תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש דִבֿרֵי הַיָמִים א /1:1 אָדָם, שֵת, אֶנוֹש; /1:2 קֵינָן, מַהלַלאֵל, יָרֶד; /1:3 חַנוֹך, מתושֶלַך, לֶמֶך; /1:4 נח, שֵם, חָם, און יֶפֿת. /1:5 די זין פֿון יֶפֿתן: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובֿל, און מֶשֶך, און תּירָס. /1:6 און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה. /1:7 און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרשישָה, די כִּתּים, און די דוֹדָנים. /1:8 די זין פֿון חָמען: כּוש, און מִצרַיִם, פּוט, און כּנַעַן. /1:9 און די זין פֿון כּושן: סבֿאָ, און חוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמאָ, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעמאָן: שבֿאָ, און דדָן. /1:10 און כּוש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד. /1:11 און מִצרַיִם האָט געבאָרן די לודים, און די עַנָמים, און די להָבֿים, און די נַפֿתּוחים, /1:12 און די פַּתרוסים, און די כַּסלוחים, – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און די כַּפֿתּוֹרים. /1:13 און כּנַעַן האָט געבאָרן צידוֹן זײַן בכָור, און חֵתן; /1:14 און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי; /1:15 און דעם חִוי, און דעם עַרקי, און דעם סיני; /1:16 און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חמָתי. /1:17 די זין פֿון שֵמען: עֵילָם, און אַשור, און אַרפּכשַד, און לוד, און אַרָם, און עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מֶשֶך. /1:18 און אַרפּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֿרן. /1:19 און בײַ עֵבֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן. /1:20 און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חצַרמָוֶתן, און יֶרַחן; /1:21 און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן; /1:22 און עֵיבֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן; /1:23 און אוֹפֿירן, און חוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין. /1:24 שֵם, אַרפּכשַד, שֶלַח; /1:25 עֵבֿר, פֶּלֶג, רְעו; /1:26 שׂרוג, נָחוֹר, תֶּרַח; /1:27 אַבֿרָם, דאָס איז אַבֿרָהָם. /1:28 די זין פֿון אַבֿרהמען: יִצחק, און יִשמָעֵאל. /1:29 דאָס זײַנען זײערע געבורטן: דער בכָור פֿון יִשמָעֵאלן, נבֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם; /1:30 מִשמָע, און דומָה, מַשׂאָ, חדַד, און תֵּימאָ; /1:31 איטור, נָפֿיש, און קֵדמָה. דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן. /1:32 און די זין פֿון קטורָה, אַבֿרהמס קעפּסװײַב: זי האָט געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחן. און די זין פֿון יָקשָנען זײַנען געװען: שבֿאָ, און דדָן. /1:33 און די זין פֿון מִדיָנען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון קטורָהן. /1:34 און אַבֿרהם האָט געבאָרן יצחקן. די זין פֿון יצחקן זײַנען געװען: עֵשָׂו, און יִשׂרָאֵל. /1:35 די זין פֿון עֵשָׂון: אֶליפֿז, רְעואֵל, און יְעוש, און יַעְלָם, און קֹרח /1:9 /1:36 די זין פֿון אֶליפֿזן: תֵּימָן, און אוֹמָר צפֿי, און גַעְתָּם, קנַז, און תִּמנַע, און עַמָלֵק. /1:37 די זין פֿון רְעואֵלן: נַחת, זֶרַח, שַמָה, און מִזָה. /1:38 און די זין פֿון שֵׂעִירן: לוֹטָן, און שוֹבֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, און דישוֹן, און אֵצֶר, און דישָן. /1:39 און די זין פֿון לוֹטָנען: חוֹרי, און הוֹמָם; און די שװעסטער פֿון לוֹטָנען: תִּמנַע. /1:40 די זין פֿון שוֹבֿלן: עַליָן, און מָנַחת, און עֵיבֿל, שפֿי, און אוֹנָם. און די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה, און עַנָה. /1:41 די זין פֿון עַנָהן: דישוֹן. און די זין פֿון דישוֹנען: חמרָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כרָן. /1:42 די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, יַעֲקָן. די זין פֿון דישָנען: עוץ, און אַרָן. /1:43 און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון ישׂראל: בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה. /1:44 איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בצרָה. /1:45 איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני. /1:46 איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית. /1:47 איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה. /1:48 איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך. /1:49 איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט בעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן; /1:50 איז בעַל-חָנָן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעִי; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן. /1:51 און הַדַד איז געשטאָרבן. און די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם זײַנען געװען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת; /1:52 דער פֿירשט פֿון אָהליבֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן; /1:53 דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר; /1:54 דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם. /2:1 דאָס זײַנען די זין פֿון ישׂראלן: ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהודה, יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון; /2:2 דָן, יוֹסף, און בנימין, נפֿתּלי, גָד, און אָשר. /2:3 די זין פֿון יהודהן: עֵר, און אוֹנָן, און שֵלָה; די דרײַ זײַנען אים געבאָרן געװאָרן פֿון בת-שועַ דער כּנַעֲנית, און עֵר, יהודהס בכָור, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און ער האָט אים געטײט. /2:4 און תָּמָר זײַן שנור האָט אים געבאָרן פֶּרֶצן, און זֶרַחן. אַלע זין פֿון יהודהן: פֿינף. /2:5 די זין פֿון פֶּרֶצן: חֶצרוֹן, און חָמול. /2:6 און די זין פֿון זֶרַחן: זִמרי, און אֵיתָן, און הֵימָן, און כַּלכּוֹל, און דָרַע; אין אַלעמען פֿינף. /2:7 און די זין פֿון כּרמין: עָכָר, דער פֿאַראומגליקער פֿון ישׂראל װאָס האָט געפֿעלשט אָן חרם. /2:8 און די זין פֿון אֵיתָנען: עַזַריָה. /2:9 און די זין פֿון חֶצרוֹנען װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן: ירַחמְאֵל, און רָם, און כּלובָֿי. /2:10 און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבֿן, און עַמינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחשוֹן דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהודה. /2:11 און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמאָן, און שַׂלמאָ האָט געבאָרן בוֹעַזן. /2:12 און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֿדן, און עוֹבֿד האָט געבאָרן יִשַין. /2:13 און יִשַי האָט געבאָרן זײַן בכָור אֶליאָבֿן, און אַבֿינָדָבֿ דעם צװײטן, און שִמעָא דעם דריטן; /2:14 נתַנאֵל דעם פֿירטן, רַדַי דעם פֿינפֿטן; /2:15 אוֹצֶם דעם זעקסטן, דוד דעם זיבעטן. /2:16 און זײערע שװעסטער זײַנען געװען צרױָה, און אַבֿיגַיִל. און די זין פֿון צרױָהן: אַבֿשַי, און יוֹאָבֿ, און עַשָׂהאֵל – דרײַ. /2:17 און אַבֿיגַיִל האָט געבאָרן עַמָשׂאָן, און עַמָשׂאָס פֿאָטער איז געװען יֶתֶר דער יִשמעאֵלי. /2:18 און כָּלֵבֿ דער זון פֿון חֶצרוֹנען האָט געהאַט קינדער מיט דער װײַב עַזובֿהן – און מיט יריעוֹתן – און דאָס זײַנען אירע זין: יֵשֶר, און שוֹבֿבֿ, און אַרדוֹן. /2:19 איז עַזובֿה געשטאָרבן און כָּלֵבֿ האָט זיך גענומען אֶפֿרָתן, און זי האָט אים געבאָרן חורן. /2:20 און חור האָט געבאָרן אורין, און אורי האָט געבאָרן בצַלאֵלן. /2:21 און דערנאָך איז געקומען חֶצרוֹן צו דער טאָכטער פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װאָס ער האָט גענומען װען ער איז געװען זעכציק יאָר אַלט; און זי האָט אים געבאָרן שׂגובֿן. /2:22 און שׂגובֿ האָט געבאָרן יָאירן, װאָס האָט געהאַט דרײַ און צװאַנציק שטעט אין לאַנד גִלעָד. /2:23 און גשור און אַרַם האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ חווֹת-יָאיר, קנָת און אירע טעכטערשטעט, זעכציק שטעט. די אַלע זײַנען די זין פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד. /2:24 און נאָך חֶצרוֹנס טױט אין כָּלֵבֿ-אֶפֿרָת, האָט אַבֿיָה, חֶצרוֹנס װײַב, געבאָרן פֿון אים אַשחור דעם פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ. /2:25 און די זין פֿון ירַחמְאֵל, חֶצרוֹנס בכָור, זײַנען געװען: דער בכָור רָם, און בונָה, און אוֹרֶן, און אוֹצֶם, אַחיָה. /2:26 און ירַחמְאֵל האָט געהאַט נאָך אַן אַנדער װײַב, װאָס איר נאמען איז געװען עַטָרָה; זי איז געװען די מוטער פֿון אוֹנָמען. /2:27 און די זין פֿון רָם, ירַחמְאֵלס בכָור, זײַנען געװען: מַעַץ, און יָמין, און עֵקֶר. /2:28 און די זין פֿון אוֹנָמען זײַנען געװען: שַמַי, און יָדָע. און די זין פֿון שַמַין: נָדָבֿ, און אַבֿישור. /2:29 און דער נאָמען פֿון אַבֿישורס װײַב איז געװען אַבֿיהַיִל; און זי האָט אים געבאָרן אַחבָנען, און מוֹלידן. /2:30 און די זין פֿון נָדָבֿן: סֶלֶד, און אַפּיִם. און סֶלֶד איז געשטאָרבן אָן קינדער. /2:31 און די זין פֿון אַפּימען: יִשעִי. און די זין פֿון יִשעִין: שֵשָן. און די זין פֿון שֵשָנען: אַחלָי. /2:32 און די זין פֿון יָדָע, שַמַיס ברודער: יֶתֶר, און יוֹנָתָן. און יֶתֶר איז געשטאָרבן אָן קינדער. /2:33 און די זין פֿון יוֹנָתָנען: פּלֶת, און זָזאָ. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון ירַחמְאֵלן. /2:34 און שֵשָן האָט ניט געהאַט קײן זין נאָר טעכטער. און בײַ שֵשָנען איז געװען אַ קנעכט אַ מִצרי, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יַרחע. /2:35 האָט שֵשָן געגעבן זײַן טאָכטער צו זײַן קנעכט יַרחען פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן עַתַּין. /2:36 און עַתַּי האָט געבאָרן נָתָנען, און נָתָן האָט געבאָרן זָבֿדן. /2:37 און זָבֿד האָט געבאָרן אֶפֿלָלן, און אֶפֿלָל האָט געבאָרן עוֹבֿדן. /2:38 און עוֹבֿד האָט געבאָרן יֵהואן, און יֵהוא האָט געבאָרן עַזַריָהן. /2:39 און עַזַריָה האָט געבאָרן חלֶצן, און חלֶץ האָט געבאָרן אֶלעָשָׂהן. /2:40 און אֶלעָשָׂה האָט געבאָרן סִסמָין, און סִסמָי האָט געבאָרן שַלומען. /2:41 און שַלום האָט געבאָרן יקַמיָהן, און יקַמיָה האָט געבאָרן אֶלישָמָען. /2:42 און די זין פֿון כָּלֵבֿ, ירַחמְאֵלס ברודער: מֵישָע זײַן בכָור, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון זיפֿן, און די זין פֿון מָרֵשָה דעם פֿאָטער פֿון חבֿרוֹנען. /2:43 און די זין פֿון חבֿרוֹנען זײַנען געװען: קֹרַך און תַּפּוח, און רֶקֶם, און שֶמַע. /2:44 און שֶמַע האָט געבאָרן רַחם דעם פֿאָטער פֿון יַרקעָמען, און רֶקֶם האָט געבאָרן שַמַין. /2:45 און דער זון פֿון שַמַין איז געװען מָעוֹן, און מָעוֹן איז געװען דער פֿאָטער פֿון בית-צור. /2:46 און עֵיפֿה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן חָרָנען, און מוֹצאָן, און גָזֵזן; און חָרָן האָט געבאָרן גָזֵזן. /2:47 און די זין פֿון יָהדָין זײַנען געװען: רֶגֶם, און יוֹתָם, און גֵישָן, און פּלֶט, און עֵיפֿה, און שַעַף. /2:48 מַעֲכָה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן שֶבֿרן, און תִּרחנָהן. /2:49 און די װײַב פֿון שַעַף דעם פֿאָטער פֿון מַדמַנָה, האָט געבאָרן שוָא דעם פֿאָטער פֿון מַכבנאָ און דעם פֿאָטער פֿון גִבֿעָא. און די טאָכטער פֿון כָּלֵבֿן איז געװען עַכסָה. /2:50 דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון כָּלֵבֿן. די זין פֿון חור, דעם בכָור פֿון אֶפֿרָתן: שוֹבֿל דער פֿאָטער פֿון קִריַת-יעָרים, /2:51 שַׂלמאָ דער פֿאָטער פֿון בית-לֶחֶם, חָרֵף דער פֿאָטער פֿון בית-גָדֵר. /2:52 און די קינדרע פֿון שוֹבֿל דעם פֿאָטער פֿון קִריַת-יעָרים זײַנען געװען: הָרוֹאֶה, און האַלב מנוחוֹת. /2:53 און די משפּחות פֿון קִריַת-יעָרים זײַנען געװען: די יתֵרים, און די פּותים, און די שומָתים, און די מִשׂרָעִים. פֿון די דאָזיקע זײַנען אַרױסגעקומען די צָרעָתים, און די אֶשתָּאולים. /2:54 די קינדער פֿון שַׂלמאָן: בית-לֶחֶם, און די נטוֹפֿתים, עַטרוֹת-בית-יוֹאָבֿ, און אַ העלפֿט פֿון די מָנַחַתער, די צָרעִים. /2:55 און די משפּחות פֿון די שרײַבער, די באַװױנער פֿון יַעְבץ, זײַנען געװען: די תִּרעָתים, די שִמעָתים, די שׂוכָתים. דאָס זײַנען די קינים װאָס קומען אַרױס פֿון חמַת דעם פֿאָטער פֿון דעם הױז פֿון רֵכָבֿ. /3:1 און דאָס זײַנען די זין פֿון דודן װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן: דער בכָור, אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעַמען פֿון יִזרְעֶאל; דער צװײטער, דניאל, פֿון אַבֿיגַיִלן, פֿון כַּרמֶל; /3:2 דער דריטער, אַבֿשָלוֹם דער זון פֿון מַעֲכָה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור; דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן; /3:3 דער פֿינפֿטער, שפֿטיָה, פֿון אַבֿיטַלן; דער זעקסטער, יִתרְעָם, פֿון זײַן װײַב עֶגלָהן. /3:4 די זעקס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרון; און ער האָט דאָרטן געקיניגט זיבן יאָר און זעקס חדשים; און דרײַ און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. /3:5 און די דאָזיקע זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושָלַיִם: שִמעָא, און שוֹבֿבֿ, און נָתָן, און שלמה – פֿיר, פֿון בת-שועַ דער טאָכטער פֿון עַמיאֵלן; /3:6 און יבֿחר, און אֶלישָמָע, און אֶליפֶֿלֶט; /3:7 און נוֹבה, און נֶפֿג, און יָפֿיעַ; /3:8 און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט – נײַן. /3:9 דאָס זײַנען אַלע זין פֿון דודן, אַחוץ די זין פֿון די קעפּסװײַבער, און זײער שװעסטער תָּמָר. /3:10 און דער זון פֿון שלמהן איז געװען רחבֿעָם. זײַן זון איז געװען אַבֿיָה, זײַן זון אָסאָ, זײַן זון יהוֹשָפֿט; /3:11 זײַן זון יוֹרָם, זײַן זון אַחזיָהו, זײַן זון יוֹאָש; /3:12 זײַן זון אַמַציָהו, זײַן זון עַזַריָה, זײַן זון יוֹתָם; /3:13 זײַן זון אָחז, זײַן זון חזקִיָה, זײַן זון מנשה; /3:14 זײַן זון אָמוֹן, זײַן זון יאשִיָהו. /3:15 און די זין פֿון יאשִיָהון זײַנען געװען: דער בכָור יוֹחנָן, דער צװײטער יהוֹיָקים דער דריטער צִדקִיָה, דער פֿירטער, שַלום. /3:16 און די זין פֿון יהוֹיָקימען זײַנען געװען: זײַן זון יכָניָה, זײַן זון צִדקִיָה. /3:17 און די זין פֿון יכָניָה דעם געפֿאַנגענעם: זײַן זון שְאַלתּיאֵל, /3:18 און מַלכּירָם, און פּדָיָה, און שֶנאַצַר, יקַמיָה, הוֹשָמָע, און נדַבֿיָה. /3:19 און די זין פֿון פּדָיָהן: זרובבֿל, און שִמעִי. און די קינדער פֿון זרובבֿלן: משולָם, און חנַניָה, און זײער שװעסטער שלוֹמית; /3:20 און חשובֿה, און אוֹהֶל, און ברֶכיָה, און חסַדיָה, יאָשַבֿ-חסֶד – פֿינף. /3:21 און די זין פֿון חנַניָהן: פּלַטיָה און ישַעיָה. די זין פֿון [ישַעיָהן]: רפֿיָה. די זין פֿון [רפֿיָהן]: אַרנָן. די זין פֿון [אַרנָנען]: עוֹבֿדיָה. די זין פֿון [עוֹבֿדיָהן]: שכַניָה. /3:22 און די זין פֿון שכַניָהן: שמַעיָה. און די זין פֿון שמַעיָהן: חטוש, און יִגְאָל, און בריח, און נעַריָה, און שָפֿט – זעקס. /3:23 און די זין פֿון נעַריָהן: אֶליוֹעֵינַי, און חזקִיָה, און עַזריקָם – דרײַ. /3:24 און די זין פֿון אֶליוֹעֵינַין: הוֹדַוְיָהו און אֶליָשיבֿ, און פּלָיָה, און עַקובֿ, און יוֹחנָן, און דלָיָה, און עַנָני – זיבן. /4:1 די זין פֿון יהודהן: פּרֶץ, חֶצרוֹן, און כַּרמי, און חור, און שוֹבֿל. /4:2 און רְאָיָה דער זון פֿון שוֹבֿלן האָט געבאָרן יַחתן, און יַחת האָט געבאָרן אַחומַין, און לַהַדן. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די צָרעָתים. /4:3 און די דאָזיקע זײַנען פֿון דעם פֿאָטער פֿון עֵיטָם: יִזרְעֶאל, און יִשמאָ, און יִדבש; און דער נאָמען פֿון זײער שװעסטער איז געװען הַצלֶלפּוֹני; /4:4 און פּנואֵל דער פֿאָטער פֿון גדוֹר, און עֵזאָר דער פֿאָטער פֿון חושָה. דאָס זײַנען די קינדער פֿון חור דעם בכָור פֿון אֶפֿרָת דעם פֿאָטער פֿון בית-לֶחֶם. /4:5 און אַשחור דער פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ האָט געהאַט צװײ װײַבער: חלאָה, און נַעֲרָה. /4:6 און נַעֲרָה האָט אים געבאָרן אַחוזָמען, און חפֿרן, און תֵּימָנין, און דעם אַחשתָּרי. דאָס זײַנען די זין פֿון נַעֲרָהן. /4:7 און די זין פֿון חלאָהן: צֶרֶת, און צוֹחַר, און אֶתנָן. /4:8 און קוֹץ האָט געבאָרן עָנובֿן, און הַצוֹבֿבֿהן, און די משפּחות פֿון אַחרכֵל דעם זון פֿון הָרומען. /4:9 און יַעְבץ איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון זײַנע ברידער; און זײַן מוטער האָט גערופֿן זײַן נאָמען יַעְבץ, אַזױ צו זאָגן: װײַל איך האָב אים געבאָרן מיט פּײַן. /4:10 און יַעְבץ האָט גערופֿן צום {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אױב בענטשן װעסטו מיך בענטשן, און װעסט פֿאַרגרעסערן מײַן געמאַרק, און דײַן האַנט װעט זײַן מיט מיר, און װעסט באַהיטן פֿון בײז, מיך ניט װײ צו טאָן –. און {dn גאָט} האָט אים באַשערט װאָס ער האָט געבעטן. /4:11 און כּלובֿ דער ברודער פֿון שוחָהן האָט געבאָרן מחירן, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון אֶשתּוֹנען. /4:12 און אֶשתּוֹן האָט געבאָרן בית-רָפֿאָן, און פַּסֵחן, און תּחִנָה דעם פֿאָטער פֿון עִיר-נָחש. דאָס זײַנען די מענטשן פֿון רֵכָה. /4:13 און די זין פֿון קנַזן זײַנען געװען: עָתניאֵל, און שׂרָיָה. און די זין פֿון עָתניאֵלן: חַתַת. /4:14 און מְעוֹנוֹתַי האָט געבאָרן עָפֿרָהן; און שׂרָיָה האָט געבאָרן יוֹאָבֿ דעם פֿאָטער פֿון גֵיא-חַרָשים; װאָרום זײ זײַנען געװען מײַנסטערס. /4:15 און די זין פֿון כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן זײַנען געװען: עִירו, אֵלָה, און נַעַם. און די זין פֿון אֵלָהן: קנַז. /4:16 און די זין פֿון יהַלֶלאֵלן: זיף, און זיפֿה, תּיריאָ, און אַשַׂראֵל. /4:17 און די זין פֿון עָזרָהן: יֶתֶר, און מֶרֶד, און עֵפֿר, און יָלוֹן. און זי האָט געבאָרן מִריָמען, און שַמַין, און יִשבך דעם פֿאָטער פֿון אֶשתּמוֹעַ – /4:18 און זײַן װײַב פֿון יהודה האָט געבאָרן יֶרֶד דעם פֿאָטער פֿון גדוֹר, און חֶבֿר דעם פֿאָטער פֿון שׂוֹכוֹ, און יקותיאֵל דעם פֿאָטער פֿון זָנוֹח – און דאָס זײַנען די זין פֿון בתיָה דער טאָכטער פֿון פַּרעהן, װאָס מֶרֶד האָט גענומען. /4:19 און די זין פֿון הוֹדִיָהס װײַב, דער שװעסטער פֿון נַחם דעם פֿאָטער פֿון קעִילָה, זײַנען געװען: דער גַרמי, און אֶשתּמוֹעַ דער מַעֲכָתי. /4:20 און די זין פֿון שימוֹנען: אַמנוֹן, און רִנָה, בן-חָנָן, און תּילוֹן. און די זין פֿון יִשעִין: זוֹחת, און בן-זוֹחת. /4:21 די קינדער פֿון שֵלָה דעם זון פֿון יהודהן: עֵר דער פֿאָטער פֿון לֵכָה, און לַעְדָה דער פֿאָטער פֿון מָרֵשָה, און די משפּחות פֿון דעם הױז פֿון די לײַנענאַרבעטער פֿון דעם הױז פֿון אַשבעַ; /4:22 און יוֹקים, און די מענטשן פֿון כּוֹזֵבֿאָ, און יוֹאָש, און שָׂרָף, װאָס האָבן געהערשט איבער מוֹאָבֿ, און יָשובֿי-לֶחֶם. און די געשיכטע איז אַן אַלטע. /4:23 דאָס זײַנען געװען די טעפּער, און די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿלאַנצגערטענר און געהעפֿטן; בײַ דעם מלך אין זײַן װירטשאַפֿט זײַנען זײ דאָרטן געזעסן. /4:24 די זין פֿון שמעונען: נמואֵל, און יָמין, יָריבֿ, זֶרַח, שָאול. /4:25 זײַן זון איז געװען שַלום, זײַן זון מִבֿשָׂם, זײַן זון מִשמָע. /4:26 און די קינדער פֿון מִשמָען זײַנען געװען: זײַן זון חמואֵל, זײַן זון זַכּור, זײַן זון שִמעִי. /4:27 און שִמעִי האָט געהאַט זעכצן זין און זעקס טעכטער; אָבער זײַנע ברידער האָבן ניט געהאַט פֿיל קינדער, און זײער גאַנצע משפּחה האָט זיך ניט געמערט אַזױ װי די קינדער פֿון יהודה. /4:28 