תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש נְחֶמְיָה /1:1 די װערטער פֿון נחֶמיָה דעם זון פֿון חכַליָהן. עס איז געװען אין חוֹדש כִּסלֵו אין צװאַנציקסטן יאָר, בעת איך בין געװען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, /1:2 איז געקומען חנָני, אײנער פֿון מײַנע ברידער, ער און [אַנדערע] מענער פֿון יהודה, און איך האָב זײ געפֿרעגט װעגן די ייִדן, די אַנטרונענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעגן ירושָלַיִם. /1:3 האָבן זײ צו מיר געזאָגט: די געבליבענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט דאָרטן אין דער מדינה, זײַנען אין גרױס אומגליק און אין שאַנד, און די מױער פֿון ירושָלַיִם איז אײַנגעבראָכן, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרברענט אין פֿײַער. /1:4 איז, װי איך האָב געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָב איך זיך געזעצט און האָב געװײנט און האָב טעג געטרױערט, און איך האָב געפֿאַסט און האָב מתפּלל געװען פֿאַר דעם {dn גאָט} פֿון הימל. /1:5 און איך האָב געזאָגט: איך בעט דיך, {dn יהוה}, {dn גאָט} פֿון די הימלען, גרויסער און פֿאָרכטיקער {dn גאָט}, װאָס היט דעם בונד און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט. /1:6 זאָל, איך בעט דיך, דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק, און דײַנע אױגן אָפֿן, צוצוהערן צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט װאָס איך בין מתפּלל פֿאַר דיר אַצונד טאָג און נאַכט פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל, דײַנע קנעכט, און בין זיך מתװדה אױף די זינד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס מיר האָבן צו דיר געזינדיקט; יאָ, איך און דאָס הױז פֿון מײַן פֿאָטער האָבן געזינדיקט. /1:7 פֿאַרדאָרבן זײַנען מיר געװען פֿאַרדאָרבן אַקעגן דיר, און מיר האָבן ניט געהיט די געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו האָסט באַפֿױלן דײַן קנעכט משהן. /1:8 דערמאָן זיך, איך בעט דיך, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט דײַן קנעכט משהן, אַזױ צו זאָגן: ”װעט איר פֿעלשן, װעל איך אײַך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער. /1:9 אָבער אַז איר װעט אײַך אומקערן צו מיר, און היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן, מעגן אײַערע פֿאַרשטױסענע זײַן אין עק הימל, װעל איך פֿון דאָרטן זײ אײַנזאַמלען, און װעל זײ ברענגען אין דעם אָרט װאָס איך האָב אױסדערװײלט צו מאַכן רוען מײַן נאָמען דאָרטן“. /1:10 זײ זײַנען דאָך דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן מאַכטיקער האַנט. /1:11 איך בעט דיך, {dn גאָט}, זאָל נון דײַן אױער זײַן פֿאַרנעמיק צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו דער תּפֿילה פֿון דײַנע קנעכט װאָס װילן פֿאָרכטן דײַן נאָמען, און באַגליק, איך בעט דיך, הײַנט דײַן קנעכט, און גיב אים דערבאַרימונג בײַ דעם דאָזיקן מאַן. און איך בין געװען אַ טראַנקמײַסטער בײַם מלך. /2:1 און עס איז געװען אין חוֹדש ניסן, אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון מלך אַרתַּחשַסתּאָ, איז װײַן געװען פֿאַר אים, און איך האָב גענומען דעם װײַן, און האָב דערלאַנגט דעם מלך. און איך בין קײן מאָל פֿריער ניט געװען טרױעריק פֿאַר אים. /2:2 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט: פֿאַר װאָס איז דײַן פּנים טרױעריק, אַז קראַנק ביסטו ניט? דאָס איז ניט אַנדערש סײַדן אַ טרױערקײט פֿון האַרצן. האָב איך זײער שטאַרק מוֹרא געהאַט. /2:3 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אײביק לעבן זאָל דער מלך! פֿאַר װאָס זאָל מײַן פּנים ניט זײַן טרױעריק, אַז די שטאָט, דער אָרט פֿון מײַנע עלטערנס קבֿרים, איז חרבֿ, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרצערט פֿון פֿײַער? /2:4 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט: װאָס פֿאַרלאַנגסטו דען? האָב איך מתפּלל געװען צום {dn גאָט} פֿון הימל. /2:5 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, און אױב דײַן קנעכט איז װױלגעפֿעלן פֿאַר דיר, אַז דו זאָלסט מיך לאָזן גײן קײן יהודה צו דער שטאָט פֿון מײַנע עלטערנס קבֿרים, אַז איך זאָל זי אָפּבױען. /2:6 האָט דער מלך צו מיר געזאָגט – און די מלכּה איז געזעסן לעבן אים – : אױף ביז װאַנען װעט זײַן דײַן גײן? און װען װעסטו זיך אומקערן? און עס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר דעם מלך, און ער האָט מיך געלאָזט גײן, אַז איך האָב אים געגעבן אַ צײַט. /2:7 און איך האָב געזאָגט צום מלך: אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל מען מיר געבן בריװ צו די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך, אַז זײ זאָלן מיך לאָזן דורכגײן, ביז איך װעל קומען קײן יהודה; /2:8 און אַ בריװ צו אָסָף דעם היטער פֿון מלכס בױמגאָרטן, אַז ער זאָל מיר געבן האָלץ אױף צו לײגן באַלקנס אױף די טױערן פֿון דער פֿעסטונג װאָס צום הױז, און פֿאַר דער שטאָטמױער, און פֿאַר דעם הױז, װאָס איך װעל קומען צו אים. און דער מלך האָט מיר געגעבן לױט דער גוטער האַנט פֿון מײַן {dn גאָט} אױף מיר. /2:9 און איך בין געקומען צו די פֿירשטן פֿון יענער זײַט טײַך, און האָב זײ געגעבן די בריװ פֿון מלך; און דער מלך האָט געשיקט מיט מיר עלצטע פֿון חיל, און רײַטער. /2:10 האָט דערהערט סַנבֿלַט דער חוֹרוֹני, און טוֹבֿיָה דער עַמוֹנישער קנעכט, און זײ האָט פֿאַרדראָסן אַ גרױס פֿאַרדראָס װאָס אַ מענטש איז געקומען זוכן גוטס פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /2:11 און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און בין דאָרטן געװען דרײַ טעג. /2:12 און איך בין אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, איך און עטלעכע מענער מיט מיר; און איך האָב ניט דערצײלט קײן מענטשן װאָס מײַן {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אין מײַן האַרצן צו טאָן אין ירושָלַיִם; און קײן בהמה האָב איך מיט מיר ניט געהאַט, אַחוץ די בהמה װאָס איך בין אױף איר געריטן. /2:13 און איך בין אַרױס דורך דעם טױער פֿון טאָל בײַ נאַכט, און אַקעגן דעם שלאַנגענקװאַל, און צו דעם מיסטטױער, און איך האָב באַטראַכט די מױערן פֿון ירושָלַיִם װאָס זײַנען געװען אײַנגעבראָכן, און אירע טױערן װאָס זײַנען געװען פֿאַרצערט פֿון פֿײַער. /2:14 און איך בין אַריבערגעגאַנגען צום קװאַלטױער, און צום מלכס באַך; אָבער עס איז ניט געװען אָרט גענוג פֿאַר דער בהמה אונטער מיר דורכצוגײן. /2:15 און איך בין אַרױפֿגעגאַנגען דורכן טאָל אין דער נאַכט, און האָב באַטראַכט די מױער; און איך האָב זיך אומגעקערט און בין געקומען צום טױער פֿון טאָל, און האָב זיך צוריקגעקערט. /2:16 און די פֿאָרשטײער האָבן ניט געװוּסט װוּהין איך בין געגאַנגען, און װאָס איך טו, װאָרום די ייִדן, און די כֹּהנים, און די אַדללײַט, און די פֿאָרשטײער, און די איבעריקע װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, האָב איך ביז אַהער גאָרנישט דערצײלט. /2:17 און איך האָב צו זײ געזאָגט: איר זעט אין װאָס פֿאַר אַן אומגליק מיר זײַנען, אַז ירושָלַיִם איז חרבֿ, און אירע טױערן זײַנען פֿאַרברענט פֿון פֿײַער; קומט און לאָמיר אָפּבױען די מױער פֿון ירושָלַיִם, אַז מיר זאָלן מער ניט זײַן צו שאַנד. /2:18 און איך האָב זײ דערצײלט װעגן דער האַנט פֿון מײַן {dn גאָט} װאָס איז געװען גוט אױף מיר, און אױך די װערטער פֿון מלך װאָס ער האָט מיר געזאָגט. האָבן זײ געזאָגט: לאָמיר אױפֿשטײן און בױען. און זײ האָבן געשטאַרקט זײערע הענט צום גוטן. /2:19 האָט דערהערט סַנבֿלַט דער חוֹרוֹני, און טוֹבֿיָה דער עַמוֹנישער קנעכט, און גֶשֶם דער אַראַבער, און זײ האָבן געשפּעט פֿון אונדז, און האָבן אונדז מבֿזה געװען, און האָבן געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך װאָס איר טוט? װילט איר קעגן דעם מלך װידערשפּעניקן? /2:20 האָב איך זײ געגעבן אַן ענטפֿער און האָב צו זײ געזאָגט: דער {dn גאָט} פֿון הימל, ער װעט אונדז באַליקן, און מיר זײַנע קנעכט װעלן אױפֿשטײן און װעלן בױען; און איר האָט ניט קײן חלק און קײן רעכט און קײן געדעכעניש אין ירושָלַיִם. /3:1 און אֶליָשיבֿ דער כֹּהן-גָדול און זײַנע ברידער די כֹּהנים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אױפֿגעבױט דעם שאָפֿטױער; זײ האָבן אים געהײליקט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן; און ביז צום טורעם הַמֵאָה האָבן זײ אים געהײליקט, ביז צום טורעם חנַנאֵל. /3:2 און לעבן אים האָבן געבױט די מענער פֿון יריחוֹ. און לעבן דעם האָט געבױט זַכּור דער זון פֿון אִמרין. /3:3 און דעם פֿישטױער האָבן געבױט די זין פֿון הַסנָאָהן; זײ האָבן געלײגט זײַנע באַלקנס, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען. /3:4 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט מרֵמוֹת דער זון פֿון אורִיָה דעם זון פֿון הַקוֹצן. און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט משולָם דער זון פֿון ברֶכיָה דעם זון פֿון משֵיזַבֿאֵלן. און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט צָדוֹק דער זון פֿון בעֲנאָן. /3:5 און לעבן זײ האָבן פֿאַרריכט די תּקוֹעִים; אָבער זײערע גרױסע לײַט האָבן ניט אַרײַנגעטאָן זײער נאַקן אין דעם דינסט פֿון זײער האַר. /3:6 און דעם אַלטן טױער האָט פֿאַרריכט יוֹיָדָע דער זון פֿון פּסֵחן, און משולָם דער זון פֿון בסוֹדיָהן; זײ האָבן געלײגט זײַנע באַלקנס, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן און זײַנע שלעסער און זײַנע ריגלען. /3:7 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט מלַטיָה דער גִבֿעוֹני, און יָדוֹן דער מרוֹנוֹתי, די מענטשן פֿון גִבֿעוֹן און פֿון מִצפּה, װאָס האָבן געהערט צו דעם טראָן פֿון דעם פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך. /3:8 