תחנה פון ליכט בענטשין | Tkhine for Lighting Candles [for Shabbes]


דאש זאגט זיא װען זיא טוט ליכט צינדן שַׁבָּת אונ יום טוב מיט כװנה

גאָט דוא בישט הײליג אונ האשט גיהײליגט דײַן פאָלק יִשׂרָאֵל אונ האָשט גיהײַליגט דעם שַׁבָּת דוא בישט אלײן אונ אונזערע עלטערין האָשטו אױש דער וױילט אונטער אלע פעלקער צוא דײַן דינסט אלײן אונ צוא רוען האָשטו דער וױילט דעם שַׁבָּת אלײן צוא עהרין אונ זענפטיגען זיך צוא לײַכטין ליכט אונ צוא האָבין פרײד אונ לוסט אין דײַנעם דינשט הײַנט אין דײַנעם הײליגין שַׁבָּת װעלכין מיר זײַנען שולדיג צו האלטין מיט אלע זאכין אז אײַן חָתָן דיא כַּלָה נאָך רײַדין אונזרע חֲכָמִים דאָשׂ זײא האָבין גירופין דעם שַׁבָּת כַּלָה אונ איך האָב שױן אָן גיצונדין דיא ליכט נאָך גיבאָטין דײַנע חֲכָמִים דיא דא װײַשׂין דײַן הײליגע תּוֺרָה צוא לערנען אונ צוא הײליגין דײַן נאמען אין דײַן תּוֺרָה דוא אלמאכטיגער גאָט גיב מיר אונ מײַן מאן אונ מײַנע קינדער אונ מײַן הױז גיזינד דעם הײליגין שַׁבָּת צוא רוען צוא הײליקײַט אונ זעניפטיקײַט אונ באהיט אונז פאר אלע בײזע גישעכנש די דאָ פלעגין צו קומן הײנט פון װעגין דאשׂ מַזָל פון דעם בײזין שטערין. וױא איך טוא אָן צינדין ליכט דעם שַׁבָּת צו עהרין הער פון דער גאנצער װעלט גיב מיר קינדער דאָשׂ זײַא זאלן לײַכטין אין דער תּוֺרָה אונ שיק אונז די בְּרָכָה מיט דעם גוטין מַלְאָךְ דר דאָ גײַט בײַא דיא רעכטע האנט פון דעם מענטשין אונ דער בײזער מַלְאָךְ זאָל דרױף אָמֵן זאָגין אונ מיר זאָלין זוֺכֶה זײַן דאָשׂ דו זאָלשט אונז מאכין ארבין דעם טאָג װאָש איז גאָר שַׁבָּת דאָשׂ איז גימײנט אז מיר זאָלין דער לעבין דיא צײַט פון תְּחִייַת הַמֵתִים גילױבט בישטו גאָט דער דאָ לעבט אײביג אָמֵן׃

This is a faithful transcription of the תחנה פון ליכט בענטשין (“Tkhine for Lighting Candles [for Shabbes]”) as it appeared in the Vilna, 1869 edition. I have transcribed it without any changes from The Merit of Our Mothers בזכות אמהות A Bilingual Anthology of Jewish Women’s Prayers, compiled by Rabbi Tracy Guren Klirs, Cincinnati: Hebrew Union College Press, 1992. shgiyot mi yavin, ministarot nakeni. If you can scan an image of the page from the 1869 edition this was originally copied from, please share your scan with us.

Comments, Corrections, and Queries


בסיעתא דארעא