעג איז אין ציטערניש דער רָשע, און געצײלטע יאָרן זײַנען אָנגעברײט דעם געװאַלטטוער. /15:21 אַ קָול פֿון אַנגסטן איז אין זײַנע אױערן:אין מיטן שלום װעט קומען אַ פֿאַרװיסטער אױף אים. /15:22 ער גלױבט ניט זיך אױסצודרײען פֿון פֿינצטערניש, און ער איז אױסגעקליבן פֿאַרן שװערד. /15:23 ער װאָגלט אום נאָך ברױט: װוּ איז עס?ער װײס אַז לעבן אים איז אָנגעברײט דער טאָג פֿון פֿינצטערניש. /15:24 אים שרעקן אַנגסט און דריקעניש, זײ כאַפּן אים אָן װי אַ מלך אָנגעברײט צום קריג. /15:25 װײַל ער האָט אױסגעשטרעקט קעגן {dn גאָט} זײַן האַנט, און קעגן אַלמאַכטיקן זיך געשטאַרקט;/15:26 געלאָפֿן קעגן אים מיט אַ שטאָלצן האַלדז, מיט די דיקע רוקנס פֿון זײַנע שילדן. /15:27 װײַל ער האָט באַדעקט זײַן פּנים מיט זײַן פֿעטס, און אָנגעלײגט פּלאָסטן אױפֿן לענד; /15:28 און ער האָט באַװױנט פֿאַרװיסטע שטעט, הײַזער װאָס מע זיצט ניט אין זײ, װאָס זײַנען געװען אָנגעברײט אױף הױפֿנס. /15:29 ער װעט ניט רײַך זײַן, און ניט באַשטײן װעט זײַן פֿאַרמעג, און ניט נײַגן װעט זיך צו דער ערד זײער תּבֿואה. /15:30 ער װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון פֿינצטערניש;זײַן שפּראָץ װעט פֿאַרטריקענען אַ פֿלאַם, /15:31 און ער װעט אָפּגעטאָן װערן דורך אַ הױך פֿון זײַן מױל. זאָל ניט טרױען אױף נישט דער פֿאַרנאַרטער, װאָרום נישט װעט זײַן זײַן אײַנבײַט. /15:32 אײדער זײַן טאָג קומט, װעט עס דערפֿילט װערן, און זײַן צװײַג װעט ניט גרין זײַן. /15:33 ער װעט אָפּשאָקלען װי אַ װײַנשטאָק זײַן אומצײַטיקס, און אַראָפּװאַרפֿן װי אַן אײלבערטבױם זײַן בליִונג. /15:34 װאָרום דאָס געזעמל פֿון די זינדיקע בלײַבט װיסט, און אַ פֿײַער פֿאַרצערט די געצעלטן פֿון שוחד. /15:35 זײ טראָגן אומרעכט און געבערן אומגליק, און זײער לײַב ברײט אָן פֿאַר זיך אָפּנאַרונג. /16:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/16:2 איך האָב געהערט פֿיל אַזױנס;צרהדיקע טרײסטער זײַט איר אַלע. /16:3 װעט זײַן אַ סָוף צו די װינטיקע רײד?אָדער װאָס שפּאַרט דיך אַז דו זאָלסט ענטפֿערן?/16:4 איך װאָלט אױך געקענט רעדן װי איראַז איר װאָלט געװען אױף מײַן אָרט;איך װאָלט געקניפּט װערטער אױף אײַך, און געשאָקלט אױף אײַך מײַן קאָפּ. /16:5 איך װאָלט אײַך געשטאַרקט מיט מײַן מױל, און דער באַדױער פֿון מײַנע ליפּן װאָלט אײַך געלינדערט. /16:6 אַז סײַ איך רעד, װערט ניט געמינערט מײַן װײטאָג, און סײַ איך הער אױף, גײט ער פֿון מיר ניט אַװעק;/16:7 פֿאַר װאָר, אַצונד האָט ער מיך פֿאַרמאַטערט; האָסט צעגרױלט מײַן גאַנצע געזעלנשאַפֿט. /16:8 און האָסט מיך צעקנײטשט –צום עדות איז עס געװאָרן;און מײַן מאָגערקײט שטײט אױף קעגן מיר, מיר אין פּנים קלאָגט זי אָן. /16:9 זײַן צאָרן האָט פֿאַרצוקט מיט פֿײַנטשאַפֿט, ער האָט געקריצט אױף מיר מיט זײַנע צײן;מײַן שׂונא שלײַפֿט זײַנע אױגן אױף מיר. /16:10 מע שפּאַרט אױף דאָס מױל אױף מיר, מיט שאַנד פּאַטשט מען מײַנע באַקן;אין אײנעם קלײַבן זײ זיך אױף מיר. /16:11 {dn גאָט} ענטפֿערט מיך איבער צום פֿאַרברעכער, און אין די הענט פֿון רשָעים װאַרפֿט ער מיך. /16:12 רויִק בין איך געװען, און ער האָט מיך צעברעקלט, און מיך אָנגענומען בײַם געניק, און מיך צעפּיצלט;און ער האָט מיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר זײַן צילברעט. /16:13 מיך רינגלען אַרום זײַנע שיסער, ער שפּאַלט מײַנע נירן, און דערבאַרימט ניט, ער גיסט אױס צו דער ערד מײַן גאַל. /16:14 ער צעברעכט מיך אַ בראָך אױף אַ בראָך, ער לױפֿט קעגן מיר װי אַ קריגסמאַן. /16:15 זאַק האָב איך אױפֿגענײט אױף מײַן הױט, און געװעלגערט אין אַש מײַן האָרן. /16:16 מײַן פּנים איז רױט פֿון געװײן, און אױף מײַנע ברעמען איז שאָטן פֿון טױט, /16:17 פֿאַר קײן אומרעכט, ניט אין מײַנע הענט, בעת מײַן תּפֿילה איז רײן. /16:18 ערד, זאָלסט ניט צודעקן מײַן בלוט, און זאָל ניט קײן אָרט זײַן פֿאַר מײַן געשרײ!/16:19 אַפֿילו איצט אָט איז אין הימל מײַן עדות, און מײַן עדוט-זאָגער איז אין דער הײך. /16:20 מײַנע פֿירשפּרעכער זײַנען מײַנע געדאַנקען; צו {dn גאָט} טוט טריפֿן מײַן אױג, /16:21 אַז ער זאָל משפּטן צװישן אַ מאַן מיט {dn גאָט}, װי צװישן אַ מענטשנקינד און זײַן חבֿר. /16:22 װאָרום די געצײלטע יאָרן גײען, און איך װעל אַװעק אױף אַ װעג פֿון װאַנען איך װעל זיך ניט אומקערן. /17:1 מײַן געמיט איז צעװײטאָקט, מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן, דער קבֿר איז פֿאַר מיר. /17:2 פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר, און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג. /17:3 קער זיך צו, איך בעט דיך, זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן;װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן?/17:4 װאָרום זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל, צום ריכטיקן טוסטו זײ ניט דערהײבן. /17:5 דער װאָס מַסרט פֿון חניפֿה װעגן חבֿרים, אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער! /17:6 יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט, און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן. /17:7 און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע. /17:8 די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער, און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט. /17:9 און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג, און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט!/17:10 איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער, און איך װעל ניט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך. /17:11 מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען, מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן –די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן. /17:12 נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ:„נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער”. /17:13 אַז איך ריכט זיך אױף דער אונטערערד װי מײַן הײם, אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער, /17:14 צום קבֿר רוף איך: „ביסט מײַן פֿאָטער!”„מײַן מוטער און מײַן שװעסטער” צום װאָרעם, /17:15 הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג?יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען?/17:16 צו די ריגלען פֿון אונטערערד װעט זי נידערן, װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען. /18:1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:/18:2 ביז װאַנען װעט איר מאַכן געיעגן אױף װערטער?באַטראַכט, און דערנאָך װעלן מיר רעדן. /18:3 פֿאַר װאָס װערן מיר גערעכנט װי בהמות, געהאַלטן פֿאַר פֿאַרשטאָפּט אין אײַערע אױגן?/18:4 דו װאָס פֿאַרצוקסט זיך אַלײן אין דײַן צאָרן, זאָל פֿון דײַנעט װעגן פֿאַרלאָזט װערן די ערד, און אַ פֿעלדז אַװעקגערוקט װערן פֿון זײַן אָרט? /18:5 יאָ, דאָס ליכט פֿון די רשָעים װעט פֿאַרלאָשן װערן, און ניט שײַנען װעט דער פֿונק פֿון זײַן פֿײַער. /18:6 די ליכטיקײט װעט פֿינצטער װערן אין זײַן געצעלט, און זײַן ליכט װעט פֿאַרלאָשן װערן איבער אים. /18:7 די שפּרײַזן פֿון זײַן מאַכט װעלן געענגט װערן, און אים װעט אַנידערװאַרפֿן זײַן אײגענע עצה. /18:8 װאָרום ער װערט געטריבן פֿון זײַנע פֿיס אין דער נעץ, און אױף אַ פּאַסטקע גײט ער אום. /18:9 כאַפּן פֿאַרן טריט װעט אַ פֿאַנגנעץ, פֿעסט װעט אים האַלטן דער קנופּ. /18:10 באַהאַלטן אין דער ערד איז אַ שטריק פֿאַר אים, און אַ כאַפּשטײַג פֿאַר אים איז אױפֿן שטעג. /18:11 רונד אַרום גרױלן אים שרעקענישן, און זײ יאָגן אים אױף זײַנע טריט. /18:12 הונגעריק װעט זײַן זײַן אומגליק, און דער בראָך איז אָנגעברײט בײַ זײַן זײַט. /18:13 אױפֿעסן װעט די גלידער פֿון זײַן לײַב, אױפֿעסן װעט זײַנע גלידער דער בכָור פֿון טױט. /18:14 אױסגעריסן װעט װערן פֿון זײַן געצעלט זײַן פֿאַרזיכערונג, און עס װעט אים מאַכן שפּרײַזן צו דעם מלך פֿון שרעקעניש. /18:15 רוען װעט אין זײַן געצעלט ניט זײַן האָב;אױף זײַן װױנונג װעט אױסגעשפּרײט װערן שװעבל. /18:16 פֿון אונטן װעלן טריקענען זײַנע װאָרצלען, און פֿון אױבן װעט פֿאַרװעלקט װערן זײַן צװײַג. /18:17 זײַן זכר גײט אונטער פֿון דער ערד, און ער האָט ניט קײן נאָמען דערױסן. /18:18 מע װעט אים שטױסן פֿון ליכט אין פֿינצטערנישאון פֿון דער װעלט װעט מען אים פֿאַרװאָגלען. /18:19 ער האָט ניט קײן קינד און קײן אײניקל צװישן זײַן פֿאָלק, און קײן איבערבלײַב אין זײַנע װױנונגען. /18:20 איבער זײַן שטראָפֿטאָג װערן צעגרױלט די שפּעטערדיקע, און די פֿריִערדיקע נעמט אָן אַ שױדער. /18:21 יאָ, דאָס זײַנען די װױנונגען פֿון דעם פֿאַרברעכער, און דאָס איז דער אָרט פֿון דעם װאָס װײס ניט פֿון {dn גאָט}. /19:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/19:2 ביז װאַנען װעט איר באַטריבן מײַן זעל, און מיך צעדריקן מיט װערטער?