און זײ זײַנען געזעסן אין באֵר-שֶבֿע, און מוֹלָדָה, און חַצַר-שועָל; /4:29 און אין בלהָה, און אין עֶצֶם, און אין תּוֹלָד; /4:30 און אין בתואֵל, און אין חרמָה, און אין ציקלַג; /4:31 און אין בית-מַרכָּבֿוֹת, און אין חַצַר-סוסים, און אין בית-בראי, און אין שַעֲרַיִם. דאָס זײַנען געװען זײערע שטעט ביז דוד איז געװאָרן מלך. /4:32 און זײערע דערפֿער זײַנען געװען: עֵיטָם, און עַיִן, רִמוֹן, און תּוֹכֶן, און עָשָן – פֿינף שטעט; /4:33 און אַלע זײערע דערפֿער װאָס אַרום די דאָזיקע שטעט, ביז בַעַל. דאָס זײַנען געװען זײערע װױנערטער, און זײער יחוס-בריװ איז געװען לױט זײ. /4:34 און משוֹבֿבֿ, און יַמלֵך, און יוֹשָה, דער זון פֿון אַמַציָהן; /4:35 און יוֹאֵל, און יֵהוא דער זון פֿון יוֹשִבֿיָה דעם זון פֿון שׂרָיָה דעם זון פֿון עַשׂיאֵלן; /4:36 און אֶליוֹעֵינַי, און יַעקוֹבֿה, און ישוֹחיָה, און עַשָׂיָה, און עַדיאֵל, און ישׂימִאֵל, און בנָיָה; /4:37 און זיזאָ דער זון פֿון שִפֿעִי דעם זון פֿון אַלוֹן, דעם זון פֿון ידָיָה, דעם זון פֿון שִמרי, דעם זון פֿון שמַעיָהן – /4:38 די דאָזיקע װאָס קומען דאָ מיט די נעמען, זײַנען געװען פֿירשטן אין זײערע משפּחות; און זײערע פֿאָטערהײַזער האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשפּרײט. /4:39 און זײ זײַנען אַװעק צום אײַנגאַנג פֿון גדוֹר, ביז צום מזרח פֿון טאָל, צו זוכן פֿיטערונג פֿאַר זײערע שאָף. /4:40 און זײ האָבן געפֿונען אַ פֿעטע און גוטע פֿיטערונג, און דאָס לאַנד איז געװען געראַם, און רויִק, און בשַלװה; װאָרום פֿון חָם זײַנען געװען די װאָס זײַנען דאָרטן געזעסן פֿריער. /4:41 און די דאָזיקע װאָס זײַנען דאָ פֿאַרשריבן מיט די נעמען, זײַנען געקומען אין די טעג פֿון יחזקיה דעם מלך פֿון יהודה, און האָבן געשלאָגן זײערע געצעלטן, און די מְעונים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, און זײ האָבן זײ פֿאַרװיסט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און האָבן זיך באַזעצט אױף זײער אָרט; װאָרום דאָרטן איז געװען פֿיטערונג פֿאַר זײערע שאָף. /4:42 און פֿון זײ, פֿון די קינדער פֿון שמעון, זײַנען אַװעק צום באַרג שֵׂעִיר פֿינף הונדערט מאַן, און פּלַטיָה, און נעַריָה, און רפֿיָה, און עוזיאֵל, די זין פֿון יִשעִין, זײ פֿאַרױס. /4:43 און זײ האָבן געשלאָגן דעם אַנטרונענעם איבערבלײַב פֿון עַמָלֵק, און זײַנען דאָרטן געבליבן זיצן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /5:1 און די זין פֿון ראובֿן דעם בכָור פֿון ישׂראלן – װאָרום ער איז געװען דער בכָור, אָבער אַז ער האָט פֿאַרשװעכט דאָס געלעגער פֿון זײַן פֿאָטער, איז זײַן בכוֹרה אַװעקגעגעבן געװאָרן צו די קינדער פֿון יוֹסף דעם זון פֿון ישׂראלן, הגם ניט זיך צו רעכענען אין דעם יחוס-בריװ אױף דער בכוֹרה; /5:2 װאָרום יהודה האָט אַריבערגעשטיגן זײַנע ברידער, און פֿון אים איז אַרױס דער פֿירשט; אָבער די בכוֹרה איז געװען יוֹספֿס – /5:3 די זין פֿון ראובֿן דעם בכָור פֿון ישׂראלן זײַנען געװען: חַנוֹך, און פּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. /5:4 די קינדער פֿון יוֹאֵלן זײַנען געװען: זײַן זון שמַעיָה, זײַן זון גוֹג, זײַן זון שִמעִי; /5:5 זײַן זון מיכָה, זײַן זון רְאָיָה, זײַן זון בַעַל; /5:6 זײַן זון באֵרָה, װאָס תִּלגַת-פּלנֶסֶר דער מלך פֿון אַשור האָט פֿאַרטריבן; ער איז געװען דער פֿירשט פֿון די ראובֿנים. /5:7 און זײַנע ברידער לױט זײַנע משפּחות, זיך יחוסנדיק לױט זײערע געבורטן, זײַנען געװען: דער הױפּט יעִיאֵל, און זכַריָהו; /5:8 און בֶלַע דער זון פֿון עָזָז דעם זון פֿון שֶמַע, דעם זון פֿון יוֹאֵלן, װאָס איז געזעסן אין עַרוֹעֵר, ביז נבֿוֹ און בעַל-מְעוֹן; /5:9 און צו מזרח איז ער געזעסן ביז מע קומט צום מדבר, פֿון טײַך פּרָת אָן; װאָרום זײערע פֿי האָבן זיך פֿאַרמערט אין לאַנד גִלעָד. /5:10 און אין די טעג פֿון שָאולן האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און יענע זײַנען געפֿאַלן דורך זײער האַנט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין זײערע געצעלטן איבער דער גאַנצער געגנט צו מזרח פֿון גִלעָד. /5:11 און די קינדער פֿון גָד זײַנען געזעסן אַקעגן זײ אין לאַנד בָשָן ביז סַלכָה; /5:12 יוֹאֵל דער הױפּט, און שָפֿם דער צװײטער, און יַענַי, און שָפֿט, אין בשָן; /5:13 און זײערע ברידער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: מיכָאֵל, און משולָם, און שֶבֿע, און יוֹרַי, און יַעְכָּן, און זיעַ, און עֵבֿר – זיבן. /5:14 דאָס זײַנען די זין פֿון אַבֿיחיִל דעם זון פֿון חורי, דעם זון פֿון יָרוֹח, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון ישישַי, דעם זון פֿון יַחדוֹ, דעם זון פֿון בוזן. /5:15 אַחי דער זון פֿון אַבֿדיאֵל דעם זון פֿון גונין איז געװען דער הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. /5:16 און זײ זײַנען געזעסן אין גִלעָד אין בשָן, און אין אירע טעכטערשטעט, און אין אַלע אָפֿענע ערטער פֿון פּלױן, בײַ זײערע אױסלאָזן. /5:17 זײ אַלע האָבן זיך פֿאַרצײכנט אין די טעג פֿון יוֹתָם דעם מלך פֿון יהודה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל. /5:18 די קינדער פֿון ראובֿן, און די גָדים, און דער האַלבער שבֿט מנשה – פֿון העלדישע יונגען, מענטשן װאָס טראָגן אַ שילד און אַ שװערד, און שפּאַנען אַ בױגן, און זײַנען געלערנט אין מלחמה, זײַנען געװען פֿיר און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק װאָס גײען אַרױס אין חיל. /5:19 און זײ האָבן געמאַכט אַ מלחמה מיט די הַגריאים, און איטור, און נָפֿיש, און נוֹדָבֿ. /5:20 און זײ זײַנען געהאָלפֿן געװאָרן אַקעגן זײ, און די הַגריאים און אַלע װאָס מיט זײ זײַנען געגעבן געװאָרן אין זײער האַנט; װאָרום זײ האָבן געשריען צו {dn גאָט} אין דער מלחמה, און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון זײ, װײַל זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אױף אים. /5:21 און זײ האָבן געפֿאַנגען זײערע פֿי: זײערע קעמלען פֿופֿציק טױזנט, און שאָף צװײ הונדערט און פֿופֿציק טױזנט, און אײזלען צװײ טױזנט, און נפֿשות מענטשן הונדערט טױזנט. /5:22 װאָרום עס זײַנען געפֿאַלן פֿיל דערשלאָגענע, װײַל די מלחמה איז געװען פֿון {dn גאָט}. און זײ זײַנען געזעסן אױף דעם אָרט פֿון זײ ביז צום גלות. /5:23 און די קינדער פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה זײַנען געזעסן אין לאַנד, פֿון בשָן ביז בעַל-חרמוֹן, און שׂניר, און דעם באַרג חרמוֹן. זײ האָבן זיך געמערט. /5:24 און דאָס זײַנען די הױפּטלײַט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: עֵפֿר, און יִשעִי, און אֶליאֵל, און עַזריאֵל, און יִרמיָה, און הוֹדַוְיָה, און יַחדיאֵל, מענטשן העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. /5:25 און זײ האָבן געפֿעלשט אָן דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, און זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך די געטער פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ. /5:26 און דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון פּול דעם מלך פֿון אַשור, און דעם גײַסט פֿון תִּלגַת-פּלנֶסֶר דעם מלך פֿון אַשור, און ער האָט זײ פֿאַרטריבן – די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה, און ער האָט זײ געבראַכט קײן לַחלַך, און חבֿוֹר, און הָראָ, און בײַם טײַך גוֹזָן, ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /5:27 די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי. /5:28 און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, יצהָר, און חבֿרון, און עוזיאֵל. /5:29 און די קינדער פֿון עַמרָמען: אַהרן, און משה, און מרים. און די זין פֿון אַהרנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און יתָמָר. /5:30 אֶלעָזָר האָט געבאָרן פּינחסן; פּינחס האָט געבאָרן אַבֿישועַן. /5:31 און אַבֿישועַ האָט געבאָרן בוקין, און בוקי האָט געבאָרן עוזין. /5:32 און עוזי האָט געבאָרן זֶרַחיָהן, און זֶרַחיָה האָט געבאָרן מרָיוֹתן. /5:33 מרָיוֹת האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. /5:34 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן אַחימַעַצן. /5:35 און אַחימַעַץ האָט געבאָרן עַזַריָהן, און עַזַריָה האָט געבאָרן יוֹחנָנען. /5:36 און יוֹחנָן האָט געבאָרן עַזַריָהן; דאָס איז דער װאָס איז געװען אַ כּהן אין דעם הױז װאָס שלמה האָט געבױט אין ירושָלַיִם. /5:37 און עַזַריָה האָט געבאָרן אַמַריָהן, און אַמַריָה האָט געבאָרן אַחיטובֿן. /5:38 און אַחיטובֿ האָט געבאָרן צָדוֹקן, און צָדוֹק האָט געבאָרן שַלומען. /5:39 און שַלום האָט געבאָרן חלקִיָהן, און חלקִיָה האָט געבאָרן עַזַריָהן. /5:40 און עַזַריָה האָט געבאָרן שׂרָיָהן, און שׂרָיָה האָט געבאָרן יהוֹצָדָקן. /5:41 און יהוֹצָדָק איז אַװעק אין גלות, װען {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן יהודה און ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון נבֿוחדנֶצַרן. /6:1 די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹם, קהָת, און מרָרי. /6:2 דאָס זײַנען די נעמען פֿון גֵרשוֹמס זין: לִבֿני, און שִמעִי. /6:3 און די זין פֿון קהָתן זײַנען געװען: עַמרָם, און יִצהָר, און חֶבֿרון, און עוזיאֵל. /6:4 די זין פֿון מרָרין: מַכלי, און מושי. און דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע עלטערן. /6:5 פֿון גֵרשוֹמען: זײַן זון לִבֿני, זײַן זון יַחת, זײַן זון זִמָה; /6:6 זײַן זון יוֹאָך זײַן זון עִדוֹ, זײַן זון זֶרַח, זײַן זון יאַתרַי. /6:7 די קינדער פֿון קהָתן: זײַן זון עַמינָדָבֿ, זײַן זון קֹרַח זײַן זון אַסיר; /6:8 זײַן זון אֶלקָנָה, און זײַן זון אֶבֿיָסָף, און זײַן זון אַסיר; /6:9 זײַן זון תַּחת, זײַן זון אוריאֵל, זײַן זון עוזִיָה, און זײַן זון שָאול. /6:10 און די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: עַמָשַׂי, און אַחימוֹת, 11[און] אֶלקָנָה. די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: זײַן זון צוֹפֿי, און זײַן זון נַחת; /6:12 זײַן זון אֶליאָבֿ, זײַן זון ירוֹחם, זײַן זון אֶלקָנָה. /6:13 און די זין פֿון שמואלן: דער בכָור וַשני, און אַבֿיָה. /6:14 די קינדער פֿון מרָרין: מַחלי; זײַן זון לִבֿני, זײַן זון שִמעִי, זײַן זון עוזָה; /6:15 זײַן זון שִמעָא, זײַן זון חגִיָה, זײַן זון עַשָׂיָה. /6:16 און דאָס זײַנען די װאָס דוד האָט געשטעלט בײַם זינגען אין הױז פֿון {dn גאָט}, נאָך דעם װי דער אָרון איז געקומען צו זײַן רו. /6:17 און זײ האָבן געדינט פֿאַר דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד מיט געזאַנג, ביז שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושָלַיִם, און זײ האָבן זיך געשטעלט לױט זײער אָרדענונג בײַ זײער דינסט. /6:18 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען, מיט זײערע זין: פֿון די זין פֿון די קהָתים: הֵימָן דער זינגער, דער זון פֿון יוֹאֵל דעם זון פֿון שמואל, /6:19 דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון ירוֹחם, דעם זון פֿון אֶליאֵל, דעם זון פֿון תּוֹח, /6:20 דעם זון פֿון צוף, דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון מַחת, דעם זון פֿון עַמָשַׂי, /6:21 דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון יוֹאֵל, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון צפֿניָה, /6:22 דעם זון פֿון תַּחת, דעם זון פֿון אַסיר, דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קרַך, /6:23 דעם זון פֿון יצהָר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִי, דעם זון פֿון ישׂראלן. /6:24 און זײַן ברודער אָסָף איז געװען דער װאָס איז געשטאַנען צו זײַן רעכטער האַנט: אָסָף דער זון פֿון ברֶחיָהו דעם זון פֿון שִמעָא, /6:25 דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון בעֲשֵׂיָה, דעם זון פֿון מַלכִּיָה, /6:26 דעם זון פֿון אֶתני, דעם זון פֿון זֶרַח, דעם זון פֿון עַדָיָה, /6:27 דעם זון פֿון אֵיתָן, דעם זון פֿון זִמָה, דעם זון פֿון שִמעִי, /6:28 דעם זון פֿון יַחת, דעם זון פֿון גֵרשוֹם, דעם זון פֿון לֵוִין. /6:29 און זײערע ברידער די קינדער פֿון מרָרי, אױף דער לינקער זײַט: אֵיתָן דער זון פֿון קישי דעם זון פֿון עַבֿדי, דעם זון פֿון מַלוך, /6:30 דעם זון פֿון חשַבֿיָה, דעם זון פֿון אַמַציָה, דעם זון פֿון חלקִיָה, /6:31 דעם זון פֿון אַמצי, דעם זון פֿון בני, דעם זון פֿון שֶמֶר, /6:32 דעם זון פֿון מַחלי, דעם זון פֿון מושי, דעם זון פֿון מרָרי, דעם זון פֿון לֵוִין. /6:33 און זײערע ברידער די לוִיִים זײַנען געװען אָפּגעגעבן צו דעם גאַנצן דינסט פֿון דעם מִשכּן פֿון גאָטס הױז. /6:34 און אַהרן און זײַנע קינדער האָבן געדעמפֿט אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרױך; זײ זײַנען געװען פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון דעם קָדשֵי-קָדשים, און אױף מכפּר צו זײַן אױף ישׂראל, לױט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון {dn גאָט} האָט באַפֿױלן. /6:35 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון אַהרן: זײַן זון אֶלעָזָר, זײַן זון פּינחס, זײַן זון אַבֿישועַ; /6:36 זײַן זון בוקי, זײַן זון עוזי, זײַן זון זֶרַחיָה; /6:37 זײַן זון מרָיוֹת, זײַן זון אַמַריָה, זײַן זון אַחיטובֿ; /6:38 זײַן זון צָדוֹק, זײַן זון אַחימַעַץ. /6:39 און דאָס זײַנען געװען זײערע װױנערטער לױט זײערע לאַגערדערפֿער אין זײער געמאַרק: צו די קינדער פֿון אַהרן פֿון דער משפּחה פֿון די קהָתים װײַל זײערס איז געװען [דער ערשטער] גוֹרל, /6:40 זײ האָט מען געגעבן חֶבֿרון אין לאַנד יהודה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר. /6:41 אָבער דאָס פֿעלד פֿון דער שטאָט און אירע דערפֿער האָט מען געגעבן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן. /6:42 און צו די קינדער פֿון אַהרן האָט מען געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, חֶבֿרון, און לִבֿנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַתּיר, און אֶשתּמוֹעַ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; /6:43 און חילֵן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דבֿיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; /6:44 און עָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בית-שֶמֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:45 און פֿון שבֿט בנימין: גֶבֿע מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָלֶמֶת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַנָתוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. אַלע זײערע שטעט, דרײַצן שטעט, לױט זײערע משפּחות. /6:46 און פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון קהָת, פֿון דער משפּחה פֿון דעם שבֿט, פֿון דעם האַלבן שבֿט, פֿון האַלב מנשה, לױט גוֹרל, צען שטעט. /6:47 און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם לוט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, און פֿון שבֿט אָשר, און פֿון שבֿט נפֿתּלי, און פֿון שבֿט מנשה אין בשָן, דרײַצן שטעט. /6:48 פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט ראובֿן, און פֿון שבֿט גָד, און פֿון שבֿט זבֿולון, לױט גוֹרל, צװעלף שטעט. /6:49 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געגעבן צו די לוִיִים די שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. /6:50 און זײ האָבן געגעבן לױט גוֹרל, פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, די דאָזיקע שטעט װאָס מע רופֿט דאָ אָן מיט די נעמען. /6:51 און טײל פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת האָבן געהאַט די שטעט פֿון זײער געמאַרק פֿון שבֿט אפֿרים. /6:52 און מע האָט זײ געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, שכֶם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער אױפֿן באַרג אפֿרים, און גֶזֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; /6:53 און יָקמְעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בית-חוֹרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:54 און אַיָלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און גַת-רִמוֹן, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:55 און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה: עָנֵר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בִלעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, פֿאַר דער משפּחה פֿון די איבעריקע קינדער פֿון קהָת. /6:56 פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם, פֿון דער משפּחה פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה: גוֹלָן אין בשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַשתָּרוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:57 און פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר: קֶדֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דָבֿרַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:58 און ראמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָנֵם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:59 און פֿון שבֿט אָשר: מָשָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַבֿדוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:60 און חוקוֹק מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און רחוֹבֿ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:61 און פֿון שבֿט נפֿתּלי: קֶדֶש אין גָליל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און חמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און קִריָתַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:62 פֿאַר די איבעריקע, די קינדער פֿון מרָרי, פֿון שבֿט זבֿולון: רִמוֹנוֹ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, תָּבֿוֹר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:63 און פֿון יענער זײַט יַרדן בײַ יריחוֹ, צו מזרח פֿון יַרדן, פֿון שבֿט ראובֿן: בצֶר אין מדבר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַהַץ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; /6:64 און קדֵמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מֵיפֿעַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /6:65 און פֿון שבֿט גָד: ראָמוֹת אין גִלעָד מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מַחנַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; /6:66 און חשבוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַעְזֵיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. /7:1 און פֿון די זין פֿון יִשׂשָׂכָר זײַנען געװען: תּוֹלָע, און פּואָה, יָשובֿ, און שִמרוֹן – פֿיר. /7:2 און די זין פֿון תּוֹלָען: עוזי, און רפֿיָה, און יריאֵל, און יַחמַי, און יִבֿשָׂם, און שמואל, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – פֿון תּוֹלָע – לױט זײערע געבורטן, העלדישע גיבוֹרים. זײער צאָל אין די טעג פֿון דודן איז געװען צװײ און צװאַנציק טױזנט און זעקס הונדערט. /7:3 און די זין פֿון עוזין זײַנען געװען: יִזֶרַחיָה; און די זין פֿון יִזֶרַחיָהן: מיכָאֵל, און עוֹבֿדיָה, און יוֹאֵל, יִשִיָה – פֿינף; אַלע הױפּטן. /7:4 און צו זײ האָבן געהערט, לױט זײערע געבורטן, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, מחנות קריג-חיל, זעקס און דרײַסיק טױזנט; װאָרום זײ האָבן געהאַט פֿיל װײַבער און זין. /7:5 און זײערע ברידער פֿון אַלע משפּחות פֿון יִשׂשָׂכָר, העלדישע גיבוֹרים – זײער