תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש במִדְבר במִדְבר /1:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין אוֹהל-מוֹעד, אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: /1:2 נעמט אױף דעם מספּר פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, לױט זײערע קעפּ. /1:3 פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכן אין ישׂראל װאָס גײט אַרױס אין חיל, זאָלט איר זײ צײלן לױט זײערע מחנות, דו און אַהרן. /1:4 און מיט אײַך זאָלן זײַן צו מאַן, צו מאַן פֿון אַ שבֿט, אַ מאַן װאָס איז דער הױפּט פֿון זײַן פֿאָטערהױז. /1:5 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן שטײן מיט אײַך: פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. /1:6 פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. /1:7 פֿון יהודה, נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן. /1:8 פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוֹעַרן. /1:9 פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חלוֹנען. /1:10 פֿון די קינדער פֿון יוֹסף: פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן; פֿון מנשה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. /1:11 פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גִדעוֹנין. /1:12 פֿון דָן, אַחיעזר דער זון פֿון עַמישַדָין. /1:13 פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרַנען. /1:14 פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. /1:15 פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. /1:16 די דאָזיקע זײַנען געװען גערופֿענע פֿון דער עדה, פֿירשטן פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען; די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל זײַנען זײ געװען. /1:17 און משה און אַהרן האָבן גענומען די דאָזיקע מענער װאָס זײַנען אָנגערופֿן מיט די נעמען, /1:18 און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש; און זײ האָבן אָנגעגעבן זײער געבורט לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע קעפּ. /1:19 אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, האָט ער זײ געצײלט אין מדבר סינַי. /1:20 און די קינדער פֿון ראובֿן, ישׂראלס בכָור, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, לױט זײערע קעפּ, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:21 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט ראובֿן, זײַנען געװען זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /1:22 פֿון די קינדער פֿון שמעון, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, זײַנע געצײלטע נאָך דער צאָל פֿון נעמען, לױט זײערע קעפּ, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:23 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט שמעון, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט. /1:24 פֿון די קינדער פֿון גָד, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:25 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט גָד, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק. /1:26 פֿון די קינדער פֿון יהודה, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:27 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט יהודה, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט. /1:28 פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:29 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /1:30 פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:31 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט זבֿולון, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /1:32 פֿון די קינדער פֿון יוֹסף: פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:33 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט אפֿרים, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /1:34 פֿון די קינדער פֿון מנשה, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:35 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט מנשה, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט. /1:36 פֿון די קינדער פֿון בנימין, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:37 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט בנימין, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט. /1:38 פֿון די קינדער פֿון דָן, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:39 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט דָן, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט. /1:40 פֿון די קינדער פֿון אָשר, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:41 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט אָשר, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /1:42 די קינדער פֿון נפֿתָּלי, זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, נאָך דער צאָל פֿון נעמען, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – /1:43 זײערע געצײלטע, פֿון שבֿט נפֿתָּלי, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /1:44 דאָס זײַנען די געצײלטע װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט, און די פֿירשטן פֿון ישׂראל; צװעלף מאַן, צו אײן מאַן פֿון זײַן פֿאָטערהױז זײַנען זײ געװען. /1:45 און אַלע געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – אין ישׂראל, זײַנען געװען /1:46 אַלע געצײלטע זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. /1:47 אָבער די לוִיִים לױט זײער פֿאָטערשטאַם זײַנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן זײ. /1:48 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /1:49 דעם שבֿט לֵוִי אָבער זאָלסטו ניט צײלן, און זײער צאָל זאָלסטו ניט אױפֿנעמען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /1:50 נאָר דו שטעל די לוִיִים איבער דעם מִשכּן פֿון געזעץ, און איבער אַלע זײַנע כּלים, און איבער אַלץ װאָס געהערט צו אים; זײ זאָלן טראָגן דעם מִשכּן, און אַלע זײַנע כּלים, און זײ זאָלן אים באַדינען; און רונד אַרום דעם מִשכּן זאָלן זײ לאַגערן. /1:51 און בײַם ציִען פֿון מִשכּן זאָלן אים די לוִיִים אַראָפּנעמען, און בײַם רוען פֿון מִשכּן זאָלן אים די לוִיִים אױפֿשטעלן, און דער פֿרעמדער װאָס גענענט זאָל געטײט װערן. /1:52 און די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן לאַגערן איטלעכער אין זײַן לאַגער, און איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט זײערע מחנות. /1:53 און די לוִיִים זאָלן לאַגערן רונד אַרום דעם מִשכּן פֿון געזעץ, כּדי עס זאָל ניט זײַן אַ צאָרן אױף דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. און די לוִיִים זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם מִשכּן פֿון געזעץ. /1:54 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן זײ געטאָן. /2:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /2:2 איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט די צײכנס פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, זאָלן לאַגערן די קינדער פֿון ישׂראל; אַקעגנאיבער רונד אַרום דעם אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ לאַגערן. /2:3 און די װאָס לאַגערן אין מזרח צו זונאױפֿגאַנג זאָלן זײַן: די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון יהודה לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהודה, נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן, /2:4 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט. /2:5 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט יִשׂשָׂכָר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשכָר, נתַנאֵל דעם זון פֿון צוֹעַרן, /2:6 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט; /2:7 שבֿט זבֿולון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען, /2:8 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /2:9 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון יהודה: הונדערט און אַכציק טױזנט און זעקס טױזנט און פֿיר הונדערט, לױט זײערע מחנות. זײ זאָלן ציִען צוערשט. /2:10 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן זאָל זײַן צו דָרום, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן, /2:11 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /2:12 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט שמעון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין, /2:13 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט; /2:14 און שבֿט גָד, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דעם זון פֿון רְעואֵלן, /2:15 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק. /2:16 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, הונדערט טױזנט און אײן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט און פֿופֿציק, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די צװײטע. /2:17 און דער אוֹהל-מוֹעד, דער לאַגער פֿון די לוִיִים, זאָל ציִען אין מיטן פֿון די לאַגערן; אַזױ װי זײ רוען, אַזױ זאָלן זײ ציִען; איטלעכער אױף זײַן אָרט לױט זײערע פֿאָנעס. /2:18 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים לױט זײער מחנות זאָל זײַן צו מערבֿ, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן, /2:19 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /2:20 און לעבן אים שבֿט מנשה, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנשה, גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן, /2:21 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט; /2:22 און שבֿט בנימין, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דעם זון פֿון גִדעוֹנין, /2:23 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט. /2:24 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים, הונדערט טױזנט און אַכט טױזנט און הונדערט, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די דריטע. /2:25 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון דָן זאָל זײַן צו צפֿון, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעזר דעם זון פֿון עַמישַדָין, /2:26 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט. /2:27 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט אָשר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען, /2:28 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט; /2:29 און שבֿט נפֿתָּלי, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען, /2:30 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /2:31 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון דָן, הונדערט טױזנט און זיבן און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. זײ זאָלן ציִען צולעצט לױט זײערע פֿאָנעס. /2:32 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער; אַלע געצײלטע פֿון די לאַגערן, לױט זײערע מחנות, זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. /2:33 אָבער די לוִיִים זײַנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /2:34 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן; אַזױ האָבן זײ גערוט לױט זײערע פֿאָנעס, און אַזױ האָבן זײ געצױגן, איטלעכער לױט זײַנע משפּחות, בײַ זײַן פֿאָטערהױז. /3:1 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון אַהרֹנען און פֿון משהן, װען {dn גאָט} האָט גערעדט מיט משהן אױפֿן באַרג סינַי. /3:2 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון אַהרנס זין: דער בכָור נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. /3:3 דאָס זײַנען די נעמען פֿון אַהרנס זין, די געזאַלבטע כֹּהנים װאָס מע האָט דערפֿילט זײער האַנט צו טאָן די כּהונה. /3:4 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן פֿאַר {dn גאָט} װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר {dn גאָט}, אין מדבר סינַי, און קײן קינדער האָבן זײ ניט געהאַט; און אֶלעָזָר און איתָמָר זײַנען געװאָרן כֹּהנים לעבן זײער פֿאָטער אַהרֹנען. /3:5 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /3:6 מאַך גענענען דעם שבֿט לֵוִי, און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און זײ זאָלן אים באַדינען. /3:7 און זײ זאָלן היטן זײַן היטונג און די היטונג פֿון דער גאַנצער עדה פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, צו דינען דעם דינסט פֿון מִשכּן. /3:8 און זײ זאָלן היטן אַלע כּלים פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צו דינען דעם דינסט פֿון מִשכּן. /3:9 זאָלסט געבן די לוִיִים צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין; אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו אים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /3:10 און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו באַפֿעלן, זײ זאָלן היטן זײער כּהונה, און דער פֿרעמדער װאָס גענענט זאָל געטײט װערן. /3:11 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /3:12 און איך, זע, האָב גענומען די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל אָנשטאָט איטלעכן בכָור װאָס עפֿנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. /3:13 װאָָרום צו מיר געהערט איטלעכער בכָור; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן איטלעכן בכָור אין לאַנד מִצרַיִם האָב איך געהײליקט צו מיר איטלעכן בכָור אין ישׂראל, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה. צו מיר זאָלן זײ געהערן: איך בין {dn יהוה}. /3:14 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אַזױ צו זאָגן: /3:15 צײל די קינדער פֿון לֵוִי לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות; איטלעכן מאַנספּאַרשױן פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער זאָלסטו זײ צײלן. /3:16 און משה האָט זײ געצײלט לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי ער איז באַפֿױלן געװאָרן. /3:17 און דאָס זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין מיט זײערע נעמען: גֵרשוֹן, און קהָת, און מרָרי. /3:18 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די זין פֿון גֵרשוֹנען לױט זײערע משפּחות: לִבֿני, און שִמעִי. /3:19 און די זין פֿון קהָתן לױט זײערע משפּחות: עַמרָם, און יצהָר, חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. /3:20 און די זין פֿון מרָרין לױט זײערע משפּחות: מַחלי, און מושֵי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. /3:21 פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די לִבֿנים, און די משפּחה פֿון די שִמעִים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די גֵרשונים. /3:22 זײערע געצײלטע לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער – זײערע געצײלטע זײַנען געװען זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. /3:23 די משפּחות פֿון די גֵרשונים האָבן געלאַגערט הינטער דעם מִשכּן צו מערבֿ. /3:24 און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די גֵרשונים איז געװען אֶליָסָף דער זון פֿון לָאֵלן. /3:25 און די היטונג פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן בײַם אוֹהל-מוֹעד איז געװען דער מִשכּן, און דאָס געצעלט, זײַן צודעק, און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, /3:26 און די אַרומהאַנגען פֿון דעם הױף, און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם מִשכּן און דעם מזבח, און זײַנע שטריק, מיט אַלע זײַנע צובאַהער. /3:27 און פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די עַמרָמים, און די משפּחה פֿון די יִצהָרים, און די משפּחה פֿון די חבֿרוֹנים, און די משפּחה פֿון די עוזיאֵלים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קהָתים: /3:28 לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער, אַכט טױזנט און זעקס הונדערט װאָס היטן די היטונג פֿון הײליקטום. /3:29 די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת האָבן געלאַגערט בײַן זײַט פֿון מִשכּן, צו דָרום. /3:30 און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים איז געװען אֶליצָפֿן דער זון פֿון עוזיאֵלן. /3:31 און זײער היטונג איז געװען דער אָרון, און דער טיש, און די מנוֹרה, און די מזבחות, און די הײליקע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ, און דער פֿאָרהאַנג, און אַלע זײַנע צובאַהער. /3:32 און דער פֿירשט איבער די פֿירשטן פֿון די לוִיִים איז געװען אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, דער אױפֿזעער איבער די װאָס היטן די היטונג פֿון דעם הײליקטום. /3:33 פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מַחלים, און די משפּחה פֿון די מושים; דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מרָרי. /3:34 און זײערע געצײלטע לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער זײַנען געװען זעקס טױזנט און צװײ הונדערט. /3:35 און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די משפּחות פֿון מרָרי איז געװען צוריאֵל דער זון פֿון אַבֿיחילן. זײ האָבן געלאַגערט בײן זײַט פֿון מִשכּן צו צפֿון. /3:36 און די געשטעלטע היטונג פֿון די קינדער פֿון מרָרי איז געװען: די ברעטער פֿון מִשכּן, און זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און אַלע זײַנע כּלים, און אַלע זײַנע צובאַהער; /3:37 און די זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, און זײערע שװעלן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע שטריק. /3:38 און די װאָס האָבן געלאַגערט פֿאַר דעם מִשכּן צו מזרח, פֿאַר דעם אוֹהל-מוֹעד צו זונאױפֿגאַנג, זײַנען געװען משה, און אַהרן און זײַנע זין, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון הײליקטום, פֿאַר דער היטונג פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; און דער פֿרעמדער װאָס גענענט, האָט געזאָלט געטײט װערן. /3:39 אַלע געצײלטע פֿון די לוִיִים, װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, נאָך זײערע משפּחות, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער, צװײ און צװאַנציק טױזנט. /3:40 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: צײל אַלע ערשטגעבאָרענע מאַנספּאַרשױנען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער, און נעם אױף די צאָל פֿון זײערע נעמען. /3:41 און זאָלסט נעמען פֿאַר מיר, {dn גאָט}, די לוִיִים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און די בהמות פֿון די לוִיִים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די בהמות פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /3:42 און משה האָט איבערגעצײלט, אַזױ װי {dn גאָט} האָט אים באַפֿױלן, אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /3:43 און אַלע ערשטגעבאָרענע מאַנספּאַרשױנען, לױט דער צאָל פֿון נעמען, פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער, נאָך זײערע געצײלטע, זײַנען געװען צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט און דרײַ און זיבעציק. /3:44 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /3:45 נעם די לוִיִים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און די בהמות פֿון די לוִיִים אָנשטאָט זײערע בהמות, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר, {dn גאָט}. /3:46 און צום אױסלײז פֿאַר די צװײ הונדערט און דרײַ און זיבעציק פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס קומען אױס מער פֿון די לוִיִים, /3:47 זאָלסטו נעמען צו פֿינף, צו פֿינף שֶקל פֿון אַ קאָפּ; אױפֿן הײליקן שֶקל זאָלסטו עס נעמען, צװאַנציק גֵרָה דער שֶקל. /3:48 און זאָלסט געבן דאָס געלט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין: דעם אױסלײז פֿאַר די װאָס קומען אױס מער צװישן זײ. /3:49 האָט משה גענומען דאָס אױסלײזגעלט פֿון די װאָס זײַנען אױסגעקומען מער װי די װאָס זײַנען אױסגעלײזט געװאָרן דורך די לוִיִים; /3:50 פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט ער גענומען דאָס געלט: טױזנט און דרײַ הונדערט און פֿינף און זעכציק, אױפֿן הײליקן שֶקל. /3:51 און משה האָט געגעבן דאָס אױסלײזגעלט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי {dn גאָט} האָט משהן באַפֿױלן. /4:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /4:2 נעם אױף די צאָל פֿון די קינדער פֿון קהָת פֿון צװישן די קינדער פֿון לֵוִי, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, /4:3 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. /4:4 דאָס איז דער דינסט פֿון די קינדער פֿון קהָת אין אוֹהל-מוֹעד אַרום די הײליקסטע הײליקײטן: /4:5 אַהרן און זײַנע זין זאָלן קומען בײַם ציִען פֿון לאַגער, און זײ זאָלן אַראָפּנעמען דעם פּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און צודעקן דערמיט דעם אָרון פֿון געזעץ. /4:6 און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן דערױף אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַריבערשפּרײטן פֿון אױבֿן אַ טוך פֿון לױטער בלאָער װאָל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. /4:7 און אױף דעם טיש פֿון אָנגעזיכט זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַרױפֿטאָן דערױף די שיסלען, און די שאָלן, און די קאַנען, און די בעכערס פֿאַר גיסונג; און דאָס שטענדיקע ברױט זאָל בלײַבן דערױף. /4:8 און זײ זאָלן פֿאַרשפּרײטן אױף זײ אַ טוך פֿון װערמילרױט, און דאָס אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. /4:9 און זײ זאָלן נעמען אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַריבערדעקן די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע רערלעך, און אירע צװענגלעך, און אירע אַשפֿענדלעך, און אַלע אירע אײלגעפֿעסן װאָס מע באַדינט זי מיט זײ. /4:10 און זײ זאָלן אַרײַנטאָן זי און אַלע אירע כּלים אין אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג. /4:11 און אױף דעם גילדערנעם מזבח זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אים אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. /4:12 און זײ זאָלן נעמען אַלע כּלים פֿון דינסט װאָס מע דינט מיט זײ אין הײליקטום, און זײ אַרײַנטאָן אין אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און זײ אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג. /4:13 און זײ זאָלן אָפּרײניקן די אַש פֿון מזבח, און פֿאַרשפּרײַטן אױף אים אַ טוך פֿון פּורפּל. /4:14 און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן אױף אים אַלע זײַנע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ אױף אים, די פֿײַערפֿאַנען, די גאָפּלען, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס – אַלע כּלים פֿון מזבח; און זײ זאָלן אַריבערשפּרײטן אױף אים אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען. /4:15 און אַז אַהרן און זײַנע זין האָבן געענדיקט צודעקן דאָס הײליקע, און אַלע הײליקע כּלים, בײַם ציִען פֿון לאַגער, זאָלן דערנאָך קומען די קינדער פֿון קהָת, זײ צו טראָגן; אָבער זײ זאָלן זיך ניט אָנרירן אָן דעם הײליקן, װאָרום זײ װעלן שטאַרבן. דאָס איז װאָס די קינדער פֿון קהָת דאַרפֿן טראָגן פֿון אוֹהל-מוֹעד. /4:16 און די אױפֿזעונג פֿון אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָל זײַן איבער דעם אײל פֿאַר לײַכטונג, און דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם אײל פֿון זאַלבונג; די אױפֿזעונג איבער דעם גאַנצן מִשכּן מיט אַלץ װאָס אין אים, סײַ דאָס הײליקטום, און סײַ זײַנע כּלים. /4:17 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /4:18 איר זאָלט ניט לאָזן פֿאַרשניטן װערן דעם שבֿט פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, פֿון צװישן די לוִיִים; /4:19 נײַערט אַזױ טוט מיט זײ, כּדי זײ זאָלן לעבן און ניט שטאַרבן, װען זײ גענענען צו די הײליקסטע הײליקײטן: אַהרן און זײַנע זין זאָלן אַרײַנגײן, און זײ שטעלן יעטװעדער אײנעם אױף זײַן דינסט, און בײַ זײַן משׂא. /4:20 און זײ זאָלן ניט אַרײַנגײן זען װי מע צענעמט דאָס הײליקטום, און שטאַרבן. נָשׂא /4:21 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /4:22 נעם אױף די צאָל אױך פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות. /4:23 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס קומט דינען אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. /4:24 דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די גֵרשונים בײַם אַרבעטן און בײַם טראָגן: /4:25 זײ זאָלן טראָגן די פֿאָרהאַנגען פֿון מִשכּן, און דעם אוֹהל-מוֹעד, זײַן צודעק, און דעם צודעק פֿון תַּחש-פֿעל װאָס אױבֿן איבער אים, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד: /4:26 און די אַרומהאַנגען פֿון הױף, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון טױער פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם מִשכּן און דעם מזבח, און זײערע שטריק, און אַלע זײערע אַרבעטגעצײַג; און אַלץ װאָס דאַרף דערמיט געטאָן װערן זאָלן זײ טאָן. /4:27 לױט דעם מױל פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין זאָל געשען דער גאַנצער דינסט פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים, אין אַל זײער טראָגן, און אין אַל זײער דינסט; און איר זאָלט איבערגעבן אין זײער היטונג אַלץ װאָס זײ דאַרפֿן טראָגן. /4:28 דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים אין אוֹהל-מוֹעד; און זײער היטוגן זאָל זײַן אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. /4:29 די קינדער פֿון מרָרי, זײ אױך זאָלסטו צײלן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. /4:30 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט צו טאָן די אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד. /4:31 און דאָס איז װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן, לױט זײער גאַנצן דינסט אין אוֹהל-מוֹעד: די ברעטער פֿון מִשכּן, און זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; /4:32 און די זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, און זײערע שװעלן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע שטריק – אַלע זײערע זאַכן, און אַלע זײערע צובאַהער. און מיט די נעמען זאָלט איר אױסצײלן די זאַכן װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן. /4:33 דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, לױט אַל זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. /4:34 און משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן געצײלט די קינדער פֿון די קהָתים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, /4:35 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. /4:36 און זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען צװײ טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק. /4:37 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} דורך משהן. /4:38 און די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, /4:39 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד. /4:40 זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק. /4:41 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}. /4:42 און די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, /4:43 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד /4:44 זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען דרײַ טױזנט און צװײ הונדערט. /4:45 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} דורך משהן. /4:46 אַלע געצײלטע װאָס משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון ישׂראל האָבן געצײלט פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, /4:47 פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז געקומען דינען דעם דינסט פֿון אַרבעט, און דעם דיסנט פֿון טראָגן, אין אוֹהל-מוֹעד. /4:48 זײערע געצײלטע זײַנען געװען אַכט טױזנט און פֿינף הונדערט און אַכציק. /4:49 לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} דורך משהן האָט מען זײ געשטעלט יעטװעדער מאַן אױף זײַן דינסט און אױף זײַן משׂא. אַזױ איז געװען זײער צײלונג װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /5:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:/5:2 באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן אַרױסשיקן פֿון לאַגער איטלעכן מצורע, און איטלעכן פֿלוסיקן, און איטלעכן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן לײַב. /5:3 סײַ אַ זכר סײַ אַ נקבֿה זאָלט איר אַרױסשיקן, אױסן לאַגער זאָלט איר זײ אַרױסשיקן, כּדי זײ זאָלן ניט פֿאַראומרײניקן זײערע לאַגערן װאָס איך רו צװישן זײ. /5:4 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אַזױ געטאָן, און זײ האָבן זײ אַרױסגעשיקט אױסן לאַגער; אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געטאָן. /5:5 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /5:6 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל: אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז זײ װעלן באַגײן עפּעס אַ מענטשלעכע זינד, צו פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן {dn גאָט}, און יענע זעל װעט זיך פֿאַרשולדיקן, /5:7 זאָלן זײ זיך מתװדה זײַן אױף זײערע זינד װאָס זײ האָבן באַגאַנגען; און ער זאָל אומקערן דעם קרן פֿון זײַן פֿאַרשולדיקונג, און צאָלײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און אָפּגעבן צו דעם קעגן װעמען ער האָט זיך פֿאַרשולדיקט. /5:8 און אַז דער מאַן האָט ניט קײן קרובֿ, װעמען אומצוקערן דאָס פֿאַרשולדיקטע, זאָל דאָס פֿאַרשולדיקטע װאָס דאַרף אומגעקערט װערן, געהערן צו {dn גאָט}, צום כֹּהן; אַחוץ דעם װידער פֿון פֿאַרגעבונג, װאָס דערמיט זאָל מען מכפּר זײַן אױף אים. /5:9 און יעטװעדער אָפּשײדונג, פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ װעלן ברענגען צום כֹּהן, זאָל געהערן צו אים. /5:10 און די געהײליקטע זאַכן פֿון איטלעכן זאָלן געהערן צו אים: װאָס עמיצער װעט געבן צום כֹּהן, זאָל געהערן צו אים. /5:11 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /5:12 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַז עמיצן אײנעמס װײַב װעט אַראָפּ פֿון װעג, און װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן אים, /5:13 און אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון איר מאַן, װײַל זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן פֿאַרבאָרגענערהײט, און קײן עדות אַקעגן איר איז ניטאָ, און זי איז ניט געכאַפּט געװאָרן; /5:14 און אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, װען זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; אָדער אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, און זי איז ניט פֿאַראומרײניקט געװאָרן; /5:15 זאָל דער מאַן ברענגען זײַן װײַב צום כֹּהן, און ברענגען איר קרבן מיט איר, אַ צענטל אֵיפֿה גערשטענע מעל; ער זאָל ניט אַרױפֿגיסן דערױף אײל, און ניט אַרױפֿטאָן דערױף װײַרױך, װאָרום אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט איז דאָס, אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דערמאָנונג, װאָס דערמאָנט אַ זינד. /5:16 און דער כֹּהן זאָל זי מאַכן גענענען, און זי אַװעקשטעלן פֿאַר {dn גאָט}. /5:17 און דער כֹּהן זאָל נעמען הײליקע װאַסער אין אַ לײמענער כּלי, און פֿון דעם שטױב פֿאָס איז אױפֿן באָדעם פֿון מִשכּן זאָל דער כֹּהן נעמען, און אַרײַנטאָן אין דעם װאַסער. /5:18 און דער כֹּהן זאָל שטעלן די פֿרױ פֿאַר {dn גאָט}, און צעשױבערן דעם קאָפּ פֿון דער פֿרױ, און געבן אױף אירע האַנטפֿלעכן דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון דערמאָנונג, דאָס איז דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט; און אין דעם כֹּהנס האַנט זאָל זײַן דאָס דאָזיקע װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן. /5:19 און דער כֹּהן זאָל זי באַשװערן, און זאָגן צו דער פֿרױ: אױב קײן מאַן איז ניט געלעגן מיט דיר, און אױב דו ביסט ניט אַראָפּ פֿון װעג אין אומרײנקײט הינטער דײַן מאַן, בלײַב אומגעשאַט פֿון דעם דאָזיקן װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן. /5:20 אױב אָבער דו ביסט אַראָפּ פֿון װעג הינטער דײַן מאַן, און אױב דו ביסט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און אַ מאַן איז געלעגן מיט דיר אַחוץ דײַן מאַן – /5:21 און דער כֹּהן זאָל באַשװערן די פֿרױ מיט אַ שבֿועה פֿון אַ קללה, און דער כֹּהן זאָל זאָגן צו דער פֿרױ – זאָל דיך {dn גאָט} מאַכן פֿאַר אַ קללה און פֿאַר אַ שבֿועה צװישן דײַן פֿאָלק, אַז {dn גאָט} װעט מאַכן אַװעקפֿאַלן דײַן דיך, און געשװעלן דײַן בױך; /5:22 און דאָס דאָזיקע װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן זאָל אַרײַן אין דײַנע אינגעװײד, צו מאַכן געשװעלן דעם בױך, און מאַכן אַװעקפֿאַלן דעם דיך; און די פֿרױ זאָל זאָגן: אָמן! אָמן! /5:23 און דער כֹּהן זאָל אױפֿשרײַבן די דאָזיקע קללות אױף אַ מגילה, און אָפּמעקן אין דעם װאַסער פֿון ביטערניש. /5:24 און ער זאָל געבן טרינקען דער פֿרױ דאָס װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן, און דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן װעט אַרײַן אין איר פֿאַר אַ ביטערניש. /5:25 און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דער פֿרױס האַנט דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט, און אױפֿהײבן דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}, און עס גענענען צום מזבח. /5:26 און דער כֹּהן זאָל אָננעמען אַ הױפֿן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער – זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און דערנאָך זאָל ער געבן טרינקען דער פֿרױ דאָס װאַסער. /5:27 און אַז ער װעט איר געבן טרינקען דאָס װאַסער, איז, אױב זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און האָט געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן איר מאַן, װעט דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן, אַרײַן אין איר פֿאַר אַ ביטערניש, און איר בױך װעט געשװאָלן װערן, און איר דיך װעט אַװעקפֿאַלן; און די פֿרױ װעט װערן פֿאַר אַ קללה צװישן איר פֿאָלק. /5:28 אױב אָבער די פֿרױ איז ניט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און זי איז רײן, װעט זי בלײַבן אומגעשאַט, און װעט אַנטפֿאַנגען זאָמען. /5:29 דאָס איז דער זין פֿון אײפֿערזוכט: אַז אַ װײַב װעט אַראָפּגײן פֿון װעג הינטער איר מאַן, און װעט פֿאַראומרײניקט װערן, /5:30 אָדער אַז אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אַ מאַן, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, זאָל ער שטעלן די װײַב פֿאַר {dn גאָט}, און דער כֹּהן זאָל טאָן צו איר דעם דאָזיקן דין. /5:31 און דער מאַן װעט זײַן רײן פֿון זינד, און יענע פֿרױ װעט טראָגן איר זינד. /6:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /6:2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װעט קלאָר אַ נדר טאָן דעם נדר פֿון אַ נזיר, זיך אָפּצושײדן צו {dn גאָט}, /6:3 זאָל ער פֿון װײַן און שטאַרקן געטראַנק זיך אָפּהאַלטן; עסיק פֿון װײַן און עסיק פֿון שטאַרקן געטראַנק זאָל ער ניט טרינקען, און קײן זאַפֿט פֿון טרױבן זאָל ער ניט טרינקען; און טרױבן פֿרישע אָדער געטריקנטע זאָל ער ניט עסן. /6:4 אַלע טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט זאָל ער פֿון אַלץ װאָס װערט געמאַכט פֿון װײַנשטאָק, פֿון קערנדלעך ביז אַ שאָלעכץ ניט עסן. /6:5 אַלע טעג פֿון זײַן נדר פֿון נזירשאַפֿט זאָל אַ גאָלמעסער ניט אַריבערגײן איבער זײַן קאָפּ; ביז עס װערן פֿול די טעג װאָס ער װעט זיך אָפּשײדן צו {dn גאָט}, זאָל ער זײַן הײליק: לאָזן װאַקסן װילד די האָר פֿון זײַן קאָפּ. /6:6 אַלע טעג װאָס ער שײדט זיך אָפּ צו {dn גאָט}, זאָל ער צו דעם לײַב פֿון אַ טױטן ניט צוגײן. /6:7 אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער, אָן זײַן ברודער און אָן זײַן שװעסטער, אַפֿילו אָן זײ זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן, אַז זײ שטאַרבן, װאָרום די נזירשאַפֿט פֿון זײַן {dn גאָט} איז אױף זײַן קאָפּ. /6:8 אַלע טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט איז ער הײליק צו {dn גאָט}. /6:9 און אַז עמיצער װעט שטאַרבן לעבן אים פּלוצלינג אומגעריכט, און װעט פֿאַראומרײניקן זײַן נזיר-קאָפּ, זאָל ער אָפּגאָלן זײַן קאָפּ אין דעם טאָג װאָס ער װערט רײן: אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ער אים אָפּגאָלן. /6:10 און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער ברענגען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /6:11 און דער כֹּהן זאָל מאַכן אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און מכפּר זײַן אױף אים פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט אָן דעם טױטן; און ער זאָל הײליקן זײַן קאָפּ אין יענעם טאָג. /6:12 און ער זאָל זיך אָפּשײדן צו {dn גאָט} די טעג פֿון זײַן נזיר-שאַפֿט, און ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, און די פֿריערדיקע טעג זאָלן אָפּפֿאַלן, װאָרום זײַן נזירשאַפֿט איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן. /6:13 און דאָס איז דער דין פֿון אַ נזיר: אין דעם טאָג װאָס די טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט װערן פֿול, זאָל מען אים ברענגען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; /6:14 און ער זאָל גענענען זײַן קרבן צו {dn גאָט}, אײן שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער פֿאַר א בראַנדאָפּפֿער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, /6:15 און אַ קאָרב אומגעזײַערטן ברױט, חלות פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער. /6:16 און דער כֹּהן זאָל עס גענענען פֿאַר {dn גאָט}, און מאַכן זײַן זינדאָפּפֿער און זײַן בראַנדאָפּפֿער. /6:17 און דעם װידער זאָל ער מאַכן אַ פֿרידאָפּפֿער צו {dn גאָט}, מיט דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; און דער כֹּהן זאָל מאַכן זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. /6:18 און דער נזיר זאָל אָפּגאָלן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זײַן נזיר-קאָפּ, און נעמען די האָר פֿון זײַן נזיר-קאָפּ, און אַרױפֿטאָן אױף דעם פֿײַער װאָס אונטערן פֿרידאָפּפֿער. /6:19 און דער כֹּהן זאָל נעמען די שולטער, אַ געקאָכטע, פֿון דעם װידער, און אײן אומגעזײַערטע חלה פֿון דעם קאָרב, און אײן אומגעזײַערטן קוכן, און אַרױפֿטאָן אױף דעם נזירס הענט, נאָך דעם װי ער האָט זיך אָפּגעגאָלט זײַנע נזיר-האָר. /6:20 און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר {dn גאָט}; דאָס איז הײליק צום כֹּהן, מיט דער ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און מיט דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג. און דערנאָך מעג דער נזיר טרינקען װײַן. /6:21 דאָס איז דער דין פֿון דעם נזיר װאָס טוט אַ נדר, װעגן זײַן קרבן צו {dn גאָט} פֿאַר זײַן נזירשאַפֿט, אַחוץ װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נאָך צוצוגעבן ; אַזױ װי זײַן נדר װאָס ער װעט אַ נדר טאָן, אַזױ מוז ער טאָן, לױט דעם דין פֿון זײַן נזירשאַפֿט. /6:22 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:/6:23 רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר בענטשן די קינדער פֿון ישׂראל; זאָגט צו זײ: /6:24 {dn גאָט} זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן! /6:25 {dn גאָט} זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן! /6:26 {dn גאָט} זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום! /6:27 און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן מײַן נאָמען אױף די קינדער פֿון ישׂראל, און איך װעל זײ בענטשן. /7:1 און עס איז געװען, אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט אױפֿשטעלן דעם מִשכּן, און האָט אים געזאַלבט, און אים געהײליקט מיט אַלע זײַנע כּלים, און דעם מזבח מיט אַלע זײַנע כּלים – אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט, /7:2 האָבן גענענט די פֿירשטן פֿון ישׂראל, די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – זײ, די פֿירשטן פֿון די שבֿטים, זײ װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער צײלונג; /7:3 און זײ האָבן געבראַכט זײער קרבן פֿאַר {dn גאָט}, זעקס צוגעדעקטע װעגן, און צװעלף רינדער: אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן, און אַן אָקס פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום מִשכּן. /7:4 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /7:5 נעם צו פֿון זײ, און עס זאָל זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו די לוִיִים, איטלעכן לױט זײַן דינסט. /7:6 האָט משה גענומען די װעגן און די רינדער, און האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים. /7:7 צװײ װעגן און פֿיר רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון גֵרשוֹן, לױט זײער דינסט. /7:8 און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון מרָרי, לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. /7:9 אָבער צו די קינדער פֿון קהָת האָט ער גאָרנישט געגעבן, װאָרום דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ; אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן. /7:10 און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנײַונג פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט זײער קרבן פֿאַר דעם מזבח. /7:11 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: צו אײן פֿירשט אַ טאָג, צו אײן פֿירשט אַ טאָג, זאָלן זײ ברענגען זײער קרבן פֿאַר דער באַנײַאונג פֿון מזבח. /7:12 און דער װאָס האָט געבראַכט זײַן קרבן דעם ערשטן טאָג איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן, פֿון שבֿט יהודה. /7:13 און זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:14 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:15 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:16 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:17 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן. /7:18 אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נתַנאֵל דער זון פֿון צוֹעַרן, דער פֿירשט פֿון יִשׂשָׂכָר. /7:19 ער האָט געבראַכט פֿאַר זײַן קרבן אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:20 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:21 אײן יונגן אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:22 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:23 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון נתַנאֵל דעם זון פֿון צוֹעַרן. /7:24 אױפֿן דריטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חלוֹנען. /7:25 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמֵשט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:26 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:27 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:28 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:29 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חלונען. /7:30 אױפֿן פֿירטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. /7:31 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:32 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:33 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:34 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:35 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן. /7:36 אױפֿן פֿינפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. /7:37 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער: /7:38 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:39 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:40 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:41 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין. /7:42 אױפֿן זעקסטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. /7:43 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:44 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:45 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:46 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:47 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליָסָף דעם זון פֿון דְעואֵלן. /7:48 אױפֿן זיבעטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. /7:49 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:50 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:51 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:52 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:53 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן. /7:54 אױפֿן אַכטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנשה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. /7:55 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:56 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:57 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:58 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:59 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן. /7:60 אױפֿן נײַנטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גִדעוֹנין. /7:61 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:62 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:63 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:64 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:65 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַבֿידָן דעם זון פֿון גִדעוֹנין. /7:66 אױפֿן צענטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעזר דער זון פֿון עַמישַדָין. /7:67 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:68 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:69 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:70 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:71 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַחיעזר דעם זון פֿון עַמישַדָין. /7:72 אױפֿן עלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. /7:73 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:74 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:76 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:77 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען. /7:78 אױפֿן צװעלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. /7:79 זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; /7:80 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך; /7:81 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; /7:82 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; /7:83 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען. /7:84 דאָס איז געװען די באַנײַאונג פֿון דעם מזבח, אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן, פֿון די פֿירשטן פֿון ישׂראל: צװעלף זילבערנע שיסלען, צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס, צװעלף גילדערנע שאָלן; /7:85 איטלעכע שיסל הונדערט און דרײַסיק שֶקל זילבער, און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער פֿון די כּלים, צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל. /7:86 צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װײַרױך, צו צען, צו צען שֶקל אַ שאָל, אױפֿן הײליקן שֶקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן, הונדערט און צװאַנציק. /7:87 אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער: צװעלף אָקסן; װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף, מיט זײער שפּײַזאָפּפֿער, און ציגנבעק צװעלף, פֿאַר זינדאָפּפֿער. /7:88 און אַלע רינדער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער: פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק, בעק זעכציק, שעפּסן יאָריקע זעכציק. דאָס איז געװען די באַנײַאונג פֿון דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן. /7:89 און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי {dn גאָט} זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קָול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון געזעץ, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים. בהַעֲלוֹתְךֳ /8:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /8:2 רעד צו אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים: אַז דו צינדסט אָן די ליכט זאָלן די זיבן רערלעך לײַכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה. /8:3 און אַהרן האָט אַזױ געטאָן: ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה, אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /8:4 און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון דער מנוֹרה: געהאַמערט פֿון גאָלד; ביז אױף איר פֿוסגעשטעל, ביז אױף אירע בלומען, איז זי געװען געהאַמערט; אַזױ װי די זעונג װאָס {dn גאָט} האָט באַװיזן משהן, אַזױ האָט ער געמאַכט די מנוֹרה. /8:5 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /8:6 נעם די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זײ רײניקן. /8:7 און אַזױ זאָלסטו טאָן צו זײ, זײ צו רײניקן: שפּריץ אױף זײ װאַסער פֿון רײניקונג, און זײ זאָלן אַריבערפֿירן אַ גאָלמעסער איבער זײער גאַנצן לײַב, און װאַשן זײערע קלײדער, און זיך רײניקן. /8:8 און זײ זאָלן נעמען אַ יונגען אָקס, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער דערצו פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; און אַ צװײטן יונגן אָקס זאָלסטו נעמען פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. /8:9 און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט אײַנזאַמלען די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /8:10 און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַר {dn גאָט}, און די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף די לוִיִים. /8:11 און אַהרן זאָל אױפֿהײבן די לוִיִים אַן אױפֿהײבונג פֿאַר {dn גאָט} פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי זײ זאָלן זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון {dn גאָט}. /8:12 און די לוִיִים זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון די אָקסן; און מאַך אײנעם אַ זינדאָפּפֿער און אײנעם אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}, מכפּר צו זײַן אױף די לוִיִים. /8:13 און זאָלסט שטעלן די לוִיִים פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג צו {dn גאָט}. /8:14 און זאָלסט אָפּשײדן די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. /8:15 און דערנאָך זאָלן קומען די לוִיִים צו באַדינען דעם אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט זײ רײניקן, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג. /8:16 װאָרום אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו מיר פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; אָנשטאָט איטלעכן װאָס עפֿנט דעם טראַכט, איטלעכן בכָור פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָב איך זײ גענומען פֿאַר מיר. /8:17 װאָרום צו מיר געהערט איטלעכער בכָור צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן אַלע בכוֹרים אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך זײ געהײליקט צו מיר. /8:18 און איך האָב גענומען די לוִיִים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /8:19 און איך האָב געגעבן די לוִיִים אָפּגעגעבענע צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, צו דינען דעם דינסט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין אוֹהל-מוֹעד, און מכפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי עס זאָל ניט זײַן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל אַ פּלאָג, אַז די קינדער פֿון ישׂראל װעלן גענענען צום הײליקטום. /8:20 און משה און אַהרן און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן צו די לוִיִים; אַזױ װי אַלץ װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל צו זײ געטאָן. /8:21 און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און האָבן געװאַשן זײערע קלײדער; און אַהרן האָט זײ אױפֿגעהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר {dn גאָט}, און אַהרן האָט מכפּר געװען אױף זײ, כּדי זײ צו רײניקן. /8:22 און דערנאָך זײַנען געקומען די לוִיִים צו דינען זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער אַהרֹנען און אונטער זײַנע זין; אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן זײ צו זײ געטאָן. /8:23 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /8:24 דאָס איז װעגן די לוִיִים: פֿון פֿינף און צװאַנציק יאָר אַלט און העכער זאָל ער קומען צו דינען דעם דינסט בײַ דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד. /8:25 און נאָך פֿופֿציק יאָר אַלט זאָל ער זיך אומקערן פֿון דעם אַרבעטדינסט, און מער ניט דינען. /8:26 נאָר ער זאָל אונטערהעלפֿן זײַנע ברידער אין אוֹהל-מוֹעד צו היטן די היטונג, אָבער קײן דינסט זאָל ער מער ניט דינען. אַזױ זאָלסטו טאָן מיט די לוִיִים אין זײערע היטונגען. /9:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין ערשטן חוֹדש, אַזױ צו זאָגן: /9:2 די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן מאַכן דעם קָרבן-פּסח אין זײַן געשטעלטער צײַט. /9:3 אין פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש קעגן אָװנט, אין זײַן געשטעלטער צײַט זאָלט איר אים מאַכן; לױט אַלע זײַנע דינים און לױט אַלע זײַנע געזעצן זאָלט איר אים מאַכן. /9:4 האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, צו מאַכן דעם קָרבן-פּסח. /9:5 און זײ האָבן געמאַכט דעם קָרבן-פּסח אין ערשטן חוֹדש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש קעגן אָװנט, אין מדבר סינַי; אַזױ װי אַל װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געטאָן. /9:6 אָבער עס זײַנען געװען מענער װאָס זײַנען געװען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, און זײ האָבן ניט געקענט מאַכן דעם קָרבן-פּסח אין יענעם טאָג; האָבן זײ גענענט פֿאַר משהן און פֿאַר אַהרֹנען אין יענעם טאָג. /9:7 און יענע מענער האָבן צו אים געזאָגט: מיר זײַנען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן; פֿאַר װאָס זאָלן מיר געמינערט װערן, ניט מקריבֿ צו זײַן דעם קרבן פֿון {dn גאָט} אין זײַן געשטעלטער צײַט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל? /9:8 האָט משה געזאָגט צו זײ: האַרט, און איך װעל הערן װאָס {dn גאָט} װעט באַפֿעלן װעגן