תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש אֶסְתֵּר /1:1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַחשוֵרוֹשן – דאָס איז דער אַחשוֵרוֹש װאָס האָט געקיניגט פֿון הוֹדו ביז כּוש, איבער הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות – /1:2 אין יענע טעג, אַז דער מלך אַחשוֵרוֹש איז געזעסן אױף דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה װאָס אין דער הױפּטשטאָט שושַן, /1:3 אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, האָט ער געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע האַרן און זײַנע קנעכט, דעם חיל פֿון פָּרַס און מָדַי, די אַדללײַט און די האַרן פֿון די מדינות, װאָס פֿאַר אים; /1:4 װען ער האָט געװיזן די עשירות פֿון זײַן קיניגלעכן שטאַט, און די זעלטענע פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, פֿיל טעג, הונדערט און אַכציק טעג. /1:5 און אַז די דאָזיקע טעג זײַנען דערפֿילט געװאָרן, האָט דער מלך געמאַכט פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן, אַ מאָלצײַט פֿון זיבן טעג אין הױף פֿון דעם מלכס פּאַלאַצגאָרטן. /1:6 װײַסע צײַג, דינע לײַנען, און בלאָע װאָל, זײַנען געװען באַפֿעסטיקט מיט שנורן פֿון פֿײַנלײַנען און פּורפּל אױף זילבערנע שטאַנגען און זײַלן פֿון מירמלשטײן; מיט גילדערנע און זילבערנע לענבעטלעך אױף אַ פֿלאַסטערונג פֿון אַלאַבאַסטער און מירמלשטײן, און פּערלמוטער, און פֿלעקמירמל. /1:7 און געגעבן טרינקען האָט מען אין גילדערנע כּלים, און כּלים פֿון כּלים פֿאַרשײדן, און מַלכותדיקער װײַן איז געװען מיט אַ קיניגלעכער האַנט. /1:8 און דאָס טרינקען איז געװען װי געהעריק; קײנער האָט ניט גענײט; װאָרום אַזױ האָט דער מלך פֿעסט אָנגעזאָגט איטלעכן עלטסטן פֿון זײַן הױז, צו טאָן לױט דעם רצון פֿון יעטװעדער אײנעם. /1:9 אױך די מלכּה וַשתּי האָט געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר די װײַבער אין דעם קיניגלעכן הױז פֿון מלך אַחשוֵרוֹש. /1:10 אױפֿן זיבעטן טאָג, אַז דעם מלכס האַרץ איז געװען פֿרײלעך פֿון װײַן, האָט ער געהײסן מהומָן, בזְתאָ, חרבוֹנאָ, בגתאָן, און אַבַגתאָ, זֵתַר, און כַּרכַּס, די זיבן קאַמערדינער װאָס האָבן באַדינט פֿאַר דעם מלך אַחקשוֵרוֹש, /1:11 ברענגען די מלכּה וַשתּי פֿאַר דעם מלך אין אַ קיניגלעכער קרױן, כּדי צו װײַזן די פֿעלקער און די האַרן איר שײנקײט, װאָרום זי איז געװען שײן פֿון אױסזען. /1:12 האָט די מלכּה וַשתּי ניט געװאָלט קומען אױף דעם מלכס אָנזאָג װאָס דורך דער האַנט פֿון די קאַמערדינער, און דער מלך איז זײער אין כּעס געװאָרן, און זײַן גרימצאָרן האָט אין אים געברענט. /1:13 און דער מלך האָט געזאָגט צו די חכמים װאָס קענען די צײַטן – װאָרום אַזױ איז געװען דעם מלכס שטײגער אַנטקעגן אַלע װאָס װײסן אַ געזעץ און אַ דין; /1:14 און די נאָנטע צו אים זײַנען געװען כַּרשנאָ, שֵתָר, אַדמָתאָ, תַּרשיש, מֶרֶס, מַרסנאָ, ממוכָן, זיבן האַרן פֿון פָּרַס און מָדַי װאָס האָבן געזען דעם מלכס פּנים, װאָס זײַנען געזעסן אױבנאָן אין דער מלוכה –: /1:15 װאָס דאַרף מען טאָן לױט געזעץ צו דער מלכּה וַשתּי פֿאַר װאָס זי האָט ניט געטאָן דעם אָנזאָג פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש דורך דער האַנט פֿון די קאַמערדינער. /1:16 האָט ממוכָן געזאָגט פֿאַר דעם מלך און די האַרן: ניט אַקעגן מלך אַלײן האָט פֿאַרבראָכן די מלכּה וַשתּי, נאָר אַקעגן אַלע האַרן, און אַקעגן אַלע פֿעלקער װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש. /1:17 װאָרום די מעשׂה מיט דער מלכּה װעט אַרױסקומען צו אַלע װײַבער, צו מאַכן זײערע מאַנען פֿאַראַכט אין זײערע אױגן, אַז מע װעט זאָגן: דער מלך אַחַשוֵרוֹש האָט געהײסן ברענגען פֿאַר אים די מלכּה וַשתּי, און זי איז ניט געקומען. /1:18 און נאָך הײַנטיקן טאָג װעלן די האַרינטעס פֿון פָּרַס און מָדַי, װאָס האָבן געהערט די מעשׂה מיט דער מלכּה, דאָס זאָגן צו די האַרן פֿון מלך, און עס װעט זײַן גענוג בִזָיון און ערגערניש. /1:19 אױב דעם מלך איז װוילגעפֿעלן, זאָל אַרױסגײן אַ קיניגלעכער באַפֿעל פֿון פֿאַר אים, און עס זאָל פֿאַרשריבן װערן אין די געזעצן פֿון פָּרַס און מָדַי, כּדי עס זאָל ניט בטל װערן, אַז וַשתּי זאָל מער ניט קומען פֿאַר דעם מלך אַחַשוֵרוֹש, און איר מלכּהשאַפֿט זאָל דער מלך געבן צו אַן אַנדערער װאָס איז בעסער פֿון איר. /1:20 און אַז דעם מלכס פּסק װאָס ער װעט מאַכן, װעט באַקאַנט װערן אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, װי גרױס עס איז, װעלן אַלע װײַבער אָפּגעבן כּבוד זײערע מאַנען, פֿון גרעסטן ביזן קלענסטן. /1:21 איז דאָס װאָרט װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דעם מלך און די האַרן, און דער מלך האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ממוכָנען. /1:22 און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע מדינות פֿון דעם מלך, צו איטלעכער מדינה לױט איר כּתב, און צו איטלעכן פֿאָלק לױט זײַן לשון, אַז יעטװעדער מאַן זאָל זײַן דער הערשער אין