און לעבן דעם האָט פֿאַרריכט עוזיאֵל דער זון פֿון חַרהַיָהן, פֿון די גאָלדשמידן; און לעבן אים האָט פֿאַרריכט חַנַניָה, אַ זון פֿון די בשׂמים-מאַכער; און זײ האָבן באַפֿעסטיקט ירושָלַיִם ביז דער ברײטער מױער. /3:9 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט רפֿיָה דער זון פֿון חורן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון ירושָלַיִם. /3:10 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט ידָיָה דער זון פֿון חרומַפֿן, אַקעגן זײַן הױז. און לעבן אים האָט פֿאַרריכט חַטוש דער זון פֿון חשַבֿניָה. /3:11 אַ צװײטע שטרעק האָט פֿאַרריכט מַלכִּיהָ דער זון פֿון חרימען, און חשובֿ דער זון פֿון פּחת-מוֹאָבֿן; אױך דעם טורעם פֿון די אױװנס. /3:12 און לעבן דעם האָט פֿאַרריכט שַלום דער זון פֿון הַלוֹחשן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון ירושָלַיִם, ער און זײַנע טעכטער. /3:13 דעם טױער פֿון טאָל האָט פֿאַרריכט חנון, און די באַװױנער פֿון זָנוֹח; זײ האָבן אים געבױט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען; אױך טױזנט אײַלן פֿון דער מױער ביז דעם מיסטטױער. /3:14 און דעם מיסטטױער האָט פֿאַרריכט מַלכִּיָה דער זון פֿון רֵכָבֿן, דער האַר פֿון דער געגנט פֿון בית-כֶּרֶם; ער האָט אים געבױט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען. /3:15 און דעם קװאַלטױער האָט פֿאַרריכט שַלון דער זון פֿון כָּל-חוֹזֶהן, דער האַר פֿון דער געגנט פֿון מִצפּה; ער האָט אים געבױט, און אים צוגעדעקט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען; אױך די מױער פֿון דעם טײַך פֿון שֶלַח בײַם גאָרטן פֿון מלך, און ביז די טרעפּ װאָס נידערן אַראָפּ פֿון דודס שטאָט. /3:16 נאָך אים האָט פֿאַרריכט נחֶמיָה דער זון פֿון עַזבוקן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון בית-צור, ביז אַקעגן די קבֿרים פֿון דוד, און ביז דעם געמאַכטן טײַך, און ביז צום הױז פֿון די גיבוֹרים. /3:17 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די לוִיִים, רחום דער זון פֿון בנין. לעבן אים האָט פֿאַרריכט חשַבֿיָה דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון קעִילָה, פֿאַר זײַן געגנט. /3:18 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט זײערע ברידער, בוַי דער זון פֿון חֵנָדָדן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון קעִילָה. /3:19 און לעבן אים האָט פֿאַרריכט עֵזֶר, דער זון פֿון יֵשועַן, דער האַר פֿון מִצפּה, אַ צװײטע שטרעק, אַקעגן װוּ מע גײט אַרױף צום װאַפֿנהױז בײַם װינקל. /3:20 נאָך אים האָט פֿלייסיק פֿאַרריכט ברוך דער זון פֿון זַכַּין, אַ צװײטע שטרעק, פֿון װינקל ביזן אײַנגאַנג פֿון אֶליָשיבֿ דעם כֹּהן-גָדולס הױז. /3:21 נאָך אים האָט פֿאַרריכט מרֵמוֹת דער זון פֿון אורִיָה דעם זון פֿון הַקוֹצן, אַ צװײטע שטרעק, פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אֶליָשיבֿס הױז און ביזן סָוף פֿון אֶליָשיבֿס הױז. /3:22 און נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די כֹּהנים, די מענטשן פֿון דער [יַרדן-] געגנט. /3:23 נאָך דעם האָבן פֿאַרריכט בנימין און חשובֿ אַקעגן זײער הױז. נאָך דעם האָט פֿאַרריכט עַזַריָה דער זון פֿון מַעֲשֵׂיָה דעם זון פֿון עַנַניָהן לעבן זײַן הױז. /3:24 נאָך אים האָט פֿאַרריכט בנױ דער זון פֿון חנָדָדן, אַ צװײטע שטרעק, פֿון עַזַריָהס הױז ביזן װינקל, און ביזן עק. /3:25 פּלָל דער זון פֿון עוזַין האָט פֿאַרריכט אַקעגן דעם עק, און דעם טורעם װאָס איז אַרױסגערוקט פֿון דעם אױבערשטן הױז פֿון מלך װאָס בײַם הױף פֿון דער װאַך. נאָך אים פּדָיָה דער זון פֿון פּרעוֹשן. – /3:26 און די נתינים זײַנען געזעסן אין עוֹפֿל ביז קעגן דעם װאַסערטױער צו מזרח און דעם אַרױסגערוקטן טורעם. – /3:27 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די תּקוֹעִים אַ צװײטע שטרעק, פֿון אַקעגן דעם גרױסן אַרױסגערוקטן טורעם און ביז דער מױער פֿון עוֹפֿל. /3:28 איבער דעם פֿערדטױער האָבן פֿאַרריכט די כֹּהנים, איטלעכער אַקעגן זײַן הױז. /3:29 נאָך דעם האָט פֿאַרריכט צָדוֹק דער זון פֿון אִמֵרן אַקעגן זײַן הױז. און נאָך אים האָט פֿאַרריכט שמַעיָה דער זון פֿון שכַניָהן, דער היטער פֿון מזרח-טױער. /3:30 נאָך אים האָט פֿאַרריכט חַנַניָה דער זון פֿון שֶלֶמיָהן, און חנון דער זעקסטער זון פֿון צָלָפֿן, אַ צװײטע שטרעק. נאָך אים האָט פֿאַרריכט משולָם דער זון פֿון ברֶכיָהן, אַקעגן זײַן קאַמער. /3:31 נאָך אים האָט פֿאַרריכט מַלכִּיָה, אַ זון פֿון די גאָלדשמידן, ביז דעם הױז פֿון די נתינים און די האַנדלסלײַט, אַקעגן דעם טױער הַמִפֿקָד, און ביז דער אױבערשטוב פֿון װינקל. /3:32 און צװישן דער אױבערשטוב פֿון װינקל און דעם שאָפֿטױער האָבן פֿאַרריכט די גאָלדשמידן און די קרעמער. /3:33 און עס איז געװען, װי סַנבֿלַט האָט געהערט אַז מיר בױען די מױער, אַזױ האָט אים געברענט, און ער האָט שטאַרק געצערנט; און ער האָט געשפּעט פֿון די ייִדן. /3:34 און ער האָט גערעדט פֿאַר זײַנע ברידער און דעם חיל פֿון שוֹמרוֹן, און האָט געזאָגט: װאָס טוען די דאָזיקע צעקראָכענע ייִדן? װעט מען זײ דען לאָזן? װעלן זײ דען קרבנות שלאַכטן? װעלן זײ עס ענדיקן אין אַ טאָג? װעלן זײ אױפֿלעבן די שטײנער פֿון די הױפֿנס ערד, אַז זײ זײַנען פֿאַרברענט? /3:35 און טוֹבֿיָה דער עַמוֹני איז געװען לעבן אים, און האָט געזאָגט: אַפֿילו אַז זײ בױען שױן יאָ, װען אַ פֿוקס זאָל אַרױפֿגײן, װעט ער צעברעכן זײער שטײנערנע מױער. /3:36 הער, {dn גאָט} אונדזערער, װי מיר זײַנען געװאָרן צו שפּאָט, און קער אום זײער לעסטערונג אױף זײער קאָפּ, און גיב זײ צו רױב אין לאַנד פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט; /3:37 און זאָלסט ניט פֿאַרדעקן זײער זינד, און זײער חטא זאָל ניט פֿאַרמעקט װערן פֿון פֿאַר דיר, װאָרום זײ האָבן דיך דערצערנט פֿאַר די בױער. /3:38 אַזױ האָבן מיר געבױט די מױער; און די גאַנצע מױער איז פֿאַרבונדן געװאָרן ביז איר העלפֿט; װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געהאַט האַרץ צו טאָן. /4:1 און עס איז געװען, אי סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און די אַראַבער, און די עַמוֹנים, און די אַשדוֹדים, האָבן געהערט אַז די מױערן פֿון ירושָלַיִם װערן פֿאַרריכט, אַז די בראָכן האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטאָפּט צו װערן, האָט זײ זײער געברענט. /4:2 און זײ האָבן געמאַכט אַ בונט אַלע אין אײנעם, צו קומען מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם, און אָנמאַכן דרינען אַ מהומה. /4:3 האָבן מיר מתפּלל געװען צו אונדזער {dn גאָט}, און מיר האָבן געשטעלט אַ װאַך אַקעגן זײ בײַ טאָג און בײַ נאַכט, [זיך צו שיצן] פֿאַר זײ. /4:4 און יהודה האָט געזאָגט: דער כּוח פֿון די לאַסטטרעגער איז אָפּגעשװאַכט, און ערד אָפּצוראַמען איז דאָ אַ סך, און מיר קענען ניט בױען די מױער. /4:5 און אונדזערע שָׂונאים האָבן געזאָגט: זאָלן זײ ניט מערקן און ניט זען, ביז מיר װעלן קומען צװישן זײ, און װעלן זײ אױסהרגען, און פֿאַרשטערן די אַרבעט. /4:6 און עס איז געװען, אַז די ייִדן װאָס זײַנען געזעסן בײַ זײ, זײַנען צו אונדז געקומען, האָבן זײ אונדז צען מאָל געזאָגט: איר מוזט זיך אומקערן צו אונדז פֿון אַלע ערטער. /4:7 האָב איך אױסגעשטעלט אונטער דעם אָרט הינטער דער מױער, אין די אָפֿענע פּלעצער – איך האָב אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק לױט משפּחות, מיט זײערע שװערדן, זײערע שפּיזן, און זײערע בױגנס. /4:8 און איך האָב זיך אומגעקוקט, און בין אױפֿגעשטאַנען און האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ; דערמאָנט אײַך אָן {dn גאָט}, דעם גרױסן און דעם פֿאָרכטיקן, און האַלט מלחמה פֿאַר אײַערע ברידער, אײַערע זין און אײַערע טעכטער, אײַערע װײַבער, און אײַערע הײַזער. /4:9 און עס איז געװען, װי אונדזערע פֿײַנט האָבן געהערט, אַז מיר האָבן זיך דערװוּסט, און {dn גאָט} האָט פֿאַרשטערט זײער עצה, אַזױ האָבן מיר זיך אַלע אומגעקערט צו דער מױער, איטלעכער צו זײַן אַרבעט. /4:10 און עס איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן, האָבן העלפֿט פֿון מײַנע יונגען געטאָן די אַרבעט, און העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן, די שילדן און די בױגנס, און די פּאַנצערס; און די האַרן זײַנען געװען הינטער דעם גאַנצן הױז פֿון יהודה /4:11 װאָס האָבן געבױט די מױער. און די לאַסטטרעגער לאָדנדיק האָבן מיט אײן האַנט זייערער געטאָן די אַרבעט, און אײנע האָט געהאַלטן דעם װאַפֿן. /4:12 און די בױער זײַנען געװען אָנגעגורט איטלעכער מיט זײַן שװערד אױף זײַנע לענדן, און אַזױ האָבן זײ געבױט; און אַ שוֹפֿר-בלאָזער איז געװען לעבן מיר. /4:13 און איך האָב געזאָגט צו די אַדללײַט, און צו די פֿאָרשטײער, און צו דעם איבעריקן פֿאָלק: די אַרבעט איז גרױס און אױסגעברײט, און מיר זײַנען אָפּגעזונדערט אױף דער מױער, װײַט אײנער פֿון אַנדערן. /4:14 איז, אין דעם אָרט װאָס איר װעט הערן דעם קָול פֿון שוֹפֿר, אַהין זאָלט איר זיך אײַנזאַמלען צו אונדז; אונדזער {dn גאָט} װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אונדז. /4:15 אַזױ האָבן מיר געטאָן די אַרבעט; און אַ העלפֿט פֿון זײ האָבן געהאַלטן די שפּיזן פֿון אױפֿגאַנג פֿון פֿרימאָרגן ביז די שטערן זײַנען אַרױס. /4:16 איך האָב אױך געזאָגט אין יענער צײַט צום פֿאָלק: זאָל איטלעכער מיט זײַן יונג נעכטיקן אין ירושָלַיִם, כּדי זײ זאָלן אונדז זײַן בײַ נאַכט פֿאַר אַ װאַך, און בײַ טאָג פֿאַר אַרבעט. /4:17 און ניט איך, אָדער מײַנע ברידער און מײַנע יונגען און די װאַכלײַט װאָס הינטער מיר, קײנער האָבן מיר ניט אױסגעטאָן אונדזערע קלײדער; אַפֿילו צום װאַסער איז איטלעכער געגאַנגען מיט זײַן װאַפֿן. /5:1 און עס איז געװען אַ גרױס געשרײ פֿון דעם פֿאָלק