אײַך. /9:9 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /9:10 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער אײנער פֿון אײַך, אָדער פֿון אײַערע קומעדיקע דוֹרות װעט זײַן אומרײן פֿון אַ טױטן לײַב, אָדער זײַן אין אַ װײַטן װעג, זאָל ער פֿון דעסטװעגן מאַכן אַ קָרבן-פּסח צו {dn גאָט}. /9:11 אין צװײטן חוֹדש, אין פֿערצנטן טאָג, קעגן אָװנט זאָלן זײ אים מאַכן; מיט מצות און ביטערע קרײַטעכער זאָלן זײ אים עסן. /9:12 זײ זאָלן ניט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און אַ בײן זאָלן זײ ניט צעברעכן אין אים; לױט דעם גאַנצן דין פֿון קָרבן-פּסח זאָלן זײ אים מאַכן. /9:13 אָבער דער מאַן װאָס איז רײן, און אין װעג איז ער ניט, און ער פֿאַרמײַדט זיך צו מאַכן דעם קָרבן-פּסח, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק; װײַל ער האָט דעם קרבן פֿון {dn גאָט} ניט מקריבֿ געװען אין זײַן געשטעלטער צײַט, זאָל יענער מאַן טראָגן זײַן זינד. /9:14 און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט מאַכן אַ קָרבן-פּסח צו {dn גאָט}, איז, אַזױ װי דער דין פֿון קָרבן-פּסח און אַזױ װי זײַן געזעץ, אַזױ זאָל ער טאָן; אײן דין זאָל זײַן בײַ אײַך אי פֿאַר דעם פֿרעמדן, אי פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם פֿון לאַנד. /9:15 און אין דעם טאָג װאָס מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מִשכּן, האָט דער װאָלקן צוגעדעקט דעם מִשכּן, דאָס געצעלט פֿון געזעץ; און אין אָװנט פֿלעגט זײַן איבערן מִשכּן אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, ביז אין דער פֿרי. /9:16 אַזױ פֿלעגט זײַן תּמיד: דער װאָלקן פֿלעגט אים צודעקן, און דאָס אױסזען פֿון פֿײַער בײַ נאַכט. /9:17 און װעדליק דער װאָלקן פֿלעגט זיך אױפֿהײבן פֿון איבערן געצעלט, אַזױ פֿלעגן דערנאָך ציִען די קינדער פֿון ישׂראל; און אין דעם אָרט װאָס דער װאָלקן פֿלעגט דאָרטן רוען, דאָרטן פֿלעגן לאַגערן די קינדער פֿון ישׂראל. /9:18 לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן ציִען די קינדער פֿון ישׂראל, און לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן זײ לאַגערן; כּל-זמן דער װאָלקן פֿלעגט רוען אױפֿן משכּן, פֿלעגן זײ לאַגערן. /9:19 און אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מִשכּן פֿיל טעג, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהיט די היטונג פֿון {dn גאָט}, און פֿלעגן ניט ציִען. /9:20 און אַ מאָל פֿלעגט דער װאָלקן זײַן געצײלטע טעג אױפֿן מִשכּן; לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן זײ ציִען. /9:21 און אַ מאָל פֿלעגט זײַן דער װאָלקן פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן אין דער פֿרי, אַזױ האָבן זײ געצױגן; אָדער אַ טאָג מיט אַ נאַכט, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן, אַזױ האָבן זײ געצױגן. /9:22 צי צװײ טעג, צי אַ חוֹדש, צי אַ יאָר – אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מִשכּן צו רוען אױף אים, פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל לאַגערן און ניט ציִען, און װי ער האָט זיך אױפֿגעהױבן, פֿלעגן זײ ציִען. /9:23 לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} פֿלעגן זײ ציִען; זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון {dn גאָט}, לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} דורך משהן. /10:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /10:2 מאַך דיר צװײ זילבערנע טרומײטן; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן; און זײ זאָלן דיר זײַן פֿאַר צונױפֿרופֿן די עדה, און פֿאַר מאַכן ציִען די לאַגערן. /10:3 און אַז מע װעט בלאָזן אין זײ, זאָל זיך צונױפֿקומען צו דיר די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /10:4 און אױב מע װעט בלאָזן אין אײנעם, זאָלן זיך צונױפֿקומען צו דיר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל. /10:5 און אַז איר װעט בלאָזן אַ שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו מזרח. /10:6 און אַז איר װעט בלאָזן אַ צװײטן שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו דָרום; אַ שאַלרוף זאָל מען בלאָזן פֿאַר זײערע ציִונגען. /10:7 אָבער בײַם אײַנזאַמלען די אײַנזאַמלונג זאָלט איר בלאָזן, אָבער ניט אַרױסלאָזן אַ שאַלרוף. /10:8 און אַהרנס זין, די כֹּהנים, זאָלן בלאָזן אין די טרומײטן; און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ אױף אײַערע דָור-דורות. /10:9 און אַז איר װעט גײן אױף מלחמה אין אײַער לאַנד אַקעגן דעם שׂוֹנא װאָס דריקט אײַך, זאָלט איר שאַלן אין די טרומײטן, און איר װעט דערמאָנט װערן פֿאַר {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, און װעט געהאָלפֿן װערן פֿון אײַערע פֿײַנט. /10:10 און אין אײַער טאָג פֿון שׂמחה, און אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, און אין אײַערע רֹאש-חוֹדשן, זאָלט איר בלאָזן אין די טרומײטן אױף אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אױף אײַערע פֿרידאָפּפֿער; און זײ װעלן אײַך זײַן צו אַ דערמאָנונג פֿאַר אײַער {dn גאָט}; איך בין {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}. /10:11 און עס איז געװען אין צװײטן יאָר, אין צװײטן חוֹדש, אין צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש, האָט זיך אױפֿגעהױבן דער װאָלקן פֿון איבערן מִשכּן פֿון געזעץ. /10:12 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן אױף זײערע ציִונגען פֿון מדבר סינַי; און דער װאָלקן האָט גערוט אין מדבר פּאָרָן. /10:13 אַזױ האָבן זײ געצױגן צום ערשטן מאָל לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} דורך משהן. /10:14 און צוערשט האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון יהודה, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן. /10:15 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוֹעַרן. /10:16 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חלונען. /10:17 און אַז דער מִשכּן איז פֿאַנאַנדערגענומען געװאָרן, האָבן געצױגן די קינדער פֿון גֵרשוֹן, און די קינדער פֿון מרָרי, די טרעגער פֿון דעם מִשכּן. /10:18 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן, /10:19 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. /10:20 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. /10:21 און עס האָבן געצױגן די קהָתים, די טרעגער פֿון די הײליקע זאַכן; און מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מִשכּן אײדער זײ זײַנען געקומען. /10:22 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. /10:23 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. /10:24 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גִדעוֹנין. /10:25 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון דָן, די הינטערװאַך פֿון אַלע לאַגערן לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן לאַגער איז געװען אַחיעזר דער זון פֿון עַמישַדָין. /10:26 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. /10:27 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. /10:28 דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע מחנות; אַזױ האָבן זײ געצױגן. /10:29 און משה האָט געזאָגט צו חוֹבֿבֿ דעם זון פֿון רְעואֵל דעם מִדיָני, משהס שװער: מיר ציִען צו דעם אָרט װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט: איך װעל אים געבן צו אײַך; קום מיט אונדז, און מיר װעלן דיך באַגיטיקן, װאָרום {dn גאָט} האָט צוגעזאָגט גוטס פֿאַר ישׂראל. /10:30 האָט ער צו אים געזאָגט: איך װעל ניט גײן; נײַערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם װעל איך גײן. /10:31 האָט ער געזאָגט: זאָלסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן, איך בעט דיך; דערפֿאַר װײַל דו װײסט װוּ מיר קענען לאַגערן אין מדבר, און װעסט אונדז זײַן פֿאַר אױגן. /10:32 און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט גײן מיט אונדז, איז, פֿון דעם גוטס װאָס {dn גאָט} װעט אונדז באַגיטיקן, װעלן מיר דיך באַגיטיקן. /10:33 און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון {dn גאָט} דרײַ טעג װעגס, און דער אָרון פֿון גאָטס בונד האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דרײַ טעג װעגס, אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט. /10:34 און דער װאָלקן פֿון {dn גאָט} איז געװען איבער זײ בײַ טאָג, װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער. /10:35 און עס איז געװען, אַז דער אָרון האָט געצױגן, האָט משה געזאָגט: שטײ אױף, {dn גאָט}, און זאָלן צעשפּרײט װערן דײַנע פֿײַנט, און זאָלן אַנטלױפֿן דײַנע שָׂונאים פֿאַר דיר! /10:36 און אַז ער האָט גערוט, האָט ער געזאָגט: קער אײַן, {dn גאָט}, צו די צענטױזנטן פֿון די משפּחות פֿון ישׂראל! /11:1 און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַקלאָגט אױף שלעכטס אין די אױערן פֿון {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט געהערט, און זײַן צאָרן האָט געגרימט, און אַ פֿײַער פֿון {dn גאָט} האָט געברענט צװישן זײ, און האָט פֿאַרצערט בײַם עק לאַגער. /11:2 האָט דאָס פֿאָלק געשריען צו משהן, און משה האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, און דאָס פֿײַער האָט זיך געזעצט. /11:3 און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט תַּבֿעֵרָה, װײַל אַ פֿײַער פֿון {dn גאָט} האָט געברענט צװישן זײ. /11:4 און די צונױפֿגעלאָפֿענע װאָס צװישן זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג; און אױך די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געװײנט, און זײ האָבן געזאָגט: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! /11:5 מיר געדענקען די פֿיש װאָס מיר פֿלעגן עסן אין מִצרַיִם אומזיסט, די פּלוצערן, און די קירבעס, און דאָס גרינס, און די ציבעלעס, און די קנאָבל. /11:6 און אַצונד איז אונדזער זעל פֿאַרטריקנט; ניטאָ קײן זאַך; בלױז אױפֿן מַן זײַנען אונדזערע אױגן. /11:7 און דער מַן איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, און זײַן אָנבליק אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בדוֹלַך. /11:8 דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און האָט עס אױפֿגעקליבן, און געמאָלן אין אַ האַנטמיל, אָדער געשטױסן אין אַ שטײסל, און געקאָכט אין אַ טאָפּ, אָדער געמאַכט דערפֿון קוכנס און דער טעם דערפֿון איז געװען װי דער טעם פֿון אַן אײלקיכל. /11:9 און װי דער טױ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן לאַגער בײַ נאַכט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דערױף דער מַן. /11:10 און משה האָט געהערט דאָס פֿאָלק װײנען משפּחות-װײַז, איטלעכער פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט זײער געגרימט, און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון משהן. /11:11 און משה האָט געזאָגט צו {dn גאָט}: פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דײַן קנעכט, און פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען אומחן אין דײַנע אױגן, אַרױפֿצולײגן אױף מיר די לאַסט פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק? /11:12 האָב איך דען געטראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צי איך האָב עס געבאָרן, װאָס דו זאָגסט צו מיר: טראָג עס אין דײַן בוזעם, אַזױ װי אַ דערציער טראָגט אַ זױגעדיקן, צו דעם לאַנד װאָס דו האָסט צוגעשװאָרן זײערע עלטערן? /11:13 פֿון װאַנען האָב איך פֿלײש, צו געבן דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײ װײנען אױף מיר, אַזױ צו זאָגן: גיב אונדז פֿלײש, מיר זאָלן עסן? /11:14 איך אַלײן קען ניט טראָגן דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, װאָרום עס איז צו שװער פֿאַר מיר. /11:15 און אױב דו טוסט אַזױ צו מיר, הרגען הרגע מיך, איך בעט דיך, אױב איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, און לאָמיך ניט זען מײַן אומגליק. /11:16 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: זאַמל מיר אײַן זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, די װאָס דו װײסט אַז זײ זײַנען די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און זאָלסט זײ נעמען צום אוֹהל-מוֹעד, און זײ זאָלן זיך דאָרטן שטעלן מיט דיר. /11:17 און איך װעל אַראָפּנידערן, און װעל דאָרטן רעדן מיט דיר, און װעל אָפּשײדן פֿון דעם גײַסט װאָס אױף דיר, און אַרױפֿטאָן אױף זײ, און זײ װעלן מיטטראָגן מיט דיר די לאַסט פֿון פֿאָלק, און װעסט ניט דאַרפֿן טראָגן דו אַלײן. /11:18 און צום פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: ברײט אײַך אָן אױף מאָרגן, און איר װעט עסן פֿלײש; װײַל איר האָט געװײנט אין די אױערן פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש! װאָרום אונדז איז געװען װויל אין מִצרַיִם; דרום װעט אײַך {dn גאָט} געבן פֿלײש, און איר װעט עסן. /11:19 ניט אײן טאָג װעט איר עסן, און ניט צװײ טעג, און ניט פֿינף טעג, און ניט צען טעג, און ניט צװאַנציק טעג; /11:20 ביז אַ חוֹדש צײַט, ביז װאַנען עס װעט אײַך קערן פֿון דער נאָז, און װעט אײַך זײַן צום עקל; דערפֿאַר װאָס איר האָט פֿאַראַכט {dn גאָט} װאָס איז צװישן אײַך, און האָט געװײנט פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: נאָך װאָס גאָר זײַנען מיר אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם? /11:21 האָט משה געזאָגט: זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער איז דאָס פֿאָלק װאָס איך בין צװישן אים, און דו זאָגסט: איך װעל זײ געבן פֿלײש, און זײ װעלן עסן אַ חוֹדש צײַט. /11:22 װען שאָף און רינדער זאָלן געשאָכטן װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? /11:23 אַז אַלע פֿישן פֿון ים זאָלן אײַנגעזאַמלט װערן פֿאַר זײ, װעט זײ דען קלעקן? האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: איז די האַנט פֿון {dn גאָט} קורץ? אַצונד װעסטו זען, אױב מײַן װאָרט װעט דיר געשען אָדער ניט. /11:24 איז משה אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צום פֿאָלק די װערטער פֿון {dn גאָט}; און ער האָט אײַנגעזאַמלט זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און זײ געשטעלט רונד אַרום געצעלט. /11:25 און {dn גאָט} האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן, און האָט גערעדט צו אים, און האָט גענומען פֿון דעם גײַסט װאָס אױף אים, און געגעבן אױף די זיבעציק מאַן, די עלטסטע. און עס איז געװען, װי דער גײַסט האָט אױף זײ גערוט, אַזױ האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט; אָבער ניט מער. /11:26 און צװײ מענער זײַנען איבערגעבליבן אין לאַגער, דער נאָמען פֿון אײנעם אֶלדָד, און דער נאָמען פֿון צװײטן מֵידָד; האָט אױף זײ אױך גערוט דער גײַסט – און זײ זײַנען געװען צװישן די פֿאַרשריבענע, אָבער זײ זײַנען ניט אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט – און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט אין לאַגער. /11:27 איז געלאָפֿן דער יונג, און האָט דערצײלט משהן, און געזאָגט: אֶלדָד און מֵידָד זאָגן נבֿיאות אין לאַגער. /11:28 האָט זיך אָפּגערופֿן יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, משהס באַדינער פֿון זײַן יוגנט אָן, און האָט געזאָגט: מײַן האַר משה, האַלט זײ צוריק. /11:29 האָט משה צו אים געזאָגט: נעמסטו זיך אָן פֿאַר מיר? הלװאַי זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון {dn גאָט} זײַן נבֿיאים, אַז {dn גאָט} זאָל געבן זײַן גײַסט אױף זײ! /11:30 און משה איז צוריק אַרײַן אין לאַגער, ער און די עלטסטע פֿון ישׂראל. /11:31 און אַ װינט האָט אַרױסגעצױגן פֿון {dn גאָט}, און האָט געבראַכט צופֿליִען װאַכטלפֿױגלען פֿון ים, און האָט זײ צעװאָרפֿן לעבן לאַגער אַרום אַ טאָג װעגס פֿון אײן זײַט, און אַרום אַ טאָג װעגס פֿון דער אַנדער זײַט, רונד אַרום לאַגער, און אַרום צװײ אײלן איבערן געזיכט פֿון דער ערד. /11:32 און דאָס פֿאָלק איז אױפֿגעשטאַנען יענעם גאַנצן טאָג, און די גאַנצע נאַכט, און דעם גאַנצן מאָרגעדיקן טאָג, און זײ האָבן אױפֿגעקליבן די װאַכטלפֿױגלען; דער װאָס האָט צומינדסט געקליבן האָט אױפֿגעקליבן צען הױפֿנס; און זײ האָבן זײ זיך אױסגעשפּרײט רונד אַרום לאַגער. /11:33 דאָס פֿלײש איז נאָך געװען צװישן זײערע צײנער, אײדער עס איז צעקײַט געװאָרן, אַזױ האָט דער צאָרן פֿון {dn גאָט} געגרימט אױפֿן פֿאָלק, און {dn גאָט} האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זײער אַ גרױסן שלאַק. /11:34 און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, װײַל דאָרטן האָט מען באַגראָבן דאָס פֿאָלק װאָס האָט געגלוסט. /11:35 פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה האָט דאָס פֿאָלק געצױגן קײן חצֵרוֹת; און זײ זײַנען געבליבן אין חצֵרוֹת. /12:1 און מרים און אַהרן האָבן גערעדט אױף משהן פֿון װעגן דער כּושישער װײַב װאָס ער האָט גענומען; װאָרום ער האָט גענומען אַ כּושישע װײַב. /12:2 און זײ האָבן געזאָגט: צי בלױז נאָר מיט משהן האָט {dn גאָט} גערעדט? האָט ער ניט אױך מיט אונדז גערעדט? און {dn גאָט} האָט געהערט. /12:3 און דער מאַן משה איז געװען זײער אַן עָנָו, מער פֿון אַלע מענטשן װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. /12:4 האָט {dn גאָט} פּלוצלינג געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו מרימען: גײט איר דרײַ אַרױס צום אוֹהל-מוֹעד. זײַנען זײ דרײַ אַרױסגעגאַנגען. /12:5 און {dn גאָט} האָט אַראָפּגענידערט אין אַ װאָלקנזײַל, און האָט זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און האָט גערופֿן אַהרֹנען און מרימען. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען. /12:6 און ער האָט געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו מײַנע װערטער: אַז אַ נבֿיא איז דאָ בײַ אײַך, טו איך, {dn גאָט}, אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ חלום רעד איך מיט אים. /12:7 ניט אַזױ איז מײַן קנעכט משה; אין מײַן גאַנצן הױז איז ער באַגלױבט. /12:8 מױל צו מױל רעד איך מיט אים, און באַשײנפּערלעך און ניט מיט רעטענישן, און די געשטאַלט פֿון {dn גאָט} קוקט ער אָן. און װי אַזױ האָט איר ניט מוֹרא געהאַט צו רעדן אױף מײַן קנעכט, אױף משהן? /12:9 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט אױף זײ; און ער איז אַװעקגעגאַנגען. /12:10 און װי דער װאָלקן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון איבערן געצעלט, ערשט מרים איז מצוֹרע װײַס װי שנײ. און אַהרן האָט זיך אומגעקערט צו מרימען, ערשט זי איז מצוֹרע. /12:11 האָט אַהרן געזאָגט צו משהן: איך בעט דיך, מײַן האַר, זאָלסט ניט אַרױפֿטאָן אױף אונדז אַ זינד, װאָס מיר האָבן זיך באַנאַרישט און װאָס מיר האָבן געזינדיקט. /12:12 זאָל זי, איך בעט דיך, ניט זײַן אַזױ װי אַ טױטגעבאָרענער װאָס זײַן פֿלײש איז האַלב צעגעסן װען ער גײט אַרױס פֿון זײַן מוטערס טראַכט. /12:13 און משה האָט געשריִען צו {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: {dn גאָט}, איך בעט דיך, הײל זי, איך בעט דיך. /12:14 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: אַז איר פֿאָטער װאָלט איר אין פּנים געשפּיגן, װאָלט זי זיך ניט געשעמט זיבן טעג? זאָל זי זײַן אײַנגעשלאָסן זיבן טעג אױסן לאַגער, און דערנאָך זאָל זי אַרײַנגענומען װערן. /12:15 איז מרים געװען אײַנגעשלאָסן אױסן לאַגער זיבן טעג; און דאָס פֿאָלק האָט ניט געצױגן ביז מרים איז אַרײַנגענומען געװאָרן. /12:16 און דערנאָך האָט דאָס פֿאָלק געצױגן פֿון חצֵרוֹת, און זײ האָבן גערוט אין מדבר פּאָרָן. שְלַח /13:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /13:2 שיק דיר מענטשן, זײ זאָלן אױסקוקן דאָס לאַנד כּנַעַן, װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל; צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿאַר זײַן פֿאָטערשטאַם זאָלט איר שיקן; איטלעכער אַ פֿירשט צװישן זײ. /13:3 און משה האָט זײ געשיקט פֿון מדבר פּאָרָן לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}; זײ אַלע זײַנען געװען מענטשן הױפּטלײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /13:4 און דאָס זײַנען זײערע נעמען: פֿאַר שבֿט ראובֿן, שַמועַ דער זון פֿון זַכּורן. /13:5 פֿאַר שבֿט שמעון, שָפֿט דער זון פֿון חוֹרין. /13:6 פֿאַר שבֿט יהודה, כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן. /13:7 פֿאַר שבֿט יִשׂשָׂכָר, יִגְאָל דער זון פֿון יוֹספֿן. /13:8 פֿאַר שבֿט אפֿרים, הוֹשֵעַ דער זון פֿון נון. /13:9 פֿאַר שבֿט בנימין, פּלטי דער זון פֿון רָפֿואן. /13:10 פֿאַר שבֿט זבֿולון, גַדיאֵל דער זון פֿון סוֹדין. /13:11 פֿאַר שבֿט יוֹסף: פֿאַר שבֿט מנשה, גַדי דער זון פֿון סוסין. /13:12 פֿאַר שבֿט דָן, עַמיאֵל דער זון פֿון גמַלין. /13:13 פֿאַר שבֿט אָשר, סתור דער זון פֿון מיכָאֵלן. /13:14 פֿאַר שבֿט נפֿתָּלי, נַחבי דער זון פֿון וָפֿסין. /13:15 פֿאַר שבֿט גָד, גְאואֵל דער זון פֿון מָכין. /13:16 דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד. און משה האָט גערופֿן הוֹשֵעַ דעם זון פֿון נון, יהוֹשועַ. /13:17 און משה האָט זײ געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד כּנַעַן, און האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַרױף אַהין קײן דָרום, און גײט אַרױף אין דעם געבערג. /13:18 און איר זאָלט אָנקוקן דאָס לאַנד, װאָס דאָס איז, און דאָס פֿאָלק װאָס זיצט דערױף, אױב ער איז שטאַרק אָדער שװאַך, אױב ער איז װינציק אָדער פֿיל; /13:19 און װי איז דאָס לאַנד װאָס ער זיצט דרינען, אױב עס איז גוט אָדער שלעכט, און װי זײַנען די שטעט װאָס ער זיצט אין זײ, אין לאַגערן אָדער אין פֿעסטונגען; /13:20 און װי איז די ערד, איז זי פֿעט אָדער מאָגער, איז דאָ אױף איר געהילץ אָדער ניט. און איר זאָלט אײַך שטאַרקן, און ברענגען פֿון דער פֿרוכט פֿון לאַנד. – און די טעג זײַנען געװען די טעג פֿון ערשטע װײַנטרױבן. /13:21 זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד פֿון מדבר צִן ביז רחוֹבֿ, װי מע קומט קײן חמָת. /13:22 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן דָרום, און זײַנען געקומען ביז חבֿרוֹן; און דאָרטן זײַנען געװען אַחימָן, שֵשַי, און תַּלמַי, קינדער פֿון עַנָק. – און חֶבֿרוֹן איז געבױט געװאָרן זיבן יאָר פֿאַר צוֹעַן אין מִצרַיִם. – /13:23 און זײ זײַנען געקומען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן אָפּגעשניטן פֿון דאָרטן אַ צװײַג מיט אײן הענגל װײַנטרױבן, און האָבן עס געטראָגן אױף אַ שטאַנג זאַלבעצװײט; אױך פֿון די מילגרױמען און פֿון די פֿײַגן האָבן זײ גענומען . – /13:24 יענעם אָרט האָט מען גערופֿן דער טאָל אֶשכּוֹל פֿון װעגן דעם הענגל װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אָפּגעשניטן פֿון דאָרטן. – /13:25 און זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון אױסקוקן דאָס לאַנד צום סָוף פֿון פֿערציק טעג. /13:26 און זײ זײַנען געגאַנגען און געקומען צו משהן און צו אַהרֹנען, און צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אין מדבר פּאָרָן קײן קָדֵש; און זײ האָבן געבראַכט אַן ענטפֿער צו זײ און צו דער גאַנצער עדה, און האָבן זײ געװיזן די פֿרוכט פֿון לאַנד. /13:27 און זײ האָבן אים דערצײלט, און געזאָגט: מיר זײַנען געקומען אין דעם לאַנד װוּהין דו האָסט אונדז געשיקט, און עס פֿליסט אױך מיט מילך און האָניק; און דאָס איז איר פֿרוכט. /13:28 אָבער שטאַרק איז דאָס פֿאָלק װאָס זיצט אין לאַנד, און די שטעט זײַנען באַפֿעסטיקטע, גרױסע ביז גאָר, און אױך די קינדער פֿון עַנָק האָבן מיר דאָרטן געזען. /13:29 עַמָלֵק זיצט אין דָרום-לאַנד, און דער חִתּי, און דער יבֿוסי, און דער אֶמוֹרי, זיצן אין דעם געבערג, און דער כּנַעֲני זיצט בײַם ים און בײַם ברעג יַרדן. /13:30 האָט כָּלֵבֿ אײַנגעשטילט דאָס פֿאָלק אַקעגן משהן, און ער האָט געזאָגט: אַרױפֿגײן װעלן מיר אַרױפֿגײן, און מיר װעלן עס אַרבן, װאָרום בײַקומען װעלן מיר עס בײַקומען. /13:31 אָבער די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, האָבן געזאָגט: מיר קענען ניט אַרױפֿגײן קעגן דעם פֿאָלק, װאָרום ער איז שטאַרקער פֿון אונדז. /13:32 און זײ האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שלעכטן קלאַנג אױף דעם לאַנד װאָס זײ האָבן עס אױסגעקוקט, בײַ די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך דעם, כּדי עס אױסצוקוקן, דאָס איז אַ לאַנד װאָס עסט אױף אירע באַװוינער, און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס מיר האָבן געזען דרינען, זײַנען מענטשן פֿון גרױסן װוּקס. /13:33 און דאָרטן האָבן מיר געזען די נפֿילים, די זין פֿון עַנָק װאָס פֿון די נפֿילים; און מיר זײַנען געװען װי הײשעריקן אין אונדזערע אױגן, און אַזױ זײַנען מיר געװען אין זײערע אױגן. /14:1 האָט די גאַנצע עדה אױפֿגעהױבן און אַרױסגעלאָזט זײער קָול; און דאָס פֿאָלק האָט געװײנט אין יענער נאַכט. /14:2 און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן געמורמלט אױף משהן און אױף אַהרֹנען, און די גאַנצע עדה האָט צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן אין לאַנד מִצרַיִם, אָדער הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן אין דעם דאָזיקן מדבר! /14:3 און נאָך װאָס ברענגט אונדז {dn גאָט} אין דעם דאָזיקן לאַנד, צו פֿאַלן דורכן שװערד, אונדזערע װײַבער און אונדזערע קלײנע קינדער זאָלן װערן צו רױב? איז ניט בעסער פֿאַר אונדז זיך אומצוקערן קײן מִצרַיִם? /14:4 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: לאָמיר מאַכן אַ הױפּטמאַן, און זיך אומקערן קײן מִצרַיִם. /14:5 זײַנען משה און אַהרן געפֿאַלן אױף זײער פּנים פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /14:6 און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, פֿון די װאָס האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד, האָבן צעריסן זײערע קלײדער, /14:7 און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד, װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך דעם, כּדי עס אױסצוקוקן, דאָס לאַנד איז זײער זײער גוט. /14:8 אױב {dn גאָט} באַגערט אונדז, װעט ער אונדז ברענגען אין דעם דאָזיקן לאַנד, און װעט עס אונדז געבן – אַ לאַנד װאָס זי פֿליסט מיט מילך און האָניק. /14:9 איר זאָלט נאָר ניט װידערשפּעניקן אָן {dn גאָט}, און ניט מוֹרא האָבן פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָרום אונדזער ברױט זײַנען זײ; זײער שאָטן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ, און {dn גאָט} איז מיט אונדז; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ. /14:10 האָט די גאַנצע עדה געזאָגט, מע זאָל זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער; אָבער די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט זיך באַװיזן אין אוֹהל-מוֹעד צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל. /14:11 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט דאָס דאָזיקע פֿאָלק מיך לעסטערן? און ביז װאַנען װעלן זײ ניט גלױבן אין מיר, בײַ אַלדי צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן אים? /14:12 איך װעל אים שלאָגן מיט פּעסט, און װעל אים אױסראָטן, און װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק גרעסער און מאַכטיקער פֿון אים. /14:13 האָט משה געזאָגט צו {dn גאָט}: אַז די מִצרים װעלן הערן – װאָרום דו האָסט דאָך אױפֿגעבראַכט מיט דײַן שטאַרקײט דאָס דאָזיקע פֿאָלק פֿון צװישן זײ – /14:14 װעלן זײ זאָגן צו די באַװוינער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, װאָס האָבן געהערט אַז דו, {dn יהוה}, ביסט צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק; װאָרום אױג אין אױג ביסט דו, {dn יהוה}, געזען געװאָרן, און דײַן װאָלקן שטײט איבער זײ, און אין אַ װאָלקנזײַל גײסטו זײ פֿאַרױס בײַ טאָג, און אין אַ פֿײַערזײַל בײַ נאַכט – /14:15 איז, אַז דו װעסט טײטן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אַזױ װי אײן מאַן, אַזױ װעלן זאָגן די אומות װאָס האָבן געהערט דײַן הערונג, אַזױ צו זאָגן: /14:16 װײַל {dn יהוה} איז ניט ביכוֹלת צו ברענגען דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ צוגעשװאָרן, האָט ער זײ אױסגעשאָכטן אין מדבר. /14:17 דרום זאָל אַצונד גרױס זײַן, איך בעט דיך, דער כּוֹח פֿון {dn גאָט} לױט װי דו האָסט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: /14:18 {dn גאָט} איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד, ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן, נאָר שענקען שענקט ער ניט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור. /14:19 פֿאַרגיב, איך בעט דיך, די זינד פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן חסד, און אַזױ װי דו האָסט פֿאַרגעבן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿון מִצרַיִם און ביז אַהער. /14:20 האָט {dn גאָט} געזאָגט: איך האָב פֿאַרגעבן אַזױ װי דײַן װאָרט. /14:21 אָבער אַזױ װי איך לעב, און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} איז פֿול די גאַנצע ערד, /14:22 אַז די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזען מײַן פּראַכט און מײַנע צײכנס, װאָס איך האָב באַװיזן אין מִצרַיִם און אין מדבר, און פֿון דעסטװעגן האָבן זײ מיך געפּרוּװט שױן צען מאָל, און ניט צוגעהערט צו מײַן קָול, /14:23 אױב זײ װעלן זען דאָס לאַנד, װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן! יאָ, אַלע װאָס האָבן מיך געלעסטערט, װעלן עס ניט אָנזען. /14:24 נאָר מײַן קנעכט כָּלֵבֿ, װײַל אין אים איז געװען אַן אַנדער גײַסט, און ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך מיר, אים װעל איך ברענגען אין דעם לאַנד, װאָס ער איז אַהין געגאַנגען, און צו זײַן זאָמען װעט ער עס לאָזן בירושה. /14:25 דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני זיצן אין טאָל; מאָרגן קערט אײַך אום, און ציט אײַך צום מדבר אױפֿן װעג צום ים-סוף. /14:26 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /14:27 ביז װאַנען נאָך לאָזן די דאָזיקע בײזע עדה װאָס מורמלען אַקעגן מיר? איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ מורמלען אַקעגן מיר. /14:28 זאָג צו זײ: אַזױ װי איך לעב, זאָגט {dn גאָט}, אױב ניט װי איר האָט גערעדט אין מײַנע אױערן, אַזױ װעל איך טאָן צו אײַך! /14:29 אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן פֿאַלן אײַערע פּגרים, און אַלע אײַערע געצײלטע, לױט אײַער גאַנצער צאָל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, װײַל איר האָט געמורמלט אַקעגן מיר. /14:30 איר װעט ניט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט אײַך צו מאַכן רוען דרינען, אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון. /14:31 און אײַערע קלײנע קינדער װאָס איר האָט געזאָגט, זײ װעלן זײַן צו רױב, זײ װעל איך ברענגען אַהין, און זײ װעלן דערקענען דאָס לאַנד, װאָס איר האָט פֿאַראַכט. אָבער איר – אײַערע פּגרים װעלן פֿאַלן אין דעם דאָזיקן מדבר. /14:32 און אײַערע קינדער װעלן אומװאַנדערן אין מדבר פֿערציק יאָר, און װעלן לײַדן פֿאַר אײַערע אָפּקערונגען, ביז אײַערע פּגרים װעלן פֿאַרלענדט װערן אין מדבר. /14:34 לױט דער צאָל פֿון די טעג װאָס איר האָט אױסגעקוקט דאָס לאַנד – פֿערציק טעג, פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר, פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר, װעט איר טראָגן אײַערע זינד, פֿערציק יאָר; און איר װעט דערשפּירן מײַן אומגענאָד. /14:35 איך, {dn יהוה}, האָב גערעדט; אױב איך װעל דאָס ניט טאָן צו דער דאָזיקער גאַנצער בײזער עדה, װאָס האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן מיר! אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן, און דאָ װעלן זײ שטאַרבן. /14:36 און די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד, און זײ זײַנען צוריקגעקומען און האָבן געמאַכט מורמלען אַקעגן אים די גאַנצע עדה, מיט אַרױסלאָזן אַ שלעכטן קלאַנג אױפֿן לאַנד – /14:37 די מענטשן װאָס האָבן אַרױסגעלאָזט דעם שלעכטן קלאַנג אױפֿן לאַנד, זײַנען געשטאָרבן אין אַ מגפֿה פֿאַר {dn גאָט}. /14:38 נאָר יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, זײַנען געבליבן לעבן פֿון יענע מענטשן, װאָס זײַנען געגאַנגען אױסקוקן דאָס לאַנד. /14:39 און משה האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און דאָס פֿאָלק האָט זײער געטרױערט. /14:40 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג, אַזױ צו זאָגן: אָט זײַנען מיר, און מיר װעלן אַרױפֿגײן צו דעם אָרט װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט; װאָרום מיר האָבן געזינדיקט. /14:41 האָט משה געזאָגט: נאָך װאָס דען טרעט איר איבער דעם באַפֿעל פֿון {dn גאָט}, אַז דאָס װעט ניט באַגֿליקן? /14:42 איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן, אַז {dn גאָט} איז ניט צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט ניט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פֿײַנט. /14:43 װאָרום דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני זײַנען דאָרטן פֿאַר אײַך, און איר װעט פֿאַלן דורכן שװערד; װאָרום אַזױ װי איר האָט אײַך אָפּגעקערט פֿון הינטער {dn גאָט}, װעט {dn גאָט} ניט זײַן מיט אײַך. /14:44 אָבער זײ האָבן זיך דערװעגט אַרױפֿצוגײן אױפֿן שפּיץ באַרג; נאָר דער אָרון פֿון גאָטס בונד און משה האָבן זיך ניט גערירט פֿון לאַגער. /14:45 און דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני, װאָס זײַנען געזעסן אױף יענעם באַרג, האָבן אַראָפּגענידערט, און האָבן זײ געשלאָגן און זײ צעקלאַפּט ביז חרמָה. /15:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /15:2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קועמן אין דעם לאַנד פֿון אײַער באַזעצונג װאָס איך גיב אײַך, /15:3 און איר װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו {dn גאָט}, אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער װי אַ פֿרײַװיליקע גאָב, אָדער אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, כּדי צו מאַכן אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, /15:4 זאָל דער װאָס ברענגט זײַן קרבן צו {dn גאָט}, ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אַ פֿערטל הין אײל; /15:5 און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ פֿערטל הין, זאָלסטו מאַכן מיטן בראַנדאָפּפֿער אָדער צום שלאַכטאָפּפֿער, פֿאַר איטלעכן שעפּס. /15:6 אױב צו אַ װידער, זאָלסטו מאַכן אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ דריטל הין; און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ דריטל הין, /15:7 זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. /15:8 און אַז דו װעסט מאַכן אַ יונג רינד פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו {dn גאָט}, /15:9 זאָל מען ברענגען מיטן יונגן רינד אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ האַלבן הין; /15:10 און װײַן זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער אַ האַלבן הין, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. /15:11 אַזױ זאָל געטאָן װערן צו איטלעכן אָקס, אָדער צו איטלעכן װידער, אָדער צו אַ לאַם פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן. /15:12 װי נאָך דער צאָל װאָס איר װעט מאַכן; אַזױ זאָלט איר טאָן צו איטלעכן, לױט זײער צאָל. /15:13 יעטװעדער אײַנגעבאָרענער זאָל אַזױ מאַכן די דאָזיקע, בײַם ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. /15:14 און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, אָדער װער נאָר עס װעט זײַן צװישן אײַך, אין אײַערע דָור-דורות, און ער װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}, זאָל ער טאָן אַזױ װי איר טוט. /15:15 קהל! אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף, אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דָור-דורות; װי איר, אַזױ זאָל זײַן דער פֿרעמדער פֿאַר {dn גאָט}. /15:16 אײן תּוֹרה און אײן דין זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך. /15:17 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /15:18 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט אין דעם לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, /15:19 איז, אַז איר עסט פֿון דעם ברױט פֿון לאַנד, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדוגן צו {dn גאָט}. /15:20 דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר אָפּשײדן אַ כלה פֿאַר אַן אָפּשײדונג; װי די אָפּשײדוגן פֿון שײַער, אַזױ זאָלט איר עס אָפּשײדן. /15:21 פֿון דעם ערשטן פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צו {dn גאָט} אױף אײַערע דָור-דורות. /15:22 און אַז איר װעט פֿאַרזען, און איר װעט ניט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט װאָס {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט משהן, /15:23 אַלץ װאָס {dn גאָט} האָט אײַך באַפֿױלן דורך משהן, פֿון דעם טאָג װאָס {dn גאָט} האָט עס באַפֿױלן און װײַטער, אױף אײַערע דָור-דורות, /15:24 איז, אױב עס איז, פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון דער עדה, געטאָן געװאָרן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל די גאַנצע עדה מאַכן אײן יונגן אָקס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}, מיט זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער, אַזױ װי דער דין; און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. /15:25 און דער כֹּהן זאָל מכפּר זײַן אױף דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן, װײַל אַ פֿאַרזע איז דאָס, און זײ האָבן געבראַכט זײער קרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו {dn גאָט}, און זײער זינדאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}, פֿאַר זײער פֿאַרזע. /15:26 און דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װעט פֿאַרגעבן װערן, װאָרום בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק איז דאָס געװען דורך אַ פֿאַרזע. /15:27 אױב אָבער אַן אײנצלנער מענטש װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער ברענגען אַ יאָריקע ציג פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. /15:28 און דער כֹּהן זאָל מכפּר זײַן אױף דעם מענטשן װאָס פֿאַרזעט, װען ער זינדיקט דורך אַ פֿאַרזע פֿאַר {dn גאָט}; כּדי מכפּר צו זײַן אױף אים, אַז אים זאָל פֿאַרגעבן װערן. /15:29 פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ – אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך פֿאַר דעם װאָס טוט עפּעס דורך אַ פֿאַרזע. /15:30 אָבער דער מענטש װאָס טוט מיט אַ הױכער האַנט, פֿון די אײַנגעבאָרענע, אָדער פֿון די פֿרעמדע, לעסטערט ער {dn גאָט}, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. /15:31 װאָרום דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} האָט ער פֿאַראַכט, און זײַן געבאָט האָט ער פֿאַרשטערט; פֿאַרשניטן מוז פֿאַרשניטן װערן יענע זעל, איר זינד איז אױף איר. /15:32 און װען די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אין דער מדבר, האָבן זײ געפֿונען אַ מאַן קלײַבנדיק האָלץ אום שבת. /15:33 האָבן די װאָס האָבן אים געפֿונען קלײַבנדיק האָלץ, אים געבראַכט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו דער גאַנצער עדה. /15:34 און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, װאָרום עס איז ניט באַשײדט געװאָרן װאָס אים זאָל געטאָן װערן. /15:35 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: טײטן זאָל געטײט װערן דער מאַן; די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער אױסן לאַגער. /15:36 און די גאַנצע עדה האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן לאַגער, און זײ האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן; אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /15:37 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /15:38 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ, זײ זאָלן זיך מאַכן פֿרענדז אױף די עקן פֿון זײערע קלײדער, אױף זײערע דָור-דורות; און זײ זאָלן אַרײַנטאָן אין די פֿרענדז פֿון עק קלײד אַ בלאָען פֿאָדים. /15:39 און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר ציצית, אַז איר זאָלט עס זען, און געדענקען אַלע געבאָט פֿון {dn גאָט}, און זײ טאָן, און איר זאָלט ניט נאָכגײן נאָך אײַער האַרצן און נאָך אײַערע אױגן, װאָס איר זײַט פֿאַרפֿירט נאָך זײ; /15:40 כּדי איר זאָלט געדענקען און טאָן אַלע מײַנע געבאָט, און זײַן הײליק צו אײַער {dn גאָט}. /15:41 איך בין {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום {dn גאָט}: איך בין {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}. קֹרַח /16:1 און קֹרַח דער זון פֿון יִצהר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִין, און דָתָן און אַבֿירָם, די זין פֿון אֶליאָבֿן, און אוֹן דער זון פֿון פּלֶתן, קינדער פֿון ראובֿן, האָבן גענומען, /16:2 און זיך געשטעלט פֿאַר משהן מיט צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿירשטן פֿון דער עדה, גערופֿענע פֿון דער אײַנזאַמלונג, מענטשן מיט אַ נאָמען. /16:3 און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, און האָבן צו זײ געזאָגט: גענוג אײַך! װאָרום די גאַנצע עדה זײַנען אַלע הײליק, און {dn גאָט} איז צװישן זײ, און פֿאַר װאָס נעמט איר זיך איבער אַקעגן דעם קהל פֿון {dn גאָט}? /16:4 און װי משה האָט עס געהערט, אַזױ איז ער געפֿאַלן אױף זײַן פּנים. /16:5 און ער האָט גערעדט צו קֹרַחן און צו זײַן גאַנצן געזעמל, אַזױ צו זאָגן: אין דער פֿרי װעט {dn גאָט} לאָזן װיסן, װער עס איז זײַנער, און דעם װאָס איז הײליק, װעט ער מאַכן גענענען צו זיך; יאָ, דעם װעמען ער װעט אױסדערװײלן, װעט ער מאַכן גענענען צו זיך. /16:6 דאָס טוט: נעמט אײַך פֿײַערפֿאַנען, קֹרַח מיט זײַן גאַנצן געזעמל, /16:7 און לײגט אַרײַן אין זײ פֿײַער, און טוט אױף זײ אַרױף װײַרױך פֿאַר {dn גאָט}, מאָרגן; און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס {dn גאָט} װעט אױסדערװײלן, ער איז דער הײליקער. גענוג אײַך, קינדער פֿון לֵוִי! /16:8 און משה האָט געזאָגט צו קֹרַחן: הערט אַקאָרשט, קינדער פֿון לֵוִי. /16:9 װינציק אײַך װאָס דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט אײַך אָפּגעשײדט פֿון צװישן דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אײַך צו מאַכן גענענען צו זיך, צו דינען דעם דינסט פֿון מִשכּן פֿון {dn גאָט}, און צו שטײן פֿאַר דער עדה, זײ צו באַדינען – /16:10 װאָס ער האָט געמאַכט גענענען דיך און אַלע דײַנע ברידער, די קינדער פֿון לֵוִי, מיט דיר, אַז איר פֿאַרלאַנגט אױך די כּהונה? /16:11 פֿאַר װאָר, דו מיט דײַן גאַנצן געזעמל, דאָס זײַט איר אײַנגעזאַמלט אַקעגן {dn גאָט}; װאָרום װאָס איז אַהרן, אַז איר זאָלט מורמלען אַקעגן אים? /16:12 און משה האָט געשיקט רופֿן דָתָן און אַבֿירָם, די זין פֿון אֶליאָבֿן; אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן ניט אַרױפֿקומען. /16:13 װינציק װאָס דו האָסט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אונדז צו טײטן אין דער מדבר, אַז הערשעװען װילסטו נאָך הערשעװען איבער אונדז? /16:14 יאָ, האָסט אונדז ניט געבראַכט אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אָדער אונדז געגעבן אַ נחלה פֿון פֿעלד און װײַנגאָרטן. װילסטו די דאָזיקע מענטשן די אױגן פֿאַרשטעכן? מיר װעלן ניט אַרױפֿקומען. /16:15 האָט משהן זײער געערגערט, און ער האָט געזאָגט צו {dn גאָט}: זאָלסט זיך ניט קערן צו זײער אָפּפֿער; ניט אַן אײנציקן אײזל האָב איך גענומען פֿון זײ, און ניט איך האָב שלעכטס געטאָן אַן אײנציקן פֿון זײ. /16:16 און משה האָט געזאָגט צו קֹרַחן: דו מיט דײַן גאַנצן געזעמל זײַט פֿאַר {dn גאָט} מאָרגן, דו און זײ, און אַהרן. /16:17 און נעמט איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און איר זאָלט אַרױפֿלײגן דערױף װײַרױך, און ברענגען פֿאַר {dn גאָט} איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, צװײ הונדערט און פֿופֿציק פֿײַערפֿאַנען; אױך דו און אַהרן, איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן. /16:18 האָבן זײ גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט אױף זײ פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײ װײַרױך, און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד מיט משהן און אַהרֹנען. /16:19 און קֹרַח האָט אײַנגעזאַמלט אַקעגן זײ די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט זיך באַװיזן צו דער גאַנצער עדה. /16:20 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /16:21 שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. /16:22 זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים, און האָבן געזאָגט: {dn גאָט} דו {dn גאָט} פֿון די גײַסטער פֿון אַלע באַשעפֿענישן, זאָל אײן מענטש זינדיקן, און אױף דער גאַנצער עדה זאָלסטו צערענען? /16:23 האָט {dn גאָט} גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /16:24 רעד צו דער עדה, אַזױ צו זאָגן: ציט אָפּ פֿון אַרום דער װוינונג פֿון קֹרַחן, דָתָנען, און אַבֿירָמען. איז משה אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען צו דָתָנען און אַבֿירָמען, /16:25 און נאָך אים זײַנען געגאַנגען די עלטסטע פֿון ישׂראל. /16:26 און ער האָט גערעדט צו דער עדה, אַזױ צו זאָגן: טרעט אָפּ, איך בעט אײַך, פֿון לעבן די געצעלטן פֿון די דאָזיקע שלעכטע מענטשן, און איר זאָלט זיך ניט אָנרירן אָן אַלץ װאָס איז זײערס, כּדי איר זאָלט ניט אומגעבראַכט װערן דורך אַלע זײערע זינד. /16:27 האָבן זײ אָפּגעצױגן פֿון דער װוינונג פֿון קֹרַחן, דָתָנען, און אַבֿירָמען, פֿון רונד אַרום; און דָתָן און אַבֿירָם זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זיך שטעלנדיק אין אײַנגאַנג פֿון זײערע געצעלטן, מיט זײערע װײַבער און זײערע זין און זײערע קלײנע קינדער. /16:28 האָט משה געזאָגט: דורך דעם װעט איר װיסן, אַז {dn גאָט} האָט מיך געשיקט צו טאָן אַלע די דאָזיקע טוּונגען, אַז דאָס איז ניט פֿון מײַן האַרצן. /16:29 אױב אַזױ װי אַלע מענטשן שטאַרבן, װעלן די דאָזיקע שטאַרבן, און די באַשערונג פֿון אַלע מענטשן װעט זײ באַשערט זײַן, האָט מיך {dn גאָט} ניט געשיקט. /16:30 אױב אָבער אַ באַשאַפֿונג װעט באַשאַפֿן {dn גאָט}, און די ערד װעט אױפֿמאַכן איר מױל, און װעט אײַנשלינגען זײ און אַלץ װאָס איז זײערס, און זײ װעלן אַראָפּנידערן לעבעדיקערהײט אין אונטערערד, װעט איר װיסן, אַז די דאָזיקע מענטשן האָבן געלעסטערט {dn גאָט}. /16:31 און עס איז געװען װי ער האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָט זיך אױפֿגעשפּאָלטן די ערד װאָס אונטער זײ. /16:32 און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ, און זײערע הײַזער, און אַלע מענטשן װאָס האָבן געהערט צו קֹרַחן, און דעם גאַנצן פֿאַרמעג. /16:33 און זײ און אַלץ װאָס איז זײערס האָבן אַראָפּגענידערט לעבעדיקערהײט אין אונטערערד, און די ערד האָט זײ צוגעדעקט, און זײ זײַנען אונטערגעגאַנגען פֿון צװישן דער עדה. /16:34 און גאַנץ ישׂראל װאָס רונד אַרום זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון זײערע קוֹלות, װאָרום זײ האָבן געזאָגט: די ערד װעט אונדז נאָך אײַנשלינגען. /16:35 און אַ פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון {dn גאָט}, און האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, װאָס האָבן אױפֿגעבראַכט דעם װײַרױך. /17:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /17:2 זאָג צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, ער זאָל אױפֿהײבן די פֿײַערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג, און דאָס פֿײַער װאַרף אַװעק; װאָרום זײ זײַנען געװאָרן הײליק. /17:3 די פֿײַערפֿאַנען פֿון די דאָזיקע, װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות, פֿון זײ זאָל מען מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן, אַן איבערצוג צום מזבח, װאָרום מע האָט זײ געבראַכט פֿאַר {dn גאָט}, און זײ זײַנען געװאָרן הײליק; און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון ישׂראל. /17:4 האָט אֶלעָזָר דער כֹּהן גענומען די קופּערנע פֿײַערפֿאַנען, װאָס די פֿאַרברענטע האָבן געבראַכט, און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום מזבח, /17:5 אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז ניט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן, זאָל ניט גענענען צו רײַכערן װײַרױך פֿאַר {dn גאָט}, אַז ער זאָל ניט װערן אַזױ װי קרח און אַזױ װי זײַן געזעמל; אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט צו אים דורך משהן. /17:6 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט אױף מאָרגן געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איר האָט געטײט דאָס פֿאָלק פֿון {dn גאָט}. /17:7 און עס איז געװען, אַז די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגען אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט צום אוֹהל-מוֹעד, ערשט אַ װאָלקן האָט אים צוגעדעקט, און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט זיך באַװיזן. /17:8 און משה און אַהרן זײַנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, /17:9 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /17:10 שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים. /17:11 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם די פֿײַערפֿאַן, און לײג אױף איר אַרױף פֿײַער פֿון מזבח, און טו אַרױף װײַרױך, און טראָג אױף גיך צו דער עדה, און זײַ מכפּר אױף זײ, װאָרום אַ צאָרן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר {dn גאָט}; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן. /17:12 האָט אַהרן גענומען, אַזױ װי משה האָט געהײסן, און ער איז אַרײַנגעלאָפֿן אין מיטן פֿון דער עדה; ערשט די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן אין פֿאָלק. האָט ער אַרױפֿגעלײגט װײַרױך, און מכפּר געװען אױפֿן פֿאָלק. /17:13 און ער איז געשטאַנען צװישן די טױטע און צװישן די לעבעדיקע; און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. /17:14 און די װאָס זײַנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה, זײַנען געװען פֿערצן טױזנט און זיבן הונדערט, אַחוץ די װאָס זײַנען געשטאָרבן װעגן דער מעשׂה מיט קֹרַחן. /17:15 און אַהרן האָט זיך אומגעקערט צו משהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, װען די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. /17:16 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /17:17 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און נעם פֿון זײ צו שטעקן, צו שטעקן פֿון אַ פֿאָטערהױז, פֿון אַלע זײערע פֿירשטן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; איטלעכנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף זײַן שטעקן. /17:18 און אַהרנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף דעם שטעקן פֿון לֵוִי, װאָרום אײן שטעקן זאָל זײַן פֿאַר דעם הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. /17:19 און זאָלסט זײ אַװעקלײגן אין אוֹהל-מוֹעד, פֿאַרן געזעץ, װאָס איך אַנטפּלעק זיך צו אײַך דאָרטן. /17:20 און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס איך װעל אים אױסדערװײלן, װעט זײַן שטעקן אױפֿשפּראָצן; און איך װעל אײַנשטילן פֿון אַרום מיר די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ מורמלען אַקעגן אײַך. /17:21 האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, און אַלע זײערע פֿירשטן האָבן אים געגעבן צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; און דער שטעקן פֿון אַהרֹנען איז געװען צװישן זײערע שטעקנס. /17:22 און משה האָט אַװעקגעלײגט די שטעקנס פֿאַר {dn גאָט}, אין דעם געצעלט פֿון געזעץ. /17:23 און עס איז געװען אױף מאָרגן, אַז משה איז געקומען אין דעם געצעלט פֿון געזעץ, ערשט דער שטעקן פֿון אַהרֹנען פֿאַר לֵוִיס הױז האָט אױפֿגעשפּראָצט, און אַרױסגעלאָזט שפּראָצונג, און געבליט בליעכץ, און געצײַטיקט מאַנדלען. /17:24 האָט משה אַרױסגעטראָגן אַלע שטעקנס פֿון פֿאַר {dn גאָט} צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן איבערגעקוקט, און גענומען איטלעכער זײַן שטעקן. /17:25 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: קער אום אַהרנס שטעקן פֿאַרן געזעץ, פֿאַר אַ היטונג, פֿאַר אַ צײכן צו די װידערשפּעניקע קינדער, כּדי זאָלסט מאַכן אַן ענד צו זײערע מורמלערײַען אַרום מיר, און זײ זאָלן ניט שטאַרבן. /17:26 האָט משה דאָס געטאָן; אַזױ װי {dn גאָט} האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן. /17:27 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: זע, מיר קומען אום, מיר גײען אונטער, אַלע גײען מיר אונטער. /17:28 איטלעכער װאָס גענענט – װאָס גענענט צום מִשכּן פֿון {dn גאָט}, שטאַרבט; צי װעלן מיר אין גאַנצן אומקומען? /18:1 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דו און דײַנע זין און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער מיט דיר, זאָלט טראָגן די זינד פֿון דעם הײליקטום, און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט טראָגן די זינד פֿון אײַער כּהונה. /18:2 און אױך דײַנע ברידער, דעם שטאַם לֵוִי, דעם שבֿט פֿון דײַן פֿאָטער, מאַך גענענען מיט דיר, און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און דיך באַדינען; און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט זײַן פֿאַר דעם געצעלט פֿון געזעץ. /18:3 און זײ זאָלן היטן דײַן היטונג, און די היטונג פֿון גאַנצן געצעלט, אָבער צו די הײליקע כּלים און צום מזבח זאָלן זײ ניט גענענען, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן, אי זײ אי איר. /18:4 און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און היטן די היטונג פֿון אוֹהל-מוֹעד בײַ איטלעכן דינסט פֿון געצעלט; און אַ פֿרעמדער זאָל ניט גענענען צו אײַך. /18:5 און איר זאָלט היטן די היטונג פֿון הײליקטום, און די היטונג פֿון מזבח, כּדי עס זאָל מער ניט זײַן אַ צאָרן אױף די קינדער פֿון ישׂראל. /18:6 און איך, זע, האָב גענומען אײַערע ברידער די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; אײַך אַ מתּנה זײַנען זײ געגעבן פֿאַר {dn גאָט}, צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. /18:7 און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט אָפּהיטן אײַער כּהונה בײַ איטלעכער זאַך פֿון מזבח און אינעװײניק פֿון פּרוֹכֶת, און טאָן דעם דינסט; אַ דינסט פֿאַר אַ מתּנה גיב איך אײַך די כּהונה, און דער פֿרעמדער, װאָס גענענט, זאָל געטײט װערן. /18:8 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו אַהרֹנען: און איך, זע, האָב דיר געגעבן די היטונג פֿון מײַנע אָפּשײדונגען; פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָב איך זײ געגעבן פֿאַר אַ חלק צו דיר און צו דײַנע קינדער פֿאַר אַן אײביקן רעכט. /18:9 דאָס זאָל גהערן צו דיר פֿון די הײליקסטע הײליקײטן, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער: אַלע זײערע