/19:3 שױן צען מאָל אַז איר באַלײדיקט מיך, איר שעמט אײַך ניט מיך צו פּײַניקן. /19:4 און אַז איך האָב שױן יאָ פֿאַרזען, װעט בײַ מיר דאָך בלײַבן מײַן פֿאַרזע. /19:5 אױב איר װילט אין דער אמת זיך גרײסן קעגן מיר, און מיר פֿאָרװאַרפֿן מײַן שאַנד, /19:6 טאָ װײסט אַז {dn גאָט} האָט מיך געקריװדעט, און זײַן נעץ אַרומגעלײגט אַרום מיר. /19:7 אָט שרײַ איך געװאַלט, און װער ניט געענטפֿערט, איך רוף, און ניטאָ קײן גערעכטיקײט. /19:8 מײַן װעג האָט ער פֿאַרצאַמט, אַז איך קען ניט דורכגײן, און אױף מײַנע שטעגן האָט ער אַ פֿינצטערניש אַרױפֿגעטאָן. /19:9 מײַן כּבֿוד האָט ער אױסגעטאָן פֿון מיר, און אַראָפּגענומען די קרױן פֿון מײַן קאָפּ. /19:10 ער צעשטױסט מיך רונד אַרום, אַז איך פֿאַרגײ, און ער האָט אױסגעריסן װי אַ בױם מײַן האָפֿענונג. /19:11 און ער האָט אָנגעצונדן זײַן צאָרן אױף מיר, און ער רעכנט מיך פֿאַר זײַנעם אַ שׂונא. /19:12 אין אײנעם קומען אױף מיר זײַנע מחנות, און זײ טרעטן אױס זײער װעג קעגן מיר, און זײ לאַגערן אַרום מײַן געצעלט. /19:13 מײַנע ברידער האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר, און מײַנע באַקענטע זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿרעמדט פֿון מיר. /19:14 מײַנע קרובֿים האַלטן זיך צוריק, און מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיך פֿאַרגעסן. /19:15 מײַנע הױזװױנער און מײַנע דינסטן רעכענען מיך פֿאַר אַ פֿרעמדן, אַן אומבאַקענטער בין איך געװאָרן אין זײערע אױגן. /19:16 איך רוף מײַן קנעכט, און ער ענטפֿערט ניט, איך בעט זיך בײַ אים מיטן מױל. /19:17 מײַן אָטעם איז צוּװידער מײַן װײַב, און איך פֿאַרעקל די קינדער פֿון מײַן לײַב. /19:18 אַפֿילו ייִנגלעך פֿאַראַכטן מיך, איך שטעל זיך, און זײ רעדן מיר אַקעגן. /19:19 מיך פֿאַראומװערדיקן אַלע מײַנע פֿאַרטרױטע, און די װאָס איך האָב ליב, קערן זיך קעגן מיר. /19:20 צו מײַן הױט און צו מײַן פֿלײש איז צוגעקלעפּט מײַן געבײן, און איך בין אַרױס מיט די יאַסלעס פֿון מײַנע צײן. /19:21 דערבאַרימט אײַך אױף מיר, דערבאַרימט אײַך אױף מיר, איר חבֿרים מײַנע, װאָרום די האַנט פֿון {dn גאָט} האָט מיך געטראָפֿן. /19:22 פֿאַר װאָס רודפֿט איר מיך אַזױ װי {dn גאָט}, און קענט זיך ניט אָנזעטן מיט מײַן פֿלײש?/19:23 הלװאי װערן נאָר אױפֿגעשריבן מײַנע װערטער!הלװאי װערן זי אין אַ בוך פֿאַרצײכנט!/19:24 מיט אַן אײַזערנער פּען און בלײַאױף אײביק אין פֿעלדז אײַנגעהאַקט!/19:25 װאָרום איך װײס, מײַן אױסלײזער לעבט, און שפּעטער װעט ער אױפֿשטײן אױף דער ערד. /19:26 אָבער אונטער מײַן הױט איז דאָס אײַנגעקלאַפּט, און אין מײַן פֿלײש איז עס: איך װיל זען {dn גאָט}! /19:27 אַז איך אַלײן זאָל זען פֿאַר מיר, און מײַנע אױגן זאָלן אָנקוקן, און ניט קײן אַנדערער –גײען אױס מײַנע נירן אין מײַן לײַב. /19:28 װען איר זאָגט: „װי װעלן מיר אים רודפֿן!”אַזױ װי דער װאָרצל פֿון דער זאַך װאָלט זיך געפֿונען אין מיר, /19:29 האָט מורא פֿאַר דער שװערד, װאָרום מיט גרימצאָרן זײַנען די שטראָפֿן פֿון דער שװערד;דרום זאָלט איר װיסן אַז אַ משפּט איז פֿאַראַן. /20:1 האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:/20:2 דרום ענטפֿערן מיר מײַנע געדאַנקען –פֿון װעגן װאָס איך שפּיר אין מיר:/20:3 דעם פֿאָרװוּרף פֿון מײַן שאַנד האָב איך געהערט, און אַ גײַסט פֿון מײַן פֿאַרשטאַנד ענטפֿערט מיר. /20:4 װײסטו דאָס װאָס איז פֿון אײביק אָן, פֿון זינט דער מענטש איז געמאַכט אױף דער ערד? /20:5 אַז דאָס געזאַנג פֿון רשָעים איז אױף קורצן, און די שִׂמחה פֿון זינדיקן אױף אַ רגע?/20:6 װען ביזן הימל זאָל אַרױפֿגײן זײַן הײך, און זײַן קאָפּ זאָל ביזן װאָלקן דערגרײכן, /20:7 װעט ער װי זײַן אײגן קױט אױף אײביק אונטערגײן;זײַנע זעער װעלן זאָגן: װוּ איז ער?/20:8 װי אַ חָלום װעט ער אַװעקפֿליִען, און מע װעט אים ניט געפֿינען, און ער װעט פֿאַריאָגט װערן װי אַ זעונג פֿון דער נאַכט. /20:9 דאָס אױג האָט אים אָנגעקוקט, און ניט מער, און מער װעט אים ניט אָנזען זײַן אָרט. /20:10 זײַנע קינדער װעלן פֿאַרגיטיקן די אָרימע, יאָ, זײַנע אײגענע הענט װעלן צוריקגעבן זײַן גוטס. /20:11 זײַנע בײנער זײַנען פֿול מיט זײַן יוגנט, אָבער מיט אים אין שטױב װעט זי זיך לײגן. /20:12 הגם זיס איז דאָס בײז אין זײַן מױל, ער באַהאַלט עס אונטער זײַן צונג, /20:13 ער שױנט עס, און לאָזט עס ניט אָפּ, און האַלט עס צו אױף זײַן גומען, /20:14 װערט זײַן שפּײַז פֿאַרקערט אין זײַנע אינגעװײד, גאַל פֿון שלאַנגען איז אינעװײניק בײַ אים. /20:15 פֿאַרמעג האָט ער אײַנגעשלונגען, און װעט עס אױסברעכן, פֿון זײַן בױך װעט עס {dn גאָט} אַרױסטרײַבן. /20:16 גיפֿט פֿון שלאַנגען פֿלעגט ער זױגן, װעט די צונג פֿון אַ נאָטער אים הרגען. /20:17 ער װעט ניט אָנזען די בעכן, די טײַכנשטראָמען פֿון האָניק און שמאַנט. /20:18 ער גיט צוריק זײַן מי, און װעט עס ניט אַראָפּשלינגען, װי שטאַרק זײַן פֿאַרמעג, װעט ער זיך דערמיט ניט אָנפֿרײען. /20:19 װײַל ער האָט צעדריקט, הפֿקר געלאָזט די אָרימע, געגזלט אַ הױז װאָס ער האָט ניט געבױט. /20:20 װײַל ער האָט ניט געװוּסט קײן רו אין זײַן לײַב, װעט ער מיט זײַן שאַץ ניט אַנטרונען װערן. /20:21 ניטאָ קײן איבערבלײַב פֿון זײַן פֿרעסערײַ, דרום װעט זײַן גוטס ניט געװערן. /20:22 װען זײַן קראָפּ איז פֿול, װעט אים ענג װערן, װוּ אַ האַנט פֿון אַן אומגליקלעכן, װעט קומען אױף אים. /20:23 ער װעט האַלטן בײַ אָנפֿילן זײַן בױך, װעט {dn גאָט} אָנשיקן אױף אים זײַן גרימצאָרן, און מאַכן רעגענען אױף אים מיט זײַן שפּײַז. /20:24 ער װעט אַנטלױפֿן פֿון אַן אײַזערנעם װאַפֿן, װעט אים דורכלעכערן אַ קופּערנער בױגן. /20:25 ער טוט אַ צי, און עס קומט אַרױס פֿון לײַב, יאָ, די בליציקע פֿײַל גײט אַרױס פֿון זײַן גאַל;אימות זײַנען אױף אים. /20:26 גאָרע פֿינצטערניש איז באַהאַלטן פֿאַר זײַנע אוֹצרות, אים װעט פֿאַרצערן אַ פֿײַער פֿון קײנעם ניט אױפֿגעבלאָזן;עס װעט אָפּעסן דעם איבערבלײַב אין זײַן געצעלט. /20:27 די הימלען אַנטפּלעקן זײַן זינד, און די ערד שטעלט זיך אױף קעגן אים. /20:28 אַװעק װעט דער אײַנקום פֿון זײַן הױז, עס װערט צערונען אין טאָג פֿון זײַן צאָרן. /20:29 דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן פֿון {dn גאָט}, און זײַן באַשערטע ירושה פֿון {dn גאָט}. /21:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/21:2 הערן הערט-צו מײַן װאָרט, און זאָל דאָס זײַן אײַערע טרײסטונגען. /21:3 לאָזט מיך אַז איך זאָל רעדן;און נאָך מײַן רעדן װעסטו אָפּלאַכן. /21:4 איז קעגן אַ מענטשן מײַן קלאָג?און פֿאַר װאָס זאָל ניט קורץ װערן מײַן געמיט?/21:5 קערט זיך צו מיר, און װערט באַנומען, און טוט אַרױף די האַנט אױפֿן מױל. /21:6 אַז װי איך דערמאָן זיך אַזױ װער איך דערשראָקן, און מײַן לײַב נעמט אָן אַ שױדער. /21:7 פֿאַר װאָס לעבן די רשָעים, עלטערן זיך, און זײַנען שטאַרק אין קראַפֿט?/21:8 זײער זאָמען שטײט פֿעסט פֿאַר זײער פּנים בײַ זײ, און זײערע שפּראָצן פֿאַר זײערע אױגן. /21:9 זײערע הײַזער זײַנען בשלום, אָן אַנגסט, און די רוט פֿון {dn גאָט} איז ניט אױף זײ. /21:10 זײַן אָקס באַפֿרוכפּערט און פֿאַרפֿעלט ניט, זײַן קו קעלבט זיך און פֿאַרװאַרפֿט ניט. /21:11 זײ שיקן אַרױס װי שאָף זײער יונגװאַרג, און זײערע קינדער טאַנצן אַרום. /21:12 זײ זינגען מיט פּױק און האַרף, און פֿרײען זיך צום קָול פֿון דער פֿלײט. /21:13 זײ פֿאַרברענגען אין גוטס זײערע טעג, און רויִק נידערן זײ אין אונטערערד. /21:14 און זײ זאָגן צו {dn גאָט}: קער זיך אָפּ פֿון אונדז, און מיר װילן ניט װיסן פֿון דײַנע װעגן. /21:15 װאָס איז דער אַלמאַכטיקער, אַז מיר זאָלן אים דינען?און װאָס װעלן מיר נוצן, אַז מיר װעלן בעטן צו אים? –/21:16 זײער גוטס איז דאָך ניט אין זײער האַנט;דער באַראָט פֿון די רשָעים איז װײַט פֿון מיר. /21:17 װי אָפֿט איז דאָס אַז דאָס ליכט פֿון רשָעים זאָל פֿאַרלאָשן װערן, און עס זאָל קומען אױף זײ אַ בראָך?ער זאָל זײ אױסטײלן יסורים אין זײַן צאָרן?/21:18 זײ זאָלן װערן װי שטרױ פֿאַרן װינט, און װי שפּרײ װאָס דער שטורעם גנבֿעט אים אַװעק?/21:19 „{dn גאָט} באַהאַלט זײַן אומרעכט פֿאַר זײַנע קינדער” –זאָל ער אים אַלײן באַצאָלן אַז ער זאָל װיסן. /21:20 זאָלן זײַנע אױגן זען זײַן אומגליק, און פֿון אַלמאַכטיקנס גרימצאָרן זאָל ער טרינקען. /21:21 װאָרום װאָס קימערט אים זײַן הױזגעזינט נאָך אים, װען די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז געענדיקט? /21:22 קען מען {dn גאָט} לערנען פֿאַרשטאַנדיקײט, אַז ער משפּט די העכסטע?/21:23 דער שטאַרבט אין זײַן רעכטער שטאַרקײט, אין גאַנצן רויִק און בשַלװה;/21:24 זײַנע עמערס זײַנען פֿול מיט מילך, און דער מאַרך פֿון זײַנע בײנער איז געזעפֿטיקט. /21:25 און דער שטאַרבט אין אַ ביטער געמיט, און האָט ניט פֿאַרזוכט קײן גוטס. /21:26 אין אײנעם אין שטױב ליגן זײ, און װערים דעקן זײ צו. /21:27 איך װײס דאָך אײַערע מחשבֿות, און װי איר קליגט זיך מיט געװאַלט אַקעגן מיר, /21:28 אַז איר זאָגט: „װוּ איז דאָס הױז פֿון דעם שׂרָרה?און װוּ דאָס געצעלט פֿון דעם רָשעס װױנונג?”/21:29 האָט איר ניט געפֿרעגט בײַ די װעגפֿאָרער?איר װעט דאָך ניט פֿאַרלײקענען זײערע באַװײַזן, /21:30 אַז אין דעם טאָג פֿון בראָך װערט געשױנט דער שלעכטער, אין דעם טאָג װען שטראָפֿן װערן געבראַכט. /21:31 װער זאָגט אים אין פּנים זײַן װעג?און װאָס ער האָט געטאָן װער באַצאָלט אים?/21:32 װאָרום ער װערט געבראַכט צו קבֿורה, און אױפֿן בערגל פּאַסט מען אױף. /21:33 זיס זײַנען אים די שטיקער ערד פֿון טאָל, און נאָך אים ציִען זיך אַלע מענטשן, און אים פֿאַרױס אָן אַ צאָל. /21:34 און װי װילט איר מיך טרײסטן מיט גאָרנישט, אַז אײַערע תּשובֿות בלײַבן אַן אָפּנאַר? /22:1 האָט געענטפֿערט אֶליפֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:/22:2 ברענגט דען דער מענטש אַ נוץ {dn גאָט}?נײַערט זיך אַלײן ברענגט אַ נוץ דער פֿאַרשטאַנדיקער. /22:3 האָט דער אַלמאַכטיקער אַ טובֿה אַז דו ביסט אַ צדיק?אָדער אַ געװין אַז דו ביסט ערלעך אין דײַנע װעגן?/22:4 צי װעגן דײַן גאָטספֿאָרכטיקײט שטראָפֿט ער דיך, און גײט צום משפּט מיט דיר?/22:5 איז ניט דײַן שלעכטיקײט גרױס, און אָן אַ שיעור דײַנע זינד?/22:6 װאָרום פֿלעגסט נעמען אַ משכּון בײַ דײַנע ברידער אומזיסט, און די בגדים פֿון די נאַקעטע פֿלעגסטו אױסטאָן. /22:7 אַ טרונק װאַסער דעם פֿאַרשמאַכטן פֿלעגסטו ניט געבן, און פֿון דעם הונגעריקן פֿלעגסטו פֿאַרמײַדן ברױט. /22:8 „יאָ, דעם מאַן מיטן אָרעם, אים געהערט די ערד, און דער אָנגעזעענער, ער מעג װױנען אױף איר”. /22:9 אלמנות האָסטו אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן, און די אָרעמס פֿון יתומים פֿלעגן צעדריקט װערן. /22:10 דרום זײַנען נעצן רונד אַרום דיר, און דיך שרעקט אַ פּלוצימדיקער פּחד, /22:11 אָדער אַ פֿינצטערניש, אַז דו קענסט ניט זען, און אַ פֿלײצונג װאַסער פֿאַרדעקט דיך. /22:12 פֿאַר װאָר, {dn גאָט} איז אין דער הײך פֿון די הימלען, און זע, די העכסטע שטערן װי דערהױבן זײ זײַנען; /22:13 און דו זאָגסט: „װאָס װײס {dn גאָט}?