זײַן הױז, און רעדן אַזױ װי דער לשון פֿון זײַן פֿאָלק. /2:1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן, אַז דער גרימצאָרן פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש האָט זיך געשטילט, האָט ער געדאַכט אָן וַשתּין, און אָן װאָס זי האָט געטאָן, און װאָס איז נִגזר געװאָרן אױף איר. /2:2 האָבן געזאָגט די יונגען פֿון מלך, זײַנע משָרתים: זאָל מען זוכן פֿאַרן מלך יונגע מײדלעך שײן פֿון אױסזען. /2:3 און דער מלך זאָל אױפֿזעצן אױפֿזעער אין אַלע מדינות פֿון זײַן קיניגרײַך, און זײ זאָלן אײַנזאַמלען װוּ נאָר אַ יונג מײדל פֿון שײנעם אױסזען אין דער הופּטשטאָט שושַן, אין הױז פֿון די פֿרױען, אונטער דער האַנט פֿון הֵגֶא דעם קאַמערדינער פֿון מלך, דעם היטער פֿון די פֿרױען, און מע זאָל זײ געבן זײערע זאַלבונגען. /2:4 און די מײדל װאָס װעט װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון מלך, זאָל װערן די מלכּה אָנשטאָט וַשתּין. און די זאַך איז װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון מלך, און ער האָט אַזױ געטאָן. /2:5 איז געװען אַ ייִד אין דער הױפּטשטאָט שושַן מיטן נאָמען מָרדכַי דער זון פֿון יָאיר, דעם זון פֿון שִמעִי, דעם זון פֿון קישן, אַ מאַן פֿון בנימין, /2:6 װאָס איז פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון ירושָלַיִם מיט די פֿאַרטריבענע װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן מיט איכָניָה דעם מלך פֿון יהודה, די װאָס נבוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בבֿל האָט פֿאַרטריבן. /2:7 און ער האָט דערצױגן הַדַסָהן, דאָס איז אֶסתֵּר, די טאָכטער פֿון זײַן פֿעטער, װאָרום זי האָט ניט געהאַט קײן פֿאָטער און מוטער; און די מײדל איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים; און אַז איר פֿאָטער און איר מוטער זײַנען געשטאָרבן, האָט זי מרדכי צוגענומען צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער. /2:8 און עס איז געװען, אַז דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז באַקאַנט געװאָרן, און אַז פֿיל מײדלעך זײַנען אײַנגעזאַמלט געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן, אונטער דער האַנט פֿון הֵגַין, אַזױ איז אױך אסתּר צוגענומען געאָװרן אין הױז פֿון מלך, אונטער דער האַנט פֿון הֵגַין דעם היטער פֿון די פֿרױען. /2:9 און די מײדל איז װוילגעפֿעלן אין זײַנע אױגן, און זי האָט נוֹשׂא חן געװען פֿאַר אים, און ער האָט געאײַלט מיט אירע זאַלבונגען און אירע גאָבן, און די זיבן מײדלעך װאָס דאַרפֿן איר געגעבן װערן פֿון מלכס הױז; און ער האָט זי מיט אירע מײדלעך אױסגעצײכנט צום גוטן אין הױז פֿון די פֿרױען. /2:10 אסתּר האָט ניט אױסגעזאָגט איר פֿאָלק און איר אָפּשטאַם, װאָרום אַזױ האָט איר מרדכי באַפֿױלן, אַז זי זאָל ניט אױסזאָגן. /2:11 און טאָג פֿאַר טאָג איז מרדכי אַרומגעגאַנגען פֿאַר דעם הױף פֿון דעם הױז פֿון די פֿרױען געװאָר צו װערן װאָס אסתּר מאַכט, און װאָס מיט איר געשעט. /2:12 און אַז עס האָט דערגרײַכט די רײ פֿון מײדל נאָך מײדל, צו קומען צום מלך אַחַשוֵרוֹש, נאָך דעם װי זי האָט געהאַט צװעלף חדשים, לױט דעם אײַנפֿיר פֿאַר די פֿרױען – װאָרום אַזױ האָבן געמוזט דערפֿילט װערן די טעג פֿון זײערע זאַלבונגען: זעקס חדשים מיט אײל פֿון מירע, און זעקס חדשים מיט בשׂמים און מיט זאַלבן פֿון פרױען – /2:13 און אַז די מײדל איז דענצמאָל געגאַנגען צום מלך, פלעגט אַלץ װאָס זי פלעגט פֿאַרלאַנגען איר געגעבן װערן, מיטצוגײן מיט איר פֿון דעם הױז פֿון פֿרױען אין הױז פֿון מלך. /2:14 אין אָװנט איז זי געגאַנגען, און אין דער פֿרי האָט זי זיך אומגעקערט אין צװײטן הױז פֿון די פֿרױען, אונטער דער האַנט פֿון שַעַשגז דעם מלכס קאַמערדינער, דעם היטער פֿון די קעפּסװײַבער. זי פֿלעגט מער ניט קומען צום מלך, סײַדן דער מלך האָט זי באַגערט, און זי איז גערופֿן געװאָרן מיטן נאָמען. /2:15 און אַז עס האָט דערגרײכט די רײ פֿון אסתּר דער טאָכטער פֿון אַביחַיִל, מרדכיס פעטער, װאָס ער האָט גענומען צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער, צו קומען צום מלך, האָט זי ניט פֿאַרלאַנגט קײן זאַך, אַחוץ װאָס הֵגַי דעם מלכס קאַמערדינער, דער היטער פֿון די פרױען, פֿלעגט זאָגן. און אסתּר האָט נוֹשׂא חן געװען אין די אױגן פֿון אַלע װאָס האָבן זי געזען. /2:16 און אסתּר איז גענומען געװאָרן צום מלך אַחַשוֵרוֹש אין זײַן קיניגלעכן הױז, אין צענטן חוֹדש, דאָס איז דער חוֹדש טֵבֵת, אין זיבעטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. /2:17 און דער מלך האָט ליב געקריגן אסתּרן מער פֿון אַלע װײַבער, און זי האָט געקריגן בײַ אים חן און לײַטזעליקײט מער פֿון אַלע יונגפרױען, און ער האָט אָנגעטאָן אַ מַלכות-קרױן אױף איר קאָפּ, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַ מלכּה אָנשטאָט וַשתּין. /2:18 און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע האַרן און זײַנע קנעכט, אַ מאָלצײַט פֿון אסתּרס װעגן. און ער האָט געמאַכט די מדינות אַ הנָחה, און געגעבן מתּנות