תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש מְלָכִים א /1:1 און דער מלך דוד איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט, און מע האָט אים צוגעדעקט מיט קלײדער, אָבער אים פֿלעגט ניט װאַרעם װערן. /1:2 האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זאָל מען זוכן פֿאַר מײַן האַר דעם מלך אַ מײדל אַ יונגפֿרױ, און זי װעט שטײן פֿאַר דעם מלך, און װעט אים זײַן אַ װאַרטאָרין; און זי װעט ליגן אין דײַן בוזעם, און עס װעט װאַרעם זײַן מײַן האַר דעם מלך. /1:3 און זײ האָבן געזוכט אַ שײן מײדל אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל, און זײ האָבן געפֿונען אַבֿישַג פֿון שוּנֵם  און האָבן זי געבראַכט צום מלך. /1:4 און די מײדל איז געװען שײן ביז גאָר; און זי איז געװען דעם מלך אַ װאַרטאָרין, און האָט אים באַדינט; אָבער דער מלך האָט זי ניט דערקענט. /1:5 און אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן  האָט זיך איבערגענומען, אַזױ צו זאָגן: איך װעל װערן מלך. און ער האָט זיך אײנגעשאַפֿט רײַטװעגן און רײַטער, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס. /1:6 װאָרום זײַן פֿאָטער האָט אים אין זײַן לעבטאָג  ניט באַטריבט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ? און ער איז אױך געװען זײער שײן אין געשטאַלט. און ער איז געבאָרן געװאָרן נאָך אַבֿשָלומען. /1:7 און ער האָט געהאַט אַ גערײד מיט יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן, און מיט אבֿיתר דעם כּהן, און זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן אַדוֹנִיָהן. /1:8 אָבער צָדוֹק דער כּהן, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען  און נתן דער נבֿיא, און שִמְעִי, און רֵעִי, און די גִבורים װאָס בײַ דָוִדן, זײַנען ניט געװען מיט אַדוֹנִיָהוּן. /1:9 און אַדוֹנִיָהוּ האָט געשאָכטן שאָף און רינדער און געשטאָפּטע קעלבער בײַ דעם שטײן זוֹחֶלֶת  װאָס לעבן עין-רוֹגֵל, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זײַנע ברידער, דעם מלכס זין, און אַלע מענער פֿון יהוּדה, דעם מלכס קנעכט. /1:10 אָבער נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּן, און די גִבורים, און זײַן ברודער שלמהן, האָט ער ניט גערופֿן. /1:11 האָט נתן געזאָגט צו בת-שֶבֿען, שלמהס מוטער, אַזױ צו זאָגן: האָסטו ניט געהערט אַז אַדוֹנִיָהוּ דער זון פֿון חַגיתן איז געװאָרן מלך, און אונדזער האַר דוד װײס ניט? /1:12 און אַצונד, קום לאָמיך אַקאָרשט דיר געבן אַן עצה, און ראַטעװען דײַן לעבן און דאָס לעבן פֿון דײַן זון שלמהן. /1:13 גײ און קום צום מלך דוד, און זאָלסט זאָגן צו אים: האָסטו, מײַן האַר מלך, ניט געשװאָרן דײַן דינסט, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? הײַנט פֿאַר װאָס איז אַדוֹנִיָהוּ געװאָרן מלך? /1:14 אָט װי דו רעדסט נאָך דאָרטן מיטן מלך, אַזױ װעל איך קומען נאָך דיר, און װעל פֿאַרפֿולן דײַנע װערטער. /1:15 איז בת-שֶבֿע אַרײַנגעגאַנגען צום מלך אין קאַמער. -און דער מלך איז געװען זײער אַלט, און אַבֿישַג פֿון שוּנֵם האָט באַדינט דעם מלך. –/1:16 און בת-שֶבֿע האָט זיך גענײַגט און זיך געבוקט צום מלך. האָט דער מלך געזאָגט: װאָס איז דיר? /1:17 האָט זי צו אים געזאָגט: מײַן האַר, דו האָסט געשװאָרן דײַן דינסט בײַ {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן. /1:18 און אַצונד זע, אַדוֹנִיָה איז געװאָרן מלך, און אַצונד, מײַן האַר מלך, װײסטו גאָר ניט. /1:19 און ער האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן  אַלע זין פֿון דעם מלך, און אבֿיתר דעם כּהן, און יוֹאָבֿ דעם חיל-פֿירער; אָבער דײַן קנעכט שלמהן האָט ער ניט גערופֿן. /1:20 און דו מײַן האַר מלך, אױף דיר זײַנען די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, זײ צו זאָגן, װער זאָל זיצן  אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים.  /1:21 װאָרום עס װעט זײַן, װי דער האַר מײַן מלך לײגט זיך מיט זײַנע עלטערן, אַזױ װעל איך און מײַן זון שלמה זײַן פֿאַרשולדיקטע. /1:22 און אָט װי זי רעדט נאָך מיטן מלך, אַזױ איז נתן דער נבֿיא געקומען. /1:23 האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: נתן דער נבֿיא איז דאָ. און ער איז געקומען פֿאַר דעם מלך, און האָט זיך געבוקט צום מלך אױף זײַן פּנים צו דער ערד. און נתן האָט געזאָגט: מײַן האַר מלך, האָסט דו געזאָגט: אַדוֹנִיָהוּ זאָל קיניגן  נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? /1:25 װאָרום ער האָט הײַנט אַראָפּגענידערט, און האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך, און די חיל-פֿירער, און אבֿיתר דעם כּהן, און אָט עסן זײ און טרינקען מיט אים, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך אַדוֹנִיָהוּ! /1:26 אָבער מיך, מיך דײַן קנעכט, און צָדוֹק דעם כּהן, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און דײַן קנעכט שלמהן, האָט ער ניט גערופֿן. /1:27 צי איז די דאָזיקע זאַך געשען פֿון מײַן האַר דעם מלך, און האָסט ניט צו װיסן געטאָן דײַן קנעכט, װער עס זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים? /1:28 האָט געענטפֿערט דער מלך דוד און האָט געזאָגט: רוף מיר אַרײַן בת-שֶבֿען. און זי איז געקומען פֿאַרן מלך און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. /1:29 און דער מלך האָט געשװאָרן און געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט}, װאָס האָט אױסגעלײזט  מײַן זעל פֿון יעטװעדער צרה, /1:30 אַז אַזױ װי איך האָב דיר געשװאָרן בײַ {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר–אַז אַזױ װעל איך טאָן הײַנטיקן טאָג! /1:31 האָט בת-שֶבֿע זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט צום מלך, און האָט געזאָגט: אײביק לעבן זאָל מײַן האַר דער מלך דוד! /1:32 און דער מלך דוד האָט געזאָגט: רופֿט מיר צָדוֹק דעם כּהן, און נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען. זײַנען זײ געקומען פֿאַרן מלך, /1:33 און דער מלך האָט צו זײ געזאָגט: נעמט מיט אײַך די קנעכט פֿון אײַער האַר, און זעצט אַרױף מײַן זון שלמהן אױף מײַן מױלאײזעלין, און איר זאָלט אים מאַכן נידערן צום גיחון. /1:34  און זאָל צָדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא אים דאָרטן זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. און איר זאָלט בלאָזן אין שופֿר, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך שלמה! /1:35 און איר זאָלט אַרױפֿגײן נאָך אים, און ער זאָל קומען און זיך זעצן אױף מײַן טראָן, און ער זאָל קיניגן אױף מײַן אָרט, װאָרום אים האָב איך באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער ישׂראל און איבער יהוּדה. /1:36 האָט בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אָמן! אַזױ זאָל זאָגן {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון מײַן האַר דעם מלך! /1:37 אַזױ װי {dn גאָט} איז געװען מיט מײַן האַר דעם מלך, אַזױ זאָל ער זײַן מיט שלמהן, און ער זאָל גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך דוד. /1:38 און צָדוֹק דער כּהן, און נתן דער נבֿיא, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, האָבן אַראָפּגענידערט, און זײ האָבן אַרױפֿגעזעצט שלמהן אױף דער מױלאײזעלין פֿון מלך דוד, און האָבן אים אַראָפּגעפֿירט צו גיחון. /1:39 און צָדוֹק דער כּהן האָט גענומען דעם האָרן מיט אײל פֿון געצעלט, און ער האָט געזאַלבט שלמהן; און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך שלמה! /1:40 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען נאָך אים, און דאָס פֿאָלק האָט געפֿײַפֿט אױף פֿײַפֿלען, און זיך געפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און די ערד האָט זיך געשפּאָלטן פֿון זײער ליאַרעם. /1:41 און אַדוֹנִיָהוּ  און אַלע פֿאַררופֿענע װאָס מיט אים האָבן דאָס דערהערט, װען זײ האָבן געענדיקט עסן. און װי יוֹאָבֿ האָט דערהערט דעם קָול פֿון שופֿר, אַזױ האָט ער געזאָגט: װאָס טומלט דער ליאַרעם פֿון שטאָט? /1:42 װי ער רעדט נאָך, ערשט יונָתן דער זון פֿון אבֿיתר דעם כּהן קומט אָן. האָט אַדוֹנִיָהוּ געזאָגט: קום אַהער, װאָרום אַ װױלער מענטש ביסטו, און גוטס װעסטו אָנזאָגן. /1:43 האָט געענטפֿערט יונָתן און געזאָגט צו אַדוֹנִיָהוּן: פֿאַר װאָר, אונדזער האַר דער מלך דוד האָט געמאַכט שלמהן פֿאַר מלך. /1:44 און דער מלך האָט געשיקט מיט אים צָדוֹק דעם כּהן, און נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, און זײ האָבן אים  אַרױפֿגעזעצט אױף דער מױלאײזעלין פֿון מלך. /1:45 און צָדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא האָבן אים געזאַלבט פֿאַר מלך בײַם גיחון, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן פֿרײלעכע, און די שטאָט האָט געטומלט; דאָס איז דער ליאַרעם װאָס איר האָט געהערט. /1:46 און שלמה האָט זיך אױך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון דער מלוכה. /1:47 און אױך זײַנען די קנעכט פֿון מלך געקומען װינטשן אונדזער האַר דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: זאָל דײַן {dn גאָט} באַגיטיקן שלמהס נאָמען נאָך מער פֿון דײַן נאָמען,  און גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דײַן טראָן. /1:48 און אױך האָט דער מלך אַזױ געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט הײַנט געגעבן װער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן, און מײַנע אױגן זעען עס. /1:49 האָבן אַלע פֿאַרופֿענע װאָס בײַ אַדוֹנִיָהוּן אױפֿגעציטערט און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און געגאַנגען איטלעכער אױף זײַן װעג. /1:50 און אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא געהאַט פֿאַר שלמהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען און האָט זיך אָנגענומען אָן די הערנער פֿון מזבח. /1:51 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן, אַזױ צו זאָגן: זע, אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא פֿאַר דעם מלך שלמה, און אָט האָט ער זיך  אָנגעכאַפּט אָן די הערנער פֿון מזבח, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר דער מלך שלמה הײַנט שװערן, אױב ער װעט טײטן זײַן קנעכט מיטן שװערד. /1:52 האָט שלמה געזאָגט: אױב ער װעט זײַן אַן אָרנטלעכער מענטש, װעט אַ האָר פֿון אים ניט פֿאַלן צו דער ערד; אױב אָבער בײז װעט געפֿונען װערן אין אים, װעט ער שטאַרבן. /1:53 און דער מלך שלמה האָט געשיקט, און מע האָט אים אַראָפּגענידערט פֿון מזבח; און ער איז געקומען, און האָט זיך געבוקט צום מלך שלמה, און שלמה האָט צו אים געזאָגט: גײ אַהײם. /2:1 און די טעג פֿון דָוִדן האָבן גענענט צו שטאַרבן, און ער האָט באַפֿױלן זײַן זון שלמהן, אַזױ צו זאָגן: /2:2 איך גײ אין דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד, זאָלסטו זיך שטאַרקן און זײַן אַ מאַן. /2:3 און זאָלסט היטן די היטונג פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, צו גײן אין זײַנע װעגן, צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע אָנזאָגן, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת-משה, כּדי זאָלסט באַגליקן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן, און אומעטום, װאָס דו װעסט אַהין זיך קערן; כּדי {dn גאָט} זאָל מקיים זײַן זײַן װאָרט װאָס ער האָט גערעדט װעגן מיר, אַזױ צו זאָגן: אױב דײַנע קינדער װעלן אָפּהיטן זײער װעג צו גײן פֿאַר מיר מיט אמת, מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל–אַזױ צו זאָגן: װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון ישׂראל. /2:5 און אױך װײסטו װאָס יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן האָט מיר געטאָן, װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ חיל-פֿירער פֿון ישׂראל, צו אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, און צו עַמָשׂא דעם זון פֿון יֶתרן, װי ער האָט זײ געהרגעט, און פֿאַרגאָסן בלוט פֿון מלחמה אין שלום, און אַרױפֿגעטאָן בלוט פֿון מלחמה אױף זײַן גאַרטל װאָס אױף זײַנע לענדן, און אױף זײַנע שיך װאָס אױף זײַנע פֿיס. /2:6 דרום זאָלסטו טאָן לױט דײַן חכמה, און זאָלסט ניט לאָזן זײַנע גראָע האָר  נידערן בשלום אין קבֿר. /2:7 און מיט די קינדער פֿון בַרזִלַי דעם גלעדער זאָלסטו טאָן חֶסד, און זײ זאָלן זײַן פֿון די װאָס עסן בײַ דײַן טיש, װאָרום זײ האָבן זיך אױך דערנענטערט צו מיר, װען איך בין אַנטלאָפֿן פֿון דײַן ברודער אַבֿשָלומען. /2:8 און דאָ איז בײַ דיר שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן, דער בנימינער פֿון בחורים, װאָס האָט מיך געשאָלטן מיט טױטע קללות אין דעם טאָג װאָס איך בין געגאַנגען קײן מַחנַיִם; און ער האָט אַראָפּגענידערט מיר אַנטקעגן בײַם ירדן, און איך האָב אים געשװאָרן בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: איך װעל דיך ניט טײטן מיטן שװערד. /2:9 און אַצונד, זאָלסט אים ניט שענקען, װאָרום אַ קלוגער מענטש ביסטו, און װעסט װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן מיט אים; און זאָלסט מאַכן נידערן זײַנע גראָע האָר מיט בלוט אין קבֿר. /2:10 און דוד האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דָוִדס-שטאָט. /2:11 און די טעג װאָס דוד האָט געקיניגט איבער ישׂראל זײנען געװען פֿערציק יאָר. אין חבֿרון האָט ער געקיניגט זיבן יאָר, און אין ירושלים האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק יאָר. /2:12 און שלמה איז געזעסן אױף דעם טראָן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און זײַן מלוכה האָט זיך זײער באַפֿעסטיקט. /2:13 און אַדוֹנִיָהוּ דער זון פֿון חַגיתן איז געקומען צו בת-שֶבֿען, שלמהס מוטער. האָט זי צו אים געזאָגט: איז דײַן קומען אין פֿריד? האָט ער געזאָגט: אין פֿריד. /2:14 און ער האָט געזאָגט: איך האָב אַ װאָרט צו דיר. האָט זי געזאָגט: רעד. האָט ער געזאָגט: דו װײסט אַז די מלוכה האָט מיר געקומט, און אױף מיר האָבן גאַנץ ישׂראל געקערט זײער פּנים, צו װערן מלך. אָבער די מלוכה האָט זיך אומגעדרײט און איז אָנגעקומען צו  מײַן ברודער, װײַל זי איז אים באַשערט געװען פֿון {dn גאָט}.  /2:16 און אַצונד בעט איך פֿון דיר אײן בקשה: זאָלסט ניט אָפּשטױסן מײַן פּנים. האָט זי צו אים געזאָגט: רעד. /2:17 האָט ער געזאָגט: זאָג, איך בעט דיך, דעם מלך שלמה–װאָרום ער װעט ניט אָפּשטױסן דײַן פּנים–ער זאָל מיר געבן אַבֿישַג פֿון שוּנֵם פֿאַר אַ װײַב.  /2:18 האָט בת-שֶבֿע געזאָגט: גוט, איך װעל רעדן פֿון דײַנעט װעגן צום מלך. /2:19 און בת-שֶבֿע איז געקומען צום מלך שלמה, צו רעדן צו אים פֿון אַדוֹנִיָהוּס װעגן, און דער מלך איז אױפֿגעשטאַנען איר אַנטקעגן, און ער האָט זיך צו איר געבוקט, און האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן, און געשטעלט אַ טראָן פֿאַר דעם מלכס מוטער, און זי האָט זיך געזעצט אױף זײַן רעכטער זײַט. און זי האָט געזאָגט: אײן קלײנע בקשה בעט איך פֿון דיר: זאָלסט ניט אָפּשטױסן מײַן פּנים. האָט דער מלך צו איר געזאָגט: בעט, מײַן מוטער, װאָרום איך װעל ניט אָפּשטױסן דײַן פּנים. האָט זי געזאָגט: זאָל אַבֿישַג פֿון שוּנֵם געגעבן װערן צו דײַן ברודער אַדוֹנִיָהוּן פֿאַר אַ װײַב. /2:22 האָט געענטפֿערט דער מלך שלמה און געזאָגט צו זײַן מוטער: און פֿאַר װאָס בעטסטו אַבֿישַג פֿון שוּנֵם פֿאַר אַדוֹנִיָהוּן? בעט פֿאַר אים אױך די מלוכה, װײַל ער איז מײַן עלטערער ברודער–פֿאַר אים, פֿאַר אבֿיתר דעם כּהן, און פֿאַר יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן. /2:23 און דער מלך שלמה האָט געשװאָרן  בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר {dn גאָט} טאָן אַזױ און נאָך מער, אַז אום זײַן לעבן האָט אַדוֹנִיָהוּ גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט! /2:24 און אַצונד, אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט}, װאָס האָט מיך באַפֿעסטיקט, און האָט מיך אַרױפֿגעזעצט אױף דעם טראָן פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און װאָס האָט מיר געמאַכט אַ הױז אַזױ װי ער האָט גערעדט, אַז הײַנט מוז אַדוֹנִיָהוּ געטײט װערן! /2:25 און דער מלך שלמה האָט געשיקט דורך דער האַנט פֿון בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען; און ער איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און ער איז געשטאָרבן. 26  און צו אבֿיתר דעם כּהן האָט דער מלך געזאָגט: גײ קײן ענָתות צו דײַנע פֿעלדער, װאָרום דעם טױט ביסטו װערט, אָבער הײַנטיקן טאָג װעל איך דיך ניט טײטן, װײַל דו האָסט געטראָגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט דעם האַר} פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און װײַל דו האָסט זיך געפּלאָגט אין אַלץ װאָס מײַן פֿאָטער האָט זיך געפּלאָגט. /2:27 און שלמה האָט פֿאַרטריבן אבֿיתרן פֿון זײַן אַ כּהן צו {dn גאָט}; כּדי עס זאָל דערפֿילט װערן דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט אױף עליס הױז אין שילו. /2:28 און װי די הערונג איז אָנגעקומען צו יוֹאָבֿן–װאָרום יוֹאָבֿ האָט זיך גענײַגט נאָך אַדוֹנִיָהן, הגם נאָך אַבֿשָלומען האָט ער זיך ניט גענײַגט–איז יוֹאָבֿ אַנטלאָפֿן צום געצעלט פֿון {dn גאָט}, און האָט זיך אָנגענומען אָן די הערנער פֿון מזבח. /2:29 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך שלמה, אַז יוֹאָבֿ איז אַנטלאָפֿן צו דעם געצעלט פֿון {dn גאָט}, און אָן איז ער בײַם מזבח. און שלמה האָט געשיקט בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, אַזױ צו זאָגן: גײ פֿאַל-צו אױף אים. /2:30 איז בנָיָהוּ געקומען צו דעם געצעלט פֿון {dn גאָט}, און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: גײ אַרױס. האָט ער געזאָגט: נײן, נײַערט דאָ װעל איך שטאַרבן. האָט בנָיָהוּ געבראַכט דעם מלך אַ תּשובֿה, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גערעדט יוֹאָבֿ, און אַזױ האָט ער מיר געענטפֿערט. /2:31 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: טו אַזױ װי ער האָט גערעדט, און פֿאַל-צו אױף אים; און זאָלסט אים באַגראָבן, און אָפּטאָן דאָס אומזיסט בלוט װאָס יוֹאָבֿ האָט פֿאַרגאָסן, פֿון מיר און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. /2:32 און זאָל {dn גאָט} אומקערן זײַן בלוט אױף זײַן קאָפּ, פֿאַר װאָס ער איז אָנגעפֿאַלן אױף צװײ מענטשן גערעכטערע און בעסערע פֿון אים, און האָט זײ געהרגעט מיטן שװערד, און מײַן פֿאָטער דוד האָט ניט געװוּסט: אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, דעם חיל-פֿירער פֿון ישׂראל, און עַמָשׂא דעם זון פֿון יֶתרן, דעם חיל-פֿירער פֿון יהוּדה. /2:33 און זײער בלוט זאָל זיך אומקערן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן, און אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן זאָמען אױף אײביק; און צו דָוִדן און צו זײַן זאָמען, און צו זײַן הױז און צו זײַן טראָן, זאָל זײַן פֿריד אױף אײביק פֿון {dn גאָט}. /2:34 איז אַרױסגעגאַנגען בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען,  און ער איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און האָט אים געטײט. און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין זײַן הײם אין מדבר. /2:35 און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען אױף זײַן אָרט איבערן חיל; און צָדוֹק דעם כּהן האָט דער מלך אױפֿגעזעצט אױף אבֿיתרס אָרט. /2:36 און דער מלך האָט געשיקט און האָט גערופֿן שִמְעִין, און האָט צו אים געזאָגט: בױ דיר אַ הױז אין ירושלים, און זאָלסט דאָרטן זיצן, און זאָלסט פֿון דאָרטן ניט אַרױסגײן אין ערגעץ. /2:37 און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס, און װעסט אַריבערגײן דעם טײַך קִדרון, װיסן זאָלסטו װיסן זײַן, אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן; דײַן בלוט װעט זײַן אױף דײַן קאָפּ. /2:38 האָט שִמְעִי געזאָגט צום מלך: גוט איז דאָס װאָרט; אַזױ װי מײַן האַר דער מלך האָט גערעדט, אַזױ װעט דײַן קנעכט טאָן. און שִמְעִי איז געזעסן אין ירושלים פֿיל טעג. /2:39 אָבער עס איז געװען צום סָוף פֿון דרײַ יאָר, זײַנען  צװײ קנעכט פֿון שִמְעִין אַנטלאָפֿן צו אָכיש דעם זון פֿון מעכהן, דעם מלך פֿון גַת, און מע האָט אָנגעזאָגט שִמְעִין, אַזױ צו זאָגן: זע, דײַנע קנעכט זײַנען אין גַת. /2:40 איז אױפֿגעשטאַנען שִמְעִי, און האָט אָנגעזאַטלט  זײַן אײזל, און איז אַװעק קײן גַת צו אָכישן זוכן זײַנע קנעכט. און שִמְעִי איז געגאַנגען און  האָט געבראַכט זײַנע קנעכט פֿון גַת. /2:41 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן, אַז שִמְעִי איז געגאַנגען פֿון ירושלים קײן גַת, און האָט זיך אומגעקערט. /2:42 און דער מלך האָט געשיקט און האָט גערופֿן שִמְעִין, און האָט צו אים געזאָגט: האָב איך דיך ניט באַשװאָרן בײַ {dn גאָט}, און דיך געװאָרנט, אַזױ צו זאָגן: אין דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס, און װעסט גײן ערגעץ װוּ, װיסן זאָלסטו װיסן זײַן, אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן? און דו האָסט צו מיר געזאָגט: גוט איז דאָס װאָרט; איך האָב געהערט. /2:43 הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו ניט געהיט די שבֿועה פֿון {dn גאָט}, און דעם באַפֿעל װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן? /2:44 אױך האָט דער מלך געזאָגט צו שִמְעִין: דו װײסט אַל דאָס בײז װאָס דײַן האַרץ האָט געװוּסט אַז דו טוסט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן;  דרום זאָל {dn גאָט} אומקערן דײַן בײז אױף דײַן קאָפּ; /2:45 און דער מלך שלמה זאָל זײַן געבענטשט, און דער טראָן פֿון דוד זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר {dn גאָט} אױף אײביק. /2:46 און דער מלך האָט באַפֿױלן בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען, און איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און ער איז געשטאָרבן. און די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין דער האַנט פֿון שלמהן. /3:1 און שלמה האָט זיך מתחתּן געװען מיט פּרעה דעם מלך פֿון מצרים, און ער האָט גענומען פּרעהס טאָכטער, און האָט זי געבראַכט אין דָוִדס-שטאָט, ביז ער האָט געענדיקט בױען זײַן הױז, און דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און די מױער פֿון ירושלים רונד אַרום. /3:2 אָבער דאָס פֿאָלק האָט געשלאַכט אױף די בָמות, װאָרום אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn גאָט} איז ניט געבױט געװען ביז יענע טעג. /3:3 און שלמה האָט ליב געהאַט {dn גאָט}, צו גײן אין די געזעצן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן; נאָר ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. /3:4 און דער מלך איז געגאַנגען קײן גבֿעון דאָרטן צו שלאַכטן, װאָרום דאָרטן איז געװען די גרױסע בָמָה. טױזנט בראַנדאָפּפֿער פֿלעגט שלמה אױפֿברענגען אױף יענעם מזבח. /3:5 אין גבֿעון האָט זיך {dn גאָט} באַװיזן צו שלמהן אין אַ חָלום פֿון דער נאַכט, און {dn גאָט} האָט געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. /3:6 האָט שלמה געזאָגט: דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, גרױס חֶסד, אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר;  און האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן חֶסד, און האָסט אים געגעבן אַ זון װאָס זיצט אױף זײַן טראָן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /3:7 און אַצונד, {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, דו האָסט געמאַכט דײַן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און איך בין אַ קלײן ייִנגל, איך װײס ניט װוּ אױס און װוּ אײַן. /3:8 און דײַן קנעכט איז אין מיטן פֿון דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען ניט געצײלט און ניט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. /3:9 דרום זאָלסטו געבן דײַן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, צו משפּטן דײַן פֿאָלק, צו דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס, װאָרום װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס? /3:10 און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, װאָס שלמה האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך. /3:11 און {dn גאָט} האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך,  און ניט דו האָסט דיר געבעטן פֿיל טעג, און ניט דו האָסט דיר געבעטן עשירות, און ניט דו האָסט געבעטן דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, נײַערט האָסט דיר געבעטן שׂכל צו פֿאַרשטײן אַ משפּט, /3:12 אָט האָב איך געטאָן לױט דײַן װאָרט: זע, איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, אַז אַזאַ װי דו איז ניט געװען פֿאַר דיר, און נאָך דיר װעט ניט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו. /3:13 און אױך װאָס דו האָסט ניט געבעטן האָב איך דיר געגעבן: אי עושר אי כּבֿוד אַלע דײַנע טעג, אַז קײנער אַזאַ װי דו איז ניט געװען צװישן די מלכים. /3:14 און אַז דו װעסט גײן אין מײַנע װעגן צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט אַזױ װי דײַן פֿאָטער דוד איז געגאַנגען, װעל איך דערלענגערן דײַנע טעג. /3:15 האָט זיך אױפֿגעכאַפּט שלמה, ערשט עס איז אַ חָלום. און ער איז געקומען קײן ירושלים, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, און ער האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער, און געמאַכט פֿרידאָפּפֿער, און געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט. /3:16 דענצמאָל זײַנען געקומען צװײ פֿרױען זוֹנות צו דעם מלך, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים. /3:17 און אײן פֿרױ האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, איך און די דאָזיקע פֿרױ װױנען אין אײן הױז, און איך האָב געבאָרן מיט איר אין הױז.  /3:18 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג נאָך מײַן געבערן, האָט אױך די דאָזיקע פֿרױ געבאָרן; און מיר זײַנען געװען זאַלבענאַנד, קײן פֿרעמדער איז מיט אונדז ניט געװען אין הױז; בלױז מיר צװײ זײַנען געװען אין הױז. /3:19 איז געשטאָרבן דאָס קינד פֿון דער דאָזיקער פֿרױ בײַ נאַכט, װײַל זי איז געלעגן אױף אים.  /3:20 איז זי אױפֿגעשטאַנען אין מיטן נאַכט, און האָט אַװעקגענומען מײַן זון פֿון לעבן מיר, בעת דײַן דינסט איז געשלאָפֿן, און זי האָט אים געלײגט אין איר בוזעם, און איר טױטן זון האָט זי געלײגט אין מײַן בוזעם. /3:21 און איך בין אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי אָנצוזען מײַן זון, ערשט ער איז טױט; אָבער אַז איך האָב אים באַטראַכט אין דער פֿרי ערשט דאָס איז ניט געװען מײַן זון װאָס איך האָב געבאָרן. /3:22 האָט די אַנדער פֿרױ געזאָגט: נײן, נײַערט מײַן זון איז דער לעבעדיקער, און דײַן זון דער טױטער. און די זאָגט: נײן נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. און זײ האָבן געטענהט  פֿאַרן מלך. /3:23 האָט דער מלך געזאָגט: די זאָגט: דאָס איז מײַן זון דער לעבעדיקער און דײַן זון דער טױטער; און די זאָגט: נײן, נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. /3:24 און דער מלך האָט געזאָגט: ברענגט מיר אַ שװערד. האָט מע געבראַכט אַ שװערד פֿאַרן מלך. /3:25 האָט דער מלך געזאָגט: צעשנײַדט דאָס לעבעדיקע קינד אין צװײען, און גיט אַ העלפֿט צו אײנער, און אַ העלפֿט צו דער אַנדערער. /3:26 האָט גערעדט די פֿרױ װאָס איר זון איז געװען דער לעבעדיקער, צום מלך–װאָרום דאָס האַרץ האָט איר פֿאַרקלעמט אױף איר זון–און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, נאָר טײטן זאָלט איר עס ניט טײטן. און יענע זאָגט: ניט מיר און ניט דיר זאָל עס געהערן; שנײַדט! /3:27 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און געזאָגט: גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, און טײטן זאָלט איר עס ניט טײטן; זי איז זײַן מוטער. /3:28 און גאַנץ ישׂראל האָבן געהערט דעם משפּט װאָס דער מלך האָט געמשפּט, און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַרן מלך, װאָרום, זײ האָבן געזען אַז גאָטס חכמה איז אין אים צו טאָן גערעכטיקײט. /4:1 און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ ישׂראל. /4:2 און דאָס זײַנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו דער זון פֿון צָדוֹקן, דער כּהן; /4:3 אֶליחוֹרף און אַחִיה, די זין פֿון שישאָן, שרײַבערס; יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער; /4:4 און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבערן חיל; און צָדוֹק און אבֿיתר, כּהנים;  /4:5 און עַזַריָהו דער זון פֿון נתנען, איבער די געשטעלטע; און זָבֿוד דער זון פֿון נתנען, און אױבערמאַן, דעם מלכס חבֿר; /4:6 און אַחִישר, איבערן פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון עַבֿדאָן, איבערן צינדז. /4:7 און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ ישׂראל, און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און זײַן הױז; אַ חודש אין יאָר פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן. /4:8 און דאָס זײַנען זײערע נעמען: דער זון פֿון חוּרן, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים. /4:9 דער זון פֿון דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבֿים, און בֵית-שֶמֶש, און אֵלאָן-בֵית-חָנן. /4:10 דער זון פֿון חֶסדן, אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען שׂוֹכוֹ, און דאָס גאַנצע לאַנד חֵפֿר.  /4:11 דער זון פֿון אַבֿינָדֶבֿן, אין דער גאַנצער געגנט פֿון דָור; ער האָט געהאַט טָפֿת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב. /4:12 בענא דער זון פֿון אַחילוּדן, אין תַּעַנָך, און מגִדו, און גאַנץ בֵית-שאָן װאָס לעבן צָרתן אונטער יזרעאל, פֿון בֵית-שאָן ביז אָבֿל-מחולה, ביז אױף יענער זײַן יָקמעם. /4:13 דער זון פֿון גֶבֿרן, אין רָמות-גִלעָד; אונטער אים זײַנען געװען די דערפֿער פֿון יָאִיר דעם זון פֿון מנשהן, װאָס אין גִלעָד;אונטער אים איז געװען די געגענט פֿון אַרגובֿ װאָס אין בשן, זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן און קופּערנע ריגלען. /4:14 אַחינָדֶבֿ דער זון פֿון עִדאֹן, אין מַחנַיִם. 15 אַחימַעַץ, אין נפֿתּלי; ער אױך האָט גענומען בָשׂמַת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב. /4:16 בענא דער זון פֿון חוּשַין, אין אָשר, און בעָלות. /4:17 יהוֹשפֿט דער זון פֿון פָּרוּחַן, אין יִשׂשָׂכָר. /4:18 שִמְעִי דער זון פֿון אֵלאָן אין בנימין. /4:19 גֶבֿר דער זון פֿון אורין, אין לאַנד גִלעָד, דעם לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אמורי, און פֿון עוג דעם מלך פֿון בשן. און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.  /4:20 יהוּדה און ישׂראל זײַנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט. זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך. /5:1 און שלמה האָט געװעלטיקט איבער אַלע קיניגרײַכן, פֿון דעם טײַך ביז דעם לאַנד פֿון די פּלשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מצרים. זײ האָבן געבראַכט אָפּגאָב, און געדינט דעם מלך שלמה אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. /5:2 און די שפּײַזונג פֿון שלמהן פֿאַר אײן טאָג איז געװען דרײַסיק כּור זעמלמעל, און זעכציק כּור גראָבע מעל, /5:3 צען פֿעטע רינדער, און צװאַנציק רינדער פֿון דער פֿיטער, און הונדערט שאָף, אחוץ הינדן, און הירשן, און דאַמהירשן, און געשטאָפּטע קאַפּהענער. /5:4 װאָרום ער האָט געװעלטיקט איבער גאַנץ דער זײַט טײַך, פֿון תִּפֿסַח און ביז עזָה, איבער אַלע מלכים פֿון דער זײַט טײַך; און ער האָט געהאַט שלום פֿון אַלע זײַנע זײַטן רונד אַרום. /5:5 און יהוּדה און ישׂראל זײַנען געזעסן אין זיכערקײט, איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, פֿון דָן ביז באֵר-שֶבֿע, אַלע טעג פֿון שלמהן. /5:6 און שלמה האָט געהאַט פֿערציק טױזנט שטאַלן פֿערד פֿאַר זײַנע רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער. /5:7 און יענע געשטעלטע פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך שלמה, און איטלעכן װאָס גענענט צום טיש פֿון מלך שלמה, איטלעכער אין זײַן חודש; זײ פֿלעגן ניט פֿאַרפֿעלן קײן זאַך. /5:8 אױך גערשטן און שטרױ פֿאַר די פֿערד און פֿאַר די יאָגפֿערד פֿלעגן זײ ברענגען אין דעם אָרט װוּהין עס האָט געהערט, איטלעכער לױט װי ער האָט געדאַרפֿט. /5:9 און {dn גאָט} האָט געגעבן שלמהן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט זײער פֿיל, און ברײטקײט פֿון גײַסט אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים. /5:10 און שלמהס חכמה איז געװען גרעסער פֿון דער חכמה פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח, און פֿון אַל דער חכמה פֿון מצרים. /5:11 און ער איז געװען קליגער פֿון אַלע מענטשן, פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי, און הֵימָן, און כַּלכּול, און דַרדע, די זין פֿון מָחולן. און ער האָט געהאַט אַ שֶם צװישן אַלע פֿעלקער רונד אַרום. /5:12 און ער האָט געזאָגט דרײַ טױזנט משלים. און זײַנע לידער זײַנען געװען טױזנט מיט פֿינף. /5:13 און ער האָט גערעדט איבער בײמער, פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנון און ביז דעם אֵזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט. און ער האָט גערעדט איבער בהמות, און איבער פֿױגלען, און איבער שרצים, און איבער פֿישן. /5:14 און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס חכמה–פֿון אַלע מלכים  פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון זײַן חכמה. /5:15 און חירָם דער מלך פֿון צור האָט געשיקט זײַנע קנעכט צו שלמהן, װאָרום ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט; װײַל אַ גוטער פֿרײַנט איז חירָם געװען דָוִדן אַלע טעג. /5:16 האָט שלמה געשיקט צו חירָמען, אַזױ צו זאָגן: /5:17 דו האָסט געקענט מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַז ער האָט ניט געקאָנט בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} פֿון װעגן די מלחמות װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, ביז {dn יהוה} האָט זײ געגעבן אונטער די טריט פֿון מײַנע פֿיס. /5:18 און אַצונד האָט {dn יהוה} מײַן {dn גאָט} מיך באַרוט פֿון רונד אַרום; ניטאָ קײן שטער און קײן בײז באַגעגעניש.  /5:19 און אָט טראַכט איך צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, אַזױ װי {dn יהוה} האָט גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דײַן זון װאָס איך װעל געבן אױף דײַן טראָן אױף דײַן אָרט,  ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען, /5:20 און אַצונד, באַפֿעל מע זאָל אױסהאַקן פֿאַר מיר צעדערן פֿון לבֿנון, און מײַנע קנעכט װעלן זײַן מיט דײַנע קנעכט; און דעם לױן פֿון דײַנע קנעכט װעל איך דיר געבן װיפֿיל דו װעסט זאָגן: װאָרום דו װײסט אַז צװישן אונדז איז ניטאָ קײנער װאָס פֿאַרשטײט צו האַקן האָלצן אַזױ װי די צידונים. /5:21 און עס איז געװען, װי חירָם האָט געהערט די װערטער פֿון שלמהן, אַזױ האָט ער זיך זײער דערפֿרײט, און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} הײַנט, װאָס ער האָט געגעבן דָוִדן אַ קלוגן זון איבער דעם דאָזיקן גרױסן פֿאָלק. /5:22 און חירָם האָט געשיקט צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געהערט װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר; איך װעל טאָן אַל דײַן פֿאַרלאַנג, אין צעדערהאָלץ און אין ציפּרעסנהאָלץ. /5:23 מײַנע קנעכט װעלן זײ אַראָפּנידערן פֿון לבֿנון צום ים, און איך װעל זײ מאַכן אין פּליטן צו גײן מיטן ים ביז דעם אָרט װאָס דו װעסט מיר אָנװײַזן, און דאָרטן װעל איך זײ פֿאַנאַנדעררײַסן, און דו װעסט זײ אַװעקנעמען. און דו װעסט טאָן מײַן פֿאַרלאַנג צו געבן ברױט פֿאַר מײַן הױז. 24 און חירָם האָט געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּרעסנהאָלץ לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג. /5:25 און שלמה האָט געגעבן חירָמען צװאַנציק טױזנט כּור װײץ, שפּײַז פֿאַר זײַן הױז, און צװאַנציק כּור געשלאָגענע אײל. אַזױ פֿלעגט שלמה געבן חירָמען יאָר אין יאָר. /5:26 און {dn גאָט} האָט געגעבן שלמהן חכמה אַזױ װי ער האָט אים געזאָגט. און עס איז געװען שלום צװישן חירָמען און צװישן שלמהן; און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד. /5:27 און דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען אַ צינדז פֿון גאַנץ ישׂראל, און דער צינדז איז געװען דרײַסיק טױזנט מאַן. /5:28 און ער האָט זײ געשיקט אױפֿן לבֿנון צו צען טױזנט מאַן אַ חודש, געביטן: אײן חודש פֿלעגן זײ זײַן אױפֿן לבֿנון צװײ חדשים אין דער הײם. און אַדוֹנירם איז געװען איבער דעם צינדז. /5:29 און שלמה האָט געהאַט זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג. /5:30 אחוץ שלמהס איבערגעשטעלטע װאָס איבער דער אַרבעט, דרײַ טױזנטז און דרײַ הונדערט, װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט. /5:31 און דער מלך האָט באַפֿױלן, און מע האָט אױסגעבראָכן גרױסע שטײנער, טײַערע שטײנער, צו גרונטפֿעסטן דאָס הױז מיט געהאַקטע שטײנער. /5:32 און די בױמײַנסטערס פֿון חירָמען און די גבֿלער האָבן זײ אַרומגעהאַקט, און האָבן צוגעגרײט די האָלצן און די שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז. /6:1 און עס איז געװען, אין פֿיר הונדערט און אַכציקסטן יאָר נאָך דעם װי די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מצרים, אין פֿירטן יאָר פֿון שלמהס מלוכה איבער ישׂראל, אין חודש זיו–דאָס איז דער צװײטער חודש–האָט ער אָנגעהױבן בױען דאָס הױז צו {dn גאָט}. /6:2 און דאָס הױז װאָס שלמה המלך האָט געבױט צו {dn גאָט}, איז געװען זעכציק אײלן זײַן לענג, און צװאַנציק אײלן זײַן ברײט,  און דרײַסיק אײלן זײַן הײך. /6:3 און דער פּאָליש פֿאַר דעם הֵיכל פֿון הױז איז געװען צװאַנציק אײלן זײַן לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, צען אײלן זײַן ברײט פֿאַר [לענג פֿון] דעם הױז.  /6:4 און ער האָט געמאַכט אין הױז פֿענצטער אינעװײניק ברײט און אױסנװײניק שמאָל. /6:5 און ער האָט געבױט אָן דער װאַנט פֿון הױז אַן אָנבױ, רונד אַרום די װענט פֿון הױז, רונד אַרום דעם הֵיכל און דעם דבֿיר; און ער האָט געמאַכט זײַטקאַמערן רונד אַרום. דער אונטערשטער [שטאָק פֿון דעם] אָנבױ, איז פֿינף אײלן געװען זײַן ברײט,  און דער מיטלסטער, זעקס אײלן זײַן ברײט, און דער דריטער, זיבן אײלן זײַן ברײט, װאָרום פֿאַרמינערונגען האָט ער געמאַכט אין דעם הױז צו דערױסן צו רונד אַרום, כּדי [די באַלקנס] זאָלן זיך ניט דאַרפֿן האַלטן אין די װענט פֿון הױז. –/6:7 און דאָס הױז װען עס איז געבױט געװאָרן, איז געבױט געװאָרן פֿון שטײנער פֿאַרטיק געמאַכט בײַם אַרױסהאַקן; און קײן האַמערס און קײן האַק, קײן שום אײַזנגעצײַג איז ניט געהערט געװאָרן אין דעם הױז, װען עס איז געבױט געװאָרן. –/6:8 דער אײַנגאַנג צו די אונטערשטע זײַטקאַמערן איז געװען אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז, און אױף שװינדלטרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען צו די מיטלסטע, און פֿון די מיטלסטע צו די דריטע. /6:9 און ער האָט אױסגעבױט דאָס הױז, און האָט עס פֿאַרענדיקט; און ער האָט באַדעקט דאָס הױז מיט באַלקנס און ברעטער פֿון צעדערן. /6:10 און ער האָט געבױט דעם אָנבױ אָן דעם גאַנצן הױז, פֿינף אײלן די הײך [פֿון איטלעכן שטאָק]; און עס האָט זיך געהאַלטן אָן הױז אױף צעדערנהאָלץ. /6:11 און דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז געװען צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: /6:12 דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו בױסט–אױב דו װעסט גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן װעסטו טאָן, און װעסט היטן אַלע מײַנע געבאָט צו גײן אין זײ, װעל איך מקיים זײַן אױף דיר מײַן צוזאָג װאָס איך האָב צוגעזאָגט דײַן פֿאָטער דָוִדן. /6:13 און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און װעל ניט פֿאַרלאָזן מײַן פֿאָלק ישׂראל. /6:14 אַזױ האָט שלמה אױפֿגעבױט דאָס הױז, און האָט עס פֿאַרענדיקט. /6:15 און ער האָט געבױט די װענט פֿון דעם הױז אינעװײניק מיט ברעטער פֿון צעדערן; פֿון באָדעם פֿון הױז ביז די באַלקנס פֿון סופֿים האָט ער באַדעקט מיט האָלץ פֿון אינעװײניק; און ער האָט באַדעקט דעם באָדעם  פֿון הױז מיט ברעטער פֿון ציפּרעסן. /6:16 און ער האָט געבױט צװאַנציק אײלן פֿון דעם הינטערשטן טײל פֿון הױז מיט ברעטער פֿון צעדערן, פֿון באָדעם ביז די באַלקנס; און ער האָט עס זיך געבױט פֿון אינעװײניק, פֿאַר אַ דבֿיר, פֿאַר אַ קדשֵי-קָדשים.  /6:17 און פֿערציק אײלן [לאַנג] איז געװען דאָס הױז, דאָס איז דער הֵיכל פֿון פֿאָרנט. /6:18 און דאָס צעדערהאָלץ אױפֿן הױז אינעװײניק איז געװען אַ געשניץ פֿון קנעפּ און געעפֿנטע קװײטן. אַלץ איז געװען צעדער, קײן שטײן האָט זיך ניט אַרױסגעזען. /6:19 און דעם דבֿיר אינעװײניק אין הױז האָט ער צוגעגרײט אױף אַרײַנשטעלן אַהין דעם אָרון פֿון גאָטס בונד. /6:20 און אינעװײניק פֿון דבֿיר איז געװען צװאַנציק אײלן די לענג, און צװאַנציק אײלן די ברײט, און צװאַנציק אײלן איז געװען זײַן הײך; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט עכטן גאָלד. און ער האָט באַדעקט דעם מזבח מיט צעדערהאָלץ. /6:21 אַזױ האָט שלמה איבערגעצױגן דאָס הױז פֿון אינעװײניק מיט עכטן גאָלד; און ער האָט פֿאַרצױגן גילדערנע קײטן פֿאַר דעם דבֿיר; און ער האָט עס איבערגעצױגן מיט גאָלד. /6:22 און דאָס גאַנצע הױז האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד, ביז דאָס גאַנצע הױז איז געװען געענדיקט; אױך דעם גאַנצן מזבח װאָס בײַם דבֿיר האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד. /6:23 און ער האָט געמאַכט אין דבֿיר צװײ כּרובֿים פֿון אײלבױמהאָלץ, צען אײלן די הײך פֿון איטלעכן. /6:24 און פֿינף אײלן איז געװען אײן פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ, און פֿינף אײלן דער צװײטער פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ; /6:27 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט די כּרובֿים אין דעם אינעװײניקסטן הױז. און מע האָט געמאַכט די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים אױסגעשפּרײט, און דער פֿליגל פֿון אײנעם האָט אָנגערירט אײן װאַנט, און דער פֿליגל פֿון צװײטן כּרובֿ האָט אָנגערירט די צװײטע װאַנט; און זײערע פֿליגלען האָבן זיך אָנגערירט אין מיטן הױז אַ פֿליגל אָן אַ פֿליגל. /6:28 און ער האָט איבערגעצױגן די כּרובֿים מיט גאָלד. /6:29 און אַלע װענט פֿון דעם הױז רונד אַרום, האָט ער אױסגעשניצט מיט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, פֿון אינעװײניק און אױסנװײניק. /6:30 און דעם דיל פֿון הױז האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד, אינעװײניק און אױסנװײניק. /6:31 און פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דבֿיר האָט ער געמאַכט טירן פֿון אײלבױמהאָלץ; דער טירגעשטעל מיט די בײַשטידלעך איז אױסגעקומען פֿינפֿעקעכדיק. /6:32 און אױף די צװײ טירן פֿון אײלבױמהאָלץ האָט ער אױסגעשניצט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, און איבערגעצױגן מיט גאָלד; און ער האָט אױסגעקלאַפּט דאָס גאָלד אױף די כּרובֿים און אױף די טײטלבײמער. /6:33 און דעס גלײַכן האָט ער געמאַכט פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון הֵיכל, בײַשטידלעך פֿון אײלבױמהאָלץ, פֿירעקעכדיק; /6:34 און צװײ טירן פֿון ציפּרעסנהאָלץ; די צװײ פֿליגלען פֿון אײן טיר האָבן זיך צונױפֿגעלײגט, און די צװײ פֿליגלען פֿון דער אַנדער טיר האָבן זיך צונױפֿגעלײגט. /6:35 און ער האָט אױסגעשניצט כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, און האָט איבערגעצױגן מיט גאָלד אַרױפֿגעפּאַסט אױפֿן אײַנגעשניצטן. /6:36 און ער האָט געבױט דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון דרײַ צײַלן געהאַקטע שטײנער, און אַ צײַל געדעקטע באַלקנס. /6:37 אין פֿירטן יאָר איז געלײגט געװאָרן דער גרונטפֿעסט פֿון גאָטס הױז, אין מאָנאַט זיו. /6:38 און אין עלפֿטן יאָר, אין מאָנאַט בול–דאָס איז דער אַכטער חודש–איז געענדיקט געװאָרן דאָס הױז אין אַלע זײַנע טײלן, און לױט אַלץ װי עס האָט באַדאַרפֿט צו זײַן. און ער האָט עס געבױט זיבן יאָר. /7:1 און אין זײַן אײגן הױז האָט שלמה געבױט דרײַצן יאָר, ביז ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן גאַנץ הױז. /7:2 און ער האָט געבױט דאָס הױז פֿון לבֿנון-װאַלד. הונדערט אײלן זײַן לענג, און פֿופֿציק אײלן זײַן ברײט, און דרײַסיק אײלן זײַן הײך, אױף פֿיר צײַלן צעדערזײַלן, מיט צעדערבאַלקנס אױף די זײַלן. /7:3 און עס איז געװען באַדעקט מיט צעדערהאָלץ פֿון אױבן, איבער די זײַטקאַמערן װאָס אױף די פֿינף און פֿערציק זײַלן, פֿופֿצן אין אַ צײַל. /7:4 און באַלקנס זײַנען געװען דרײַ צײַלן; און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דרײַ מאָל. /7:5 און אַלע טירן מיט די בײַשטידלעך זײַנען געװען פֿירעקעכדיק אין געשטעל; און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דרײַ מאָל. /7:6 און דאָס פֿאָדערהױז פֿון זײַלן האָט ער געמאַכט: פֿופֿציק אײלן זײַן לענג, און דרײַסיק אײלן זײַן ברײט, מיט אַ פֿירהױז פֿאַר זײ, מיט זײַלן און אַ באַלקנדעכל פֿאַר זײ. /7:7 און ער האָט געמאַכט דאָס פֿאָדערהױז פֿון טראָן װאָס ער זאָל דאָרטן משפּטן, דאָס פֿאָדערהױז פֿון משפּט: און עס איז געװען באַדעקט מיט צעדערהאָלץ פֿון באָדעם ביז באָדעם. /7:8 און זײַן הױז װאָס ער איז דאָרטן געזעסן, אין אַן אַנדער הױף, אינעװײניק-צו פֿון פֿאָדערהױז, איז געװען פֿון דער אײגענער אַרבעט. ער האָט אױך געמאַכט אַ הױז פֿאַר פּרעהס טאָכטער װאָס שלמה האָט גענומען, אַזױ װי דאָס דאָזיקע פֿאָדערהױז. /7:9 דאָס אַלץ איז געװען פֿון טײַערע שטײנער, לױט די מאָסן פֿון געהאַקטע שטײנער, אַרומגעזעגט  מיט אַ זעג פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװעניק; און פֿון גרונטפֿעסט ביז געזימס, און דרױסן ביזן גרױסן הױף. /7:10 און עס איז געװען געגרונטפֿעסט מיט טײַערע שטײנער, גרױסע שטײנער, שטײנער פֿון צען אײלן, און שטײנער פֿון אַכט אײלן. /7:11 און פֿון אױבן זײַנען געװען טײַערע שטײנער, לױט די מאָסן פֿון געהאַקטע שטײנער, און צעדערהאָלץ. /7:12 און דער גרױסער הױף רונד אַרום איז געװען פֿון דרײַ צײַלן געהאַקטע שטײנער, און אַ צײַל צעדערבאַלקנס: דעס גלײַכן פֿאַר דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון גאָטס הױז, און פֿאַר דעם פּאָליש פֿון הױז. /7:13 און דער מלך שלמה האָט געשיקט און האָט גענומען חירָמען פֿון צור. /7:14 ער איז געװען דער זון פֿון אַ פֿרױ, אַן אלמנה, פֿון שבֿט נפֿתּלי, און זײַן פֿאָטער איז געװען אַ מאַן פֿון צור, אַ קופּערשמיד; און ער איז געװען פֿול מיט חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט און קענשאַפֿט צו מאַכן אַלערלײ אַרבעט אין קופּער, און ער איז געקומען צום מלך שלמה, און האָט געמאַכט זײַן גאַנצע אַרבעט. /7:15 און ער האָט אױסגעפֿורעמט די צװײ זײַלן פֿון קופּער; אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל, און אַ פֿאָדים פֿון צװעלף אײלן האָט [אים] אַרומגערינגלט; [און אַזױ] דער צװײטער זײַל. /7:16 און צװײ קרױנען האָט ער געמאַכט אַרױפֿצוטאָן אױף די קעפּ פֿון די זײַלן, אױסגעגאָסן פֿון קופּער; פֿינף אײלן די הײך פֿון אײן קרױן, און פֿינף אײלן די הײך פֿון דער צװײטער קרױן: /7:17 מיט נעצן פֿון פֿלעכטאַרבעט, שנורן פֿון געקײטלטער אַרבעט,  פֿאַר די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; זיבן פֿאַר אײן קרױן, און זיבן פֿאַר דער צװײטער קרױן. /7:18 אַזױ האָט ער געמאַכט די זײַלן; און צװײ צײַלן רונד אַרום אױף אײן נעץ צו באַדעקן די קרױנען װאָס אױבן איבער די מילגרױמען;  און אַזױ האָט ער געמאַכט פֿאַר דער צװײטער קרױן. /7:19 און די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן אין דעם פּאָליש זײַנען געװען פֿון ליליענאַרבעט, פֿיר אײלן. /7:20 און די קרױנען אױף די צװײ זײַלן זײַנען אױך געװען פֿון אױבן אַקעגן דעם בױך װאָס צו דער זײַט פֿון דער נעץ. און די מילגרױמען זײַנען געװען צװײ הונדערט, אין צײַלן רונד אַרום אױף דער צװײטער קרױן. /7:21 און ער האָט אױפֿגעשטעלט די זײַלן בײַם פּאָליש פֿון הֵיכל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם רעכטן זײַל, און גערופֿן זײַן נאָמען יָכין; און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם לינקן זײַל, און גערופֿן זײַן נאָמען בוֹעַז. /7:22 און אױף די קעפּ פֿון די זײַלן איז געװען ליליענאַרבעט. אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די אַרבעט פֿון די זײַלן. /7:23 און ער האָט געמאַכט דעם ים, אַ געגאָסענעם, צען אײלן פֿון ראַנד צו ראַנד, קײַלעכדיק רונד אַרום, און פֿינף אײלן זײַן הײך; און אַ שנור פֿון דרײַסיק אײלן האָט אים אַרומגערינגלט רונד אַרום. /7:24 און אונטער זײַן ראַנד רונד אַרום האָבן אים אַרומגערינגלט קנעפּ צען אײלן, אַרומצירקלענדיק דעם ים רונד אַרום; אין צװײ צײַלן זײַנען געװען די קנעפּ, אױסגעגאָסן אין אײן גוס מיט אים. /7:25 ער  איז געשטאַנען אױף צװעלף רינדער; דרײַ געקערט צו צפֿון, און דרײַ געקערט צו מערבֿ, און דרײַ געקערט צו דָרום, און דרײַ געקערט צו מזרח. און דער ים איז געװען איבער זײ פֿון אױבן. און אַלע זײערע הינטערלײַבער זײַנען געװען אינעװײניק-צו. /7:26 און זײַן גרעב איז געװען אַ האַנטברײט; און זײַן ראַנד איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון דעם ראַנד פֿון אַ בעכער, װי אַ ליליענבלום. צװײ טױזנט בת האָט ער געהאַלטן. /7:27 און ער האָט געמאַכט די צען געשטעלן פֿון קופּער; פֿיר אײלן איז געװען די לענג פֿון איטלעכן געשטעל, און פֿיר אײלן זײַן ברײט, און דרײַ אײלן זײַן הײך. /7:28 און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון די געשטעלן; זײ האָבן געהאַט ראַמען, און די ראַמען זײַנען געװען צװישן לײַסטן. /7:29 און אױף די ראַמען װאָס צװישן די לײַסטן זײַנען געװען לײבן, רינדער, און כּרובֿים; און אַזױ איז געװען אױף די לײַסטן פֿון אױבן; און אונטער די לײבן און די רינדער זײַנען געװען קרענץ פֿון אַראָפּגעהאַנגענער אַרבעט. /7:30 און פֿיר קופּערנע רעדער זײַנען געװען צו איטלעכן געשטעל, און קופּערנע אַקסן; און זײַנע פֿיר װינקלען–צו זײ זײַנען געװען אַקסלען; אונטער דעם האַנטפֿאַס זײַנען די אַקסלען געװען אױסגעגאָסן, מיט קרענץ בײַ דער זײַט פֿון איטלעכן. /7:31 און זײַן עפֿענונג אינעװײניק אין דער קרױן און איבער איר איז געװען אַן אײל די הײך; און איר עפֿענונג איז געװען קײַלעכדיק, װי די אַרבעט פֿון אַ פֿוסגעשטעל, אַן אײל און אַ האַלב; און אױך אױף איר עפֿענונג זײַנען געװען אױסקריצונגען; און זײערע ראַמען זײַנען געװען פֿירעקעכדיק, ניט רונד. /7:32 און די פֿיר רעדער זײַנען געװען אונטער די ראַמען, און די אַקסן פֿון די רעדער זײַנען געװען אין דעם געשטעל; און די הײך פֿון אַ ראָד איז געװען אַן אײל און אַ האַלבע אײל. /7:33 און די אַרבעט פֿון די רעדער איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון אַ ראָד פֿון אַ װאָגן; זײערע אַקסן, און זײערע רײפֿן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע אַקסרעדלעך, אַלץ איז געװען געגאָסן. /7:34 און פֿיר אַקסלען זײַנען געװען צו די פֿיר װינקלען פֿון איטלעכן געשטעל; פֿון געשטעל גופֿא זײַנען געװען זײַנע אַקסלען. /7:35 און אױבן אין געשטעל איז געװען קײַלעכדיק רונד אַרום אַ האַלבע אײל די הײך. און אױבן אױפֿן געשטעל זײַנע הענטלעך און זײַנע ראַמען זײַנען געװען פֿון אים גופֿא. 36 און ער האָט אױסגעקריצט אױף די פֿלעכן פֿון זײַנע הענטלעך, און אױף זײַנע לײַסטן, כּרובֿים, לײבן, און טײטלבײמער, װי נאָך דעם בלײז פֿון איטלעכן, און קרענץ רונד אַרום. /7:37 אַזױ האָט ער געמאַכט די צען געשטעלן; אײן גוס, אײן מאָס, אײן שניט, פֿאַר זײ אַלעמען. /7:38 און ער האָט געמאַכט צען האַנטפֿאַסן פֿון קופּער; פֿערציק בת האָט געהאַלטן איטלעכער האַנטפֿאַס; אײן האַנטפֿאַס אױף איטלעכן געשטעל פֿון די צען געשטעלן. /7:39 און ער האָט אַװעקגעשטעלט די געשטעלן, פֿינף אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז, און פֿינף אױף דער לינקער זײַט פֿון הױז. און דעם ים האָט ער אַװעקגעשטעלט אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז צו מזרח, אַקעגן דָרום. /7:40 און חירָם האָט געמאַכט די טעפּ און די שופֿלען און די שפּרענגבעקנס. און חירָם האָט געענדיקט מאַכן די גאַנצע אַרבעט װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר דעם מלך שלמה אין גאָטס הױז: /7:41 די צװײ זײַלן, און די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און די צװײ נעצן צו באַדעקן די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; /7:42 און די פֿיר הונדערט מילגרױמען פֿאַר די צװײ נעצן, צװײ צײַלן מילגרױמען פֿאַר איטלעכער נעץ, צו באַדעקן די צװײ קײַלעכדיקע קרױנען װאָס איבער די זײַלן; /7:43 און די צען געשטעלן, און די צען האַנטפֿאַסן אױף די געשטעלן; /7:44 און דעם אײן ים, און די צװעלף רינדער אונטער דעם ים; /7:45 און די טעפּ און די שופֿלען און די שפּרענגבעקנס. און אַלע די דאָזיקע כּלים װאָס חירָם האָט געמאַכט פֿאַר דעם מלך שלמה אין גאָטס הױז זײַנען געװען פֿון באַלקן קופּער. /7:46 אין דער געגנט פֿון ירדן האָט זײ דער מלך אױסגעגאָסן, אין געדיכטער ערד, צװישן סוכּות  און צװישן צָרתן.  /7:47 און שלמה האָט געלאָזט די אַלע כּלים [ניט געװױגן], פֿון זײער גרױס פֿילקײט; ניט צו באַרעכענען איז געװען די װאָג פֿון דעם קופּער.  /7:48 און שלמה האָט געמאַכט אַלע כּלים װאָס אין גאָטס הױז: דעם גילדערנעם מזבח, און דעם טיש װאָס אױף אים איז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט, פֿון גאָלד. /7:49 און די מנורות, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט, פֿאַר דעם דבֿיר, פֿון עכטן גאָלד; און די בלומען, און די רערלעך, און די צװענגלעך, פֿון גאָלד; /7:50 און די בעקנס, און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און די פֿײַערפֿאַנען, פֿון עכטן גאָלד; און די געלענקן פֿאַר די טירן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױז, פֿאַר דעם קדשֵי-קָדשים, און פֿאַר די טירן פֿון דעם הױז, פֿאַר דעם הֵיכל, פֿון גאָלד. /7:51 און די גאַנצע אַרבעט װאָס דער מלך שלמה האָט געמאַכט אין גאָטס הױז, איז געענדיקט געװאָרן. און שלמה האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די כּלים, און אַרײַנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון גאָטס הױז. /8:1 דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון ישׂראל, און אַלע הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צו מלך שלמה קײן ירושלים, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון גאָטס בונד פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיון.  /8:2 און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך שלמה אױף יום-טובֿ, אים מאָנאַט אֵתָנים, דאָס איז דער זיבעטער חודש. /8:3 און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל זײַנען געקומען, און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון. /8:4 זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און דעם אהל-מועד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט–די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. /8:5 און דער מלך שלמה און מיט אים די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען בײַ אים, זײַנען געװען פֿאַר דעם אָרון, שלאַכטנדיק שאָף און רינדער, װאָס האָבן ניט געקענט געצײלט װערן און ניט באַטראַכט װערן פֿון פֿילקײט. /8:6 און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָטס בונד אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים. /8:7 װאָרום די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט די פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן געשירעמט איבער דעם אָרון און איבער זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. /8:8 און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען זײַנען געזען געװאָרן פֿון הײליקטום פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען ניט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /8:9 גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ שטײנערנע לוחות װאָס משה האָט אַהין אַרײַנגעלײגט אין חורבֿ, בעת {dn גאָט} האָט געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון ישׂראל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מצרים. /8:10 און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום, אַזױ האָט אַ װאָלקן אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /8:11 און די כּהנים האָבן ניט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרום די פּראַכט פֿון {dn גאָט} האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /8:12 דענצמאָל האָט שלמה געזאָגט: {dn גאָט} האָט געזאָגט אין װאָלקן צו רוען; /8:13 האָב איך בױען געבױט דיר אַ הױז פֿאַר אַ װױנונג, אַן אָרט דיר צו זיצן אױף אײביק. /8:14 און דער מלך האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און האָט געבענטשט די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל איז געשטאַנען. /8:15 און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט מיט זײַן מױל גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, און מיט זײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ צו זאָגן:  פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אַרױסגעצױגן מײַן פֿאָלק, ישׂראל, פֿון מצרים, האָב איך ניט אױסדערװײלט קײן שטאָט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל אױף צו בױען אַ הױז אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן, אָבער איך האָב אױסדערװײלט דָוִדן צו זײַן איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל. /8:17 און עס איז געװען אין האַרצן פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /8:18 אָבער {dn גאָט} האָט געזאָגט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן: אַזױ װי דו האָסט געהאַט אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, האָסטו גוט געטאָן װאָס דו האָסט דאָס געהאַט אין האַרצן. /8:19 אָבער ניט דו װעסט בױען דאָס הױז, נײַערט דײַן זון װאָס גײט אַרױס פֿון דײַנע לענדן, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען. /8:20 און {dn גאָט} האָט מקיים געװען זײַן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט, און איך בין אױפֿגעשטאַנען אױף מײַן פֿאָטער דָוִדס אָרט, און איך האָב זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל, אַזױ װי {dn גאָט} האָט געזאָגט, און איך האָב געבױט דאָס הױז צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /8:21 און איך האָב דאָרטן געמאַכט אַן אָרט פֿאַר דעם אָרון, װאָס דאָרטן איז דער בונד פֿון {dn גאָט}, װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אונדזערע עלטערן, װען ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרים. /8:22 און שלמה האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם מזבח פֿון {dn גאָט}, אַקעגן דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און האָט אױסגעשפּטרײט זײַנע הענט צום הימל. /8:23 און ער האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, ניטאָ אין הימל אױבן אָדער אױף דער ערד אונטן אַ {dn גאָט} װי דו, װאָס היטסט דעם בונד און די גענאָד צו דײַנע קנעכט װאָס גײען פֿאַר דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן; /8:24 װאָס האָסט געהיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס װאָס דו האָסט אים צוגעזאָגט; און מיט דײַן מױל האָסטו גערעדט, און מיט דײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /8:25 און אַצונד, {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, האַלט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס װאָרט דו האָסט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר אַ מאַן צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל, אױב נאָר דײַנע קינדער װעלן היטן זײער װעג, צו גײן פֿאַר מיר אַזױ װי דו ביסט געגאַנגען פֿאַר מיר. /8:26 און אַצונד, {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זאָל, איך בעט דיך, באַװערט װערן דײַן צוזאָג װאָס דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן. /8:27 װאָרום קען אין דער אמתן {dn גאָט} װױנען אױף דער ערד? אַז די הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען דיך ניט אַרײַננעמען, הײַנט װי שױן דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געבױט! /8:28 אָבער קער זיך צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו זײַן בקשה, {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, צוצוהערן צו דעם געשרײ און צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט איז מתפּלל פֿאַר דיר הײַנט. אַז דײַנע אױגן זאָלן זײַן אָפֿן אױף דעם דאָזיקן הױז נאַכט און טאָג, אױף דעם אָרט, װאָס דו האָסט געזאָגט: מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן; צוצוהערן צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט. /8:30 און זאָלסט צוהערן צו דער בקשה פֿון דײַן קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט; און דו זאָלסט הערן אין דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, אין הימל, און אַז דו װעסט הערן, זאָלסטו פֿאַרגעבן. /8:31 אַז אַ מאַן װעט זינדיקן קעגן זײַן חבֿר, און מע װעט אַרױפֿלײגן אױף אים אַ שבֿועה אים צו באַשװערן, און ער װעט קומען און שװערן פֿאַר דײַן מזבח אין דעם דאָזיקן הױז, /8:32 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און טאָן, און משפּטן דײַנע קנעכט, צו מאַכן שולדיק דעם שולדיקן, צו געבן דעם װעג אױף זײַן קאָפּ; און צו מאַכן גערעכט דעם גערעכטן, אים צו געבן לױט זײַן גערעכטיקײט. /8:33 און דײַן פֿאָלק ישׂראל װעט געשלאָגן װערן פֿאַרן פֿײַנט, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען,  און װעלן מתפּלל זײַן און בעטן צו דיר אין דעם דאָזיקן הױז, /8:34 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, און זאָלסט זײ אומקערן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן. /8:35 אַז דער הימל װעט זײַן פֿאַרשלאָסן, און עס װעט ניט זײַן קײן רעגן,  װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר,  און זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען, און זיך אומקערן פֿון זײער זינד, װען דו האָסט זײ געפּײַניקט, /8:36 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און פֿאַרגעבען די זינד פֿון דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק ישׂראל, װען דו װעסט זײ האָבן געװיזן דעם גוטן װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן; און זאָלסט געבן רעגן אױף דײַן לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן דײַן פֿאָלק פֿאַר אַ נחלה. /8:37 אַז עס װעט זײַן אַ הונגער אין לאַנד, אַז עס װעט זײַן אַ מגפֿה, אַז עס װעט זײַן אַ קאָרנבראַנד, אַ װעלקעניש, אַ הײשעריק, אַ גראָזפֿרעסער; אַז זײַן פֿײַנט װעט אים באַלעגערן אין דעם לאַנד פֿון זײַנע שטעט; װאָס נאָר פֿאַר אַ פּלאָג, װאָס נאָר פֿאַר אַ קראַנקשאַפֿט; /8:38 װאָס נאָר פֿאַר אַ תּפֿילה, װאָס נאָר פֿאַר אַ בקשה, עס װעט זײַן בײַ עמיצן אײנעם פֿון דײַן גאַנצן פֿאָלק ישׂראל, װען איטלעכער פֿון זײ שפּירט די פּלאָגעניש פֿון זײַן האַרצן, און ער שפּרײט אױס זײַנע הענט צו דעם דאָזיקן הױז, /8:39 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט פֿאַרגעבן, און זאָלסט טאָן, און געבן איטלעכן לױט אַלע זײַנע װעגן, אַזױ װי דו װײסט זײַן האַרץ–װאָרום דו אַלײן װײסט דאָס האַרץ פֿון אַלע מענטשנקינדער– /8:40 כּדי זײ זאָלן מורא האָבן פֿאַר דיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן. /8:41 און אױך צו דעם פֿרעמדן װאָס ער איז ניט פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, אַז ער װעט קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד פֿון װעגן דײַן נאָמען– /8:42 װאָרום זײ װעלן הערן פֿון דײַן גרױסן נאָמען, און פֿון דײַן שטאַרקער האַנט, און פֿון דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם–און ער װעט קומען און װעט מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן הױז, /8:43 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט טאָן אַלץ אום װאָס דער פֿרעמדער װעט רופֿן צו דיר; כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן דערקענען דײַן נאָמען, מורא צו האָבן פֿאַר דיר, אַזױ װי דײַן פֿאָלק ישׂראל, און װיסן אַז דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף דעם דאָזיקן הױז װאָס איך האָב געבױט. /8:44 אַז דײַן פֿאָלק װעט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן זײַן פֿײַנט, אױף װאָסער װעג דו װעסט זײ שיקן, און זײ װעלן מתפּלל זײַן צו {dn גאָט} אַקעגן דער שטאָט װאָס דו האָסט זי אױסדערװײלט,  און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, /8:45 זאָלסטו צוהערן אין הימל זײער תּפֿילה און זײער בקשה, און טאָן זײער רעכט. /8:46 אַז זײ װעלן זינדיקן צו דיר–און דו װעסט צוהערן אױף זײ, און זײ איבערגעבן פֿאַרן פֿײַנט, און זײערע פֿאַנגערס װעלן זײ נעמען געפֿאַנגען אין לאַנד פֿון דעם פֿײַנט, װײַט אָדער נאָנט; /8:47 און זײ װעלן זיך נעמען צו האַרצן אין דעם לאַנד װאָס זײ זײַנען גענומען געװאָרן געפֿאַנגען אַהין, און זײ װעלן תּשובֿה טאָן, און װעלן בעטן צו דיר אין לאַנד פֿון זײערע פֿאַנגערס, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן געזינדקט און פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן; /8:48 און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן, און מיט זײער גאַנצער זעל, אין לאַנד פֿון זײערע פֿײַנט װאָס האָבן זײ געפֿאַנגען, און זײ װעלן מתפּלל זײַן צו דיר אַקעגן זײער לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן, דער שטאָט װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, /8:49 זאָלסטו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, זײער תּפֿילה און זײער בקשה, און טאָן זײער רעכט; /8:50 און זאָלסט פֿאַרגעבן דײַן פֿאָלק װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און אַלע זײערע פֿאַרברעכן װאָס זײ האָבן פֿאַרבראָכן קעגן דיר; און זאָלסט זײ געבן דערבאַרימונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, אַז