פֿאַרצײכעניש, אין אַלעמען: זיבן און אַכציק טױזנט. /7:6 פֿון בנימינען: בֶלַע, און בֶכֶר, און ידיעֲאֵל – דרײַ. /7:7 און די זין פֿון בֶלַען: אֶצבוֹן, און עוזי, און עוזיאֵל, און אירימוֹת, און עִירי – פֿינף, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, העלדישע גיבוֹרים; און זײער פֿאַרצײכעניש: צװײ און צװאַנציק טױזנט און פֿיר און דרײַסיק. /7:8 און די זין פֿון בֶכֶרן: זמירָה, און יוֹעָש, און אֶליעֶזֶר, און אֶליוֹעֵינַי, און עָמרי, און אירֵמוֹת, און אַבֿיָה, און עַנָתוֹת, און עָלֶמֶת; די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון בֶכֶרן. /7:9 און זײער פֿאַרצײכעניש לױט זײערע געבורטן, לױט די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, העלדישע גיבוֹרים: צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט. /7:10 און די זין פֿון ידיעֲאֵלן: בִלהָן; און די זין פֿון בִלהָנען: יְעוש און בנימין, און אֵהוד, און כּנַעֲנָה, און זֵיתָן, און תַּרשיש און אַחישַחַר. /7:11 די אַלע זײַנען געװען די קינדער פֿון ידיעֲאֵל לױט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, העלדישע גיבוֹרים, זיבעצן טױזנט און צװײ הונדערט װאָס גײען אַרױס אין חיל אױף מלחמה. /7:12 דערצו שופּים, און חופּים, די זין פֿון עִירן; חושִם, דער זון פֿון אַחרן. /7:13 די זין פֿון נפֿתּלין: יַחציאֵל, און גוני, און יֵצֶר, און שַלום, די קינדער פֿון בִלהָהן. /7:14 די זין פֿון מנשהן: אַשׂריאֵל װאָס זײַן װײַב האָט געבאָרן – זײַן אַרַמישע קעפּסװײַב האָט געבאָרן מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד; /7:15 און מָכיר האָט גענומען אַ װײַב פֿון חופּים און שופּים, און דער נאָמען פֿון זײער שװעסטער איז געװען מַעֲכָה – און דער נאָמען פֿון צװײטן איז געװען צלָפֿחד; און צלָפֿחד האָט געהאַט טעכטער. /7:16 און מַעֲכָה די װײַב פֿון מָכירן האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען פֶּרֶש; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען שֶרֶש, און זײַנע זין זײַנען געװען אולָם, און רֶקֶם. /7:17 און די זין פֿון אולָמען: בדָן, דאָס זײַנען די קינדער פֿון גִלעָד דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנשהן. /7:18 און זײַן שװעסטער הַמוֹלֶכֶת האָט געבאָרן ישהוֹדן, און אַבֿיעֶזֶרן, און מַחלָהן. /7:19 און די זין פֿון שמידָען זײַנען געװען: אַחיָן, און שֶכֶם, און לִקחי, און אַניעָם. /7:20 און די זין פֿון אפֿרימען: שותֶלַח – און זײַן זון איז געװען בֶרֶד, און זײַן זון תַּחת, און זײַן זון אֶלעָדָה, און זײַן זון תַּחת; /7:21 און זײַן זון זָבֿד, און זײַן זון שותֶלַח – און עֶזֶר, און אֶלעָד. און די מענטשן פֿון גַת, די אײַנגעבאָרענע פֿון לאַנד האָבן זײ געהרגעט, װײַל זײ האָבן אַראָפּגענידערט אַװעקצונעמען זײערע פֿי. /7:22 און זײער פֿאָטער אפֿרים האָט געטרױערט פֿיל טעג, און זײַנע ברידער זײַנען געקומען אים טרײסטן. /7:23 און ער איז געקומען צו זײַן װײַב, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען בריעָה װײַל אַן אומגליק איז געשען אין זײַן הױז. /7:24 און זײַן טאָכטער איז געװען שֶאֱרָה, און זי האָט געבױט בית-חוֹרוֹן, די אונטערשטע און די אױבערשטע, און אוזֵן-שֶאֱרָה. /7:25 און זײַן זון איז געװען רֶפַֿח, און רֶשֶף, און זײַן זון תֶּלַך, און זײַן זון תַּחן; /7:26 זײַן זון לַעְדָן, זײַן זון עַמיהוד, זײַן זון אֶלישָמָע; /7:27 זײַן זון נון, זײַן זון יהוֹשועַ. /7:28 און זײער אײגנטום און זײערע װױנערטער איז געװען בית-אֵל מיט אירע טעכטערשטעט, און צו מזרח, נַעֲרָן, און צו מערבֿ גֶזֶר מיט אירע טעכטערשטעט, און שכֶם מיט אירע טעכטערשטעט, ביז עַיָה מיט אירע טעכטערשטעט. /7:29 און לעבן די קינדער פֿון מנשה, בית-שְאָן מיט אירע טעכטערשטעט, תַּעֲנָך מיט אירע טעכטערשטעט, מגִדוֹ מיט אירע טעכטערשטעט, דוֹר מיט אירע טעכטערשטעט. אין די דאָזיקע זײַנען געזעסן די קינדער פֿון יוֹסף דעם זון פֿון ישׂראלן. /7:30 די קינדער פֿון אָשרן: יִמנָה, און יִשוָה, און יִשוִי, און בריעָה, און זײער שװעסטער שֶׂרַח. /7:31 און די זין פֿון בריעָהן: חֶבֿר, און מַלכּיאֵל, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון ברזָיִת. /7:32 און חֶבֿר האָט געבאָרן יַפֿלֵטן, און שוֹמֵרן, און חוֹתָמען, און זײער שװעסטער שועָאן. /7:33 און די זין פֿון יַפֿלֵטן זײַנען געװען: פּסַך, און במהָל, און עַשוָת. דאָס זײַנען די זין פֿון יַפֿלֵטן. /7:34 און די זין פֿון שֶמֶרן: אַחי, און רָהגָה, און חובה, און אַרָם. /7:35 און די זין פֿון זײַן ברודער הֵלֶמען: צוֹפֿך און יִמנָע, און שֵלֶש, און עָמָל. /7:36 די זין פֿון צוֹפֿחן: סוח, און חרנֶפֿר, און שועָל, און ברי, און יִמרָה; /7:37 בצֶר, און הוֹד, און שַמאָ, און שִלשָה, און יִתרָן, און באֵראָ. /7:38 און די זין פֿון יֶתֶרן: יפֿונֶה, און פּספּאָ, און אַראָ. /7:39 און די זין פֿון עולאָן: אָרַח, און חניאֵל, און רִצְיאָ. /7:40 די אַלע זײַנען געװען די קינדער פֿון אָשר, הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, געקליבענע העלדישע גיבוֹרים, אובערפֿירשטן; און זײער פֿאַרצײכעניש אין חיל פֿאַר מלחמה – זײער צאָל: זעקס און צװאַנציק טױזנט מאַן. /8:1 און בנימין האָט געבאָרן בֶלַע זײַן בכָור, אַשבל דעם צװײטן, און אַחרחַ דעם דריטן; /8:2 נוֹחה דעם פֿירטן, און רָפֿאָ דעם פֿינפֿטן. /8:3 און בֶלַע האָט געהאַט זין: אַדָר, און גֵראָ, און אַבֿיהוד; /8:4 און אַבֿישועַ, און נַעֲמָן, און אַחוֹח; /8:5 און גֵראָ, און שפֿופֿן, און חורָם. /8:6 און דאָס זײַנען די זין פֿון אֵחודן: – די דאָזיקע זײַנען געװען הופּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון גֶבֿע, און מע האָט זײ פֿאַרטריבן קײן מָנַחת; /8:7 און נַעֲמָן, און אַחיָה, און גֵראָ, זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן – ער האָט געבאָרן עוזאָן, און אַחיחודן. /8:8 און שַחרַיִם האָט געהאַט קינדער אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, נאָך דעם װי ער האָט זײ אַװעקגעשיקט – זײַנע װײַבער, חושים, און בעֲראָ. /8:9 און ער האָט געהאַט מיט זײַן װײַב חוֹדֶשן: יוֹבֿבֿן, און צִבֿיאָן, און מֵישאָן, און מַלכָּמען; /8:10 און יְעוצן, און שָׂכיָהן, און מִרמָהן. דאָס זײַנען געװען זײַנע זין – הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער. /8:11 און מיט חושימען האָט ער געהאַט אַבֿיטובֿן, און אֶלפּעַלן. /8:12 און די זין פֿון אֶלפּעַלן: עֵבֿר, און מִשעָם, און שֶמֶר, װאָס האָט געבױט אוֹנוֹ, און לוֹד מיט אירע טעכטערשטעט; /8:13 און בריעָה, און שֶמַע, װאָס זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון אַיָלוֹן, די װאָס האָבן פֿאַריאָגט די באַװױנער פֿון גַת. /8:14 און אַחיוֹ, שָשַק, און אירֵמוֹת, /8:15 און זבֿדיָה, און עַרָד, און עֶדֶר, /8:16 און מיכָאֵל, און יִשפּה, און יוֹחאָ, זײַנען געװען די זין פֿון בריעָהן. /8:17 און זבֿדיָה, און משולָם, און חזקי, און חֶבֿר, /8:18 און יִשמרַי, און יִזליאָה, און יוֹבֿבֿ, זײַנען געװען די זין פֿון אֶלפּעַלן. /8:19 און יָקים, און זִכרי, און זַבֿדי, /8:20 און אֶליעֵינַי, און צִלתַי, און אֶליאֵל, /8:21 און עַדָיָה, און בראָיָה, און שִמרָת, זײַנען געװען די זין פֿון שִמעִין. /8:22 און יִשפּן, און עֵבֿר, און אֶליאֵל, /8:23 און עַבֿדוֹן, און זִכרי, און חנָן, /8:24 און חנַניָה, און עֵילָם, און עַנתוֹתִיָה, /8:25 און יִפֿדְיָה, און פּנואֵל, זײַנען געװען די זין פֿון שָשַקן. /8:26 און שַמשְרַי, און שחריָה, און עַתַליָה, /8:27 און יַעֲרֶשיָה, און אֵלִיָה, און זִכרי, זײַנען געװען די זין פֿון ירוֹחמען. /8:28 די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם. /8:29 און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה; /8:30 און זײַן ערשטגעבאָרענער זון עַבֿדוֹן, און צור, און קיש, און בעַל, און נָדָבֿ; /8:31 און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זֶכֶר. /8:32 און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָהן. און זײ אױך מיט זײערע ברידער זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער. /8:33 און נֵר האָט געבאָרן קישן, און קיש האָט געבאָרן שָאולן, און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבעַלן. /8:34 און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בעַל; און מריבֿ-בעַל האָט געבאָרן מיכָהן. /8:35 און די זין פֿון מיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּארֵעַ, און אָחז. /8:36 און אָחז האָט געבאָרן יהוֹעַדָהן; און יהוֹעַדָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן. /8:37 און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; זײַן זון איז געװען רָפֿה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל. /8:38 און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבֿדיָה, און חנָן. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון אָצֵלן. /8:39 און די זין פֿון זײַן ברודער עֵשֶקן: אולָם זײַן בכָור, יְעוש דער צװײטער, און אֶליפֶֿלֶט דער דריטער. /8:40 און די זין פֿון אולָמען זײַנען געװען מענטשן העלדישע גיבוֹרים, בױגנשפּאַנער; און זײ האָבן געהאַט פֿיל קינדער און קינדסקינדער – הונדערט און פֿופֿציק. די אַלע זײַנען געװען פֿון די קינדער פֿון בנימין. /9:1 און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך פֿאַרצײכנט, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און יהודה איז פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בבֿל פֿאַר זײער פֿעלשונג. /9:2 און די װאָס האָבן זיך די ערשטע באַזעצט אױף זײער אײגנטום אין זײערע שטעט, זײַנען געװען, ישׂראל, די כּהנים, די לוִיִים, און די נתינים. /9:3 און אין ירושָלַיִם זײַנען געזעסן פֿון די קינדער פֿון יהודה, און פֿון די קינדער פֿון בנימין, און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים און מנשה: /9:4 עותַי דער זון פֿון עַמיהוד דעם זון פֿון עָמרי, דעם זון פֿון אִמרין, דעם זון פֿון בנין, פֿון די זין פֿון פּרֶץ דעם זון פֿון יהודהן. /9:5 און פֿון די שילוֹנים: עַשָׂיָה דער בכָור, און זײַנע זין. /9:6 און פֿון די קינדער פֿון זֶרַח: יְעואֵל, און זײערע ברידער, זעקס הונדערט און נײַנציק. /9:7 און פֿון די קינדער פֿון בנימין: סַלוא דער זון פֿון משולָם דעם זון פֿון הוֹדַוְיָה, דעם זון פֿון הַסנואָהן; /9:8 און יִבֿניָה דער זון פֿון ירוחמען, און אֵלָה דער זון פֿון עוזי דעם זון פֿון מִכרין, און משולָם דער זון פֿון שפֿטיָה דעם זון פֿון רְעואֵל, דעם זון פֿון יִבֿנִיָהן; /9:9 און זײערע ברידער לױט זײערע געבורטן, נײַן הונדערט און זעקס און פֿופֿציק. די אַלע מענער זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. /9:10 און פֿון די כּהנים: ידַעְיָה, און יהוֹיָריבֿ, און יָכין; /9:11 און עַזַריָה דער זון פֿון חלקִיָה דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון מרָיוֹת, דעם זון פֿון אַחיטובֿ, דער פֿירשט פֿון גאָטס הױז; /9:12 און עַדָיָה דער זון פֿון ירוֹחם דעם זון פֿון פּשחור, דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און מַעְשַׂי דער זון פֿון עַדיאֵל דעם זון פֿון יַחזֵרָה, דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון משִלֵמית, דעם זון פֿון אִמֵרן; /9:13 און זײערע ברידער, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק טױגלעכע לײַט פֿאַר דער דינסטאַרבעט פֿון גאָטס הױז. /9:14 און פֿון די לוִיִים: שמַעיָה דער זון פֿון חשובֿ דעם זון פֿון עַזריקָם, דעם זון פֿון חשַבֿיָהן, פֿון די קינדער פֿון מרָרי; /9:15 און בקבקַר, חרֶש, און גָלָל, און מַתַּניָה דער זון פֿון מיכאָ דעם זון פֿון זִכרי, דעם זון פֿון אָסָפֿן; /9:16 און עוֹבֿדיָה דער זון פֿון שמַעיָה דעם זון פֿון גָלָל, דעם זון פֿון ידותונען, און ברֶכיָה דער זון פֿון אָסאָ דעם זון פֿון אֶלקָנָהן, װאָס איז געזעסן אין די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים. /9:17 און די טױערלײַט זײַנען געװען: שַלום, און עַקובֿ, און טַלמוֹן, און אַחימָן; און זײער ברודער שַלום איז געװען דער הױפּט. /9:18 און נאָך ביז אַהער זײַנען זײ אין דעם מלכס טױער צו מזרח; זײ זײַנען די טױערלײַט פֿאַר די לאַגערס פֿון די קינדער פֿון לֵוִי. /9:19 און שַלום דער זון פֿון קוֹרֵא דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קֹרַחן, און זײַנע ברידער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, די קָרחים, זײַנען געװען איבער דער דינסטאַרבעט, די שװעלהיטער פֿון דעם געצעלט, אַזױ װי זײערע עלטערן זײַנען געװען איבער דעם לאַגער פֿון {dn גאָט}, די היטער פֿון דעם אײַנגאַנג. /9:20 און פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָרן איז געװען דער פֿירשט איבער זײ אַ מאָל; {dn גאָט} איז מיט אים געװען. /9:21 זכַריָה דער זון פֿון משֶלֶמיָהן איז געװען דער טױערמאַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. /9:22 זײ אַלע, די אױסגעקליבענע פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן, צװײ הונדערט און צװעלף. זײ זײַנען געװען פֿאַרצײכנט לױט זײערע דערפֿער; זײ האָט דוד און שמואל דער זעער געשטעלט אױף זײער אַמט. /9:23 און זײ און זײערע קינדער זײַנען געװען איבער די טױערן פֿון דעם הױז פֿון {dn גאָט}, פֿון דעם הױז פֿון געצעלט, פֿאַר װאַכן. /9:24 אין פֿיר זײַטן זײַנען געװען די טױערלײַט: אין מזרח, אין מערבֿ, אין צפֿון, און אין דָרום. /9:25 און זײערע ברידער אין זײערע דערפֿער האָבן געדאַרפֿט קומען אױף זיבן טעג, פֿון צײַט צו צײַט, צו זײַן מיט די דאָזיקע; /9:26 װאָרום אױף שטענדיק זײַנען געװען נאָר די פֿיר הױפּטטױערלײַט. דאָס זײַנען געװען די לוִיִים. אױך זײַנען זײ געװען איבער די קאַמערן, און איבער די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז. /9:27 און זײ האָבן גענעכטיקט אַרום דעם הױז פֿון {dn גאָט}, װײַל אױף זײ איז געװען די היטונג, און זײ זײַנען געװען איבער דעם עפֿענען, מאָרגן פֿאַר מאָרגן. /9:28 און טײל פֿון זײ זײַנען געװען איבער די כּלים פֿון דינסט, װאָרום מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרײַנגעבראַכט, און מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרױסגענומען. /9:29 און טײל פֿון זײ זײַנען געװען געשטעלט איבער די זאַכן, און איבער אַלע הײליקע כּלים, און איבער דעם זעמלמעל, און דעם װײַן, און דעם אײל, און דעם װײַרױך, און די בשׂמים. /9:30 אן טײל פֿון די זין פֿון די כּהנים האָבן צובאַרײט די צובאַרײטונג פֿון די בשׂמים. /9:31 און מַתִּתיָה פֿון די לוִיִים, װאָס איז געװען דער בכָור פֿון שַלום דעם קָרחי, האָט געהאַט דעם אַמט איבער די פֿאַנגעבעקסן. /9:32 און טײל פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, פֿון זײערע ברידער, זײַנען געװען איבערן אױסגעלײגטן ברױט, דאָס צוצוגרײטן שבת אין שבת. /9:33 און דאָס זײַנען געװען די זינגערס, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים, אין די קאַמערן, פּטור [פֿון אַנדערן דינסט] װײַל טאָג און נאַכט איז אױף זײ געװען די אַרבעט. /9:34 די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם. /9:35 און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, יעִיאֵל, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה; /9:36 און זײַן זון דער בכָור, עַבֿדוֹן, און צור, און קיש, און בַעַל, און נֵר, און נָדָבֿ; /9:37 און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זכַריָה, און מִקלוֹת. /9:38 און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָמען. און זײ אױך זײַנען געזעסן מיט זײערע ברידער אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער. /9:39 און נֵר האָט געבאָרן קישן; און קיש האָט געבאָרן שָאולן; און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבעַלן. /9:40 און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל, און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מיכָהן. /9:41 און די זין פֿון מיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּחרֵעַ, און אָחז. /9:42 און אָחז האָט געבאָרן יַערָהן; און יַערָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן. /9:43 און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; און זײַן זון איז געװען רָיָה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל. /9:44 און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבֿדיָה, און חנָן. דאָס זײַנען די זין פֿון אָצֵלן. /10:1 און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל, און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. /10:2 און די פּלִשתּים האָבן נאָכגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלִשתּים האָבן דערשלאָגן יוֹנָתָן, און אַבֿינָדָבֿ, און מַלכּי-שועַ, די זין פֿון שָאולן. /10:3 און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די בױגנשיסערס האָבן אים געפֿונען, און ער האָט געציטערט פֿאַר די שיסערס. /10:4 און שָאול האָט געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד, און דערשטעך מיך מיט איר, אַז די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן ניט קומען, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט ניט געװאָלט, װאָרום ער האָט זײער מוֹרא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר. /10:5 און װי זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען, אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן. /10:6 אַזױ איז געשטאָרבן שָאול; און זײַנע דרײַ זין און זײַן גאַנץ הױזגעזינט אין אײנעם זײַנען געשטאָרבן. /10:7 און װי אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס אין טאָל האָבן געזען, אַז יענע זײַנען אַנטלאָפֿן, און אַז שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, אַזױ האָבן זײ פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך אין זײ באַזעצט. /10:8 און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלִשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. /10:9 האָבן זײ אים אױסגעטאָן, און האָבן גענומען זײַן קאָפּ, און זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים רונד אַרום, צו ברענגען די בשׂורה צו זײערע געצנבילדער און צום פֿאָלק. /10:10 און זײ האָבן אַװעקגעלײגט זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון זײערע געטער, און זײַן שאַרבן האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אין הױז פֿון דָגוֹן. /10:11 און גאַנץ יָבֿיש-גִלעָד האָט געהערט אַלץ װאָס די פּלִשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן, /10:12 און אַלע העלדישע לײַט זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן גענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, און זײ געבראַכט קײן יָבֿיש; און זײ האָבן באַגראָבן זײערע בײנער אונטער דעם אײַכנבױם אין יָבֿיש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג. /10:13 און שָאול איז געשטאָרבן פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן {dn גאָט} פֿון װעגן דעם װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט ניט געהיט, און אױך פֿאַר װאָס שָאול האָט געפֿרעגט בײַ אַ גײַסט צו פֿאָרשן בײַ אים, /10:14 און ניט געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}; דרום האָט ער אים געטײט, און האָט אָפּגעקערט די מלוכה צו דוד דעם זון פֿון יִשַין. /11:1 און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו דודן קײן חבֿרון, אַזױ צו זאָגן: דײַן בײן און דײַן פֿלײש זײַנען מיר דאָך. /11:2 נאָך פֿון נעכטן און אײערנעכטן, נאָך װען שָאול