און זײערע װײַבער אױף זײערע ייִדישע ברידער. /5:2 און עס זײַנען געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר מיט אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער זײַנען פֿיל; טאָ לאָמיר קריגן תּבֿואה, כּדי מיר זאָלן עסן און לעבן. /5:3 און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער און אונדזערע הײַזער פֿאַרזעצן מיר; לאָמיר קריגן תּבֿואה, פֿון װעגן דעם הונגער. /5:4 און געװען אַזעלכע װאָס האָבן געזאָגט: מיר האָבן געליען געלט פֿאַר דעם מלכס אָפּצאָל אױף אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער. /5:5 און אַצונד, אונדזער פֿלײש איז דאָך אַזױ װי דאָס פֿלײש פֿון אונדזערע ברידער, אונדזערע קינדער אַזױ װי זײערע קינדער, און אָט מוזן מיר באַצװינגען אונדזערע זין און אונדזערע טעכטער פֿאַר קנעכט, און טײל פֿון אונדזערע טעכטער זײַנען שױן באַצװוּנגען, און אונדזער האַנט איז אָן כּוח, און אונדזערע פֿעלדער און אונדזערע װײַנגערטנער געהערן צו אַנדערע. /5:6 האָט מיך זײער פֿאַרדראָסן װי איך האָב געהערט זײער געשרײ און די דאָזיקע װערטער. /5:7 און מײַן האַרץ האָט זיך באַקלערט אין מיר, און איך האָב זיך געקריגט מיט די אַדללײַט און מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױף װאָכער לײַט איר איטלעכער זײַן ברודער? און איך האָב געמאַכט אַקעגן זײ אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. /5:8 און איך האָב צו זײ געזאָגט: מיר האָבן אױסגעקױפֿט אונדזערע ייִדישע ברידער װאָס זײַנען פֿאַרקױפֿט געװען צו גױיִם, װי װײַט מיר האָבן געקענט, און איר װילט גאָר פֿאַרקױפֿן אײַערע ברידער, און זײ זאָלן זיך פֿאַרקױפֿן צו אונדז? האָבן זײ געשװיגן און ניט געפֿונען קײן װערטער. /5:9 און איך האָב געזאָגט: ניט גוט איז די זאַך װאָס איר טוט; דאַרפֿט איר ניט גײן אין מוֹרא פֿאַר אונדזער {dn גאָט}, אױס חרפּה פֿאַר די גױיִם אונדזערע פֿײַנט? /5:10 איך אױך, מײַנע ברידער און מײַנע יונגען, האָבן זײ געליען געלט און תּבֿואה. לאָמיר, איך בעט אײַך, אָפּלאָזן דעם דאָזיקן חובֿ. /5:11 גיט זײ אָפּ, איך בעט אײַך, הײַנט זײערע פֿעלדער, זײערע װײַנגערטנער, זײערע אײלבערטגערטנער, און זײערע הײַזער, און די הונדערטן זילבערשטיק, און די תּבֿואה, דעם װײַן, און דאָס אײל, װאָס איר מאָנט פֿון זײ. /5:12 האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן אָפּגעבן, און מיר װעלן פֿון זײ ניט פֿאַרלאַנגען; מיר װעלן אַזױ טאָן װי דו זאָגסט. האָב איך גערופֿן די כֹּהנים, און איך האָב זײ באַשװאָרן צו טאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג. /5:13 אױך האָב איך אױסגעטרײסלט מײַן שױס, און האָב געזאָגט: אַזױ זאָל {dn גאָט} אױסטרײסלען יעטװעדער מאַן װאָס װעט ניט מקיים זײַן דעם דאָזיקן צוזאָג, פֿון זײַן הױז, און פֿון זײַן מי, און אַזױ זאָל ער זײַן אױסגעטרײסלט און לײדיק. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געזאָגט: אָמן! און זײ האָבן געלױבט {dn גאָט}. און דאָס פֿאָלק האָט געטאָן אַזױ װי דער דאָזיקער צוזאָג. /5:14 אױך האָב איך און מײַנע ברידער, פֿון דעם טאָג אָן װאָס מע האָט מיר באַפֿױלן צו זײַן זײער פֿירשט אין לאַנד יהודה, פֿון דעם צװאַנציקסטן יאָר און ביזן צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָ, צװעלף יאָר, ניט געגעסן די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט. /5:15 און די פֿריערדיקע פֿירשטן װאָס פֿאַר מיר האָבן באַשװערט אױפֿן פֿאָלק, און זײ האָבן גענומען פֿון זײ פֿאַר ברױט און װײַן, אַחוץ פֿערציק שקָלים זילבער; אױך האָבן זײערע יונגען געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק. אָבער איך האָב ניט געטאָן אַזױ, פֿון גאָטספֿאָרכטיקײט. /5:16 און אױך בײַ דער אַרבעט פֿון דער דאָזיקער מױער האָב איך צוגעלײגט אַ האַנט, הגם קײן פֿעלד האָבן מיר ניט געקױפֿט; און אַלע מײַנע יונגען זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט דאָרטן בײַ דער אַרבעט. /5:17 און די ייִדן, און די פֿאָרשטײער, הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און די װאָס זײַנען צו אונדז געקומען פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אונדז, זײַנען געװען בײַ מײַן טיש. /5:18 און װאָס איז צוגעגרײט געװאָרן פֿאַר אײן טאָג, איז געװען: אײן אָקס, זעקס געקליבענע שאָף; אױך עוֹפֿות זײַנען צוגעגרײט געװאָרן בײַ מיר; און אַלע צען טעג אַלערלײ װײַן לרָובֿ. און פֿון דעסט װעגן האָב איך ניט פֿאַרלאַנגט די שפּײַז פֿון אַ פֿירשט, װײַל דער דינסט איז געװען שװער אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק. /5:19 דערמאָן מיר, {dn גאָט} מײַנער, צום גוטן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק. /6:1 און עס איז געװען, װי סַנבֿלַט, און טוֹבֿיָה, און גֶשֶם דער אַראַבער, און אונדזערע איבעריקע פֿײַנט האָבן געקריגן צו הערן אַז איך האָב אױפֿגעבױט די מױער, און קײן בראָך איז ניט געבליבן אין איר – הגם ביז יענער צײַט האָב איך נאָך ניט געהאַט אַרײַנגעשטעלט טירן אין די טױערן – /6:2 האָט סַנבֿלַט, און גֶשֶם, געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: קום, און לאָמיר זיך צונױפֿקומען אין אײנעם אין כּפֿרים אין טאָל אוֹנוֹ. און זײ האָבן געטראַכט מיר צו טאָן בײז. /6:3 האָב איך צו זײ געשיקט שלוחים, אַזױ צו זאָגן: אַ גרױסע אַרבעט טו איך, און איך קען ניט אַראָפּנידערן; נאָך װאָס זאָל די אַרבעט אױפֿהערן, אַז איך װעל זי אָפּלאָזן, און אַראָפּנידערן צו אײַך? /6:4 און זײ האָבן צו מיר געשיקט אַזױ װי די דאָזיקע רײד פֿיר מאָל, און איך האָב זײ געענטפֿערט אַזױ װי די דאָזיקע רײד. /6:5 האָט סַנבֿלַט געשיקט צו מיר אַזױ װי די דאָזיקע רײד אַ פֿינפֿט מאָל זײַן יונג מיט אַן אָפֿענעם בריװ אין זײַן האַנט, /6:6 װאָס דערין איז געװען געשריבן: צװישן די פֿעלקער הערט זיך, און גַשמו זאָגט, אַז דו און די ייִדן טראַכטן צו װידערשפּעניקן, דרום בױסטו די מױער, און דו װילסט װערן בײַ זײ פֿאַר אַ מלך, לױט די דאָזיקע רײד. /6:7 און אױך האָסטו אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אױסצורופֿן װעגן דיר אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַ מלך איז דאָ אין יהודה. און אַצונד װעט דער מלך קריגן צו הערן אַזעלכע רײד. איז, אַצונד קום און לאָמיר אַן עצה האַלטן אין אײנעם. /6:8 האָב איך צו אים געשיקט, אַזױ צו זאָגן: אַזעלכע זאַכן װי דו זאָגסט זײַנען ניט געשען, נאָר פֿון דײַן האַרצן טראַכסטו זײ אױס. /6:9 װאָרום זײ אַלע האָבן אונדז געװאָלט אײַנשרעקן, אַזױ צו זאָגן: זײערע הענט װעלן אָפּגעשלאַפֿט װערן פֿון דער אַרבעט, און זי װעט ניט געטאָן װערן. און אַצונד, {dn גאָט}, שטאַרק מײַנע הענט. /6:10 און איך בין געקומען אין הױז פֿון שמַעיָה דעם זון פֿון דלָיָה, דעם זון פֿון מהֵיטַבֿאֵלן, װאָס האָט זיך געהאַלטן אײַנגעשלאָסן; און ער האָט געזאָגט: לאָמיר זיך צונױפֿקומען אין הױז פֿון {dn גאָט}, אינעװײניק אין הֵיכל, און לאָמיר פֿאַרשליסן די טירן פֿון הֵיכל, װאָרום זײ װעלן קומען דיך הרגען, און בײַ נאַכט װעלן זײ קומען דיך הרגען. /6:11 האָב איך געזאָגט: זאָל אַזאַ מענטש װי איך אַנטלױפֿן? און װער פֿון מײַן גלײַכן קען אַרײַנגײן אין הֵיכל, און בלײַבן לעבן? איך װעל ניט אַרײַנגײן. /6:12 און איך האָב דערקענט, אַז ניט {dn גאָט} האָט אים געשיקט, נאָר ער האָט גערעדט די נבֿואה װעגן מיר, װײַל טוֹבֿיָה און סַנבֿלַט האָבן אים אָנגעדונגען. /6:13 ער איז דערפֿאַר געװען געדונגען, כּדי איך זאָל מוֹרא קריגן, און איך זאָל טאָן אַזױ, און מיך פֿאַרזינדיקן, און דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר אַ שֶם-רַע כּדי זײ זאָלן מיך קענען לעסטערן. /6:14 דערמאָן, {dn גאָט} מײַנער, טוֹבֿיָהן, און סַנבֿלַטן לױט די דאָזיקע מעשׂים זײַנע, און אױך נוֹעַדיָה דער נבֿיאה, און די איבעריקע נבֿיאים װאָס האָבן מיך געװאָלט אײַנשרעקן. /6:15 און די מױער איז פֿאַרטיק געװאָרן אין פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿון אֶלול, אין צװײ און פֿופֿציק טעג. /6:16 און עס איז געװען, װי אַלע אונדזערע פֿײַנט האָבן דערהערט, האָבן אַלע פֿעלקער װאָס אַרום אונדז מוֹרא געקריגן, און זײ זײַנען זײער אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך אין די אױגן, װאָרום זײ האָבן געזען אַז פֿון אונדזער {dn גאָט} איז געטאָן געװאָרן די דאָזיקע אַרבעט. /6:17 אױך האָבן אין יענע טעג די אַדללײַט פֿון יהודה געשיקט פֿיל בריװ צו טוֹבֿיָהן, און טוֹבֿיָהס זײַנען געקומען צו זײ. /6:18 װאָרום פֿיל אין יהודה זײַנען געװען געשװאָרענע צו אים, װאָרום ער איז געװען דער אײדים פֿון שכַניָה דעם זון פֿון אָרַחן, און זײַן זון יהוֹחָנָן האָט גענומען די טאָכטער פֿון משולָם דעם זון פֿון ברֶכיָהן. /6:19 אױך פֿלעגן זײ דערצײלן פֿאַר מיר זײַנע גוטע מעלות, און מײַנע װערטער פֿלעגן זײ אַרױסטראָגן צו אים. כּדי מיך אײַנצושרעקן האָט טוֹבֿיָה געשיקט די בריװ. /7:1 און עס איז געװען, װי די מױער איז געװען אױפֿגעבױט, אַזױ האָב איך אַרײַנגעשטעלט די טירן, און די טױערלײַט און די זינגערס און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן. /7:2 און איך האָב געגעבן מײַן ברודער חַנָנין, און חַנַניָה דעם הױפּטמאַן פֿון דער פֿעסטונג, דעם באַפֿעל איבער ירושָלַיִם; װאָרום ער איז געװען אַן אמתער מענטש, און גאָטספֿאָרכטיקער פֿון אַ סך. /7:3 און איך האָב זײ אָנגעזאָגט: די טױערן פֿון ירושָלַיִם זאָלן ניט געעפֿנט װערן ביז די זון װערט הײס, און װען מע איז נאָך אױף, זאָלן זײ צומאַכן די טירן; און פֿאַרריגלט זײ; און מע זאָל שטעלן װאַכן פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, איטלעכן אױף זײַן װאַך, און איטלעכן אַקעגן זײַן הױז. /7:4 און די שטאָט איז געװען ברײט און גרױס, און דאָס פֿאָלק דערין װינציק, און קײן הײַזער זײַנען ניט געװען געבױט. /7:5 און