קרבנות, פֿון אַלע זײערע שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע זינדאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע שולדאָפּפֿער, װאָס זײ צאָלן אָפּ צו מיר; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער. /18:10 אין אַ הײליקסטן אָרט זאָלסטו עס עסן; איטלעכער מאַנספּאַרשױן מעג עס עסן; הײליק זאָל עס זײַן פֿאַר דיר. /18:11 און דאָס געהערט צו דיר: די אָפּשײדונג פֿון זײער גאָב בײַ אַלע אױפֿהײבונגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; צו דיר האָב איך זײ געגעבן, און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. /18:12 אַל דאָס בעסטע פֿון אײל, און אַל דאָס בעסטע פֿון װײַן און תּבֿואה, דאָס ערשטע דערפֿון װאָס זײ גיבן צו {dn גאָט}, דאָס האָב איך געגעבן צו דיר. /18:13 די ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ װאָס אין זײער לאַנד, װאָס זײ ברענגען צו {dn גאָט}, זאָלן געהערן צו דיר; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. /18:14 איטלעכע חרם-זאַך אין ישׂראל זאָל געהערן צו דיר. /18:15 איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, פֿון יעטװעדער באַשעפֿעניש װאָס מע ברענגט צו {dn גאָט}, פֿון אַ מענטשן און פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו דיר; אָבער אױסלײזן זאָלסטו לאָזן אױסלײזן דעם בכָור פֿון אַ מענטשן; אױך דעם בכָור פֿון אַן אומרײנער בהמה זאָלסטו לאָזן אױסלײזן. /18:16 און זײער אױסלײז – פֿון אַ חוֹדש אַלט זאָלסטו לאָזן אױסלײזן – זאָל זײַן לױט דײַן שאַצונג, פֿינף שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל, דאָס איז צװאַנציק גֵרָה. /18:17 אָבער אַ בכָור פֿון אַ רינד, אָדער אַ בכָור פֿון אַ שעפּס, אָדער אַ בכָור פֿון אַ ציג, טאָרסטו ניט לאָזן אױסלײזן; זײ זײַנען הײליק. זײער בלוט זאָלסטו שפּרענגען אױפֿן מזבח, און זײער פֿעטס זאָלסטו דעמפֿן פֿאַר אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. /18:18 און זײער פֿלײש זאָל געהערן צו דיר; אַזױ װי די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און אַזױ װי דער רעכטער שענקל, זאָל עס געהערן צו דיר. /18:19 אַלע אָפּשײדונגען פֿון די הײליקע זאַכן װאָס די קינדער פֿון ישׂראל שײדן אָפּ צו {dn גאָט}, האָב איך געגעבן צו דיר און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; אַן אײביקער בונד פֿון זאַלץ איז דאָס פֿאַר {dn גאָט}, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר. /18:20 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: אין זײער לאַנד זאָלסטו ניט אַרבן, און קײן חלק זאָלסטו ניט האָבן צװישן זײ; איך בין דײַן חלק און דײַן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /18:21 און צו די קינדער פֿון לֵוִי, זע, האָב איך געגעבן יעטװעדער מעשׂר אין ישׂראל פֿאַר אַן אַרב, פֿאַר זײער דינסט װאָס זײ דינען, דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. /18:22 און די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן מער ניט גענענען צום אוֹהל-מוֹעד, צו טראָגן אַ חטא און שטאַרבן. /18:23 נײַערט דער לֵוִי, ער זאָל דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דָור-דורות. און צװישן די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג. /18:24 װאָרום דעם מעשׂר פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ שײדן אָפּ פֿאַר אַן אָפּשײדונג צו {dn גאָט}, האָב איך געגעבן צו די לוִיִים פֿאַר אַן אַרבונג; דרום האָב איך װעגן זײ געזאָגט: צװישן די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג. /18:25 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /18:26 און צו די לוִיִים זאָלסטו רעדן, און זאָגן צו זײ: אַז איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל דעם מעשׂר װאָס איך האָב אײַך געגעבן פֿון זײ פֿאַר אײַער אַרבונג, זאָלט איר אָפּשײדן דערפֿון אַן אָפּשײדוגן צו {dn גאָט}, מעשׂר פֿון דעם מעשׂר. /18:27 און אײַער אָפּשײדונג װעט אײַך גערעכנט װערן אַזױ װי די תּבֿואה אױסן שײַער, און װי די שֶפֿע אױסן קעלטער. /18:28 אַזױ זאָלט איר אױך אָפּשײדן די אָפּשײדונג פֿון {dn גאָט} פֿון אַלע אײַערע מעשׂרס, װאָס איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און איר זאָלט געבן דערפֿון די אָפּשײדוגן פֿון {dn גאָט} צו אַהרן דעם כֹּהן. /18:29 פֿון אַלץ װאָס װערט אײַך געגעבן זאָלט איר אָפּשײדן די גאַנצע אָפּשײדונג פֿון {dn גאָט}, פֿון אַלעם בעסטן דערפֿון, דאָס הײליקע פֿון דעם. /18:30 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון, זאָל עס גערעכנט װערן די לוִיִים אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון שײַער, און אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון קעלטער. /18:31 און איר מעגט עס עסן אין יעטװעדער אָרט, איר און אײַער הױזגעזינט, װאָרום דאָס איז אײַך אַ לױן פֿאַר אײַער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד. /18:32 און איר װעט ניט טראָגן װעגן דעם אַ זינד, װען איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון. און איר זאָלט ניט פֿאַרשװעכן די הײליקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן. חֻקַת /19:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /19:2 דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה, װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען אַ רױטע קו, אַ גאַנצע, װאָס אין איר איז ניטאָ קײן מום, װאָס אױף איר איז ניט אַרױף קײן יאָך. /19:3 און איר זאָלט זי געבן צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און מע זאָל זי אַרױספֿירן אױסן לאַגער, און זי שעכטן פֿאַר אים. /19:4 און אֶלעָזָר דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון איר בלוט מיט זײַן פֿינגער, און שפּריצן פֿון איר בלוט אַקעגן דער פֿאָדערזײַט פֿון אוֹהל-מוֹעד זיבן מאָל. /19:5 און מע זאָל פֿאַרברענען די קו פֿאַר זײַנע אױגן; איר פֿעל און איר פֿלײש און איר בלוט מיט איר מיסט זאָל מען פֿאַרברענען. /19:6 און דער כֹּהן זאָל נעמען צעדערהאָלץ, און אֵזוֹבֿ-גראָז, און װערמילרױט, און אַרײַנװאַרפֿן אין דער פֿאַרברענונג פֿון דער קו. /19:7 און דער כֹּהן זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער; און דער כֹּהן זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. /19:8 אױך דער װאָס פֿאַרברענט זי, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער אין װאַסער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. /19:9 און אַ רײנער מאַן זאָל אױפֿזאַמלען די אַש פֿון דער קו, און אַװעקלײגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט; און עס זאָל געהאַלטן װערן פֿאַר דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר שפּרענגװאַסער; אַ רײניקאָפּפֿער איז דאָס. /19:10 און דער װאָס זאַמלט אױף די אַש פֿון דער קו, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און עס זאָל זײַן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, פֿאַר אַן אײביקן געזעץ. /19:11 דער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן װאָסער עס איז טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג. /19:12 ער זאָל זיך רײניקן דערמיט אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, און װערן רײן; און אױב ער װעט זיך ניט רײניקן אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער ניט װערן רײן. /19:13 איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן דעם לײַב פֿון אַ מענטשן װאָס איז געשטראָבן, און ער װעט זיך ניט רײניקן, האָט ער די רואונג פֿון {dn גאָט} פֿאַראומרײניקט, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ישׂראל; אַז שפּרענגװאַסער איז אױף אים ניט געשפּרענגט געװאָרן, זאָל ער זײַן אומרײן; זײַן אומרײנקײט איז נאָך אױף אים. /19:14 דאָס איז דער דין: אַז אַ מענטש װעט שטאַרבן אין אַ געצעלט, זאָל איטלעכער װאָס קומט אין געצעלט, און אַלץ װאָס אין געצעלט, זײַן אומרײן זיבן טעג. /19:15 און יעטװעדער אָפֿענע כּלי, װאָס אױף איר איז ניטאָ אַן אַרומגעשנירט דעקל, איז אומרײן. /19:16 און איטלעכער װאָס װעט זיך אָנרירן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד אָן אַ דערשלאָגענעם פֿון אַ שװערד, אָדער אָן אַ געשטאָרבענעם, אָדער אַן אַ בײן פֿון אַ מענטשן, אָדער אָן אַ קבֿר, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג. /19:17 און מע זאָל נעמען פֿאַר דעם אומרײנעם פֿון דער אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן רײניקאָפּפֿער, און אַרױפֿגיסן דערױף לעבעדיקע װאַסער אין אַ כּלי. /19:18 און אַ רײנער מאַן זאָל נעמען אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען אין דעם װאַסער, און שפּריצן אױפֿן געצעלט, און אױף אַלע כּלים, און אױף די נפֿשות װאָס זײַנען דאָרטן געװען, און אױף דעם װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן דעם בײן, אָדער אָן דעם דערשלאָגענעם, אָדער אָן דעם געשטאָרבענעם, אָדער אָן דעם קבֿר. /19:19 און דער װאָס איז רײן זאָל שפּריצן אױף דעם אומרײנעם אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל אים רײניקן אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און װערן רײן אין אָװנט. /19:20 און אַז אַ מענטש װעט זײַן אומרײן, און װעט זיך ניט רײניקן, זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן דער עדה, װאָרום דאָס הײליקטום פֿון {dn גאָט} האָט ער פֿאַראומרײניקט; שפּרענגװאַסער איז אױף אים ניט געשפּרענגט געװאָרן, איז ער אומרײן. /19:21 און עס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ. און דער װאָס שפּריצט דאָס שפּרענגװאַסער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם שפּרענגװאַסער, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. /19:22 און אַלץ װאָס דער אומרײנער װעט זיך אָנרירן אָן דעם, זאָל זײַן אומרײן; און דער מענטש װאָס רירט זיך אָן אים אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. /20:1 און די קינדער פֿון ישׂראל, די גאַנצע עדה, זײַנען געקומען אין מדבר צִן, אין ערשטן חוֹדש; און דאָס פֿאָלק איז געזעסן אין קָדֵש; און מרים איז דאָרטן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן. /20:2 און די עדה האָט ניט געהאַט קײן װאַסער, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען. /20:3 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: הלװאַי װאָלטן מיר אומגעקומען, װען אונדזערע ברידער זײַנען אומגעקומען פֿאַר {dn גאָט}! /20:4 און נאָך װאָס האָט איר געבראַכט די עדה פֿון {dn גאָט} אין דעם דאָזיקן מדבר, אַז מיר און אונדזער פֿי זאָלן דאָ אױסשטאַרבן? /20:5 און נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, אונדז צו ברענגען אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט, װאָס איז ניט אַן אָרט פֿון זאָמען, אָדער פֿײַגן, אָדער װײַנשטאָקן, אָדער מילגרױמען, און װוּ װאַסער צום טרינקען איז ניטאָ? /20:6 זײַנען משה און אַהרן אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר דער עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים; און די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט זיך באַװיזן צו זײ. /20:7 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /20:8 נעם דעם שטעקן, און זאַמל אײַן די עדה, דו און אַהרן דײַן ברודער, און איר זאָלט רעדן צום פֿעלז פֿאַר זײערע אױגן, אַז ער זאָל אַרױסגעבן פֿון זיך װאַסער; און װעסט זײ אַרױסציִען װאַסער פֿון פֿעלז, און װעסט אָנטרינקען די עדה און זײער פֿי. /20:9 האָט משה גענומען דעם שטעקן פֿון פֿאַר {dn גאָט}, אַזױ װי ער האָט אים באַפֿױלן. /20:10 און משה און אַהרן האָבן אײַנגעזאַמלט די עדה פֿאַר דעם פֿעלז, און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר װידערשפּעניקער, זאָלן מיר פֿון דעם דאָזיקן פֿעלז אײַך אַרױסציִען װאַסער? /20:11 און משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פֿעלז מיט זײַן שטעקן צװײ מאָל, און עס איז אַרױס אַ סך װאַסער, און די עדה און זײער פֿי האָבן געטרונקען. /20:12 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: װײַל איר האָט ניט געגלױבט אין מיר, מיך צו הײליקן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, דרום װעט איר ניט ברענגען די דאָזיקע עדה אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ געגעבן. /20:13 דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿה װוּ די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געקריגט אַקעגן {dn גאָט}, און ער איז געהײליקט געװאָרן צװישן זײ. /20:14 און משה האָט געשיקט שלוחים פֿון קָדֵש צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם: אַזױ זאָגט דײַן ברודער ישׂראל: דו װײסט אַלדי מאַטערניש װאָס אונדז האָט געטראָפֿן; /20:15 װי אונדזערע עלטערן האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און מיר זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם פֿיל טעג, און די מִצרים האָבן שלעכטס געטאָן אונדז און אונדזערע עלטערן; /20:16 און מיר האָבן געשריִען צו {dn גאָט}, און ער האָט געהערט אונדזער קָול, און האָט געשיקט אַ מלאך, און אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; און אָט זײַנען מיר אין קָדֵש, אַ שטאָט בײַם עק פֿון דײַן געמאַרק. /20:17 לאָז אונדז, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן ניט דורכגײן דורך אַ פֿעלד אָדער דורך אַ װײַנגאָרטן, און מיר װעלן ניט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײען; מיר װעלן זיך ניט אָפּנײַגן רעכטס אָדער לינקס, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. /20:18 האָט אֶדוֹם צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט דורכגײן דורך מיר, װאָרום מיטן שװערד װעל איך אַרױסגײן אַקעגן דיר. /20:19 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט: אױפֿן װעג װעלן מיר גײן, און אַז מיר װעלן טרינקען דײַן װאַסער, איך און מײַנע פֿי, װעל איך געבן געצאָלט דערפֿאַר; עס איז דאָך גאָרנישט; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס. /20:20 האָט ער געזאָגט: דו קענסט ניט דורכגײן. און אֶדוֹם איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים מיט פֿיל פֿאָלק, און מיט אַ שטאַרקער האַנט. /20:21 און אֶדוֹם האָט ניט געװאָלט לאָזן ישׂראל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און ישׂראל האָט זיך אָפּגענײַגט פֿון אים. /20:22 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון קָדֵש; און די קינדער פֿון ישׂראל, די גאַנצע עדה, זײַנען אָנגעקומען צום באַרג הוֹר. /20:23 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אױפֿן באַרג הוֹר, בײַם געמאַרק פֿון לאַנד אֶדוֹם, אַזױ צו זאָגן: /20:24 זאָל אַהרן אײַנגעזאַמלט װערן צו זײַן פֿאָלק; װאָרום ער װעט ניט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון ישׂראל, דערפֿאַר װאָס איר האָט װידערשפּעניקט מײַן מױל בײַם װאַסער פֿון מריבֿה. /20:25 נעם אַהרֹנען און זײַן זון אֶלעָזָרן, און ברענג זײ אַרױף אױפֿן באַרג הוֹר; /20:26 און טו אױס אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און טו זײ אָן זײַן זון אֶלעָזָרן; און אַהרן זאָל אײַנגעזאַמלט װערן און שטאַרבן דאָרטן. /20:27 האָט משה געטאָן אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן; און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. /20:28 און משה האָט אױסגעטאָן אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און האָט זײ אָנגעטאָן זײַן זון אֶלעָזָרן. און אַהרן איז דאָרטן געשטאָרבן אױפֿן שפּיץ באַרג. און משה און אֶלעָזָר האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג. /20:29 און די גאַנצע עדה האָט געזען אַז אַהרן איז פֿאַרגאַנגען; און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל האָט באַװײנט אַהרֹנען דרײַסיק טעג. /21:1 און דער כּנַעֲני, דער מלך פֿון עַרָד, דער באַװוינער פֿון דָרום, האָט געהערט אַז ישׂראל איז אָנגעקומען אױף דעם װעג פֿון אַתָרים, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל, און געפֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע. /21:2 האָט ישׂראל אַ נדר געטאָן צו {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: אױב געבן װעסטו געבן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין מײַן האַנט, װעל איך מאַכן זײערע שטעט חרם. /21:3 און {dn גאָט} האָט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון ישׂראל, און ער האָט איבערגעגעבן דעם כּנַעֲני, און זײ האָבן געמאַכט זײ און זײערע שטעט חרם. און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט, חרמָה. /21:4 און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר אױפֿן װעג פֿון ים-סוף, כּדי צו גײן אַרום דעם לאַנד אֶדוֹם, און די זעל פֿון דעם פֿאָלק איז געװאָרן אומגעדולדיק פֿון װעג. /21:5 און דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אַקעגן {dn גאָט} און אַקעגן משהן: נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָרום קײן ברױט איז ניטאָ, און קײן װאַסער איז ניטאָ, און אונדזער זעל עקלט זיך מיט דער נישטיקער שפּײַז. /21:6 האָט {dn גאָט} אָנגעשיקט אױפֿן פֿאָלק פֿײַערדיקע שלאַנגען, און זײ האָבן געביסן דאָס פֿאָלק, און עס איז געשטאָרבן אַ סך פֿאָלק פֿון ישׂראל. /21:7 איז דאָס פֿאָלק געקומען צו משהן, און זײ האָבן געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן גערעדט אַקעגן {dn גאָט} און אַקעגן דיר; זײַ מתפּלל צו {dn גאָט}, ער זאָל אָפּטאָן פֿון אונדז די שלאַנגען. האָט משה מתפּלל געװען פֿאַרן פֿאָלק. /21:8 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: מאַך דיר אַ פֿײַערדיקע שלאַנג, און טו זי אַרױף אױף אַ שטאַנג; און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װערט געביסן, װעט זי זען, און װעט בלײַבן לעבן. /21:9 האָט משה געמאַכט אַ קופּערנע שלאַנג, און האָט זי אַרױפֿגעטאָן אױף אַ שטאַנג; און עס איז געװען, אַז אַ שלאַנג האָט עמיצן געביסן, אַזױ האָט ער אַ קוק געטאָן אױף דער קופּערנער שלאַנג, און איז געבליבן לעבן. /21:10 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעצױגן, און גערוט אין אוֹבֿוֹת. /21:11 און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת, און גערוט אין עִיֵי-עַבָֿרים, אין דעם מדבר װאָס פֿאַר מוֹאָבֿ, אַקעגן זונאױפֿגאַנג. /21:12 פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן, און גערוט אין טאָל זֶרֶד. /21:13 פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן, און גערוט אױף יענער זײַט אַרנוֹן װאָס אין מדבר, װאָס גײט אַרױס פֿון דעם געמאַרק פֿון אֶמוֹרי; /21:14 װאָרום אַרנוֹן איז דער געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ, צװישן מוֹאָבֿ און צװישן דעם אֶמוֹרי. דרום װערט געזאָגט אין דעם בוך פֿון די מלחמות פֿון {dn גאָט}: וָהֵבֿ אין סופֿה, און די טאָלן פֿון אַרנוֹן, /21:15 און דעם אַראָפּגאַנג פֿון די טאָלן, װאָס נײגט זיך צו דער װוינונג פֿון עָר, און לענט זיך אָן געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ. /21:16 און פֿון דאָרטן קײן באֵר. דאָס איז דער ברונעם, װוּ {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: זאַמל אײַן דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ געבן װאַסער. /21:17 דענצמאָל האָט ישׂראל געזונגען דאָס דאָזיקע געזאַנג: קװעל אַרױף, ברונעם – זינגט צו אים – /21:18 דער ברונעם װאָס געגראָבן האָבן אים האַרן, אים אױסגעהאַקט האָבן פֿירשטן פֿון פֿאָלק, מיטן צעפּטער, מיט זײערע שטעקנס. און פֿון מדבר קײן מַתָּנָה; /21:19 און פֿון מַתָּנָה קײן נַחליאֵל, און פֿון נַחליאֵל קײן במוֹת; /21:20 און פֿון במוֹת צו דעם טאָל װאָס אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, בײַם שפּיץ פֿון פּסגָה, װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע. /21:21 און ישׂראל האָט געשיקט שלוחים צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, אַזױ צו זאָגן: /21:22 לאָמיך דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן זיך ניט אָפּנײַגן אין אַ פֿעלד אָדער אין אַ װײַנגאָרטן; מיר װעלן ניט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײן, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. /21:23 אָבער סיחון האָט ניט געלאָזט ישׂראל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און סיחון האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנץ פֿאָלק, און איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן ישׂראל צום מדבר, און ער איז געקומען קײן יַהַץ, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל. /21:24 און ישׂראל האָט אים געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און אײַנגענומען זײַן לאַנד פֿון אַרנוֹן ביז יַבוֹק, ביז די קינדער פֿון עַמוֹן; װאָרום דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן איז געװען שטאַרק. /21:25 און ישׂראל האָט צוגענומען אַלע די דאָזיקע שטעט, און ישׂראל האָט זיך באַזעצט אין אַלע שטעט פֿון אֶמוֹרי, אין חֶשבוֹן, און אין אַלע אירע טעכטערשטעט. /21:26 װאָרום חשבוֹן איז געװען די שטאָט פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט מלחמה געהאַלטן מיט דעם פֿריערדיקן מלך פֿון מוֹאָבֿ, און האָט אַװעקגענומען זײַן גאַנץ לאַנד פֿון זײַן האַנט, ביז אַרנוֹן. /21:27 דרום זאָגן די שפּרוכזאָגער: קומט קײן חֶשבוֹן! געבױט און אױפֿגעשטעלט זאָל װערן די שטאָט פֿון סיחון! /21:28 װאָרום אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון חֶשבוֹן, אַ פֿלאַם פֿון דער שטאָט פֿון סיחון; זי האָט פֿאַרצערט עָר פֿון מוֹאָבֿ, די האַרן פֿון די הײכן פֿון אַרנוֹן. /21:29 װײ צו דיר, מוֹאָבֿ! פֿאַרלאָרן ביסטו, פֿאָלק פֿון כּמוֹש! ער האָט געלאָזט װערן זײַנע זין אַנטרונענע, און זײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי. /21:30 און מיר האָבן זײ צעשאָסן; פֿאַרלאָרן איז חֶשבוֹן ביז דיבֿוֹן; און מיר האָבן פֿאַרװיסט ביז נוֹפֿח װאָס ביז מֵידבֿאָ. /21:31 און ישׂראל האָט זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון דעם אֶמוֹרי. /21:32 און משה האָט געשיקט אױסקוקן יַעְזֵר, און זײ האָבן באַצװוּנגען אירע טעכטערשטעט, און פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי װאָס איז דאָרטן געװען. /21:33 און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן װעג פֿון בשָן; איז אַרױסגעגאַנגען עוֹג דער מלך פֿון בשָן אַקעגן זײ, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן אֶדרֶעִי. /21:34 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים, װאָרום אין דײַן האַנט האָב איך געגעבן אים מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק און זײַן לאַנד, און װעסט טאָן צו אים, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חשבוֹן. /21:35 און זײ האָבן געשלאָגן אים מיט זײַנע זין און זײַן גאַנצן פֿאָלק, ביז אים ניט צו לאָזן אַן איבערבלײַב; און זײ האָבן געאַרבט זײַן לאַנד. /22:1 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעצױגן, און האָבן גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ, אױף יענער זײַט יַרדן בײַ יריחו. בָלָק /22:2 און בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן האָט געזען אַלץ װאָס ישׂראל האָט געטאָן צום אֶמוֹרי. /22:3 און מוֹאָבֿ האָט זיך זײער דערשראָקן פֿאַר דעם פֿאָלק, װײַל זײ זײַנען געװען פֿיל, און מוֹאָבֿ איז געװען אין אַנגסט פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /22:4 האָט מוֹאָבֿ געזאָגט צו די עלטסטע פֿון מִדיָן: אַצונד װעט דאָס געזעמל אָפּעסן אַלץ װאָס אַרום אונדז, אַזױ װי אַן אָקס עסט אָפּ דאָס גראָז פֿון פֿעלד. און בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן איז געװען דער מלך פֿון מוֹאָבֿ אין יענער צײַט. /22:5 האָט ער געשיקט שלוחים צו בלעָם דער זון פֿון בעוֹרן, קײן פּתוֹר װאָס בײַם טײַך, אין דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון זײַן פֿאָלק, אים צו רופֿן, אַזױ צו זאָגן: אָט איז אַ פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; זע, ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער ערד, און ער זיצט מיר אַנטקעגן. /22:6 און אַצונד קום, איך בעט דיך, שילט מיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק, װאָרום ער איז שטאַרקער פֿון מיר. אפֿשר װעל איך אױספֿירן מיר זאָלן אים שלאָגן, און איך װעל אים פֿאַרטרײַבן פֿון לאַנד; װאָרום איך װײס, אַז װעמען דו בענטשסט, דער איז געבנעטשט, און װעמען דו שילטסט, דער איז פֿאַרשאָלטן. /22:7 זײַנען די עלטסטע פֿון מוֹאָבֿ און די עלטסטע פֿון מִדיָן געגאַנגען מיט צױבערלױן אין זײער האַנט, און זײ זײַנען געקומען צו בִלעָמען, און האָבן גערעדט צו אים די װערטער פֿון בָלָקן. /22:8 האָט ער צו זײ געזאָגט: נעכטיקט דאָ די נאַכט, און איך װעל אײַך געבן אַן ענטפֿער, אַזױ װי {dn גאָט} װעט רעדן צו מיר. און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ זײַנען געבליבן בײַ בִלעָמען. /22:9 איז {dn גאָט} געקומען צו בִלעָמען, און האָט געזאָגט: װער זײַנען די דאָזיקע מענטשן בײַ דיר? /22:10 האָט בִלעָם געזאָגט צו {dn גאָט}: בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן, דער מלך פֿון מוֹאָבֿ, האָט געשיקט צו מיר: /22:11 אָט איז דאָס פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער ערד. אַצונד, קום שילט מיר אים; אפֿשר װעל איך קענען מלחמה האַלטן אױף אים, און װעל אים פֿאַרטרײַבן. /22:12 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו בִלעָמען: זאָלסט ניט גײן מיט זײ; זאָלסט ניט שילטן דאָס פֿאָלק, װאָרום ער איז געבענטשט. /22:13 איז בִלעָם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און האָט געזאָגט צו די האַרן פֿון בָלָקן: גײט אין אײַער לאַנד, װאָרום {dn גאָט} װיל ניט מיך לאָזן גײן מיט אײַך. /22:14 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די האַרן פֿון מוֹאָבֿ, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו בָלָקן, און האָבן געזאָגט: בִלעָם האָט ניט געװאָלט גײן מיט אונדז. /22:15 האָט בָלָק װידער אַ מאָל געשיקט האַרן, מער און אָנגעזעענערע פֿון יענע. /22:16 און זײ זײַנען געקומען צו בִלעָמען, און האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט בָלָק דער זון פֿון צִפּוֹרן: זאָלסט זיך ניט פֿאַרמײַדן, איך בעט דיך, פֿון קומען צו מיר. /22:17 װאָרום זײער גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, און אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן צו מיר, װעל איך טאָן; נאָר קום, איך בעט דיך, שילט מיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק. /22:18 האָט געענטפֿערט בִלעָם און געזאָגט צו די קנעכט פֿון בָלָקן: װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך ניט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, צו טאָן קלײנס אָדער גרױס. /22:19 און אַצונד, איך בעט אײַך, בלײַבט איר אױך דאָ די נאַכט, און איך װעל געװאָר װערן װאָס {dn גאָט} װעט װידער רעדן מיט מיר. /22:20 און {dn גאָט} איז געקומען צו בִלעָמען בײַ נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: אױב דיך צו רופֿן זײַנען די מענטשן געקומען, שטײ אױף, גײ מיט זײ, אָבער נאָר די זאַך װאָס איך װעל רעדן צו דיר, דאָס זאָלסטו טאָן. /22:21 איז בִלעָם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזעלין, און איז געגאַנגען מיט די האַרן פֿון מוֹאָבֿ. /22:22 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט װאָס ער גײט, און אַ מלאך פֿון {dn גאָט} האָט זיך אים געשטעלט פֿאַר אַ שטער אין װעג. – און ער איז געריטן אױף זײַן אײזעלין, און