איז געװען אַ מלך, ביסטו געװען דער װאָס האָט אַרױסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט ישׂראל. און {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} האָט צו דיר געזאָגט: דו זאָלסט פֿיטערן מײַן פֿאָלק ישׂראל, און דו זאָלסט זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל. /11:3 און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל זײַנען געקומען צום מלך קײן חֶבֿרון, און דוד האָט זײ געשלאָסן אַ בונד אין חֶבֿרון פֿאַר {dn גאָט}, און זײ האָבן געזאַלבט דודן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, אַזױ װי גאָטס װאָרט דורך שמואלן. /11:4 און דוד און גאַנץ ישׂראל זײַנען געגאַנגען קײן ירושָלַיִם, דאָס איז יבֿוס; און דאָרטן זײַנען געװען די יבֿוסים, די באַװױנער פֿון לאַנד. /11:5 האָבן די באַװױנער פֿון יבֿוס געזאָגט צו דודן: װעסט אַהער ניט קומען. אָבער דוד האָט באצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון צִיוֹן, דאָס איז דודס-שטאָט. /11:6 און דוד האָט געזאָגט: װער נאָר עס װעט צוערשט שלאָגן דעם יבֿוסי זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּטמאַן און פֿאַר אַ האַר. איז יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרױָהן אַרױפֿגעגאַנגען צום ערשטן, און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ הױפּטמאַן. /11:7 און דוד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג, דרום האָט מען זי גערופֿן דודס-שטאָט. /11:8 און ער האָט פֿאַרבױט די שטאָט רונד אַרום, פֿון מִלוֹא ביז רונד אַרום. און יוֹאָבֿ האָט פֿאַרריכט דעם רעשט פֿון דער שטאָט. /11:9 און דוד איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און {dn גאָט} פֿון צבֿאוֹת איז געװען מיט אים. /11:10 און דאָס זײַנען די הױפּט-גיבוֹרים װאָס דוד האָט געהאַט, די װאָס האָבן פֿעסט געהאַלטן מיט אים אין זײַן מלוכה, אין איינעם מיט גאַנץ ישׂראל, אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} צו ישׂראל. /11:11 און דאָס איז די צאָל פֿון די גיבוֹרים װאָס דוד האָט געהאַט: יָשָבֿעָם דער זון פֿון חכמוֹנין, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע; ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן אױף אײן מאָל. /11:12 און נאָך אים, אֶלעָזָר דער זון פֿון דוֹדוֹן, פֿון אַחוֹח; ער איז געװען פֿון די דרײַ גיבוֹרים. /11:13 ער איז געװען מיט דודן אין פּס-דַמים, װען די פּלִשתּים האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט גערשטן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים. /11:14 האָבן זײ זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָבן עס מציל געװען; און זײ האָבן געשלאָגן די פּלִשתּים, און {dn גאָט} האָט זײ געהאָלפֿן אַ גרױס הילף. /11:15 און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט צום פֿעלז צו דודן אין דער הײל פֿון עַדולָם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים. /11:16 און דוד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בית-לֶחֶם. /11:17 האָט דוד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען עמיצער גיט מיר טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בית-לֶחֶם װאָס אין טױער! /11:18 האָבן די דרײַ דורכגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בית-לֶחֶם װאָס אין טױער, און גענומען און געבראַכט צו דודן. אָבער דוד האָט עס ניט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן פֿאַר {dn גאָט}. /11:19 און ער האָט געזאָגט: באַהיט מיך מײַן {dn גאָט} פֿון דאָס צו טאָן! דאָס בלוט פֿון די דאָזיקע מענטשן מיט זײער לעבן זאָל איך טרינקען? װאָרום מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן האָבן זײ עס געבראַכט. און ער האָט עס ניט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גיבוֹרים. /11:20 און אַבֿשַי דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט, און זײ דערשלאָגן; און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ. /11:21 פֿון די צװײטע דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז געװען זײער עלטסטער, אָבער צו די ערשטע דרײַ איז ער ניט געקומען. /11:22 בנָיָה דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן פֿון פֿיל אױפֿטוען, פֿון קַבֿצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ מזבחות פֿון מוֹאָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט, און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב אין אַ טאָג פֿון שנײ. /11:23 און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, פֿינף אײלן [די הײך]; און אין דעם מִצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מִצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז. /11:24 דאָס האָט געטאָן בנָיָהו דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גיבוֹרים. /11:25 ער איז געװען מער אָנגעזעען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער ניט געקומען. און דוד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך. /11:26 און די העלדישע גיבוֹרים זײַנען געװען: עַשָׂהאֵל דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן; אֶלחנָן דער זון פֿון דוֹדוֹן פֿון בית-לֶחֶם; /11:27 שַמוֹת פֿון הַרוֹר; חֵלֶץ פֿון פּלוֹן; /11:28 עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת; /11:29 סִבכַי פֿון חושָה; עִילַי פֿון אַחוֹח; /11:30 מַהרַי פֿון נטוֹפֿה; חֵלֶד דער זון פֿון בעֲנָהן פֿון נטוֹפֿה; /11:31 יתַי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין; בנָיָה פֿון פּרעָתוֹן; /11:32 חורַי פֿון נַחלֵי-גַעַש; אַבֿיאֵל פֿון עַרָבֿה; /11:33 עַזמָוֶת פֿון בַחרום; אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿוֹן; /11:34 די זין פֿון הָשֵמען פֿון גִזוֹן; יוֹנָתָן דער זון פֿון שָגֵהן פֿון הָרָר; /11:35 אַחיאָם דער זון פֿון שָׂכָרן פֿון הָרָר; אֶליפֿל דער זון פֿון אורן; /11:36 חפֿר פֿון מכֵרָה; אַחיָה פֿון פּלוֹן; /11:37 חצרוֹ פֿון כַּרמֶל; נַעֲרַי דער זון פֿון אֶזבין; /11:38 יוֹאֵל דער ברודער פֿון נָתָנען; מִבֿחר דער זון פֿון הַגרין; /11:39 צֶלֶק דער עַמוֹני; נַחרַי פֿון ברוֹת, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרױָהן; /11:40 עִיראָ פֿון יֶתֶר; גָרֵבֿ פֿון יֶתֶר; /11:41 אורִיָה דער חִתּי; זָבֿד דער זון פֿון אַחלָין; /11:42 עַדינאָ דער זון פֿון שיזאָ דעם ראובֿני, אַ הױפּטמאַן פֿון די ראובֿנים, און דרײַסיק מיט אים; /11:43 חנָן דער זון פֿון מַעֲכָהן, און יוֹשָפֿט פֿון מֶתֶן; /11:44 עוזִיאָ פֿון עַשתָּרוֹת; שָמָע, און יעִיאֵל, די זין פֿון חוֹתָמען פֿון עַרוֹעֵר; /11:45 ידיעֲאֵל דער זון פֿון שִמרין, און יוֹחאָ זײַן ברודער פֿון תּיץ; /11:46 אֶליאֵל פֿון מַחוִים; און איריבֿי, און יוֹשַוְיָה, די זין פֿון אֶלנַעַמען; און יִתמָה דער מוֹאָבֿי; /11:47 אֶליאֵל, און עוֹבֿד, און יַעֲשׂיאֵל פֿון מצוֹבֿיָה. /12:1 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געקומען צו דודן קײן ציקלַג, בעת ער איז נאָך געװען פֿאַרשפּאַרט פֿון װעגן שָאול דעם זון פֿון קישן; און זײ זײַנען געװען צװישן די גיבוֹרים װאָס האָבן געהאָלפֿן אין דער מלחמה; /12:2 באַװאָפֿנטע מיט בױגנס, װאָס האָבן אי מיט דער רעכטער האַנט אי מיט דער לינקער געקענט װאַרפֿן שטײנער און פֿײַלן פֿון בױגן; פֿון שָאולס ברידער, פֿון בנימין. /12:3 דער הױפּט אַחיעֶזֶר, און יוֹאָש, די זין פֿון הַשמָעָהן פֿון גִבֿעָה; און איזיאֵל, און פֶּלֶט, די זין פֿון עַזמָוֶתן; און ברָכָה, און יֵהוא פֿון עַנָתוֹת; /12:4 און יִשמַעיָה פֿון גִבֿעוֹן, אַ גיבור פֿון די דרײַסיק, און איבער די דרײַסיק, און יִרמיָה, און יַחזיאֵל, און יוֹחנָן, און יוֹזָבֿד פֿון גדֵרָה; /12:5 אֶלעוזַי, און אירימוֹת, און בעַליָה, און שמַריָהו, און שפֿטיָהו פֿון חריף; /12:6 אֶלקָנָה, און יִשִיָהו, און עַזַראֵל, און יוֹעֶזֶר, און יָשָבֿעָם, די קָרחים; /12:7 און יוֹעֵאלָה, און זבֿדיָה די זין פֿון ירוחמען פֿון גדוֹר. /12:8 און פֿון די גָדים האָבן זיך אָפּגעשײדט צו דודן, צו דער פֿעסטונג אין דער מדבר, העלדישע גיבוֹרים, חיללײַט פֿאַר מלחמה, װאָס האָבן געקענט האַלטן אַ פּאַנצער און אַ שפּיז, מיט פּנימער װי פּנימער פֿון לײַבן, און אַזױ װי הירשן אױף די בערג אין פֿלינקײט. /12:9 עֵזֶר דער הױפּט, עוֹבֿדיָה דער צװײטער, אֶליאָבֿ דער דריטער; /12:10 מִשמַנָה דער פֿירטער, יִרמיָה דער פֿינפֿטער; /12:11 עַתַּי דער זעקסטער, אֶליאֵל דער זיבעטער; /12:12 יוֹחנָן דער אַכטער, אֶלזָבֿד דער נײַנטער; /12:13 יִרמיָהו דער צענטער, מַכבנַי דער עלפֿטער. /12:14 די דאָזיקע פֿון די קינדער פֿון גָד זײַנען געװען הױפּטלײַט פֿון חיל; דער מינדסטער איבער הונדערט, און דער גרעסטער איבער טױזנט. /12:15 דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אַריבער דעם יַרדן אין ערשטן חוֹדש װען ער איז געװען פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן, און האָבן פֿאַריאָגט אַלע פֿון די טאָלן צו מזרח און צו מערבֿ. /12:16 און פֿון די קינדער פֿון בנימין און יהודה זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג צו דודן. /12:17 און דוד איז זײ אַרױס אַנטקעגן, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט צו זײ געזאָגט: אױב איר זײַט געקומען אױף שלום צו מיר, מיך צו העלפֿן, װעט מײַן האַרץ זײַן אײנס מיט אײַך; אױב אָבער מיך צו פֿאַרנאַרן צו מײַנע פֿײַנט, אָן אַן אומרעכט אין מײַנע הענט, זאָל דער {dn גאָט} פֿון אונדזערע עלטערן צוזען און משפּטן. /12:18 האָט אַ גײַסט אָנגעקלײדט עַמָשַׂי דעם הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע: פֿאַר דיר, דוד, און מיט דיר, זון פֿון יִשַין! שלום, שלום צו דיר, און שלום צו דײַנע העלפֿער; װאָרום דײַן {dn גאָט} טוט דיך העלפֿן. האָט זײ דוד צוגענומען, און האָט זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט פֿון דער מחנה. /12:19 אױך פֿון מנשה זײַנען צוגעפֿאַלן צו דודן װען ער איז געקומען מיט די פּלִשתּים אַקעגן שָאולן אױף מלחמה, אָבער זײ האָבן זײ ניט געהאָלפֿן, װאָרום נאָך אַ באַראָטונג האָבן די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים אים אַװעקגעשיקט, אַזױ צו זאָגן: מיט אונדזערע קעפּ װעט ער צופֿאַלן צו זײַן האַר שָאולן. /12:20 אַז ער איז געגאַנגען קײן ציקלַג זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון מנשה: עַדנַח, און יוֹזָבֿד, און ידיעֲאֵל, און מיכָאֵל, און יוֹזָבֿד, און אֶליהוא, און צִלתַי, הױפּטלײַט פֿון טױזנטן װאָס פֿון מנשה. /12:21 און זײ האָבן געהאָלפֿן דודן אַקעגן דער מחנה, װאָרום זײ זײַנען אַלע געװען העלדישע גיבוֹרים, און זײ זײַנען געװאָרן עלטסטע אין חיל. /12:22 יאָ, פֿון טאָג צו טאָג איז מען געקומען צו דודן אים צו העלפֿן, ביז די מחנה איז געװען גרױס, אַזױ װי אַ מחנה פֿון {dn גאָט}. /12:23 און דאָס זײַנען די צאָלן פֿון די קעפּ פֿון די באַװאָפֿנטע פֿאַר מלחמה, װאָס זײַנען געקומען צו דודן קײן חֶבֿרון, אָפּצוקערן די מלוכה פֿון שָאולן צו אים, לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט}: /12:24 די קינדער פֿון יהודה װאָס האָבן געטראָגן אַ פּאַנצער און אַ שפּיז, זעקס טױזנט און אַכט הונדערט באַװאָפֿנט פֿאַר מלחמה. /12:25 פֿון די קינדער פֿון שמעון, העלדישע גיבוֹרים פֿאַר מלחמה, זיבן טױזנט און הונדערט. /12:26 פֿון די קינדער פֿון לֵוִי, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט. /12:27 און יהוֹיָדָע דער פֿירשט פֿון אַהרן, און מיט אים דרײַ טױזנט און זיבן הונדערט. /12:28 און צָדוֹק, אַ יונגער העלדישער גיבור, און זײַן פֿאָטערהױז, צװײ און צװאַנציק עלטסטע. /12:29 און פֿון די קינדער פֿון בנימין, די ברידער פֿון שָאולן, דרײַ טױזנט, װאָרום ביז דענצמאָל האָט דאָס רָובֿ פֿון זײ אָפּגעהיט די געטרײַשאַפֿט צו שָאולס הױז. /12:30 און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, צװאַנציק טױזנט און אַכט הונדערט העלדישע גיבוֹרים, מענטשן מיט נעמען אין זײערע פֿאָטערהײַזער. /12:31 און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה, אַכצן טױזנט װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען – צו קומען מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך. /12:32 און פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, די װאָס האָבן זיך פֿאַרשטאַנען אױף די צײַטן, צו װיסן װאָס ישׂראל דאַרף טאָן; זײערע הױפּטלײַט זײַנען געװען צװײ הונדערט, און אַלע זײערע ברידער זײַנען געװען אונטער זײער באַפֿעל. /12:33 פֿון זבֿולון, פֿופֿציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל, װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה מיט אַלערלײ כּלֵי-מלחמה, און זיך אױסשטעלן ניט מיט אַ האַלבן האַרצן. /12:34 און פֿון נפֿתּלי, טױזנט עלטסטע, און מיט זײ זיבן און דרײַסיק טױזנט מיט פּאַנצערס און שפּיזן. /12:35 און פֿון די דָנים, אַכט און צװאַנציק טױזנט און זעקס הונדערט װאָס קענען אָנריכטן אַ מלחמה. /12:36 און פֿון אָשר, פֿערציק טױזנט װאָס קענען אַרױסגײן אין חיל אָנצוריכטן אַ מלחמה. /12:37 און פֿון יענער זײַט יַרדן, פֿון די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה, מיט אַלע קריגגעצײַג פֿאַר מלחמה, הונדערט און צװאַנציק טױזנט. /12:38 די אַלע, מלחמה-לײַט װאָס האָבן געקענט זיך אױסשטעלן אין שלאַכטרײֵ, זײַנען געקומען מיט אַ גאַנצן האַרצן קײן חֶבֿרון, צו מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל. און אױך אַלע איבעריקע פֿון ישׂראל זײַנען געװען מיט אײן האַרץ צו מאַכן דודן פֿאַר אַ מלך. /12:39 און זײ זײַנען דאָרטן געװען מיט דודן דרײַ טעג, און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, װאָרום זײערע ברידער האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ. /12:40 און אױך האָבן די װאָס זײַנען געװען נאָנט צו זײ, ביז צו יִשׂשָׂכָר און זבֿולון און נפֿתּלי, געבראַכט ברױט אױף אײזלען, און אױף קעמלען, און אױף מױלאײזלען, און אױף רינדער, מעלשפּײַזן, געפּרעסטע פֿײַגן, און ראָזינקעס, און װײַן, און אײל, און רינדער און שאָף לרָובֿ, װאָרום עס איז געװען אַ שׂמחה אין ישׂראל. /13:1 און דוד האָט געהאַלטן אַן עצה מיט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און פֿון די הונדערטן, מיט איטלעכן אָנפֿירער. /13:2 און דוד האָט געזאָגט צו דער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל: אױב אײַך איז װױלגעפֿעלן, און עס איז פֿון {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, לאָמיר ברײט פֿאַנאַנדערשיקן צו אונדזערע איבעריקע ברידער אין אַלע לענדער פֿון ישׂראל, און צוגלײַך מיט זײ צו די כּהנים און צו די לוִיִים װאָס זײַנען אין זײערע שטעט מיט די פֿרײַע פּלעצער, אַז זײ זאָלן זיך אױפֿקלײַבן צו אונדז. /13:3 און לאָמיר אַריבערברענגען דעם אָרון פֿון אונדזער {dn גאָט} צו אונדז, װאָרום מיר האָבן אים ניט געזוכט אין די טעג פֿון שָאולן. /13:4 האָט די גאַנצע אײַנזאַמלונג געזאָגט, מע זאָל אַזױ טאָן, װאָרום די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק. /13:5 און דוד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל פֿון [דעם טײַך] שיחוֹר פֿון מִצרַיִם און ביז מע קומט קײן חַמָת, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון {dn גאָט} פֿון קִריַת-יעָרים. /13:6 און דוד און גאַנץ ישׂראל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בעֲלָה, קײן קִריַת-יעָרים װאָס געהערט צו יהודה, כּדי אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון {dn גאָט דעם האַר} װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, װאָס זײַן נאָמען װערט גערופֿן דערױף. /13:7 און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון {dn גאָט} אױף אַ נײַעם װאָגן פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז, און עוזאָ און אַחיוֹ האָבן געפֿירט דעם װאָגן. /13:8 און דוד און גאַנץ ישׂראל, האָבן זיך פֿרײלעך געמאַכט פֿאַר {dn גאָט} מיטן גאַנצן כּוֹח, מיט געזאַנגען, און מיט האַרפֿן, און מיט גיטאַרן, און מיט פּױקן, און מיט צימבלען, און מיט טרומײטן. /13:9 און װי זײ זײַנען געקומען ביז צום שײַער פֿון כּידוֹן, האָט עוזאָ אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אָנצונעמען דעם אָרון, װאָרום די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט. /13:10 האָט דער צאָרן פֿון {dn גאָט} געגרימט אױף עוזאָן, און ער האָט אים געשלאָגן פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון; און ער איז דאָרטן געשטאָרבן פֿאַר {dn גאָט}. /13:11 און דודן האָט געערגערט װאָס {dn גאָט} האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוזאָן. און מע רופֿט יענעם אָרט פּרֶץ-עוזאָ ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /13:12 און דוד האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר {dn גאָט} אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: װי אַזױ זאָל איך ברענגען צו מיר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}? /13:13 און דוד האָט ניט אַװעקגענומען דעם אָרון צו זיך אין דודס-שטאָט, נאָר ער האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת. /13:14 און דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז געבליבן בײַ דעם הױזגעזינט פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען אין זײַן הױז דרײַ חדשים. און {dn גאָט} האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט. /14:1 און חורָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט שלוחים צו דודן מיט צעדערהאָלץ און מױערמײַנסטערס און האָלצמײַנסטערס, אים צו בױען אַ הױז. /14:2 און דוד האָט געװוּסט אַז {dn גאָט} האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, װאָרום זײַן מלוכה איז געװען הױך דערהױבן, פֿון װעגן זײַן פֿאָלק ישׂראל. /14:3 און דוד האָט גענומען נאָך װײַבער אין ירושָלַיִם, און דוד האָט געבאָרן נאָך זין און טעכטער. /14:4 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער װאָס ער האָט געהאַט אין ירושָלַיִם: שַמועַ, און שוֹבֿבֿ, נָתָן, און שלמה; /14:5 און יבֿחר, און אֶלישועַ, און אֶלפּלֶט; /14:6 און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; /14:7 און אֶלישָמָע, און בעֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט. /14:8 און די פּלִשתּים האָבן געהערט אַז דוד איז געזאַלבט געװאָרן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל, און אַלע פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן דודן. האָט דוד געהערט, און ער איז אַרױס זײ אַנטקעגן. /14:9 און די פּלישתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים. /14:10 האָט דוד געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אױף די פּלִשתּים? און װעסטו זײ געבן אין מײַן האַנט? האָט {dn גאָט} צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און איך װעל זײ געבן אין דײַן האַנט. /14:11 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בעַל-פּרָצים, און דוד האָט זײ דאָרטן געשלאָגן; און דוד האָט געזאָגט: {dn גאָט} האָט דורכגעבראָכן מײַנע פֿײַנט מיט מײַן האַנט, אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער. דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בעַל-פּרָצים. /14:12 און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע אָפּגעטער; האָט דוד געהײסן, און זײ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן אין פֿײַער. /14:13 