צי קען ער דורכן נעבל משפּטן?/22:14 װאָלקנס זײַנען אים אַ פֿאַרבאָרגעניש, און ער זעט ניט, און איבער דעם צירקל פֿון הימל גײט ער אום”. /22:15 װילסטו אָנהאַלטן דעם אַלטן װעג, װאָס די לײַט פֿון אומרעכט האָבן געטרעטן?/22:16 די װאָס זײַנען אײַנגעגאַנגען פֿאַר דער צײַט, װאָס זײער גרונטפֿעסט איז װי אַ טײַך צערונען געװאָרן;/22:17 די װאָס האָבן געזאָגט צו {dn גאָט}: קער זיך אָפּ פֿון אונדז!און װאָס קען זײ טאָן דער אַלמאַכטיקער?/22:18 בעת ער האָט אָנגעפֿילט זײערע הײַזער מיט גוטס –יאָ, די טראַכטונג פֿון די רשָעים איז װײַט פֿון מיר. –/22:19 די גערעכטע האָבן געזען, און זיך געפֿרײט, און דער אומשולדיקער האָט געשפּעט פֿון זײ:/22:20 פֿאַר װאָר, פֿאַרטיליקט געװאָרן איז זײער באַשטאַנד, און זײער שפֿע האָט פֿאַרצערט דאָס פֿײַער. /22:21 באַקען זיך נאָר מיט אים, און זײַ אין פֿריד –דורך דעם װעט דיר אָנקומען גוטס. /22:22 נעם נאָר צו לערנונג פֿון זײַן מױל, און טו אַרײַן זײַנע װערטער אין דײַן האַרצן. /22:23 אַז דו װעסט זיך אומקערן צום אַלמאַכטיקן װעסטו אױפֿגעריכט װערן –אַז דו װעסט דערװײַטערן אומרעכט פֿון דײַנע געצעלטן. /22:24 און װאַרף אין שטוב דאָס גאָלדאַרץ, און צװישן געשטײן פֿון די טאָלן דאָס אוֹפֿיר-גאָלד;/22:25 און דער אַלמאַכטיקער זאָל זײַן דײַן גאָלדאַרץ, און קרוּװעס זילבער בײַ דיר. /22:26 װאָרום דענצמאָל װעסטו מיטן אַלמאַכטיקן זיך קװיקן, און װעסט אױפֿהײבן צו {dn גאָט} דײַן פּנים. /22:27 װעסט בעטן צו אים, און ער װעט דיך צוהערן, און דײַנע נדרים װעסטו באַצאָלן. /22:28 און װעסט באַשליסן אַ זאַך, און זי װעט דיר צו שטאַנד קומען, און אױף דײַנע װעגן װעט שײַנען אַ ליכטיקײט. /22:29 אַז מע האָט דיך דערנידערט, האָסטו געזאָלט זאָגן:עס איז אַ דערהײבונג;װאָרום ער העלפֿטדעם װאָס האַלט נידעריק די אױגן. /22:30 װוּ אַן אומשולדיקן מאַכט ער אַנטרינען, און װעסט אַנטרונען װערן דורך דער רײנקײט פֿון דײַנע הענט. /23:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/23:2 הײַנט אױך איז ביטער מײַן קלאָג, מײַן האַנט איז שװער פֿון װעגן מײַן זיפֿצן. /23:3 הלװאי װײס איך װוּ איך געפֿין אים, װי איך קום צו זײַן אָרט!/23:4 איך װאָלט פֿאָרגעלײגט פֿאַר אים דעם משפּט, און מײַן מױל װאָלט איך אָנגעפֿילט מיט טענות. /23:5 איך װאָלט װיסן װאָס ער װאָלט מיר ענטפֿערן, און פֿאַרשטײן װאָס ער װאָלט מיר זאָגן. /23:6 װאָלט ער מיט גרױס כּוח געקריגט מיט מיר?נײן; נײַערט אַכט געטאָן װאָלט ער אױף מיר. /23:7 דענצמאָל װאָלט דער רעכטפֿאַרטיקער געטענהט מיט אים, און איך װאָלט אױף אײביק אַנטרונען פֿון מײַן ריכטער. /23:8 זע, איך גײ פֿאַרױס, און ער איז ניטאָ, און אַהינטער, און איך מערק אים ניט;/23:9 לינקס אַז ער איז פֿאַרטאָן, זע איך ניט, ער פֿאַרדרײט זיך רעכטס, און איך מערק ניט. /23:10 אָבער ער װײס דעם װעג װאָס בײַ מיר, ער האָט מיך געפּרוּװט, איך בין װי גאָלד אַרױס. /23:11 אָן זײַן טריט האָט זיך געהאַלטן מײַן פֿוס, זײַן װעג האָב איך געהיט, און זיך ניט אָפּגענײַגט. /23:12 װוּ אַ געבאָט פֿון זײַנע ליפּן, האָב איך זיך ניט אָפּגעקערט;מער װי מײַן אױסקומעניש האָב איך געהיט די װערטער פֿון זײַן מױל. /23:13 אָבער ער האַלט זיך בײַ אײנס, און װער קען אים אָפּהאַלטן?און זײַן זעל באַגערט, און ער טוט. /23:14 יאָ, ער װעט אױספֿירן װאָס מיר איז באַשערט, און פֿיל אַזױנס איז נאָך דאָ בײַ אים. /23:15 דרום בין איך דערשראָקן פֿאַר אים; איך באַטראַכט, און האָב מורא פֿאַר אים. /23:16 און {dn גאָט} האָט שלאַף געמאַכט מײַן האַרץ, און דער אַלמאַכטיקער האָט מיך אײַנגעשראָקן. /23:17 װאָרום איך בין ניט פֿאַרמיטן געװאָרן פֿון דעם חושך, און פֿאַר מײַן פּנים האָט פֿאַרדעקט אַ פֿינצטערניש. /24:1 פֿאַר װאָס זײַנען ניט אָפּגעלײגט פֿון אַלמאַכטיקן באַשטימטע צײַטן, און די װאָס קענען אים, זעען ניט זײַנע טעג?/24:2 גרענעצן פֿאַררוקט מען, אַ סטאַדע גזלט מען און מע פֿיטערט. /24:3 דעם אײזל פֿון יתומים פֿירט מען אַװעק, מע נעמט אין משכּון דעם אָקס פֿון דער אלמנה. /24:4 מע שטױסט אַראָפּ אבֿיונים פֿון װעג, באַהאַלטן מוזען זיך אַלע אָרימע פֿון לאַנד. /24:5 זע, װי װילדע אײזלען אין מדבר, גײען זײ אַרױס צו זײער אַרבעט, זוכנדיק שפּײַז;די סטעפּ גיט אים ברױט פֿאַר די קינדער. /24:6 אױפֿן פֿעלד שנײַדן זײ זײַן פֿוטער, און דעם װײַנגאָרטן פֿון רָשע קלײַבן זײ אָפּ. /24:7 נאַקעט נעכטיקן זײ, אָן אַ מלבושאון אָן אַ צודעק פֿון קעלט. /24:8 פֿון דעם רעגנגוס פֿון די בערג װערן זײ דורכגענעצט, און אָן אַ שיצונג טוליען זײ זיך צום פֿעלדז. /24:9 מע רױבט פֿון דער ברוסט דעם יתום, און בײַם אָרימאַן נעמט מען אַ משכּון. /24:10 נאַקעט גײען זײ, אָן אַ מלבוש, און הונגעריקע טראָגן זײ דעם גאַרב. /24:11 צװישן די מױערן פֿון יענע, פּרעסן זײ אײל; קעלטערס טרעטן זײ און זײַנען דאָרשטיק. /24:12 פֿון שטאָט קרעכצן די מענטשן, און די זעל פֿון גוססע שרײַט, און {dn גאָט} מאַכט ניט קײן פֿאָרװוּרף. /24:13 זײ זײַנען װידערשפּעניקער אָן ליכט, זײ קענען ניט זײַנע װעגן, און װײַלן ניט אױף זײַנע שטעגן. /24:14 מיטן שײַן שטײט אױף דער מערדער, צו טײטן דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון;און בײַ נאַכט איז ער װי אַ גנבֿ. /24:15 און דאָס אױג פֿון נואף װאַרט אױף פֿאַרנאַכט, אַזױ צו זאָגן: מיך װעט ניט אָנזען אַן אױג; און אַ צודעק אױפֿן פּנים טוט ער אָן. /24:16 זײ גראָבן אונטער אין דער פֿינצטער הײַזער, בײַ טאָג פֿאַרשליסן זײ זיך אײַן;זײ װײסן ניט פֿון ליכטיקײט, /24:17 װאָרום בײַ זײ אַלעמען איז טױטשאָטן פֿרימאָרגן, װײַל זײ זײַנען באַקאַנט מיט די שרעקענישן פֿון טױטשאָטן. /24:18 ער גײט לײַכט אַװעק אױפֿן װאַסער;פֿאַרשאָלטן איז זײער חלק אױף דער ערד;ער פֿאַרקערט ניט אױפֿן װעג פֿון װײַנגערטנער. /24:19 טריקעניש און היץ רױבן אַװעק שנײװאַסער;די אונטערערד – די װאָס האָבן געזינדיקט. /24:20 דער טראַכט פֿאַרגעסט אָן אים, דער װאָרעם לאָבט זיך מיט אים, ער װערט מער ניט געדאַכט;און צעבראָכן װי אַ האָלץ װערט אומגערעכטיקײט. /24:21 ער חבֿרט זיך מיט דער עקרה װאָס געבערט ניט;און די אלמנה באַגיטיקט ער ניט. /24:22 און ער שלעפּט אַראָפּ די מאַכטיקע מיט זײַן כּוח;ער שטײט אױף, און מע איז ניט זיכער מיטן לעבן. /24:23 [{dn גאָט}] לאָזט אים אין זיכערקײט, ער זאָל זיך אָנלענען, אָבער זײַנע אױגן זײַנען אױף זײערע װעגן. /24:24 זײ װערן דערהױבן אַ װײַלע, און שױן זײַנען זײ ניטאָ;יאָ, זײ װערן דערנידערט, װי אַלע װערן זײ אײַנגעזאַמלט, און װי אַ שפּיץ זאַנג װערן זײ אָפּגעשניטן. /24:25 און אױב ניט אַזױ, דען, װער װיל מיר אָפּלײקענען, און מאַכן צו נישט מײַן װאָרט? /25:1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:/25:2 געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים;ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן. /25:3 איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות? און אױף װעמען גײט ניט אױף זײַן ליכט?/25:4 הײַנט װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן קעגן {dn גאָט}?און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?/25:5 זע, אַזש די לבֿנה איז ניט העל, און די שטערן זײַנען ניט רײן אין זײַנע אױגן, /25:6 הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם, און אַ מענטשנקינד אַ מילב? /26:1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:/26:2 װי האָסטו געהאָלפֿן דעם װאָס אָן כּוח!בײַגעשטאַנען דעם אָרעם אָן מאַכט! /26:3 װי האָסטו געעֵצֶהט דעם װאָס אָן חכמה, און קלוגשאַפֿט אַ סך געלאָזט װיסן!/26:4 מיט װעמעס הילף האָסטו געזאָגט די װערטער?און װעמעס אָטעם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דיר? /26:5 די מתים ציטערן, די װאַסערן פֿון אונטן מיט זײערע באַװױנער. /26:6 נאַקעט איז די אונטערערד פֿאַר אים, און אָן אַ צודעק איז דער אָפּגרונט. /26:7 ער שפּרײט אױס דעם צפֿון איבער דעם תּוהו, ער הענגט אױף די ערד אױף גאָרנישט. /26:8 ער בינדט אײַן די װאַסערן אין זײַנע כמאַרעס, און ניט צעפּלאַצט װערט דער װאָלקן אונטער זײ. /26:9 ער פֿאַרדעקט דעם פּנים פֿונעם טראָן, ער פֿאַרשפּרײט זײַן װאָלקן איבער אים. /26:10 ער האָט געצירקלט אַ גרענעץ אױפֿן װאַסער, ביז צום סָוף פֿון ליכט און פֿינצטערניש. /26:11 די זײַלן פֿון הימל טרײסלען זיך, און װערן צעטומלט פֿון זײַן אָנגעשרײ. /26:12 מיט זײַן כּוח צערודערט ער דעם ים, און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט צעהאַקט ער רַהַבֿ. /26:13 דורך זײַן אָטעם װערט לױטער דער הימל;זײַן האַנט האָט דערשלאָגן די לױפֿיקע שלאַנג. /26:14 זע, דאָס זײַנען טײל פֿון זײַנע װעגן; און װאָס פֿאַר אַ קלײן מורמל הערן מיר פֿון אים! אָבער דעם דונער פֿון זײַנע גבֿורות װער קען פֿאַרשטײן? /27:1 און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:/27:2 אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט} װאָס האָט צוגענומען מײַן רעכט, און דער אַלמאַכטיקער װאָס האָט פֿאַרביטערט מײַן זעל, /27:3 אַז אױב כּל-זמן מײַן אָטעם איז אין מיר, און דער הױך פֿון {dn גאָט} אין מײַן נאָז, /27:4 אױב מײַנע ליפּן װעלן רעדן אומרעכט, און אױב מײַן צונג װעט אַרױסלאָזן באַטרוג!/27:5 חלילה מיר, אַז איך זאָל אײַך געבן גערעכט!ביז איך װעל אױסגײן װעל איך ניט לאָזן אָפּנעמען מײַן ערלעכקײט פֿון מיר. /27:6 אָן מײַן גערעכטיקײט האַלט איך זיך און װעל זי ניט אָפּלאָזן;מײַן האַרץ האָט פֿון מײַן לעבטאָג אָן מיר ניט פֿאָרצוּװאַרפֿן. /27:7 זאָל װערן פֿון מײַן פֿײַנט װי פֿון רָשע, און פֿון מײַן קעגנשטײער װי פֿון דעם פֿאַרברעכער!/27:8 װאָרום װאָס איז די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן, אַז ער האַװעט, אױב {dn גאָט} נעמט אַװעק זײַן זעל?