מיט אַ קיניגלעכער האַנט. /2:19 און אַז יונגפֿרױען זײַנען אַ צװײט מאָל אײַנגעזאַמלט געװאָרן, און מרדכי איז געזעסן אין טױער פֿון מלך – /2:20 אסתּר האָט נאָך ניט געהאַט אױסגעזאָגט איר אָפּשטאַם און איר פֿאָלק, אַזױ װי מרדכי האָט איר באַפֿױלן; װאָרום אסתּר האָט געטאָן װאָס מרדכי האָט איר אָנגעזאָגט, אַזױ װי בעת זי איז געװען אין דערציונג בײַ אים – /2:21 אין יענע טעג, װען מרדכי איז געזעסן אין טױער פֿון מלך, האָט געצערנט בגתָן און תֶּרֶש, צװײ קאַמערדינער פֿון מלך, פֿון די שװעלהיטער, און זײ האָבן געװאָלט אױסשטרעקן אַ האַנט אױפֿן מלך אַחַשוֵרוֹש. /2:22 איז די זאַך דערװוּסט געװאָרן צו מרדכין, און ער האָט דערצײלט אסתּר המלכּהן, און אסתּר האָט געזאָגט דעם מלך אין נאָמען פֿון מרדכין. /2:23 און די זאַך איז נאָכגעזוכט געװאָרן, און איז אױסגעפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען בײדע אױפֿגעהאַנגען געװאָרן אױף אַ בױם; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿאַר דעם מלך. /3:1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש געגרײסט הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, און ער האָט אים דערהױבן און געשטעלט זײַן שטול איבער אַלע האַרן װאָס בײַ אים. /3:2 און אַלע קנעכט פֿון מלך װאָס אין מלכס טױער האָבן זיך געקניט און געבוקט צו הָמָנען, װאָרום אַזױ האָט דער מלך באַפֿױלן װעגן אים; נאָר מרדכי פֿלעגט זיך ניט קניען און ניט בוקן. /3:3 האָבן די קנעכט פֿון מלך װאָס אין מלכס טױער געזאָגט צו מרדכין: פֿאַר װאָס טרעטסטו איבער דעם באַפֿעל פֿון מלך? /3:4 און עס איז געװען, אַז זײ האָבן דאָס צו אים געזאָגט טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ, אַזױ האָבן זײ דערצײלט הָמָנען, כּדי צו זען אױב מרדכיס װערטער װעלן באַשטײן; װאָרום ער האָט זײ געזאָגט אַז ער איז אַ ייִד. /3:5 און װי הָמָן האָט געזען אַז מרדכי קניט זיך ניט און בוקט זיך ניט צו אים, אַזױ איז הָמָן געװאָרן פול מיט גרימצאָרן. /3:6 און ער האָט פֿאַראַכט אין זײַנע אױגן אױסצושטרעקן אַ האַנט אױף מרדכין אַלײן; װאָרום מע האָט אים געזאָגט דאָס פאָלק פֿון מרדכין; נאָר הָמָן האָט געזוכט צו פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן װאָס אין גאַנצן קיניגרײַך פֿון אַחַשוֵרוֹשן, דאָס פאָלק פֿון מרדכין. /3:7 אין ערשטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש ניסן, אין צװעלפֿטן יאָר פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, האָט מען געװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גוֹרל, פֿאַר הָמָנען, פֿון טאָג אױף טאָג, און פֿון חוֹדש אױף חוֹדש, ביז צום צװעלפטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש אָדֶר. /3:8 און הָמָן האָט געזאָגט צום מלך אַחַשוֵרוֹש: פֿאַראַן אײן פֿאָלק, צעזייט און צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער אין אַלע מדינות פֿון דײַן קיניגרײַך, און זײערע געזעצן זײַנען אַנדערש װי בײַ איטלעכן פֿאָלק, און די געזעצן פֿון מלך טוען זײ ניט, און דעם מלך לױנט זיך ניט זײ צו לאָזן בלײַבן. /3:9 אױב דעם מלך איז װוילגעפעלן, זאָל געשריבן װערן זײ אומצוברענגען, און איך װעל אָפּװעגן צען טױזנט צענטנער זילבער אױף די הענט פֿון די װירטשאַפֿטער, אױף אַרײַנצוברענגען אין די שאַצקאַמערן פֿון מלך. /3:10 האָט דער מלך אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג פֿון זײַן האַנט, און האָט אים געגעבן צו הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, דעם צוֹרר-הַיהודים. /3:11 און דער מלך האָט געזאָגט צו הָמָנען: דאָס געלט װערט דיר געשאָנקען, און אױך דאָס פֿאָלק, צו טאָן מיט אים װי עס איז גוט אין דײַנע אױגן. /3:12 און ד שרײַבער פֿון מלך זײַנען גערופֿן געװאָרן אין ערשטן חוֹדש, אין דרײַצנטן טאָג אין דעם, און עס איז געשריבן געװאָרן אַזױ װי אַלץ װאָס הָמָן האָט באַפֿױלן, צו די סאַטראַפּן פֿון מלך, און צו די פֿירשטן װאָס איבער איטלעכער מדינה, און צו די האַרן פֿון איטלעכן פֿאָלק; איטלעכער מדינה לױט איר כּתב, און איטלעכן פאָלק לױט זײַן לשון, געשריבן אין נאָמען פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, און געחסמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך. /3:13 און בריװ זײַנען צעשיקט געװאָרן דורך דער האַנט פֿון לױפערס צו אַלע מדינות פֿון מלך, צו פֿאַרטיליקן, צו הרגען, און אומצוברענגען אַלע ייִדן, פֿון יונג ביז אַלט, קלײנע קינדער און װײַבער, אין אײן טאָג, און דרײַצנטן טאָג פֿון צװעלטפֿטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש אָדֶר, און צו צערױבן זײער פֿאַרמעג. /3:14 דער נוסח פֿון דעם געשריפֿטס זאָל אַרױסגעגעבן װערן פֿאַר אַ באַפֿעל אין איטלעכער מדינה, באַקאַנט געמאַכט צו אַלע פֿעלקער, אַז זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט פֿאַר דעם דאָזיקן טאָג. /3:15 זײַנען די לױפֿערס אַרױס אין געאײַלט מיט דעם מלכס אָנזאָג, און דאָס געזעץ איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן. און דער מלך