און די פּלִשתּים האָבן זיך װידער אַ מאָל פֿאַרשפּרײט אין טאָל. /14:14 האָט דוד װידער געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט אַרױפֿגײן נאָך זײ; דרײ זיך אַװעק פֿון זײ, און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבױמער. /14:15 און עס װעט זײַן, װי דו װעסט הערן אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די מױלבערבױמער, דענצמאָל זאָלסטו אַרױסגײן אין מלחמה, װאָרום דאָס איז {dn גאָט} אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס צו שלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים. /14:16 און דוד האָט געטאָן אַזױ װי {dn גאָט} האָט אים באַפֿױלן, און זײ האָבן געשלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים פֿון גִבֿעוֹן און ביז גָזרָה. /14:17 און דודס שם איז אַרױס אין אַלע לענדער, און {dn גאָט} האָט געגעבן זײַן מוֹרא אױף אַלע פֿעלקער. /15:1 און ער האָט זיך געמאַכט הײַזער אין דודס-שטאָט, און ער האָט צוגעגרײט אַן אָרט פֿאַר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און אױפֿגעשטעלט פֿאַר אים אַ געצעלט. /15:2 דענצמאָל האָט דוד געזאָגט, אַז קײנער זאָל ניט טראָגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, נאָר די לוִיִים, װײַל זײ האָט {dn גאָט} אױסדערװײלט צו טראָגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און אים צו באַדינען אױף אײביק. /15:3 און דוד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון {dn גאָט} אױף זײַן אָרט, װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר אים. /15:4 און דוד האָט צונױפֿגעקליבן די קינדער פֿון אַהרן, און די לוִיִים. /15:5 פֿון די קינדער פֿון קהָת: אוריאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװאַנציק. /15:6 פֿון די קינדער פֿון מרָרי: עַשָׂיָה דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט און צװאַנציק. /15:7 פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹם: יוֹאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און דרײַסיק. /15:8 פֿון די קינדער פֿון אֶליצָפֿן: שמַעיָה דעם הױפּט, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט. /15:9 פֿון די קינדער פֿון חֶבֿרון: אֶליאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, אַכציק. /15:10 פֿון די קינדער פֿון עוזיאֵל: עַמינָדָבֿ דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװעלף. /15:11 און דוד האָט גערופֿן צָדוֹק און אֶבֿיָתָר די כּהנים, און די לוִיִים, אוריאֵלן, עַשָׂיָהן, און יוֹאֵלן, שמַעיָהן, און אֶליאֵלן, און עַמינָדָבֿן. /15:12 און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר זײַט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים; הײליקט אײַך, איר און אײַערע ברידער, און איר װעט אַרױפֿברענגען דעם אָרון פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל אַהין װוּ איך האָב צוגעגרײט פֿאַר אים. /15:13 װאָרום װײַל איר זײַט ניט געװען דאָס ערשטע מאָל, האָט {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} געמאַכט אַ בראָך צװישן אונדז; װאָרום מיר האָבן אים ניט געזוכט װי געהעריק. /15:14 האָבן די כּהנים און די לוִיִים זיך געהײליקט, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון {dn גאָט דעם האַר} פֿון ישׂראל. /15:15 און די קינדער פֿון די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן לױט דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}, אױף זײער אַקסל מיט שטאַנגען אױף זיך. /15:16 און דוד האָט געהײסן די הױפּטלײַט פֿון די לוִיִים צו שטעלן זײערע ברידער די זינגערס מיט כּלֵי-זֶמֶר, האַרפֿן, און גיטאַרן, און צימבלען, צו שפּילן אױף אַ הױכן קָול מיט שׂמחה. /15:17 און די לוִיִים האָבן געשטעלט הֵימָן דעם זון פֿון יוֹאֵלן; און פֿון זײַנע ברידער, אָסָף דעם זון פֿון ברֶכיָהון; און פֿון די קינדער פֿון מרָרי, זײערע ברידער, אֵיתָן דעם זון פֿון קושָיָהון. /15:18 און מיט זײ זײַנען געװען זײערע ברידער פֿון צװײטן ראַנג: זכַריָהו, בן, און יַעֲזיאֵל, און שמירָמוֹת, און איחיאֵל, און עוני, אֶליאָבֿ, און בנָיָהו, און מַעֲשֵׂיָהו, און מַתִּתיָהו, און אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, די טױערלײַט. /15:19 און די זינגערס, הֵימָן, אָסָף, און אֵיתָן, אױף צו שפּילן מיט קופּערנע צימבלען. /15:20 און זכַריָה, און עַזיאֵל, און שמירָמוֹת, און יחיאֵל, און עוני, און אֶליאָבֿ, און מַעֲשֵׂיָהו, און בנָיָהו, מיט האַרפֿן אױף עַלָמוֹת. /15:21 און מַתִּתיָהו, אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, און עַזַזיָהו, אױף אָנצופֿירן מיט האַרפֿן אױף שמינית. /15:22 און כּנַניָהו דער הױפּטמאַן פֿון די לוִיִים איז געװען איבער דעם געזאַנג; ער פֿלעגט זײַן דער האַר בײַם געזאַנג, װאָרום ער איז געװען אַ קענער. /15:23 און ברֶכיָה און אֶלקָנָה זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון. /15:24 און שבֿניָהו, און יוֹשָפֿט, און נתַנאֵל, און עַמָשַׂי, און זכַריָהו, און בנָיָהו, און אֶליעֶזֶר, די כּהנים, האָבן געטרומײטערט אױף טרומײטן פֿאַר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}; און עוֹבֿד-אֶדוֹם און יחיָה, זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון. /15:25 און דוד, און די עלטסטע פֿון ישׂראל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן, זײַנען געגאַנגען אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז, מיט שׂמחה. /15:26 און עס איז געװען, אַז {dn גאָט} האָט געהאָלפֿן די לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, האָבן זײ געשלאַכט זיבן אָקסן און זיבן װידערס. /15:27 און דוד איז געװען אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען, דעסט גלײַכן אַלע לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, און די זינגערס, און כּנַניָה דער געזאַנגמײַסטער איבער די זינגערס; און דוד האָט אױף זיך געהאַט אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. /15:28 און גאַנץ ישׂראל האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָטס בונד מיט שאַלונג, און מיט אַ קָול פֿון שוֹפֿר, און מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, שפּילנדיק אױף גיטאַרן און האַרפֿן. /15:29 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון גאָטס בונד איז געקומען ביז דודס-שטאָט, האָט מיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און זי האָט געזען דעם מלך דוד טאַנצן און זיך מאַכן פֿרײלעך, און זי האָט אים פֿאַראַכט אין איר האַרצן. /16:1 און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און האָבן אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם געצעלט װאָס דוד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט, און זײ האָבן מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}. /16:2 און אַז דוד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און די פֿרידאָפּפֿער, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין נאָמען פֿון {dn גאָט}. /16:3 און ער האָט אױסגעטײלט צו יעטװעדער אײנעם פֿון ישׂראל פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ לאַבן ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן. /16:4 און ער האָט געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, פֿון די לוִיִים פֿאַר באַדינער, און אױף צו דערמאָנען און דאַנקען און לױבן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל: /16:5 אָסָף דעם הױפּט, און דעם צװײטן צו אים, זכַריָהן, יעִיאֵלן, און שמירָמוֹתן, און יחיאֵלן, און מַתִּתיָהן, און אֶליאָבֿן, און בנָיָהון, און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און יעִיאֵלן, מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן; און אָסָף האָט געשפּילט אױף אַ צימבל; /16:6 און בנָיָהו און יַחזיאֵל די כּהנים, מיט טרומײטן תּמיד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד. /16:7 דענצמאָל אין יענעם טאָג האָט דוד צוערשט געלאָזט געבן אַ דאַנק צו {dn גאָט}, דורך אָסָפֿן און זײַנע ברידער. /16:8 גיט אַ דאַנק צו {dn גאָט}, רופֿט זײַן נאָמען, לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען. /16:9 זינגט צו אים, שפּילט צו אים, רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער. /16:10 רימט זיך מיט זײַן הײליקן נאָמען; זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן {dn גאָט}. /16:11 פֿאָרשט {dn גאָט} און זײַן שטאַרקײט, זוכט זײַן פּנים תּמיד. /16:12 דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן, זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל, /16:13 איר זאָמען פֿון ישׂראל זײַן קנעכט, איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע. /16:14 ער איז {dn גאָט} אונדזער האַר, איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים. /16:15 געדענקט אײביק זײַן בונד, דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דוֹרות. /16:16 װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אַבֿרהמען, און זײַן שבֿועה צו יצחקן. /16:17 און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חָק צו יעקבֿ, פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ישׂראל, /16:18 אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דעם טײל פֿון אײַער נחלה. /16:19 אַז איר זײַט געװען געצײלטע מענטשן, װינציק און פֿרעמדע דערין; /16:20 און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק, און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה, /16:21 האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן, און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ: /16:22 איר זאָלט ניט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע, און מײַנע נבֿיאים ניט בײז טאָן. /16:23 זינגט צו {dn גאָט}, די גאַנצע ערד, זאָגט אָן פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה. /16:24 דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד, צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער. /16:25 װאָרום גרױס איז {dn יהוה} און זײער גערימט, און ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע געטער. /16:26 װאָרום די געטער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק, און {dn יהוה} האָט די הימלען געמאַכט. /16:27 גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים, שטאַרקײט און פֿרײד זײַנען אין זײַן אָרט. /16:28 גיט צו {dn גאָט}, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער, גיט צו {dn גאָט} כּבֿוד און שטאַרקײט. /16:29 גיט צו {dn גאָט} דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, ברענגט אַ געשאַנק, און קומט פֿאַר אים, בוקט זיך צו {dn גאָט} מיט הײליקן אָפּשײַ. /16:30 ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד; אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך ניט װאַקלען, /16:31 זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און לוסטיק זײַן די ערד, און זאָל מען זאָגן צװישן די פֿעלקער: {dn גאָט} טוט קיניגן. /16:32 זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט, זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין. /16:33 דענצמאָל זאָלן זינגען די בײמער פֿון װאַלד פֿאַר {dn גאָט}, װאָרום ער קומט משפּטן די ערד. /16:34 גיט אַ דאַנק צו {dn גאָט}, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חסד. /16:35 און זאָגט: העלף אונדז, {dn גאָט} פֿון אונדזער הילף, און זאַמל אונדז אײַן, און זײַ אונדז מציל פֿון די פֿעלקער, צו לױבן דײַן הײליקן נאָמען, זיך צו רימען מיט דײַן לױב. /16:36 געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל פֿון אייביקײט און ביז אײביקײט. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: אָמן! און האָט געלױבט {dn גאָט}. /16:37 און ער האָט דאָרטן געלאָזן פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד אָסָפֿן און זײַנע ברידער צו באַדינען פֿאַרן אָרון תּמיד װי עס איז נײטיק טאָגטעגלעך. /16:38 און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און זײערע ברידער, אַכט און זעכציק, און עוֹבֿד-אֶדוֹם דעם זון פֿון ידיתונען, און חוֹסָהן, פֿאַר טױערלײַט. /16:39 און צָדוֹק דעם כּהן, און זײַנע ברידער די כּהנים, פֿאַר דעם מִשכּן פֿון {dn גאָט} אױף דער בָמה װאָס אין גִבֿעוֹן, /16:40 אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט} אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער תּמיד, אין דער פֿרי און אין אָװנט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּוֹרה פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט באַפֿױלן ישׂראל. /16:41 און מיט זײ זײַנען געװען הֵימָן, און ידותון, און די איבעריקע אױסגעקליבענע װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען, אױף צו ”לױבן {dn גאָט}, װײַל אױף אײביק איז זײַן חסד“. /16:42 און מיט זײ, מיט הֵימָנען און ידותונען, זײַנען געװען טרומײטן און צימבלען צום שפּילן, און כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון {dn גאָט}; און די זין פֿון ידותונען זײַנען געװען בײַם טױער. /16:43 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַװעק איטלעכער צו זײַן הױז, און דוד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט. /17:1 און עס איז געװען, אַז דוד האָט זיך באַזעצט אין זײַן הױז, האָט דוד געזאָגט צו נָתָן דעם נבֿיא: זע, איך זיץ אין אַ הױז פֿון צעדערן, און דער אָרון פֿון גאָטס בונד איז אונטער פֿאָרהאַנגען. /17:2 האָט נָתָן געזאָגט צו דודן: אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן, טו, װאָרום {dn גאָט} איז מיט דיר. /17:3 און עס איז געװען אין יענער נאַכט, איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו נָתָנען, אַזױ צו זאָגן: /17:4 גײ און זאָלסט זאָגן צו מײַן קנעכט דודן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: ניט דו װעסט מיר בױען אַ הױז צום װױנען; /17:5 װאָרום איך האָב ניט געװױנט אין אַ הױז פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל ביז אױף הײַנטיקן טאָג; נײערט איך בין געגאַנגען פֿון געצעלט צו געצעלט, און פֿון מִשכּן [צו מִשכּן]. /17:6 אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען צװישן גאַנץ ישׂראל, האָב איך װען אַ װאָרט גערעדט מיט אײנעם פֿון די ריכטער פֿון ישׂראל, װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן מײַן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר מיר ניט געבױט אַ הױז פֿון צעדערן? /17:7 און אַצונד, זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דודן: אַזױ האָט געזאָגט {dn גאָט} פֿון צבֿאוֹת: איך האָב דיך גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ, פֿון הינטער די שאָף, צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל. /17:8 און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד. /17:9 און איך װעל מאַכן אַן אָרט פֿאַר מײַן פֿאָלק ישׂראל, און װעל אים אײַנפֿלאַנצן ער זאָל רוען אױף זײַן אָרט, און מער ניט ציטערן, און פֿאַרברעכער זאָלן אים מער ניט אומברענגען אַזױ װי פֿריער, /17:10 פֿון די טעג װאָס איך האָב באַפֿױלן ריכטער איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל. און איך װעל מאַכן אונטערטעניק אַלע דײַנע פֿײַנט. און איך זאָג דיר אָן, אַז {dn גאָט} װעט דיר בױען אַ הױז. /17:11 און עס װעט זײַן, אַז דײַנע טעג װעלן דערפֿילט װערן צו גײן צו דײַנע עלטערן, װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען נאָך דיר, װאָס װעט זײַן פֿון דײַנע קינדער, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה. /17:12 ער װעט מיר בױען אַ הױז, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן טראָן אױף אײביק. /17:13 איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, און איך װעל ניט אָפּטאָן מײַן חסד פֿון אים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן פֿון דעם װאָס איז געװען פֿאַר דיר. /17:14 און איך װעל אים אױפֿשטעלן אין מײַן הױז און אין מײַן קיניגרײַך ביז אױף אײביק, און זײַן טראָן װעט זײַן פֿעסט ביז אײביק. /17:15 אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע זעונג, אַזױ האָט נָתָן גערעדט צו דודן. /17:16 און דער מלך דוד איז געקומען, און האָט זיך געזעצט פֿאַר {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: װער בין איך, {dn גאָט דו האַר}, און װער איז מײַן הױז, װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער? /17:17 און דאָס, {dn גאָט}, איז נאָך געװען קלײן אין דײַנע אױגן, און דו האָסט גערעדט װעגן דעם הױז פֿון דײַן קנעכט אױף װײַטער אַהין, און האָסט מיך באַטראַכט אין שטײגער פֿון אַ געהױבענעם מאַן, {dn גאָט דו האַר}. /17:18 װאָס מער נאָך קען דוד דיר זאָגן װעגן דעם כּבֿוד צו דײַן קנעכט? דו קענסט דאָך דײַן קנעכט. /17:19 {dn גאָט}, פֿון װעגן דײַן קנעכט, און לױט דײַן האַרצן האָסטו געטאָן אַלדי דאָזיקע גרױסקײט, צו לאָזן װיסן די אַלע גרױסע זאַכן. /17:20 {dn יהוה}, עס איז ניטאָ אַזאַ װי דו, און ניטאָ קײן {dn גאָט} אַחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן. /17:21 און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס {dn גאָט} איז געגאַנגען אױסלײזן פֿאַר זיך צום פֿאָלק, דיר צו מאַכן אַ נאָמען דורך גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן – צו פֿאַרטרײַבן אומות פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט פֿון מִצרַיִם? /17:22 װאָרום דו האָסט געמאַכט דײַן פֿאָלק ישׂראל דיר צום פֿאָלק אױף אײביק, און דו, {dn יהוה}, ביסט געװאָרן זײ צום {dn גאָט}. /17:23 און אַצונד, {dn גאָט}, זאָל דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט װעגן דײַן קנעכט און װעגן זײַן הױז באַװאָרט װערן אױף אײביק, און טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. /17:24 יאָ, זאָל עס באַװאָרט װערן, און זאָל דײַן נאָמען געגרײסט װערן אױף אײביק, אַזױ צו זאָגן: {dn יהוה} פֿון צבֿאוֹת איז דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל – אַ {dn גאָט} פֿאַר ישׂראל, און דאָס הױז פֿון דוד דײַן קנעכט זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר דיר. /17:25 װאָרום דו, מײַן {dn גאָט}, האָסט אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון דײַן קנעכט, אים צו בױען אַ הױז, דרום האָט דײַן קנעכט זיך דערװעגט מתפּלל צו זײַן פֿאַר דיר. /17:26 און אַצונד, {dn יהוה}, דו ביסט {dn גאָט}, און דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס, /17:27 און האָסט אַצונד באַװיליקט צו בענטשן דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט, צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר; אַז דו, {dn גאָט}, האָסט געבענטשט, זאָל עס זײַן געבענטשט אױף אײביק. /18:1 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דוד געשלאָגן די פּלִשתּים, און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק, און האָט צוגענומען גַת מיט אירע טעכטערשטעט פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים. /18:2 און ער האָט געשלאָגן מוֹאָבֿ, און מוֹאָבֿ איז געװאָרן צו דודן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב. /18:3 און דוד האָט געשלאָגן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה אין חַמָת, בעת ער איז געגאַנגען אױפֿשטעלן זײַן