/27:9 װעט {dn גאָט} הערן זײַן געשרײ, אַז אױף אים װעט קומען אַ צרה? /27:10 צי קען ער זיך קװיקן מיטן אַלמאַכטיקן, רופֿן צו {dn גאָט} אין יעטװעדער צײַט?/27:11 איך װעל אײַך לערנען װעגן דער האַנט פֿון {dn גאָט}, װאָס איז בײַם אַלמאַכטיקן װעל איך ניט פֿאַרהױלן. /27:12 אָט האָט איר אַלע געזען, און פֿאַר װאָס דען פּלױדערט איר נישטיקס?/27:13 דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן בײַ {dn גאָט}, און די אַרב װאָס די געװאַלטטוער קריגן פֿון אַלמאַכטיקן. /27:14 אױב זײַנע קינדער מערן זיך, איז דאָס פֿאַרן שװערד, און זײַנע שפּראָצן װעלן ניט האָבן ברױט צו זאַט. /27:15 די װאָס בלײַבן פֿון אים װעלן פֿון פּעסט באַגראָבן װערן, און זײַנע אלמנות װעלן צו מאָל ניט באַװײנען. /27:16 אַז ער זאָל אָנזאַמלען װי שטױב זילבער, און װי לײם אָנגרײטן מלבושים, /27:17 װעט ער אָנגרײטן, און דער גערעכטער װעט אָנטאָן, און מיטן זילבער װעלן די אומשולדיקע זיך טײלן. /27:18 ער בױט װי אַ מאָיל זײַן הױז, און װי אַ בײַדל װאָס דער װעכטער מאַכט. /27:19 ער לײגט זיך אַן עושר, און שױן איז ניטאָ װאָס אױפֿצוקלײַבן, ער עפֿנט זײַנע אױגן, און עס איז ניטאָ. /27:20 װי װאַסערן יאָגן אים אָן שרעקענישן, איבער נאַכט גנבֿעט אים אַװעק אַ שטורעם. /27:21 דער מזרח-װינט הײבט אים אױף, אַז ער מוז גײן, און ער שטורעמט אים אַװעק פֿון זײַן אָרט. /27:22 און ער שלײַדערט אױף אים און דערבאַרימט זיך ניט;לױפֿנדיק װאָלט ער אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַנט. /27:23 מע פּאַטשט איבער אים די הענט, און מע שמוצערט אױף אים פֿון זײַן אָרט. /28:1 יאָ, פֿאַראַן אַ גרעבערײַ פֿאַר זילבער, און אַן אָרט װוּ גאָלד טוט מען לײַטערן. /28:2 אײַזן װערט פֿון דער ערד גענומען, און פֿון שטײן שמעלצט מען קופּער. /28:3 דער מענטש מאַכט אַ סָוף צו פֿינצטערניש, און ביז יעטװעדער עק פֿאָרשט ער אױסשטײנער פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן. /28:4 ער ברעכט אַ שאַכט װײַט פֿון אַ באַװױנער;פֿאַרגעסן פֿון אַ פֿאַרבײַגײערס פֿוס;אָפּגעצערט, װײַט פֿון מענטשן װאַנדערן זײ. /28:5 די ערד, פֿון איר קומט אַרױס ברױט, אָבער אונטער איר איז איבערגעקערט װי פֿון פֿײַער. /28:6 דער אָרט פֿון סאַפּיר זײַנען אירע שטײנער, און שטױבן פֿון גאָלד זײַנען דערין. /28:7 דעם שטעג, אים װײס ניט קײן רױבפֿױגל, און ניט אָנגעקוקט האָט אים דאָס אױג פֿון אַ פֿאַלק. /28:8 ניט באַטרעטן האָבן אים חיות שטאָלצע, ניט געשפּרײַזט האָט אױף אים דער לײב. /28:9 צום קיזלשטײן שטרעקט ער אױס זײַן האַנט, ער קערט אום פֿון װאָרצל די בערג. /28:10 אין פֿעלדזן האַקט ער גראָבנס, און אַל דאָס טײַערסטע קוקט אָן זײַן אױג. /28:11 פֿלוסן פֿאַרבינדט ער ניט צו רינען, און פֿאַרבאָרגנס ברענגט ער אַרױס אין ליכט. /28:12 אָבער די חכמה פֿון װאַנען קען געפֿונען װערן, און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?/28:13 קײן מענטש װײס ניט איר װערדע, און זי געפֿינט זיך ניט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. /28:14 דער תּהָום זאָגט: ניט אין מיר;און דער ים זאָגט: ניט בײַ מיר. /28:15 פֿאַר איר קען ניט געגעבן װערן פֿײַנגאָלד, און זילבער קען ניט געװױגן װערן פֿאַר איר מקח. /28:16 זי קען ניט אָפּגעשאַצט װערן מיט אוֹפֿיר-גאָלד, מיט טײַערן אָניקל און סאַפּירשטײן. /28:17 גאָלד און גלאָז זײַנען ניט איר גלײַכן, און כּלים פֿון גינגאָלד איר אױסבײַט. /28:18 אַבֿנים טובֿות און קריסטאָל דאַרפֿן ניט דערמאָנט װערן, און מער פֿון קאַרעלן איז דער באַטרעף פֿון חכמה. /28:19 טאָפּאַז פֿון כּוּש איז ניט איר גלײַכן, מיט רײנעם גאָלד קען זי ניט אָפּגעשאַצט װערן. /28:20 טאָ פֿון װאַנען קומט די חכמה?און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?/28:21 אַז זי איז פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און פֿון פֿױגל פֿון הימל איז זי פֿאַרבאָרגן. /28:22 אונטערגאַנג און טױט זאָגן:מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט איר הערונג. /28:23 {dn גאָט} פֿאַרשטײט איר װעג, און ער װײס איר אָרט. /28:24 װאָרום ער קוקט ביז די עקן ערד, אונטערן גאַנצן הימל זעט ער. /28:25 װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן װינט אַ װאָג, און װאַסערן מאַרקירט מיט אַ מאָס, /28:26 װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן רעגן אַ געזעץ, און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער, /28:27 דענצמאָל האָט ער זי געזען און זי באַרעכנט, זי אױפֿגעשטעלט און אױך זי אױסגעפֿאָרשט. /28:28 און ער האָט געזאָגט צום מענטשן:זע, מורא פֿאַר {dn גאָט} דאָס איז חכמה, און זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס איז פֿאַרשטאַנדיקײט. /29:1 און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:/29:2 װער מאַכט מיך אַזױ װי אין די חדשים פֿון אַ מאָל, װי אין די טעג װאָס {dn גאָט} האָט מיך אָפּגעהיט! /29:3 װען זײַן ליכט האָט געשײַנט איבער מײַן קאָפּ, װען פֿאַר זײַן שײַן פֿלעג איך גײן אין דער פֿינצטער. /29:4 אַזױ װי איך בין געװען אין די טעג פֿון מײַן יוגנט, װען די פֿאַרטרױטקײט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף מײַן געצעלט;/29:5 װען דער אַלמאַכטיקער איז נאָך געװען מיט מיר; רונד אַרום מיר מײַנע קינדער. /29:6 װען מײַנע טריט האָבן זיך געבאָדן אין שמאַנט, און דער פֿעלדז האָט געגאָסן בײַ מיר בעכן מיט אײל. /29:7 אַז איך בין אַרױסגעגאַנגען צום טױער אין שטאָט, אױפֿגעשטעלט אין מאַרק מײַן זיץ, /29:8 האָבן יונגעלײַט געזען און זיך באַהאַלטן, און גרײַזן האָבן זיך אױפֿגעהױבן און געשטאַנען. /29:9 האַרן האָבן זיך אײַנגעהאַלטן פֿון װערטער, און די האַנט פֿלעגן זײ אַרױפֿטאָן אױף זײער מױל. /29:10 דער קָול פֿון גרױסע לײַט האָט זיך באַהאַלטן, און זײער צונג האָט זיך צוגעקלעפּט צו זײער גומען. /29:11 װאָרום װוּ אַן אױער האָט געהערט, האָט מיך געלױבט, און װוּ אַן אױג האָט געזען, האָט מיר צוגעשטימט. /29:12 װײַל איך פֿלעג ראַטעװען דעם אָרימאַן װאָס האָט געשריִען, און דעם יתום װאָס האָט ניט קײן העלפֿער. /29:13 די ברכה פֿון דעם אומגליקלעכן פֿלעגט קומען אױף מיר, און דאָס האַרץ פֿון דער אלמנה פֿלעג איך דערפֿרײען. /29:14 איך האָב אָנגעטאָן רעכטפֿאַרטיקײט, און זי האָט מיך אָנגעטאָן, װי אַ מאַנטל און אַ הױב איז געװען מײַן גערעכטיקײט. /29:15 אױגן בין איך געװען פֿאַרן בלינדן, און פֿיס פֿאַרן הינקעדיקן בין איך געװען. /29:16 איך בין געװען אַ פֿאָטער פֿאַר די באַדערפֿטיקע, און דעם משפּט פֿון דעם װאָס איך האָב ניט געקענט, פֿלעג איך אױספֿאָרשן. /29:17 און איך האָב צעבראָכן די באַקצײן פֿון דעם פֿאַרברעכער, און פֿון זײַנע צײנער אַרױסגעװאָרפֿן דעם רױב. /29:18 און איך האָב געזאָגט: בײַ מײַן נעסט װעל איך פֿאַרגײן, און װי דער פֿעניקספֿױגל װעל איך מערן טעג. /29:19 מײַן װאָרצל װעט זײַן אָפֿן צום װאַסער, און דער טױ װעט נעכטיקן אױף מײַן צװײַג. /29:20 מײַן כּבֿוד װעט בלײַבן פֿריש בײַ מיר, און מײַן בױגן װעט אין מײַן האַנט זיך באַנײַען. /29:21 צו מיר האָט מען זיך צוגעהערט און געװאַרט, און מע פֿלעגט האַרן אױף מײַן עצה. /29:22 נאָך מײַן זאָג פֿלעגט מען מער ניט רעדן, און אױף זײ פֿלעגט טריפֿן מײַן װאָרט. /29:23 און זײ האָבן געװאַרט װי אױף רעגן אױף מיר, און אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל װי אױף שפּעטרעגן. /29:24 אַז איך פֿלעג לאַכן צו זײ, פֿלעגט זיך זײ ניט גלױבן;און דאָס ליכט פֿון מײַן פּנים פֿלעגן זײ ניט מינערן. /29:25 איך פֿלעג אױסקלײַבן זײער װעג, און פֿלעג זיצן אױבן אָן, און רוען װי אַ מלך צװישן חיל, װי דער װאָס טוט טרױערער טרײסטן. /30:1 און אַצונד לאַכן פֿון מיר ייִנגערע פֿון מיר אין טעג, װאָס איך האָב מיך געמיאוסט צו שטעלן זײערע פֿאָטערסמיט די הינט פֿון מײַנע שאָף –/30:2 יאָ, צו װאָס מיר דער כּוח פֿון זײערע הענט?זײער פֿרישקײט איז געװען פֿאַרלאָרן –/30:3 די װאָס זײַנען פֿון נױט און הונגער אײַנגעדאַרט, װאָס נאָגן די טריקעניש אין פֿינצטערער װיסטקײט און װיסטעניש. /30:4 די װאָס רײַסן זאַלצקרײַטעכץ מיט װערמוט, און װאָרצל פֿון בעזעמבײמלעך זיך אָנצוּװאַרעמען. /30:5 פֿון צװישן מענטשן װערן זײ פֿאַרטריבן, מע שרײַט אױף זײ װי אױף אַ גנבֿ. /30:6 אין מוֹראדיקע טאָלן מוזען זײ װױנען, אין לעכער פֿון דער ערד און פֿעלדזן. /30:7 צװישן די בײמלעך ברומען זײ, אונטער אַ דאָרן זײַנען זײ צונױפֿגענורעט. /30:8 געמײנע יונגען און יונגען אָן אַ נאָמען, װאָס זײַנען אױסגעשטױסן פֿון לאַנד. /30:9 און אַצונד בין איך זײער לידל געװאָרן, און איך בין פֿאַר אַ װערטל בײַ זײ. /30:10 זײ פֿאַראומװערדיקן מיך, זײ דערװײַטערן זיך פֿון מיר, און זײ האַלטן זיך ניט אָפּ מיר אין פּנים צו שפּײַען. /30:11 װאָרום מײַן בױגנשטריק האָט ער לױז געמאַכט און מיך געבױגן, און זײ װאַרפֿן אַראָפּ די צאַם פֿאַר מיר. /30:12 אױף רעכטס שטעלט זיך אױף דאָס יונגװאַרג;זײ שטױסן מײַנע פֿיס, און טרעטן אױס קעגן מיר זײערע װעגן פֿון אומגליק. /30:13 זײ האָבן צעריסן מײַן שטעג, זײ העלפֿן מײַן בראָך; קײן העלפֿער זאָל זײ ניט זײַן! /30:14 װי אַ ברײטער װאַסערבראָך קומען זײ, מיט שטורעם קײַקלען זײ זיך אַרױף. /30:15 שרעקענישן זײַנען געקערט קעגן מיר, זײ יאָגן װי אַ װינט מײַן גדוּלה, און װי אַ װאָלקן איז אַװעק מײַן הילף. /30:16 און אַצונד צעגיסט זיך אין מיר מײַן זעל, טעג פֿון פּײַן האָבן מיך אָנגענומען. /30:17 די נאַכט בױערט מײַנע בײנער פֿון מיר, און מײַנע אָדערן ליגן ניט אײַן. /30:18 פֿון גרױס שטאַרקײט פֿון מײַן קרענק איז מײַן מלבוש פֿאַרביטן; װי דער קאָלנער פֿון מײַן העמד גורט זי מיך אַרום. /30:19 ער האָט מיך געװאָרפֿן אין קױט, און איך בין געגליכן צו שטױב און אַש. /30:20 איך שרײַ צו דיר, און דו ענטפֿערסט מיר ניט, איך שטײ, און דו קוקסט מיך אָן. /30:21 ביסט פֿאַרקערט געװאָרן אין אַן אַכזר צו מיר, מיט דער מאַכט פֿון דײַן האַנט פֿײַנטסטו מיך. /30:22 הײבסט מיך אױף אױפֿן װינט, מאַכסט מיך רײַטן דערױף, און מאַכסט צעגײן מײַן קראַפֿט. /30:23 יאָ, איך װײס, װעסט צום טױט מיך ברענגען, און צום זאַמלהױז פֿון אַלע לעבעדיקע. /30:24 אָבער שטרעקט מען ניט אױס די האַנט פֿון אַ חוּרבֿה, טאָמער װעט דערין זײַן אַ הילף פֿאַרן בראָך?