און הָמָן האָבן זיך געזעצט טרינקען, און די שטאָט שושַן איז געװען צעטומלט. /4:1 און װי מרדכי האָט זיך דערװוּסט אַלץ װאָס איז געשען, אַזױ האָט מרדכי צעריסן זײַנע קלײדער, און ער האָט אָנגעטאָן זאַק מיט אַש און ער איז אַרױסגעגאַנגען אין מיטן שטאָט, און האָט געשריען אַ גרױס און ביטער געשרײ. /4:2 און ער איז געקומען ביז צום מלכס טױער; װאָרום מע האָט ניט געטאָרט אַרײַנגײן אין מלכס טױער אין זאַק. /4:3 און אין איטלעכער מדינה, װוּ נאָר דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז אָנגעקומען, איז געװען אַ גרױס טרױער בײַ ייִדן, און אַ תָּענית, און געװײן און קלאָג; זאַק און אַש האָבן פֿיל זיך אונטערגעבעט. /4:4 זײַנען געקומען אסתּרס מײדלעך און אירע קאַמערדינער, און האָבן איר דאָס דערצײלט, און די מלכּה איז אױפֿגעציטערט געװאָרן, און זי האָט געשיקט קלײדער אָנצוטאָן מרדכין, און אױסצוטאָן זײַן זאַק פֿון אים, אָבער ער האָט ניט אָנגענומען. /4:5 האָט אסתּר גערופֿן הַתָכן, אײנעם פֿון דעם מלכס קאַמערדינער װאָס ער האָט געשטעלט פֿאַר איר, און זי האָט אים באַפֿױלן צו מרדכין, געװאָר צו װערן װאָס דאָס איז, און פֿאַר װאָס דאָס איז. /4:6 איז הַתָך אַרױסגעגאַנגען צו מרדכין אױפֿן ברײטן פּלאַץ פֿון שטאָט װאָס פֿאַרן מלכס טױער, /4:7 און מרדכי האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס אים איז געשען, און דעם באַטרעף פֿון דעם זילבער װאָס הָמָן האָט צוגעזאָגט אָפּצוּװעגן אין די שאַצקאַמערן פֿון מלך פֿאַר די ייִדן, כּדי זײ אומצוברענגען. /4:8 אױך דעם נוסח פֿון דעם געשריבענעם באַפֿעל װאָס איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין שושַן זײ צו פֿאַרטיליקן, האָט ער אים געגעבן, צו װײַזן אסתּרן, און איר דערצײלן, און איר אָנזאָגן צו גײן צום מלך, צו בעטן בײַ אים, און זיך שתַּדלען בײַ אים פֿאַר איר פֿאָלק. /4:9 איז הַתָך געקומען, און האָט דערצײלט אסתּרן די װערטער פֿון מרדכין. /4:10 און אסתּר האָט גערעדט צו הַתָכן און האָט אים באַפֿױלן צו מרדכין: /4:11 אַלע קנעכט פֿון מלך און דאָס פֿאָלק פֿון מלכס מדינות, װײסן אַז איטלעכער מאַן אָדער פֿרױ װאָס גײט אַרײַן צום מלך אין אינעװײניקסטן הױף, װען ער װערט ניט גערופֿן, איז פֿאַר אים בלױז אײן געזעץ, טײטן, סײַדן דער װאָס דער מלך שטרעקט אױס צו אים דעם גילדערנעם צעפּטער, ער בלײַבט לעבן; און איך בין ניט גערופֿן געװאָרן צו קומען פֿאַרן מלך שױן דרײַסיק טעג. /4:12 האָט מען דערצײלט מרדכין די װערטער פֿון אסתּרן. /4:13 און מרדכי האָט געהײסן ענטפֿערן אסתּרן: זאָלסט ניט מײנען בײַ זיך, אַז דו פֿון אַלע ייִדן װעסט אַנטרונען װערן אין מלכס הױז. /4:14 װאָרום אױב שװײַגן װעסטו שװײַגן אין דער צײַט, װעט אַ דערלײַכטערונג און אַ רעטונג אױפֿשטײן פֿאַר ייִדן פֿון אַן אַנדער אָרט, און דו און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אונטערגײן. און װער װײס אױב דו האָסט ניט דערגרײכט די מלוכה פֿאַר אַזאַ צײַט װי די? /4:15 האָט אסתּר געהײסן ענטפֿערן מרדכין: /4:16 גײ זאַמל אײַן אַלע ייִדן װאָס געפֿינען זיך אין שושַן, און פֿאַסט פֿאַר מיר, און איר זאָלט ניט עסן און ניט טרינקען דרײַ טעג, נאַכט און טאָג; אױך איך און מײַנע מײדלעך װעלן אַזױ פֿאַסטן. און אַזױ װעל איך גײן צום מלך, װאָס איז ניט לױט געזעץ; און אַז איך װעל אונטערגײן, װעל איך אונטערגײן. /4:17 איז מרדכי אַװעק, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס אסתּר האָט אים באַפֿױלן. /5:1 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, האָט אסתּר זיך אָנגעטאָן מַלכותדיק, און האָט זיך געשטעלט אין אינעװײניקסטן הױף פֿון מלכס הױז אַקעגן מלכס הױז; און דער מלך איז געזעסן אױף זײַן קיניגלעכן טראָן אין קיניגלעכן הױז, אַקעגן דעם אײַנגאַנג פֿון הױז. /5:2 איז װי דער מלך האָט דערזען אסתּר המלכּה שטײענדיק אין הױף, האָט זי נוֹשׂא חן געװען אין זײַנע אױגן, און דער מלך האָט אױסגעשטרעקט צו אסתּרן דעם גילדערנעם צעפּטער װאָס אין זײַן האַנט, און אסתּר האָט גענענט, און האָט אָנגערירט דעם שפּיץ צעפּטער. /5:3 האָט דער מלך צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, אסתּר המלכּה? און װאָס איז דײַן בקשה? אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה זאָל דיר געגעבן װערן. /5:4 האָט אסתּר געזאָגט: אױב דעם מלך איז װוילגעפֿעלן, זאָל דער מלך און הָמָן קומען הײַנט צו דעם מאָלצײַט װאָס איך האָב פֿאַר אים געמאַכט. /5:5 האָט דער מלך געזאָגט: אײַלט אַהער הָמָנען, צו טאָן דאָס װאָרט פֿון אסתּרן. און דער מלך און הָמָן זײַנען געקומען צו דעם מאָלצײַט װאָס אסתּר האָט געמאַכט. /5:6 און דער מלך האָט געזאָגט צו אסתּרן אױף דעם װײַנמאָלצײַט: װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָר דײַן בקשה, אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה װעט געטאָן װערן. /5:7 האָט אסתּר געענטפֿערט און האָט געזאָגט: מײַן פֿאַרלאַנג און מײַן בקשה – /5:8 אױב איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון מלך, און אױב דעם מלך איז