מײַן {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אין מײַן האַרצן, און איך האָב אײַנגעזאַמלט די אַדללײַט, און די פֿאָרשטײער, און דאָס פֿאָלק, זיך צו פֿאַרצײכענען לױטן יחוס, און איך האָב געפֿונען דעם יחוס-בריװ פֿון די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען צום ערשטן, און איך האָב געפֿונען געשריבן דערין: /7:6 דאָס זײַנען די קינדער פֿון דער ייִדישער מדינה װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די גלות-געפֿאַנגענע װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט פֿאַרטריבן, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם און קײן יהודה, איטלעכער צו זײַן שטאָט; /7:7 די װאָס זײַנען געקומען מיט זרובבֿלן, יַשועַן, נחֶמיָהן, עַזַריָהן, רַעַמיָהן, נַחמָנין, מָרדכַין, בלשָנען, מִספּרֶתן, בגוַין, נחומען, בעֲנָהן. די צאָל פֿון די מענער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל: /7:8 די קינדער פֿון פּרעוֹש, צװײ טױזנט הונדערט און צװײ און זיבעציק. /7:9 די קינדער פֿון שפֿטיָה, דרײַ הונדערט צװײ און זיבעציק. /7:10 די קינדער פֿון אָרַח, זעקס הונדערט צװײ און פֿופֿציק. /7:11 די קינדער פֿון פּחת-מוֹאָבֿ, פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ און יוֹאָבֿ, צװײ טױזנט און אַכט הונדערט אַכצן. /7:12 די קינדער פֿון עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. /7:13 די קינדער פֿון זַתּוא, אַכט הונדערט פֿינף און פֿערציק. /7:14 די קינדער פֿון זַכַּי, זיבן הונדערט און זעכציק. /7:15 די קינדער פֿון בנױ, זעקס הונדערט אַכט און פֿערציק. /7:16 די קינדער פֿון בבי, זעקס הונדערט אַכט און צװאַנציק. /7:17 די קינדער פֿון עַזגָד, צװײ טױזנט דרײַ הונדערט צװײ און צװאַנציק. /7:18 די קינדער פֿון אַדוֹניקָם, זעקס הונדערט זיבן און זעכציק. /7:19 די קינדער פֿון בגוַי, צװײ טױזנט זיבן און זעכציק. /7:20 די קינדער פֿון עָדין, זעקס הונדערט פֿינף און פֿופֿציק. /7:21 די קינדער פֿון אָטֵר, פֿון חִזקִיָהן, אַכט און נײַנציק. /7:22 די קינדער פֿון חשום, דרײַ הונדערט אַכט און צװאַנציק. /7:23 די קינדער פֿון בצָי, דרײַ הונדערט פֿיר און צװאַנציק. /7:24 די קינדער פֿון חריף, הונדערט צװעלף. /7:25 די קינדער פֿון גִבֿעוֹן, פֿינף און נײַנציק. /7:26 די מענטשן פֿון בית-לֶחֶם און נטוֹפֿה, הונדערט אַכט און אַכציק. /7:27 די מענטשן פֿון עַנָתוֹת, הונדערט אַכט און צװאַנציק. /7:28 די מענטשן פֿון בית-עַזמָוֶת, צװײ און פֿערציק. /7:29 די מענטשן פֿון קִריַת-יעָרים, כּפֿירָה, און באֵרוֹת, זיבן הונדערט דרײַ און פֿערציק. /7:30 די מענטשן פֿון רָמָה און גֶבֿע, זעקס הונדערט אײן און צװאַנציק. /7:31 די מענטשן פֿון מִכמָס, הונדערט און צװײ און צװאַנציק. /7:32 די מענטשן פֿון בית-אֵל, און עַי, הונדערט דרײַ און צװאַנציק. /7:33 די מענטשן פֿון דער אַנדער נבֿוֹ, צװײ און פֿופֿציק. /7:34 די קינדער פֿון דער אַנדער עֵילָם, טױזנט צװײ הונדערט פֿיר און פֿופֿציק. /7:35 די קינדער פֿון חרִם, דרײַ הונדערט און צװאַנציק. /7:36 די קינדער פֿון יריחוֹ, דרײַ הונדערט פֿינף און פֿערציק. /7:37 די קינדער פֿון לוֹד, חָדיד, און אוֹנוֹ, זיבן הונדערט און אײן און צװאַנציק. /7:38 די קינדער פֿון סנָאָהן, דרײַ טױזנט נײַן הונדערט און דרײַסיק. /7:39 די כֹּהנים: די קינדער פֿון ידַעְיָה, פֿון דעם הױז פֿון יֵשועַ, נײַן הונדערט דרײַ און זיבעציק. /7:40 די קינדער פֿון אִמֵר, טױזנט צװײ און פֿופֿציק. /7:41 די קינדער פֿון פּשחור, טױזנט צװײ הונדערט זיבן און פֿערציק. /7:42 די קינדער פֿון חרִם, טױזנט זיבעצן. /7:43 די לוִיִים: די קינדער פֿון יֵשועַ, פֿון קַדמיאֵלן, פֿון די קינדער פֿון הוֹדוָה, פֿיר און זיבעציק. /7:44 די זינגערס: די קינדער פֿון אָסָף, הונדערט אַכט און פֿערציק. /7:45 די טױערלײַט: די קינדער פֿון שַלום, די קינדער פֿון אָטֵר, די קינדער פֿון טַלמוֹן, די קינדער פֿון עַקובֿ, די קינדער פֿון חַטיטאָ, די קינדער פֿון שוֹבֿי – הונדערט אַכט און דרײַסיק. /7:46 די נתינים: די קינדער פֿון ציחאָ, די קינדער פֿון חַשׂופֿאָ, די קינדער פֿון טַבעוֹת: /7:47 די קינדער פֿון קֵירוֹס, די קינדער פֿון סיעָא, די קינדער פֿון פּדוֹן; /7:48 די קינדער פֿון לבֿנָה, די קינדער פֿון חגָבֿאָ, די קינדער פֿון שלמַי; /7:49 די קינדער פֿון חָנָן, די קינדער פֿון גִדֵל, די קינדער פֿון גַחַר; /7:50 די קינדער פֿון ראָיָה, די קינדער פֿון רצין, די קינדער פֿון נקוֹדאָ; /7:51 די קינדער פֿון גַזָם, די קינדער פֿון עוזאָ, די קינדער פֿון פּסֵח; /7:52 די קינדער פֿון בסַי, די קינדער פֿון מְעונים, די קינדער פֿון נפֿישסים; /7:53 די קינדער פֿון בבוק, די קינדער פֿון חקופֿאָ, די קינדער פֿון חַרחור; /7:54 די קינדער פֿון בצלית, די קינדער פֿון מחידאָ, די קינדער פֿון חַרשאָ; /7:55 די קינדער פֿון ברקוֹס, די קינדער פֿון סיסראָ, די קינדער פֿון תֶּמַך; /7:56 די קינדער פֿון נציחַ, די קינדער פֿון חַטיפֿאָ. /7:57 די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: די קינדער פֿון סוֹטַי, די קינדער פֿון סוֹפֿרֶת, די קינדער פֿון פּרידאָ; /7:58 די קינדער פֿון יַעֲלאָ, די קינדער פֿון דַרקוֹן, די קינדער פֿון גִדֵל; /7:59 די קינדער פֿון שפֿטיָה, די קינדער פֿון חַטיל, די קינדער פֿון פּוֹכֶרֶת-הַצבֿיִים, די קינדער פֿון אָמוֹן. /7:60 אַלע נתינים און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט: דרײַ הונדערט צװײ און נײַנציק. /7:61 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון תֵּל-מֶלַך, תֵּל-חַרשאָ, כּרובֿ, אַדוֹן, און אִמֵר, און האָבן ניט געקענט זאָגן זײער פֿאָטערהױז און זײער אָפּשטאַם, אױב זײ זײַנען פֿון ישׂראל: /7:62 די קינדער פֿון דלָיָה, די קינדער פֿון טוֹבֿיָה, די קינדער פֿון נקוֹדאָ – זעקס הונדערט און צװײ און פֿערציק. /7:63 און פֿון די כֹּהנים: די קינדער פֿון חָבֿיָה, די קינדער פֿון הַקוֹץ, די קינדער פֿון ברזִלַין װאָס האָט גענומען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון ברזִלַין פֿון גִלעָד, און איז גערופֿן געװאָרן אױף זײער נאָמען. /7:64 די דאָזיקע האָבן געזוכט זײער יחוס-בריװ, און ער איז ניט געפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען געהאַלטן געװאָרן פֿאַר אומװערדיק צו דער כּהונה. /7:65 און דער תִּרשָתאָ האָט זײ פֿאַרזאָגט, אַז זײ זאָלן ניט עסן פֿון דעם גאָר הײליקן, ביז אַ כֹּהן װעט אױפֿשטײן מיט אורים-ותּומים. /7:66 די גאַנצע עדה אין אײנעם איז געװען צװײ און פֿערציק טױזנט דרײַ הונדערט און זעכציק; /7:67 אַחוץ זײערע קנעכט און זײערע דינסטן; די דאָזיקע זײַנען געװען זיבן טױזנט דרײַ הונדערט זיבן און דרײַסיק. און זײ האָבן געהאַט זינגערס און זינגערינס צװײ הונדערט און פֿינף און פֿערציק. /7:68 זײערע פֿערד זײַנען געװען זיבן הונדערט זעקס און דרײַסיק; זײערע מױלאײזלען, צװײ הונדערט פֿינף און פֿערציק; /7:69 קעמלען פֿיר הונדערט פֿינף און דרײַסיק; אײזלען, זעקס טױזנט זיבן הונדערט און צװאַנציק. /7:70 און טײל פֿון צװישן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט. דער תִּרשָתאָ האָט געגעבן פֿאַר דעם שאַץ, גאָלד טױזנט דַרכּמוֹנים, שפּרענגבעקנס פֿופֿציק, העמדלעך פֿאַר די כֹּהנים פֿינף הונדערט און דרײַסיק. /7:71 און טײל פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער האָבן געגעבן פֿאַר דעם שאַץ פֿון דער אַרבעט, גאָלד צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט און צװײ הונדערט מָנֶה. /7:72 און װאָס דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט געגעבן איז געװען: גאָלד, צװאַנציק טױזנט דַרכּמוֹנים, און זילבער צװײ טױזנט מָנֶה, און העמדלעך פֿאַר די כֹּהנים זיבן און זעכציק. /7:73 און די כֹּהנים און די לוִיִים, און די טױערלײַט, און די זינגערס, און טײל פֿון דעם פֿאָלק, און די נתינים, און גאַנץ ישׂראל, האָבן זיך באַזעצט אין זײערע שטעט. און אַז דער זיבעטער חוֹדש איז געקומען, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אין זײערע שטעט. /8:1 האָט זיך דאָס גאַנצע פֿאָלק אײַנגעזאַמלט אַזױ װי אײן מאַן אױף דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער, און זײ האָבן גערעדט צו עזרא דעם שרײַבער, צו ברענגען דאָס בוך פֿון תּוֹרת-משה װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן ישׂראל. /8:2 און עזרא דער כֹּהן האָט געבראַכט די תּוֹרה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג, מענער און װײַבער, און אַלע װאָס האָבן געקענט פֿאַרשטײן, אין ערשטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש. /8:3 און ער האָט דערפֿון געלײענט פֿאַר דעם ברײטן פּלאַץ װאָס פֿאַר דעם װאַסערטױער פֿון באַגינען ביז האַלבן טאָג, פֿאַר די מענער און די װײַבער, און די װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען; און די אױערן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק זײַנען געװען צו דעם בוך פֿון דער תּוֹרה. /8:4 און עזרא דער שרײַבער איז געשטאַנען אױף אַ הילצערנעם באַלמעמער װאָס מע האָט געמאַכט פֿאַר דער זאַך, און לעבן אים איז געשטאַנען מַתִּתיָה, און שֶמַע, און עַנָיָה, און אורִיָה, און חִלקִיָה, און מַעֲשֵׂיָה, אױף זײַן רעכטער זײַט; און פֿון זײַן לינקער זײַט, פּדָיָה, און מישָאֵל, און מַלכִּיָה, און חָשום, און חַשבדָנָה, זכַריָה, משולָם. /8:5 און עזרא האָט געעפֿנט דאָס בוך פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, װאָרום ער איז געװען איבער דעם גאַנצן פֿאָלק; און װי ער האָט אױפֿגעעפֿנט, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿגעשטעלט. /8:6 און עזרא האָט געלױבט {dn יהוה} דעם גרױסן {dn גאָט}, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט: ”אָמן! אָמן!