/30:25 צי האָב איך ניט געװײנט פֿאַרן שװער געדריקטן?מײַן זעל האָט דאָך געקומערט פֿאַרן אבֿיון. /30:26 אָבער איך האָב געהאָפֿט אױף גוטס, און שלעכטס איז געקומען;און איך האָב געהאַרט אױף ליכט, און פֿינצטערניש איז געקומען. /30:27 מײַנע אינגעװײד קאָכן און רוען ניט;טעג פֿון פּײַן זײַנען געקומען אױף מיר. /30:28 פֿינצטער גײ איך אום, אָן זון;איך שטײ אױף אין אַ געזעמל און שרײַ. /30:29 איך בין געװאָרן אַ ברודער צו שאַקאַלן, און אַ חבֿר צו שטרױספֿױגלען. /30:30 מײַן הױט איז שװאַרץ געװאָרן אױף מיר, און מײַן געבײן איז צעברענט פֿון היץ. /30:31 און געװאָרן צו טרױער איז מײַן האַרף, און מײַן פֿלײט צו אַ קָול פֿון געװײן. /31:1 אַ בונד האָב איך געשלאָסן מיט מײַנע אױגן;און װאָס זאָל איך קוקן אױף אַ יונגפֿרױ?/31:2 װאָרום װאָס איז דער חלק פֿון {dn גאָט} פֿון אױבן, און די אַרב פֿון אַלמאַכטיקן פֿון דער הײך?/31:3 אױב ניט אַ בראָך פֿאַרן פֿאַרברעכער, און אומגליק פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט?/31:4 זעט ער דען ניט אַלע מײַנע װעגן, און צײלט אַלע מײַנע טריט?/31:5 אױב איך בין אומגעגאַנגען מיט ליגן, און געאײַלט צו באַטרוג האָט מײַן פֿוס –/31:6 זאָל ער מיך װעגן אױף ריכטיקע װאָגשאָלן, און {dn גאָט} װעט װיסן מײַן אומשולד –/31:7 אױב מײַן טריט האָט זיך אָפּגענײַגט פֿון װעג, און נאָך מײַנע אױגן איז געגאַנגען מײַן האַרץ, און אין מײַנע הענט האָט זיך אָנגעקלעפּט אַ פֿלעק, /31:8 זאָל איך זײען, און אַן אַנדערער זאָל עסן, און מײַנע שפּראָצונגען זאָלן אױסגעװאָרצלט װערן. /31:9 אױב מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך אַ פֿרױ, און איך האָב געלױערט בײַ דער טיר פֿון מײַן חבֿר, /31:10 זאָל מאָלן פֿאַר אַן אַנדערן מײַן װײַב, און אַנדערע זאָלן קניִען איבער איר. /31:11 װאָרום דאָס איז אַ שענדלעכקײט, און דאָס איז אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן. /31:12 װאָרום דאָס איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט ביז אונטערגאַנג, און מײַן גאַנצע תּבֿואה װאָלט עס אױסגעװאָרצלט. /31:13 אױב איך פֿלעג פֿאַראַכטן דאָס רעכט פֿון מײַן קנעכט און מײַן דינסטאין זײער קריג מיט מיר –/31:14 װאָס װאָלט איך דען געטאָן, אַז {dn גאָט} זאָל אױפֿשטײן?און אַז ער װאָלט געמאָנט, װאָס װאָלט איך אים געענטפֿערט?/31:15 האָט ניט דער װאָס האָט מיך אין מוטערלײַב באַשאַפֿן, אים באַשאַפֿן?און דער אײגענער אים אין טראַכט געפֿורעמט? /31:16 אױב איך פֿלעג פֿאַרמײַדן דעם פֿאַרלאַנג פֿון די אָרימע, און די אױגן פֿון דער אלמנה לאָזן אױסגײן;/31:17 אָדער איך פֿלעג עסן מײַן ביסן אַלײן, און דער יתום האָט דערפֿון ניט געגעסן –/31:18 נײן, פֿון מײַן יוגנט אָן איז ער אױפֿגעװאַקסן בײַ מיר װי בײַ אַ פֿאָטער, און פֿון מײַן מוטערלײַב אָן פֿלעג איך זי פֿירן. /31:19 אױב איך פֿלעג צוזען אַן אומגליקלעכן אָן אַ מלבושאון אָן אַ צודעק דעם אבֿיון;/31:20 אױב זײַנע לענדן האָבן מיך ניט געבענטשט, װײַל מיטן אָפּשער פֿון מײַנע שאָף פֿלעגט ער זיך דערװאַרעמען;/31:21 אױב איך האָב געהױבן אױף אַ יתום מײַן האַנט, װײַל איך פֿלעג זען מײַנע העלפֿער אין טױער, /31:22 זאָל מײַן אַקסל פֿון זײַן נאַקן אַראָפּפֿאַלן, און מײַן אָרעם זאָל פֿון געלענק אױסגעבראָכן װערן. /31:23 װאָרום דער בראָך פֿון {dn גאָט} איז געװען מײַן שרעק, און פֿון װעגן זײַן גרױסקײט פֿלעג איך זיך ניט דערװעגן. /31:24 אױב איך האָב געמאַכט גאָלד מײַן האָפֿענונג, און אױף גינגאָלד געזאָגט „מײַן בטחון”; /31:25 אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען װײַל מײַן פֿאַרמעג איז גרױס, און װײַל מײַן האַנט האָט דערגרײכט אַ סך;/31:26 אױב איך פֿלעג צוקוקן די זון װי זי שײַנט, אָדער די לבֿנה פּראַכטיק גײענדיק, /31:27 און מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש, און מײַן מױל האָט געקושט מײַן האַנט;/31:28 װאָלט דאָס אױך געװען אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן, װאָרום איך װאָלט געלײקנט אָן {dn גאָט} אין דער הײך. /31:29 אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען אױף דעם בראָך פֿון מײַן שׂונא, און בין געװען אױפֿגעראַמט אַז אים האָט געטראָפֿן בײז –/31:30 אַז איך האָב צו מאָל ניט געלאָזט מײַן גומען זינדיקן, צו בעטן אַ קללה אױף זײַן לעבן –/31:31 אױב די מענטשן פֿון מײַן געצעלט האָבן ניט געזאָגט:װער קען װײַזן אײנעם װאָס האָט זיך ניט אָנגעזעט מיט פֿלײש בײַ אים? –/31:32 אױף דער גאַס פֿלעגט ניט נעכטיקן אַ פֿרעמדער, מײַנע טירן צום װעג פֿלעג איך עפֿענען –/31:33 אױב איך האָב פֿאַרדעקט װי אַ געװױנטלעכער מענטש מײַנע פֿאַרברעכן, צו באַהאַלטן אין מײַן בוזעם מײַן זינד, /31:34 װײַל איך פֿלעג מורא האָבן פֿאַרן גרױסן המון, און די פֿאַראַכטונג פֿון משפּחות פֿלעגט מיך שרעקן, און איך האָב געשװיגן און בין פֿון טיר ניט אַרױס – /31:35 הלװאי קריג איך ער זאָל מיר צוהערן!אָט איז מײַן אונטערשריפֿט, זאָל דער אַלמאַכטיקער מיר ענטפֿערן, און אַ געשריפֿטס זאָל אָנשרײַבן מײַן בַעַל-דין. /31:36 פֿאַר װאָר, איך װעל עס אױף מײַן אַקסל טראָגן!איך װעל עס מיר אָנבינדן אַזױ װי אַ קרױן. /31:37 די צאָל פֿון מײַנע טריט װעל איך אים דערצײלן;אַזױ װי אַ פֿירשט װעל איך צו אים גענענען. /31:38 אױב מײַן ערד שרײַט אױס קעגן מיר, און אַלע אירע בײטן װײנען;/31:39 אױב איר קראַפֿט האָב איך געגעסן אָן געלט, און די נשמה פֿון אירע אַרבעטער געלאָזט אױסהױכן, /31:40 זאָל אָנשטאָט װײץ אױפֿגײן אַ דאָרן. און אָנשטאָט גערשט װילדגעװעקס. געענדיקט די װערטער פֿון אִיובֿן. /32:1 און די דאָזיקע דרײַ מענער האָבן אױפֿגעהערט ענטפֿערן אִיובֿן, װײַל ער איז געװען גערעכט אין זײַנע אױגן. /32:2 האָט געגרימט דער צאָרן פֿון אליהוא דעם זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי פֿון דער משפּחה רָם; אױף אִיובֿן האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס ער מאַכט זיך גערעכטער פֿון {dn גאָט}, /32:3 און אױף זײַנע דרײַ גוטע פֿרײַנט האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס זײ האָבן ניט געפֿונען אַן ענטפֿער, פֿון דעסט װעגן האָבן זײ באַשולדיקט אִיובֿן. /32:4 און אליהוא האָט אָפּגעװאַרט מיט רײד אַקעגן אִיובֿן, װײַל זײ זײַנען געװען עלטער פֿון אים אין טעג. /32:5 אָבער אַז אליהוא האָט געזען אַז קײן ענטפֿער איז ניטאָ אין מױל פֿון די דרײַ מענער האָט געגרימט זײַן צאָרן. /32:6 און אליהוא דער זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: ייִנגער בין איך פֿון אײַך אין טעג, און איר זײַט גרײַזן, דרום האָב איך מיך געשײַט און מורא געהאַטאײַך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק. /32:7 איך האָב געזאָגט: טעג זאָלן רעדן, און פֿיל יאָרן זאָלן מאַכן װיסן חכמה. /32:8 אָבער עס איז דער גײַסט אין מענטשן, און דער אָטעם פֿון אַלמאַכטיקן װאָס מאַכט זײ פֿאַרשטאַנדיק. /32:9 ניט די גרױסע זײַנען חכמים, און ניט די זקנים פֿאַרשטײען װאָס איז גערעכט. /32:10 דרום זאָג איך: הער מיר צו, לאָמיך אױך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק. /32:11 זעט, איך האָב אָפּגעװאַרט אױף אײַערע רײד, איך האָב צוגעהאָרכט צו אײַערע חָכמות, בעת איר האָט געזוכט װערטער. /32:12 אָבער איך האָב זיך צוגעקוקט צו אײַך, ערשט ניטאָ װער זאָל באַװײַזן אִיובֿן, װער זאָל ענטפֿערן זײַנע װערטער, פֿון אײַך. /32:13 אפֿשר װעט איר זאָגן: מיר האָבן אָנגעטראָפֿן חכמה, {dn גאָט} קען אים אָפּשלאָגן, ניט אַ מענטש;/32:14 אָבער ניט ער האָט אָנגעריכט צו מיר די װערטער, און ניט מיט אײַערע רײד װעל איך אים ענטפֿערן. /32:15 זײ זײַנען דערשראָקן, זײ ענטפֿערן מער ניט, אָפּגענומען זײַנען די װערטער פֿון זײ. /32:16 און איך זאָל װאַרטן, װײַל זײ רעדן ניט, װײַל זײ שטײען און ענטפֿערן מער ניט?/32:17 איך אױך װעל ענטפֿערן מײַן חלק, איך אױך װעל אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק. /32:18 װאָרום איך בין פֿול מיט װערטער, מיך דריקט דער גײַסט פֿון מײַן לײַב. /32:19 זע, מײַן לײַב איז װי װײַן װאָס איז ניט געעפֿנט, װי נײַע לאָגלען װערט ער צעפּלאַצט. איך װעל רעדן, און מיר װעט פֿרײַער װערן, איך װעל עפֿענען מײַנע ליפּן און ענטפֿערן. /32:21 לאָמיך נאָר ניט שױנען קײן מאַנס פּנים, און קײן מענטשן ניט חנפֿען. /32:22 װאָרום איך װײס ניט װי צו חנפֿען;באַלד װאָלט מיך אַװעקנעמען מײַן באַשעפֿער. /33:1 אָבער הער אַקאָרשט, אִיובֿ, מײַנע רײד, און אַלע מײַנע װערטער פֿאַרנעם. /33:2 זע נאָר, איך האָב געעפֿנט מײַן מױל, מײַן צונג רעדט אין מײַן גומען. /33:3 אױפֿריכטיק פֿון מײַן האַרצן זײַנען מײַנע װערטער, און װאָס מײַנע ליפּן װײסן, זאָגן זײ קלאָר. /33:4 דער גײַסט פֿון {dn גאָט} האָט מיך געמאַכט, און דער אָטעם פֿון אַלמאַכטיקן האַלט מיך בײַם לעבן. /33:5 אױב דו קענסט, ענטפֿער מיר, ברײט דיך אָן קעגן מיר, שטעל זיך אַװעק. /33:6 זע, איך בין אַזױ װי דו בײַ {dn גאָט}, איך אױך בין פֿון לײם געפֿורעמט געװאָרן. /33:7 זע, מײַן אימה שרעקט דיך ניט, און מײַן לאַסט דריקט ניט אױף דיר. /33:8 יאָ, האָסט געזאָגט אין מײַנע אױערן, און דעם קָול פֿון די װערטער האָב איך געהערט:/33:9 רײן בין איך, אָן אַ פֿאַרברעך, לױטער בין איך, און האָב ניט קײן זינד:/33:10 זע, בלבולים געפֿינט ער אױף מיר, ער רעכנט מיך פֿאַר זײַן שׂונא;/33:11 ער טוט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, ער היט אַלע מײַנע שטעגן. /33:12 אָט אין דעם ביסטו ניט גערעכט, װעל איך דיר ענטפֿערן, װאָרום {dn גאָט} איז גרעסער פֿון מענטשן. /33:13 פֿאַר װאָס קריגסטו זיך מיט אים, װאָס ער פֿאַרענטפֿערט ניט אַלע זײַנע מעשׂים? /33:14 װאָרום אױף אײן שטײגער רעדט {dn גאָט}, און אױף צװײ, הגם מע מערקט עס ניט. /33:15 אין אַ חָלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט, װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן, אין שלומער אױפֿן געלעגער, /33:16 דענצמאָל אַנטפּלעקט ער דעם אױער פֿון מענטשן, און פֿאַרחתמעט מיט אַ מוסר צו זײ, /33:17 כּדי דער מענטש זאָל אַװעקװאַרפֿן זײַן טאָן;און ער באַשירעמט פֿון האָפֿערדיקײט דעם מאַן. /33:18 ער פֿאַרמײַדט זײַן זעל פֿון גרוב, און זײַן לעבן פֿון אומקומען דורכן שװערד. /33:19 אָדער ער װערט געשטראָפֿט מיט װײטאָג אױף זײַן געלעגער, און אַלע זײַנע בײנער װערן שטײַף. /33:20 און זײַן לעבן מאַכט אים זיך עקלען מיט ברױט, און זײַן זעל מיטן גלוסטיקסטן מאכל. /33:21 אָפּגעצערט װערט זײַן פֿלײש פֿון פּנים, און אײַנגעדאַרט זײַנע בײנער, ניט אָנצוקוקן. /33:22 און זײַן זעל גענענט צו דער גרוב, און זײַן לעבן צו די טײטער. /33:23 אױב עס איז דאָ פֿאַר אים אַ מלאך, אַ מליץ-יושר אײנער פֿון טױזנט, צו זאָגן אױפֿן מענטשן זײַן רעכטפֿאַרטיקײט, /33:24 לײַטזעליקט ער אים, און זאָגט:לײז אים אױס פֿון נידערן אין גרוב; איך האָב געפֿונען אַן אױסלײז. /33:25 זײַן לײַב װערט פֿרישער װי ייִנגלװײַז, ער קערט זיך אום צו די טעג פֿון זײַן יוגנט. /33:26 ער בעט צו {dn גאָט}, און ער באַװיליקט אים, און ער זעט זײַן פּנים מיט לײַטזעליקײט, און קערט אום דעם מענטשן זײַן גערעכטיקײט. /33:27 ער קומט פֿאַר מענטשן און זאָגט:איך האָב געזינדיקט, און װאָס איז רעכט האָב איך פֿאַרדרײט, און עס האָט מיר ניט געלױנט. /33:28 אַזױ לײזט ער אױס זײַן זעל פֿון גײן אין גרוב, און זײַן לעבן זעט די ליכטיקײט. /33:29 זע, דאָס אַלץ טוט {dn גאָט}, צװײ מאָל, דרײַ מאָל, מיט אַ מענטשן, /33:30 כּדי אומצוקערן זײַן זעל פֿון גרוב, דערלוכטן צו װערן אין ליכט פֿון לעבן. /33:31 פֿאַרנעם, אִיובֿ, הער מיר צו;שװײַג, און איך װעל רעדן. /33:32 אױב דו האָסט װערטער, ענטפֿער מיר, רעד, װאָרום איך װעל דיך גערעכט מאַכן. /33:33 אױב ניט, הער דו מיר צו;שװײַג, און איך װעל דיך לערנען חכמה. /34:1 און אליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:/34:2 הערט, חכמים, מײַנע װערטער, און איר קענער, לײגט צו דאָס אױער צו מיר. /34:3 װאָרום דאָס אױער דאַרף פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט עסן. /34:4 לאָמיר אונדז אױסװײלן דאָס גערעכטע, לאָמיר געװאָר װערן צװישן אונדז װאָס איז גוט. /34:5 װאָרום אִיובֿ זאָגט: איך בין גערעכט, נאָר {dn גאָט} האָט אָפּגעטאָן מײַן רעכט;/34:6 בײַ מײַן גערעכטיקײט װער איך געהאַלטן פֿאַר אַ ליגנער, מסוכּן איז מײַן װוּנד, אָן אַ פֿאַרברעך. /34:7 װאָסער מענטש װי אִיובֿטרינקט געשפּעט אַזױ װי װאַסער, /34:8 און פֿירט זיך אין חבֿרותא מיט טוער פֿון אומרעכט, און גײט אום מיט שלעכטע לײַט?/34:9 װאָרום ער זאָגט: דעם מענטשן קומט גאָרניט אַרױסװען ער זוכט װױלגעפֿעלן {dn גאָט}. /34:10 דרום, לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, הערט מיר צו:װײַט איז {dn גאָט} פֿון אומרעכט, און דער אַלמאַכטיקער פֿון אַן עװלה. /34:11 נאָר די טוּונג פֿון מענטשן באַצאָלט ער אים, און לױט איטלעכנס װעג שיקט ער אים צו. /34:12 יאָ פֿאַר װאָר, {dn גאָט} טוט ניט קײן אומרעכט, און דער אַלמאַכטיקער פֿאַרדרײט ניט גערעכטיקײט. /34:13 װער האָט אים באַפֿױלן איבער דער ערד?און װער האָט געמאַכט די װעלט אין גאַנצן?/34:14 אַז ער זאָל קערן זײַן האַרץ אױף אים, אַז ער זאָל זײַן הױך און זײַן אָטעם אײַנזאַמלען צו זיך, /34:15 װאָלט פֿאַרגײן יעטװעדער לײַב אין אײנעם, און דער מענטש װאָלט צו שטױב זיך אומקערן. /34:16 און אױב דו האָסט פֿאַרשטאַנדיקײט, הער דאָס צו;פֿאַרנעם דעם קָול פֿון מײַנע װערטער. /34:17 צי קען גאָר אַ פֿײַנט פֿון גערעכטיקײט הערשן?אָדער װילסטו דעם מאַכטיקן גערעכטן באַשולדיקן? –/34:18 קען מען זאָגן צו אַ מלך „נידערטרעכטיקער”?„רָשע” צו פֿירשטן? –/34:19 דעם װאָס שאַנעװעט ניט דעם פּנים פֿון האַרן, און אַכט ניט אױפֿן רײַכן מער װי אױפֿן אָרימאַן, װײַל דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען זײ אַלע. /34:20 אין אַ רגע שטאַרבן זײ, אין האַלבע נאַכט;לײַט װערן צעטרײסלט און פֿאַרגײען, און מע טוט אָפּ דעם מאַכטיקן װי ניט מיט דער האַנט. /34:21 װאָרום זײַנע אױגן זײַנען אױף די װעגן פֿון דעם מענטשן, און אַלע זײַנע טריט זעט ער. /34:22 ניטאָ קײן פֿינצטערניש און קײן טױטשאָטן, פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט זיך דאָרטן צו פֿאַרבאָרגן. /34:23 װאָרום ער מאַכט ניט דעם מענטשן אַ צײַט, צו קומען פֿאַר {dn גאָט} צום משפּט. /34:24 ער צעברעכט מאַכטיקע אָן אַן אױספֿאָרשונג, און שטעלט אױף אַנדערע אָנשטאָט זײ. /34:25 פֿאַר װאָר, ער קען זײערע מעשׂים, דרום מאַכט ער אַן איבערקער איבער נאַכט, און זײ װערן צעדריקט. /34:26 װײַל זײ זײַנען רשָעים, שלאָגט ער זײ, אין אַן אָרט װוּ מע זעט. /34:27 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אים, און אױף אַלע זײַנע װעגן ניט געאַכט. /34:28 זײ האָבן געמאַכט קומען צו אים דאָס געשרײ פֿון דעם אָרימאַן, און דאָס געשרײ פֿון די געדריקטע פֿלעגט ער הערן. –/34:29 אָבער אַז ער שװײַגט, װער קען אים באַשולדיקן?און פֿאַרבאָרגט ער דעם פּנים, װער קען אים װעלן זען?סײַ בײַ אַ פֿאָלק סײַ בײַ אַ מענטשן אַלץ אײנס. –/34:30 כּדי דער זינדיקער מענטש זאָל ניט קיניגן, כּדי קײן שטרױכלונגען זאָלן ניט זײַן פֿאַרן פֿאָלק. /34:31 װאָרום האָט ער דען צו {dn גאָט} געזאָגט:„איך האָב געליטן, איך װעל מער ניט שלעכטס טאָן;/34:32 איך זע ניט, לערן דו מיך;אױב איך האָב געטאָן אומרעכט, װעל איך מער ניט טאָן”?/34:33 זאָל ער פֿאַרגעלטן אַזױ װי דיר קומט אױס: „אױב דיר געפֿעלט ניט, טאָ קלײַב דו אױס, און ניט איך”?און װאָס װײסטו צו רעדן?/34:34 לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װעלן מיר זאָגן, און דער קלוגער מאַן װאָס װעט מיר צוהערן:/34:35 אִיובֿ רעדט אָן אַ זינען, און זײַנע רײד זײַנען אָן שׂכל. /34:36 איך װינטש אִיובֿ זאָל אײביק געפּרוּװט װערן, פֿאַר ענטפֿערן אַזױ װי זינדיקע לײַט. /34:37 װאָרום ער לײגט נאָך צו װידערשפּעניקײט צו זײַן חטא;ער פּאַטשט זײַנע הענט צװישן אונדז, און מערט זײַנע רײד קעגן {dn גאָט}. /35:1 און אליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:/35:2 רעכנסטו דאָס פֿאַר רעכט, אַז דו זאָגסט: איך בין גערעכטער פֿון {dn גאָט}?/35:3 װען דו זאָגסט: װאָס קומט דיר אַרױס?„װאָסער נוץ האָב איך דערפֿון מער װי פֿון מײַן זינדיקן?”/35:4 װעל איך דיר ענטפֿערן װערטער, און דײַנע חבֿרים מיט דיר. /35:5 לוג צו די הימלען, און זע, און קוק אױף די װאָלקנס װאָס זײַנען הױך איבער דיר. /35:6 אַז דו זינדיקסט, װאָס װירקסטו אױף אים?און זײַנען פֿיל דײַנע פֿאַרברעכן, װאָס טוסטו אים?/35:7 אַז דו ביסט גערעכט, װאָס גיסטו אים?אָדער װאָס נעמט ער פֿון דײַן האַנט?/35:8 אַ מאַן װי דו גײט אָן דײַן שלעכטיקײט, און אַ מענטשנקינד דײַן גערעכטיקײט. /35:9 פֿון װעגן די פֿיל רױבערײַען שרײַט מען, מע קלאָגט זיך װעגן דעם אָרעם פֿון די שטאַרקע, /35:10 און מע זאָגט ניט: װוּ איז {dn גאָט} מײַן באַשעפֿער, װאָס גיט געזאַנגען אין דער נאַכט;/35:11 װאָס לערנט אונדז מער פֿון בהמות פֿון דער ערד, און מאַכט אונדז קליגער פֿון פֿױגל פֿון הימל?/35:12 „אָן שרײַט מען, און ער ענטפֿערט ניט, װעגן דער האָפֿערדיקײט פֿון די רשָעים”. /35:13 אָבער פֿאַלש איז, אַז {dn גאָט} הערט ניט צו, און דער אַלמאַכטיקער קוקט עס ניט אָן. /35:14 הגם דו זאָגסט, דו קענסט אים ניט זען, איז דער משפּט פֿאַר אים, און דאַרפֿסט האַרן אױף אים. /35:15 און אַצונד, האָט דען פֿאַר גאָרנישט געשטראָפֿט זײַן צאָרן?און װײס ער ניט װױל פֿון דער מוטװיליקײט?/35:16 אָבער אִיובֿ עפֿנט מיט נאַרישקײט זײַן מױל, אָן פֿאַרשטאַנדיקײט מערט ער װערטער. /36:1 און אליהוא האָט װײַטער געזאָגט:/36:2 װאַרט מיר אַ װײַלע, און איך װעל דיר זאָגן, װאָרום פֿאַראַן נאָך װערטער װעגן {dn גאָט}. /36:3 איך װעל אױפֿהײבן מײַן געדאַנק װײַט אַהין, און מײַן באַשעפֿער װעל איך געבן גערעכטיקײט. /36:4 װאָרום פֿאַר װאָר, ניט פֿאַלש זײַנען מײַנע װערטער, אױפֿריכטיק אין געדאַנקען בין איך צו דיר. /36:5 זע, {dn גאָט} איז מאַכטיק, אָבער ער פֿאַראַכט קײנעם ניט;ער איז מאַכטיק אין כּוח פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט. /36:6 ער לאָזט ניט דעם רָשע בלײַבן לעבן, און גיט די אָרימע זײער רעכט. /36:7 ער נעמט ניט אַראָפּ זײַנע אױגן פֿון דעם צדיק; און מיט מלכים אױפֿן טראָן זעצט ער זײ אױף אײביק, און זײ װערן דערהײכט. /36:8 און אױב זײ זײַנען געשמידט אין קײטן, באַצװוּנגען אין שטריק פֿון פּײַן, /36:9 רעדט ער זײ אױס זײער טוּונג, און זײערע פֿאַרברעכן װען זײ שטאַרקן זיך. /36:10 ער אַנטפּלעקט זײער אױער פֿאַר מוסר, און הײסט, אַז זײ זאָלן זיך אומקערן פֿון אומרעכט. /36:11 אױב זײ הערן, און דינען, ענדיקן זײ זײערע טעג אין גוטס, און זײערע יאָרן אין נַחַת. /36:12 און אױב זײ הערן ניט, קומען זײ אום דורכן שװערד, און פֿאַרגײען אָן פֿאַרשטאַנדיקײט. /36:13 אָבער די זינדיקע אין האַרצן לײגן אָן צאָרן; זײ שרײַען ניט צו אים װען ער בינדט זײ. /36:14 אין יוגנט שטאַרבט זײער זעל, און זײער לעבן – װי די שאַנדיונגען. /36:15 ער ראַטעװעט דעם געדריקטן דורך זײַן געדריקטקײט, און אַנטפּלעקט דורך דער נױט זײער אױער. /36:16 און אױך דיך װאָלט ער אַרױסגעצױגן פֿון דער קלעם, אין דערברײטערניש װוּ קײן ענגשאַפֿט איז ניטאָ;און דאָס געדעק פֿון דײַן טיש װאָלט פֿול זײַן מיט פֿעטקײט. /36:17 װײַל אָבער ביסט פֿול מיט דער טענה פֿון דעם רָשעהאַלט דיך דער משפּט און די גערעכטיקײט. /36:18 פֿאַר װאָר, זאָל דיך נאָר דער גרימצאָרן ניט אָנרעדן צו צװײפֿל, און זאָל די גרױסע אָפּקומעניש דיך ניט אַראָפּפֿירן. /36:19 האָט דען אַ װערדע דײַן ניט אײַנגעהאַלטענער געשרײ, און אַל די שטאַרקע ראַנגלענישן? /36:20 זאָלסט ניט געלוסטן די נאַכט, װען פֿעלקער װערן פֿאַרשװוּנדן אױפֿן אָרט. /36:21 היט זיך זאָלסט זיך ניט קערן צו אומרעכט, הגם דו װאָלסט דאָס אױסדערװײלט אײדער פּײַן. /36:22 זע, {dn גאָט} איז דערהױבן אין זײַן שטאַרקײט;װער איז אַזאַ לערער װי ער?