זײ זאָלן זיך דערבאַרימען אױף זײ; /8:51 װאָרום זײ זײַנען דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מצרים, פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן. /8:52 דײַנע אױגן זאָלן זײַן אָפֿן צו דעם געבעט פֿון דײַן קנעכט, און צו דעם געבעט פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, זײ צוצוהערן װען נאָר זײ רופֿן צו דיר. /8:53 װאָרום דו האָסט זײ אָפּגעשײדט דיר צום אַרב פֿון אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, אַזױ װי דו האָסט גערעדט דורך דײַן קנעכט משהן װען דו האָסט אַרױסגעצױגן אונדזערע עלטערן פֿון מצרים, {dn גאָט דו האַר}. /8:54 און עס איז געװען, װי שלמה האָט געענדיקט מתפּלל זו זײַן צו {dn גאָט} די דאָזיקע גאַנצע תּפֿילה און בקשה, איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַרן מזבח פֿון {dn גאָט}, פֿון קניִען אױף זײַנע קני, מיט זײַנע הענט אױסגעשפּרײט צום הימל, /8:55 און ער האָט זיך געשטעלט, און האָט געבענטשט די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל אױף אַ הױכן קָול, אַזױ צו זאָגן: /8:56 געלױבט איז {dn גאָט} װאָס האָט געגעבן זײַן פֿאָלק ישׂראל רו, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט צוגעזאָגט. ניט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אַל זײַן גוטן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט דורך דײַן קנעכט משהן. /8:57 זאָל {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} זײַן מיט אונדז, אַזױ װי ער איז געװען מיט אונדזערע עלטערן; ער זאָל אונדז ניט פֿאַרלאָזן און ניט אַװעקװאַרפֿן; /8:58 כּדי צו נײַגן אונדזער האַרץ צו אים, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן. /8:59 און זאָלן די דאָזיקע װערטער מײַנע װאָס איך האָב געבעטן פֿאַר {dn גאָט}, זײַן נאָנט צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט} טאָג און נאַכט, צו טאָן דאָס רעכט פֿון זײַן קנעכט, און דאָס רעכט פֿון זײַן פֿאָלק ישׂראל, טאָג אין טאָג; /8:60 כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן אַז {dn יהוה} איז {dn גאָט}; מער איז ניטאָ; /8:61 און זאָל אײַער האַרץ זײַן גאַנץ מיט {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, צו גײן אין זײַנע געזעצן און צו היטן זײַנע געבאָט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. /8:62 און דער מלך און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}. /8:63 און שלמה האָט געשלאַכט פֿאַרן פֿרידאָפּפֿער װאָס ער האָט געשלאַכט צו {dn גאָט}, צװײ און צװאַנציק טױזנט רינדער, און הונדערט און צװאַנציק טױזנט שאָף. און דער מלך און אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן באַנײַט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /8:64 אין יענעם טאָג האָט דער מלך געהײליקט דעם מיטן פֿון דעם הױף װאָס פֿאַר גאָטס הױז; װײַל ער האָט דאָרטן געמאַכט די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער; װאָרום דער קופּערנער מזבח װאָס פֿאַר {dn גאָט} איז געװען צו קלײן אַרױפֿצונעמען די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער. /8:65 און שלמה האָט געמאַכט דעם יום-טובֿ אין יענער צײַט, און גאַנץ ישׂראל מיט אים–אַ גרױסע אײַנזאַמלונג, פֿון װוּ מע קומט קײן חַמת ביז דעם טײַך פֿון מצרים–פֿאַר {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, זיבן טעג און זיבן טעג, פֿערצן טעג. /8:66 אױפֿן אַכטן טאָג האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געבענטשט דעם מלך, און זײַנען געגאַנגען צו זײערע געצעלטן פֿרײלעכע און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער אַלעם גוטן װאָס {dn גאָט} האָט געטאָן צו זײַן קנעכט דָוִדן, און צו זײַן פֿאָלק ישׂראל.  /9:1 און עס איז געװען, אַז שלמה האָט געענדיקט בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און דאָס הױז פֿון מלך, און יעטװעדער געלוסט פֿון שלמהן װאָס ער האָט געװאָלט מאַכן, /9:2 האָט זיך {dn גאָט} באַװיזן צו שלמהן אַ צװײט מאָל, אַזױ װי ער האָט זיך באַװיזן צו אים אין גבֿעון. /9:3 און {dn גאָט} האָט צו אים געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דײַן תּפֿילה און דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿאַר מיר: איך האָב געהײליקט דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו האָסט געבױט, צו טאָן מײַן נאָמען דאָרטן אױף אײביק; און מײנע אױגן און מײַן האַרץ װעלן דאָרטן זײַן אַלע טעג. /9:4 און דו, אױב דו װעסט גײן פֿאַר מיר אַזױ װי דײַן פֿאָטער דוד איז געגאַנגען, מיט גאַנצקײט פֿון האַרצן און מיט רעכטפֿאַרטיקײט, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן–אַז דו װעסט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, /9:5 װעל איך אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון דײַן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק; אַזױ װי איך האָב גערעדט צו דײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון ישׂראל. /9:6 אױב אָבער אָפּקערן װעט איר זיך אָפּקערן פֿון הינטער מיר, איר און אײַערע קינדער, און װעט ניט היטן מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע געטער, און זיך בוקן צו זײ, /9:7 װעל איך פֿאַרשנײַדן ישׂראל פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, און דאָס הױז װאָס איך האָב געהײליקט צו מײַן נאָמען, װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון מײַן פּנים, און ישׂראל װעט װערן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט און פֿאַר אַ געשפּעט צװישן אַלע פֿעלקער. /9:8 און דאָס דאָזיקע הױז װאָס האָט געלאָזט זײַן דערהױבן, װעט איטלעכער װאָס גײט אים פֿאַרבײַ זיך דערשרעקן, און װעט שמוצערן; און אַז זײ װעלן זאָגן: פֿאַר װאָס האָט {dn גאָט} געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן לאַנד און צו דעם דאָזיקן הױז? /9:9 װעט מען זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, װאָס האָט אַרױסגעצױגן זײערע עלטערן פֿון לאַנד מצרים, און זײ האָבן זיך געהאַלטן אָן פֿרעמדע געטער, און זיך געבוקט צו זײ און זײ געדינט; דרום האָט {dn יהוה} געבראַכט אױף זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז. /9:10 און עס איז געװען צום סָוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט געבױט די בײדע הײַזער, דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און דאָס הױז פֿון מלך–/9:11 חירָם דער מלך פֿון צור האָט באַזאָרגט שלמהן מיט צעדערהאָלץ און מיט ציפּרעסנהאָלץ און מיט גאָלד לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג–האָט דענצמאָל דער מלך שלמה געגעבן חירָמען צװאַנציק שטעט אין לאַנד גליל. /9:12 און חירָם איז אַרױסגעקומען פֿון צור אָנצוקוקן די שטעט װאָס שלמה האָט אים געגעבן, און זײ זײַנען ניט װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן. /9:13 און ער האָט געזאָגט װאָס זײַנען דאָס פֿאַר שטעט װאָס דו האָסט מיר געגעבן, מײַן ברודער? און מע רופֿט זײ לאַנד כָּבֿול ביז אױף הײנטיקן טאָג. /9:14 און חירָם האָט געשיקט דעם מלך הונדערט און צװאַנציק צענטנער גאָלד. 15  און דאָס איז די מעשׂה מיט דעם צינדז װאָס דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען, כּדי צו בױען דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און זײַן הױז, און דעם מלוא, און די מױער פֿון ירושלים, און חצור, און מגִדו, און גזר: /9:16 פּרעה דער מלך פֿון מצרים איז אַרױפֿגעגאַנגען, און האָט באַצװוּנגען גזר, און האָט זי פֿאַרברענט אין פֿײַער, און דעם כּנַעַני װאָס איז געזעסן אין דער שטאָט, האָט ער אױסגעהרגעט, און ער האָט זי געגעבן אין נדן צו זײַן טאָכטער, שלמהס װײַב. /9:17 און שלמה האָט אָפּגעבױט גזר, און די אונטערשטע בֵית-חוֹרון, /9:18 און בַעַלת, און תַּדמור אין מדבר, אין לאַנד, /9:19 און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס שלמה האָט געהאַט, און די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און די שטעט פֿאַר רײַטער, און די געלוסטן װאָס שלמה האָט געלוסט צו בױען אין ירושלים, און אױפֿן לבֿנון, און אין גאַנצן לאַנד פֿון זײַן ממשלה. /9:20 דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז איבערגעבליבן פֿון דעם אמורי, דעם חִתּי, דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס זײַנען ניט געװען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל-, זײערע קינדער װאָס זײַנען געבליבן נאָך זײ אין לאַנד, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ ניט געקענט פֿאַרטיליקן, זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /9:22 אָבער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט שלמה ניט געמאַכט קײן קנעכט; נאָר זײ זײַנען געװען די מלחמה-לײַט, און זײַנע דינער, און זײַנע האַרן, און זײַנע הױפּטלײַט, און די האַרן איבער זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער. /9:23 דאָס זײַנען געװען די אױבערגעשטעלטע װאָס איבער שלמהס אַרבעט: פֿינף הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט. /9:24 װאָס נאָר פּרעהס טאָכטער איז אַרױף פֿון דָוִדס-שטאָט אין איר הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט, האָט ער דענצמאָל געבױט דעם מלוא. /9:25 און שלמה פֿלעגט אױפֿברענגען דרײַ מאָל אין יאָר בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געבױט צו {dn גאָט}, און רײכערן דערבײַ [אױף דעם מזבח] װאָס פֿאַר {dn גאָט}. אַזױ האָט ער פֿאַרענדיקט דאָס הױז. /9:26 אױך שיפֿן האָט געמאַכט דער מלך שלמה אין עֶציון-גֶבֿר װאָס בײַ אֵלות אױפֿן ברעג פֿון ים-סוף, אין לאַנד אדום. 27 און חירָם האָט געשיקט מיט די שיפֿן זײַנע קנעכט, שיפֿלײַט װאָס קענען דעם ים, מיט שלמהס קנעכט. /9:28 און זײ זײַנען געקומען קײן אוֹפֿיר, און האָבן געקריגן פֿון דאָרטן גאָלד, פֿיר הונדערט און צװאַנציק צענטנער, און געבראַכט צום מלך שלמה. /10:1 און די מלכּה פֿון שבֿא האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן, פֿון װעגן דעם נאָמען פֿון {dn גאָט}, און זי איז געקומען אים צו פּרוּװן מיט רעטענישן. /10:2 און זי איז געקומען קײן ירושלים מיט זײער אַ גרױסער מחנה,  קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד זײער פֿיל, און טײַער געשטײן. און זי איז געקומען צו שלמהן, און האָט גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען בײַ איר אין האַרצן. /10:3 און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן; ניט געװען אַ זאַך פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך, װאָס ער זאָל איר ניט זאָגן. /10:4 און די מלכּה פֿון שבֿא האָט געזען די גאַנצע חכמה פֿון שלמהן, און דאָס הױז װאָס ער האָט געבױט, /10:5 און דאָס עסן פֿון זײַן טיש, און דאָס זיצן פֿון זײַנע הױפֿדינער, און דאָס שטײן פֿון זײַנע משרתים מיט זײערע מלבושים, און זײַנע טראַנקמײַסטערס, און זײַן בראַנדאָפּפֿער װאָס ער פֿלעגט אױפֿברענגען אין גאָטס הױז, און אין איר איז מער אַן אָטעם ניט געבליבן. /10:6 און זי האָט געזאָגט צום מלך: אמת איז געװען דאָס גערײד װאָס איך האָב געהערט אין מײַן לאַנד װעגן דײַנע פֿירונגען און װעגן דײַן חכמה. /10:7 און איך האָב ניט געגלױבט די װערטער, ביז װאַנען איך בין געקומען, און מײַנע אױגן האָבן געזען; ערשט מיר איז אַ העלפֿט ניט דערצײלט געװאָרן. שטײַגסט אַריבער אין חכמה און גוטס די הערונג װאָס איך האָב געהערט. /10:8 װױל צו דײַנע לײַט, װױל צו די דאָזיקע קנעכט דײַנע װאָס שטײען פֿאַר דיר תּמיד, װאָס הערן דײַן חכמה. /10:9 געלױבט זאָל זײַן {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} װאָס האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿצוזעצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל. װײַל {dn יהוה} האָט אײביק ליב ישׂראל, דרום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט.  /10:10 און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַצניק צענטנער גאָלד, און בשׂמים זײער פֿיל, און טײַער געשטײן; קײן מאָל װידער איז ניט אַרײַנגעקומען אַזױ פֿיל װי יענע בשׂמים װאָס די מלכּה פֿון שבֿא האָט געגעבן צו שלמה המלך.  /10:11 און אױך די שיפֿן פֿון חירָמען װאָס האָבן געפֿירט גאָלד פֿון אוֹפֿיר, האָבן געבראַכט פֿון אוֹפֿיר סאַנדאַלהאָלץ זײער פֿיל און טײַער געשטײן. /10:12 און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ געלענדערס פֿאַר דעם הױז פֿון {dn גאָט}, און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך, און האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; אַזעלכע סאַנדאַלהאָלץ איז ניט אַרײַנגעקומען און ניט געזען געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /10:13 און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿא אַל איר באַגער װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט, אחוץ װאָס ער האָט איר געגעבן לױט דער ברײטער האַנט פֿון שלמה המלך. און זי האָט זיך אומגעקערט, און איז אַװעקגעגאַנגען צו איר לאַנד, זי און אירע קנעכט.  /10:14 און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַרײַנגעקומען בײַ שלמהן אין אײן יאָר, איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער גאָלד; /10:15 אחוץ פֿון די לײַט די אַרומפֿאָרער און פֿון דעם מסחר פֿון די האַנדלסלײַט, און פֿון אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער, און פֿון די לאַנדפֿירשטן. /10:16 און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן פּאַנצער. /10:17 און דרײַ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דרײַ מָנֶה גאָלד איז אַװעק אױף אײן שילד. און דער מלך האָט זײ אַרײַנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבֿנון-װאַלד.  /10:18 און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן פֿון עלפֿנבײן, און האָט אים איבערגעצױגן מיט גינגאָלד. /10:19 זעקס טרעפּ זײַנען געװען צום טראָן, און אַ קײַלעכדיקער קאָפּ איז געװען איבער דעם טראָן פֿון הינטן; און הענטלעך זײַנען געװען אױף בײדע זײַטן פֿון דעם אָרט צום זיצן, און צװײ לײבן זײַנען געשטאַנען בײַ די הענטלעך. /10:20 און צװעלף לײבן זײַנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. אַזױ-װאָס איז ניט געמאַכט געװאָרן אין קײן קיניגרײַך. /10:21 און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך זײַנען געװען פֿון גאָלד, און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבֿנון-װאַלד זײַנען געװען פֿון עכטן גאָלד; קײן זילבער; דאָס האָט אין די טעג פֿון שלמהן זיך גערעכנט פֿאַר גאָרנישט. /10:22 װאָרום דער מלך האָט געהאַט תַּרְשִיש-שיפֿן אױפֿן ים מיט די שיפֿן פֿון חירָמען. אײן מאָל אין דרײַ יאָר פֿלעגן די תַּרְשִיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער, עלפֿנבײן, און מאַלפּעס, און פּאַװעס.  /10:23 און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד אין עושר און אין חכמה. /10:24 און די גאַנצע װעלט האָט געזוכט שלמהס פּנים, כּדי צו הערן זײַן חכמה װאָס {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן. /10:25 און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַן מתּנה, זילבערנע כּלים, און גילדערנע כּלים, און קלײדער, און װאַפֿן, און בשׂמים, פֿערד און מױלאײזלען, יאָר אין יאָר.  /10:26 און שלמה האָט אָנגעזאַמלט רײַטװעגן און רײַטער; און ער האָט געהאַט טױזנט  און פֿירהונדערט רײַטװעגן, און צװעלפֿטױזנט רײַטער; און ער האָט זײ אַהינגעטאָן אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושלים. /10:27 און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושלים אַזױ װי שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט. /10:28 און דער אַרױסקום פֿון די פֿערד װאָס שלמה האָט געהאַט, איז געװען פֿון מצרים און פֿון קוֵה; די סָוחרים פֿון מלך פֿלעגן זײ קריגן פֿון קוֵה פֿאַר געצאָלט. /10:29 און אַ רײַטװאָגן איז אַרױפֿגעקומען און אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים פֿאַר זעקס הונדערט זילבערשטיק, און אַ פֿערד פֿאַר הונדערט און פֿופֿציק; און דעס גלײַכן פֿאַר אַלע מלכים פֿון די חִתּים, און פֿאַר די מלכים פֿון ארם, פֿלעגט מען אַרױסברענגען דורך זײער האַנט. /11:1 און שלמה המלך האָט ליב געהאַט פֿיל פֿרעמדגעבאָרענע װײַבער, אחוץ פּרעהס טאָכטער: מואָבֿישע, עמונישע, אדומישע, צידונישע, חִתּישע; /11:2 פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל: איר זאָלט ניט קומען צװישן זײ און זײ זאָלן ניט קומען צװישן אײַך; זײ װעלן זיכער אָפּנײַגן אײַער האַרץ נאָך זײערע געטער. אָן זײ האָט שלמה זיך באַהעפֿט אין ליבשאַפֿט. /11:3 און ער האָט געהאַט זיבן הונדערט װײַבער האַרינטעס, און דרײַ הונדערט קעפּסװײַבער, און זײַנע װײַבער האָבן אָפּגענײַגט זײַן האַרץ. /11:4 און עס איז געװען צו דער צײַט פֿון שלמהס עלטער, האָבן זײַנע װײַבער אָפּגענײַגט זײַן האַרץ נאָך פֿרעמדע געטער, און זײַן האַרץ איז ניט געװען גאַנץ מיט {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}, אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן. און שלמה איז געגאַנגען נאָך  עשתּוֹרות דער געטין פֿון די צידונים, און נאָך מִלכּום, דער אומװערדיקײט פֿון די עמונים. /11:6 און שלמה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און ער איז ניט געגאַנגען אין גאַנצן נאָך {dn גאָט}, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד. /11:7 דענצמאָל האָט שלמה געבױט אַ בָמָה צו כּמוש, דער אומװערדיקײט פֿון מואָבֿ, אױף דעם באַרג װאָס פֿאַר ירושלים, און צו מוֹלֶך, דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עמון. /11:8 און אַזױ האָט ער געטאָן מיט אַלע זײַנע פֿרעמדע װײַבער, װאָס האָבן גערײכערט און געשלאַכט צו זײערע געטער. /11:9 האָט {dn גאָט} געצערנט אױף שלמהן, װײַל זײַן האַרץ האָט זיך אָפּגענײַגט פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים צװײ מאָל, /11:10 און האָט אים באַפֿױלן װעגן דער דאָזיקער זאַך, ניט צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער; און ער האָט ניט געהיט װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן. /11:11 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו שלמהן: װײַל דאָס איז געװען אין דיר, און דו האָסט ניט געהיט מײַן בונד, און מײַנע געזעצן װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, װעל איך אַװעקרײַסן די מלוכה פֿון דיר, און װעל זי אַװעקגעבן צו דײַנעם אַ קנעכט. /11:12 אָבער אין דײַנע טעג װעל איך דאָס ניט טאָן, פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדס װעגן; פֿון דײַן זונס האַנט װעל איך זי אַװעקרײַסן. /11:13 נאָר די גאַנצע מלוכה װעל איך ניט אַװעקרײַסן; אײן שבֿט װעל איך געבן צו דײַן זון, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושלים װאָס איך האָב אױסדערװײלט. /11:14 און {dn גאָט} האָט אױפֿגעשטעלט אַ שׂטן אױף שלמהן, הַדַד דעם אַדוֹמי. ער איז געװען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם אין אדום. /11:15 און עס איז געװען, װען דוד איז געװען אין אדום, בעת יוֹאָבֿ דער חיל-פֿירער איז אַרױפֿגעגאַנגען באַגראָבן די געטײטע, און האָט געשלאָגן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום–װאָרום זעקס חדשים איז דאָרטן געבליבן יוֹאָבֿ און גאַנץ ישׂראל, ביז ער האָט פֿאַרשניטן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום–/11:17 איז הַדַד אַנטלאָפֿן, ער און עטלעכע אדומים פֿון זײַן פֿאָטערס קנעכט מיט אים, כּדי צו גײן קײן מצרים; און הַדַד איז געװען אַ קלײן ייִנגל. /11:18 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון מדין, און זײ זײַנען געקומען קײן פּאָרָן, און זײ האָבן מיטגענומען מיט זיך מענטשן פֿון פּאָרָן, און זײַנען געקומען קײן מצרים צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרים. און ער האָט אים געגעבן אַ הױז, און האָט אָנגעזאָגט פֿאַר אים שפּײַז, און אים געגעבן לאַנד. /11:19 און הַדַד האָט געפֿונען גרױס חן אין די אױגן פֿון פּרעהן, און ער האָט אים געגעבן פֿאַר אַ װײַב די שװעסטער פֿון זײַן װײַב, די שװעסטער פֿון דער מלכּה תַּחפּניס. /11:20 און די שװעסטער פֿון תַּחפּניסן האָט אים געבאָרן זײַן זון גנוּבֿתן, און תַּחפּניס האָט אים אַנטװײנט אין פּרעהס הױז. און גנוּבֿת איז געװען אין פּרעהס הױז צװישן די קינדער פֿון פּרעהן. /11:21 און װי הַדַד האָט געהערט אין מצרים אַז דוד האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און אַז יוֹאָבֿ דער חיל-פֿירער איז טױט, אַזױ האָט הַדַד געזאָגט צו פּרעהן: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן אין מײַן לאַנד. /11:22 האָט פּרעה צו אים געזאָגט: אָבער װאָס פֿעלט דיר בײַ מיר, אַז אָט װילסטו גײן אין דײַן לאַנד? האָט ער געזאָגט: גאָרנישט; אָבער אַװעקלאָזן מוזטו מיך אַװעקלאָזן. 23  אױך האָט {dn גאָט} אױפֿעגשטעלט אױף אים אַ שׂטן, רזוֹן דעם זון פֿון אֶליָדָען, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַר, הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה. /11:24 און ער האָט אױפֿגעקליבן אַרום זיך מענטשן, און ער איז געװאָרן דער הױפּטמאַן פֿון אַ באַנדע, בעת דוד האָט געהרגעט די [מענטשן פֿון צוֹבֿה]. און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען קײן דמשׂק, און האָבן זיך אין איר באַזעצט, און האָבן געקיניגט אין דמשׂק. /11:25 און ער איז געװען אַ שׂטן צו ישׂראל אַלע טעג פֿון שלמהן, אחוץ דאָס בײז װאָס הַדַד [האָט אָנגעטאָן]. און ער האָט פֿײַנט געהאַט ישׂראל. און ער האָט געקיניגט איבער ארם. /11:26 און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבֿטן, אַן אֶפֿרַיִמער פֿון צרֵדה, שלמהס אַ קנעכט, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צרוּעָה, אַ פֿרױ אַן אלמנה, האָט אױך אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך. /11:27 און דאָס איז די מעשׂה װי אַזױ ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך:  שלמה האָט געבױט דעם מלוא; ער האָט פֿאַרמױערט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָטערס דוד שטאָט. /11:28 און דער מאַן יָרָבֿעָם איז געװען אַ העלדישער גִבור, און שלמה האָט געזען דעם יונג אַז ער איז אַן אַרבעטטוער, און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער דער גאַנצער לאַסטאַרבעט פֿון דעם הױז פֿון יוסף.  /11:29 און עס איז געװען אין יענער צײַט, װען יָרָבֿעָם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים. האָט אים אָנגעטראָפֿן אױפֿן װעג דער נבֿיא אַחִיה פֿון שילו; און ער איז געװען אײַנגעדעקט אין אַ נײַעם מאַנטל, און בלױז זײ בײדע זײַנען געװען אין פֿעלד. /11:30 האָט אַחִיה אָנגענומען דעם נײַעם מאַנטל װאָס אױף אים, און האָט אים צעריסן אױף צװעלף שטיקער. /11:31 און ער האָט געזאָגט צו יָרָבֿעָמען: נעם דיר צען שטיקער, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל : זע, איך רײַס אַװעק די מלוכה פֿון שלמהס האַנט, און װעל דיר געבן צען שבֿטים –/11:32 און אײן שבֿט זאָל אים בלײַבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושלים, דער שטאָט װאָס איך האָב זי אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל –/11:33 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן זיך געבוקט צו עשתּוֹרות דער געטין פֿון די צידונים, צו כָּמוש דעם {dn גאָט} פֿון מואָבֿ, און צו מִלכּום דעם {dn גאָט} פֿון די קינדער פֿון עמון, און זײ זײַנען ניט געגאַנגען אין מײַנע װעגן, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, און מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד. /11:34 אָבער איך װעל ניט אַװעקנעמען די גאַנצע מלוכה פֿון זײַן האַנט, נײערט איך װעל אים לאָזן זײַן אַ פֿירשט אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, װאָס איך האָב אים אױסדערװײלט, װײַל ער האָט געהיט מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן. /11:35 אָבער איך װעל אַװעקנעמען די מלוכה פֿון דער האַנט פֿון זײַן זון, און װעל זי אָפּגעבן צו דיר – די צען שבֿטים. /11:36 און זײַן זון װעל איך געבן אײן שבֿט, כּדי אַ ליכט זאָל בלײַבן מײַן קנעכט דָוִדן אַלע טעג פֿאַר מיר אין ירושלים, דער שטאָט װאָס איך האָב מיר אױסדערװײלט צו טאָן מײַן נאָמען דאָרטן. /11:37 און דיך װעל איך נעמען, און װעסט קיניגן װי װײַט דײַן האַרץ געלוסט, און װעסט זײַן אַ מלך איבער ישׂראל. /11:38 און עס װעט זײַן, אױב דו װעסט צוהערן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן און װעסט גײן אין מײַנע װעגן, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט, אַזױ װי מײַן קנעכט דוד האָט געטאָן, װעל איך זײַן מיט דיר, און װעל דיר בױען אַ זיכער הױז, אַזױ װי איך האָב געבױט דָוִדן, און איך װעל געבן ישׂראל צו דיר. /11:39 און איך װעל פּײַניקן דעם זאָמען פֿון דָוִדן פֿון װעגן דעם, אָבער ניט אױף אַלע טעג. /11:40 און שלמה האָט געזוכט צו טײטן יָרָבֿעָמען. איז יָרָבֿעָם אױפֿגעשטאַנען און איז אַנטלאָפֿן קײן מצרים צו שישַק דעם מלך פֿון מצרים; און ער איז געװען אין מצרים ביז שלמהס טױט. /11:41 און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן חכמה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די געשעענישן פֿון שלמהן. /11:42 און די טעג װאָס שלמה האָט געקיניגט אין ירושלים איבער גאַנץ ישׂראל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר. /11:43 און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס שטאָט, און זײַן זון רחַבֿעם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /12:1 און רחַבֿעם איז געגאַנגען קײן שכם, װײַל קײן שכם איז געקומען גאַנץ ישׂראל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. /12:2 און עס איז געװען, װי יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבֿטן האָט דערהערט – װאָרום ער איז נאָך געװען אין מצרים, װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון מלך שלמה; און יָרָבֿעָם איז געגאַנגען אין מצרים, /12:3 און מע האָט געשיקט און אים גערופֿן – אַזױ איז געקומען יָרָבֿעָם און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און זײ האָבן גערעדט צו רחַבֿעמען, אַזױ צו זאָגן: /12:4 דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, און אַצונד פֿאַרגרינגער דו דעם האַרטן דינסט פֿון דײַן פֿאָטער, און זײַן שװער יאָך, װאָס ער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז, און מיר װעלן דיר דינען. /12:5 האָט ער צו זײ געזאָגט: גײט אַװעק אױף נאָך דרײַ טעג, און קומט װידער צו מיר. איז דאָס פֿאָלק אַװעקגעגאַנגען. /12:6 האָט דער מלך רחַבֿעם זיך געעֵצֶהט מיט די זקנים װאָס פֿלעגן שטײן פֿאַר זײַן פֿאָטער שלמהן, װען ער האָט געלעבט, אַזױ צו זאָגן: װי עצהט איר מיר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? /12:7 האָבן זײ צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב דו װעסט הײַנט זײַן אַ קנעכט צו דעם דאָזיקן פֿאָלק, און װעסט זײ דינען, און װעסט זײ ענטפֿערן און רעדן צו זײ גוטע רײד, װעלן זײ דיר זײַן קנעכט אױף אַלע טעג. /12:8 אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעֵצֶהט, און ער האָט זיך געעֵצֶהט מיט די יונגעלײַט װאָס זײַנען אױסגעװאַקסן מיט אים, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים. /12:9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עצהט איר, מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָבן צו מיר גערעדט אַזױ צו זאָגן: פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס דײַן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז? /12:10 האָבן צו אים גערעדט די יונגעלײַט װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק װאָס האָבן צו דיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, דרום פֿאַרגרינגער דו אונדז – אַזױ זאָלסטו רעדן צו זײ: מײַן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מײַן פֿאָטערס לענדן. /12:11 און אַצונד, מײַן פֿאָטער האָט אױף אײַך אַרױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך װעל אײַך שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען. /12:12 איז געקומען יָרָבֿעָם און דאָס גאַנצע פֿאָלק צו רחַבֿעמען אױף דריטן טאָג, אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן, אַזױ צו זאָגן: קומט װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג. /12:13 און דער מלך האָט געענטפֿערט דעם פֿאָלק האַרט, און ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה, פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעֵצֶהט. /12:14 און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די עצה פֿון די יונגעלײַט, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אײַער יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך װעל אײַך שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען. /12:15 און דער מלך האָט ניט צוגעהערט צום פֿאָלק, װאָרום דאָס איז געװען באַשערט פֿון {dn גאָט}, כּדי מקיים צו זײַן זײַן װאָרט, װאָס {dn גאָט} האָט גערעדט דורך אַחִיהן פֿון שילו צו יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן.  /12:16 און װי גאַנץ ישׂראל האָט געזען, אַז דער מלך האָט ניט צוגעהערט צו זײ, אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געגעבן דעם מלך אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן ניט קײן חלק אין דָוִדן, און קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשַין. צו דײַנע געצעלטן, ישׂראל !אַצונד קוק זיך אום אױף דײַן הױז, דוד! און ישׂראל איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַנע געצעלטן. /12:17 נאָר די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהוּדה, איבער זײ איז געבליבן קיניגן רחַבֿעם. /12:18 און דער מלך רחַבֿעם האָט אַרױסגעשיקט אַדוֹרמען װאָס איבער דעם צינדז, און גאַנץ ישׂראל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן, און דער מלך רחַבֿעם האָט זיך געאײַלט אַרױפֿצוגײן אױף זײַן רײַטװאָגן, צו אַנטלױפֿן קײן ירושלים. /12:19 און ישׂראל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דוד ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /12:20 און עס איז געװען, װי גאַנץ ישׂראל האָט געהערט, אַז יָרָבֿעָם האָט זיך אומגעקערט, אַזױ האָבן זײ געשיקט און אים גערופֿן צו דער אײַנזאַמלונג, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ ישׂראל. קײנער איז ניט געבליבן הינטער דעם הױז פֿון דוד, אחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן. /12:21 און רחַבֿעם איז געקומען קײן ירושלים, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוּדה, און שבֿט בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט דעם הױז פֿון ישׂראל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחַבֿעם דעם זון פֿון שלמהן. /12:22 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו שמַעיה דעם געטלעכן מאַן, אַזױ צו זאָגן: /12:23 זאָג צו רחַבֿעם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהוּדה, און צו דעם גאַנצן הױז פֿון יהוּדה און בנימין, און דעם איבעריקן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: /12:24 אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט אײַער ברידער, די קינדער פֿון ישׂראל. קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרום פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צוריק, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /12:25 און יָרָבֿעָם האָט אַרומגעבױט שכם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און האָט זיך אין איר באַזעצט. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט אַרומגעבױט פּנואל. /12:26 און יָרָבֿעָם האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אַצונד װעט די מלוכה זיך אומקערן צו דעם הױז פֿון דוד. /12:27 אױב דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער אין דעם הױז פֿון {dn גאָט} אין ירושלים, װעט דאָס האַרץ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זיך אומקערן צו זײער האַר, צו רחַבֿעם דעם מלך פֿון יהוּדה, און זײ װעלן מיך הרגענען, און װעלן זיך אומקערן צו רחַבֿעם דעם מלך פֿון יהוּדה. /12:28 האָט דער מלך זיך באַקלערט, און האָט געמאַכט צװײ גילדערנע קעלבער; און ער האָט צו זײ געזאָגט: גענוג אײַך אַרױפֿגײן קײן ירושלים! אָט זײַנען דײַנע געטער, ישׂראל, װאָס האָבן דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים. /12:29 און ער האָט אײנס אַװעקגעשטעלט אין בֵית-אֵל, און אײנס האָט ער אַװעקגעשטעלט אין דָן. /12:30 און די דאָזיקע זאַך איז געװאָרן פֿאַר אַ זינד; און דאָס פֿאָלק איז געגאַנגען צו אײנעם ביז קײן דָן. /12:31 און ער האָט געמאַכט הײַזער פֿון בָמות, און האָט געמאַכט כּהנים פֿון צװישן דעם פֿאָלק װאָס זײַנען ניט געװען פֿון די קינדער פֿון לֵוי. /12:32 און יָרָבֿעָם האָט געמאַכט אַ יום-טובֿ אין אַכטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש, אַזױ װי דער יום-טובֿ װאָס אין יהוּדה, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן מזבח. אַזױ האָט ער געטאָן אין בֵית-אֵל, כּדי צו שלאַכטן צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט; און ער האָט געשטעלט אין בֵית-אֵל די כּהנים פֿון די בָמות װאָס ער האָט געמאַכט. /12:33 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געמאַכט אין בֵית-אֵל, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון אַכטן חודש, אין דעם חודש װאָס ער האָט אױסגעקלערט פֿון זײַן האַרצן; און ער האָט געמאַכט אַ יום-טובֿ בײַ די קינדער פֿון ישׂראל, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן מזבח צו דעמפֿן. /13:1 ערשט אַ געטלעכער מאַן איז אָנגעקומען פֿון יהוּדה דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט} קײן בֵית-אֵל, װען יָרָבֿעָם איז געשטאַנען אױפֿן מזבח צו דעמפֿן. /13:2 און ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: מזבח! מזבח! אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט:זע, אַ זון װערט געבאָרן דעם הױז פֿון דוד –             יֹאשִיָהו װעט זײַן נאָמען זײַן, און ער װעט שעכטן אױף דירדי כּהנים פֿון די בָמות װאָס דעמפֿן אױף דיר;און בײנער פֿון מענטשן װעט מען פֿאַרברענען אױף דיר. /13:3 און ער האָט געגעבן אין יענעם טאָג אַ צײכן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער צײכן װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט: זע, דער מזבח װערט צעריסן, און די אַש װאָס אױף אים װעט זיך אױסשיטן. /13:4 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט דאָס װאָרט פֿון דעם געטלעכן מאַן װאָס ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח אין בֵית-אֵל, אַזױ האָט יָרָבֿעָם אױסגעשטרעקט זײַן האַנט פֿון מזבח, אַזױ צו זאָגן: כאַפּט אים. און זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אױף אים, איז אײַנגעדאַרט געװאָרן, און ער האָט זי ניט געקענט אומקערן צו זיך. /13:5 און דער מזבח איז צעריסן געװאָרן, און די אַש האָט זיך אױסגעשאָטן פֿון מזבח, אַזױ װי דער צײכן װאָס דער געטלעכער מאַן האָט געגעבן דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}. /13:6 האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צום געטלעכן מאַן: בעט אַקאָרשט בײַ {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, און זײַ מתפּלל פֿאַר מיר, אַז מײַן האַנט זאָל זיך אומקערן צו מיר. האָט דער געטלעכער מאַן געבעטן בײַ {dn גאָט}, און די האַנט פֿון דעם מלך האָט זיך אומגעקערט, און איז געװאָרן אַזױ װי פֿריִער. /13:7 האָט דער מלך געזאָגט צום געטלעכן מאַן: קום מיט מיר אַהײם, און דערקװיק זיך, און איך װעל דיר געבן אַ מתּנה. /13:8 האָט דער געטלעכער מאַן געזאָגט צום מלך: װען דו זאָלסט מיר געבן אַ האַלב הױז דײַנס, װעל איך ניט גײן מיט דיר, און װעל ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער אין דעם דאָזיקן אָרט. /13:9 װאָרום אַזױ האָט מען מיר באַפֿױלן דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער, און זאָלסט זיך ניט אומקערן אױף דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען. /13:10 און ער איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַן אַנדער װעג, און האָט זיך ניט אומגעקערט מיט דעם װעג װאָס ער איז אױף אים געקומען קײן בֵית-אֵל. /13:11 און אײנער אַן אַלטער נבֿיא איז געזעסן אין בֵית-אֵל; איז געקומען אײנער פֿון זײַנע זין, און האָט אים דערצײלט די גאַנצע טוּונג װאָס דער געטלעכער מאַן האָט געטאָן דעם טאָג אין בֵית-אֵל, און די װערטער װאָס ער האָט גערעדט צום מלך. און װי זײ האָבן עס דערצײלט זײער פֿאָטער, /13:12 אַזױ האָט זײער פֿאָטער צו זײ געזאָגט: װאָסער װעג איז ער געגאַנגען? און זײַנע זין האָבן געזען דעם װעג װאָס דער געטלעכער מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, איז געגאַנגען. /13:13 האָט ער געזאָגט צו זײַנע זין: זאָטלט מיר אָן דעם אײזל. האָבן זײ אים אָנגעזאָטלט דעם אײזל, און ער איז אַװעקגעריטן אױף אים. /13:14 און ער איז געגאַנגען נאָך דעם געטלעכן מאַן, און האָט אים געפֿונען זיצנדיק אונטער אַן אײכנבױם, און ער האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו דער געטלעכער מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה? האָט ער געזאָגט: איך. /13:15 האָט ער צו אים געזאָגט: קום מיט מיר אַהײם, און עס ברױט. /13:16 האָט ער צו אים געזאָגט: איך קען זיך ניט אומקערן מיט דיר און קומען צו דיר, און איך װעל ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער בײַ דיר אין דעם דאָזיקן אָרט. /13:17 װאָרום אַן אָנזאָג האָב איך דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}: זאָלסט ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען דאָרטן קײן װאַסער, און זאָלסט זיך ניט אומקערן צו גײן מיט דעם װעג װאָס דו ביסט אױף אים געגאַנגען. /13:18 האָט ער צו אים געזאָגט: איך בין אױך אַ נבֿיא אַזױ װי דו, און אַ מלאך האָט גערעדט צו מיר דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: קער אים אום מיט דיר אין דײַן הױז, און ער זאָל עסן ברױט און טרינקען װאַסער. ליגן האָט ער אים געזאָגט. /13:19 האָט ער זיך אומגעקערט מיט אים, און ער האָט געגעסן ברױט אין זײַן הױז, און געטרונקען װאַסער. /13:20 און עס איז געװען, װי זײַן זיצן בײַם טיש, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו דעם נבֿיא װאָס האָט אים אומגעקערט. /13:21 און ער האָט אױסגערופֿן צו דעם געטלעכן מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: װײַל דו האָסט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, און האָסט ניט געהיט דעם באַפֿעל װאָס {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} האָט דיר באַפֿױלן, /13:22 און האָסט זיך אומגעקערט, און געגעסן ברױט און געטרונקען װאַסער אין דעם אָרט װאָס ער האָט דיר אָנגעזאָגט: זאָלסט ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער – װעט דײַן טױטער לײַב ניט קומען צו דעם קבֿר פֿון דײַנע עלטערן. /13:23 און עס איז געװען, נאָך דעם װי ער האָט געגעסן ברױט, און נאָך דעם װי ער האָט געטרונקען, האָט ער אָנגעזאָטלט דעם אײזל פֿאַר אים – פֿאַר דעם נבֿיא װאָס ער האָט אים אומגעקערט. /13:24 און ער איז אַװעקגעגאַנגען, און אַ לײב האָט אים אָנגעטראָפֿן אין װעג, און האָט אים געטײט; און זײַן לײַב איז געלעגן אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דער אײזל איז געשטאַנען לעבן אים; אױך דער לײב איז געשטאַנען לעבן דעם טױטן לײַב. /13:25 ערשט מענטשן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, און האָבן געזען דעם טױטן לײַב אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דעם לײב שטײענדיק לעבן דעם טױטן לײַב; זײַנען זײ געקומען און האָבן דערצײלט אין דער שטאָט װאָס דער אַלטער נבֿיא איז אין איר געזעסן. /13:26 האָט דערהערט דער נבֿיא װאָס האָט אים אומגעקערט פֿון װעג, און ער האָט געזאָגט: דאָס איז דער געטלעכער מאַן װאָס האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט אים איבערגעגעבן צום לײב, און ער האָט אים צעריסן און אים געטײט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט צו אים גערעדט. /13:27 און ער האָט געהײסן זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: זאָטלט מיר אָן דעם אײזל. האָבן זײ אָנגעזאָטלט. /13:28 און ער איז געגאַנגען און האָט געפֿונען דעם טױטן לײַב אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דער אײזל און דער לײב שטײען לעבן דעם טױטן לײַב. ניט דער לײב האָט געגעסן דעם טױטן לײַב, און ניט ער האָט צעריסן דעם אײזל. /13:29 האָט דער נבֿיא אױפֿגעהױבן דעם טױטן לײַב פֿון דעם געטלעכן מאַן, און האָט אים אַרױפֿגעלײגט אױפֿן אײזל, און האָט אים צוריקגעפֿירט; און ער איז געקומען אין דער שטאָט פֿון דעם אַלטן נבֿיא, צו באַקלאָגן און אים צו באַגראָבן. /13:30 און ער האָט געלײגט זײַן טױטן לײַב אין זײַן אײגענעם קבֿר, און מע האָט געקלאָגט אױף אים: װײ, מײַן ברודער! /13:31 און עס איז געװען נאָך דעם אַז ער האָט אים באַגראָבן האָט ער אָנגעזאָגט זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַז איך שטאַרב, זאָלט איר מיך באַגראָבן אין דעם קבֿר װאָס דער געטלעכער מאַן איז אין אים באַגראָבן; לעבן זײַנע בײנער לײגט מײַנע בײנער. /13:32 װאָרום געשען װעט געשען דאָס װאָרט װאָס ער האָט אױסגערופֿן דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט} איבער דעם מזבח װאָס אין בֵית-אֵל, און איבער אַלע הײַזער פֿון די בָמות װאָס אין די שטעט פֿון שומרון. /13:33 נאָך דער דאָזיקער געשעעניש האָט זיך יָרָבֿעָם ניט אָפּגעקערט פֿון זײַן שלעכטן װעג, און ער האָט װידער געמאַכט פֿון צװישן פֿאָלק כּהנים פֿון בָמות. װער עס האָט געװאָלט פֿלעגט ער דערפֿילן זײַן האַנט, ער זאָל װערן פֿון די כּהנים פֿון די בָמות. /13:34 און דורך דער דאָזיקער זאַך איז געװען אַ זינד אױף דעם הױז פֿון יָרָבֿעָם; כּדי עס אױסצוראָטן און פֿאַרטיליקן פֿון געזיכט פֿון דער ערד. /14:1 אין יענער צײַט איז קראַנק געװאָרן אַבֿיָה דער זון פֿון יָרָבֿעָמען. /14:2 האָט יָרָבֿעָם געזאָגט צו זײַן װײַב: שטײ אױף, איך בעט דיך, און פֿאַרשטעל זיך, מע זאָל ניט דערקענען אַז דו ביסט יָרָבֿעָמס װײַב, און זאָלסט גײן קײן שילו. זע, דאָרטן איז אַחִיה דער נבֿיא, דער װאָס האָט געזאָגט אױף מיר, אַז איך װעל װערן אַ מלך איבער דעם דאָזיקן פֿאָלק. /14:3 און זאָלסט נעמען מיט דיר צען ברױטן, און קיכלעך, און אַ קרוג האָניק, און קומען צו אים; ער װעט דיר זאָגן װאָס װעט זײַן מיטן ייִנגל. /14:4 האָט יָרָבֿעָמס װײַב אַזױ געטאָן, און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן שילו, און זי איז געקומען אין אַחִיהס הױז; און אַחִיה האָט ניט געקענט זען, װאָרום זײַנע אױגן זײַנען געװען שטאַר פֿאַר זײַן זִקנה. /14:5 אָבער {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט אַחִיהן: זע, יָרָבֿעָמס װײַב קומט פֿרעגן בײַ דיר אַ באַשײד װעגן איר זון, װאָרום ער איז קראַנק; זאָלסטו אַזױ און אַזױ רעדן צו איר. און עס װעט זײַן, אַז זי קומט, װעט זי זיך שטעלן פֿרעמד. /14:6 און עס איז געװען, װי אַחִיה האָט געהערט דעם שאָרך פֿון אירע פֿיס, װען זי איז אַרײַנגעקומען אין טיר, אַזױ האָט ער געזאָגט: קום אַרײַן, יָרָבֿעָמס װײַב, נאָך װאָס דען שטעלסטו זיך פֿרעמד, אַז איך בין געשיקט צו דיר מיט אַ שװערער בשׂורה? /14:7 גײ זאָג צו יָרָבֿעָמען: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: װײַל איך האָב דיך דערהױבן פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל; /14:8 און איך האָב אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דעם הױז פֿון דוד, און האָב זי דיר געגעבן; און דו ביסט ניט געװען אַזױ װי מײַן קנעכט דוד, װאָס האָט געהיט מײַנע געבאָט, און װאָס איז געגאַנגען נאָך מיר מיט זײַן גאַנצן האַרצן, צו טאָן נאָר װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן; /14:9 און האָסט געטאָן ערגער װי אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, און ביסט געגאַנגען און האָסט דיר געמאַכט פֿרעמדע געטער, און געגאָסענע געצן, מיך צו דערצערענען, און מיך האָסטו אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקן –/14:10 דרום