“ מיט אױפֿגעהױבענע הענט, און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו {dn גאָט} מיטן פּנים צו דער ערד. /8:7 און יֵשועַ, און בני, און שֵרֵבֿיָה, יָמין, עַקובֿ, שַבתַי, הוֹדִיָה, מַעֲשֵׂיָה, קליטאָ, עַזַריָה, יוֹזָבֿד, חָנָן, פּלאָיָה, די לוִיִים, האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן די תּוֹרה, און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען אױף זײער אָרט. /8:8 און זײ האָבן געלײענט פֿון דער תּוֹרה פֿון {dn גאָט} קלאָר, און געמאַכט שׂכלדיק און געגעבן צו פֿאַרשטײן דאָס געלײענטע. /8:9 און נחֶמיָה, דאָס איז דער תִּרשָתאָ, און עזרא דער כֹּהן, דער שרײַבער, און די לוִיִים װאָס האָבן געגעבן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשטײן, האָבן געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: הײַנטיקער טאָג איז הײליק צו {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}; איר זאָלט ניט טרױערן און ניט װײנען. װאָרום דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געװײנט, אַז זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דער תּוֹרה. /8:10 און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט עסט פֿעטע שפּײַזן, און טרינקט זיסע געטראַנקען, און שיקט חלקים צו דעם װאָס בײַ אים איז ניט אָנגעגרײט, װאָרום דער טאָג איז הײליק צו אונדזער {dn גאָט}; און איר זאָלט אײַך ניט קלעמען, װאָרום די פֿרײד פֿון {dn גאָט} איז אײַער שטאַרקײט. /8:11 און די לוִיִים האָבן אײַנגעשטילט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: זײַט שטיל, װאָרום דער טאָג איז הײליק, און איר זאָלט אײַך ניט קלעמען. /8:12 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געגאַנגען עסן און טרינקען, און זיך שיקן חלקים, און מאַכן אַ גרױסע שׂמחה, װאָרום זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די װערטער װאָס מע האָט זײ געלערנט. /8:13 און אױפֿן צװײטן טאָג האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, די כֹּהנים, און די לוִיִים, צו עזרא דעם שרײַבער, כּדי זיך צו קליגן אין די װערטער פֿון דער תּוֹרה. /8:14 און זײ האָבן געפֿונען געשריבן אין דער תּוֹרה װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן דורך משהן, אַז די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זיצן אין סוכּות אין דעם יָום-טובֿ פֿון זיבעטן חוֹדש; /8:15 און אַז זײ זאָלן באַקאַנט מאַכן און אַרױסלאָזן אַן אױסרוף אין אַלע זײערע שטעט, און אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױס אין די בערג, און ברענגט אײלבערטצװײַגן, און אײלבױמצװײַגן, און מירטנצװײַגן, און טײטלצװײַגן, און צװײַגן פֿון געדיכטע בײמער, צו מאַכן סוכּות אַזױ װי עס שטײט געשריבן. /8:16 איז דאָס פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געבראַכט, און האָבן געמאַכט סוכּות איטלעכער אױף זײַן דאַך, און אין זײערע הױפֿן, און אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון װאַסערטױער, און אױף דעם ברײטן פּלאַץ פֿון טױער פֿון אפֿרים. /8:17 און די גאַנצע עדה װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט האָט געמאַכט סוכּות, און זײ זײַנען געזעסן אין סוכּות; װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ ניט געטאָן פֿון די טעג פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון נון אָן ביז אױף יענעם טאָג. און עס איז געװען זײער אַ גרױסע שׂמחה. /8:18 און ער האָט געלײענט פֿון דעם בוך פֿון גאָטס תּוֹרה טאָג אין טאָג, פֿון ערשטן טאָג ביזן לעצטן טאָג; און זײ האָבן געמאַכט יָום-טובֿ זיבן טעג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ הײליקע אײַנזאַמלונג, אַזױ װי דער דין. /9:1 און אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די קינדער פֿון ישׂראל מיט פֿאַסטן, און מיט זאַק און ערד אױף זיך. /9:2 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון אַלע פֿרעמדגעבאָרענע, און זײ זײַנען געשטאַנען און האָבן זיך מתװדה געװען אױף זײערע זינד, און די פֿאַרברעכן פֿון זײערע עלטערן. /9:3 און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט און האָבן געלײענט אין דעם בוך פֿון דער תּוֹרה פֿון {dn יהוה} זײער {dn גאָט} אַ פֿערטל טאָג, און אַ פֿערטל טאָג האָבן זײ זיך מתװדה געװען, און זיך געבוקט צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט}. /9:4 און יֵשועַ, און בני, קַדמיאֵל, שבֿניָה, בוני, שֵרֵבֿיָה, בני, כּנָני, האָבן זיך אױפֿגעשטעלט אױף דער בימה פֿון די לוִיִים, און זײ האָבן געשריען אױף אַ הױכן קָול צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט}. /9:5 און די לוִיִים, יֵשועַ, און קַדמיאֵל, בני, חַשַבֿניָה, שֵרֵבֿיָה, הוֹדִיָה, שבֿניָה, פּתַחיָה, האָבן געזאָגט: שטײט אױף, לױבט {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} פֿון אײביק ביז אײביק; און לאָז מען לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען װאָס איז דערהױבן איבער יעטװעדער לױב און רימונג. /9:6 דו {dn יהוה} ביסט אַלײן; דו האָסט געמאַכט די הימלען, די הימלען פֿון די הימלען, און זײער גאַנצן חיל, די ערד און אַלץ װאָס אױף איר, די ימען און אַלץ װאָס אין זײ, און דו האַלטסט זײ אַלעמען אױף, און דער חיל פֿון הימל בוקט זיך צו דיר. /9:7 דו ביסט {dn יהוה} דער {dn גאָט} װאָס האָסט אױסדערװײלט אַבֿרָמען, און אים אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, און געמאַכט זײַן נאָמען אַבֿרָהָם. /9:8 און האָסט געפֿונען זײַן האַרץ געטרײַ פֿאַר דיר, און האָסט געשלאָסן מיט אים אַ בונד צו געבן דאָס לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי, און דעם גִרגָשי – עס צו געבן צו זײַן זאָמען; און האָסט מקיים געװען דײַנע װערטער, װאָרום אַ גערעכטער ביסטו. /9:9 און דו האָסט געזען די פּײַן פֿון אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם, און האָסט געהערט זײער געשרײ בײַם ים-סוף. /9:10 און האָסט געמאַכט צײכנס און װוּנדער אױף פּרעהן, און אױף אַלע זײַנע קנעכט, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון זײַן לאַנד, װאָרום האָסט געװוּסט, אַז זײ האָבן געמוטװיליקט איבער זײ; און האָסט דיר געמאַכט אַ נאָמען אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /9:11 און דעם ים האָסטו געשפּאָלטן פֿאַר זײ, און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען אין מיטן אים אין טריקעניש און זײערע נאָכיאָגער האָסטו אַרײַנגעװאָרפֿן אין די טיפֿענישן אַזױ װי אַ שטײן אין מאַכטיקע װאַסערן. /9:12 און מיט אַ זײַל פֿון װאָלקן האָסטו זײ געפֿירט בײַ טאָג, און מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן. /9:13 און אױפֿן באַרג סינַי האָסטו אַראָפּגענידערט, און גערעדט צו זײ פֿון הימל, און האָסט זײ געגעבן ריכטיקע געזעצן, און אמתע לערנונגען, גוטע חוקים און געבאָט. /9:14 און דײַן הײליקן שבת האָסטו זײ געלאָזט װיסן, און האָסט זײ באַפֿױלן געבאָט און געזעצן און אַ תּוֹרה דורך משה דײַן קנעכט. /9:15 און ברױט פֿון הימל האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער הונגער, און װאַסער האָסטו זײ פֿון פֿעלז אַרױסגעצױגן פֿאַר זײער דאָרשט, און האָסט זײ געהײסן קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו האָסט אױפֿגעהױבן דײַן האַנט זײ צו געבן. /9:16 אָבער זײ אַזױ װי אונדזערע עלטערן האָבן געמוטװיליקט און האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט, /9:17 און ניט געװאָלט געהאָרכן, און זײ האָבן ניט געדאַכט אָן דײַנע װוּנדער װאָס דו האָסט מיט זײ געטאָן; נאָר זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און געמאַכט אַ הױפּטמאַן זיך אומצוקערן צו זײער קנעכטשאַפֿט אין זײער װידערשפּעניקײט. אָבער דו ביסט אַ {dn גאָט} פֿון פֿאַרגעבונג, לײַטזעליק און דערבאַרימדיק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד, און האָסט זײ ניט פֿאַרלאָזן. /9:18 אַפֿילו אַז זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און זײ האָבן געזאָגט: ”דאָס איז דײַן {dn גאָט} װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם“, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען, /9:19 האָסטו פֿון דעסט װעגן אין דײַן גרױס דערבאַרימונג זײ ניט פֿאַרלאָזן אין דער מדבר; דער זײַל פֿון װאָלקן האָט זיך ניט אָפּגעטאָן פֿון זײ בײַ טאָג, כּדי זײ צו פֿירן אױפֿן װעג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי זײ צו לײַכטן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן. /9:20 און דײַן גוטן גײַסט האָסטו געגעבן, זײ צו קליגן, און דײַן מַן האָסטו ניט פֿאַרמיטן פֿון זײער מױל, און װאַסער האָסטו זײ געגעבן פֿאַר זײער דאָרשט. /9:21 און פֿערציק יאָר האָסטו זײ אױסגעהאַלטן אין דער מדבר; גאָרנישט האָט זײ געפֿעלט; זײערע קלײדער זײַנען ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן, און זײערע פֿיס זײַנען ניט אױפֿגעלאָפֿן. /9:22 און האָסט זײ געגעבן קיניגרײַכן און פֿעלקער, און האָסט זײ אױסגעטײלט לױט גרענעצן; און זײ האָבן געאַרבט דאָס לאַנד פֿון סיחוֹנען – דאָס לאַנד פֿון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן. /9:23 און זײערע קינדער האָסטו געמערט אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און האָסט זײ געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס דו האָסט געהײסן זײערע עלטערן קומען אַרבן. /9:24 און די קינדער זײַנען געקומען, און האָבן געאַרבט דאָס לאַנד, און דו האָסט אונטערטעניק געמאַכט פֿאַר זײ די באַװױנער פֿון לאַנד, די כּנַעֲנים, און האָסט זײ געגעבן אין זײער האַנט, מיט זײערע מלכים און די פֿעלקער פֿון לאַנד, צו טאָן מיט זײ לױט זײער װילן. /9:25 און זײ האָבן באַצװוּנגען באַפֿעסטיקטע שטעט און פֿעטע ערד, און האָבן געאַרבט הײַזער פֿול מיט כּל-טובֿ, ברונעמער אױסגעהאַקטע, װײַנגערטענער און אײלבערטגערטנער, און בײמער צום עסן לרָובֿ; און