/36:23 װער האָט אים באַפֿױלן זײַן װעג?און װער קען זאָגן: דו טוסט אַן עװלה?/36:24 געדענק, אַז דו זאָלסט גרײסן זײַן װערקװאָס מענטשן האָבן באַזונגען. /36:25 אַלע מענטשנקינדער האָבן עס געזען, דער מענטש קוקט עס אָן פֿון דער װײַטן. /36:26 זע, {dn גאָט} איז גרױס, און מיר פֿאַרשטײען ניט, די צאָל פֿון זײַנע יאָרן איז ניט צו דערפֿאָרשן. /36:27 װאָרום ער ציט אָפּ די טראָפּנס װאַסער, זײ זאָלן זײַען רעגן פֿון זײַן נעבל;/36:28 װען די הימלען פֿליסן, און טריפֿן אױף מענטשן אַ סך. /36:29 יאָ, צי פֿאַרשטײט מען די שפּרײטונגען פֿון װאָלקן, די געפּילדערס פֿון זײַן געצעלט?/36:30 זע, ער שפּרײט אױס דערױף זײַן ליכט; און די װאָרצלען פֿון ים דעקט ער צו. /36:31 װאָרום דערמיט משפּט ער פֿעלקער, גיט ער שפּײַז אין שפֿע. /36:32 ער שפּרײט אױס אױפֿן הימלװעלב דעם בליץ, און באַפֿעלט אים ער זאָל טרעפֿן. /36:33 עס זאָגט אָן װעגן איםדער צאָרן, דער כּעס פֿון דעם שטורעם. /37:1 יאָ, דערפֿון ציטערט מײַן האַרץ, און שפּרינגט אױף פֿון זײַן אָרט. /37:2 הערט, הערט די אומרו פֿון זײַן קָול, און דעם ברום װאָס גײט אַרױס פֿון זײַן מױל. /37:3 אונטערן גאַנצן הימל לאָזט ער אים לױז, און זײַן בליץ איז ביז די ברעגן פֿון דער ערד. /37:4 הינטער דעם ברילט אַ קָול;ער דונערט מיט דעם קָול פֿון זײַן גרױסקײט; און מע קען זײ ניט אָפּהאַלטן, װען זײַן קָול װערט געהערט. /37:5 {dn גאָט} דונערט װוּנדערלעך מיט זײַן קָול, ער טוט גרױסע זאַכן און מיר פֿאַרשטײען ניט. /37:6 װאָרום ער זאָגט צום שנײ: פֿאַל אױף דער ערד!דאָס גלײַכן צום גוסרעגן, צום גוס פֿון זײַנע מאַכטיקע רעגנס. /37:7 ער פֿאַרחתמעט די האַנט פֿון יעטװעדער מענטשן, אַז אַלע מענטשן פֿון זײַן באַשאַף זאָלן װיסן. /37:8 און די חיה גײט אַרײַן אין באַהעלטעניש, און רוט אין אירע נאָרעס. /37:9 פֿון דער קאַמער קומט דער שטורעם, און פֿון צפֿון-װינטן די קעלט. /37:10 פֿון דעם אָטעם פֿון {dn גאָט} גיט עס אײַז, און ברײטע װאַסערן װערן פֿעסט. /37:11 יאָ, ער לאָדט אָן מיט פֿײַכטיקײט דעם װאָלקן, ער שפּרײט פֿאַנאַנדער זײַן בליצכמאַרע. /37:12 און דאָס דרײט זיך רונד אַרום דורך זײַן קירעװעןכּדי זײ זאָלן טאָן אַלץ װאָס ער באַפֿעלט זײאױפֿן געזיכט פֿון דער ערדישער װעלט;/37:13 סײַ ער שיקט עס פֿאַר אַ שטראָף, סײַ פֿאַר זײַן ערד, סײַ פֿאַר גענאָד. /37:14 פֿאַרנעם דאָס דאָזיקע, אִיובֿ, שטײ און באַטראַכט די װוּנדער פֿון {dn גאָט}. /37:15 װײסטו װי {dn גאָט} לײגט עס אַרױף אױף זײ, און מאַכט לײַכטן דעם בליץ פֿון זײַן כמאַרע?/37:16 פֿאַרשטײסטו דעם מִשקוֹלֶת פֿונעם װאָלקן, די װוּנדער פֿון דעם אַלװײסיקן?/37:17 װי אַזױ דײַנע בגדים װערן הײס, װען די ערד ליגט שטיל פֿון דָרום-װינט?/37:18 קענסטו אױסשפּרײטן די הימלען מיט אים, פֿעסט װי אַ געגאָסענער שפּיגל? /37:19 מאַך אונדז װיסן װאָס מיר זאָלן זאָגן צו אים;מיר װײסן קײן לאַד ניט פֿון װעגן דער פֿינצטערניש. /37:20 דאַרף אים דערצײלט װערן אַז איך רעד?צי דאַרף אַ מענטש אים אױסזאָגן, װען עס איז פֿאַרהױלן? /37:21 און אָקערשט האָט מען ניט געזען אַ העלן שײַן אין הימל, איז אַ װינט אַריבער, און האָט אים אױסגעלײַטערט. /37:22 פֿון צפֿון קומט אַ גילדערנע ליכטיקײט, אַ מוֹראדיקער גלאַנץ איז אַרום {dn גאָט}. /37:23 דער אַלמאַכטיקער, אים קענען מיר ניט אױסגעפֿינען;ער איז גרױס אין כּוח, אָבער רעכט און פֿולע גערעכטיקײטקריװדעט ער ניט. /37:24 דרום פֿאָרכטן אים די מענטשן; ער קוקט זיך ניט אום אױף אַלע קלוגהאַרציקע. /38:1 און {dn גאָט} האָט געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם, און האָט געזאָגט:/38:2 װער פֿאַרטונקלט דאָס די כּװנהמיט װערטער אָן פֿאַרשטאַנדיקײט?/38:3 גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן, און איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן. /38:4 װוּ ביסטו געװען װען איך האָב געגרונטפֿעסט די ערד;זאָג, אױב דו װײסט פֿאַרשטאַנדיקײט. /38:5 װער האָט געמאַכט אירע מאָסן, אױב דו װײסט?אָדער װער האָט געצױגן אַ מעסטשנור אױף איר?/38:6 אױף װאָס זײַנען אירע גרונטמױערן אַרױפֿגעזעצט?אָדער װער האָט געלײגט איר װינקלשטײן?/38:7 װען די מאָרגנשטערן האָבן אין אײנעם געזונגען, און אַלע זין פֿון {dn גאָט} האָבן געשאַלט. /38:8 און װער האָט פֿאַרצאַמט מיט טירן דעם ים, װען ער האָט אױסגעבראָכן און איז פֿון טראַכט אַרױס?/38:9 װען איך האָב געמאַכט דעם װאָלקן פֿאַר זײַן מלבוש, און דעם נעבל פֿאַר זײַן װיקלשנור, /38:10 און איך האָב באַשטימט פֿאַר אים מײַן געזעץ, און געמאַכט ריגלען און טירן, /38:11 און געזאָגט: ביז אַהער זאָלסטו קומען און ניט װײַטער, און דאָ װעט מען פֿאַרהאַלטן דעם שטאָלץ פֿון דײַנע אינדן? /38:12 האָסטו זינט דײַן לעבטאָג באַפֿױלן דעם פֿרימאָרגן?אָנגעװיזן דעם באַגינען זײַן אָרט?/38:13 כּדי אָנצונעמען די ברעגן פֿון דער ערד, אַז די רשָעים זאָלן אַראָפּגעשאָקלט װערן פֿון איר. /38:14 זי שעמערירט אַזױ װי זיגלװאַקס, און עס ליגט אַזױ װי אַ מלבוש. /38:15 און פֿון די רשָעים װערט פֿאַרמיטן זײער ליכט, און דער אױפֿגעהױבענער אָרעם װערט צעבראָכן. /38:16 ביסטו געקומען צו די קװאַלן פֿון ים, און אױפֿן גרונט פֿון תּהָום אומגעגאַנגען?/38:17 זײַנען דיר אַנטפּלעקט געװאָרן די טױערן פֿון טױט, און האָסטו די טױערן פֿון טױטשאָטן געזען? /38:18 האָסטו איבערגעקוקט ביז די ברײטקײטן פֿון דער ערד?זאָג, אױב דו װײסט דאָס אַלץ. /38:19 אױף װאָסער װעג רוט דאָס ליכט?און די פֿינצטערניש, װוּ איז איר אָרט, /38:20 אַז דו זאָלסט זי נעמען צו איר געמאַרק, און אַז דו זאָלסט פֿאַרשטײן די שטעגן צו איר הױז?/38:21 דו װײסט דאָס, װאָרום דו ביסט דענצמאָל שױן געװען געבאָרן, און די צאָל פֿון דײַנע טעג איז גרױס! /38:22 ביסטו געקומען צו די אוֹצרות פֿון שנײ, אָדער האָסטו די אוֹצרות פֿון האָגל געזען, /38:23 װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר אַ צײַט פֿון נױט, פֿאַרן טאָג פֿון קריג און מלחמה? /38:24 אױף װאָסער װעג צעטײלט זיך דאָס ליכט, צעשפּרײט זיך דער מזרח-װינט איבער דער ערד?/38:25 װער האָט דורכגעהאַקט פֿאַר דער פֿלײצונג אַ גראָבן, און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער?/38:26 צו מאַכן רעגענען אױף אַ לאַנד אָן אַ מענטשן, אַ מדבר אָן אַ מוטערמענטשן דערין;/38:27 אָנצוזעטן אַ װיסטקײט און אַ װיסטעניש, און מאַכן שפּראָצן אַן אױסװאַקס פֿון גראָז. /38:28 האָט דער רעגן אַ פֿאָטער?אָדער װער האָט געבאָרן די טראָפּנס טױ?/38:29 פֿון װעמעס בױך איז אַרױס דער אײַז?און דער פֿראָסט פֿון הימל, װער האָט אים געבאָרן? /38:30 אַזױ װי שטײן װערן װאַסערן פֿאַרגליװערט, און דער פּנים פֿון תּהָום װערט פֿאַרשטאַרט. /38:31 קענסטו בינדן די קײטן פֿון זיבנשטערן, אָדער די שטריק פֿון אָריאָן לױז מאַכן?/38:32 קענסטו אַרױסברענגען די מזלות אין זײער צײַט, און דעם בער מיט זײַנע קינדער אַרױספֿירן?/38:33 װײסטו די געזעצן פֿון הימל?צי מאַכסטו זײַן געװעלטיקונג אױף דער ערד?/38:34 קענסטו אױפֿהײבן צום װאָלקן דײַן קָול, אַז אַ שפֿע פֿון װאַסער זאָל דיך באַדעקן?/38:35 קענסטו אַרױסשיקן בליצן, זײ זאָלן גײן, און זאָגן צו דיר: דאָ זײַנען מיר? /38:36 װער האָט אַרײַנגעטאָן אין די נירן חכמה?אָדער װער האָט געגעבן דעם גײַסט פֿאַרשטאַנדיקײט?/38:37 װער צײלט איבער די װאָלקנס מיט חכמה? און די לאָגלען פֿון הימל װער גיסט אױס?/38:38 װען דער שטױב איז צונױפֿגעגאָסן װי גוס, און די גרודעס זײַנען צוזאַמענגעבאַקן. /38:39 קענסטו פֿאַנגען פֿאַר דער לײבינטע רױב, און דעם באַגער פֿון די יונגלײבן אָנפֿילן, /38:40 װען זײ בײגן זיך אין די נאָרעס, װען זײ זיצן אין צודעק אױף דער לױער?/38:41 װער גרײט אָן דעם ראָב זײַן שפּײַז, װען זײַנע קינדער שרײַען צו {dn גאָט}, װען זײ װאַנדערן אום אָן עסן? /39:1 װײסטו די צײַט װען די שטײנציגן געבערן?גיסטו אַכטונג װען די הינדינס האָבן װײען?/39:2 צײלסטו די חדשים װען זײ דאַרפֿן דערפֿילן, און װײסטו די צײַט פֿון זײער געבערן?/39:3 זײ קניִען, זײ לאָזן דורכברעכן זײערע קינדער, זײ װאַרפֿן אַרױס זײערע געבורטן. /39:4 זײערע יונגע װערן שטאַרק, זײ װאַקסן אױפֿן פֿרײַען, זײ גײען אַװעק, און קערן זיך ניט אום צו זײ. /39:5 װער האָט אַרױסגעלאָזט דעם װאַלדאײזל פֿרײַ, און די בינד פֿון דעם װילדאײזל װער האָט לױז געמאַכט, /39:6 װאָס איך האָב געמאַכט דעם מדבר פֿאַר זײַן הױז, און זאַלציק לאַנד פֿאַר זײַנע װױנונגען?/39:7 ער לאַכט פֿון דעם טומל פֿון שטאָט, ער הערט ניט קײן טרײַבערס געשרײען. /39:8 די נישטערונג פֿון די בערג איז זײַן פֿיטערונג, און איטלעך גראָז זוכט ער נאָך. /39:9 װעט דער װיזלטיר װעלן דיר דינען?צי װעט ער נעכטיקן בײַ דײַן קאָריטע?/39:10 קענסטו צובינדן דעם װיזלטיר מיט זײַן שטריק צו דער בײַט?צי װעט ער בראָנעװען די טאָלן הינטער דיר?/39:11 קענסטו זיך פֿאַרזיכערן אױף אים, װײַל זײַן כּוח איז גרױס, און איבערלאָזן אױף אים דײַן מי?/39:12 קענסטו אים אָנטרױען, אַז ער װעט אָפּברענגען דײַן זאָמען, און אײַנזאַמלען די תּבֿואה פֿון דײַן שײַער? /39:13 דער פֿליגל פֿון שטרױספֿױגל קלאַפּט לוסטיק –צי איז דאָס דער פֿלעדער און פֿעדער פֿון שטאָרך?/39:14 פֿאַר װאָר, זי לאָזט איבער צו דער ערד אירע אײַער, און אין שטוב לאָזט זי זײ אױסבריִען. /39:15 און זי פֿאַרגעסט אַז אַ פֿוס קען זײ צעקװעטשן, און אַ חיה פֿון פֿעלד קען זײ צעטרעטן. /39:16 זי איז האַרט צו אירע קינדער װי צו ניט אירע;אומנישט מעג זײַן איר מי, זי איז אָן אַנגסט, /39:17 װאָרום {dn גאָט} האָט זי געמינערט פֿון חכמה, און איר ניט אײַנגעטײלט מיט שׂכל. /39:18 אַצונד הײבט זי די פֿליגלען אין דער הײך, זי לאַכט פֿון פֿערד און פֿון זײַן רײַטער. /39:19 גיסטו דעם פֿערד גבֿורה? באַקלײדסטו זײַן האַלדז מיט שטורעם?