זע, איך ברענג אָן אומגליק אױף יָרָבֿעָמס הױז, און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון יָרָבֿעָמען יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, קינד און קײט, צװישן ישׂראל, און װעל אױסראַמען יָרָבֿעָמס הױז אַזױ װי מע ראַמט אױס קױט, ביז עס װעט פֿאַרלענדט װערן. /14:11 דעם װאָס שטאַרבט פֿון יָרָבֿעָמען אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן; װאָרום {dn גאָט} האָט גערעדט. /14:12 און דו שטײ אױף, גײ אַהײם; װי דײַנע פֿיס קומען אין שטאָט, אַזױ װעט דאָס קינד שטאַרבן. /14:13 און גאַנץ ישׂראל װעלן אים באַקלאָגן, און װעלן אים באַגראָבן; װאָרום בלױז דער דאָזיקער פֿון יָרָבֿעָמען װעט קומען צו קבֿורה, װײַל אין אים איז געפֿונען געװאָרן עפּעס גוטס אַקעגן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אין יָרָבֿעָמס הױז. /14:14 און {dn גאָט} װעט זיך אױפֿשטעלן אַ מלך איבער ישׂראל, װאָס װעט פֿאַרשנײַדן יָרָבֿעָמס הױז יענעם טאָג. אָבער אַפֿילו דענצמאָל איז װאָס? /14:15 װאָרום {dn גאָט} װעט שלאָגן ישׂראל, אַזױ װי אַ ראָר װערט געטרײסלט אין װאַסער, און ער װעט אױסרײַסן ישׂראל פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס ער האָט געגעבן זײערע עלטערן, און ער װעט זײ צעשפּרײטן פֿון יענער זײַט טײַך, פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט זײערע געצנבײמער, דערצערענענדיק {dn גאָט}. /14:16 און ער װעט איבערגעבן ישׂראל פֿון װעגן די זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געזינדיקט, און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /14:17 און יָרָבֿעָמס װײַב איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעקגעגאַנגען און געקומען קײן תִּרצָה; װי זי איז געקומען אױף דעם שװעל פֿון הױז, אַזױ איז דאָס ייִנגל געשטאָרבן. /14:18 און גאַנץ ישׂראל האָבן אים באַגראָבן, און אים באַקלאָגט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אַחִיה דעם נבֿיא. /14:19 און די איבעריקע זאַכן װעגן יָרָבֿעָמען, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, און װי ער האָט געקיניגט, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל . /14:20 און די טעג װאָס יָרָבֿעָם האָט געקיניגט, זײַנען געװען צװײ און צװאַנציק יאָר, און ער האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון נָדבֿ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /14:21 און רחַבֿעם דער זון פֿון שלמהן האָט געקיניגט אין יהוּדה. אײן און פֿערציק יאָר איז רחַבֿעם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים, דער שטאָט װאָס {dn גאָט} האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים אין ישׂראל, צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעַמָה די עמונית. /14:22 און יהוּדה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און זײ האָבן אים דערצערנט מער װי אַלץ װאָס זײערע עלטערן האָבן געטאָן, מיט זײערע זינד װאָס זײ האָבן געזינדיקט. /14:23 און זײ אױך האָבן זיך געבױט בָמות, און זײַלשטײנער, און געצנבײמער, אױף יעטװעדער הױכן בערגל, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. /14:24 און אױך שאַנדמענער זײַנען געװען אין לאַנד. זײ האָבן געטאָן אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /14:25 און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון מלך רחַבֿעם איז שישַק דער מלך פֿון מצרים אַרױסגעקומען אױף ירושלים. /14:26 און ער האָט צוגענומען די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; אַלץ האָט ער צוגענומען. און ער האָט צוגענומען אַלע גילדערנע שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט. /14:27 און דער מלך רחַבֿעם האָט געמאַכט אָנשטאָט זײ קופּערנע שילדן, און האָט זײ געגעבן אױף דער האַנט פֿון די הױפּטלײַט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז. /14:28 און עס איז געװען, װען נאָר דער מלך פֿלעגט קומען אין גאָטס הױז, פֿלעגן די לױפֿערס זײ אַרױסטראָגן; דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס. /14:29 און די איבעריקע זאַכן װעגן רחַבֿעמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /14:30 און אַ מלחמה איז געװען צװישן רחַבֿעמען און צװישן יָרָבֿעָמען אַלע טעג. /14:31 און רחַבֿעם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעַמָה די עמונית. און זײַן זון אַבֿיָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:1 און אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, איז אַבֿיָם געװאָרן מלך איבער יהוּדה. /15:2 דרײַ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מעכה די טאָכטער פֿון אַבֿישָלומען. /15:3 און ער איז געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר אים, און זײַן האַרץ איז ניט געװען גאַנץ מיט {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן 4. אָבער פֿון דָוִדס װעגן האָט אים {dn יהוה} זײַן {dn גאָט} געשאָנקן אַ ליכט אין ירושלים, אױפֿצושטעלן זײַן זון נאָך אים, און אױפֿצוהאַלטן ירושלים. /15:5 װײַל דוד האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון אַלץ װאָס ער האָט אים באַפֿױלן, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, אחוץ אין דער מעשׂה מיט אוּרִיה דעם חִתּי. /15:6 און אַ מלחמה איז געװען צװישן רחַבֿעמען און צװישן יָרָבֿעָמען אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. /15:7 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבֿיָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבֿיָמען און צװישן יָרָבֿעָמען. /15:8 און אַבֿיָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:9 און אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל, איז אָסאָ געװאָרן מלך איבער יהוּדה. /15:10 און אײן און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מעכה די טאָכטער פֿון אַבֿישָלומען. /15:11 און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד. /15:12 און ער האָט אָפּגעשאַפֿט פֿון לאַנד די שאַנדמענער, און האָט אָפּגעטאָן אַלע אָפּגעטער װאָס זײַנע עלטערן האָבן געמאַכט. /15:13 און אױך זײַן מוטער מעכהן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרינטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרון. /15:14 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; אָבער דאָס האַרץ פֿון אָסאָן איז געװען גאַנץ מיט {dn גאָט} אַלע זײַנע טעג. /15:15 און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון {dn גאָט}, זילבער, און גאָלד, און כּלים. /15:16 און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן בַעשא דעם מלך פֿון ישׂראל אַלע זײערע טעג. /15:17 און בַעשא דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און האָט געבױט רמה, כּדי ניט צו דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַרײַנגײער בײַ אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה. /15:18 האָט אָסאָ גענומען דאָס גאַנצע זילבער און גאָלד װאָס איז געבליבן אין די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז, און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט; און דער מלך אָסאָ האָט זײ געשיקט צו בֶן-הַדַד דעם זון פֿון טַבֿרִמון דעם זון פֿון חֶזיונען, דעם מלך פֿון ארם, װאָס איז געזעסן אין דמשׂק, אַזױ צו זאָגן: /15:19 אַ בונד איז צװישן מיר און צװישן דיר, צװישן מײַן פֿאָטער און צװישן דײַן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר אַ מתּנה זילבער, און גאָלד; גײ, פֿאַרשטער דײַן בונד מיט בַעשא דעם מלך פֿון ישׂראל, כּדי ער זאָל אָפּציִען פֿון מיר. /15:20 האָט בֶן-הַדַד צוגעהערט צום מלך אָסאָ, און ער האָט געשיקט זײַנע חיל-פֿירער אױף די שטעט פֿון ישׂראל, און האָט געשלאָגן עִיון, און דָן, און אָבֿל-בית-מעכָה, און גאַנץ כִּנרות, מיט דעם גאַנצן לאַנד נפֿתּלי. /15:21 און עס איז געװען, װי בַעשא האָט דערהערט, אַזױ האָט ער אױפֿגעהערט אַרומבױען רמה, און איז געזעסן אין תִּרצָה. /15:22 און דער מלך אָסאָ האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ יהוּדה, קײנעם ניט אױסגעלאָזט, און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רמה און אירע האָלצן, מיט װאָס בַעשא האָט געבױט; און דער מלך אָסאָ האָט מיט זײ באַבױט גֶבֿע-בנימין, און מִצפָּה. /15:23 און די איבעריקע זאַכן װעגן אָסאָן, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און די שטעט װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. נאָר צו דער צײַט פֿון זײַן עלטער איז ער קראַנק געװאָרן אױף די פֿיס. /15:24 און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס שטאָט, און זײַן זון יהוֹשפֿט איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:25 און נָדבֿ דער זון פֿון יָרָבֿעָמען איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין צװײטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער ישׂראל צװײ יאָר. /15:26 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /15:27 און בַעשא דער זון פֿון אַחִיהן, פֿון דעם הױז פֿון יִשׂשָׂכָר, האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און בַעשא האָט אים געשלאָגן אין גִבתון װאָס געהערט צו די פּלשתּים, װען נָדבֿ און גאַנץ ישׂראל האָבן געלעגערט אױף גִבתון. /15:28 און בַעשא האָט אים געטײט אין דריטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:29 און עס איז געװען, װי ער איז געװאָרן מלך, האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון יָרָבֿעָמען; ער האָט ניט איבערגעלאָזן קײן לעבעדיקן אָטעם פֿון יָרָבֿעָמען, ביז ער האָט אים פֿאַרטיליקט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אַחִיהן פֿון שילו; /15:30 פֿאַר די זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געזינדיקט, און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל ; פֿון װעגן זײַן דערצערענונג װאָס ער האָט דערצערנט {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /15:31 און די איבעריקע זאַכן װעגן נָדבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /15:32 און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן בַעשא דעם מלך פֿון ישׂראל אַלע זײערע טעג. /15:33 אין דריטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, איז בַעשא דער זון פֿון אַחִיהן געװאָרן מלך איבער גאַנץ ישׂראל אין תִּרצָה, [און האָט געקיניגט] פֿיר און צװאַנציק יאָר. /15:34 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /16:1 און דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז געװען צו יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, אױף בַעשאן, אַזױ צו זאָגן: /16:2 װײַל איך האָב דיך אױפֿגעהױבן פֿון שטױב, און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל, און דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און האָסט געמאַכט זינדיקן מײַן פֿאָלק ישׂראל מיך צו דערצערענען מיט זײערע זינד–/16:3 אָט ראַם איך אױס בַעשאן און זײַן הױז, און װעל מאַכן דײַן הױז װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן. /16:4 דעם װאָס שטאַרבט פֿון בַעשאן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט פֿון אים אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן. /16:5 און די איבעריקע זאַכן װעגן בַעשאן, און װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /16:6 און בַעשא האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין תִּרצָה, און זײַן זון אֵלָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /16:7 און אױך איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען דורך יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, דעם נבֿיא, אױף בַעשאן און אױף זײַן הױז, אי פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אים צו דערצערענען מיט די מעשׂים פֿון זײַנע הענט, צו זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָמען, אי פֿאַר װאָס ער האָט אים דערשלאָגן. /16:8 אין זעקס און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, איז אֵלָה דער זון פֿון בַעשאן געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין תִּרצָה, [און האָט געקיניגט] צװײ יאָר. /16:9 און זײַן קנעכט זִמרי, אַ הױפּטמאַן איבער אַ העלפֿט פֿון די רײַטװעגן, האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, בעת ער איז געװען אין תִּרצָה, זיך שכּור טרינקענדיק אין הױז פֿון אַרצאָן װאָס איבערן פּאַלאַץ אין תִּרצָה. /16:10 און זִמרי איז געקומען, און האָט אים געשלאָגן און אים געטײט, אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /16:11 און עס איז געװען, װי ער איז געװאָרן מלך, אַז ער האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן, האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעשאן; ער האָט אים ניט איבערגעלאָזן אַ מאַנספּאַרשױן, צו מאָל זײַנע אײגענע און זײַנע גוטע פֿרײַנט. /16:12 און זִמרי האָט פֿאַרטיליקט דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעשאן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט װעגן בַעשאן דורך יֵהוּא דעם נבֿיא, /16:13 פֿאַר אַלע זינד פֿון בַעשאן, און די זינד פֿון זײַן זון אֵלָהן, װאָס זײ האָבן געזינדיקט, און װאָס זײ האָבן געמאַכט זינדיקן ישׂראל, צו דערצערענען {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל מיט זײערע נישטיקע געצן. /16:14 און די איבעריקע זאַכן װעגן אֵלָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /16:15 אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, האָט זִמרי געקיניגט זיבן טעג אין תִּרצָה, בעת דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט אױף גִבתון װאָס געהערט צו די פּלשתּים. /16:16 און דאָס פֿאָלק װאָס האָט געלאַגערט האָט געהערט, אַזױ צו זאָגן: זִמרי האָט געמאַכט אַ בונט, און ער האָט אױך דערשלאָגן דעם מלך; און גאַנץ ישׂראל האָבן געמאַכט עָמרי דעם חיל-פֿירער פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, אין יענעם טאָג אין לאַגער. /16:17 און עָמרי און גאַנץ ישׂראל מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִבתון, און האָבן געלעגערט אױף תִּרצָה. /16:18 און עס איז געװען, װי זִמרי האָט געזען אַז די שטאָט איז באַצװוּנגען, אַזױ איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז, און האָט אָנגעצונדן איבער זיך דעם מלכס הױז אין פֿײַער, און איז געשטאָרבן; /16:19 איבער זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, צו גײן אין די װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער איז באַגאַנגען צו מאַכן זינדיקן ישׂראל. /16:20 און די איבעריקע זאַכן װעגן זִמרין, און זײַן בונט װאָס ער האָט געבונטעװעט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /16:21 דענצמאָל האָט זיך דאָס פֿאָלק ישׂראל צעטײלט אין העלפֿט: העלפֿט פֿון פֿאָלק איז געװען הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן, אים צו מאַכן פֿאַר מלך און העלפֿט הינטער עָמרין. /16:22 און דאָס פֿאָלק װאָס הינטער עָמרין האָט איבערגעשטאַרקט דאָס פֿאָלק װאָס הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן. און תִּבֿני איז אומגעקומען, און עָמרי איז געבליבן מלך. /16:23 אין אײן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה איז עָמרי געװאָרן מלך איבער ישׂראל, [און האָט געקיניגט] צװעלף יאָר; אין תִּרצָה האָט ער געקיניגט זעקס יאָר. /16:24 און ער האָט אָפּגעקױפֿט דעם באַרג שומרון פֿון שֶמֶרן פֿאַר צװײ צענטנער זילבער, און האָט באַבױט דעם באַרג, און גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט װאָס ער האָט געבױט, אױף דעם נאָמען פֿון שֶמֶר, דעם האַר פֿון דעם באַרג, שומרון. /16:25 און עָמרי האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און ער האָט זיך געפֿירט ערגער װי אַלע װאָס פֿאַר אים. /16:26 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל, צו דערצערענען {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל מיט זײערע נישטיקע געצן. /16:27 און די איבעריקע זאַכן פֿון עָמרין װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /16:28 און עָמרי האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שומרון, און זײַן זון אַחאבֿ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /16:29 און אַחאבֿ דער זון פֿון עָמרין איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה. און אַחאבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געקיניגט איבער ישׂראל אין שומרון צװײ און צװאַנציק יאָר. /16:30 און אַחאבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, מער פֿון אַלע װאָס פֿאַר אים. /16:31 און װינציק זײַן גײן אין די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, האָט ער נאָך גענומען פֿאַר אַ װײַב אִזֶבֿל די טאָכטער פֿון אֶתבַעַל דעם מלך פֿון די צידונים, און איז געגאַנגען און האָט געדינט בַעַל, און זיך געבוקט צו אים. /16:32 און ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ מזבח צו בַעַל, אין דעם הױז פֿון בַעַל װאָס ער האָט געבױט אין שומרון. /16:33 און אַחאבֿ האָט געמאַכט די אַשֵרָה; און אַחאבֿ האָט געטאָן מער צו דערצערענען {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װי אַלע מלכים פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים. /16:34 אין זײַנע טעג האָט חיאֵל פֿון בֵית-אֵל אָפּגעבױט יריחו. מיט [דעם לעבן פֿון] אַבֿירָם זײַן בכור האָט ער געלײגט איר גרונטפֿעסט, און מיט שׂגוּבֿ זײַן ייִנגסטן האָט ער אַרײַנגעשטעלט אירע טירן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך יהושוע דעם זון פֿון נון. /17:1 און אֵלִיָהו דער תִּשבי, פֿון די װאָס האָבן זיך באַזעצט אין גלעד, האָט געזאָגט צו אַחאבֿן: אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב אין די דאָזיקע יאָרן װעט זײַן טױ און רעגן, סײַדן לױט מײַן װאָרט! /17:2 און דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: /17:3 גײ פֿון דאַנען, און זאָלסט זיך פֿאַרקערן קײן מזרח, און זיך באַהאַלטן בײַ דעם באַך כּרית װאָס פֿאַרן ירדן. /17:4 און עס װעט זײַן: פֿון דעם באַך װעסטו טרינקען, און די ראָבן האָב איך באַפֿױלן דיך דאָרטן צו שפּײַזן. /17:5 איז ער געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}; און ער איז אַװעק און האָט זיך געזעצט בײַם באַך כּרית װאָס פֿאַרן ירדן. /17:6 און די ראָבן פֿלעגן אים ברענגען ברױט און פֿלײש אין דער פֿרי, און ברױט און פֿלײש אין אָװנט; און פֿון באַך פֿלעגט ער טרינקען. /17:7 און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, איז דער באַך אױסגעטריקנט געװאָרן, װײַל עס איז ניט געװען קײן רעגן אין לאַנד. /17:8 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: /17:9 שטײ אױף, גײ קײן צָרפֿת װאָס געהערט צו צידון, און זאָלסט דאָרטן זיצן; זע, איך האָב דאָרטן באַפֿױלן אַ פֿרױ אַן אלמנה דיך צו שפּײַזן. /17:10 איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן צָרפֿת. און װי ער איז געקומען אין אײַנגאַנג פֿון שטאָט, ערשט אַ פֿרױ אַן אלמנה קלײַבט דאָרטן האָלץ. האָט ער גערופֿן צו איר און האָט געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער אין אַ כּלי, כּדי איך זאָל טרינקען. /17:11 און װי זי איז געגאַנגען ברענגען, אַזױ האָט ער זי נאָכגערופֿן און געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ שטיקל ברױט אין דײַן האַנט. /17:12 האָט זי געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, אױב איך האָב אַ קוכן, נאָר בלױז אַ האַנטפֿול מעל אין טאָפּ, און אַ ביסל אײל אין קרוג! און אָט קלײַב איך צונױף אַ פּאָר העלצלעך, און איך װעל גײן און װעל עס מאַכן פֿאַר מיר און מײַן זון, און מיר װעלן עס אױפֿעסן; דערנאָך װעלן מיר שטאַרבן. /17:13 האָט אֵלִיָהו צו איר געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן; גײ טו אַזױ װי דײַן װאָרט, נאָר מאַך מיר דערפֿון אַ קלײנעם קוכן צוערשט, און ברענג מיר אַרױס; און פֿאַר דיר און פֿאַר דײַן זון װעסטו מאַכן צולעצט. /17:14 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל : דער טאָפּ מעל װעט ניט אױסגײן, און דער קרוג אײל װעט ניט געמינערט װערן, ביז דעם טאָג װאָס {dn גאָט} גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. /17:15 איז זי געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֵלִיָהון, און זי און ער און איר הױזגעזינט האָבן געהאַט צו עסן פֿיל טעג. /17:16 דער טאָפּ מעל איז ניט אױסגעגאַנגען, און דער קרוג אײל איז ניט געמינערט געװאָרן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך אֵלִיָהון. /17:17 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז קראַנק געװאָרן דער זון פֿון דער פֿרױ, דער בעל-הביתטע פֿון הױז, און זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק, ביז אין אים איז מער אַן אָטעם ניט געבליבן. /17:18 האָט זי געזאָגט צו אֵלִיָהון: װאָס האָסטו צו מיר דו געטלעכער מאַן? ביסטו געקומען צו מיר צו דערמאָנען מײַנע זינד, און צו טײטן מײַן זון? /17:19 האָט ער צו איר געזאָגט: גיב מיר דײַן זון. און ער האָט אים גענומען פֿון איר בוזעם, און האָט אים אַרױפֿגעטראָגן אין דער אױבערשטוב װאָס ער האָט דאָרטן געװױנט, און האָט אים אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט. /17:20 און ער האָט גערופֿן צו {dn גאָט} און האָט געזאָגט: {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, צי אױך דער אלמנה װאָס איך האַלט זיך אױף בײַ איר, האָסטו בײז געטאָן, צו טײטן איר זון? /17:21 און ער האָט זיך אױסגעצױגן איבער דעם קינד דרײַ מאָל, און האָט גערופֿן צו {dn גאָט} און האָט געזאָגט: {dn יהוה} מײַן {dn גאָט}, זאָל, איך בעט דיך, די זעל פֿון דעם דאָזיקן קינד אומקערן אין אים. /17:22 און {dn גאָט} האָט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון אֵלִיָהון, און די זעל פֿון דעם קינד האָט זיך אומגעקערט אין אים, און ער האָט אױפֿגעלעבט. /17:23 און אֵלִיָהו האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַראָפּגעטראָגן פֿון דער אױבערשטוב אין הױז, און האָט עס געגעבן צו זײַן מוטער; און אֵלִיָהו האָט געזאָגט: זע, דײַן זון לעבט. /17:24 האָט די פֿרױ געזאָגט צו אֵלִיָהון: אַצונד אָט װײס איך אַז דו ביסט אַ געטלעכער מאַן, און דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} אין דײַן מױל איז אמת. /18:1 און עס איז געװען נאָך פֿיל טעג, איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו אֵלִיָהון – אױפֿן דריטן יאָר – אַזױ צו זאָגן: גײ װײַז זיך פֿאַר אַחאבֿן, און איך װעל געבן רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. /18:2 איז אֵלִיָהו געגאַנגען זיך װײַזן פֿאַר אַחאבֿן. און דער הונגער איז געװען שטאַרק אין שומרון. /18:3 און אַחאבֿ האָט גערופֿן עוֹבֿדיָהון װאָס איבערן פּאַלאַץ – און עוֹבֿדיָהו האָט זײער געפֿאָרכט {dn יהוה}; /18:4 און עס איז געװען, אַז אִזֶבֿל האָט פֿאַרשניטן די נבֿיאים פֿון {dn יהוה}, האָט עוֹבֿדיָהו גענומען הונדערט נבֿיאים, און האָט זײ באַהאַלטן צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָט זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער –/18:5 און אַחאבֿ האָט געזאָגט צו עוֹבֿדיָהו: גײ דורכן לאַנד בײַ אַלע קװאַלן װאַסער און בײַ אַלע טײַכן; אפֿשר װעלן מיר געפֿינען גראָז, און מיר װעלן דערהאַלטן בײַם לעבן די פֿערד און די מױלאײזלען, אַז מיר זאָלן ניט אָנװערן די בהמות. /18:6 האָבן זײ זיך צעטײלט דאָס לאַנד, כּדי דורכצוגײן דורך דעם: אַחאבֿ איז געגאַנגען אַלײן אין זײַן װעג, און עוֹבֿדיָהו איז געגאַנגען אַלײן אין אַן אַנדער װעג. /18:7 און װי עוֹבֿדיָהו איז געװען אין װעג, ערשט אֵלִיָהו קומט אים אַנטקעגן. האָט ער אים דערקענט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, מײַן האַר אֵלִיָהו? /18:8 האָט ער צו אים געזאָגט: איך; גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו. /18:9 האָט ער געזאָגט: װאָס האָב איך געזינדיקט, אַז דו װילסט געבן דײַן קנעכט אין אַחאבֿס האַנט, מיך צו טײטן? /18:10 אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, אױב עס איז דאָ אַ פֿאָלק אָדער אַ קיניגרײַך, װאָס מײַן האַר האָט ניט געשיקט אַהין דיך זוכן! און אַז זײ האָבן געזאָגט: ניטאָ, האָט ער געמאַכט שװערן דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך, אַז מע האָט דיך ניט געפֿונען. /18:11 און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו. /18:12 און עס װעט זײַן, װי איך װעל אַװעקגײן פֿון דיר, אַזױ װעט דער גײַסט פֿון {dn גאָט} דיך פֿאַרטראָגן, איך װײס ניט װוּהין, און אַז איך װעל קומען אָנזאָגן אַחאבֿן, און ער װעט דיך ניט געפֿינען, װעט ער מיך הרגען; און דײַן קנעכט פֿאָרכט {dn יהוה} פֿון מײַן יוגנט אָן. /18:13 איז ניט דערצײלט געװאָרן צו מײַן האַר װאָס איך האָב געטאָן, װען אִזֶבֿל האָט אױסגעהרגעט די נבֿיאים פֿון {dn יהוה}, װי איך האָב באַהאַלטן הונדערט מאַן פֿון די נבֿיאים צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָב זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער? /18:14 און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו; און ער װעט מיך הרגען. /18:15 האָט אֵלִיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט} פֿון צבֿאות װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז הײַנט װעל איך זיך װײַזן פֿאַר אים! /18:16 איז עוֹבֿדיָהו געגאַנגען אַנטקעגן אַחאבֿן, און האָט אים דערצײלט; און אַחאבֿ איז געגאַנגען אַנטקעגן אֵלִיָהון. /18:17 און עס איז געװען, װי אַחאבֿ האָט דערזען אֵלִיָהון, אַזױ האָט אַחאבֿ צו אים געזאָגט: ביסט דו דאָס, פֿאַראומגליקער פֿון ישׂראל? /18:18 האָט ער געזאָגט: ניט איך האָב פֿאַראומגליקט ישׂראל, נאָר דו און דײַן פֿאָטערס הױז, מיט װאָס איר האָט פֿאַרלאָזן די געבאָט פֿון {dn יהוה}, און ביסט געגאַנגען נאָך די בַעַל-געטער. /18:19 און אַצונד, שיק זאַמל אײַן צו מיר גאַנץ ישׂראל אױפֿן באַרג כַּרמל, און די פֿיר הונדערט און פֿופֿציק נבֿיאים פֿון בַעַל, און די פֿיר הונדערט נבֿיאים פֿון דער אַשֵרָה, װאָס עסן בײַם טיש פֿון אִזֶבֿלען. /18:20 האָט אַחאבֿ געשיקט צװישן אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און האָט אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים אױפֿן באַרג כַּרמל. /18:21 און אֵלִיָהו האָט גענענט צום גאַנצן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: ביז װאַנען װעט איר אומשפּרינגען אױף צװײ צװײַגן? אױב {dn יהוה} איז {dn גאָט}, גײט נאָך אים, און אױב בַעַל, גײט נאָך אים. און דאָס פֿאָלק האָט אים אַ װאָרט ניט געענטפֿערט. /18:22 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום פֿאָלק: איך אַלײן בין געבליבן אַ נבֿיא צו {dn יהוה}, און די נבֿיאים פֿון בַעַל זײַנען פֿיר הונדערט און פֿופֿציק מאַן. /18:23 טאָ זאָל מען אונדז געבן צװײ אָקסן; און זאָלן זײ זיך אױסקלײַבן אײן אָקס, און אים צעשנײַדן און אַרױפֿלײגן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער זאָלן זײ ניט אונטערלײגן. און איך װעל מאַכן דעם אַנדער אָקס, און אַרױפֿטאָן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער װעל איך ניט אונטערלײגן. /18:24 און איר װעט רופֿן צו דעם נאָמען פֿון אײַער {dn גאָט}, און איך װעל רופֿן צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה}; און עס װעט זײַן, דער {dn גאָט} װאָס װעט ענטפֿערן מיט פֿײַער, ער איז {dn גאָט}. האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק און האָט געזאָגט: װױל גערעדט! /18:25 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו די נבֿיאים פֿון בַעַל: קלײַבט אײַך אױס אײן אָקס, און מאַכט אים צוערשט, װאָרום איר זײַט די פֿיל; און רופֿט צו דעם נאָמען פֿון אײַער {dn גאָט}, און פֿײַער זאָלט איר ניט אונטערלײגן. /18:26 האָבן זײ גענומען דעם אָקס װאָס מע האָט זײ געגעבן, און זײ האָבן אים געמאַכט, און האָבן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון בַעַל, פֿון פֿרימאָרגן ביזן מיטן טאָג, אַזױ צו זאָגן: בַעַל, ענטפֿער אונדז! אָבער קײן קָול און קײן ענטפֿער. װי זײ האָבן געהונקען אַרום דעם מזבח װאָס מע האָט געמאַכט. /18:27 און עס איז געװען אין מיטן טאָג, האָט אֵלִיָהו געשפּעט פֿון זײ, און ער האָט געזאָגט: רופֿט אױף אַ הױכן קָול, װאָרום ער איז אַ {dn גאָט}; ער האָט זיך מסתּם פֿאַררעדט, אָדער ער איז אַװעק אָן אַ זײַט, אָדער ער איז אין װעג; אפֿשר שלאָפֿט ער, און װעט זיך אױפֿכאַפּן. /18:28 און זײ האָבן גערופֿן אױף אַ הױכן קָול, און האָבן זיך אײַנגעשניטן, אַזױ װי זײער שטײגער, מיט שװערדן און מיט שפּיזן, ביז בלוט האָט זיך געגאָסן אױף זײ. /18:29 און עס איז געװען, אַז דער מיטן טאָג איז אַריבער, האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט ביז װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קרבן, אָבער קײן קָול און קײן ענטפֿער און קײן הערונג. /18:30 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: גענענט צו מיר. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט צו אים, און ער האָט פֿאַרריכט דעם צעשטערטן מזבח פֿון {dn יהוה}. /18:31 און אֵלִיָהו האָט גענומען צװעלף שטײנער אַזױ װי די צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: ישׂראל זאָל זײַן דײַן נאָמען. /18:32 און ער האָט אױפֿגעבױט פֿון די שטײנער אַ מזבח צו דעם נאָמען פֿון {dn יהוה}, און האָט געמאַכט אַ גראָבן, גרױס װי פֿאַר צװײ סְאָה זריעה, רונד אַרום מזבח. /18:33 און ער האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און צעשניטן דעם אָקס, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן האָלץ. /18:34 און ער האָט געזאָגט: פֿילט אָן פֿיר קריג מיט װאַסער, און גיסט אַרױף אױף דעם בראַנדאָפּפֿער און אױפֿן האָלץ. און ער האָט געזאָגט: טוט עס אַ צװײט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ צװײט מאָל. האָט ער געזאָגט: טוט עס אַ דריט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ דריט מאָל. /18:35 און דאָס װאַסער איז געגאַנגען רונד אַרום מזבח; און אױך דעם גראָבן האָט ער אָנגעפֿילט מיט װאַסער. /18:36 און עס איז געװען װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קרבן, האָט אֵלִיָהו הנבֿיא גענענט און האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון אבֿרהם, יצחק, און ישׂראל, זאָל הײַנט באַװוּסט װערן אַז דו ביסט {dn גאָט} אין ישׂראל, און איך בין דײַן קנעכט, און דורך מײַן װאָרט האָב איך געטאָן אַלע די דאָזיקע זאַכן. /18:37 ענטפֿער מיר, {dn יהוה}, ענטפֿער מיר. און זאָל דאָס דאָזיקע פֿאָלק װיסן אַז דו {dn יהוה} ביסט {dn גאָט}; אַזיסט קערסטו אָפּ זײער האַרץ אַהינטער. /18:38 איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ פֿײַער פֿון {dn גאָט}, און האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס האָלץ, און די שטײנער, און די ערד; אַפֿילו דאָס װאַסער אין גראָבן האָט עס אױסגעלעקט. /18:39 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים, און האָבן געזאָגט: {dn יהוה}, ער איז {dn גאָט}! {dn יהוה}, ער איז {dn גאָט}! /18:40 האָט אֵלִיָהו צו זײ געזאָגט: כאַפּט די נבֿיאים פֿון בַעַל; קײנער זאָל ניט אַנטרונען װערן פֿון זײ. האָבן זײ זײ געכאַפּט, און אֵלִיָהו האָט זײ געמאַכט נידערן צום טײַך קישון, און האָט זײ דאָרטן געשאָכטן. /18:41 און אֵלִיָהו האָט געזאָגט צו אַחאבֿן: גײ אַרױף, עס און טרינק, װאָרום עס איז אַ גערױש פֿון אַ סך רעגן. /18:42 איז אַחאבֿ אַרױפֿגעגאַנגען עסן און טרינקען. און אֵלִיָהו איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ כַּרמל, און האָט זיך אײַנגעבױגן צו דער ערד, און אַרײַנגעטאָן זײַן פּנים צװישן זײַנע קני. /18:43 און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: גײ אַקאָרשט אַרױף, טו אַ קוק קעגן ים. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געקוקט, און ער האָט געזאָגט: ניטאָ גאָרנישט. האָט ער געזאָגט: ״גײ װידער״, זיבן מאָל. /18:44 און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן מאָל, האָט ער געזאָגט: זע, אַ קלײן װאָלקנדל אָזױ װי די האַנט פֿון אַ מענטשן גײט אױף פֿון ים. האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף, זאָג צו אַחאבֿן: שפּאַן אײַן און נידער אַראָפּ. כּדי דער רעגן זאָל דיך ניט פֿאַרהאַלטן. /18:45 און עס איז געװען, אײדער װאָס װען איז דער הימל שװאַרץ געװאָרן פֿון װאָלקנס און געװיטער, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער רעגן. און אַחאבֿ האָט זיך אַרױפֿגעזעצט, און איז אַװעק קײן יזרעאל. /18:46 און די האַנט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף אֵלִיָהון, און ער האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן, און איז געלאָפֿן פֿאַרױס פֿאַר אַחאבֿן ביז װוּ דו קומסט קײן יזרעאל. /19:1 און אַחאבֿ האָט דערצײלט אִזֶבֿלען אַלץ װאָס אֵלִיָהו האָט געטאָן, און אַלץ דינג װי אַזױ ער האָט געהרגעט אַלע נבֿיאים מיטן שװערד. /19:2 האָט  אִזֶבֿל געשיקט אַ שָלִיח צו אֵלִיָהון, אַזױ צו זאָגן: זאָלן די געטער טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב איך װעל מאָרגן אין דער צײַט ניט מאַכן דײַן לעבן אַזױ װי דאָס לעבן פֿון אײנעם פֿון זײ! /19:3 און װי ער האָט דאָס געזען, אַזױ איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק אום זײַן לעבן, און איז געקומען קײן באֵר-שֶבֿע װאָס געהערט צו יהוּדה, און ער האָט דאָרטן איבערגעלאָזט זײַן יונג. /19:4 און ער אַלײן איז געגאַנגען אין מדבר אַ טאָג װעגס, און איז געקומען און האָט זיך געזעצט אונטער אַ בעזעמבײמל, און ער האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט, און האָט געזאָגט: גענוג! אַצונד, {dn גאָט}, נעם צו מײַן זעל, װאָרום, איך בין ניט בעסער פֿון מײַנע עלטערן. /19:5 און ער האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן אונטער אַ בעזעמבײמל.  ערשט אַ מלאך רירט אים אָן, און זאָגט צו אים: שטײ אױף, עס. /19:6 האָט ער זיך אומגעקוקט, ערשט אים צוקאָפּנס איז אַ קוכן געבאַקט אױף אָנגעברענטע שטײנער,  און אַ קרוג װאַסער. האָט ער געגעסן און געטרונקען, און האָט זיך װידער געלײגט. /19:7 און דער מלאך פֿון {dn גאָט} איז געקומען אַ צװײט מאָל, און האָט אים אָנגערירט, און געזאָגט: שטײ אױף, עס, װאָרום דער װעג איז צו װײַט פֿאַר דיר. /19:8 איז ער אױפֿגעשטאַנען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און איז געגאַנגען מיט דעם כּוח פֿון דעם דאָזיקן עסן פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט,  ביז דעם באַרג פֿון {dn גאָט}, חורבֿ. 9 און ער איז דאָרטן אַרײַנגעגאַנגען אין דער הײל, און האָט דאָרטן גענעכטיקט. ערשט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} איז צו אים, און ער האָט צו אים געזאָגט: װאָס טוסטו דאָ, אֵלִיָהו? /19:10 האָט ער געזאָגט: אָננעמען האָב איך זיך אָנגענומעןפֿון װעגן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון צבֿאות;װײַל פֿאַרלאָזן דײַן בונד האָבן די קינדער פֿון ישׂראל, דײַנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט, און דײַנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד; און איך אַלײן בין איבערגעבליבן, און זײ זוכן מײַן לעבן צו נעמען. /19:11 האָט ער געזאָגט: גײ אַרױס, און זאָלסט זיך שטעלן אױפֿן באַרג פֿאַר {dn גאָט}. ערשט {dn גאָט} גײט פֿאַרבײַ, און אַ גרױסער און שטאַרקער שטורעם רײַסט בערג און ברעכט פֿעלדזן פֿאַר {dn גאָט}–ניט אין שטורעם איז געװען {dn גאָט}; און נאָך דעם שטורעם אַן ערדציטערניש–ניט אין דער ערדציטערניש איז געװען {dn גאָט}; /19:12 און נאָך דער ערדציטערניש אַ פֿײַער–ניט אין פֿײַער איז געװען {dn גאָט}; און נאָך דעם פֿײַער אַ קָול פֿון אַ דינער שטילקײט. /19:13 און עס איז געװען, װי אֵלִיָהו האָט דאָס דערהערט, אַזױ האָט ער אײַנגעװיקלט זײַן פּנים אין זײַן מאַנטל, און ער איז אַרױגעגאַנגען, און האָט זיך געשטעלט אין אײַנגאַנג פֿון דער הײל. ערשט אַ קָול איז געקומען צו אים, און האָט געזאָגט:װאָס טוסטו דאָ, אֵלִיָהו? /19:14 האָט ער געזאָגט: אָננעמען האָב איך זיך אָנגענומעןפֿון װעגן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון צבֿאות; װײַל פֿאַרלאָזן דײַן בונד האָבן די קינדער פֿון ישׂראל, דײַנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט, און דײַנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד; און איך אַלײן בין איבערגעבליבן, און זײ זוכן מײַן לעבן צו נעמען. /19:15 האָט {dn גאָט} צו אים געזאָגט: קער זיך אום אױף דײַן װעג צום מדבר פֿון דמשׂק, און זאָלסט קומען און זאַלבן חַזָאֵלן פֿאַר אַ מלך איבער ארם. /19:16 און יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, און אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן, פֿון אָבֿל-מחולה, זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ נבֿיא אױף דײַן אָרט. /19:17 און עס װעט זײַן,  דעם װאָס װערט אַנטרונען פֿון חַזָאֵלס שװערד, װעט טײטן אֶלישע. /19:18 אָבער איך װעל איבערלאָזן אין ישׂראל זיבן טױזנט–אַלע קני װאָס האָבן ניט געקניט צו בַעַל, און יעטװעדער מױל װאָס האָט אים ניט געקושט. /19:19 איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט געטראָפֿן אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן װי ער אַקערט מיט צװעלף געשפּאַנען פֿאַר אים, און ער בײַם צװעלפֿטן. איז אֵלִיָהו אַריבערגעגאַנגען צו אים, און האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן זײַן מאַנטל אױף אים. /19:20 האָט ער איבערגעלאָזן די רינדער, און איז געלאָפֿן נאָך אֵלִיָהון, און האָט געזאָגט: לאָמיך, איך בעט דיך, קושן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און איך װעל גײן נאָך דיר. האָט ער צו אים געזאָגט: גײ, קער זיך אום, װאָרום װאָס האָב איך דיר געטאָן? /19:21 האָט ער זיך אומגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט גענומען דאָס געשפּאַן רינדער, און האָט עס געשאָכטן, און מיט די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער האָט ער אָפּגעקאָכט זײער פֿלײש; און ער האָט געגעבן די מענטשן, און זײ האָבן געגעסן. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען נאָך אֵלִיָהון, און האָט אים באַדינט.  /20:1 און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון ארם האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל; און צװײ און דרײַסיק מלכים זײַנען געװען מיט אים, און פֿערד און רײַטװעגן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שומרון, און מלחמה געהאַלטן אױף איר. /20:2 און ער האָט געשיקט שלוחים, צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל, אין שטאָט, /20:3 און אים געלאָזט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד: דײַן זילבער און דײַן גאָלד איז מײַנס, און דײַנע װײַבער און דײַנע שענסטע קינדער זײַנען מײַנע. /20:4 האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט, מײַן האַר מלך; דײַנער בין איך, און אַלץ װאָס איך האָב. /20:5 זײַנען װידער געקומען די שלוחים, און האָבן געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד, אַזױ צו זאָגן:  פֿאַר װאָר, איך האָב דיר געשיקט זאָגן: דײַן זילבער און דײַן גאָלד, און דײַנע װײַבער און דײַנע  קינדער זאָלסטו מיר געבן. /20:6 װאָרום אַז מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר מײַנע קנעכט, װעלן זײ דורכזוכן דײַן הױז, און די הײַזער פֿון דײַנע קנעכט; און עס װעט זײַן, װוּ נאָר אַ גלוסטיקײט פֿון דײַנע אױגן װעלן זײ אַרײַנטאָן אין זײער האַנט און אַװעקנעמען. /20:7 האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון לאַנד, און האָט צו זײ געזאָגט: מערקט אַקאָרשט און זעט, אַז בײז זוכט דער דאָזיקער. װאָרום ער האָט געשיקט צו מיר אום מײַנע װײַבער און אום מײַנע קינדער, און אום מײַן זילבער און אום מײַן גאָלד, און איך האָב ניט פֿאַרמיטן פֿון אים. /20:8 האָבן צו אים געזאָגט אַלע עלטסטע און דאָס גאַנצע פֿאָלק: זאָלסט ניט צוהערן און ניט אײַנװיליקן. /20:9 האָט ער געזאָגט צו די שלוחים פֿון בֶן-הַדַד: זאָגט צו מײַן האַר דעם מלך: אַלץ אום װאָס דו האָסט געשיקט צו דײַן קנעכט צוערשט װעל איך טאָן, אָבער די דאָזיקע זאַך קען איך ניט טאָן. זײַנען געגאַנגען די שלוחים, און האָבן אים געבראַכט אַן ענטפֿער. /20:10 האָט בֶן-הַדַד געשיקט צו אים, און געזאָגט: זאָלן די געטער מיר טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער שטױב פֿון שומרון װעט קלעקן פֿאַר אַ הױפֿן דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער מיר! /20:11 האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט: זאָגט [אים]: זאָל דער װאָס גורט זיך ערשט אָן, זיך ניט רימען װי דער װאָס בינדט זיך שױן אָפּ. /20:12 און עס איז געװען, װי [בֶן-הַדַד] האָט געהערט דעם דאָזיקן ענטפֿער, בעת ער האָט געטרונקען, ער און די מלכים, אין די בײַדלעך, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַנע קנעכט: שטעלט אױס! און זײ האָבן אױסגעשטעלט אַנקעגן דער שטאָט. /20:13 ערשט אײנער אַ נבֿיא האָט גענענט צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: זעסט דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון? אָט גיב איך אים הײַנט אין דײַן האַנט, און װעסט װיסן אַז איך בין {dn יהוה}.  /20:14 האָט אַחאבֿ געזאָגט: דורך װעמען? האָט ער געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: דורך די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן. האָט ער געפֿרעגט: װער זאָל אָנקניפּן די מלחמה? האָט ער געזאָגט: דו. /20:15 האָט ער איבערגעצײלט די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און זײ זײַנען געװען צװײ הונדערט און צװײ און דרײַסיק.  