זײַנע צװײ יונגען זײַנען געװען מיט אים. – /22:23 האָט די אײזעלין דערזען דעם מלאך פֿון {dn גאָט} שטײן אױפֿן װעג, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט, און די אײזעלין האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג, און איז געגאַנגען אױפֿן פֿעלד; און בִלעָם האָט געשלאָגן די אײזעלין כּדי זי צו פֿאַרקירעװען אױפֿן װעג. /22:24 האָט דער מלאך פֿון {dn גאָט} זיך געשטעלט אױף אַ שטעג פֿון די װײַנגערטנער, מיט אַ צאַם פֿון דער זײַט און אַ צאַם פֿון דער אַנדער זײַט. /22:25 און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון {dn גאָט}, און האָט זיך צוגעדריקט צו דער װאַנט, און צוגעדריקט בִלעָמס פֿוס צו דער װאַנט; און ער האָט זי װידער געשלאָגן. /22:26 איז דער מלאך פֿון {dn גאָט} װידער אַװעק פֿאַרױס, און האָט זיך געשטעלט אין אַן ענגן אָרט, װוּ עס איז ניט געװען קײן װעג זיך אָפּצונײגן רעכטס אָדער לינקס. /22:27 און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון {dn גאָט}, און האָט זיך אַנידערגעלײגט אונטער בִלעָמען; און דער צאָרן פֿון בִלעָמען האָט געגרימט, און ער האָט געשלאָגן די אײזעלין מיטן שטעקן. /22:28 האָט {dn גאָט} געעפֿנט דאָס מױל פֿון דער אײזעלין, און זי האָט געזאָגט צו בִלעָמען: װאָס האָב איך דיר געטאָן, װאָס דו האָסט מיר שױן דרײַ מאָל געשלאָגן? /22:29 האָט בִלעָם געזאָגט צו דער אײזעלין: װײַל דו האָסט געשפּעט פֿון מיר; װען איך האָב אַ שװערד אין דער האַנט, װאָלט איך דיך אַצונד געהרגעט. /22:30 האָט די אײזעלין געזאָגט צו בִלעָמען: בין איך ניט דײַן אײזעלין, װאָס דו האָסט געריטן אױף מיר דײַן גאַנץ לעבן ביז הײַנטיקן טאָג? בין איך געװױנטלעך געװוינט געװען דיר אַזױ צו טאָן? האָט ער געזאָגט: נײן. /22:31 און {dn גאָט} האָט אַנטפּלעקט די אױגן פֿון בִלעָמען, און ער האָט דערזען דעם מלאך פֿון {dn גאָט} שטײן אין װעג, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט. האָט ער זיך גענײגט, און זיך געבוקט אױף זײַן פּנים. /22:32 און דער מלאך פֿון {dn גאָט} האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָסטו געשלאָגן דײַן אײזעלין שױן דרײַ מאָל? זע, איך בין אַרױסגעגאַנגען פֿאַר אַ שטער, װאָרום דער װעג גײט מיר דערקעגן. /22:33 און די אײזעלין האָט מיך געזען, און האָט זיך אָפּגענײגט פֿאַר מיר די דרײַ מאָל; װען זי װאָלט זיך ניט אָפּגענײגט פֿון מיר, װאָלט איך אַצונד דיך זיכער געהרגעט, און זי װאָלט איך געלאָזט לעבן. /22:34 האָט בִלעָם געזאָגט צו דעם מלאך פֿון {dn גאָט}: איך האָב געזינדיקט, װאָרום איך האָב ניט געװוּסט, אַז דו שטײסט מיר אַנטקעגן אױפֿן װעג; און אַצונד אױב עס איז שלעכט אין דײַנע אױגן, װעל איך מיך אומקערן. /22:35 האָט דער מלאך פֿון {dn גאָט} געזאָגט צו בִלעָמען: גײ מיט די מענטשן, אָבער נאָר דאָס װאָרט װאָס איך װעל רעדן צו דיר, דאָס זאָלסטו רעדן. איז בִלעָם געגאַנגען מיט די האַרן פֿון בָלָקן. /22:36 און בָלָק האָט געהערט אַז בִלעָם קומט, און ער איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן קײן עִיר-מוֹאָבֿ װאָס בײַם געמאַרק פֿון אַרנוֹן, װאָס בײַם עק געמאַרק. /22:37 און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: האָב איך ניט שיקן געשיקט צו דיר, דיך צו רופֿן? פֿאַר װאָס ביסטו ניט געקומען צו מיר? בין איך אין דער אמת ניט אימשטאַנד דיר כּבֿוד אָנצוטאָן? /22:38 האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: זע, איך בין געקומען צו דיר; אַצונד, צי קען איך גאָר עפּעס רעדן? דאָס װאָרט װאָס {dn גאָט} װעט אַרײַנטאָן אין מײַן מױל, דאָס װעל איך רעדן. /22:39 און בִלעָם איז געגאַנגען מיט בָלָקן, און זײ זײַנען געקומען קײן קִריַת-חוצוֹת. /22:40 און בָלָק האָט געשלאַכט רינדער און שאָף, און האָט געשיקט צו בִלעָמען, און צו די האַרן װאָס מיט אים. /22:41 און עס איז געװען אין דער פֿרי, האָט בָלָק גענומען בִלעָמען, און האָט אים אַרױפֿגעפֿירט קײן במוֹת-בעַל, און ער האָט פֿון דאָרטן געזען אַ טײל פֿון דעם פֿאָלק. /23:1 האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס. /23:2 האָט בָלָק געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט גערעדט, און בָלָק און בִלעָם האָבן אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. /23:3 און בִלעָם האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן; אפֿשר װעט זיך מיר {dn גאָט} טרעפֿן אַנטקעגן, און װאָס פֿאַר אַ זאַך ער װעט מיר װײַזן, װעל איך דיר דערצײלן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אַ הױכן אָרט. /23:4 און {dn גאָט} האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען; און ער האָט צו אים געזאָגט: די זיבן מזבחות האָב איך צוגעגרײט, און האָב אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. /23:5 האָט {dn גאָט} אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין בִלעָמס מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן. /23:6 האָט ער זיך אומגעקערט צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, ער און אַלע האַרן פֿון מוֹאָבֿ. /23:7 האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: פֿון אַרָם טוט מיך פֿירן בָלָק, פֿון די מזרח-בערג דער מלך פֿון מוֹאָבֿ: קום שילט מיר יעקבֿן, און קום פֿלוך ישׂראלן. /23:8 װי זאָל איך שילטן װעמען {dn גאָט} שילט ניט? און װי זאָל איך פֿלוכן װעמען {dn יהוה} פֿלוכט ניט? /23:9 װאָרום פֿון שפּיץ פֿון די פֿעלזן זע איך אים, און פֿון די הײכן קוק איך אים אָן. זע, אַ פֿאָלק װאָס רוט באַזונדער, און רעכנט זיך ניט צװישן די אומות. /23:10 װער האָט געצײלט דעם שטױב פֿון יעקבֿ, און באַרעכנט דעם זאָמען פֿון ישׂראל? זאָל שטאַרבן מײַן זעל דעם טױט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע, און זאָל מײַן סָוף זײַן װי זײַנער! /23:11 האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: װאָס האָסטו מיר געטאָן? צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גענומען, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט. /23:12 האָט ער געענטפֿערט און האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, דאָס װאָס {dn גאָט} טוט אַרײַן אין מײַן מױל, דאָס מוז איך היטן צו רעדן. /23:13 האָט בָלָק געזאָגט צו אים: קום מיט מיר, איך בעט דיך, צו אַן אַנדער אָרט, װאָס דו װעסט אים זען פֿון דאָרטן; בלױז אַ טײל פֿון אים װעסטו זען, אָבער אין גאַנצן װעסטו אים ניט זען; און שילט מיר אים פֿון דאָרטן. /23:14 און ער האָט אים גענומען צו דעם פֿעלד צוֹפֿים אױפֿן שפּיץ פּסגָה, און ער האָט געבױט זיבן מזבכות, און אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. /23:15 און ער האָט געזאָגט צו בָלָקן: שטעל זיך דאָ בײַ דײַן בראַנדאָפּפֿער, און איך װעל גײן זיך טרעפֿן דאָרטן. /23:16 האָט {dn גאָט} זיך געטראָפֿן פֿאַר בִלעָמען, און ער האָט אַרײַנגעטאָן אַ װאָרט אין זײַן מױל, און האָט געזאָגט: קער זיך אום צו בָלָקן, און אַזױ זאָלסטו רעדן. /23:17 איז ער געקומען צו אים, ערשט ער שטײט בײַ זײַן בראַנדאָפּפֿער, און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ מיט אים; און בָלָק האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָט {dn גאָט} גערעדט? /23:18 האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: שטײ אױף, בָלָק, און הער, פֿאַרנעם צו מיר, זון פֿון צִפּוֹר: /23:19 ניט אַ מאַן איז {dn גאָט}, ער זאָל ליגן זאָגן, ניט אַ מענטשנקינד, ער זאָל חרטה האָבן. אַז ער זאָגט, װעט ער דען ניט טאָן? און אַז ער רעדט, װעט ער עס ניט מקיים זײַן? /23:20 זע, «בענטש!» האָב איך פֿאַרנומען, און בענטשט ער, קען איך עס ניט אָפּהאַלטן. /23:21 מע זעט ניט קײן אומרעכט אין יעקבֿ, און מע מערקט ניט קײן עװלה אין ישׂראל. {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} איז מיט אים, און די לײַטזעליקײט פֿון מלך איז אױף אים. /23:22 {dn גאָט} ציט זײ אַרױס פֿון מִצרַיִם, װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים. /23:23 װאָרום ניטאָ קײן כּישוף אין יעקבֿ, און קײן װאָרזאָגעניש אין ישׂראל. אַצונד װערט פֿון יעקבֿ און ישׂראל געזאָגט: װאָס {dn גאָט} האָט אױפֿגעטאָן! /23:24 זע, אַ פֿאָלק װאָס שטײט אױף װי אַ לײבינטע, און הײבט זיך אױף װי אַ לײב; ער לײגט זיך ניט ביז ער עסט רױב, און בלוט פֿון דערשלאָגענע טרינקט ער. /23:25 האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: ניט שילטן זאָלסטו אים שילטן, און ניט בענטשן זאָלסטו אים בענטשן. /23:26 האָט בִלעָם געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך ניט גערעדט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס {dn גאָט} װעט רעדן, דאָס װעל איך טאָן? /23:27 האָט בָלָק געזאָגט צו בִלעָמען: קום איך בעט דיך, איך װעל דיך נעמען צו אַן אַנדער אָרט; אפֿשר װעט װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און װעסט מיר אים שילטן פֿון דאָרטן. /23:28 און בָלָק האָט גענומען בִלעָמען צום שפּיץ פּעוֹר, װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע. /23:29 האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: בױ מיר דאָ זיבן מזבחות, און גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס. /23:30 און בָלָק האָט געטאָן אַזױ װי בִלעָם האָט געזאָגט, און ער האָט אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח. /24:1 און בִלעָם האָט געזען אַז עס איז װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון {dn גאָט} צו בענטשן ישׂראל, און ער איז ניט געגאַנגען אַזױ װי די פֿריערדיקע מאָל, אַנטקעגן כּישוף-צײכנס, נאָר ער האָט געקערט זײַן פּנים צום מדבר. /24:2 און בִלעָם האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען ישׂראל רוען לױט זײַנע שבֿטים, און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געקומען אױף אים. /24:3 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג; /24:4 אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער, װאָס די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע: /24:5 װי שײן זײַנען דײַנע געצעלטען, יעקבֿ, דײַנע װוינונגען, ישׂראל! /24:6 װי טײטלבײמער זײַנען זײ אױסגעשטרעקט, װי גערטנער בײַם טײַך, װי אַלאָען װאָס {dn גאָט} האָט געפֿלאַנצט, װי צעדערן בײַם װאַסער. /24:7 װאַסער װעט רינען פֿון זײַן צװײַג, און זײַן זאָמען װעט זײַן בײַ פֿיל װאַסער; און העכער פֿון אַגַגן װעט זײַן זײַן מלך, און דערהױבן װעט זײַן זײַן מלוכה. /24:8 {dn גאָט} ציט אים אַרױס פֿון מִצרַיִם, װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים; ער װעט פֿאַרצערן די פֿעלקער, זײַנע פֿײַנט, און זײערע בײנער צעקנאַקן; און זײַנע פֿײַלן װעלן דורכלעכערן. /24:9 ער קניט, ער לײגט זיך װי אַ לײב, און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײַצן? געבענטשט די װאָס בענטשן דיך, און פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך! /24:10 האָט דער צאָרן פֿון בָלָקן געגרימט אױף בִלעָמען, און ער האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט זײַנע הענט; און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גערופֿן, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט שױן דרײַ מאָל. /24:11 און אַצונד אַנטלױף דיר אין דײַן הײם; איך האָב געקלערט, גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, ערשט {dn גאָט} האָט דיך פֿאַרמיטן פֿון כּבֿוד. /24:12 האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך ניט גערעדט נאָך צו דײַנע שלוחים, װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/24:13 װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך ניט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון {dn גאָט}, צו טאָן גוטס אָדער שלעכטס פֿון מײַן אײגענעם האַרצן; װאָס {dn גאָט} װעט רעדן, װאָס װעל איך רעדן? /24:14 און אַצונד זע, איך גײ צו מײַן פֿאָלק; קום, לאָמיך דיר באַשײדן װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט טאָן צו דײַן פֿאָלק אין סָוף פֿון די טעג. /24:15 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג; /24:16 אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער, און װײס דעם מײן פֿון דעם העכסטן – די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע: /24:17 איך זע אים, אָבער ניט אַצונד, איך קוק אים אָן, אָבער ניט נאָנט; אַ שטערן טרעט אַרױס פֿון יעקבֿ, און אַ צעפּטער װעט אױפֿשטײן פֿון ישׂראל, און װעט צעהאַקן די װינקלען פֿון מוֹאָבֿ, און צעברעכן אַלע קינדער פֿון שֵת. /24:18 און אֶדוֹם װעט װערן אַן אַרב, און אַן אַרב װעט װערן שֵׂעִיר, זײַן פֿײַנט; און ישׂראל װעט אױפֿטאָן גבֿורות. /24:19 און פֿון יעקבֿ װעט אײנער געװעלטיקן, און אונטערברענגען אַן איבערבלײַב פֿון שטאָט. /24:20 און ער האָט געזען עַמָלֵק, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: דער אָנהײב פֿון פֿעלקער איז עַמָלֵק, און זײַן סָוף איז צום אונטערגאַנג. /24:21 און ער האָט געזען דעם קֵיני, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: פֿעסט איז דײַן װוינונג, און געמאַכט אין פֿעלז איז דײַן נעסט; /24:22 אָבער צום פֿאַרטיליקן װעט זײַן קַיִן; אײדער װאָס װעט אַשור דיך פֿאַנגען. /24:23 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: װײ, װער קען לעבן װען ער װעט דאָס דאָזיקע טאָן! /24:24 אָבער שיפֿן װעלן קומען פֿון דעם ברעג פֿון די כִּתּים, און זײ װעלן פּײַניקן אַשור, און פּײַניקן עֵבֿר; און ער אױך איז צום אונטערגאַנג. /24:25 און בִלעָם איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן הײם, און אױך בָלָק איז געגאַנגען אױף זײַן װעג. /25:1 און ישׂראל איז געזעסן אין שִטים, און דאָס פֿאָלק האָט גענומען מזנה זײַן מיט די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ. /25:2 און זײ האָבן גערופֿן דאָס פֿאָלק צו די שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײערע געטער, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן, און האָט זיך געבוקט צו זײערע געטער. /25:3 און ישׂראל האָט זיך באַהעפֿט אָן דעם בעַל פֿון פּעוֹר, און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט אױף ישׂראל. /25:4 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: נעם אַלע הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק, און הענג זײ אױף פֿאַר {dn גאָט} אַקעגן דער זון, און דער גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} װעט זיך אָפּקערן פֿון ישׂראל. /25:5 און משה האָט געזאָגט צו די ריכטער פֿון ישׂראל: הרגעט איטלעכער זײַנע מענטשן װאָס האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בעַל פֿון פּעוֹר. /25:6 ערשט אַ מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געקומען, און האָט געבראַכט צו זײַנע ברידער אַ מִדיָנית פֿאַר די אױגן פֿון משהן, און פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, בעת זײ האָבן געװײנט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /25:7 האָט דערזען פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון צװישן דער עדה, און האָט גענומען אַ שפּיז אין זײַן האַנט; /25:8 און ער איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך דעם מאַן פֿון ישׂראל אין דער קאַמער, און האָט זײ בײדן דורכגעשטאָכן, דעם מאַן פֿון ישׂראל, און די פֿרױ דורך איר בױך. און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /25:9 און די װאָס זײַנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה, זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. פּינְחס /25:10 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /25:11 פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב ניט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון ישׂראל אין מײַן צאָרן. /25:12 דרום זאָג: זע, איך גיב אים מײַן בונד פֿון שלום. /25:13 און עס זאָל זײַן אים און זײַן זאָמען נאָך אים אַ בונד פֿון אײביקער כּהונה, דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון זײַן גאָטס װעגן, און האָט מכפּר געװען אױף די קינדער פֿון ישׂראל. /25:14 און דער נאָמען פֿון דעם דערשלאָגענעם מאַן פֿון ישׂראל, װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן מיט דער מִדיָנית, איז געװען זִמרי דער זון פֿון סָלואן, אַ פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז בײַ די שמעוֹנים. /25:15 און דער נאָמען פֿון דער דערשלאָגענער מִדיָנישער פֿרױ איז געװען כָּזבי די טאָכטער פֿון צורן, װאָס איז געװען אַ פֿאָלקהױפּטמאַן פֿון אַ פֿאָטערהױז אין מִדיָן. /25:16 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /25:17 איר זאָלט פֿײַנטן די מִדיָנים, און זײ שלאָגן, /25:18 װאָרום זײ האָבן אײַך געפֿײַנט מיט זײערע תּחבולות װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט אַקעגן אײַך אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און אין דער מעשׂה מיט כָּזבי דער טאָכטער פֿון דעם פֿירשט פֿון מִדיָן, זײער שװעסטער װאָס איז דערשלאָגן געװאָרן אין טאָג פֿון דער מגפֿה, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר. /25:19 און עס איז געװען נאָך דער מגפֿה, /26:1 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן: /26:2 נעמט אױף די צאָל פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, איטלעכן װאָס גײט אַרױס אין חיל אין ישׂראל. /26:3 און משה און אֶלעָזָר דער כֹּהן האָבן גערעדט מיט זײ אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו, אַזױ צו זאָגן: /26:4 מע זאָל אױפֿנעמען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם. /26:5 ראובֿן, דער בכָור פֿון ישׂראלן: די קינדער פֿון ראובֿן: חַנוֹך – די משפּחה פֿון די חַנוֹכים; פֿון פּלואן די משפּחה פֿון די פּלואים; /26:6 פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון כַּרמין די משפּחה פֿון די כַּרמים. /26:7 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די ראובֿנים; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און דרײַסיק. /26:8 און די זין פֿון פּלואן: אֶליאָבֿ. און די זין פֿון אֶליאָבֿן: /26:9 נמואֵל, און דָתָן, און אַבֿירָם. דאָס זײַנען דָתָן און אַבֿירָם, די גערופֿענע פֿון דער עדה, װאָס האָבן געקריגט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין קֹרַחס געזעמל, װען זײ האָבן געקריגט אַקעגן {dn גאָט}; /26:10 און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ און קֹרַחן, װען דאָס געזעמל איז אומגעקומען; װען אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און זײ זײַנען געװאָרן פֿאַר אַ צײכן. /26:11 אָבער קֹרַחס זין זײַנען ניט אומגעקומען. /26:12 די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות: פֿון נמואֵלן די משפּחה פֿון די נמואֵלים; פֿון יָמינען די משפּחה פֿון די יָמינים; פֿון יָכינען די משפּחה פֿון די יָכינים; /26:13 פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרכים; פֿון שָאולן די משפּחה פֿון די שָאולים. /26:14 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די שמעוֹנים, צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט. /26:15 די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות: פֿון צפֿוֹנען די משפּחה פֿון די צפֿוֹנים; פֿון חַגין די משפּחה פֿון די חַגים; פֿון שונין די משפּחה פֿון די שונים; /26:16 פֿון אָזנין די משפּחה פֿון די אָזנים; פֿון עֵרין די משפּחה פֿון די עֵרים; /26:17 פֿון אַרוֹדן די משפּחה פֿון די אַרוֹדים; פֿון אַראֵלין די משפּחה פֿון די אַראֵלים. /26:18 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /26:19 די זין פֿון יהודהן: עֵר און אוֹנָן. און עֵר און אוֹנָן זײַנען געשטאָרבן אין לאַנד כּנַעַן. /26:20 און די קינדער פֿון יהודה לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען: פֿון שלהן די משפּחה פֿון די שֵלוֹנים; פֿון פּרֶצן די משפּחה פֿון פּרצים; פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים. /26:21 און די קינדער פֿון פּרֶץ זײַנען געװען: פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון חָמולן די משפּחה פֿון די חָמולים. /26:22 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יהודה לױט זײערע געצײלטע, זעקס און זיבעציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /26:23 די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות: תּוֹלָע – די משפּחה פֿון די תּוֹלָעִים; פֿון פּווָהן די משפּחה פֿון די פּונים; /26:24 פֿון יָשובֿן די משפּחה פֿון די יָשובֿים; פֿון שִמרוֹנען די משפּחה פֿון די שִמרוֹנים. /26:25 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע געצײלטע, פֿיר און זעכציק טױזנט און דרײַ הונדערט. /26:26 די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות: פֿון סֶרֶדן די משפּחה פֿון די סַרדים; פֿון אֵלוֹנען די משפּחה פֿון די אֵלוֹנים; פֿון יַחלאֵלן די משפּחה פֿון די יַחלאֵלים. /26:27 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די זבֿולוֹנים לױט זײערע געצײלטע, זעכציק טױזנט און פֿינף הונדערט. /26:28 די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות: מנשה און אפֿרים. /26:29 די קינדער פֿון מנשה: פֿון מָכירן די משפּחה פֿון די מָכירים; און מָכיר האָט געבאָרן גִלעָדן; פֿון גִלעָדן די משפּחה פֿון די גִלעָדים. /26:30 דאָס זײַנען די קינדער פֿון גִלעָד: איעֶזֶר – די משפּחה פֿון די איעֶזרים; פֿון חֵלֶקן די משפּחה פֿון די חֶלקים; /26:31 און אַשׂריאֵל – די משפּחה פֿון די אַשׂריאֵלים; און שכֶם – די משפּחה פֿון די שִכמים; /26:32 און שמידָע – די משפּחה פֿון די שמידָעִים; און חֵפֿר – די משפּחה פֿון די חֶפֿרים. /26:33 און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿרן, ער האָט ניט געהאַט קײן זין, נאָר בלױז טעכטער; און די נעמען פֿון צלָפֿחָדס טעכטער זײַנען געװען: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה. /26:34 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מנשה; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען צװײ און פֿופֿציק טױזנט און זיבן הונדערט. /26:35 דאָס זײַנען די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: פֿון שותֶלַחן די משפּחה פֿון די שותַלחים; פֿון בכֶרן די משפּחה פֿון די בכרים; פֿון תַּחַנען די משפּחה פֿון די תַּחנים. /26:36 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון שותֶלַח: פֿון עֵרָנען די משפּחה פֿון די עֵרָנים. /26:37 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט. דאָס זײַנען די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות. /26:38 די קינדער פֿון בנימינען לױט זײערע משפּחות: פֿון בֶלַען די משפּחה פֿון די בַלעִים; פֿון אַשבֵלן די משפּחה פֿון די אַשבֵלים; פֿון אַחירָמען די משפּחה פֿון די אַחירָמים; /26:39 פֿון שפֿופֿמען די משפּחה פֿון די שִפֿמים; פֿון חופֿמען די משפּחה פֿון די חופֿמים. /26:40 און די זין פֿון בלַען זײַנען געװען אַרד און נַעֲמָן. פֿון אַרדן די משפּחה פֿון די אַרדים; פֿון נַעֲמָנען די משפּחה פֿון די נַעֲמָנים. /26:41 דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט. /26:42 דאָס זײַנען די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות: פֿון שוחָמען די משפּחה פֿון די שוחָמים. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון דָן לױט זײערע משפּחות. /26:43 אַלע משפּחות פֿון די שוחָמים לױט זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿיר און זעכציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /26:44 די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע משפּחות: פֿון יִמנָהן די משפּחה פֿון יִמנָה; פֿון יִשוִין די משפּחה פֿון די יִשוִים; פֿון בריעָהן די משפּחה פֿון די בריעִים. /26:45 פֿון די זין פֿון בריעָהן: פֿון חֶבֿרן די משפּחה פֿון די חֶבֿרים; פֿון מַלכּיאֵלן די משפּחה פֿון די מַלכּיאֵלים. /26:46 און דער נאָמען פֿון אָשרס טאָכטער איז געװען שֶׂרַח. /26:47 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /26:48 די קינדער פֿון נפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות: פֿון יַחצאֵלן די משפּחה פֿון די יַחצאֵלים; פֿון גונין די משפּחה פֿון די גונים; /26:49 פֿון יֵצֶרן די משפּחה פֿון די יִצרים; פֿון שִלֵמען די משפּחה פֿון די שִלֵמים. /26:50 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און פֿיר הונדערט. /26:51 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, זעקס הונדערט טױזנט און טױזנט זיבן הונדערט און דרײַסיק. /26:52 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /26:53 צו די דאָזיקע זאָל אײַנגעטײלט װערן דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה לױט דער צאָל פֿון נעמען. /26:54 דעם מערערן זאָלסטו געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה; /26:55 איטלעכן לױט זײַנע געצײלטע זאָל געגעבן װערן זײַן נחלה. אָבער דורך גוֹרל זאָל צעטײלט װערן דאָס לאַנד; לױט די נעמען פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען זאָלן זײ אַרבן. /26:56 לױטן גוֹרל זאָל זײער נחלה אױסגעטײלט װערן, סײַ דעם מערערן סײַ דעם װינציקערן. /26:57 און דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות: פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די גֵרשונים; פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די קהָתים; פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מרָרים. /26:58 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי: די משפּחה פֿון די לִבֿנים, די משפּחה פֿון די חֶבֿרוֹנים, די משפּחה פֿון די מַחלים, די משפּחה פֿון די מושים, די משפּחה פֿון די קָרחים. און קהָת האָט געבאָרן עַמרָמען. /26:59 און דער נאָמען פֿון עַמרָמס װײַב איז געװען יוֹכֶבֿד, לֵוִיס טאָכטער װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ לֵוִין אין מִצרַיִם; און זי האָט פֿון עַמרָמען געבאָרן אַהרֹנען און משהן, און זײער שװעסטער מרים. /26:60 און בײַ אַהרֹנען זײַנען געבאָרן געװאָרן נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. /26:61 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר {dn גאָט}. /26:62 און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און צװאַנציק טױזנט, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער; װאָרום זײ זײַנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, װײַל זײ איז ניט געגעבן געװאָרן קײן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /26:63 דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אֶלעָזָר דעם כֹּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו. /26:64 און צװישן די דאָזיקע איז ניט געװען קײנער פֿון די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אַהרן דעם כֹּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין מדבר סינַי. /26:65 װאָרום {dn גאָט} האָט װעגן זײ געזאָגט: שטאַרבן אין מדבר װעלן זײ שטאַרבן; און קײנער פֿון זײ איז ניט געבליבן אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון. /27:1 האָבן גענענט די טעכטער פֿון צלָפֿחָד דעם זון פֿון חֵפֿר, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנשהן, פֿון די משפּחות פֿון מנשה, יוֹספֿס זון – און דאָס זײַנען געװען די נעמען פֿון זײַנע טעכטער: מַחלָה, נוֹעָה, און חָגלָה, און מִלכָּה, און תִּרצָה – /27:2 און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר משהן און פֿאַר אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער עדה, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: /27:3 אונדזער פֿאָטער איז געשטאָרבן אין דער מדבר, און ער איז ניט געװען צװישן דעם געזעמל װאָס האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן {dn גאָט} אין קֹרַחס געזעמל, נײַערט אין זײַן אײגענער זינד איז ער געשטאָרבן; און קײן זין האָט ער ניט געהאַט. /27:4 פֿאַר װאָס זאָל געמינערט װערן דער נאָמען פֿון אונדזער פֿאָטער פֿון צװישן זײַן משפּחה, װײַל ער האָט ניט קײן זון? גיב אונדז אַן אײגנטום צװישן די ברידער פֿון אונדזער פֿאָטער. /27:5 האָט משה געבראַכט זײער משפּט פֿאַר {dn גאָט}. /27:6 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /27:7 גערעכט טענהן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן: געבן זאָלסטו זײ געבן אַן אײגנטום פֿון אַ נחלה צװישן די ברידער פֿון זײער פֿאָטער, און זאָלסט מאַכן איבערגײן די נחלה פֿון זײער פֿאָטער צו זײ. /27:8 און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: אַז אַ מאַן װעט שטאַרבן, און ער האָט ניט קײן זון, זאָלט איר מאַכן איבערגײן זײַן נחלה צו זײַן טאָכטער. /27:9 און אױב ער האָט ניט קײן טאָכטער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו זײַנע ברידער. /27:10 און אױב ער האָט ניט קײן ברידער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו די ברידער פֿון זײַן פֿאָטער. /27:11 און אױב זײַן פֿאָטער האָט ניט קײן ברידער, זאָלט איר געבן זײַן נחלה צו זײַן נענטסטן קרובֿ פֿון זײַן משפּחה, און ער זאָל זי ירשען. און דאָס זאָל זײַן די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר אַ רעכט-געזעץ, אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /27:12 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן באַרג עַבֿרים, און קוק אָן דאָס לאַנד, װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון ישׂראל. /27:13 און אַז דו װעסט עס האָבן אָנגעקוקט, װעסט דו אױך אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַן ברודער אַהרן איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן. /27:14 אַזױ װי איר האָט װידערשפּעניקט מײַן באַפֿעל, אין מדבר צִן בײַ דעם קריג פֿון דער עדה, מיך צו הײליקן בײַם װאַסער פֿאַר זײערע אױגן. דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿת-קָדֵש אין מדבר צִן. /27:15 האָט משה גערעדט צו {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: /27:16 זאָל {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון די גײַסטער פֿון אַלע באַשעפֿענישן אױפֿזעצן אַ מאַן איבער דער עדה, /27:17 װאָס זאָל אַרױסגײן זײ פֿאַרױס, און װאָס זאָל אַרײַנקומען זײ פֿאַרױס, און װאָס זאָל זײ אַרױספֿירן, און װאָס זאָל זײ אַרײַנברענגען, כּדי די עדה פֿון {dn גאָט} זאָל ניט זײַן אַזױ װי שאָף װאָס האָבן ניט קײן פּאַסטוך. /27:18 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: נעם דיר יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, אַ מאַן װאָס אין אים איז דאָ גײַסט, און זאָלסט אָנלענען דײַן האַנט אױף אים. /27:19 און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און פֿאַר דער גאַנצער עדה, און זאָלסט אים איבערגעבן דײַן צַװָאֶה פֿאַר זײערע אױגן. /27:20 און זאָלסט אַרױפֿטאָן פֿון דײַן גלאַנץ אױף אים, כּדי די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן געהאָרכן. /27:21 און ער זאָל שטײן פֿאַר אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און ער װעט פֿרעגן פֿאַר אים דעם באַשײד פֿון די אורים פֿאַר {dn גאָט}. לױט זײַן מױל זאָלן זײ אַרױסגײן, און לױט זײַן מױל זאָלן זײ אַרײַנקומען, ער און גאַנץ ישׂראל מיט אים – די גאַנצע עדה. /27:22 האָט משה געטאָן אַזױ װי {dn גאָט} האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט גענומען יהוֹשוען, און האָט אים געשטעלט פֿאַר אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און פֿאַר דער גאַנצער עדה. /27:23 און ער האָט אָנגעלענט זײַנע הענט אױף אים, און האָט אים איבערגעגעבן זײַן צַװָאֶה, אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט דורך משהן. /28:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /28:2 באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: מײַן קרבן, מײַן שפּײַז פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו מיר, זאָלט איר היטן מקריבֿ צו זײַן צו מיר אין זײַן געשטעלטער צײַט. /28:3 און זאָלסט זאָגן צו זײ: דאָס איז דאָס פֿײַעראָפּפֿער װאָס איר זאָלט מקריבֿ זײַן צו {dn גאָט}: צװײ שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג, אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער. /28:4 אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. /28:5 און אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט געשלאָגענעם אײל, אַ פֿערטל הין. /28:6 אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער, אַזױ װי עס איז געמאַכט געװאָרן בײַם באַרג סינַי, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו {dn גאָט}. /28:7 און זײַן גיסאָפּפֿער: אַ פֿערטל הין צו דעם אײן שעפּס; אין הײליקטום זאָלסטו גיסן דאָס גיסאָפּפֿער פֿון שטאַרקן געטראַנק צו {dn גאָט}. /28:8 און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. /28:9 און אין טאָג פֿון שבת: צװײ שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, מיט זײַן גיסאָפּפֿער; /28:10 אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון שבת אין שבת, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. /28:11 און אין אײַערע רֹאש-חוֹדשן זאָלט איר מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער; זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /28:12 און דרײַ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן אָקס, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו דעם אײן װידער; /28:13 און צו צענטל, צו צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן שעפּס. אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו {dn גאָט}. /28:14 און זײערע גיסאָפּפֿער: אַ האַלבער הין װײַן זאָל זײַן צו אַן אָקס, און אַ דריטל הין צו אַ װידער, און אַ פֿערטל הין צו אַ שעפּס. דאָס איז דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון רֹאש-חוֹדש אין רֹאש-חוֹדש פֿאַר די חדשים פֿון יאָר. /28:15 און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער צו {dn גאָט}, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָל געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער. /28:16 און אין ערשטן חוֹדש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָל זײַן אַ קָרבן-פּסח צו {dn גאָט}. /28:17 און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש, זאָל זײַן אַ יָום-טובֿ. זיבן טעג זאָל געגעסן װערן מצות. /28:18 אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. /28:19 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ פֿײַעראָפּפֿער, אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער, און זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. /28:20 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; דרײַ צענטל צו אַן אָקס, און צװײ צענטל צו אַ װידער, זאָלט איר מאַכן. /28:21 צו צענטל, צו צענטל זאָלסטו מאַכן פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. /28:22 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן אױף אײַך. /28:23 אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, װאָס פֿאַרן שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָלט איר מאַכן די דאָזיקע. /28:24 אַזױ װי די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן טעגלעך זיבן טעג, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער זאָל עס געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער. /28:25 און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. /28:26 און אין טאָג פֿון די ערשטצײַטיקע, װען איר ברענגט אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון נײַער תּבֿואה צו {dn גאָט}, אין אײַער שבֿועות, זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. /28:27 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}: צװײ יונגע אָקסן, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע. /28:28 און זײער שפּײַזאָפֿפּער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; /28:29 צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. /28:30 אײן ציגנבאָק, מכפּר צו זײַן אױף אײַך. /28:31 אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער זאָלט איר זײ מאַכן – אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן – מיט זײערע גיסאָפּפֿער. /29:1 און אין זיבעטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך, קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן; אַ טאָג פֿון שאַלונג זאָל עס אײַך זײַן. /29:2 און איר זאָלט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:3 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם װידער, /29:4 און אײן צענטל צו איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. /29:5 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן אױף אײַך. /29:6 אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון רֹאש-חוֹדש און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער, לױט זײער דין, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו {dn גאָט}. /29:7 און אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. /29:8 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. /29:9 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; /29:10 צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. /29:11 אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער. /29:12 און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש זאָל זײַן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. און איר זאָלט פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו {dn גאָט} זיבן טעג. /29:13 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}: דרײַצן יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ זײַן. /29:14 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס פֿון די דרײַצן אָקסן, צװײ צענטל צו איטלעכן װידער פֿון די צװײ װידערס, /29:15 און צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די פֿערצן שעפּסן. /29:16 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער. זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:17 און אױפֿן צװײטן טאָג: צװעלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:18 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל, אַזױ װי דער דין. /29:19 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער. /29:20 און אױפֿן דריטן טאָג: עלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:21 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. /29:22 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:23 און אױפֿן פֿירטן טאָג: צען אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:24 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. /29:25 און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:26 און אױפֿן פֿינפֿטן טאָג: נײַן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:27 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. /29:28 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:29 און אױפֿן זעקסטן טאָג: אַכט אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:30 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. /29:31 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַנע גיסאָפּפֿער. /29:32 און אױפֿן זיבעטן טאָג: זיבן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:33 און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי זײער דין. /29:34 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:35 אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. /29:36 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו {dn גאָט}: אײן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. /29:37 זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו דעם אָקס, צו דעם װידער, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין. /29:38 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער. /29:39 די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן צו {dn גאָט} אין אײַערע יָום-טוֹבֿים, אַחוץ אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע גאָבן, פֿון אײַערע בראַנדאָפּפֿער, און פֿון אײַערע שפּײַזאָפּפֿער און פֿון אײַערע גיסאָפּפֿער, און פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער. /30:1 און משה האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ װי אַלץ װאָס {dn גאָט} האָט משהן באַפֿױלן. מַטוֹת /30:2 און משה האָט גערעדט צו די הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן: /30:3 אַז אַ מאַן װעט טאָן אַ נדר צו {dn גאָט}, אָדער שװערן אַ שבֿועה, צו אַסרן אױף זיך אַן איסור, זאָל ער ניט פֿאַרשװעכן זײַן װאָרט; אַזױ װי אַלץ װאָס גײט אַרױס פֿון זײַן מױל, זאָל ער טאָן. /30:4 און אַז אַ װײַבספּאַרשױן װעט טאָן אַ נדר צו {dn גאָט}, און װעט אַסרן אױף זיך אַן איסור, אין איר פֿאָטערס הױז, אין איר יוגנט, /30:5 און איר פֿאָטער װעט הערן איר נדר, אָדער איר איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, און איר פֿאָטער װעט איר צושװײַגן, זאָלן אַלע אירע נדרים באַשטײן, און איטלעכער איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, זאָל באַשטײן. /30:6 אױב אָבער איר פֿאָטער האָט איר געװערט אין דעם טאָג װאָס ער האָט געהערט, זאָלן אַלע אירע נדרים, און אירע איסורים װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, ניט באַשטײן; און {dn גאָט} װעט איר פֿאַרגעבן, װײַל איר פֿאָטער האָט איר געװערט. /30:7 און אױב זי װעט נעמען אַ מאַן, װען אירע נדרים זײַנען אױף איר, אָדער דער אַרױסרעד פֿון אירע ליפּן, װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, /30:8 און איר מאַן װעט הערן – אין װאָסער טאָג ער װעט הערן – און ער װעט איר צושװײַגן, זאָלן באַשטײן אירע נדרים, און אירע איסורים װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, זאָלן באַשטײן. /30:9 אױב אָבער איר מאַן װעט איר װערן אין דעם טאָג װאָס ער הערט, זאָל ער פֿאַרשטערן איר נדר װאָס אױף איר, און דעם אַרױסרעד פֿון אירע ליפּן, װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, און {dn גאָט} װעט איר פֿאַרגעבן. /30:10 אָבער דער נדר פֿון אַן אַלמנה און אַ גרושה, אַלץ װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, זאָל באַשטײן פֿאַר איר. /30:11 און אױב אַ פֿרױ האָט אַ נדר געטאָן אין הױז פֿון איר מאַן, אָדער זי האָט געאַסרט אױף זיך אַן איסור דורך אַ שבֿועה, /30:12 און איר מאַן האָט געהערט, און האָט איר צוגעשװיגן, און איר ניט געװערט, זאָלן אַלע אירע נדרים באַשטײן, און איטלעכער איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך, זאָל באַשטײן. /30:13 אױב אָבער פֿאַרשטערן װעט זײ פֿאַרשטערן איר מאַן אין דעם טאָג װאָס ער הערט, זאָל קײן אַרױסלאָז פֿון אירע ליפּן, פֿון אירע נדרים, אָדער פֿון אַן איסור אױף זיך, ניט באַשטײן; איר מאַן האָט זײ פֿאַרשטערט, און {dn גאָט} װעט איר פֿאַרגעבן. /30:14 איטלעכער נדר, און איטלעכער געשװאָרענער איסור, אױף צו פּײַניקן די זעל, קען איר מאַן עס לאָזן באַשטײן, און איר מאַן קען עס פֿאַרשטערן. /30:15 אױב אָבער צושװײַגן װעט איר צושװײַגן איר מאַן אַ מעת-לעת, האָט ער געמאַכט באַשטײן אַלע אירע נדרים, אָדער אַלע אירע איסורים װאָס אױף איר; ער האָט זײ געמאַכט באַשטײן װײַל ער האָט איר צוגעשװיגן אין דעם טאָג װאָס ער האָט געהערט. /30:16 און אױב פֿאַרשטערן װעט ער זײ פֿאַרשטערן לאַנג נאָך דעם װי ער האָט געהערט, װעט ער טראָגן איר זינד. /30:17 דאָס זײַנען די געזעצן װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, צװישן אַ מאַן און זײַן װײַב, צװישן אַ פֿאָטער און זײַן טאָכטער, אין איר יוגנט, אין איר פֿאָטערס הױז. /31:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /31:2 זײַ זיך נוֹקם די נקמה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אָן די מִדיָנים; דערנאָך װעסטו אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק. /31:3 האָט משה גערעדט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: באַװאָפֿנט פֿון אײַך מענער צום חיל, און זאָלן זײ גײן אױף מִדיָן אױסצופֿירן די נקמה פֿון {dn גאָט} אױף מִדיָן. /31:4 צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, זאָלט איר שיקן אין חיל. /31:5 זײַנען צוגעשטעלט געװאָרן פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צװעלף טױזנט באַװאָפֿנטע חיל. /31:6 און משה האָט זײ געשיקט אין חיל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, זײ מיט פּינחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כֹּהן, אין חיל, מיט די הײליקע כּלים און די שאַלטרומײטן אין זײַן האַנט. /31:7 און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף מִדיָן, אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, און זײ האָבן אױסגעהרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן. /31:8 אױך די מלכים פֿון מִדיָן האָבן זײ געהרגעט צװישן זײערע דערשלאָגענע: אַוִי, און רֶקֶם, און צור, און חור, און רֶבֿע, די פֿינף מלכים פֿון מִדיָן; אױך בלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד. /31:9 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿאַנגען די װײַבער פֿון מִדיָן, און זײערע קלײנע קינדער; און אַלע זײערע בהמות, און אַלע זײערע פֿי, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, האָבן זײ אַװעקגערױבט. /31:10 און אַלע זײערע שטעט אין זײערע װוינערטער, און אַלע זײערע לאַגערדערפֿער, האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער. /31:11 און זײ האָבן גענומען דעם גאַנצן זאַקרױב, און דעם גאַנצן טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, /31:12 און האָבן געבראַכט די געפֿאַנגענע און דעם טרײַברױב און דעם זאַקרױב צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און צו דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אין לאַגער, אױף די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ װאָס בײַם יַרדן לעבן יריחו. /31:13 זײַנען משה, און אֶלעָזָר דער כֹּהן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה, אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן אױסן לאַגער. /31:14 און משה האָט געצערנט אױף די אױפֿגעזעצטע איבערן חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, װאָס זײַנען געקומען פֿון מלחמה-דינסט. /31:15 און משה האָט צו זײ געזאָגט: האָט איר געלאָזט לעבן אַלע װײַבספּאַרשױנען? /31:16 דאָס האָבן זײ דאָך, אױף דעם אָנרעד פֿון בִלעָמען, געבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל צו באַגײן אַ פֿעלשונג אָן {dn גאָט}, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און די מגפֿה איז געװען אױף דער עדה פֿון {dn גאָט}. /31:17 און אַצונד הרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קלײנע קינדער, און הרגעט יעטװעדער װײַבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן. /31:18 און אַלע קינדער צװישן די װײַבספּאַרשױנען װאָס װײסן ניט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן, זאָלט איר לאָזן לעבן פֿאַר אײַך. /31:19 און איר, לאַגערט אױסן לאַגער זיבן טעג; איטלעכער װאָס האָט געהרגעט אַ נפֿש, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן אַ דערשלאָגענעם, רײניקט אײַך אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, איר און אײַערע געפֿאַנגענע. /31:20 און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער זאַך פֿון פֿעל, און אַלץ װאָס איז געמאַכט פֿון ציגנהאָר, און יעטװעדער הילצערנע כּלי, זאָלט איר אײַך רײניקן. /31:21 און אֶלעָזָר דער כֹּהן האָט געזאָגט צו די חילס-לײַט װאָס זײַנען געגאַנגען אין מלחמה: דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן: /31:22 אָבער דאָס גאָלד, און דאָס זילבער, דאָס קופּער, דאָס אײַזן, דאָס צין, און דאָס בלײַ, /31:23 אַלץ װאָס קען קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך פֿײַער, און עס װעט װערן רײן; נאָר עס מוז גערײניקט װערן מיט שפּרענגװאַסער. און אַלץ װאָס קען ניט קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך װאַסער. /31:24 און איר זאָלט װאַשן אײַערע קלײדער אױפֿן זיבעטן טאָג, און איר װעט װערן רײן, און דערנאָך מעגט איר אַרײַנקומען אין לאַגער. /31:25 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /31:26 נעם אױף די צאָל פֿון דעם געפֿאַנגענעם טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, דו און אֶלעָזָר דער כֹּהן, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער עדה. /31:27 און זאָלסט צעטײלן דעם טרײַברױב אין העלפֿט, צװישן די מלחמה-האַלטערס װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל, און צװישן דער גאַנצער עדה. /31:28 און זאָלסט אָפּשײדן אַן אָפּגאָב צו {dn גאָט} פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל; אײן שטיק פֿון פֿינף הונדערט, פֿון די מענטשן, און פֿון די רינדער, און פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף. /31:29 פֿון זײער העלפֿט זאָלט איר עס נעמען; און זאָלסט עס געבן צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, אַן אָפּשײדונג צו {dn גאָט}. /31:30 און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו נעמען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, פֿון די רינדער, פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף – פֿון אַלע בהמות; און זאָלסט זײ געבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מִשכּן פֿון {dn גאָט}. /31:31 און משה און אֶלעָזָר דער כֹּהן האָבן געטאָן אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן. /31:32 און דער טרײַברױב װאָס איז געבליבן נאָך דעם רױב װאָס דאָס חיל-פֿאָלק האָט גערױבט, איז געװען: שאָף, זעקס הונדערט טױזנט און זיבעציק טױזנט און פֿינף טױזנט; /31:33 און רינדער, צװײ און זיבעציק טױזנט; /31:34 און אײזלען, אײן און זעכציק טױזנט; /31:35 און נפֿשות פֿון מענטשן, פֿון װײַבספּאַרשױנען װאָס האָבן ניט געװוּסט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן – אַלע נפֿשות, צװײ און דרײַסיק טױזנט. /31:36 און אַ העלפֿט, דער חלק פֿון די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל – די צאָל פֿון די שאָף, איז געװען דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. /31:37 און די אָפּגאָב צו {dn גאָט} פֿון די שאָף איז געװען זעקס הונדערט און פֿינף און זיבעציק. /31:38 און די רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט, און די אָפּגאָב פֿון זײ צו {dn גאָט}, צװײ און זיבעציק. /31:39 און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו {dn גאָט}, אײן און זעכציק. /31:40 און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו {dn גאָט}, צװײ און דרײַסיק נפֿשות. /31:41 און משה האָט איבערגעגעבן די אָפּגאָב פֿון גאָטס אָפּשײדונג צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, אַזױ װי {dn גאָט} האָט משהן באַפֿױלן. /31:42 און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס משה האָט אַראָפּגענומען בײַ די מענער װאָס זײַנען געװען אין חיל – /31:43 און די העלפֿט פֿון דער עדה איז געװען: פֿון די שאָף, דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט; /31:44 און רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט; /31:45 און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; /31:46 און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט – /31:47 פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט משה גענומען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, און פֿון די בהמות, און ער האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מִשכּן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי {dn גאָט} האָט משהן באַפֿױלן. /31:48 און די אױפֿגעזעצטע װאָס איבער די טױזנטן פֿון חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, האָבן גענענט צו משהן; /31:49 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: דײַנע קנעכט האָבן אױפֿגענומען די צאָל פֿון די מלחמה-לײַט װאָס אונטער אונדזער האַנט, און קײנער פֿון אונדז איז ניט געמינערט געװאָרן. /31:50 האָבן מיר געבראַכט אַ מתּנה צו {dn גאָט}, איטלעכער װאָס ער האָט געפֿונען, גילדערנע זאַכן, אָרעמבענדער, און האַנטקײטלעך, פֿינגערלעך, אױרינגען, און האַלדזבענדער, מכפּר צו זײַן אױף אונדזער זעל פֿאַר {dn גאָט}. /31:51 האָבן משה און אֶלעָזָר דער כֹּהן צוגענומען פֿון זײ דאָס גאָלד, אַלערלײ אױסגעאַרבעטע זאַכן. /31:52 און דאָס גאַנצע גאָלד פֿון דער אָפּשײדונג װאָס זײ האָבן אָפּגעשײדט צו {dn גאָט}, איז געװען זעכצן טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק שֶקל, פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט, און פֿון די עלטסטע פֿון הונדערט. – /31:53 די חילס-לײַט האָבן גערױבט איטלעכער פֿאַר זיך. – /31:54 און משה און אֶלעָזָר דער כֹּהן האָבן צוגענומען דאָס גאָלד פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט און פֿון הונדערט, און האָבן עס געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד, אַ דערמאָנונג אָן די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר {dn גאָט}. /32:1 און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד האָבן געהאַט פֿיל פֿי, זײער אַ סך, און זײ האָבן געזען דאָס לאַנד יַעְזֵר און דאָס לאַנד גִלעָד, ערשט דער אָרט איז אַן אָרט פֿאַר פֿי. /32:2 זײַנען די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געקומען, און זײ האָבן געזאָגט צו משהן, און צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און צו די פֿירשטן פֿון דער עדה, אַזױ צו זאָגן: /32:3 עַטָרוֹת, און דיבֿוֹן, און יַעְזֵר, און נִמרָה, און חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵה, און שׂבֿם, און נבֿוֹ, און בעוֹן, /32:4 דאָס לאַנד װאָס {dn גאָט} האָט געשלאָגן פֿאַר דער עדה פֿון ישׂראל, איז אַ לאַנד פֿאַר פֿי, און דײַנע קנעכט האָבן פֿי. /32:5 און זײ האָבן געזאָגט: אױב מיר האָבן געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, זאָל דאָס דאָזיקע לאַנד געגעבן װערן דײַנע קנעכט צום אײגנטום; זאָלסט אונדז ניט אַריבערפֿירן דעם יַרדן. /32:6 האָט משה געזאָגט צו די קינדער פֿון גָד און צו די קינדער פֿון ראובֿן: אײַערע ברידער זאָלן גײן אין מלחמה, און איר זאָלט זיצן דאָ? /32:7 און פֿאַר װאָס זאָלט איר אָפּקערן דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון אַריבערצוגײן אין דעם לאַנד װאָס {dn גאָט} האָט זײ געגעבן? /32:8 אַזױ האָבן געטאָן אײַערע עלטערן, װען איך האָב זײ געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אָנצוקוקן דאָס לאַנד. /32:9 װאָרום זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן אָנגעקוקט דאָס לאַנד, און זײ האָבן אָפּגעקערט דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, ניט צו גײן אין דעם לאַנד, װאָס {dn גאָט} האָט זײ געגעבן. /32:10 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט אין יענעם טאָג, און ער האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: /32:11 אױב די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, װעלן