װוילגעפֿעלן צו געבן מײַן פֿאַרלאַנג און צו טאָן מײַן בקשה – זאָל דער מלך און הָמָן קומען צו דעם מאָלצײַט װאָס איך װעל זײ מאַכן; און מאָרגן װעל איך טאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון מלך. /5:9 און הָמָן איז אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿרײלעך און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן. אָבער װי הָמָן האָט געזען מרדכין אין טױער פֿון מלך, אַז ניט ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט און ניט ער האָט זיך גערירט פֿאַר אים, אַזױ איז הָמָן פֿול געװאָרן מיט גרימצאָרן אױף מרדכין. /5:10 אָבער הָמָן האָט זיך אײַנגעהאַלטן, און ער איז אַװעק אין זײַן הױז און האָט געשיקט און געבראַכט זײַנע גוטע פֿרײַנט, און זײַן װײַב זֶרֶש. /5:11 און הָמָן האָט אױסדערצײלט פֿאַר זײ זײַן גרױס עשירות, און זײַנע פֿיל קינדער, און אַלצדינג װי אַזױ דער מלך האָט אים געגרײסט, און װי אַזױ ער האָט אים דערהױבן איבער די האַרן און די קנעכט פֿון מלך. /5:12 און הָמָן האָט געזאָגט: אױך האָט אסתּר המלכּה ניט געלאָזט קומען קײנעם מיטן מלך צו דעם מאָלצײַט װאָס זי האָט געמאַכט נאָר בלױז מיך, און אױך אױף מאָרגן בין איך פֿאַרבעטן צו איר מיטן מלך. /5:13 אָבער דאָס אַלץ איז מיר נישט װערט, איטלעכס מאָל װאָס איך זע מרדכי דעם ייִדן זיצן אין טױער פֿון מלך. /5:14 האָט צו אים געזאָגט זײַן װײַב זֶרֶש, און אַלע זײַנע גוטע פֿרײַנט: זאָל מען מאַכן אַ תּלִיֶה פֿופֿציק אײַלן הױך, און אין דער פֿרי זאָג דעם מלך, מע זאָל אױפֿהענגען אױף איר מרדכין; און גײ אַ פֿרײלעכער מיט דעם מלך צום מאָלצײַט. איז די זאַך װוילגעפֿעלן פֿאַר הָמָנען, און ער האָט געמאַכט די תּלִיֶה. /6:1 אין יענער נאַכט האָט זיך אָפּגעטאָן דער שלאָף פֿון מלך, און ער האָט געהײסן ברענגען דעם ספֿר-הזכרוֹנות פֿון די צײַט געשעענישן, און זײ זײַנען פֿאָרגעלײענט געװאָרן פֿאַרן מלך. /6:2 איז געפֿונען געװאָרן פֿאַרשריבן אַז מרדכי האָט אױסגעזאָגט אױף בגתָנאָ און תֶּרֶש, די צװײ קאַמערדינער פֿון מלך, פֿון די שװעלהיטער, װאָס האָבן געזוכט אױסצושטרעקן אַ האַנט אױפֿן מלך אַחַשוֵרוֹש. /6:3 האָט דער מלך געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ כּבוד און גדולה איז געטאָן געװאָרן מרדכין דערפֿאַר? האָבן געזאָגט די יונגען פֿון מלך, זײַנע משָרתים: קײן זאַך איז מיט אים ניט געטאָן געװאָרן. /6:4 האָט דער מלך געזאָגט: װער איז אין הױף? ערשט הָמָן קומט אין אױסװײניקסטן הױף פֿון דעם מלכס הױז, צו זאָגן דעם מלך, מע זאָל אױפֿהענגען מרדכין אױף דער תּלִיֶה װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר אים. /6:5 האָבן די יונגען פֿון מלך צו אים געזאָגט: אָן שטײט הָמָן אין הױף. האָט דער מלך געזאָגט: זאָל ער אַרײַנקומען. /6:6 איז הָמָן אַרײַנגעקומען, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: װאָס דאַרף מען טאָן מיט אַ מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבוד? האָט הָמָן געקלערט בײַ זיך אין האַרצן: װעמען װעט דער מלך װעלן אָנטאָן כּבוד אַחוץ מיר? /6:7 און הָמָן האָט געזאָגט צום מלך: אַ מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבוד – /6:8 זאָל מען ברענגען אַ מַלכותדיק קלײד װאָס דער מלך האָט זיך דערין אָנגעקלײדט, און אַ פערד װאָס דער מלך איז אױף אים געריטן, און װאָס אַ מַלכותדיקע קרױן איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף זײַן קאָפ. /6:9 און מע זאָל געבן דאָס קלײד און דעם פֿערד אױף דער האַנט פֿון אײנעם פֿון די האַרן פֿון מלך, די אַדלײַט, און מע זאָל אָנקלײדן דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד, און מע זאָל אים מאַכן רײַטן אױפֿן פֿערד דורך דער ברײטער גאַס פֿון שטאָט, און אױסרופֿן פֿאַר אים: אַזױ װערט געטאָן צו דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבוד. /6:10 האָט דער מלך געזאָגט צו הָמָנען: אײַל און נעם דאָס קלײד און דעם פערד, אַזױ װי דו האָסט גערעדט, און טו אַזױ צו מרדכי דעם ייִדן װאָס זיצט אין מלכס טױער; זאָלסט ניט לאָזן אָפּפֿאַַלן אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס דו האָסט גערעדט. /6:11 האָט הָמָן גענומען דאָס קלײד און דעם פֿערד, און ער האָט אָנגעקלײדט מרדכין, און האָט אים געמאַכט רײַטן דורך דער ברײטער גאַס פֿון שטאָט, און האָט פֿאַר אים אױסגערופן: אַזױ װערט געטאָן צו דעם מאַן װאָס דער מלך װיל אים אָנטאָן כּבֿוד. /6:12 און מרדכי האָט זיך אומגעקערט צום טױער פֿון מלך. אָבער הָמָן איז אַװעק אין האַסט אַהײם, טרױעריק און מיט אַ פֿאַרדעקטן קאָפּ. /6:13 און הָמָן האָט דערצײלט זײַן װײַב זֶרֶש און אַלע זײַנע גוטע פֿרײַנט אַלץ װאָס אים האָט געטראָפֿן. האָבן זײַנע קלוגע לײַט און זײַן װײַב זֶרֶש געזאָגט צו אים: אױב פֿון ייִדישן אָפּשטאַם איז דער מרדכי װאָס דו האָסט אָנגעהױבן פֿאַלן פֿאַר אים, װעסטו ניט אױספֿירן אַקעגן אים, נאָר פֿאַלן װעסטו פֿאַלן פֿאַר אים. /6:14 װי זײ רעדן נאָך מיט אים, אַזױ זײַנען אָנגעקומען דעם מלכס קאַמערדינער, און געאײַלט