/39:20 מאַכסטו אים שפּרינגען װי אַ הײשעריק? דער הילך פֿון זײַן הירזשען איז אַן אימה. /39:21 ער גראַבלט אין טאָל, און פֿרײט זיך מיטן כּוח, ער גײט אַרױס דעם װאַפֿן אַנטקעגן. /39:22 ער לאַכט פֿון אַנגסט, און װערט ניט דערשראָקן, און ער קערט ניט צוריק פֿאַר אַ שװערד. /39:23 לעבן אים קלינגט דער פֿײַלבײַטל, דער פֿלאַמיקער שפּיז און די פּיקע. /39:24 מיט רַעש און רוגזה שלינגט ער די ערד, און קען ניט אײַנשטײן בײַם קָול פֿון אַ שופֿר. /39:25 װי נאָר אַ שופֿר, זאָגט ער: אַהאַ!און פֿון װײַטן דערשמעקט ער מלחמה, דעם דונער פֿון די הױפּטלײַט און די שאַלונג. /39:26 דורך דײַן שׂכל פֿליט דען דער שפּאַרבער, שפּרײט זײַנע פֿליגלען קײן דָרום?/39:27 צי אױף דײַן באַפֿעל הײבט זיך אױף דער אָדלער, און מאַכט זײַן נעסט אין דער הײך? /39:28 אױף אַ פֿעלדז רוט ער און װײַלט, אױף אַ שפּיץ פֿעלדז און אַ באַרגפֿעסטונג. /39:29 פֿון דאָרטן קוקט ער אױס זײַן עסן, פֿון װײַטן זעען זײַנע אױגן. /39:30 און זײַנע יונגע זופּן בלוט, און װוּ דערשלאָגענע דאָרטן איז ער. /40:1 און {dn גאָט} האָט געענטפֿערט אִיובֿן, און האָט געזאָגט:/40:2 װיל זיך קריגן מיטן אַלמאַכטיקן דער טאַדלער?דער װאָס װיכּוחט זיך מיט {dn גאָט} זאָל עס ענטפֿערן. /40:3 האָט אִיובֿ געענטפֿערט {dn גאָט} און האָט געזאָגט: /40:4 זע, װינציק װאָס בין איך; װאָס קען איך דיר ענטפֿערן?איך טו אַרױף מײַן האַנט אױף מײַן מױל. /40:5 אײן מאָל האָב איך גערעדט, און װעל מער ניט ענטפֿערן;יאָ, צװײ מאָל און װעל עס ניט װידער טאָן. /40:6 האָט {dn גאָט} געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם און האָט געזאָגט: /40:7 גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן;איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן. /40:8 צי װילסטו אױך פֿאַרשטערן מײַן משפּט?װילסטו מיך באַשולדיקן כּדי דו זאָלסט גערעכט זײַן?/40:9 אָדער צי האָסטו אַן אָרעם װי {dn גאָט}, און מיט אַ קָול װי ער קענסטו דונערן? /40:10 ציר זיך אַקאָרשט אָן מיט שטאָלץ און הױכקײט, און גלאַנץ און שײנקײט זאָלסטו אָנטאָן. /40:11 פֿאַרשפּרײט דעם גרים פֿון דײַן צאָרן, און זע װוּ אַ שטאָלצער און דערנידער אים. /40:12 זע װוּ אַ שטאָלצער און מאַך אים אונטערטעניק, און צעטרעט די רשָעים אױף זײער אָרט. /40:13 באַהאַלט זײ אין שטױב אין אײנעם, זײער פּנים פֿאַרדעק אין פֿאַרבאָרגעניש. /40:14 און איך אױך װעל דיר מודה זײַן, אַז דײַן רעכטע האַנט קען דיר העלפֿן. /40:15 זע נאָר דעם װאַסערפֿערד װאָס איך האָב געמאַכט לעבן דיר;גראָז װי אַ רינד עסט ער. /40:16 זע נאָר, זײַן כּוח איז אין זײַנע לענדן, און זײַן שטאַרקײט אין די פֿלײשפֿעדים פֿון זײַן בױך. /40:17 ער שטעלט אױף זײַן עק װי אַ צעדערבױם, די אָדערן פֿון זײַנע דיכן זײַנען װי צװײַגן. /40:18 זײַנע בײנער זײַנען רערן פֿון קופּער, זײַנע קנאָכנס װי אײַזערנע שטאַנגען. /40:19 ער איז די פּער פֿון גאָטס דרכים, בלױז זײַן באַשעפֿער קען ברענגען [אױף אים] זײַן שװערד. /40:20 װאָרום פֿוטער טראָגן אים די בערג, װאָס אַלע חיות פֿון פֿעלד שפּילן זיך דאָרטן. /40:21 אונטער לאָטוסבײמער ליגט ער, אין פֿאַרבאָרגעניש פֿון ראָר און זומפּ. /40:22 לאָטוסבײמער באַשירעמען אים מיט זײער שאָטן, אים רינגלען אַרום װערבעס פֿון טײַך. /40:23 זע, דער טײַך פֿלײצט אַריבער, און ער אײַלט זיך ניט, ער איז זיכער, װען אַ ירדן שפּאַרט זיך אין זײַן מױל. /40:24 קען מען פֿאַר זײַנע אױגן אים כאַפּן, מיט פּאַסטקעס דורכלעכערן די נאָז? /40:25 קענסטו אַרױסציִען דעם לִויָתן מיט אַ װענדע, און מיט אַ שטריק אַראָפּשלעפּן זײַן צונג?/40:26 קענסטו אַרײַנטאָן אַ ראָר אין זײַן נאָז, אָדער מיט אַ דאָרן דורכבױערן זײַן קינבאַק?/40:27 װעט ער זיך פֿיל בעטן בײַ דיר?צי װעט ער רעדן צו דיר װײך?/40:28 װעט ער שליסן אַ בונד מיט דיר, זאָלסט אים נעמען פֿאַר אַן אײביקן קנעכט?/40:29 קענסטו זיך שפּילן מיט אים װי מיט אַ פֿױגל, און אים צובינדן פֿאַר דײַנע מײדלעך? /40:30 װעלן זיך דינגען שותּפֿים איבער אים? װעלן זײ אים צעטײלן צװישן די הענדלער?/40:31 קענסטו אָנפֿילן מיט שטעכערס זײַן פֿעל, און מיט פֿישהאָקן זײַן קאָפּ?/40:32 טו אַרױף אױף אים דײַן האַנט!דערמאָן זיך די מלחמה, װעסטו עס מער ניט טאָן. /41:1 זע, די האָפֿענונג װערט צום נאַרן;שױן פֿון זײַן אָנבליק װערט מען דאָך אַנידערגעשלײַדערט. /41:2 ניטאָ דער אַכזר אױף זיך װאָס זאָל אים װעלן אױפֿרײצן;הײַנט װער איז דער װאָס קען זיך שטעלן פֿאַר מיר? /41:3 װער עס טרעט אַרױס אַקעגן מיר, דעם באַצאָל איך;װאָס אונטערן גאַנצן הימל איז מײַן. /41:4 זאָל איך אים פֿאַרשװײַגן זײַנע פּלױדערײַען, און דאָס האָפֿערדיקע רעדן, און זײַן שײנעם מַעַנה-לשון? /41:5 װער האָט אָפּגעדעקט דעם אױבערשלאַק פֿון זײַן מלבוש?צו זײַן טאָפּעלן געביס װער קען צוקומען?/41:6 די טירן פֿון זײַן פּנים װער האָט געעפֿנט?אַרום זײַנע צײן איז אַן אימה. /41:7 שטאָלץ זײַנען די פּאַנצערשופּן, צונױפֿגעשלאָסן װי מיט אַ זיגל אַ פֿעסטן; /41:8 אײנע צו דער אַנדערער זײַנען זײ נאָנט, אַז אַ לופֿט קען ניט דורכגײן צװישן זײ. /41:9 אײנע צו דער צװײטער איז באַהעפֿט, זײ האַלטן זיך פֿעסט און צעשײדן זיך ניט. /41:10 זײַן ניסן שטראַלט אַרױס אַ ליכט, און זײַנע אױגן זײַנען װי די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן. /41:11 פֿון זײַן מױל גײען פֿלאַמען, פֿונקען פֿײַער רײַסן זיך אַרױס. /41:12 פֿון זײַנע נאָזלעכער גײט אַ רױך, װי פֿון אַ קאָכיקן טאָפּ און ברענעדיקן ראָר. /41:13 זײַן אָטעם גליט װי קױלן, און אַ פֿלאַקער גײט אַרױס פֿון זײַן מױל. /41:14 אױף זײַן האַלדז רוט די שטאַרקײט, און אים פֿאַרױס טאַנצט די אַנגסט. /41:15 די קנײטשן פֿון זײַן פֿלײש זײַנען באַהעפֿט;עס איז פֿעסט אױף אים, עס רירט זיך ניט. /41:16 זײַן האַרץ איז פֿעסט װי שטײן, יאָ, פֿעסט װי אַן אונטערשטער מילשטײן. /41:17 פֿאַר זײַן הײב שרעקן זיך די מאַכטיקע, פֿון צעבראָכנקײט װערן זײ אױסער זיך. /41:18 װיל מען אים אָנקריגן, קען קײן שװערד ניט באַשטײן, קײן שפּיז, קײן װאַרפֿשפּיז, און קײן פֿײַל. /41:19 ער באַטראַכט אײַזן פֿאַר שטרױ, און קופּער פֿאַר האָלץ פֿאַרפֿױלטן. /41:20 אים פֿאַריאָגט ניט דער זון פֿון בױגן;פֿאַרקערט אין שפּרײ װערן פֿאַר אים שלײַדערשטײנער. /41:21 װי שפּרײ זײַנען פֿלעקער גערעכנט, און ער לאַכט פֿון רַעש פֿון דער פּיקע. /41:22 זײַן אונטערזײַט איז שפּיציקע שאַרבנס;ער בעט אױס אַ דרעששליטן אױפֿן קױט. /41:23 ער צעקאָכט װי אַ טאָפּ די טיפֿעניש, ער מאַכט דעם ים װי זוד. /41:24 הינטער זיך לאָזט ער אַ ליכטיקן שטעג;מע מײנט דער תּהָום איז גרײַזגראָ. /41:25 ניטאָ אױף דער ערד זײַן גלײַכן, געמאַכט צו זײַן אָן אַ מורא. /41:26 אױף יעטװעדער העכסטן קוקט ער אַראָפּ, ער איז דער מלך איבער אַלע שטאָלצע חיות. /42:1 האָט אִיובֿ געענטפֿערט {dn גאָט} און האָט געזאָגט:/42:2 איך װײס אַז אַלץ קענסטו טאָן, און קײן טראַכטונג איז ניט פֿאַרמיטן פֿון דיר. /42:3 װער קען דאָס פֿאַרהױלן די כּװנה אָן פֿאַרשטאַנדיקײט?דרום זאָג איך אַז איך פֿאַרשטײ ניט;װוּנדער זײַנען דאָס פֿאַר מיר, און איך װײס ניט. /42:4 הער, איך בעט דיך, און איך װעל רעדן; איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן. /42:5 מיט געהער פֿון אױער האָב איך פֿון דיר געהערט, און אַצונד האָט מײַן אױג דיך געזען. /42:6 דרום פֿאַראַכט איך מײַנע רײד און האָב חרטה, אין שטױב און אַש. /42:7 און עס איז געװען נאָך דעם װי {dn גאָט} האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אִיובֿן, האָט {dn גאָט} געזאָגט צו אֶליפֿז דעם תֵּימָני: מײַן צאָרן גרימט אױף דיר און אױף דײַנע צװײ גוטע פֿרײַנט, פֿאַר װאָס איר האָט ניט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ. /42:8 און אַצונד נעמט אײַך זיבן אָקסן און זיבן װידערס, און גײט צו מײַן קנעכט אִיובֿן, און איר זאָלט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אײַך, און אִיובֿ מײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך, װאָרום בלױז זײַן פּנים שױן איך, אײַך ניט אָנצוטאָן קײן שאַנד, װײַל איר האָט ניט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ. /42:9 איז אֶליפֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי, געגאַנגען, און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי {dn גאָט} האָט צו זײ גערעדט; און {dn גאָט} האָט געשױנט אִיובֿס פּנים. /42:10 און {dn גאָט} האָט אומגעקערט אִיובֿס שאָדן, אַז ער האָט מתפּלל געװען פֿאַר זײַנע גוטע פֿרײַנט; און {dn גאָט} האָט געמערט אַלץ װאָס אִיובֿ האָט געהאַט טאָפּל. /42:11 און אַלע זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע שװעסטער, און אַלע זײַנע באַקענטע פֿון פֿריִער, זײַנען געקומען צו אים, און האָבן געגעסן מיט אים ברױט אין זײַן הױז, און זײ האָבן אים באַדױערט, און אים געטרײסט אױף אַל דעם בײז װאָס {dn גאָט} האָט אױף אים געבראַכט; און זײ האָבן אים געגעבן איטלעכער אַ קשׂיטה, און איטלעכער אַ גילדערנעם נאָזרינג. /42:12 און {dn גאָט} האָט געבענטשט אִיובֿס לעצט מער װי זײַן אָנהײב, און ער האָט געהאַט פֿערצן טױזנט שאָף, און זעקס טױזנט קעמלען, און טױזנט געשפּאַן רינדער, און טױזנט אײזעלינס. /42:13 און ער האָט געהאַט זיבן זין און דרײַ טעכטער. /42:14 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון אײנער ימִימה, און דעם נאָמען פֿון דער צװײטער קציעָה, און דעם נאָמען פֿון דער דריטער קֶרֶן-הַפּוך. /42:15 און אין גאַנצן לאַנד האָבן זיך ניט געפֿונען אַזעלכע שײנע פֿרױען װי אִיובֿס טעכטער. און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן אַ נחלה צװישן זײערע ברידער. /42:16 און אִיובֿ האָט געלעבט נאָך דעם הונדערט און פֿערציק יאָר; און ער האָט געזען זײַנע קינדער און זײַנע קינדס-קינדער, פֿיר דורות. /42:17 און אִיובֿ איז געשטאָרבן אַלט און זאַט מיט טעג. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.