און נאָך זײ האָט ער איבערגעצײלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַלע קינדער פֿון ישׂראל–זיבן טױזנט. /20:16 זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען אין מיטן טאָג, בעת בֶן-הַדַד האָט זיך שכּור געטרונקען אין די בײַדלעך ער און די מלכים–די צװײ און דרײַסיק מלכים װאָס האָבן אים געהאָלפֿן. /20:17 און די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן זײַנען אַרױסגעגאַנגען צוערשט; אָבער בֶן-הַדַד האָט געשיקט, און מע האָט אים אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מענטשן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שומרון. /20:18 האָט ער געזאָגט: סײַ זײ זײַנען פֿאַר שלום אַרױסגעגאַנגען, כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט, און סײַ זײ זײַנען פֿאַר מלחמה אַרױסגעגאַנגען, לעבעדיקערהײט כאַפּט זײ. /20:19 און די זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט–די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און דער חיל װאָס הינטער זײ. /20:20 און זײ האָבן געשלאָגן איטלעכער זײַן מאַן, און די אַרַמים זײַנען אַנטלאָפֿן, און ישׂראל האָט זײ נאָכגעיאָגט. און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון ארם איז אַנטרונען געװאָרן אױף אַ פֿערד מיט רײַטער. 21 און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט געשלאָגן די פֿערד און די רײַטװעגן, און געשלאָגן צװישן ארם אַ גרױסן שלאַק. /20:22 און דער נבֿיא האָט גענענט צו דעם מלך פֿון ישׂראל און האָט צו אים געזאָגט: גײ פֿאַרשטאַרק זיך, און מערק און זע װאָס דו זאָלסט טאָן, װאָרום צום אומקער פֿון יאָר קומט דער מלך פֿון ארם אַרױף אױף דיר. /20:23 און די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון ארם האָבן צו אים געזאָגט: אַ {dn גאָט} פֿון בערג איז זײער {dn גאָט}, דרום זײַנען זײ געװען שטאַרקער פֿון אונדז; לאָמיר אָבער מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן ניט זײַן שטאַרקער פֿון זײ! /20:24 און די דאָזיקע זאַך טו; טו אָפּ די מלכים איטלעכן פֿון זײַן אָרט און מאַך אָנפֿירער אָנשטאָט זײ. /20:25 און דו זאָלסט דיר צונױפֿצײלן אַ חיל אַזױ װי דער חיל װאָס איז בײַ דיר געפֿאַלן, און פֿערד אַזױ װי די פֿערד, און רײַטװעגן אַזױ װי די רײַטװעגן;  און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן ניט זײַן שטאַרקער פֿון זײ! האָט ער צוגעהערט צו זײער קָול, און האָט אַזױ געטאָן. /20:26 און עס איז געװען צום אומקער פֿון יאָר, האָט בֶן-הַדַד איבערגעצײלט די אַרַמים, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן אַפֿק אױף מלחמה מיט ישׂראל. /20:27 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן, און פֿאַרזאָרגט געװאָרן מיט שפּײַז, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געלאַגערט אַקעגן זײ, אַזױ װי צװײ קלײנע סטאַדעס ציגן. און די אַרַמים האָבן אָנגעפֿילט דאָס לאַנד. /20:28 האָט דער געטלעכער מאַן גענענט, און האָט גערעדט צו דעם מלך פֿון ישׂראל און געזאָגט:  װײַל די אַרַמים האָבן געזאָגט: אַ {dn גאָט} פֿון בערג איז {dn יהוה}, און ניט אַ {dn גאָט} פֿון טאָלן איז ער,  דרום װעל איך געבן דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון אין דײַן האַנט, און איר װעט װיסן אַז איך בין {dn יהוה}. /20:29 און זײ האָבן געלאַגערט אײנע אַקעגן די אַנדערע זיבן טעג. און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָט גענענט די מלחמה, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן פֿון ארם הונדערט טױזנט פֿוסגײער אין אײן טאָג. /20:30 און די איבעריקע זײַנען אַנטלאָפֿן קײן אַפֿק, אין שטאָט; איז די מױער אײַנגעפֿאַלן אױף זיבן און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס זײַנען איבערגעבליבן. און בֶן-הַדַד איז אַנטלאָפֿן און איז אַרײַן אין שטאָט, אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער. /20:31 האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זע נאָר, מיר האָבן געהערט אַז די מלכים פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל זײַנען גענאָדיקע מלכים; לאָמיר, איך בעט דיך, אָנטאָן זאַקקלײדער אױף אונדזערע לענדן, און שטריק אױף אונדזער קאָפּ, און לאָמיר אַרױסגײן צו דעם מלך פֿון ישׂראל, אפֿשר װעט ער דיך לאָזן לעבן. /20:32 האָבן זײ אָנגעגורט זאַקקלײדער אױף זײערע לענדן, און שטריק אױף זײערע קעפּ, און זײ זײַנען געקומען צו דעם מלך פֿון ישׂראל, און האָבן געזאָגט: דײַן קנעכט בֶן-הַדַד האָט געזאָגט: לאָמיך לעבן, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: לעבט ער נאָך? ער איז מײַן ברודער. /20:33 און די מענטשן האָבן עס גענומען פֿאַר אַ צײכן, און זײ האָבן זיך געאײַלט און באַװאָרנט אױב ער מײנט עס, און האָבן געזאָגט: דײַן ברודער בֶן-הַדַד. האָט ער געזאָגט: גײט ברענגט אים. איז אַרױסגעקומען צו אים בֶן-הַדַד, און ער האָט אים אַרױפֿגענומען אױפֿן רײַטװאָגן. /20:34 און [בֶן-הַדַד] האָט צו אים געזאָגט: די שטעט װאָס מײַן פֿאָטער האָט צוגענומען פֿון דײַן פֿאָטער װעל איך אומקערן, און גאַסן זאָלסטו דיר מאַכן אין דמשׂק, אַזױ װי מײַן פֿאָטער האָט געמאַכט אין שומרון. [האָט אַחאבֿ געזאָגט:] און איך װעל דיך אַװעקלאָזן מיט דעם דאָזיקן בונד. און ער האָט אים געשלאָסן אַ בונד, און האָט אים אַװעקגעלאָזט. /20:35 און אײנער אַ מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געזאָגט צו זײַן חבֿר דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}: שלאָג מיך, איך בעט דיך, און דער מאַן האָט אים ניט געװאָלט שלאָגן. /20:36 האָט ער געזאָגט: װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}, אָט גײסטו אַװעק פֿון מיר, און דיך װעט דערשלאָגן אַ לײב. און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, אַזױ האָט אים אָנגעטראָפֿן אַ לײב, און האָט אים דערשלאָגן. /20:37 האָט ער אָנגעטראָפֿן אַן אַנדער מאַן, און האָט געזאָגט: שלאָג מיך, איך בעט דיך. און דער מאַן האָט אים געשלאָגן, שלאָגנדיק ביז װוּנדן. /20:38 און דער נבֿיא איז געגאַנגען און האָט געהאַרט אױפֿן מלך בײַם װעג; און ער האָט זיך פֿאַרשטעלט מיטן קאָפּבאַנד איבער זײַנע אױגן. /20:39 און עס איז געװען, װי דער מלך איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָט ער געשריִען צום מלך און האָט געזאָגט: דײַן קנעכט איז אַרױסגעגאַנגען אין דער מלחמה, ערשט אַ מאַן האָט זיך אָפּגעקערט, און האָט געבראַכט צו מיר אַ מאַן, און האָט געזאָגט: אָט דעם דאָזיקן מאַן, אױב געמינערט װעט ער געמינערט װערן; װעט דײַן נפֿש זײַן אָנשטאָט זײַן נפֿש; אָדער אַ צענטנער זילבער װעסטו באַצאָלן: און װי דײַן קנעכט איז געװען פֿאַרטאָן דאָ און דאָרטן, אַזױ איז ער ניט געװאָרן. האָט דער מלך פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט. אַזױ זאָל זײַן דײַן משפּט; דו אַלײן האָסט געפַּסקעט. /20:41 האָט ער אױף גיך אָפּגעטאָן דעם קאָפּבאַנד פֿון זײַנע אױגן, און דער מלך פֿון ישׂראל האָט אים דערקענט, אַז ער איז פֿון די נבֿיאים. /20:42 און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: װײַל דו האָסט אַרױסגעלאָזט פֿון דער האַנט דעם מאַן פֿון מײַן חרם, זאָל דײַן נפֿש זײַן אָנשטאָט זײַן נפֿש, און דײַן פֿאָלק אָנשטאָט זײַן פֿאָלק. /20:43 און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַװעק צו זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט, און ער איז געקומען קײן שומרון.  /21:1 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן: נָבֿות דער יזרעאלי האָט געהאַט אַ װײַנגאָרטן װאָס איז געװען אין יזרעאל לעבן דעם פּאַלאַץ פֿון אַחאבֿ דעם מלך פֿון שומרון. /21:2 האָט אַחאבֿ געזאָגט צו נָבֿותן, אַזױ צו זאָגן: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן, כּדי ער זאָל מיר זײַן פֿאַר אַ גאָרטן פֿון גרינס, װײַל ער איז נאָנט לעבן מײַן הױז, און איך װעל דיר געבן אָנשטאָט אים אַ װײַנגאָרטן אַ בעסערן פֿון אים. אָדער אױב אין דײַנע אױגן איז בעסער, װעל איך דיר געבן געלט אין מקח פֿון דעם. /21:3 האָט נָבֿות געזאָגט צו אַחאבֿן: באַהיט מיך {dn גאָט}, איך זאָל דיר אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן. /21:4 איז אַחאבֿ געקומען אין זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט איבער דעם װאָרט װאָס נָבֿות דער יִזרעאֵלי האָט צו אים גערעדט, אַז ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר ניט אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן. און ער האָט זיך געלײגט אױף זײַן בעט, און האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און ניט געגעסן קײן שפּײַז. /21:5 איז צוגעקומען צו אים זײַן װײַב אִזֶבֿל, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס דײַן געמיט צעטראָגן, און דו עסט ניט קײן שפּײַז? /21:6 האָט ער צו איר געזאָגט: װײַל איך האָב גערעדט צו נָבֿות דעם יִזרעאֵלי, און איך האָב צו אים געזאָגט: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן פֿאַר געלט, אָדער אױב דו װילסט, װעל איך דיר געבן אַן אַנדער װײַנגאָרטן אָנשטאָט אים; און ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר ניט אָפּגעבן מײַן װײַנגאָרטן. 7 האָט זײַן װײַב אִזֶבֿל צו אים געזאָגט: פֿירסט דו אַצונד די מלוכה איבער ישׂראל? שטײ אױף, עס שפּײַז, אַז זאָל דײַן האַרץ זײַן פֿרײלעך. איך װעל דיר געבן דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי. 8  און זי האָט געשריבן בריװ אין אַחאבֿס נאָמען, און פֿאַרזיגלט מיט זײַן זיגל, און האָט געשיקט די בריװ צו די עלטסטע און צו די אַדללײַט װאָס אין זײַן שטאָט, װאָס האָבן געװױנט מיט נָבֿותן. /21:9 און זי האָט געשריבן אין די בריװ, אַזױ צו זאָגן: רופֿט אױס אַ תָּענית, און זעצט אַװעק נָבֿותן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. /21:10 און זעצט אַװעק צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, אַקעגן אים, זײ זאָלן עדות זאָגן אױף אים, אַזױ צו זאָגן: האָסט געלעסטערט {dn גאָט} און דעם מלך. און פֿירט אים אַרױס, און פֿאַרשטײנט אים, און ער זאָל שטאַרבן. /21:11 האָבן די מענטשן פֿון זײַן שטאָט, און די עלטסטע און די אַדללײַט װאָס האָבן געװױנט אין זײַן שטאָט, געטאָן אַזױ װי אִזֶבֿל האָט צו זײ געשיקט, אַזױ װי עס איז געװען געשריבן אין די בריװ װאָס זי האָט צו זײ געשיקט. /21:12 זײ האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית, און האָבן אַװעקגעזעצט נָבֿותן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. /21:13 און די  צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, זײַנען געקומען און האָבן זיך געזעצט אַקעגן אים; און די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן עדות געזאָגט אױף אים, אױף נָבֿותן, פֿאַרן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: נָבֿות האָט געלעסטערט {dn גאָט} און דעם מלך. און מע האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן שטאָט, און אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. /21:14 און זײ האָבן געשיקט צו אִזֶבֿלען, אַזױ צו זאָגן: נָבֿות איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט.  /21:15 און עס איז געװען, װי אִזֶבֿל האָט געהערט אַז נָבֿות איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט, אַזױ האָט אִזֶבֿל געזאָגט צו אַחאבֿן: שטײ אױף: יַרשע דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי, װאָס ער האָט דיר ניט געװאָלט געבן פֿאַר געלט. װאָרום נָבֿות לעבט ניט, נײַערט ער איז טױט. /21:16 און עס איז געװען, װי אַחאבֿ האָט געהערט אַז נָבֿות איז טױט, אַזױ איז אַחאבֿ אױפֿגעשטאַנען אַראָפּצונידערן צו דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי, כּדי אים צו יַרשען. /21:17 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: /21:18 שטײ אױף, נידער אַראָפּ אַנטקעגן אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל װאָס אין שומרון; אָן איז ער אין דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿותן, װאָס ער האָט אַהין אַראָפּגענידערט, כּדי אים צו ירשען. /21:19 און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: האָסט געהרגעט, און װילסט אױך יַרשען? און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: אױף דעם אָרט װוּ די הינט האָבן געלעקט דאָס בלוט פֿון נָבֿותן, װעלן די הינט לעקן אױך דײַן בלוט. /21:20 האָט אַחאבֿ געזאָגט צו אֵלִיָהון: האָסט מיך אָנגעקריגן, שׂונא מײַנער? האָט ער געזאָגט: איך האָב דיך אָנגעקריגן; װײַל דו האָסט זיך אָנגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /21:21 זע, איך ברענג אױף דיר אַן אומגליק, און איך װעל דיך אױסראַמען, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אַחאבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און קינד און קײט, צװישן ישׂראל. /21:22 און איך װעל מאַכן דײַן הױז אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעשא דעם זון פֿון אַחִיהן, פֿאַר דער דערצערנונג װאָס דו האָסט דערצערנט, און געמאַכט זינדיקן ישׂראל.  און אױך אױף אִזֶבֿלען האָט {dn גאָט} גערעדט, אַזױ צו זאָגן: די הינט װעלן עסן אִזֶבֿלען אין דעם פֿעסטונגגראָבן פֿון יזרעאל. /21:24 דעם װאָס שטאַרבט פֿון אַחאבֿן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן. /21:25 פֿאַר װאָר, עס איז ניט געװען אַזאַ װי אַחאבֿ װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, װײַל אים האָט אָנגערעדט זײַן װײַב אִזֶבֿל. /21:26 און ער האָט זיך באַגאַנגען זײער אומװערדיק צו גײן נאָך די אָפּגעטער, אַזױ װי אַלץ װאָס די אמורים האָבן געטאָן, װעמען {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /21:27 און עס איז געװען, װי אַחאבֿ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַקקלײד אױף זײַן לײַב, און האָט געפֿאַסט; און ער איז געלעגן אין זאַקקלײד, און איז אַרומגעגאַנגען שטילערהײט. /21:28 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: /21:29 האָסטו געזען װי אַחאבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר? װײַל ער איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר, װעל איך ניט ברענגען דאָס בײז אין זײַנע טעג; אין די טעג פֿון זײַן זון װעל איך ברענגען דאָס בײז אױף זײַן הױז. /22:1 און זײ זײַנען געזעסן דרײַ יאָר אָן אַ מלחמה צװישן ארם און צװישן ישׂראל. /22:2 אָבער עס איז געװען אױפֿן דריטן יאָר, האָט יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט צו דעם מלך פֿון ישׂראל. /22:3 און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: װײסט איר, אַז צו אונדז געהערט רמת-גִלעָד? און מיר שװײַגן, און נעמען זי ניט אַװעק פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם. /22:4 און ער האָט געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: װילסטו גײן מיט מיר אין מלחמה אױף רמת-גִלעָד? האָט יהוֹשפֿט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: אַזױ װי דו, אַזױ איך, אַזױ װי דײַן פֿאָלק, אַזױ מײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד. /22:5 און יהוֹשפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /22:6 האָט דער מלך פֿון ישׂראל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, אַרום פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָל איך גײן קעגן רמת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און {dn גאָט} װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. /22:7 האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: איז דאָ ניטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון {dn גאָט}, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים? /22:8 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ {dn גאָט} דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט ניט נבֿיאות אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס–מיכָיָהו דער זון פֿון יִמלָהן. האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ ניט רעדן. /22:9 האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיָהו דעם זון פֿון יִמלָהן. /22:10 און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בִגדֵי-[מלכות] אין אַ שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שומרון, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ. /22:11 און צִדקִיָה דער זון פֿון כּנַעַנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן ארם ביז זײ צו פֿאַרלענדן. /22:12 און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דעס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױף קײן רמת-גִלעָד, און באַגליק, און {dn גאָט} װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. /22:13 און דער שלִיח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיָהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע נאָר, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס צום מלך; זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אײנעם פֿון זײ, און זאָלסט רעדן גוטס. /22:14 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט}, אַז דאָס װאָס {dn גאָט} װעט זאָגן צו מיר, דאָס װעל איך רעדן! /22:15 איז ער געקומען צום מלך, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: מיכָיָהו, זאָלן מיר גײן צו רמת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָלן מיר אָפּשטײן? האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגליק, און {dn גאָט} װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. /22:16 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿיל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט ניט רעדן צו מיר נאָר אמת אין נאָמען פֿון {dn גאָט}? /22:17 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ ישׂראל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן ניט קײן פּאַסטוך, און {dn גאָט} האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום. /22:18 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: האָב איך דיר ניט געזאָגט, ער װעט ניט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס? /22:19 האָט ער געזאָגט: דרום הער דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}: איך האָב געזען װי {dn גאָט} זיצט אױף זײַן טראָן, און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט לעבן אים פֿון זײַן רעכטער זײַט און פֿון זײַן לינקער. /22:20 און {dn גאָט} האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאבֿן, ער זאָל אַרױפֿגײן און פֿאַלן אין רמת-גִלעָד? האָט דער געזאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ. /22:21 איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. האָט {dn גאָט} צו אים געזאָגט: מיט װאָס? /22:22 האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נבֿיאים. האָט ער געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ. /22:23 און אַצונד, זע, {dn גאָט} האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס. /22:24 האָט געזאָגט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעַנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיָהון אױפֿן באַק, און ער האָט געזאָגט: אױף װאָסער [װעג] איז דער גײַסט פֿון {dn גאָט} אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר, כּדי צו רעדן מיט דיר? /22:25 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן. /22:26 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט: נעם מיכָיָהון, און קער אים אום צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון. /22:27 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קום בשלום. /22:28 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט {dn גאָט} ניט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע.  /22:29 און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן רמת-גִלעָד. /22:30 און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו יהוֹשפֿטן:  איך װעל זיך פֿאַרשטעלן און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון ישׂראל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה. /22:31 און דער מלך פֿון ארם האָט באַפֿױלן די צװײ און דרײַסיק הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר בלױז מיטן מלך פֿון ישׂראל אַלײן. /22:32 און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז געװיס דער מלך פֿון ישׂראל. און זײ האָבן זיך אַ קער געטאָן צו אים מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשפֿט אַ געשרײ געטאָן; /22:33 איז, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז ניט דער מלך פֿון ישׂראל, אַזױ האָבן זײ זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער אים. /22:34 און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן דעם בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון ישׂראל צװישן אונטערפּאַנצער און צװישן ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו זײַן טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און פֿיר מיך אַרױס פֿון דער מחנה, װאָרום איך בין פֿאַרװוּנדט.  35  און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך איז אױפֿגעהאַלטן געװאָרן שטײענדיק אין רײַטװאָגן אַנטקעגן ארם; און אין אָװנט איז ער געשטאָרבן. און דאָס בלוט פֿון דער װוּנד איז אַראָפּגערונען אױפֿן דעק פֿון רײַטװאָגן. /22:36 איז אַרױס אַ געשרײ דורך דער מחנה אַרום זונאונטערגאַנג: איטלעכער צו זײַן שטאָט, און איטלעכער צו זײַן לאַנד! /22:37 אַזױ איז געשטאָרבן דער מלך; און ער איז געבראַכט געװאָרן קײן שומרון. און מע האָט באַגראָבן דעם מלך אין שומרון. /22:38 און אַז מע האָט אָפּגעשװענקט דעם רײַטװאָגן בײַם טײַך פֿון שומרון, האָבן די הינט געלעקט זײַן בלוט, און די זוֹנות האָבן זיך דרינען געװאַשן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט. /22:39 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַחאבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און דאָס הױז פֿון עלפֿנבײן װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /22:40 און אַחאבֿ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /22:41 און יהוֹשפֿט דער זון פֿון אָסאָן איז געװאָרן מלך איבער יהוּדה אין פֿירטן יאָר פֿון אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל. /22:42 פֿינף און דרײַסיק יאָר איז יהוֹשפֿט אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזוּבֿה די טאָכטער פֿון שִלחין. /22:43 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן–ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון–צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /22:44 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. /22:45 און יהוֹשפֿט איז געװען אין שלום מיט דעם מלך פֿון ישׂראל. /22:46 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשפֿט, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /22:47 און דעם רעשט פֿון די שאַנדמענער, װאָס איז געבליבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן, האָט ער אױסגעראַמט פֿון לאַנד. /22:48 און קײן מלך איז ניט געװען אין אדום; אַ געשטעלטער איז געװען מלך. /22:49 יהוֹשפֿט האָט געמאַכט תַּרְשִיש-שיפֿן  צו גײן קײן אוֹפֿיר נאָך גאָלד, אָבער ער איז ניט געגאַנגען, װאָרום די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן בײַ עֶציון-גֶבֿר. /22:50 דענצמאָל האָט אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאבֿן געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: זאָלן מײַנע קנעכט גײן מיט דײַנע קנעכט אין די שיפֿן; אָבער יהוֹשפֿט האָט ניט געװאָלט. /22:51 און יהוֹשפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן, אין זײַן פֿאָטער דָוִדס שטאָט; און זײַן זון יהוֹרם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /22:52 אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאבֿן איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון אין זיבעצנטן יאָר פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער ישׂראל צװײ יאָר. /22:53 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין דעם װעג פֿון זײַן מוטער, און אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /22:54 און ער האָט געדינט בַעַל, און האָט זיך געבוקט צו אים, און האָט דערצערנט {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.