צו ברענגען הָמָנען צו דעם מאָלצײַט װאָס אסתּר האָט געמאַכט. /7:1 און דער מלך און הָמָן זײַנען געקומען צו טרינקען בײַ אסתּר המלכּה. /7:2 און דער מלך האָט געזאָגט צו אסתּרן אױך אױפֿן צװײטן טאָג, בײַם װײַנמאָלצײַט: װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, אסתּר המלכּה, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָר דײַן בקשה, אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה װעט געטאָן װערן. /7:3 האָט אסתּר המלכּה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: אױב איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, מלך, און אױב דעם מלך איז װוילגעפֿעלן, זאָל מיר מײַן לעבן געשאָנקן װערן אױף מײַן געבעט, און מײַן פֿאָלק אױף מײַן בקשה. /7:4 װאָרום מיר זײַנען פֿאַרקױפט געװאָרן, איך און מײַן פֿאָלק, צום פֿאַרטיליקן, צום הרגען, און אומצוברענגען; און װען מיר װאָלטן פֿאַרקױפט געװאָרן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן װאָלט איך געשװיגן, אָבער דער פֿײַנט איז ניט װערט דעם מלך שאָדן. /7:5 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך אַחַשוֵרוֹש, און האָט געזאָגט צו אסתּר המלכּה: װער איז דער, און װוּ איז דער, װאָס זײַן האַרץ האָט אים דערװעגט אַזױ װאָס צו טאָן? /7:6 האָט אסתּר געזאָגט: אַ מאַן אַ צוֹרר און אַ פֿײַנט, דער דאָזיקער בײזער הָמָן. און הָמָן האָט זיך דערשראָקן פֿאַר דעם מלך און דער מלכּה. /7:7 און דער מלך איז אױפגעשטאַנען אין זײַן גרימצאָרן פֿון דעם װײַנמאָלצײַט, און איז אַרײַן אין דעם פּאַלאַצגאָרטן; און הָמָן האָט זיך אָפּגעשטעלט צו בעטן אום זײַן לעבן בײַ אסתּר המלכּה, װאָרום ער האָט געזען אַז בײז איז באַשלאָסן אױף אים פֿון מלך. /7:8 און װי דער מלך האָט זיך אומגעקערט פֿון דעם פּאַלאַצגאָרטן אין הױז פֿון דעם װײַנמאָלצײַט, ערשט הָמָן ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף דעם לענבעטל װאָס אסתּר איז דערױף. האָט דער מלך געזאָגט: נאָך באַצװינגען די מלכּה בײַ מיר אין הױז? װי דאָס װאָרט איז אַרױס פֿון מלכס מױל, אַזױ האָט מען צוגעדעקט הָמָנס פּנים. /7:9 האָט געזאָגט כַרבוֹנָה, אײנער פֿון די קאַמערדינער פֿאַרן מלך: אָן שטײט אױך לעבן הָמָנס הױז די תּלִיֶה פופציק אײַלן הױך װאָס הָמָן האָט געמאַכט פֿאַר מרדכין, דעם װאָס האָט גערעדט צום גוטן פֿון מלך. האָט דער מלך געזאָגט: הענגט אים אױף דערױף. /7:10 האָט מען אױפֿגעהאַנגען הָמָנען אױף דער תּלִיֶה װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר מרדכין, און דער גרימצאָרן פֿון מלך האָט זיך געשטילט. /8:1 אין יענעם טאָג האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש אַװעקגעגעבן צו אסתּר המלכּה דאָס הױז פֿון הָמָן דעם צוֹרר-היהודים. און מרדכי איז געקומען פֿאַרן מלך, װאָרום אסתּר האָט אים דערצײלט, װאָס ער איז אירער. /8:2 און דער מלך האָט אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון הָמָנען, און האָט אים געגעבן מרדכין; און אסתּר האָט אױפגעזעצט מרדכין איבער הָמָנס הױז. /8:3 און אסתּר האָט װידער גערעדט פֿאַרן מלך, און זי איז געפאַלן פֿאַר זײַנע פיס, און האָט געװײנט און געבעטן בײַ אים, אָפּצוטאָן דאָס בײז פֿון הָמָן דעם אַגָגי, און זײַן טראַכטונג װאָס ער האָט געטראַכט אַקעגן די ייִדן. /8:4 האָט דער מלך אױסגעשטרעקט צו אסתּרן דעם גילדערנעם צעפּטער, און אסתּר האָט זיך אױפגעהױבן און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. /8:5 און זי האָט געזאָגט: אױב דעם מלך איז װוילגעפֿעלן, און אױב איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט פֿאַר אים, און די זאַך איז רעכט פֿאַרן מלך, און איך בין װוילגעפעלן אין זײַנע אױגן, זאָל געשריבן װערן אָפּצורופֿן די בריװ, די טראַכטונג פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם אַגָגי, װאָס ער האָט געשריבן אומצוברענגען די ייִדן אין אַלע מדינות פֿון מלך. /8:6 װאָרום װי װעל איך קענען צוזען דאָס בײז װאָס װעט טרעפֿן מײַן פֿאָלק? און װי װעל איך קענען צוזען דעם אונטערגאַנג פֿון מײַן אָפּשטאַם? /8:7 האָט דער מלך אַחַשוֵרוֹש געזאָגט צו אסתּר המלכּה און צו מרדכי דעם ייִדן: זעט, הָמָנס הױז האָב איך אַװעקגעגעבן צו אסתּרן, און אים האָט מען אױפֿגעהאַנגען אױף דער תּלִיֶה, פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אַ האַנט אױף די ייִדן. /8:8 און איר, שרײַבט װעגן די ייִדן, אַזױ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, אין נאָמען פֿון מלך, און חתמעט אונטער מיט דעם זיגלרינג פֿון מלך, װאָרום אַ געשריפֿטס װאָס איז געשריבן אין נאָמען פֿון מלך, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, איז ניט אָפּצורופֿן. /8:9 זײַנען גערופֿן געװאָרן די שרײַבער פֿון מלך אין יענער צײַט, אין דריטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש סיון, דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין אים; און עס איז געשריבן געװאָרן אַזױ װי אַלץ װאָס מרדכי האָט באַפֿױלן, צו די ייִדן, און צו