אָנזען די ערד, װאָס איך האָב צוגעשװאָרן צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן! װײַל זײ זײַנען ניט געגאַנגען געטרײַ נאָך מיר. /32:12 אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, װײַל זײ זײַנען געגאַנגען געטרײַ נאָך {dn גאָט}. /32:13 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט אױף ישׂראל, און ער האָט זײ געמאַכט װאָגלען אין דער מדבר פֿערציק יאָר, ביז דער גאַנצער דָור װאָס האָט געטאָן דאָס שלעכטס אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, איז פֿאַרלענדט געװאָרן. /32:14 און אָט זײַט איר אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון אײַערע עלטערן, אַ געזינדל פֿון זינדיקע מענטשן, נאָך צוצולײגן צו דעם גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} אױף ישׂראל. /32:15 װאָרום אַז איר קערט זיך אָפּ פֿון הינטער אים, װעט ער זײ װידער לאָזן אין דער מדבר, און איר װעט אומברענגען דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק. /32:16 האָבן זײ גענענט צו אים, און האָבן געזאָגט: שאָפֿגעהעפֿטן פֿאַר אונדזער פֿי װעלן מיר דאָ בױען, און שטעט פֿאַר אונדזערע קלײנע קינדער. /32:17 אָבער מיר אַלײן װעלן זײַן גרײט באַװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, ביז װאַנען מיר האָבן זײ געבראַכט אױף זײער אָרט; און אונדזערע קלײנע קינדער װעלן זיצן אין די באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון װעגן די באַװוינער פֿון לאַנד. /32:18 מיר װעלן זיך ניט אומקערן אין אונדזערע הײַזער, ביז די קינדער פֿון ישׂראל אַרבן איטלעכער זײַן אַרבונג. /32:19 װאָרום מיר װעלן ניט אַרבן מיט זײ אױף יענער זײַט יַרדן און װײַטער, װײַל אונדז איז אָנגעקומען אונדזער אַרבונג אױף דער זײַט יַרדן, צו מזרח. /32:20 האָט משה צו זײ געזאָגט: אױב איר װעט טאָן די דאָזיקע זאַך, אױב איר װעט אײַך באַװאָפֿענען פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט אױף מלחמה, /32:21 און אַלע באַװאָפֿנטע פֿון אײַך װעלן אַריבערגײן דעם יַרדן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט, ביז ער פֿאַרטרײַבט זײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר אים, /32:22 און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט, און איר װעט זיך דערנאָך אומקערן, װעט איר זײַן רײן פֿאַר {dn גאָט} און פֿאַר ישׂראל, און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט אײַך זײַן צום אײגנטום פֿאַר {dn גאָט}. /32:23 אױב אָבער איר װעט אַזױ ניט טאָן, אַזױ האָט איר געזינדיקט פֿאַר {dn גאָט}, און זײַט װיסן אײַערע שטראָף װאָס װעט אײַך טרעפֿן. /32:24 בױט אײַך שטעט פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער, און געהעפֿטן פֿאַר אײַערע שאָף, אָבער װאָס איז אַרױס פֿון אײַער מױל זאָלט איר טאָן. /32:25 האָבן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דײַנע קנעכט װעלן טאָן אַזױ װי מײַן האַר באַפֿעלט. /32:26 אונדזערע קלײנע קינדער, אונדזערע װײַבער, אונדזער פֿי, און אַלע אונדזערע בהמות, װעלן זײַן דאָרטן אין די שטעט פֿון גִלעָד; /32:27 אָבער דײַנע קנעכט, איטלעכער באַװאָפֿנטער צום חיל, װעלן אַריבערגײן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט אױף מלחמה, אַזױ װי מײַן האַר רעדט. /32:28 און משה האָט באַפֿױלן װעגן זײ אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, /32:29 און משה האָט צו זײ געזאָגט: אױב די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, איטלעכער באַװאָפֿנטער אױף מלחמה, װעלן אַריבערגײן מיט אײַך דעם יַרדן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט, און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר אײַער אָנגעזיכט, זאָלט איר זײ געבן דאָס לאַנד גִלעָד צום אײגנטום. /32:30 אױב אָבער זײ װעלן ניט אַריבערגײן באַװאָפֿנט מיט אײַך, זאָלן זײ קריגן אײגנטום צװישן אײַך אין לאַנד כּנַעַן. /32:31 האָבן זיך אָפּגערופֿן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, אַזױ צו זאָגן: װאָס {dn גאָט} האָט גערעדט צו דײַנע קנעכט, אַזױ װעלן מיר טאָן. /32:32 מיר װעלן אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַר גאָטס געזיכט, אין לאַנד כּנַעַן, און דאָס אײגנטום פֿון אונדזער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן זאָל בלײַבן בײַ אונדז. /32:33 און משה האָט זײ, די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן און דעם האַלבן שבֿט פֿון מנשה דעם זון פֿון יוֹספֿן, געגעבן דאָס קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, דאָס לאַנד לױט אירע שטעט מיט די געמאַרקן, די שטעט פֿון דעם לאַנד רונד אַרום. /32:34 און די קינדער פֿון גָד האָבן אָפּגעבױט דיבֿוֹן, און עַטָרוֹת, און עַרוֹעֵר, /32:35 און עַטרוֹת-שוֹפֿן, און יַעְזֵר, און יָגבהָה, /32:36 און בית-נִמרָה, און בית-הָרָן; באַפֿעסטיקטע שטעט מיט געהעפֿטן פֿאַר שאָף. /32:37 און די קינדער פֿון ראובֿן האָבן אָפּגעבױט חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵא, און קִריָתַיִם, /32:38 און נבֿוֹ, און בעַל-מְעוֹן – מיט אומגעביטענע נעמען – און שִׂבֿמָה; און זײ האָבן אָנגערופֿן מיט נעמען די שטעט װאָס זײ האָבן אָפּגעבױט. /32:39 און די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנשהן זײַנען געגאַנגען קײן גִלעָד, און זײ האָבן עס באַצװוּנגען, און האָבן פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי װאָס דרינען. /32:40 און משה האָט געגעבן גִלעָד צו מָכיר דעם זון פֿון מנשהן, און ער האָט זיך באַזעצט דרינען. /32:41 און יָאיר דער זון פֿון מנשהן איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען זײערע דערפֿער, און ער האָט זײ גערופֿן חווֹת-יָאיר. /32:42 און נוֹבֿח איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען קנָת מיט אירע טעכטערשטעט; און ער האָט זי גערופֿן נוֹבֿח אױף זײַן נאָמען. מַסְעֵי /33:1 דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות אונטער דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען. /33:2 און משה האָט פֿאַרשריבן זײערע אַרױסגאַנגען אױף זײערע ציִונגען לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}; און דאָס זײַנען זײערע ציִונגען אין זײערע אַרױסגאַנגען: /33:3 זײ האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס אין ערשטן חוֹדש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש; אױף מאָרגן נאָכן קָרבן-פּסח זײַנען די קינדער פֿון ישׂראל אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ מִצרַיִם, /33:4 בעת די מִצרים האָבן געהאַלטן אין באַגראָבן די װאָס {dn גאָט} האָט דערשלאָגן צװישן זײ – איטלעכן בכָור; און אױך אױף זײערע געטער האָט {dn גאָט} געטאָן אַ משפּט. /33:5 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס, און גערוט אין סוכּוֹת. /33:6 און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און גערוט אין אֵַתָם װאָס בײַם עק מדבר. /33:7 און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵתָם, און זיך אומגעקערט צו פּי-הַחירוֹת װאָס פֿאַר בעַל-צפֿוֹן, און גערוט פֿאַר מִגדוֹל. /33:8 און זײ האָבן געצױגן פֿון פּנֵי-הַחירוֹת, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען דורכן ים צום מדבר; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג װעגס אין מדבר אֵתָם, און האָבן גערוט אין מָרָה. /33:9 און זײ האָבן געצױגן פֿון מָרָה, און זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און אין אֵילִם זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט. /33:10 און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵילִם, און גערוט בײַם ים-סוף. /33:11 און זײ האָבן געצױגן פֿון ים-סוף, און גערוט אין מדבר סין. /33:12 און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סין און גערוט אין דָפֿקָה. /33:13 און זײ האָבן געצױגן פֿון דָפֿקָה, און גערוט אין אָלוש. /33:14 און זײ האָבן געצױגן פֿון אָלוש, און גערוט אין רפֿידים; און דאָרטן איז ניט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. /33:15 און זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און גערוט אין מדבר סינַי. /33:16 און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סינַי, און גערוט אין קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה. /33:17 און זײ האָבן געצױגן פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, און גערוט אין חַצֵרוֹת. /33:18 און זײ האָבן געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און גערוט אין רִתמָה. /33:19 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִתמָה, און גערוט אין רִמוֹן-פּרֶץ. /33:20 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִמוֹן-פּרֶץ, און גערוט אין לִבֿנָה. /33:21 און זײ האָבן געצױגן פֿון לִבֿנָה, און גערוט אין רִסָה. /33:22 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִסָה, און גערוט אין קהלָה. /33:23 און זײ האָבן געצױגן פֿון קהלָה, און גערוט בײַם באַרג שֶפֿר. /33:24 און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג שֶפֿר, און גערוט אין חַרָדָה. /33:25 און זײ האָבן געצױפֿן פֿון חַרָדָה, און גערוט אין מַקהלוֹת. /33:26 און זײ האָבן געצױגן פֿון מַקהלוֹת, און גערוט אין תַּחַת. /33:27 און זײ האָבן געצױגן פֿון תַּחַת, און גערוט אין תֶּרַח. /33:28 און זײ האָבן געצױגן פֿון תֶּרַח, און גערוט אין מִתקָה. /33:29 און זײ האָבן געצױגן פֿון מִתקָה, און גערוט אין חַשמוֹנָה. /33:30 און זײ האָבן געצױגן פֿון חַשמוֹנָה, און גערוט אין מוֹסֵרוֹת. /33:31 און זײ האָבן געצױגן פֿון מוֹסֵרוֹת, און גערוט אין בנֵי-יַעֲקָן. /33:32 און זײ האָבן געצױגן פֿון בנֵי-יַעֲקָן, און גערוט אין חוֹר-הַגִדגָד. /33:33 און זײ האָבן געצױגן פֿון חוֹר-הַגִדגָד, און גערוט אין יָטבֿה. /33:34 און זײ האָבן געצױגן פֿון יָטבֿה, און גערוט אין עַבֿרוֹנָה. /33:35 און זײ האָבן געצױגן פֿון עַבֿרוֹנָה, און גערוט אין עֶציוֹן-גֶבֿר. /33:36 און זײ האָבן געצױגן פֿון עֶציוֹן-גֶבֿר, און גערוט אין מדבר צִן, דאָס איז קָדֵש. /33:37 און זײ האָבן געצױגן פֿון קָדֵש, און גערוט בײַם באַרג הוֹר, אין עק פֿון לאַנד אֶדוֹם. /33:38 און אַהרן דער כֹּהן איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן, אין דעם פֿערציקסטן יאָר נאָך דעם װי די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין פֿינפֿטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש. /33:39 און אַהרן איז געװען הונדערט און דרײַ און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר. /33:40 און דער כּנַעֲני, דער מלך פֿון עַרָד, װאָס איז געזעסן אין דָרום, אין לאַנד כּנַעַן, האָט געהערט װעגן דעם קומען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /33:41 און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר, און גערוט אין צַלמוֹנָה. /33:42 און זײ האָבן געצױגן פֿון צַלמוֹנָה, און גערוט אין פֿונוֹן. /33:43 און זײ האָבן געצױגן פֿון פֿונוֹן, און גערוט אין אוֹבֿוֹת. /33:44 און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת, און גערוט אין עִיֵי-עַבֿרים, בײַם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ. /33:45 און זײ האָבן געצױגן פֿון עִיִים, און גערוט אין דיבֿוֹן-גָד. /33:46 און זײ האָבן געצױגן פֿון דיבֿוֹן-גָד, און גערוט אין עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם. /33:47 און זײ האָבן געצױגן פֿון עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם, און גערוט אין די בערג פֿון עַבֿרים, פֿאַר נבֿוֹ. /33:48 און זײ האָבן געצױגן פֿון די בערג פֿון עַבֿרים, און גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו. /33:49 און זײ האָבן גערוט בײַם יַרדן, פֿון בית-ישימוֹת ביז אָבֿל-שִטים אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ. /33:50 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו, אַזױ צו זאָגן: /33:51 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר גײט אַריבער דעם יַרדן קײן לאַנד כּנַעַן, /33:52 זאָלט איר פֿאַרטרײַבן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אונטערברענגען אַלע זײערע בילדער, און אַלע זײערע געגאָסענע געצן זאָלט איר אונטערברענגען, און אַלע זײערע במות זאָלט איר פֿאַרטיליקן. /33:53 און איר זאָלט פֿאַרנעמען דאָס לאַנד, און זיך באַזעצן דרינען, װאָרום אײַך האָב איך געגעבן דאָס לאַנד, עס צו אַרבן. /33:54 און איר זאָלט אַרבן דאָס לאַנד דורך גוֹרל, לױט אײַערע משפּחות; דעם מערערן זאָלט איר געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה. דאָרטן װוּ זײַן גוֹרל װעט אױספֿאַלן, זאָל געהערן צו אים; לױט אײַערע פֿאָטערשטאַמען זאָלט איר אײַך אַרבן. /33:55 און אױב איר װעט ניט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך די באַװוינער פֿון לאַנד, װעלן די װאָס איר װעט איבערלאָזן פֿון זײ, זײַן פֿאַר דערנער אין אײַערע אױגן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע זײַטן, און זײ װעלן אײַך דריקן אין דעם לאַנד װאָס איר זיצט דרינען. /33:56 און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב געדאַכט צו טאָן צו זײ, װעל איך טאָן צו אײַך. /34:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /34:2 באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט קײן לאַנד כּנַעַן, זאָל דאָס זײַן דאָס לאַנד װאָס װעט אײַך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה – דאָס לאַנד כּנַעַן לױט אירע געמאַרקן: /34:3 די דָרום-זײַט זאָל אײַך זײַן פֿון מדבר צִן לעבן אֶדוֹם, און דער געמאַרק פֿון דָרום זאָל אײַך זײַן פֿון עק יַם-הַמֶלַח, צו מזרח. /34:4 און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען בײַ אײַך צו דָרום פֿון דעם אױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און אַריבערגײן קײן צִן; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן אין דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ; און ער זאָל אַרױסגײן צו חַצַר-אַדָר, און אַריבערגײן ביז עַצמוֹן. /34:5 און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען פֿון עַצמוֹן צום טײַך פֿון מִצרַיִם; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן בײַם ים. /34:6 און דער געמאַרק פֿון מערבֿ זאָל אײַך זײַן דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון מערבֿ. /34:7 און דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון: פֿון יַם-הַגָדול זאָלט איר אײַך צײכענען ביז דעם באַרג הוֹר. /34:8 פֿון באַרג הוֹר זאָלט איר צײכענען ביז מע קומט קײן חַמָת; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק זאָל זײַן בײַ צדָד. /34:9 און דער געמאַרק זאָל אַרױסגײן בײַ זִפֿרוֹן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן חַצַר-עֵינָן. דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון. /34:10 און איר זאָלט אײַך צײכענען פֿאַרן געמאַרק פֿון מזרח פֿון חַצַר-עֵינָן ביז שפֿם. /34:11 און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן פֿון שפֿם ביז רִבֿלָה, אין מזרח פֿון עַיִן; און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן און זיך אָנשטױסן אָן דעם באַרגרוקן פֿון ים כִּנֶרֶת, צו מזרח. /34:12 און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן צום יַרדן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן דער יַם-הַמֶלַח. דאָס זאָל אײַך זײַן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן רונד אַרום. /34:13 און משה האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט עס זיך אַרבן לױט גוֹרל, װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן צו געבן צו די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. /34:14 װאָרום דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, האָבן געקריגן, און האַלב שבֿט מנשה האָבן געקריגן, זײער נחלה. /34:15 די צװײ שבֿטים און דער האַלבער שבֿט האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן לעבן יריחו, צו מזרח, צו זונאױפֿגאַנג. /34:16 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /34:17 דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן אַרבן פֿאַר אײַך דאָס לאַנד: אֶלעָזָר דער כֹּהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון. /34:18 און איר זאָלט נעמען צו אײן פֿירשט, צו אײן פֿירשט פֿון אַ שבֿט, צו אַרבן דאָס לאַנד. /34:19 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער: פֿאַר שבֿט יהודה, כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן. /34:20 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שמואל דער זון פֿון עַמיהודן. /34:21 פֿאַר שבֿט בנימין, אֶלידָד דער זון פֿון כִּסלוֹנען. /34:22 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן, דער פֿירשט בוקי דער זון פֿון יָגלין. /34:23 פֿאַר די קינדער פֿון יוֹסף: פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה, דער פֿירשט חַניאֵל דער זון פֿון אֵפֿוֹדן; /34:24 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, דער פֿירשט קמואֵל דער זון פֿון שִפֿטָנען. /34:25 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, דער פֿירשט אֶליצָפֿן דער זון פֿון פּרנָכן. /34:26 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, דער פֿירשט פּלטיאֵל דער זון פֿון עַזָנען. /34:27 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר, דער פֿירשט אַחיהוד דער זון פֿון שלוֹמין, /34:28 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, דער פֿירשט פּדָהאֵל דער זון פֿון עַמיהודן. /34:29 דאָס זײַנען די װעמען {dn גאָט} האָט באַפֿױלן צו מאַכן אַרבן די קינדער פֿון ישׂראל אין לאַנד כּנַעַן. /35:1 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו, אַזױ צו זאָגן: /35:2 באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן געבן די לוִיִים פֿון דער נחלה פֿון זײער אײגנטום שטעט צום װוינען; און אַ פֿרײַען פּלאַץ צו די שטעט רונד אַרום זײ זאָלט איר געבן די לוִיִים. /35:3 און די שטעט װעלן זײַן פֿאַר זײ צום װוינען, און זײערע פֿרײַע פּלעצער װעלן זײַן פֿאַר זײער פֿי, און פֿאַר זײער פֿאַרמעג, און פֿאַר אַלע זײערע בהמות. /35:4 און די פֿרײַע פּלעצער פֿון די שטעט, װאָס איר װעט געבן די לוִיִים דרױסן פֿון דער שטאָט מױער, זאָלן זײַן טױזנט אײלן רונד אַרום. /35:5 און איר זאָלט אָפּמעסטן אױסן שטאָט, מזרח-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און דָרום-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און מערבֿ-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און צפֿון-זײַט צװײ טױזנט אײלן, מיט דער שטאָט אין מיטן. דאָס זאָלן בײַ זײ זײַן די פֿרײַע פּלעצער פֿון די שטעט. /35:6 און די שטעט װאָס איר װעט געבן די לוִיִים, זאָלן זײַן די זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איר װעט געבן פֿאַר דעם טױטשלעגער צו אַנטלױפֿן אַהין; און צו זײ זאָלט איר צוגעבן צװײ און פֿערציק שטעט. אַלע שטעט װאָס איר װעט געבן די לוִיִים, זאָלן זײַן אַכט און פֿערציק שטעט; /35:7 זײ מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. /35:8 און די שטעט װאָס איר װעט געבן פֿון דעם אײגנטום פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, זאָלט איר פֿון דעם מערערן נעמען מער, און פֿון דעם װינציקערן נעמען װינציקער; איטלעכער לױט זײַן אַרבונג װאָס ער אַרבט, זאָל געבן פֿון זײַנע שטעט צו די לוִיִים. /35:9 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /35:10 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר גײט אַריבער דעם יַרדן קײן לאַנד כּנַעַן, /35:11 זאָלט איר אײַך באַשטימען שטעט װאָס זאָלן אײַך זײַן שטעט פֿון אַנטרינונג, און אַהין זאָל אַנטלױפֿן דער טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע. /35:12 און די שטעט זאָלן אײַך זײַן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם בלוטמאָנער, און דער טױטשלעגער זאָל ניט שטאַרבן אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט. /35:13 און די שטעט װאָס איר זאָלט געבן: זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן בײַ אײַך זײַן. /35:14 דרײַ שטעט זאָלט איר געבן פֿון דער זײַט יַרדן, און דרײַ שטעט זאָלט איר געבן אין לאַנד כּנַעַן; שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן זײ זײַן. /35:15 פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַרן פֿרעמדן, און פֿאַרן אײַנגעװאַנדערטן צװישן זײ, זאָלן זײַן די דאָזיקע זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג, אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע. /35:16 אױב אָבער ער האָט אים דערשלאָגן מיט אַן אײַזערנער זאַך, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. /35:17 און אױב ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ שטײן אין האַנט, װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. /35:18 אָדער אַז ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ הילצערנער זאַך אין האַנט, װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. /35:19 דער בלוטמאָנער, ער זאָל טײטן דעם מערדער; װען ער טרעפֿט אים, זאָל ער אים טײטן. /35:20 און אױב ער האָט אים מיט שׂנאה אַ שטױס געטאָן, אָדער ער האָט געשלײַדערט אױף אים עפּעס מיט אַ כּיװן, און ער איז געשטאָרבן, /35:21 אָדער ער האָט אים מיט פֿײַנטשאַפֿט געשלאָגן מיט זײַן האַנט, און ער איז געשטאָרבן, זאָל טײטן געטײט װערן דער שלעגער; אַ מערדער איז ער; דער בלוטמאָנער זאָל טײטן דעם מערדער, װען ער טרעפֿט אים. /35:22 אױב אָבער ער האָט אים אומגעריכט, אָן פֿײַנטשאַפֿט, אַ שטױס געטאָן, אָדער ער האָט געשלײַדערט אױף אים עפּעס אַ זאַך אָן אַ כּיװן, /35:23 אָדער מיט עפּעס אַ שטײן װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, האָט ער געװאָרפֿן אױף אים אומגעזען, און ער איז געשטאָרבן, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא, און ניט אױסן געװען זײַן בײז, /35:24 זאָל די עדה משפּטן צװישן דעם שלעגער און צװישן דעם בלוטמאָנער לױט די דאָזיקע געזעצן. /35:25 און די עדה זאָל מציל זײַן דעם טױטשלעגער פֿון דעם בלוטמאָנערס האַנט, און די עדה זאָל אים אומקערן צו זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, װאָס ער איז אַהין אַנטלאָפֿן, און ער זאָל זיצן אין איר ביז דעם טױט פֿון כֹּהן-גָדול װאָס מע האָט אים געזאַלבט מיטן הײליקן אײל. /35:26 אױב אָבער אַרױסגײן װעט אַרױסגײן דער טױטשלעגער פֿון דעם געמאַרק פֿון זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, װאָס ער איז אַהין אַנטלאָפֿן, /35:27 און דער בלוטמאָנער װעט אים געפֿינען אױסער דעם געמאַרק פֿון זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, און דער בלוטמאָנער װעט טײטן דעם טױטשלעגער, האָט ער אױף זיך ניט קײן בלוט. /35:28 װאָרום אין זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג מוז ער זיצן ביז דעם טױט פֿון כֹּהן-גָדול, און ערשט נאָך דעם טױט פֿון כֹּהן-גָדול מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון זײַן אײגנטום. /35:29 דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַ רעכטגעזעץ אױף אײַערע דָור-דורות אין אַלע אײַערע װוינערטער. /35:30 װער נאָר עס דערשלאָגט אַ נפֿש, זאָל מען הרגען דעם מערדער לױט דעם מױל פֿון עדות; און אײן עדות קען ניט עדות-זאָגן אױף אַ מענטשן, ער זאָל שטאַרבן. /35:31 און איר זאָלט ניט אָננעמען אַן אױסלײז פֿאַר דעם נפֿש פֿון אַ מערדער װאָס איז פֿאַרשולדיקט צום טױט; נײַערט טײטן מוז ער געטײט װערן. /35:32 און איר זאָלט ניט אָננעמען אַן אױסלײז פֿון דעם װאָס איז אַנטלאָפֿן אין זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, אַז ער זאָל מעגן זיך אומקערן װוינען אין לאַנד פֿאַר דעם כֹּהנס טױט. /35:33 און איר זאָלט ניט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס איר זיצט דרינען, װאָרום בלוט דאָס מאַכט זינדיק דאָס לאַנד, און דעם לאַנד װערט ניט פֿאַרגעבן פֿאַר דעם בלוט װאָס איז דרינען פֿאַרגאָסן געװאָרן, סײַדן מיט דעם בלוט פֿון דעם װאָס האָט עס פֿאַרגאָסן. /35:34 און זאָלסט ניט פֿאַראומרײניקן דאָס לאַנד װאָס איר זיצט דרינען, װאָס איך רו אין דעם; װאָרום איך, {dn יהוה}, רו צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /36:1 און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער משפּחה פֿון די קינדער פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנשהן, פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון יוֹסף, האָבן גענענט, און האָבן גערעדט פֿאַר משהן, און פֿאַר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, /36:2 און זײ האָבן געזאָגט: {dn גאָט} האָט באַפֿױלן מײַן האַר צו געבן דאָס לאַנד אין נחלה לױט גוֹרל צו די קינדער פֿון ישׂראל, און מײַן האַר איז באַפֿױלן געװאָרן פֿון {dn גאָט} צו געבן די נחלה פֿון אונדזער ברודער צלָפֿחָדן צו זײַנע טעכטער. /36:3 און אַז זײ װעלן װערן פֿאַר װײַבער צו אײנעם פֿון די זין פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װעט זײער נחלה געמינערט װערן פֿון דער נחלה פֿון אונדזערע פֿאָטערס, און װעט צוגעלײגט װערן צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים געהערן; אַזױ װעט געמינערט װערן פֿון דעם גוֹרל פֿון אונדזער נחלה. /36:4 אַפֿילו אַז יוֹבֿל װעט זײַן בײַ די קינדער פֿון ישׂראל, װעט זײער נחלה בלײַבן צוגעלײגט צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים געהערן, און זײער נחלה װעט געמינערט װערן פֿון דער נחלה פֿון אונדזערע פֿאָטערס. /36:5 האָט משה באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: גערעכט טענהט דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון יוֹסף. /36:6 דאָס איז די זאַך װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן װעגן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן, אַזױ צו זאָגן: זײ מעגן װערן פֿאַר װײַבער צו דעם װאָס װעט װוילגעפֿעלן אין זײערע אױגן, אָבער אין דער משפּחה פֿון דעם שבֿט פֿון זײער פֿאָטער זאָלן זײ װערן פֿאַר װײַבער. /36:7 כּדי אַ נחלה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָל ניט איבערגײן פֿון שבֿט צו שבֿט; נײַערט די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײַן באַהעפֿט איטלעכער אָן דער נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון זײַנע פֿאָטערס. /36:8 און יעטװעדער טאָכטער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס ירשעט אַ נחלה, מוז װערן פֿאַר אַ װײַב צו אײנעם פֿון דער משפּחה פֿון איר פֿאָטערס שבֿט; כּדי די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ירשען איטלעכער די נחלה פֿון זײַנע פֿאָטערס. /36:9 און אַ נחלה זאָל ניט איבערגײן פֿון אײן שבֿט צו אַן אַנדער שבֿט; נײַערט די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײַן באַהעפֿט איטלעכער אָן זײַן נחלה. /36:10 אַזױ װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן געטאָן. /36:11 און מַחלָה, תִּרצָה, און חָגלָה, און מִלכָּה, און נוֹעָה, די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן, זײַנען געװאָרן פֿאַר װײַבער צו די זין פֿון זײערע פֿעטערס. /36:12 אין די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מנשה דעם זון פֿון יוֹספֿן זײַנען זײ געװאָרן פֿאַר װײַבער, און זײער נחלה איז געבליבן אין דעם שבֿט פֿון זײער פֿאָטערס משפּחה. /36:13 דאָס זײַנען די געבאָט און די געזעצן װאָס {dn גאָט} האָט געבאָטן די קינדער פֿון ישׂראל דורך משהן אין די פּלױנען פֿון מואָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחו. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.