אױבערהאַנט בײַם טײַך פּרָת. /18:4 און דוד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט רײַטװעגן, און זיבן טױזנט רײַטער, און צװאַנציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; און דוד האָט געלײמט אַלע געשפּאַנען, נאָר הונדערט געשפּאַן האָט ער איבערגעלאָזט פֿון זײ. /18:5 איז אַרַם פֿון דַרמֶשֶׂק געקומען העלפֿן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, און דוד האָט געשלאָגן פֿון די אַרַמים צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן. /18:6 און דוד האָט געשטעלט [װאַכן] אין אַרַם-דַרמֶשֶׂק, און אַרָם איז געװאָרן צו דודן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב. און {dn גאָט} האָט געהאָלפֿן דודן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען. /18:7 און דוד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס זײַנען געװען אױף הַדַדעֶזֶרס קנעכט, און האָט זײ געבראַכט קײן ירושָלַיִם. /18:8 און פֿון טִבֿחת, און פֿון כּון, הַדַדעֶזֶרס שטעט, האָט דוד צוגענומען זײער פֿיל קופּער. דערפֿון האָט שלמה געמאַכט דעם קופּערנעם ים, און די זײַלן, און די קופּערנע כּלים. /18:9 און תּוֹעו דער מלך פֿון חַמָת האָט געהערט אַז דוד האָט געשלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון הַדַעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, /18:10 און ער האָט געשיקט זײַן זון הדוֹרָמען צום מלך דוד אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים אָנצוּװינטשן, פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט הַדַדעֶזֶרן, און אים געשלאָגן – װאָרום הַדַדעֶזֶר האָט געהאַט מלחמות מיט תּוֹעון – מיט אַלערלײ גילדערנע און זילבערנע און קופּערנע כּלים. /18:11 זײ אױך האָט דער מלך דוד געהײליקט צו {dn גאָט}, מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון אַלע פֿעלקער: פֿון אֶדוֹם, און פֿון מוֹאָבֿ, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים, און פֿון עַמָלֵק. /18:12 און אַבֿשַי דער זון פֿון צרױָהן האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין דעם טאָל פֿון זאַלץ אַכצן טױזנט. /18:13 און ער האָט געשטעלט װאַכן אין אָדוֹם, און גאַנץ אֶדוֹם איז געװאָרן קנעכט צו דודן. און {dn גאָט} האָט געהאָלפֿן דודן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען. /18:14 און דוד האָט געקיניגט איבער גאַנץ ישׂראל, און ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט צו זײַן גאַנצן פֿאָלק. /18:15 און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרױָהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילודן, דער דערמאָנער. /18:16 און צָדוֹק דער זון פֿון אַחיטובֿן, און אַבֿימֶלֶך דער זון פֿון אֶבֿיָתָרן, כּהנים; און שַוְשאָ, דער שרײַבער. /18:17 און בנָיָהו דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און די פּלֵתים; און די זין פֿון דודן, די ערשטע בײַ דער האַנט פֿון מלך. /19:1 און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /19:2 האָט דוד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט חנון דעם זון פֿון נָחשן, װאָרום זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט מיר. און דוד האָט געשיקט שלוחים אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער, און דודס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן צו חנונען, אים צו טרײסטן. /19:3 האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו חנונען: מײנסטו אַז דוד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן און דורכצונישטערן און אױסצוקוקן דאָס לאַנד זײַנען זײַנע קנעכט געקומען צו דיר. /19:4 האָט חנון גענומען דודס קנעכט, און האָט זײ אָפּגעגאָלט, און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביזן דיך, און האָט זײ אַװעקגעשיקט. /19:5 איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט דודן װעגן די מענטשן, און ער האָט זײ געשיקט אַנטקעגן, װאָרום די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחוֹ ביז אײַערע בערד װעלן אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן. /19:6 האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דודן, און חנון און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געשיקט טױזנט צענטנער זילבער, כּדי זיך אָנצודינגען פֿון אַרַם-נַהרַיִם, און פֿון אַרַם-מַעֲכָה, און פֿון צוֹבֿה, רײַטװעגן און רײַטער. /19:7 און זײ האָבן זיך אָנגעדונגען צװײ און דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און דעם מלך פֿון מַעֲכָה, און זײַן פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געלאַגערט פֿאַר מֵידבֿאָ. און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון זײערע שטעט, און זײַנען געקומען אױף מלחמה. /19:8 און דוד האָט געהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן, און דעם גאַנצן חיל פֿון די גיבוֹרים. /19:9 און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט; און די מלכים װאָס זײַנען געקומען, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד. /19:10 און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון ישׂראל, און אױסגעשטעלט אַקעגן אַרָם. /19:11 און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿשַין, און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. /19:12 און ער האָט געזאָגט: אױב אַרָם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיך העלפֿן. /19:13 זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אונדזער {dn גאָט}; און זאָל {dn יהוה} טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. /19:14 און יוֹאָבֿ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אַנטקעגן אַרָם אױף מלחמה, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. /19:15 און װי די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געזען אַז אַרָם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אױך אַנטלאָפֿן פֿאַר זײַן ברודער אַבֿשַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ איז אַװעק קײן ירושָלַיִם. /19:16 און אַרָם האָט געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן געשיקט שלוחים, און האָבן אַרױסגעבראַכט אַרָם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, מיט שוֹפֿך דעם חיל-פֿירער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס. /19:17 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דודן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל, און איז אַריבער דעם יַרדן; און ער איז געקומען צו זײ, און האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן זײ; און דוד האָט אָנגעריכט אַקעגן אַרָם אַ מלחמה, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים. /19:18 און אַרָם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר ישׂראל, און דוד האָט געהרגעט פֿון אַרָם זיבן טױזנט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; אױך שוֹפֿך דעם חיל-פֿירער האָט ער געטײט. /19:19 און די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט דודן, און האָבן אים געדינט. און אַרָם האָט מער ניט געװאָלט העלפֿן די קינדער פֿון עַמוֹן. /20:1 און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון דעם אומקער פֿון יאָר, אין דער צײַט װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה, האָט יוֹאָבֿ אַרױסגעפֿירט דעם קריג-חיל, און האָט פֿאַרװיסט דאָס לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; און ער איז געקומען און האָט געלעגערט אױף רַבה – און דוד איז געזעסן אין ירושָלַיִם – און יוֹאָבֿ האָט געשלאָגן רַבה, און האָט זי צעשטערט. /20:2 און דוד האָט אַראָפּגענומען מַלכָּמס קרױן פֿון זײַן קאָפּ; און ער האָט זי געפֿונען אַ צענטנער גאָלד אױפֿן װאָג, מיט טײַער געשטײן אין איר. און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף דודס קאָפּ. און רױב פֿון דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל. /20:3 און דאָס פֿאָלק װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט, און האָט זײ געשניטן מיט זעגן און מיט אײַזערנע דרעששליטנס, און מיט העק. און אַזױ פֿלעגט דוד טאָן צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. און דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם. /20:4 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ מלחמה אין גֶזֶר מיט די פּלִשתּים. דענצמאָל האָט סִבכַי פֿון חושָה דערשלאָגן סִפּין פֿון די קינדער פֿון די רפֿאים, און זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק. /20:5 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה מיט די פּלִשתּים, און אֶלחנָן דער זון פֿון יָעִירן האָט דערשלאָגן לַחמי דעם ברודער פֿון גָליַתן פֿון גַת, װאָס דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער. /20:6 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גַת. איז דאָרטן געװען אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, װאָס זײַנע פֿינגער זײַנען געװען צו זעקס און זעקס – פֿיר און צװאַנציק; און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ. /20:7 און ער האָט געלעסטערט ישׂראל; האָט אים יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָמעָא, דודס ברודער, דערשלאָגן. /20:8 די דאָזיקע זײַנען געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ אין גַת; און זײ זײַנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון דודן, און דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט. /21:1 און אַ שׂטן איז אױפֿגעשטאַנען אױף ישׂראל, און ער האָט אָנגערעדט דודן צו צײלן ישׂראל. /21:2 און דוד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן, און צו די האַרן פֿון פֿאָלק: גײט צײלט ישׂראל פֿון באֵר-שֶבֿע און ביז דָן, און ברענגט עס מיר, כּדי איך זאָל װיסן זײער מספּר. /21:3 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָל {dn גאָט} מערן זײַן פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען! זײַנען זײ ניט אַלע, מײַן האַר מלך, קנעכט צו מײַן האַר? צוּ װאָס פֿאַרלאַנגט דאָס מײַן האַר? נאָך װאָס זאָל עס זײַן פֿאַר אַ זינד אױף ישׂראל? /21:4 אָבער דאָס װאָרט פֿון מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן, און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנען, און איז אַרומגעגאַנגען אין גאַנץ ישׂראל, און איז צוריקגעקומען קײן ירושָלַיִם. /21:5 און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מספּר פֿון דער צײלונג פֿון דעם פֿאָלק צו דודן. און גאַנץ ישׂראל איז געװען טױזנט מאָל טױזנט און הונדערט טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד; און יהודה, פֿיר הונדערט און זיבעציק טױזנט װאָס ציען אַ שװערד. /21:6 און לֵוִי און בנימין האָט ער ניט געצײלט צװישן זײ; װאָרום דער אָנזאָג פֿון דעם מלך איז געװען יוֹאָבֿן צוּװידער. /21:7 און עס איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט} װעגן דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט געשלאָגן ישׂראל. /21:8 האָט דוד געזאָגט צו {dn גאָט}: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב געטאָן די דאָזיקע זאַך, און אַצונד, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרום איך בין געװען זײער נאַריש. /21:9 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו גָד, דודס זעער, אַזױ צו זאָגן: גײ און זאָלסט רעדן צו דודן, אַזױ צו זאָגן: /21:10 אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: דרײַערלײ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנס פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן. /21:11 איז גָד געקומען צו דודן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: נעם אױף דיר, /21:12 ענטװעדער דרײַ יאָר הונגער, אָדער דרײַ חדשים פֿאַרלענדט װערן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און די שװערד פֿון דײַנע שָׂונאים זאָל דיך דערגרײכן, אָדער דרײַ טעג די שװערד פֿון {dn גאָט} און אַ מגפֿה אין לאַנד, און דער מלאך פֿון {dn גאָט} זאָל אומברענגען אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל. און אַצונד זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך. /21:13 האָט דוד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיך, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון {dn גאָט}, װאָרום זײַן רחמנות איז זײער גרױס, און לאָמיך ניט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן. /21:14 האָט {dn גאָט} געשיקט אַ מגפֿה אױף ישׂראל, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון ישׂראל זיבעציק טױזנט מאַן. /21:15 און {dn גאָט} האָט געשיקט אַ מלאך קײן ירושָלַיִם, זי אומצוברענגען; אָבער װי ער האָט געהאַלטן בײַם אומברענגען, האָט {dn גאָט} אַראָפּגעקוקט, און ער האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך דעם אומברענגער: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון {dn גאָט} איז געשטאַנען בײַ דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי. /21:16 האָט דוד אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם מלאך פֿון {dn גאָט} װי ער שטײט צװישן ערד און הימל מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט, אױסגעשטרעקט אַקעגן ירושָלַיִם; און דוד און די עלטסטע, צוגעדעקט מיט זאַק, זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים. /21:17 און דוד האָט געזאָגט צו {dn גאָט}: פֿאַר װאָר, איך האָב געהײסן צײלן דאָס פֿאָלק, און איך בין דער װאָס האָב געזינדיקט, און האָב זײער שלעכטס געטאָן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז, אָבער ניט אױף דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה. /21:18 האָט דער מלאך פֿון {dn גאָט} געהײסן גָדן זאָגן דודן, אַז דוד זאָל אַרױפֿגײן אױפֿשטעלן אַ מזבח צו {dn גאָט} אין דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי. /21:19 איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן װאָס ער האָט גערעדט אין נאָמען פֿון {dn גאָט}. /21:20 און אַרנָן האָט זיך אומגעקערט און האָט דערזען דעם מלאך; און זײַנע פֿיר זין װאָס מיט אים האָבן זיך באַהאַלטן. און אַרנָן האָט געדראָשן װײץ. /21:21 און װי דוד איז געקומען צו אָרנָנען, האָט אַרנָן אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען דודן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון שײַער, און האָט זיך געבוקט צו דודן מיטן פּנים צו דער ערד. /21:22 האָט דוד געזאָגט צו אָרנָנען: גיב מיר דעם אָרט פֿון דעם שײַער, און איך װעל בױען דערױף אַ מזבח צו {dn גאָט}; אין פֿולן געלט גיב עס מיר; כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק. /21:23 האָט אַרנָן געזאָגט צו דודן: נעם דיר, און זאָל מײַן האַר דער מלך טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, איך גיב די רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס פֿאַר האָלץ, און די װײץ פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; אַלץ גיב איך אַװעק. /21:24 האָט דער מלך דוד געזאָגט צו אָרנָנען: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן, פֿאַר פֿולן געלט, װאָרום איך װעל ניט נעמען װאָס איז דײַנס פֿאַר {dn גאָט}, און אױפֿברענגנען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט. /21:25 און דוד האָט געגעבן אָרנָענן פֿאַר דעם אָרט זעקס הונדערט שֶקל גאָלד אױפֿן װאָג. /21:26 און דוד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו {dn גאָט}, און האָט דאָרטן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער, און ער האָט גערופֿן צו {dn גאָט}, און ער האָט אים געענטפֿערט מיט פֿײַער פֿון הימל אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער. /21:27 און {dn גאָט} האָט געהײסן דעם מלאך, און ער האָט אומגעקערט די שװערד אין איר שײד. /21:28 אין יענער צײַט, װי דוד האָט געזען אַז {dn גאָט} האָט אים געענטפֿערט אין דעם שײַער פֿון אָרנָן דעם יבֿוסי, אַזױ האָט ער דאָרטן געשלאַכט קרבנות. /21:29 און דער מִשכּן פֿון {dn גאָט} װאָס משה האָט געמאַכט אין דער מדבר, און דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, איז אין יענער צײַט געװען אױף דער בָמה אין גִבֿעוֹן. /21:30 אָבער דוד האָט ניט געקענט גײן צו אים צו פֿרעגן בײַ {dn גאָט}, װאָרום ער איז געװען דערשראָקן פֿאַר דער שװערד פֿון גאָטס מלאך. /22:1 און דוד האָט געזאָגט: דאָס איז דאָס הױז פֿון {dn גאָט דעם האַר}, און דאָס איז דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער פֿאַר ישׂראל. /22:2 און דוד האָט געהײסן אײַנזאַמלען אַלע פֿרעמדע װאָס אין לאַנד ישׂראל, און ער האָט געשטעלט שטײנהעקער אױסצוהאַקן געשניטענע שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /22:3 און אײַזן לרָובֿ אױף נעגל פֿאַר די טירן פֿון די טױערן, און אױף קלאַמערן, האָט דוד אָנגעברײט; און קופּער לרָובֿ גאָר אָן אַ װאָג; /22:4 און צעדערהאָלץ אָן אַ צאָל; װאָרום די צידוֹנים און די צוֹרים האָבן געבראַכט דודן צעדערהאָלץ לרָובֿ. /22:5 און דוד האָט געזאָגט: מײַן זון שלמה איז יונג און שװאַך, און דאָס הױז װאָס מע דאַרף בױען צו {dn גאָט}, דאַרף מען מאַכן גרױס ביז גאָר, פֿאַר אַ שם, און פֿאַר אַ צירונג, אַנטקעגן אַלע לענדער; לאָמיך אַקאָרשט צוגרײטן פֿאַר אים. און דוד האָט צוגעגרײט אַ סך פֿאַר זײַן טױט. /22:6 און ער האָט גערופֿן זײַן זון שלמהן, און ער האָט אים באַפֿױלן צו בױען אַ הױז צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /22:7 און דוד האָט געזאָגט צו שלמהן: מײַן זון, בײַ מיר אַלײן איז געװען אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn גאָט} מײַן האַר. /22:8 אָבער דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַ סך בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן, און גרױסע מלחמות האָסטו געמאַכט; קענסט ניט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װײַל דו האָסט פֿיל בלוט פֿאַרגאָסן צו דער ערד פֿאַר מײַן געזיכט. /22:9 אָט װערט דיר געבאָרן אַ זון; ער װעט זײַן אַ מענטש פֿון רו, און איך װעל אים באַרוען פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט פֿון אַרום; װאָרום שלמה װעט זײַן זײַן נאָמען, און שלום און שטילקײט װעל איך געבן ישׂראל אין זײַנע טעג. /22:10 ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, און איך אים פֿאַר אַ פֿאָטער; און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק. /22:11 אַצונד, מײַן זון, זאָל {dn גאָט} זײַן מיט דיר, און זאָלסט מצליח זײַן, און בױען דאָס הױז פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, אַזױ װי ער האָט גערעדט װעגן דיר. /22:12 זאָל נאָר {dn גאָט} דיר געבן שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, און דיך באַפֿעלן איבער ישׂראל; און אַז דו זאָלסט היטן די תּוֹרה פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}. /22:13 דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן, אַז דו װעסט היטן צו טאָן די חוקים און די געזעצן װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן משהן פֿאַר ישׂראל. זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן. /22:14 און אָט אין מײַן אָרימקײט האָב איך צוגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון {dn גאָט} הונדערט טױזנט צענטנער גאָלד, און