זײ האָבן געגעסן און זײַנען זאַט און פֿעט געװאָרן, און האָבן זיך װױל געטאָן מיט דײַן גרױס גוטס. /9:26 און זײ האָבן װידערשפּעניקט און זיך געשטעלט אַקעגן דיר, און זײ האָבן אַװעקגעװאָרפֿן דײַן תּוֹרה הינטער זײער רוקן, און האָבן געהרגעט דײַנע נבֿיאים װאָס האָבן זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דיר, און זײ האָבן באַגאַנגען גרױסע לעסטערונגען. /9:27 און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע דריקער, און זײ האָבן זײ געדריקט. און אין דער צײַט פֿון זײער נױט פֿלעגן זײ שרײַען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט זײ צוהערן, און לױט דײַן גרױס דערבאַרימונג פֿלעגסטו זײ געבן העלפֿער װאָס זאָלן זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע דריקער. /9:28 אָבער װי זײ איז באַרוט געװאָרן, פֿלעגן זײ װידער שלעכטס טאָן פֿאַר דיר; און דו האָסט זײ איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ האָבן געװעלטיקט איבער זײ; און זײ האָבן װידער געשריען צו דיר, און דו פֿון הימל פֿלעגסט צוהערן און זײ מציל זײַן לױט דײַן דערבאַרימונג פֿיל מאָל. /9:29 און האָסט זײ געװאָרנט, כּדי זײ אומצוקערן צו דײַן תּוֹרה, אָבער זײ האָבן געמוטװיליקט, און האָבן ניט צוגעהערט צו דײַנע געבאָט, נאָר געזינדיקט אַקעגן דײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן, און האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, און ניט צוגעהערט. /9:30 און האָסט זײ אָפּגעצױגן פֿיל יאָרן, און האָסט זײ געװאָרנט מיט דײַן גײַסט דורך דײַנע נבֿיאים, אָבער זײ האָבן ניט צוגעלײגט דאָס אױער; און דו האָסט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער. /9:31 אָבער אין דײַן גרױס דערבאַרימונג האָסטו ניט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג, און האָסט זײ ניט פֿאַרלאָזן, װאָרום אַ {dn גאָט} אַ לײַטזעליקער און אַ דערבאַרימדיקער ביסטו. /9:32 און אַצונד, אונדזער {dn גאָט}, דער גרױסער, שטאַרקער, און פֿאָרכטיקער {dn גאָט}, װאָס היט דעם בונד און די גענאָד, זאָל ניט װינציק זײַן פֿאַר דיר אַלדי מאַטערניש װאָס האָט געטראָפֿן אונדז, אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, און אונדזערע כֹּהנים, און אונדזערע נבֿיאים, און אונדזערע עלטערן, און דײַן גאַנצן פֿאָלק, פֿון די טעג פֿון די מלכים פֿון אַשור אָן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /9:33 יאָ, דו ביסט גערעכט אין אַלץ װאָס איז געקומען אױף אונדז, װאָרום דו האָסט געטאָן װאָרהאַפֿטיק, און מיר האָבן שלעכטס געטאָן. /9:34 און אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, אונדזערע כֹּהנים, און אונדזערע עלטערן, האָבן ניט געטאָן דײַן תּוֹרה, און ניט פֿאַרנומען דײַנע געבאָט, און דײַנע אָנזאָגן װאָס דו האָסט זײ אָנגעזאָגט. /9:35 װאָרום אַז זײ זײַנען געװען אין זײער מלוכה, און אין דײַן גרױסן גוטס װאָס דו האָסט זײ געגעבן, און אין דעם ברײטן און פֿעטן לאַנד װאָס דו האָסט איבערגעגעבן צו זײ, האָבן זײ דיר ניט געדינט, און זײ האָבן זיך ניט אומגעקערט פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים. /9:36 אָט זײַנען מיר הײַנט קנעכט, און דאָס לאַנד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן, צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס, אָט זײַנען מיר קנעכט דערױף; /9:37 און זי מערט איר תּבֿואה פֿאַר די מלכים װאָס דו האָסט געגעבן איבער אונדז פֿאַר אונדזערע זינד; און זײ געװעלטיקן איבער אונדזערע לײַבער, און איבער אונדזערע בהמות, לױט זײער װילן, און מיר זײַנען אין גרױס נױט. /10:1 אָבער בײַ אַלעם דעם שליסן מיר אַן אָפּמאַך, און שרײַבן זיך אונטער; און אױף דעם געחתמעטן [געשריפֿטס] זײַנען אונדזערע האַרן, אונדזערע לוִיִים, אונדזערע כֹּהנים. /10:2 און אױף די געחתמעטע [געשריפֿטסן] זײַנען געװען: נחֶמיָה דער תִּרשָתאָ, דער זון פֿון חכַליָהן, און צִדקִיָה; /10:3 שׂרָיָה, עַזַריָה, יִרמיָה; /10:4 פּשחור, אַמַריָה, מַלכִּיָה; /10:5 חַטוש, שבֿניָה, מַלוך; /10:6 חָרִם, מרַמוֹת, עוֹבֿדיָה; /10:7 דניאל, גִנתוֹן, ברוך; /10:8 משולָם, אַבֿיָה, מִיָמִן; /10:9 מַעַזיָה, בלגַי, שמַעיָה. דאָס זײַנען די כֹּהנים. /10:10 און די לוִיִים: יֵשועַ דער זון פֿון אַזַניָהן, בנױ פֿון די קינדער פֿון חֵנָדָד, קַדמיאֵל; /10:11 און זײערע ברידער: שבֿניָה, הוֹדִיָה, קליטאָ, פּלאָיָה, חָנָן; /10:12 מיכאָ, רחובֿ, חשַבֿיָה; /10:13 זַכְּור, שֵרֵבֿיָה, שבֿניָה; /10:14 הוֹדִיָה, בני, בנינו. /10:15 די הױפּטן פֿון דעם פֿאָלק: פּרעוֹש, פּחת-מוֹאָבֿ, עֵילָם, זַתּוא, בני; /10:16 בוני, עַזגָד, בבֿי; /10:17 אַדוֹנִיָה, בגוַי, עָדין; /10:18 אָטֵר, חִזקִיָה, עַזור; /10:19 הוֹדִיָה, חָשום, בצָי; /10:20 חָריף, עַנָתוֹת, נֵיבֿי; /10:21 מַגפּיעָש, משולָם, חֵזיר; /10:22 משֵיזַבֿאֵל, צָדוֹק, יַדועַ; /10:23 פּלַטיָה, חָנָן, עַנָיָה; /10:24 הוֹשֵעַ, חַנַניָה, חשובֿ; /10:25 הַלוֹחֵש, פּלחאָ, שוֹבֿק; /10:26 רחום, חַשַבֿנָה, מַעֲשֵׂיָה; /10:27 און אַחִיָה, חָנָן, עָנָן; /10:28 מַלוך, חָרִם, בעֲנָה. /10:29 און דאָס איבעריקע פֿאָלק, די כֹּהנים, די לוִיִים, די טױערלײַט, די זינגערס, די נתינים, און אַלע װאָס האָבן זיך אָפּגעשײדט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער צו דער תּוֹרה פֿון {dn גאָט}, זײערע װײַבער, זײערע זין, און זײערע טעכטער, איטלעכער װאָס האָט געװוּסט און פֿאַרשטאַנען, /10:30 האָבן זיך געהאַלטן אָן זײערע ברידער, זײערע גרױסע לײַט, און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ קללה און אין אַ שבֿועה צו גײן אין דער תּוֹרה פֿון {dn גאָט} װאָס איז געגעבן געװאָרן דורך דער האַנט פֿון משה דעם קנעכט פֿון {dn גאָט}, און צו היטן און צו טאָן אַלע געבאָט פֿון {dn יהוה} אונדזער האַר, און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים; /10:31 און אַז מיר זאָלן ניט געבן אונדזערע טעכטער צו די פֿעלקער פֿון לאַנד, און זײערע טעכטער ניט נעמען פֿאַר אונדזערע זין; /10:32 און די פֿעלקער פֿון לאַנד װאָס ברענגען סחוֹרות און אַלערלײ תּבֿואה אין טאָג פֿון שבת צו פֿאַרקױפֿן, זאָלן מיר פֿון זײ ניט קױפֿן אום שבת אָדער אין אַ הײליקן טאָג; און אַז מיר זאָלן אָפּלאָזן דאָס פֿעלד אין זיבעטן יאָר, און איטלעכן חובֿ. /10:33 און מיר האָבן געשטעלט אױף אונדז אַ מִצװה, אַרױפֿצולײגן אױף זיך אַ דריטל שֶקל אַ יאָר פֿאַר דעם דינסט פֿון אונדזער גאָטס הױז, /10:34 פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר דעם שטענדיק בראַנדאָפּפֿער פֿון די שבתים, פֿון ראש-חוֹדש, פֿאַר די יָום-טוֹבֿים; און פֿאַר די געהײליקטע קרבנות, און פֿאַר די זינדאָפּפֿער מכפּר צו זײַן אױף ישׂראל, און פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט פֿון אונדזער גאָטס הױז. /10:35 און מיר האָבן גוֹרל געװאָרפֿן, די כֹּהנים, די לוִיִים, און דאָס פֿאָלק, װעגן דער גאָב פֿון האָלץ צו ברענגען אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט} לױט אונדזערע פֿאָטערהײַזער אין געשטעלטע צײַטן יאָר אין יאָר, אױף צו ברענען אױף דעם מזבח פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּוֹרה. /10:36 און צו ברענגען די ערשטצײַטיקע פֿון אונדזער ערד, און די ערשטצײַטיקע פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, יאָר אין יאָר, אין הױז פֿון {dn גאָט}; /10:37 און די בכוֹרים פֿון אונדזערע זין, און פֿון אונדזערע בהמות, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּוֹרה, און די בכוֹרים פֿון אונדזערע רינדער און אונדזערע שאָף, צו ברענגען אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}, צו די כֹּהנים װאָס באַדינען אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}. /10:38 און אַז דאָס ערשטע פֿון אונדזערע טײגמולטערס, און אונדזערע אָפּשײדונגען, און פֿון דער פֿרוכט פֿון אַלערלײ בײמער, פֿון װײַן און אײל, זאָלן מיר ברענגען צו די כֹּהנים אין די קאַמערן פֿון דעם הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}; און דעם מעשׂר פֿון אונדזער ערד צו די לוִיִים; װאָרום זײ, די לוִיִים, נעמען דעם מעשׂר אין אַלע אונדזערע אַקערשטעט. /10:39 און דער כֹּהן, דער זון פֿון אַהרן, זאָל זײַן מיט די לוִיִים, װען די לוִיִים נעמען מעשׂר; און די לוִיִים זאָלן אַרױפֿברענגען דעם מעשׂר פֿון מעשׂר אין הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}, אין די קאַמערן פֿון דעם שאַצהױז. /10:40 װאָרום די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון לֵוִי זאָלן ברענגען די אָפּשײדונג פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, אין די קאַמערן װאָס דאָרטן זײַנען די זאַכן פֿון הײליקטום, און פֿון די כֹּהנים װאָס באַדינען, און פֿון די טױערלײַט, און פֿון די זינגערס; און מיר זאָלן ניט פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון אונדזער {dn גאָט}. /11:1 און די האַרן פֿון פֿאָלק זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט געװאָרפֿן גוֹרל, צו ברענגען אײנעם פֿון צען צו זיצן אין ירושָלַיִם דער הײליקער שטאָט, און נײַן טײלן אין די שטעט. /11:2 און דאָס פֿאָלק האָט געבענטשט אַלע מענער װאָס האָבן זיך מתנַדבֿ געװען צו זיצן אין ירושָלַיִם. /11:3 און דאָס זײַנען די הױפּטלײַט פֿון דער מדינה װאָס זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם – און אין די שטעט פֿון יהודה זײַנען געזעסן, איטלעכער אױף זײַן אײגנטום אין זײערע שטעט, ישׂראל, די כֹּהנים, און די לוִיִים, און די נתינים, און די קינדער פֿון שלמהס קנעכט; /11:4 און אין ירושָלַיִם זײַנען געזעסן פֿון די קינדער פֿון יהודה, און פֿון די קינדער פֿון בנימין. פֿון די קינדער פֿון יהודה: עַתָיָה דער זון פֿון עוזִיָה דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון שפֿטיָה, דעם זון פֿון מַהלַלאֵלן, פֿון די קינדער פֿון פּרֶץ; /11:5 און מַעֲשֵׂיָה דער זון פֿון ברוך דעם זון פֿון חוֹזֶה, דעם זון פֿון חַזָיָה, דעם זון פֿון עַדָיָה, דעם זון פֿון יוֹיָריבֿ, דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון דעם שִלוֹני. /11:6 אַלע קינדער פֿון פּרֶץ װאָס זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם זײַנען געװען פֿיר הונדערט אַכט און זעכציק העלדישע לײַט. /11:7 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין: סַלוא דער זון פֿון משולָם דעם זון פֿון יוֹעֵד, דעם זון פֿון פּדָיָה, דעם זון פֿון קוֹלָיָה, דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָה, דעם זון פֿון יתיאֵל, דעם זון פֿון ישַעיָהן; /11:8 און נאָך אים גַבי, סַלַי – נײַן הונדערט אַכט און צװאַנציק. /11:9 און יוֹאֵל דער זון פֿון זִכרין איז געװען דער אױפֿזעער איבער זײ, און יהודה דער זון פֿון הַסנואָהן איז געװען דער צװײטער איבער דער שטאָט. /11:10 פֿון די כֹּהנים: ידַעְיָה דער זון פֿון יוֹיָריבֿן, יָכין, /11:11 שׂרָיָה דער זון פֿון חִלקִיָה דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון מרָיוֹת, דעם זון פֿון אַחיטובֿן, דעם פֿירשט פֿון גאָטס הױז, /11:12 און זײערע ברידער װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿון דעם הױז – אַכט הונדערט צװײ און צװאַנציק. און עַדָיָה דער זון פֿון ירוֹחָם דעם זון פּלַליָה, דעם זון פֿון אַמצי, דעם זון פֿון זכַריָה, דעם זון פֿון פּשחור, דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, /11:13 און זײַנע ברידער, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – צװײ הונדערט צװײ און פֿערציק. און עַמַשסַי דער זון פֿון עַזַראֵל דעם זון פֿון אַחזַי, דעם זון פֿון משִלֵמוֹת, דעם זון פֿון אִמֵרן, /11:14 און זײערע ברידער, העלדישע גיבוֹרים – הונדערט אַכט און צװאַנציק. און דער אױפֿזעער איבער זײ איז געװען זַבֿדיאֵל דער זון פֿון הַגדוֹלימען. /11:15 און פֿון די לוִיִים: שמַעיָה דער זון פֿון חשובֿ דעם זון פֿון עַזריקָם, דעם זון פֿון חשַבֿיָה, דעם זון פֿון בונין; /11:16 און שַבתַי, און יוֹזָבֿד, פֿון די הױפּטן פֿון די לוִיִים, איבער דער אױסװײניקסטער אַרבעט פֿון גאָטס הױז; /11:17 און מַתַּניָה דער זון פֿון מיכאָ דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון אָסָפֿן, דער ערשטער אָנצוהײבן דעם לױבגעזאַנג בײַם געבעט; און בקבוקיָה דער צװײטער צװישן זײַנע ברידער; און עַבֿדאָ דער זון פֿון שַמועַ דעם זון פֿון גָלָל, דעם זון פֿון ידותונען. /11:18 אַלע לוִיִים אין דער הײליקער שטאָט זײַנען געװען צװײ הונדערט פֿיר און אַכציק. /11:19 און די טױערלײַט: עַקובֿ, טַלמוֹן, און זײערע ברידער װאָס האָבן געהיט בײַ די טױערן – הונדערט צװײ און זיבעציק. /11:20 און די איבעריקע ישׂראל, כֹּהנים, לוִיִים, זײַנען געװען אין אַלע שטעט פֿון יהודה, איטלעכער אױף זײַן נחלה. /11:21 און די נתינים זײַנען געזעסן אין עוֹפֿל; און ציחאָ און גִשפּאָ זײַנען געװען איבער די נתינים. /11:22 און דער אױפֿזעער פֿון די לוִיִים אין ירושָלַיִם איז געװען עוזי דער זון פֿון בני דעם זון פֿון חשַבֿיָה, דעם זון פֿון מַתַּניָה, דעם זון פֿון מיכאָן, פֿון די קינדער פֿון אָסָף, די זינגערס, איבער דער װירטשאַפֿט פֿון גאָטס הױז. /11:23 װאָרום אַ באַפֿעל פֿון מלך איז געװען װעגן זײ, און אַ פֿעסטע באַשטימונג װעגן די זינגערס, לױט דעם באַדאַרף פֿון איטלעכן טאָג. /11:24 און פּתַחיָה דער זון פֿון משֵיזַבֿאֵלן, פֿון די קינדער פֿון זֶרַח דעם זון פֿון יהודהן, איז געװען לעבן דעם מלך פֿאַר איטלעכער זאַך פֿון פֿאָלק. /11:25 און װעגן די דערפֿער מיט זײערע פֿעלדער: זײַנען טײל פֿון יהודה געזעסן אין קִריַת-אַרבע און אירע אַרומיקע ערטער, און אין דיבֿוֹן און אירע אַרומיקע ערטער, און אין איקַבֿצְאֵל און אירע דערפֿער; /11:26 און אין יֵשועַ, און אין מוֹלָדָה, און אין בית-פּלֶט; /11:27 און אין חצַר-שועָל, און אין באֵר-שֶבֿע און אירע אַרומיקע ערטער; /11:28 און אין ציקלַג, און אין מכוֹנָה און אין אירע אַרומיקע ערטער; /11:29 און אין עֵין-רִמוֹן, און אין צָרעָה, און אין יַרמות, /11:30 זָנוֹחַ, עַדולָם, און זײערע דערפֿער, לָכיש און אירע פֿעלדער, עַזֵקָה און אירע אַרומיקע ערטער. און זײ האָבן געלאַגערט פֿון באֵר-שֶבֿע ביז דעם טאָל פֿון הִנוֹם. /11:31 און די קינדער פֿון בנימין, פֿון גֶבֿע אָן, אין מִכמַש, און עַיָה, און בית-אֵל און אירע אַרומיקע ערטער, /11:32 עַנָתוֹת, נוֹבֿ, עַנַניָה, /11:33 חצוֹר, רָמָה, גִתַּיִם, /11:34 חדיד, צבֿוֹעִים, נבֿלָט, /11:35 לוֹד, און אוֹנוֹ, גֵי-חַרָשים. /11:36 און פֿון די לוִיִים זײַנען עטלעכע אָפּטײלונגען פֿון יהודה אַריבער צו בנימין. /12:1 און דאָס זײַנען די כֹּהנים און די לוִיִים װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַן: שׂרָיָה, יִרמיָה, עזרא; /12:2 אַמַריָה, מַלוך, חַטוש; /12:3 שכַניָה, רחום, מרֵמוֹת; /12:4 עִדוֹא, גִנתױ, אַבֿיָה; /12:5 מִיָמין, מַעַדיָה, בלגָה; /12:6 שמַעיָה, און יוֹיָריבֿ, ידַעְיָה, /12:7 סַלו, עָמוֹק, חִלקִיָה, ידַעְיָה. די דאָזיקע זײַנען געװען די הױפּטן פֿון די כֹּהנים און זײערע ברידער אין די טעג פֿון יֵשועַן. /12:8 און די לוִיִים: יֵשועַ, בנױ, קַדמיאֵל, שֵרֵבֿיָה, יהודה, מַתַּניָה אױף די לױבגעזאַנגען, ער און זײַנע ברידער. /12:9 און בקבוקיָה, און עוני, זײערע ברידער, אַקעגן זײ אין װאַכן. /12:10 און יֵשועַ האָט געבאָרן יוֹיָקימען, און יוֹיָקים האָט געבאָרן אֶליָשיבֿן, און אֶליָשיבֿ האָט געבאָרן יוֹיָדָען, /12:11 און יוֹיָדָע האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און יוֹנָתָן האָט געבאָרן יַדועַן. /12:12 און אין די טעג פֿון יוֹיָקימען זײַנען געװען כֹּהנים הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער: פֿון שׂרָיָה, מרָיָה; פֿון יִרמיָה, חַנַניָה; /12:13 פֿון עזרא, משולָם; פֿון אַמַריָה, יהוֹחָנָן; /12:14 פֿון מליכו, יוֹנָתָן; פֿון שבֿניָה, יוֹסף; /12:15 פֿון חָרִם, עַדנאָ; פֿון מרָיוֹת, חֶלקַי; /12:16 פֿון עִדוֹא, זחַריָה; פֿון גִנתוֹן, משולָם; /12:17 פֿון אַבֿיָה, זִכרי; פֿון מִניָמין, . . . . ; פֿון מוֹעַדיָה, פּלטַי; /12:18 פֿון בלגָה, שַמועַ; פֿון שמַעיָה, יהוֹנָתָן; /12:19 און פֿון יוֹיָריבֿ, מַתּנַי; פֿון ידַעְיָה, עוזי; /12:20 פֿון סַלַי, קַלַי; פֿון עָמוֹק, עֵבֿר; /12:21 פֿון חִלקִיָה, חַשַבֿיָה; פֿון ידַעְיָה, נתַנאֵל. /12:22 פֿון די לוִיִים זײַנען אין די טעג פֿון אֶליָשיבֿן, יוֹיָדָען, און יוֹחָנָנען, און יַדועַן, פֿאַרשריבן געװאָרן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער; דעסגלײַכן פֿון די כֹּהנים בעת דער מלוכה פֿון דָריָוֶש פֿון פּרַס. /12:23 פֿון די קינדער פֿון לֵוִי זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער געװען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן, און ביז די טעג פֿון יוֹחָנָן דעם זון פֿון אֶליָשיבֿן. /12:24 און די הױפּטן פֿון די לוִיִים זײַנען געװען: חשַבֿיָה, שֵרֵבֿיָה, און יֵשועַ דער זון פֿון קַדמיאֵלן, מיט זײערע ברידער אַקעגן זײ, אױף צו דאַנקען און צו לױבן לױט דעם באַפֿעל פֿון דוד דעם געטלעכן מאַן, אַ װאַך איבער אַ װאַך. /12:25 מַתַּניָה, און בקבוקיָה, עוֹבֿדיָה, משולָם, טַלמוֹן, עַקובֿ, זײַנען געװען היטער, טױערלײַט צו היטן בײַ די זאַמלהײַזער פֿון די טױערן. /12:26 די דאָזיקע זײַנען געװען אין די טעג פֿון יוֹיָקים דעם זון פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון יוֹצָדָקן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָה דעם פֿירשט, און עזרא דעם כֹּהן, דעם שרײַבער. /12:27 און בײַ דער באַנײַאונג פֿון דער מױער פֿון ירושָלַיִם, האָט מען אױפֿגעזוכט די לוִיִים פֿון אַלע זײערע ערטער, זײ צו ברענגען קײן ירושָלַיִם כְּדי צו מאַכן אַ באַנײַאונג מיט שׂמחה, און מיט דאַנקגעבונגען, און מיט געזאַנג, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן. /12:28 און די קינדער פֿון די זינגער האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אי פֿון דער געגנט אַרום ירושָלַיִם, אי פֿון די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים; /12:29 און פֿון בית-גִלגָל, און פֿון די פֿעלדער פֿון גֶבֿע און עַזמָוֶת; װאָרום די זינגערס האָבן זיך אױפֿגעבױט דערפֿער אַרום ירושָלַיִם. /12:30 און די כֹּהנים און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און זײ האָבן גערײניקט דאָס פֿאָלק, און די טױערן, און די מױער. /12:31 און איך האָב אַרױפֿגעבראַכט די האַרן פֿון יהודה אױף דער מױער; און איך האָב אײַנגעשטעלט צװײ גרױסע לױב-מחנות און הַקָפֿות רעכטס אױף דער מױער צום מיסטטױער צו. /12:32 און הינטער זײ איז געגאַנגען הוֹשַעיָה, און אַ העלפֿט פֿון די האַרן פֿון יהודה; /12:33 און עַזַריָה, עזרא, און משולָם; /12:34 יהודה, און בנימין, און שמַעיָה, און יִרמיָה. /12:35 און פֿון די קינדער פֿון די כֹּהנים, מיט טרומײטן: זכַריָה דער זון פֿון יוֹנָתָן דעם זון פֿון שמַעיָה, דעם זון פֿון מַתַּניָה, דעם זון פֿון מיכָיָה, דעם זון פֿון זַכּור, דעם זון פֿון אָסָפֿן; /12:36 און זײַנע ברידער, שמַעיָה, און עַזַראֵל, מִלְלַי, גִלְלַי, מָעַי, נתַנאֵל, און יהודה, חַנָני, מיט די כּלֵי-זֶמֶר פֿון דוד דעם געטלעכן מאַן, און עזרא דער שרײַבער זײ פֿאַרױס. /12:37 און בײַם קװאַלטױער, און גלײַך אַקעגן זיך, זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען מיט די טרעפּ פֿון דודס-שטאָט אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון דער מױער, איבער דעם הױז פֿון דוד, און ביז דעם װאַסערטױער צו מזרח. /12:38 און די צװײטע לױב-מחנה איז געגאַנגען אַנטקעגן, און איך הינטער איר, מיט אַ העלפֿט פֿון פֿאָלק, אױף דער מױער, איבער דעם טורעם פֿון די אױװנס, און ביז דער ברײטער