די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און די האַרן פֿון די מדינות װאָס פֿון הוֹדו ביז כּוש, הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות; איטלעכער מדינה לױט איר כּתב, און איטלעכן פאָלק לױט זײַן לשון, און צו די ייִדן לױט זײער כּתב און לױט זײער לשון. /8:10 און מע האָט געשריבן אין נאָמען פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, און צעשיקט בריװ דורך דער האַנט פֿון די לױפערס אױף פערד, רײַטער אױף יאָגפערד פֿון די קיניגלעכע סטאַדעס, /8:11 אַז דער מלך האָט דערלױבט די ייִדן װאָס אין איטלעכער שטאָט, זיך אײַנצוזאַמלען, און זיך צו שטעלן פֿאַר זײער לעבן, צו פֿאַרטיליקן, צו הרגען, און אומצוברענגען יעטװעדער חיל פֿון דעם פאָלק און דער מדינה װאָס װעלן באַפֿאַלן זײ מיט די קלײנע קינדער און די װײַבער, און צו צערױבן זײער פֿאַרמעג, /8:12 אין אײן טאָג אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, אין דרײַצנטן טאָג פֿון צװעלפֿטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש אָדֶר. /8:13 דער נוסח פֿון דעם געשריפֿטס זאָל אַרױסגעגעבן װערן פֿאַר אַ באַפֿעל אין איטלעכער מדינה, באַקאַנט געמאַכט פֿאַר אַלע פֿעלקער, און די ייִדן זאָלן זײַן אָנגעברײט פֿאַר דעם דאָזיקן טאָג זיך נוֹקם צו זײַן אָן זײערע פֿײַנט. /8:14 זײַנען די לױפֿערס, די רײַטערס אױף יאָגפֿערד, אַרױס אין האַסט און געאײַל אױף דעם אָנזאָג פֿון מלך, און דער באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן. /8:15 און מרדכי איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך אין בגדֵי-מַלכות פֿון בלאָען און װײַסן, מיט אַ גרױסער גילדערנער קרױן, און אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען און פּורפּל. און די שטאָט שושַן האָט געהילכט און זיך געפֿרײט. /8:16 בײַ די ייִדן איז געװען אַ ליכטיקײט און אַ שׂמחה און אַ פֿרײד און אַ גדולה. /8:17 און אין איטלעכער מדינה און אין איטלעכער שטאָט, װוּ נאָר דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז אָנגעקומען, איז געװען שׂשׂון-ושׂמחה בײַ ייִדן, אַ סעודה און אַ יָום-טוב. און פֿיל פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד האָבן זיך אױסגעגעבן פֿאַר ייִדן, װײַל די מוֹרא פֿאַר ייִדן איז געפֿאַלן אױף זײ. /9:1 און אין צװעלפֿטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש אָדֶר, אין דרײַצנטן טאָג אין אים, װען דער אָנזאָג פֿון דעם מלך און זײַן באַפֿעל איז געקומען נאָנט צום געטאָן װערן, אין דעם טאָג װאָס די פֿײַנט פֿון די ייִדן האָבן געהאָפֿט צו געװעלטיקן איבער זײ, און עס איז געװאָרן פֿאַרקערט, אַז זײ, די ייִדן, האָבן געװעלטיקט איבער זײערע שָׂונאים, /9:2 האָבן זיך אײַנגעזאַמלט די ייִדן אין זײערע שטעט, אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש אױסצושטרעקן אַ האַנט אױף די װאָס האָבן געזוכט אױף זײ בײז; און קײנער איז ניט באַשטאַנען אַקעגן זײ, װאָרום זײער מוֹרא איז געפאַלן אױף אַלע פֿעלקער. /9:3 און אַלע האַרן פֿון די מדינות, און די סאַטראַפּן, און די פֿירשטן, און דעם מלכס װירטשאַפֿטער, האָבן אונטערגעהאָלפן די ייִדן, װאָרום די מוֹרא פֿאַר מרדכין איז געפֿאַלן אױף זײ. /9:4 װײַל מרדכי איז געװען גרױס אין הױז פֿון מלך, און זײַן שם איז געגאַנגען אין אַלע מדינות; װאָרום דער מאַן מרדכי איז געװאָרן אַלץ גרעסער. /9:5 און די ייִדן האָבן געשלאָגן צװישן אַלע זײערע פֿײַנט אַ שלאַק פֿון שװערד און טײטונג און פֿאַרטיליקונג, און זײ האָבן געטאָן מיט זײערע שָׂונאים לױט זײער װילן. /9:6 און אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פינף הונדערט מאַן. /9:7 אױך פַּרשַנדָתאָ, און דַלפֿון, און אַספָּתאָ, /9:8 און פּוֹרָתאָ, און אַדַלְיאָ, און אַרידָתאָ. /9:9 און פַּרמַשתּאָ, און אַריסַי, און אַרידַי און אוַיזָתאָ, /9:10 די צען זין פֿון הָמָן דעם זון פֿון הַמדָתאָן, דעם צוֹרר-הַיהודים, האָבן זײ געהרגעט; אָבער צום רױב האָבן זײ ניט אױסגעשטרעקט זײער האַנט. /9:11 אין יענעם טאָג איז געקומען די צאָל פֿון די הרוגים אין דער הױפּשטאָט שושַן, פֿאַר דעם מלך. /9:12 האָט דער מלך געזאָגט צו אסתּר המלכּה: אין דער הױפּטשטאָט שושַן האָבן די ייִדן געהרגעט און אומגעבראַכט פֿינף הונדערט מאַן, און הָמָנס צען זין; װאָס שױן האָבן זײ געטאָן אין די איבעריקע מדינות פֿון מלך! און װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָך דײַן בקשה, װעט געטאָן װערן. /9:13 האָט אסתּר געזאָגט: אױב דעם מלך איז װוילגעפעלן, זאָל אױך מאָרגן געגעבן װערן די ייִדן װאָס אין שושַן צו טאָן אַזױ װי דער באַפֿעל פֿון הײַנט; און די צען זין פֿון הָמָנען זאָל מען אױפֿהענגען אױף דער תּלִיֶה. /9:14 האָט דער מלך געהײסן אַז אַזױ זאָל געטאָן װערן, און אַ באַפֿעל איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין שושַן; און די צען זין פֿון הָמָנען האָט מען אױפֿגעהאַנגען. /9:15 און די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױך אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש אָדֶר, און האָבן אױסגעהרגעט אין שושַן דרײַ הונדערט מאַן; אָבער צום רױב האָבן זײ ניט אױסגעשטרעקט זײער האַנט. /9:16 און די איבעריקע ייִדן װאָס אין די מדינות פֿון מלך האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זיך געשטעלט פֿאַר זײער לעבן, און זײ זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פײַנט, און האָבן אױסגעהרגעט פֿון זײערע שָׂונאים פֿינף און זיבעציק טױזנט; אָבער צום רױב האָבן זײ ניט אױסגעשטרעקט זײער האַנט. /9:17 דאָס איז געװען אין דרײַצנטן טאָג פֿון חוֹדש אָדֶר; און אין פֿערצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂמחה. /9:18 אָבער די ייִדן װאָס אין שושַן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין דרײַצנטן און אין פֿערצנטן טאָג אין אים, און אין פֿופֿצנטן טאָג אין אים האָבן זײ גערוט, און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ טאָג פֿון אַ סעודה און אַ שׂמחה. /9:19 דרום מאַכן די ייִדן פֿון די אָפֿענע ערטער, די װאָס זיצן אין אָפֿענע שטעט, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש אָדֶר אַ שׂמחה און אַ סעודה און אַ יָום-טוב, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן. /9:20 און מרדכי האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע זאַכן, און ער האָט געשיקט בריװ צו אַלע ייִדן װאָס אין אַלע מדינות פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש, די נאָנטע און די װײַטע, /9:21 צו באַפֿעסטיקן אױף זײ, אַז זײ זאָלן האַלטן דעם פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש אָדֶר, און דעם פֿופֿצנטן טאָג אין אים, אַלע יאָר אין יאָר, /9:22 אַזױ װי די טעג װאָס די ייִדן זײַנען לױז געװאָרן פֿון זײערע פײַנט, און דעם חוֹדש װאָס איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן פֿון קומער אין אַ שׂמכה, און פֿון טרױער אין אַ יָום-טוב; זײ צו מאַכן פֿאַר טעג פֿון אַ סעודה און אַ שׂמכה, מיט שַלַח-מָנות פֿון אײנעם צום אַנדערן, און מתּנות צו אָרימע לײַט. /9:23 און די ייִדן האָבן אָנגענומען װאָס זײ האָבן אָנגעהױבן צו טאָן, און װאָס מרדכי האָט צו זײ געשריבן. /9:24 װאָרום הָמָן דער זון פֿון הַמדָתאָן, דער אַגָגי, דער צוֹרר אױף אַלע ייִדן, האָט געטראַכט אױף די ייִדן זײ אונטערצוברענגען, /9:25 און ער האָט עװאָרפֿן אַ פּור, דאָס איז אַ גוֹרל, זײ צו פֿאַרטומלען און זײ אונטערצוברענגען. אָבער אַז זי איז געקומען פֿאַרן מלך, האָט ער אָנגעזאָגט מיט אַ בריװ, אַז זײַן בײזע מחשבה װאָס ער האָט געטראַכט אױף די ייִדן, זאָל זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ; און מע האָט אױפגעהאַנגען אים און זײַנע זין אױף דער תּלִיֶה. /9:26 דרום האָט מען גערופן די דאָזיקע טעג פּורים, אױף דעם נאָמען פּור. דערפֿאַר, פֿון װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בריװ, און װאָס זײ האָבן זיך אָנגעזען דערפֿון, און װאָס זײ איז געשען, /9:27 האָבן די ייִדן באַפעסטיקט און גענומען אױף זיך, און אױף זײערע קינדער, און אױף אַלע װאָס באַהעפטן זיך אָן זײ, אַז עס זאָל ניט בטל װערן, צו האַלטן די דאָזיקע צװײ טעג, אַזױ װי עס איז געשריבן װעגן זײ, און לױט זײער צײַט, אַלע יאָר פֿאַר יאָר. /9:28 און די דאָזיקע טעג זאָלן געדאַכט װערן, און געהאַלטן װערן אין איטלעכן דָור, איטלעכער משפּחה, איטלעכער מדינה, און איטלעכער שטאָט; און די דאָזיקע טעג פֿון פּורים זאָלן ניט אָפּגעשאַפט װערן פֿון צװישן ייִדן, און זײער געדעכעניש זאָל ניט אױפהערן בײַ זײערע קינדער. /9:29 און אסתּר המלכּה, די טאָכטער פֿון אַביחַיִלן, און מרדכי דער ייִד, האָבן געשריבן מיט גאָרער שטאַרקײט, צו באַפֿעסטיקן דעם דאָזיקן צװײטן בריװ װעגן פּורים. /9:30 און ער האָט צעשיקט בריװ צו אַלע ייִדן, צו די הונדערט און זיבן און צװאַנציק מדינות פֿון אַחַשוֵרוֹשעס קיניגרײַך, מיט װערטער פֿון פֿריד און װאָרהאַפֿטיקײט, /9:31 אַז זײ זאָלן באַפֿעסטיקן די דאָזיקע טעג פֿון פּורים אין זײערע צײַטן, אַזױ װי מרדכי דער ייִד און אסתּר המלכּה האָבן באַפֿעסטיקט אױף זײ, און אַזױ װי זײ האָבן באַפֿעסטיקט אױף זיך אַלײן און אױף זײערע קינדער, די אָנזאָגן װעגן די תָּענֵיתים און זײער קלאָג. /9:32 און אסתּרס באַפֿעל האָט באַפֿעסטיקט די דאָזיקע אָנזאָגן װעגן פּורים; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין אַ בוך. /10:1 און דער מלך אַחַשוֵרוֹש האָט אַרױפֿגעלײגט אַ צינז אױפֿן לאַנד, און אױף די אינדזלען פֿון אים. /10:2 און די מעשׂה פֿון זײַן שטאַרקײט און זײַנע גבורות, און די אױסדערצײלונג פֿון מרדכיס גרױסקײט װאָס דער מלך האָט אים געגרײסט, זײ זײַנען שױן פֿאַרשריבן אין דעם בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון מָדַי און פָּרַס. /10:3 װאָרום מרדכי דער ייִד איז געװען דער שֵני-למלך פֿון אַחַשוֵרוֹשן, און גרױס בײַ ייִדן, און באַליבט בײַ זײַנע פֿיל ברידער. ער האָט געזוכט גוטס פֿאַר זײַן פאָלק, און גערעדט צום פֿריד פֿאַר זײַן גאַנצן שטאַם. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.