טױזנט מאָל טױזנט צענטנער זילבער, און קופּער און אײַזן אָן אַ װאָג, װאָרום עס איז דאָ לרָובֿ; אױך האָלץ און שטײנער האָב איך צוגעגרײט, און דו קענסט נאָך צולײגן דערצו. /22:15 און בײַ דיר זײַנען דאָ אַ סך בעל-מלאָכהס, שטײנהעקער, און מײַנסטערס אין שטײן און אין האָלץ, און אַלערלײ קינצלער אין יעטװעדער מלאָכה. /22:16 צום גאָלד, צום זילבער, און צום קופּער, און צום אײַזן, איז קײן צאָל ניטאָ; שטײ אױף און טו, און זאָל {dn גאָט} זײַן מיט דיר. /22:17 און דוד האָט באַפֿױלן אַלע האַרן פֿון ישׂראל צו העלפֿן זײַן זון שלמהן: /22:18 פֿאַר װאָר, {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} איז מיט אײַך, און ער האָט אײַך באַרוט פֿון רונד אַרום, װאָרום ער האָט געגעבן אין מײַן האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און דאָס לאַנד ליגט באַצװוּנגען פֿאַר {dn גאָט} און פֿאַר זײַן פֿאָלק. /22:19 אַצונד, גיט אײַער האַרץ און אײַער זעל צו זוכן {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, און שטײט אױף, און בױט דאָס הײליקטום פֿון {dn גאָט דעם האַר}, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, און די הײליקע כּלים פֿון {dn גאָט}, אין דעם הױז װאָס װערט געבױט צו דעם נאָמען פֿון {dn גאָט}. /23:1 און דוד איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער האָט געמאַכט זײַן זון שלמהן פֿאַר מלך איבער ישׂראל. /23:2 און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון ישׂראל, און די כּהנים און די לוִיִים. /23:3 און די לוִיִים זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און זײער צאָל לױט זײערע קעפּ, פֿון די מענער, איז געװען אַכט און דרײַסיק טױזנט. /23:4 פֿון די דאָזיקע, אױף אױפֿצופּאַסן אױף דער אַרבעט פֿון גאָטס הױז פֿיר און צװאַנציק טױזנט, און אױפֿזעער און ריכטער, זעקס טױזנט. /23:5 און פֿיר טױזנט טױערלײַט; און פֿיר טױזנט װאָס זאָלן לױבן {dn גאָט} ”מיט די כּלֵי-זֶמֶר װאָס איך האָב געמאַכט אױף צו לױבן“. /23:6 און דוד האָט זײ אײַנגעטײלט אין אײַנטײלונגען לױט די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי. /23:7 פֿון די גֵרשונים: לַעְדָן, און שִמעִי. /23:8 די זין פֿון לַעְדָנען: דער הױפּט יחיאֵל, און זֵתָם, און יוֹאֵל – דרײַ. /23:9 די זין פֿון שִמעִין: שלוֹמית, און חזיאֵל, און הָרָן – דרײַ. די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן. /23:10 און די זין פֿון שִמעִין זײַנען געװען: יַחת, זינאָ, און יְעוש און בריעָה. דאָס זײַנען געװען די פֿיר זין פֿון שִמעִין. /23:11 און יַחת איז געװען דער הױפּט, און זיזָה דער צװײטער; און יְעוש און בריעָה האָבן ניט געהאַט פֿיל זין, דרום זײַנען זײ אין דער צײלונג געװען אײן פֿאָטערהױז. /23:12 די זין פֿון קהָת; עַמרָם, יצהָר, חבֿרון, און עוזיאֵל – פֿיר. /23:13 די זין פֿון עַמרָמען: אַהרן, און משה. און אַהרן איז אָפּגעשײדט געװאָרן, כּדי אים צו הײליקן פֿאַר גאָר הײליק, אים און זײַנע זין ביז אײביק, צו דעמפֿן פֿאַר {dn גאָט}, אים צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען אײביק. /23:14 און משה דער געטלעכער מאַן, זײַנע קינדער װערן גערופֿן אױף שבֿט לֵוִי. /23:15 די זין פֿון משהן זײַנען געװען: גֵרשוֹם, און אֶליעֶזֶר. /23:16 די זין פֿון גֵרשוֹמען: שבֿואֵל דער הױפּט. /23:17 און די זין פֿון אֶליעֶזֶרן זײַנען געװען: רחבֿיָה דער הױפּט. און אֶליעֶזֶר האָט ניט געהאַט קײן אַנדערע זין; אָבער די זין פֿון רחבֿיָהן זײַנען געװען פֿיל ביז גאָר. /23:18 די זין פֿון יצהָרן זײַנען געװען: שלוֹמית דער הױפּט. /23:19 די זין פֿון חבֿרוֹנען: אירִיָהו, דער הױפּט, אַמַריָה דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, און איקַמעָם דער פֿירטער. /23:20 די זין פֿון עוזיאֵלן: מיכָה דער הױפּט, און יִשִיָה דער צװײטער. /23:21 די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. די זין פֿון מַחלין: אֶלעָזָר, און קיש. /23:22 און אֶלעָזָר איז געשטאָרבן, און האָט ניט געהאַט קײן זין, נאָר טעכטער; און זײערע אײגענע, די זין פֿון קישן, האָבן זײ גענומען. /23:23 די זין פֿון מושין זײַנען געװען: מַחלי, און עֵדֶר, און אירֵמוֹת – דרײַ. /23:24 די דאָזיקע זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער לױט זײערע געצײלטע, נאָך דער צאָל פֿון נעמען לױט זײערע קעפּ, די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. /23:25 װאָרום דוד האָט געזאָגט: {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט באַרוט זײַן פֿאָלק, און ער רוט אין ירושָלַיִם אױף אײביק; /23:26 און אױך די לוִיִים דאַרפֿן מער ניט טראָגן דעם מִשכּן, און אַלע זײַנע כּלים פֿאַר זײַן דינסט. /23:27 יאָ, לױט די לעצטע װערטער פֿון דודן איז די צײלונג פֿון די קינדער פֿון לֵוִי געװען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. /23:28 װאָרום זײ האָבן געדאַרפֿט שטײן בײַ דער האַנט פֿון די קינדער פֿון אַהרן פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, אױף די הױפֿן, און אױף די קאַמערן, און אױף דער רײניקונג פֿון אַלע הײליקע זאַכן, און דער אַרבעט פֿון דעם דינסט פֿון גאָטס הױז; /23:29 און פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און פֿאַר דעם זעמלמעל פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, סײַ פֿון אומגעזײַערטע קוכנס, סײַ אין אַ באַקפֿאַן, סײַ אין אַ שמאָרפֿאַן; און פֿאַר יעטװעדער פֿײַכטער און טרוקענער מאָס; /23:30 און אױף צו שטײן מאָרגן פֿאַר מאָרגן צו דאַנקען און צו לױבן {dn גאָט}, און דעסט גלײַכן אין אָװנט; /23:31 און פֿאַר יעטװעדער אױפֿברענגען פֿון בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט} אין די שבתים, אום רֹאש-חוֹדש, און אין די יָום-טוֹבֿים, לױט דער צאָל, אַזױ װי דער דין װעגן זײ, תּמיד, פֿאַר {dn גאָט}; /23:32 און אַז זײ זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון דעם הײליקטום, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון אַהרן, זײערע ברידער, פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז. /24:1 און די אײַנטײלונגען פֿון די קינדער פֿון אַהרן זײַנען געװען: די זין פֿון אַהרנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און יתָמָר. /24:2 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן בײַ זײער פֿאָטערס לעבן, און קײן קינדער האָבן זײ ניט געהאַט, זײַנען אֶלעָזָר און יתָמָר געװען כּהנים. /24:3 און דוד, און צָדוֹק פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, און אַחימֶלֶך פֿון די קינדער פֿון יתָמָר, האָבן זײ אײַנגעטײלט לױט זײער רײ אין זײער דינסט. /24:4 און פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר האָבן זיך געפֿונען מער הױפּטמענער װי פֿון די קינדער פֿון איתָמֶר; און מע האָט זײ אַזױ אײַנגעטײלט: פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר זעכצן הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, און פֿון די קינדער פֿון יתָמָר, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, אַכט. /24:5 און מע האָט זײ אײַנגעטײלט לױט גוֹרל, די אַזױ װי יענע, װאָרום עס זײַנען געװען פֿירשטן פֿון הײליקטום, און פֿירשטן פֿון {dn גאָט}, אי פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, אי פֿון די קינדער פֿון יתָמָר. /24:6 און שמַעיָה דער זון פֿון נתַנאֵלן, דער שרײַבער, פֿון לֵוִי, האָט זײ פֿאַרשריבן פֿאַר דעם מלך, און די האַרן, און צָדוֹק דעם כּהן, און אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אֶבֿיָתָרן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים: אײן פֿאָטערהױז גענומען פֿון אֶלעָזָר, און אײנס גענומען פֿון יתָמָר. /24:7 און דער ערשטער גוֹרל איז אַרױסגעגאַנגען אױף יהוֹיָריבֿן, דער צװײטער אױף ידַעְיָהן; /24:8 דער דריטער אױף חרימען, דער פֿירטער אױף שׂעוֹרימען; /24:9 דער פֿינפֿטער אױף מַלכִּיָהן, דער זעקסטער אױף מִיָמִנען; /24:10 דער זיבעטער אױף הַקוֹצן, דער אַכטער אױף אַבֿיָהן; /24:11 דער נײַנטער אױף יֵשועַן, דער צענטער אױף שכַניָהון; /24:12 דער עלפֿטער אױף אֶליָשיבֿן, דער צװעלפֿטער אױף יָקימען; /24:13 דער דרײַצנטער אױף חופּהן, דער פֿערצנטער אױף יֶשֶבֿאָבֿן; /24:14 דער פֿוצנטער אױף בלגָהן, דער זעכצנטער אױף אִמֵרן; /24:15 דער זיבעצנטער אױף חזירן, דער אַכצנטער אױף הַפּצֵצן; /24:16 דער נײַנצנטער אױף פּתַחיָהן, דער צװאַנציקסטער אױף יחזקאלן; /24:17 דער אײן און צװאַנציקסטער אױף יָכינען, דער צװײ און צװאַנציקסטער אױף גַמולן; /24:18 דער דרײַ און צװאַנציקסטער אױף דלָיָהון, דער פֿיר און צװאַנציקסטער אױף מַעַזיָהון. /24:19 דאָס איז געװען זײער רײ אין זײער דינסט, צו קומען אין הױז פֿון {dn גאָט} לױט דעם געזעץ צו זײ דורך דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער אַהרנען, אַזױ װי {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט אים באַפֿױלן. /24:20 און פֿון די איבעריקע קינדער פֿון לֵוִי: פֿון די זין פֿון עַמרָמען, שובֿאֵל; פֿון די זין פֿון שובֿאֵלן, יֶחדְיָהו. /24:21 פֿון רחבֿיָהון: פֿון די זין פֿון רחבֿיָהון, דער הױפּט יִשִיָה. /24:22 פֿון די יצהָרים, שלוֹמוֹת; פֿון די זין פֿון שלוֹמוֹת, יַחת. /24:23 און די זין [פֿון חבֿרוֹנען], אירִיָהו, אַמַריָהו דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, איקַמעָם דער פֿירטער. /24:24 די זין פֿון עוזיאֵלן, מיכָה; פֿון די זין פֿון מיכָהן, שָמיר. /24:25 דער ברודער פֿון מיכָה, יִשִיָה; פֿון די זין פֿון יִשִיָהן, זכַריָהו. /24:26 די זין פֿון מרָרין, מַחלי, און מושי; די זין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון – /24:27 די קינדער פֿון מרָרין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון, שוֹהַם, און זַכּור, און עִבֿרי. /24:28 פֿון מַחלין, אֶלעָזָר; און ער האָט ניט געהאַט קײן זין. /24:29 פֿון קישן, די זין פֿון קישן, ירַחמְאֵל. /24:30 און די זין פֿון מושין, מַחלי, און עֵדֶר, און אירימוֹת. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון די לוִיִים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. /24:31 און זײ אױך האָבן געװאָרפֿן גוֹרל אַזױ װי זײערע ברידער, די קינדער פֿון אַהרן, פֿאַר דעם מלך דוד, און צָדוֹקן, און אַחימֶלֶכן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים; די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם הױפּט אַזױ װי זײַן ייִנגסטער ברודער. /25:1 און דוד און די האַרן פֿון חיל האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר דעם דינסט פֿון די זין פֿון אָסָפֿן און הֵימָנען און ידותונען, די װאָס האָבן נבֿיאיש געשפּילט אױף האַרפֿן, אױף גיטאַרן, און אױף צימבלען; און זײער צאָל, פֿון די מענטשן װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט לױט זײער דינסט, איז געװען: /25:2 פֿון די זין פֿון אָסָפֿן, זַכּור, און יוֹסף, און נתַניָה, און אַשַׂראֵלָה, די זין פֿון אָסָפֿן; אונטער דער האַנט פֿון אָסָפֿן, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּיטל לױט דעם אײַנשטעל פֿון דעם מלך. /25:3 פֿון ידותונען, די זין פֿון ידותונען: גדַליָהו, און צרי, און ישַעיָהו, חשַבֿיָהו, און מַתִּתיָהו – זעקס, אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער ידותונען, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּילט אױף אַ האַרף בײַם דאַנקען און לױבן {dn גאָט}. /25:4 פֿון הֵימָנען, די זין פֿון הֵימָנען: בוקִיָהו, מַתַּניָהו, עוזיאֵל, שבֿואֵל, און אירימוֹת, חנַניָה, חנָני, אֶליאָתָה, גִדַלתּי, און רוֹמַמתּי-עֶזֶר, יָשבקָשָה, מַלוֹתי, הוֹתיר, מַחזיאוֹת. /25:5 די אַלע זײַנען געװען זין פֿון הֵימָן דעם מלכס זעער אין זאַכן פֿון {dn גאָט} – צו דערהײבן [זײַן] האָרן, װאָרום {dn גאָט} האָט געשאָנקען הֵימָנען פֿערצן זין און דרײַ טעכטער. /25:6 די אַלע זײַנען געװען אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער, בײַם געזאַנג אין הױז פֿון {dn גאָט}, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן, פֿאַר דעם דינסט פֿון גאָטס הױז, לױט דעם אײַנשטעל פֿון מלך – אָסָף, ידותון, און הֵימָן. /25:7 און זײער צאָל מיט זײערע ברידער, געלערנטע אין געזאַנג צו {dn גאָט}, אַלע קענער, איז געװען צװײ הונדערט און אַכט און אַכציק. /25:8 און זײ האָבן געװאָרפֿן גוֹרל, אַ װאַך קעגן [אַ װאַך], אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, דער קענער אַזױ װי דער תּלמיד. /25:9 און דער ערשטער גוֹרל איז אַרױסגעגאַנגען אױף אָסָפֿן – אױף יוֹספֿן. דער צװײטער גדַליָהו; ער און זײַנע ברידער און זײַנע זין – צװעלף. /25:10 דער דריטער זַכּור, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:11 דער פֿירטער אױף יִצרין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:12 דער פֿינפֿטער נתַניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:13 דער זעקסטער בוקִיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:14 דער זיבעטער ישַׂראֵלָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:15 דער אַכטער ישַעיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:16 דער נײַנטער מַתַּניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:17 דער צענטער שִמעִי, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:18 דער עלפֿטער עַזַראֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:19 דער צװעלפֿטער חשַבֿיָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:20 צום דרײַצנטן שובֿאֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:21 צום פֿערצנטן מַתִּתיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:22 צום פֿופֿצנטן אױף אירֵמוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:23 צום זעכצנטן אױף חנַניָהון, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:24 צום זיבעצנטן אױף יָשבקָשָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:25 צום אַכצנטן אױף חנָנין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:26 צום נײַנצנטן אױף מַלוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:27 צום צװאַנציקסטן אױף אֶלִיָתָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:28 צום אײן און צװאַנציקסטן אױף הוֹתירן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:29 צום צװײ און צװאַנציקסטן אױף גִדַלתּין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:30 צום דרײַ און צװאַנציקסטן אױף מַחזיאוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /25:31 צום פֿיר און צװאַנציקסטן אױף רוֹמַמתּי-עֶזֶרן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף. /26:1 פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט: פֿון די קָרחים: משֶלֶמיָהו דער זון פֿון קוֹרֵאן, פֿון די זין פֿון אָסָפֿן. /26:2 און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין: זכַריָהו דער בכָור, ידיעֲאֵל דער צװײטער, זבֿדיָהו דער דריטער, יַתניאֵל דער פֿירטער; /26:3 עֵילָם דער פֿינפֿטער, יהוֹחנָן דער זעקסטער, אֶליְהוֹעֵינַי דער זיבעטער. /26:4 און עוֹבֿד-אֶדוֹם האָט געהאַט זין: שמַעיָה דער בכָור, יהוֹזָבֿד דער צװײטער, יוֹאָך דער דריטער, און שָׂכָר דער פֿירטער, און נתַנאֵל דער פֿינפֿטער; /26:5 עַמיאֵל דער זעקסטער, יִשׂשָׂכָר דער זיבעטער, פּעולתַי דער אַכטער; װאָרום {dn גאָט} האָט אים געבענטשט. /26:6 און בײַ זײַן זון שמַעיָהן זײַנען געבאָרן געװאָרן זין װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם הױז פֿון זײער פֿאָטער, װאָרום זײ זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים. /26:7 די זין פֿון שמַעיָהן זײַנען געװען: עָתני, און רפֿאֵל, און עוֹבֿד, אֶלזָבֿד, זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, און אֶליהו, און סמַכיָהו. /26:8 די אַלע פֿון די קינדער פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, זײ און זײערע זין און זײערע ברידער, העלדישע לײַט מיט כּוֹח צום דינסט; צװײ און זעכציק פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען. /26:9 און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין און ברידער, העלדישע יונגען, אַכצן. /26:10 און חוֹסָה פֿון די זין פֿון מרָרין האָט געהאַט זין: שִמרי איז געװען דער הױפּט; הגם ער איז ניט געװען דער בכָור, אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים געמאַכט פֿאַרן הויפּט; /26:11 חלקִיָהו דער צװײטער, טבֿליָהו דער דריטער, זכַריָהו דער פֿירטער; אַלע זין און ברידער פֿון חוֹסָהן – דרײַצן. /26:12 די דאָזיקע אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט, די הױפּטמענער, האָבן געהאַט װאַכן אַזױ װי זײערע ברידער, צו באַדינען אין הױז פֿון {dn גאָט}. /26:13 און זײ האָבן געװאָרפֿן גוֹרל, אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, טױער פֿאַר טױער. /26:14 און דער גוֹרל אױף מזרח איז געפֿאַלן שֶלֶמיָהון. און פֿאַר זײַן זון זכַריָהון, אַ קלוגן בעל-יוֹעץ, האָבן זײ געװאָרפֿן גוֹרל, און זײַן גוֹרל איז געפֿאַלן אױף צפֿון. /26:15 עוֹבֿד-אֶדוֹמען צו דָרום, און זײַנע זין דאָס זאַמלהױז. /26:16 און שופּימען און חוֹסָהן, צו מערבֿ, בײַם טױער שַלֶכֶת, לעבן דעם װעג װאָס גײט אַרױף צו, אַ װאַך קעגן אַ װאַך. /26:17 צו מזרח זעקס לוִיִים, צו צפֿון פֿיר אַ טאָג, צו דָרום פֿיר אַ טאָג, און בײַ דעם זאַמלהױז צו צװײ. /26:18 פֿאַר דעם פֿאָרהױף צו מערבֿ, פֿיר בײַם װעג, צװײ בײַם פֿאָרהױף. /26:19 דאָס זײַנען געװען די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט פֿון די קינדער פֿון די קָרחים און פֿון די קינדער פֿון מרָרי. /26:20 און פֿון די לוִיִים, איז אַכִיָה געװען איבער די שאַצן פֿון גאָטס הױז, און איבער די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן. /26:21 די קינדער פֿון לַעְדָן, די קינדער פֿון די גֵרשונים פֿון לַעְדָן, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן דעם גֵרשוני, זײַנען געװען די יחיאֵלים. /26:22 די קינדער פֿון די יחיאֵלים, זֵתָם, און זײַן ברודער יוֹאֵל, זײַנען געװען איבער די שאַצן פֿון גאָטס הױז. /26:23 פֿון די עַמרָמים, פֿון די יצהָרים, פֿון די חבֿרוֹנים, פֿון די עוזיאֵלים, /26:24 איז שבֿואֵל דער זון פֿון גֵרשוֹם דעם זון פֿון משהן, געװען דער פֿירשט איבער די שאַצן. /26:25 און זײַנע ברידער, פֿון אֶליעֶזֶרן, זײַנען געװען: זײַן זון רחבֿיָהו, און זײַן זון ישַעיָהו, און זײַן זון יוֹרָם, און זײַן זון זִכרי, און זײַן זון שלוֹמית. /26:26 דערדאָזיקער שלוֹמוֹת און זײַנע ברידער זײַנען געװען איבער אַלע שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן װאָס דוד המלך, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די חיל-פֿירער, האָבן געהײליקט. /26:27 פֿון די מלחמות און פֿון דעם רױב האָבן זײ עס געהײליקט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /26:28 און אַלץ װאָס שמואל דער זעער, און שָאול דער זון פֿון קישן, און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרױָהן, האָבן געהײליקט, װער נאָר עס האָט געהײליקט, איז דאָס געװען אונטער דער האַנט פֿון שלוֹמיתן און זײַנע ברידער. /26:29 פֿון די יִצהָרים, זײַנען כּנַניָהו און זײַנע זין געװען פֿאַרן אױסנװײניקסטן דינסט איבער ישׂראל, פֿאַר אױפֿזעער און פֿאַר ריכטער. /26:30 פֿון די חבֿרוֹנים זײַנען חשַבֿיָהו און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, טױזנט און זיבן הונדערט, געװען פֿאַר דער אױפֿזעאונג איבער ישׂראל פֿון יענער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון {dn גאָט}, און