מױער; /12:39 און איבער דעם טױער פֿון אפֿרים, און איבער דעם אַלטן טױער, און איבער דעם פֿישטױער, און דעם טורעם פֿון חנַנאֵל, און דעם טורעם פֿון הַמֵאָה, און ביז דעם שאָפֿטױער; און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַם טױער פֿון דער װאַך. /12:40 און די צװײ לױב-מחנות האָבן זיך אױסגעשטעלט אין הױז פֿון {dn גאָט}, און איך, און אַ העלפֿט פֿון די פֿאָרשטײער מיט מיר; /12:41 און די כֹּהנים, אֶליָקים, מַעֲשֵׂיָה, מִניָמין, מיכָיָה, אֶליוֹעֵינַי, זכַריָה, חַנַניָה, מיט טרומײטן; /12:42 און מַעֲשֵׂיָה, און שמַעיָה, און אֶלעָזָר, און עוזי, און יהוֹחָנָן, און מַלכִּיָה, און עֵילָם, און עֶזֶר. און די זינגערס האָבן געזונגען אין דער הײך, און יִזֶרַחיָה איז געװען דער אױפֿזעער. /12:43 און זײ האָבן געשלאַכט אין יענעם טאָג גרױסע שלאַכטאָפּפֿער, װאָרום זײ האָבן זיך געפֿרײט, װײַל {dn גאָט} האָט זײ דערפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און אױך די װײַבער און די קינדער האָבן זיך געפֿרײט; און די שׂמחה פֿון ירושָלַיִם האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן. /12:44 און אין יענעם טאָג זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן מענטשן אױף די קאַמערן פֿאַר די שאַצן, פֿאַר די אָפּשײדונגען, פֿאַר די ערשטפֿרוכטן, און פֿאַר די מעֲשׂרות, כּדי אײַנצוזאַמלען אין זײ, לױט די פֿעלדער פֿון די שטעט, די אָפּגאָבן פֿון דער תּוֹרה פֿאַר די כֹּהנים און פֿאַר די לוִיִים; װאָרום יהודה האָט זיך געפֿרײט מיט די כֹּהנים און מיט די לוִיִים װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען. /12:45 און זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון זײער {dn גאָט}, און די היטונג פֿון רײניקונג; דעסגלײַכן די זינגערס, און די טױערלײַט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דודן און זײַן זון שלמהן. /12:46 װאָרום נאָך פֿון פֿאַרצײַטן, אין די טעג פֿון דודן און אָסָפֿן זײַנען געװען אױבערזינגערס, און געזאַנגען פֿון לױב און דאַנק צו {dn גאָט}. /12:47 און גאַנץ ישׂראל אין די טעג פֿון זרובבֿלן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָהן, האָבן געגעבן די אָפּגאָבן פֿאַר די זינגערס און די טױערלײַט לױט דעם באַדאַרף פֿון איטלעכן טאָג; און זײ האָבן געהײליקט פֿאַר די לוִיִים, און די לוִיִים האָבן געהײליקט פֿאַר די קינדער פֿון אַהרן. /13:1 אין יענעם טאָג איז געלײענט געװאָרן פֿון דעם בוך פֿון משהן אין די אױערן פֿון פֿאָלק, און עס איז געפֿונען געװאָרן געשריבן דערין, אַז אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון {dn גאָט} ביז אױף אײביק, /13:2 װײַל זײ זײַנען ניט אַקעגנגעקומען די קינדער פֿון ישׂראל מיט ברױט און מיט װאַסער, און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ בלעָמען זײ צו שילטן, נאָר אונדזער {dn גאָט} האָט פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה. /13:3 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט די תּוֹרה, אַזױ האָבן זײ אָפּגעשײדט יעטװעדער מישונג פֿון ישׂראל. /13:4 און פֿאַר דעם האָט אֶליָשיבֿ דער כֹּהן װאָס איז געװען געשטעלט איבער די קאַמערן פֿון אונדזער גאָטס הױז, אַ קרובֿ פֿון טוֹבֿיָהן, /13:5 געהאַט געמאַכט פֿאַר אים אַ גרױסע קאַמער, דאָרט װוּ מע האָט פֿריער אַװעקגעלײגט דאָס שפּײַזאָפּפֿער, דעם װײַרױך, און די כּלים, און דעם מעשׂר פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, װאָס איז באַפֿױלן פֿאַר די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די אָפּשײדונג פֿאַר די כֹּהנים. /13:6 און בעת דעם אַלעם בין איך ניט געװען אין ירושָלַיִם, װאָרום אין צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, דעם מלך פֿון בבֿל, בין איך אַװעק צום מלך, און ערשט נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג האָב איך זיך אָפּגעבעטן בײַם מלך. /13:7 און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָב געמערקט דאָס בײז װאָס אֶליָשיבֿ האָט געטאָן פֿון טוֹבֿיָהס װעגן, אים צו מאַכן אַ קאַמער אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז. /13:8 און מיך האָט זײער געערגערט, און איך האָב אַרױסגעװאָרפֿן אַלע זאַכן פֿון טוֹבֿיָהס הױז דרױסן פֿון דער קאַמער. /13:9 און איך האָב געהײסן, און מע האָט גערײניקט די קאַמערן, און איך האָב אומגעקערט אַהין די כּלים פֿון גאָטס הױז, דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דעם װײַרױך. /13:10 און איך האָב זיך דערװוּסט אַז די אָפּגאָבן פֿון די לוִיִים זײַנען ניט געגעבן געװאָרן, און די לוִיִים און די זינגערס װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, זײַנען צעלאָפֿן איטלעכער צו זײַן פֿעלד. /13:11 האָב איך זיך געקריגט מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב געזאָגט: פֿאַר װאָס איז פֿאַרלאָזן געװאָרן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}? און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט, און האָב זײ געשטעלט אױף זײער אָרט. /13:12 און גאַנץ יהודה האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון תּבֿואה, און אײל, און װײַן, אין די שאַצקאַמערן. /13:13 און איך האָב געמאַכט פֿאַר שאַצמײַנסטער איבער די שאַצקאַמערן, שֶלמיָה דעם כֹּהן, און טַדוֹק דעם שרײַבער, און פּדָיָהן פֿון די לוִיִים, און זײ צו דער האַנט, חָנָן דעם זון פֿון זַכּור דעם זון פֿון מַתַּניָהן, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַררעכנט פֿאַר באַגלױבטע; און אױף זײ איז געלעגן אױסצוטײלן צו זײערע ברידער. /13:14 געדענק מיר, {dn גאָט} מײַנער, פֿאַר דעם, און לאָז ניט אָפּגעמעקט װערן מײַנע גוטע זאַכן װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן {dn גאָט}, און פֿאַר זײַנע װאַכן. /13:15 אין יענע טעג האָב איך געזען אין יהודה װי מע טרעט קעלטערן אום שבת, און מע ברענגט אַרײַן די סטױגן, און מע לאָדט אָן אױף אײזלען, און אױך װײַן, טרױבן, און פֿײַגן, און אַלערלײ משׂא, און מע ברענגט אין ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת; און איך האָב זײ געװאָרנט אין דעם טאָג װאָס זײ האָבן פֿאַרקױפֿט שפּײַז. /13:16 אױך די צוֹרים װאָס האָבן געװױנט אין איר, פֿלעגן ברענגען פֿיש און אַלערלײ סחוֹרה, און פֿאַרקױפֿן אום שבת צו די קינדער פֿון יהודה, און אין ירושָלַיִם. /13:17 האָב איך זיך געקריגט מיט די אַדללײַט פֿון יהודה, און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלעכטע זאַך װאָס איר טוט, און פֿאַרשװעכט דעם טאָג פֿון שבת? /13:18 האָבן ניט אַזױ געטאָן אײַערע עלטערן, און אונדזער {dn גאָט} האָט געבראַכט דאָס דאָזיקע גאַנצע בײז אױף אונדז, און אױף דער דאָזיקער שטאָט? און איר מערט נאָך גרימצאָרן אױף ישׂראל, מחַלל שבת צו זײַן? /13:19 און עס איז געװען, װי די טױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן אָנגעהױבן װערן טונקל פֿאַר שבת, אַזױ האָב איך געהײסן, און די טירן זײַנען פֿאַרשלאָסן געװאָרן, און איך האָב אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל זײ ניט עפֿענען ביז נאָך שבת; און פֿון מײַנע יונגען האָב איך געשטעלט בײַ די טױערן, אַז קײן משׂא זאָל ניט אַרײַנקומען אין טאָג פֿון שבת. /13:20 און די הענדלער און די פֿאַרקױפֿער פֿון אַלערלײ סחוֹרה האָבן גענעכטיקט דרױסן פֿון ירושָלַיִם אײן מאָל און צװײ מאָל. /13:21 האָב איך זײ געװאָרנט, און האָב צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס נעכטיקט איר לעבן דער מױער? אַז איר װעט עס טאָן אַ צװײט מאָל, װעל איך לײגן אַ האַנט אױף אײַך. פֿון יענער צײַט אָן זײַנען זײ ניט געקומען אום שבת. /13:22 און איך האָב אָנגעזאָגט די לוִיִים, אַז זײ זאָלן זיך רײניקן, און קומען היטן די טױערן, כּדי צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת. דאָס אױך געדענק מיר, {dn גאָט} מײַנער, און באַשיץ מיך לױט דײַן גרױס גענאָד. /13:23 אױך האָב איך אין יענע טעג געזען ייִדן װאָס האָבן גענומען אַשדוֹדישע, עַמוֹנישע, מוֹאָבֿישע װײַבער. /13:24 און זײערע קינדער האָבן האַלב גערעדט אַשדוֹדיש און האָבן ניט געקענט רעדן יהודיש, נײַערט לױט דעם לשון פֿון דעם פֿאָלק אָדער יענעם. /13:25 האָב איך זיך געקריגט מיט זײ, און איך האָב זײ געשאָלטן, און איך האָב געשלאָגן עטלעכע פֿון זײ, און זײ געריסן פֿאַר די האָר. און איך האָב זײ באַשװאָרן בײַ {dn גאָט}: איר זאָלט ניט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און ניט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר אײַערע זין אָדער פֿאַר אײַך אַלײן. /13:26 האָט ניט װעגן דעם זיך פֿאַרזינדיקט שלמה דער מלך פֿון ישׂראל, װאָס צװישן די פֿיל פֿעלקער איז ניט געװען אַ מלך אַזאַ װי ער, און ער איז געװען באַליבט בײַ זײַן {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל? אַפֿילו אים האָבן די פֿרעמדע װײַבער געמאַכט זינדיקן. /13:27 און מיר זאָלן זיך צוהערן צו אײַך צו טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, צו פֿעלשן אָן אונדזער {dn גאָט}, צו נעמען פֿרעמדע װײַבער? /13:28 און אײנער פֿון די זין פֿון יוֹיָדָע דעם זון פֿון אֶליָשיבֿ דעם כֹּהן-גָדול איז געװען אַן אײדים פֿון סַנבֿלַט דעם חוֹרוֹני, און איך האָב אים אַװעקגעיאָגט פֿון מיר. /13:29 געדענק זײ, {dn גאָט} מײַנער, פֿאַר די פֿאַראומװערדיקונגען פֿון דער כּהונה, און פֿון דעם בונד פֿון דער כּהונה און די לוִיִים. /13:30 אַזױ האָב איך זײ גערײניקט פֿון אַלעם פֿרעמדן, און איך האָב אײַנגעשטעלט די װאַכן פֿאַר די כֹּהנים און פֿאַר די לוִיִים, איטלעכן אױף זײַן אַרבעט; /13:31 און אױף צו ברענגען האָלץ אין געשטעלטע צײַטן, און פֿאַר די ערשטצײַטיקע פֿרוכטן. דערמאָן דאָס מיר, {dn גאָט} מײַנער, צום גוטן. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.