פֿאַר דעם דינסט פֿון מלך. /26:31 פֿון די חבֿרוֹנים, איז אירִיָה געװען דער הױפּט – פֿון די חבֿרוֹנים לױט זײערע געבורטן נאָך די פֿאָטערהײַזער. אין פֿערציקסטן יאָר פֿון דודס מלוכה זײַנען זײ נאָכגעזוכט געװאָרן, און עס זײַנען געפֿונען געװאָרן צװישן זײ העלדישע גיבוֹרים אין יַעְזֵיר-גִלעָד. /26:32 און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זיבן הונדערט, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער; און דוד המלך האָט זײ אױפֿגעזעצט איבער די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון {dn גאָט} און זאַכן פֿון מלך. /27:1 און די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײער צאָל, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און הונדערטן, און זײערע אױפֿזעער, װאָס האָבן באַדינט דעם מלך אין אַלע זאַכן פֿון די אָפּטײלונגען װאָס זײַנען אַרײַנגעקומען און אַרױסגעגאַנגען חוֹדש פֿאַר חוֹדש דורך אַלע חדשים פֿון יאָר, זײַנען געװען צו פֿיר און צװאַנציק טױזנט אין איטלעכער אָפּטײלונג. /27:2 איבער דער ערשטער אָפּטײלונג פֿאַרן ערשטן חוֹדש איז געװען יָשָבֿעָם דער זון פֿון זַבֿדיאֵלן; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:3 פֿון די קינדער פֿון פּרֶץ איז ער געװען; דער הױפּט פֿון אַלע חיל-פֿירער פֿאַרן ערשטן חוֹדש. /27:4 און איבער דער אָפּטײלונג פֿון צװײטן חוֹדש איז געװען דוֹדַי פֿון אַחוֹח, און מיט זײַן אָפּטײלונג איז געװען מִקלוֹת דער פֿירשט; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:5 דער דריטער חיל-פֿירער פֿאַרן דירטן חוֹדש איז געװען בנָיָהו דער זון פֿון דעם כּהן יהוֹיָדָע, דער הױפּט; /27:6 און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. דאָס איז בנָיָהו דער גיבור פֿון די דרײַסיק און איבער די דרײַסיק; מיט זײַן אָפּטײלונג איז געװען זײַן זון עַמיזָבֿד. /27:7 דער פֿירטער פֿאַרן פֿירטן חוֹדש איז געװען עַשָׂהאֵל, דער ברודער פֿון יוֹאָבֿן, און זבֿדיָה זײַן זון נאָך אים; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:8 דער פֿינפֿטער פֿאַרן פֿינפֿטן חוֹדש איז געװען דער הױפּטמאַן שַמהות דער יִזרָכי; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:9 דער זעקסטער פֿאַרן זעקסטן חוֹדש איז געװען עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:10 דער זיבעטער פֿאַרן זיבעטן חוֹדש איז געװען חלֶץ פֿון פּלוֹן, פֿון די קינדער פֿון אפֿרים; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:11 דער אַכטער פֿאַרן אַכטן חוֹדש איז געװען סִבכַי פֿון חושָה, פֿון די זַרחים; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:12 דער נײַנטער פֿאַרן נײַנטן חוֹדש איז געװען אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת, פֿון די בנימינער; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:13 דער צענטער פֿאַרן צענטן חוֹדש איז געװען מַהרַי פֿון נטוֹפֿה, פֿון די זַרחים; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:14 דער עלפֿטער פֿאַרן עלפֿטן חוֹדש איז געװען בנָיָה פֿון פּרעָתוֹן, פֿון די קינדער פֿון אפֿרים; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:15 דער צװעלפֿטער פֿאַרן צװעלפֿטן חוֹדש איז געװען חלדַי פֿון נטוֹפֿה, פֿון עָתניאֵל; און אין זײַן אָפּטײלונג זײַנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט. /27:16 און איבער די שבֿטים פֿון ישׂראל; פֿון די ראובֿנים איז געװען דער פֿירשט, אֶליעֶזֶר דער זון פֿון זִכרין; פֿון די שמעוֹנים, שפֿטיָהו דער זון פֿון מַעֲכָהן; /27:17 פֿון לֵוִי, חַשַבֿיָה דער זון פֿון קמואֵלן; פֿון אַהרן צָדוֹק; /27:18 פֿון יהודה, אֶליהו פֿון דודס ברידער; פֿון יִשׂשָׂכָר, עָמרי דער זונף און מיכָאֵלן; /27:19 פֿון זבֿולון, יִשמַעיָהו דער זון פֿון עוֹבֿדיָהון; פֿון נפֿתּלי, ירימוֹת דער זון פֿון עַזריאֵלן; /27:20 פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, הוֹשֵעַ דער זון פֿון עַזַזיָהון; פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה, יוֹאֵל דער זון פֿון פּדָיָהון; /27:21 פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה אין גִלעָד, יִדוֹ דער זון פֿון זכַריָהון; פֿון בנימין, יַעֲשׂיאֵל דער זון פֿון אַבֿנֵרן; /27:22 פֿון דָן, עַזַראֵל דער זון פֿון ירוחמען. דאָס זײַנען געװען די האַרן פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל. /27:23 און דוד האָט ניט אױפֿגענומען זײער צאָל פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און אַרונטער; װאָרום {dn גאָט} האָט צוגעזאָגט צו מערן ישׂראל אַזױ װי די שטערן פֿון הימל. /27:24 יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרױָהן האָט אָנגעהױבן צײלן און צו מאָל ניט געענדיקט, פֿון דעסט װעגן איז געװען איבער דעם אַ צאָרן אױף ישׂראל; און די צאָל איז ניט אַרײַן אין דער דערצײלונג פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון מלך דוד. /27:25 און איבער די שאַצן פֿון דעם מלך איז געװען עַזמָוֶת דער זון פֿון עַדיאֵלן, און איבער די שפּײַכלערס אין די פֿעלדער, אין די שטעט, און אין די דערפֿער, און אין די טורעמס, יהוֹנָתָן דער זון פֿון עוזִיָהון. /27:26 און איבער די װאָס טוען פֿעלדאַרבעט בײַ דער באַאַרבעטונג פֿון דער ערד, עֶזרי דער זון פֿון כּלובֿן. /27:27 און איבער די װײַנגערטנער, שִמעִי פֿון רָמָה; און איבער װאָס אין די װײַנגערטנער פֿאַר די װײַנקעלערס, זַבֿדי פֿון שפֿם. /27:28 און איבער די אײלבערטבײמער און די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, בעַל-חנָן פֿון גֶדֶר; און איבער די אײלקעלערס, יוֹעָש. /27:29 און איבער די רינדער װאָס האָבן זיך געפֿיטערט אין שָרוֹן, שִרטַי פֿון שָרוֹן; און איבער די רינדער אין די טאָלן, שָפֿט דער זון פֿון עַדלָין. /27:30 און איבער די קעמלען, אוֹבֿיל דער יִשמעאֵלי; און איבער די אײזעלינס, יֶחדְיָהו פֿון מֵרוֹנוֹת. /27:31 און איבער די שאָף, יָזיז דער הַגרי. די אַלע זײַנען געװען די אױבערלײַט איבער דעם פֿאַרמעג װאָס דער מלך דוד האָט געהאַט. /27:32 און יהוֹנָתָן, דודס פֿעטער איז געװען אַ בעל-יוֹעץ, אַ פֿאַרשטאַנדיקער מאַן און אַ שרײַבער. און יחיאֵל דער זון פֿון חכמוֹנין איז געװען מיט דעם מלכס זין. /27:33 און אַחיתּוֹפֿל איז געװען דעם מלכס בעל-יוֹעץ, און חושַי דער אַרכּי איז געװען דעם מלכס גוטער פֿרײַנט. /27:34 און נאָך אַחיתּוֹפֿלן איז געװען יהוֹיָדָע דער זון פֿון בנָיָהון, און אֶבֿיָתָר; און דער חיל-פֿירער פֿון דעם מלך איז געװען יוֹאָבֿ. /28:1 און דוד האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון ישׂראל, די האַרן פֿון די שבֿטים, און די הױפּטלײַט פֿון די אָפּטײלונגען װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די אױבערלײַט איבער דעם גאַנצן פֿאַרמעג און פֿי פֿון מלך און פֿון זײַנע זין, מיט די הױפֿדינער און די גיבוֹרים – איטלעכן העלדישן גיבור – קײן ירושָלַיִם. /28:2 און דוד המלך האָט זיך געשטעלט אױף זײַנע פֿיס, און האָט געזאָגט: הערט מיך צו, מײַנע ברידער און מײַן פֿאָלק; בײַ מיר אין מײַן האַרצן איז געװען צו בױען אַ הױז פֿון רו פֿאַר דעם אָרון פֿון יהוהס בונד, און פֿאַר אַ פֿוסבענקל פֿאַר אונדזער {dn גאָט}, און איך האָב זיך אָנגעברײט צו בױען. /28:3 אָבער {dn גאָט} האָט צו מיר געזאָגט: קענסט ניט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װאָרום אַ מענטש פֿון מלחמות ביסטו, און בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן. /28:4 אָבער {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל האָט מיך אױסדערװײלט פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון מײַן פֿאָטער צו זײַן אַ מלך איבער ישׂראל אױף אײביק; װאָרום יהודהן האָט {dn גאָט} אױסדערװײלט פֿאַר אַ פֿירשט, און אין דעם הױז פֿון יהודה, דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און צװישן די זין פֿון מײַן פֿאָטער, האָט ער מיך באַגערט, אױף צו מאַכן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל. /28:5 און פֿון אַלע מײַנע זין – װאָרום פֿיל זין האָט מיר {dn גאָט} געשאָנקען – האָט ער אױסדערװײלט מײַן זון שלמהן צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון גאָטס מלוכה איבער ישׂראל. /28:6 און ער האָט צו מיר געזאָגט: דײַן זון שלמה, ער װעט בױען מײַן הױז און מײַנע הױפֿן, װאָרום איך האָב אים אױסדערװײלט פֿאַר אַ זון צו מיר, און איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער. /28:7 און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה אױף אײביק, אױב ער װעט זײַן שטאַרק, צו טאָן מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /28:8 און אַצונד, פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, דער עדה פֿון {dn יהוה}, און אין די אױערן פֿון אונדזער {dn גאָט}; היט אָפּ און זוכט נאָך אַלע געבאָט פֿון {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, כּדי איר זאָלט אַרבן דאָס גוטע לאַנד, און לאָזן אין ירושה צו אײַערע קינדער נאָך אײַך ביז אײביק. /28:9 און דו שלמה מײַן זון, װײס דעם {dn גאָט} פֿון דײַן פֿאָטער, און דין אים מיט אַ גאַנצן האַרצן, און מיט אַ װיליקער זעל, װאָרום אַלע הערצער פֿאָרשט {dn יהוה}, און יעטװעדער טראַכטעניש פֿון די געדאַנקען קען ער; אַז דו װעסט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון דיר, אָבער אַז דו װעסט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער דיך אַװעקװאַרפֿן אױף אײביק. /28:10 קוק זיך אַרום אַצונד, װאָרום {dn גאָט} האָט דיך אױסדערװײלט צו בױען אַ הױז פֿאַר אַ הײליקטום; זײ שטאַרק, און טו. /28:11 און דוד האָט געגעבן זײַן זון שלמהן דאָס געמעל פֿון דעם פֿאָדערהױז, און זײַנע בניָנים, און זײַנע שאַצקאַמערן, און זײַנע אױבערשטובן, און זײַנע אינעװײניקסטע חדרים, און דאָס הױז פֿון דעם דעק [פֿון אָרון]; /28:12 און דאָס געמעל פֿון אַלץ װאָס איז געװען בײַ אים אין געדאַנקען, פֿאַר די הױפֿן פֿון גאָטס הױז, און פֿאַר אַלע קאַמערן רונד אַרום, פֿאַר די שאַצן פֿון גאָטס הױז, און פֿאַר די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן, /28:13 און פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים, און פֿאַר אַלערלײ אַרבעט פֿון דעם דינסט אין גאָטס הױז, און פֿאַר די כּלים פֿון דעם דינסט אין גאָטס הױז. /28:14 ”גאָלד אױפֿן װאָג, פֿאַר דעם גאָלד פֿון אַלערלײ כּלים פֿאַר יעטװעדער דינסט; פֿאַר אַלע זילבערנע כּלים, אױפֿן װאָג, פֿאַר אַלערלײ כּלים פֿון יעטװעדער דינסט. /28:15 און אױפֿן װאָג פֿאַר די גילדערנע מנוֹרות מיט זײערע גילדערנע רערלעך, לױט דער װאָג פֿון איטלעכער מנוֹרה מיט אירע רערלעך; און פֿאַר די זילבערנע מנוֹרות לױט דער װאָג פֿון אַ מנוֹרה מיט אירע רערלעך, װי נאָך דער אַרבעט פֿון איטלעכער מנוֹרה. /28:16 און גאָלד אױפֿן װאָג פֿאַר די טישן פֿון דער אױסלײגונג [פֿון ברױט], פֿאַר איטלעכן טיש; און זילבער פֿאַר די זילבערנע טישן. /28:17 און פֿאַר די גאָפּלען, און די שפּרענגבעקנס, און די קאַנען, רײנע גאָלד; און פֿאַר די גילדערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער; און פֿאַר די זילבערנע בעכערס, אױפֿן װאָג פֿאַר איטלעכן בעכער. /28:18 און פֿאַר דעם מזבח פֿון װײַרױך געלײַטערטע גאָלד אױפֿן װאָג; און גאָלד פֿאַר דער געשטאַלט פֿון דעם רײַטװאָגן, די כּרובֿים װאָס שפּרײטן אױס [די פֿליגלען] און שירעמען איבער דעם אָרון פֿון גאָטס בונד. /28:19 דאָס אַלץ גיב איך דיר אין געשריפֿטס, פֿון דער האַנט פֿון {dn גאָט} װאָס האָט מיך געקליגט; אַלע אַרבעטן פֿון דעם געמעל. “ /28:20 און דוד האָט געזאָגט צו זײַן זון שלמהן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, און טו; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן, װאָרום {dn גאָט} {dn יהוה}, מײַן {dn גאָט}, איז מיט דיר; ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און ניט פֿאַרלאָזן, ביז די גאַנצע אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון יהוהס הױז װעט זײַן געענדיקט. /28:21 און אָט זײַנען די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים און די לוִיִים פֿאַר יעטװעדער דינסט פֿון גאָטס הױז; און דו האָסט מיט זיך פֿאַר יעטװעדער אַרבעט איטלעכן װאָס איז גערנװיליק, מיט קלוגשאַפֿט פֿאַר אַלערלײ אַרבעט; און די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען צו אַלע דײַנע באַפֿעלן. /29:1 און דוד המלך האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: שלמה מײַן זון, װאָס אים אײנעם האָט {dn גאָט} אױסדערװײלט, איז יונג און שװאַך, און די אַרבעט איז גרױס, װאָרום ניט פֿאַר אַ מענטשן איז דער פּאַלאַץ, נאָר פֿאַר {dn גאָט דעם האַר}. /29:2 און מיט אַלע מײַנע כּוֹחות האָב איך אָנגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן {dn גאָט}, גאָלד פֿאַר די גילדערנע זאַכן, און זילבער פֿאַר די זילבערנע, און קופּער פֿאַר די קופּערנע, אײַזן פֿאַר די אײַזערנע, און האָלץ פֿאַר די הילצערנע; אָניקלשטײנער און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, גלאַנציקע און פֿילפֿאַרביקע שטײנער, און אַלערלײ טײַער געשטײן, און מירמלשטײנער לרָובֿ. /29:3 און מער נאָך: װײַל איך באַגער דאָס הױז פֿון מײַן {dn גאָט}, האָב איך אַן אוֹצר גאָלד און זילבער װאָס איך גיב אַװעק פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן {dn גאָט}, אַחוץ אַלץ װאָס איך האָב אָנגעגרײט פֿאַר דעם הײליקן הױז: /29:4 דרײַ טױזנט צענטנער גאָלד, פֿון גאָלד פֿון אוֹפֿיר, און זיבן טױזנט צענטנער געלײַטערטע זילבער, אױף צו באַלײגן די װענט פֿון די הײַזער; /29:5 גאָלד װוּ מע דאַרף גאָלד, און זילבער װוּ זילבער; און פֿאַר יעטװעדער אַרבעט דורך דער האַנט פֿון מײַנסטערס. און װער װיל הײַנט מנדבֿ זײַן מיט זײַן פֿולער האַנט צו {dn גאָט}? /29:6 און די האַרן פֿון די פֿאָטערהײַזער, און די האַרן פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די אױבערלײַט איבער דעם מלכס װירטשאַפֿט, האָבן מנדבֿ געװען. /29:7 און זײ האָבן געשאָנקען פֿאַר דער אַרבעט פֿון גאָטס הױז, גאָלד פֿינף טױזנט צענטנער, און אַדַרכּוֹנים צען טױזנט, און זילבער צען טױזנט צענטנער, און קופּער אַכצן טױזנט צענטנער, און אײַזן הונדערט טױזנט צענטנער. /29:8 און די װאָס בײַ זײ האָבן זיך געפֿונען טײַערע שטײנער, האָבן עס אַװעקגעגעבן צו דעם שאַץ פֿון גאָטס הױז, אונטער דער האַנט פֿון יחיאֵל דעם גֵרשוני. /29:9 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געפֿרײט װאָס זײ האָבן מנדבֿ געװען, װאָרום מיטן גאַנצן האַרצן האָבן זײ מנדבֿ געװען צו {dn גאָט}, און אױך דוד המלך האָט זיך געפֿרײט אַ גרױס פֿרײד. /29:10 און דוד האָט געלױבט {dn גאָט} פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג, און דוד האָט געזאָגט: געלױבט ביסטו {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אונדזער פֿאָטער, פֿון אײביק און ביז אײביק. /29:11 דײַן, {dn גאָט}, איז די גרױסקײט, און די שטאַרקײט, און די פּראַכטיקײט, און די אײביקײט, און דער גלאַנץ, װאָרום אַלץ װאָס אױפֿן הימל און אױף דער ערד [איז דײַן]; דײַן, {dn גאָט}, איז די מלוכה, און דו ביסט דערהױבן צום הױפּט איבער אַלעם. /29:12 און עוֹשר און כּבֿוד זײַנען פֿון דיר, און דו געװעלטיקסט איבער אַלץ, און אין דײַן האַנט איז כּוֹח און גבֿורה, און אין דײַן האַנט איז צו גרײַסן און צו שטאַרקן אַלעמען. /29:13 און אַצונד, אונדזער {dn גאָט}, דאַנקען מיר דיר, און לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען. /29:14 װאָרום װער בין איך, און װער איז מײַן פֿאָלק, אַז מיר זאָלן האָבן בכּוֹח מנדבֿ צו זײַן אַזױװאָס? נאָר פֿון דיר איז אַלץ, און פֿון דײַן האַנט האָבן מיר דיר געגעבן. /29:15 װאָרום פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאַר דיר, און אײַנגעװאַנדערטע, אַזױ װי אַלע אונדזערע עלטערן; אַזױ װי אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד, און אָן אַ באַשטאַנד. /29:16 {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, דאָסדאָזיקע גאַנצע רײַכטום װאָס מיר האָבן אָנגעגרײט אױף דיר צו בױען אַ הױז פֿאַר דײַן הײליקן נאָמען, איז פֿון דײַן האַנט, און אַלץ איז דײַן. /29:17 און איך װײס, מײַן {dn גאָט}, אַז דו פּרוּװסט דאָס האַרץ, און באַגערסט רעכטפֿאַרטיקײט. איך האָב מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון מײַן האַרצן מנדבֿ געװען דאָס אַלץ; און אַצונד האָב איך געזען מיט שׂמכה װי דײַן פֿאָלק װאָס געפֿינט זיך דאָ האָט מנדבֿ געװען צו דיר. /29:18 {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון אַבֿרהם, יצחק, און ישׂראל, אונדזערע עלטערן, האַלט דאָס אָן אױף אײביק, די טראַכטונג פֿון די געדאַנקען פֿון דײַן פֿאָלקס האַרצן, און קער זײער האַרץ צו דיר. /29:19 און שלמהן מײַן זון גיב אַ גאַנץ האַרץ צו היטן דײַנע געבאָט, דײַנע אָנזאָגן, און דײַנע געזעצן, און צו טאָן דאָס אַלץ, און צו בױען דעם פּאַלאַץ װאָס איך האָב צוגעגרײט. /29:20 און דוד האָט געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג: לױבט נון {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט געלױבט {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, און זײ האָבן זיך גענײַגט און זיך געבוקט צו {dn גאָט} און צום מלך. /29:21 און זײ האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער צו {dn גאָט}, און אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}, אױף מאָרגן פֿון יענעם טאָג, טױזנט אָקסן, טױזנט װידערס, טױזנט שעפּסן, מיט זײערע גיסאָפּפֿער, און שלאַכטאָפּפֿער לרָובֿ פֿאַר גאַנץ ישׂראל. /29:22 און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען פֿאַר {dn גאָט} אין יענעם טאָג מיט גרױס שׂמחה, און זײ האָבן אַ צװײט מאָל געמאַכט שלמה דעם זון פֿון דודן פֿאַר אַ מלך, און געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט פֿון {dn גאָט}, און צָדוֹקן פֿאַר אַ כּהן. /29:23 און שלמה האָט זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון {dn גאָט} פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער דודן, און ער האָט באַגליקט. און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך צוגעהערט צו אים. /29:24 און אַלע האַרן, און די גיבוֹרים, און אױך אַלע זין פֿון דעם מלך דוד, האָבן זיך אונטערװאָרפֿן אונטער שלמה המלך. /29:25 און {dn גאָט} האָט שלמהן הױך געגרײסט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, און ער האָט געגעבן אױף אים אַ קיניגלעכן גלאַנץ װאָס איז ניט געװען אױף קײן מלך איבער ישׂראל פֿאַר אים. /29:26 און דוד דער זון פֿון יִשַין האָט געקיניגט איבער גאַנץ ישׂראל. /29:27 און די טעג װאָס ער האָט געקיניגט איבער ישׂראל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר: אין חבֿרון האָט ער געקיניגט זיבן יאָר, און אין ירושָלַיִם האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק. /29:28 און ער איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, זאַט מיט טעג, עוֹשר, און כּבֿוד; און זײַן זון שלמה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /29:29 און די זאַכן װעגן דודן, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון שמואל דעם זעער, און אין די װערטער פֿון נָתָן דעם נבֿיא, און אין די װערטער פֿון גָד דעם זעער, /29:30 מיט זײַן גאַנצער מלוכה, און זײַנע גבֿורות, און די צײַטן װאָס זײַנען אַריבער איבער אים און איבער ישׂראל, און איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון די לענדער. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.