תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש מְלָכִים ב /1:1 און מואָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן ישׂראל נאָך אַחאבֿס טױט.  /1:2 און אַחַזיָהו איז אַרױסגעפֿאַלן דורך דער גראַטע פֿון זײַן אױבערשטוב װאָס אין שומרון, און איז קראַנק געװאָרן. און ער האָט געשיקט שלוחים, און האָט זײ אָנגעזאָגט: גײט פֿרעגט בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם {dn גאָט} פֿון עקרון, אױב איך װעל גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט.  /1:3 און אַ מלאך פֿון {dn גאָט} האָט גערעדט צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי: שטײ אױף, גײ אַרױף אַנטקעגן די שלוחים פֿון דעם מלך פֿון שומרון, און רעד צו זײ: צי װײַל אין ישׂראל איז קײן {dn גאָט} ניטאָ, גײט איר פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם {dn גאָט} פֿון עקרון? /1:4 דרומעך האָט {dn יהוה} אַזױ געזאָגט: דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו ניט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן. איז אֵלִיָהו געגאַנגען. /1:5 און די שלוחים האָבן זיך אומגעקערט צו אים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עפּעס האָט איר זיך אומגעקערט? /1:6 האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ מאַן איז אַרױפֿגעקומען אונדז אַנטקעגן, און ער האָט צו אונדז געזאָגט: גײט קערט אײַך אום צו דעם מלך װאָס האָט אײַך געשיקט, און איר זאָלט רעדן צו אים: אַזױ האָט {dn יהוה} געזאָגט: צי װײַל אין ישׂראל איז קײן {dn גאָט} ניטאָ, שיקסטו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם {dn גאָט} פֿון עקרון? דרום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו ניט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן. /1:7 האָט ער צו זײ גערעדט: װאָס איז דאָס אױסזען פֿון דעם מאַן װאָס איז אײַך אַרױפֿגעקומען אַנטקעגן; און האָט צו אײַך גערעדט די דאָזיקע רײד? /1:8 האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ האָריקער מאַן מיט אַ פֿעלענעם גאַרטל אָנגעגורט אױף זײַנע לענדן. האָט ער געזאָגט דאָס איז אֵלִיָהו דער תִּשבי. /1:9 און ער האָט צו אים געשיקט אַ הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו אים, ערשט ער זיצט אױפֿן שפּיץ באַרג. האָט ער צו אים גערעדט: געטלעכער מאַן, דער מלך האָט געזאָגט: נידער אַראָפּ. /1:10 האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט צו דעם הױפּטמאַן פֿון די פֿופֿציק: איז, אױב איך בין אַ געטלעכער מאַן, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק. /1:11 האָט ער װידער געשיקט צו אים אַן אַנדער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און גערעדט צו אים: געטלעכער מאַן, אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: אײַל זיך נידער אַראָפּ. /1:12 האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט און האָט צו זײ גערעדט: אױב איך בין אַ געטלעכער מאַן, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק. /1:13 האָט ער װידער געשיקט צו אים אַ הױפּטמאַן פֿון דריטע פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק, און דער דריטער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק איז אַרױפֿגעגאַנגען, און ער איז געקומען און האָט זיך געבוקט אױף זײַנע קני פֿאַר אֵלִיָהון, און ער האָט זיך בײַ אים געבעטן, און האָט צו אים גערעדט: געטלעכער מאַן, זאָל, איך בעט דיך, מײַן נפֿש, און די נפֿשות פֿון די דאָזיקע פֿופֿציק קנעכט דײַנע, זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן. /1:14 זע, אַ פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט די צװײ פֿריִערדיקע הױפּטלײַט פֿון פֿופֿציק מיט זײערע פֿופֿציקן; און אַצונד, זאָל מײַן נפֿש זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן. /1:15 האָט אַ מלאך פֿון {dn גאָט} גערעדט צו אֵלִיָהון: נידער אַראָפּ מיט אים; זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר אים. איז ער אױפֿגעשטאַנען און האָט אַראָפּגענידערט מיט אים צום מלך. /1:16 און ער האָט צו אים גערעדט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: אַזױ װי דו האָסט געשיקט שלוחים צו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם {dn גאָט} פֿון עקרון, איז דאָס װײַל אין ישׂראל איז קײן {dn גאָט} ניטאָ צו פֿרעגן זײַן װאָרט? דרום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו ניט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן. /1:17 און ער איז געשטאָרבן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס אֵלִיָהו האָט גערעדט. און יהוֹרם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט אין צװײטן יאָר פֿון יהוֹרם דעם זון פֿון יהוֹשפֿטן, דעם מלך פֿון יהוּדה; װײַל ער האָט קײן זון ניט געהאַט. /1:18 און די איבעריקע זאַכן פֿון אַחַזיָהון װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /2:1 און עס איז געװען, װען {dn גאָט} האָט געזאָלט אַרױפֿנעמען אֵלִיָהון אין אַ שטורעמװינד אױפֿן הימל, זײַנען אֶלישע און אֵלִיָהו געגאַנגען פֿון גִלגָל. /2:2 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרום {dn גאָט} האָט מיך געשיקט ביז בֵית-אֵל. האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ האָבן אַראָפּגענידערט קײן בֵית-אֵל. /2:3 זײַנען אַרױסגעגאַנגען די יונגע נבֿיאים װאָס אין בֵית-אֵל צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט {dn גאָט} אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט. /2:4 האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: אֶלישע, בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרום {dn גאָט} האָט מיך געשיקט קײן יריחו. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן. און זײ זײַנען געקומען קײן יריחו. /2:5 האָבן גענענט די יונגע נבֿיאים װאָס אין יריחו צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט {dn גאָט} אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט. /2:6 האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרום {dn גאָט} האָט מיך געשיקט ביזן ירדן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען. /2:7 זײַנען פֿופֿציק מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים געגאַנגען, און האָבן זיך געשטעלט אַ קעגן איבער פֿון דער װײַטן; און זײ בײדע זײַנען געשטאַנען בײַם ירדן. /2:8 האָט אֵלִיָהו גענומען זײַן מאַנטל, און צונױפֿגעװיקלט, און געשלאָגן דאָס װאַסער, און עס האָט זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און זײ זײַנען בײדע אַריבערגעגאַנגען אין טריקעניש. /2:9 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען, אַזױ האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בעט װאָס איך זאָל דיר טאָן, אײדער איך װעל אַװעקגענומען װערן פֿון דיר. האָט אֶלישע געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אַ צװײעדיקער טײל פֿון דײַן גײַסט זײַן אױף מיר. /2:10 האָט ער געזאָגט: האָסט אַ שװערע זאַך געבעטן. אױב דו װעסט מיך זען װען איך װער אַװעקגענומען פֿון דיר, װעט דיר אַזױ געשען, אױב אָבער ניט, װעט עס ניט געשען. /2:11 און עס איז געװען, װי זײ גײען אַזױ, גײען און רעדן, ערשט אַ פֿײַערדיקער רײַטװאָגן מיט פֿײַערדיקע פֿערד, און זײ האָבן פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן זײ בײדן, און אֵלִיָהו איז אַרױף מיט אַ שטורעמװינט אין הימל. /2:12 און װי אֶלישע האָט עס געזען, אַזױ האָט ער געשריִען: פֿאָטער מײַנער, פֿאָטער מײַנער, רײַטװעגן און רײַטער פֿון ישׂראל! און ער האָט אים מער ניט געזען. האָט ער אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן אױף צװײ שטיקער. /2:13 און ער האָט אױפֿגעהױבן אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט זיך אומגעקערט און זיך געשטעלט בײַם ברעג ירדן. /2:14 און ער האָט גענומען אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, און האָט געזאָגט: װוּ איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון אֵלִיָהון? און אַז ער אױך האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, האָט דאָס װאַסער זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און אֶלישע איז אַריבערגעגאַנגען. /2:15 און די יונגע נבֿיאים װאָס פֿון יריחו האָבן אים געזען פֿון אַ קעגן איבער, און זײ האָבן געזאָגט: דער גײַסט פֿון אֵלִיָהון רוט אױף אֶלישען. און זײ זײַנען אים געקומען אַנטקעגן, און האָבן זיך געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד. /2:16 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אָט, איך בעט דיך, זײַנען צװישן דײַנע קנעכט פֿופֿציק מאַן, העלדישע יונגען; זאָלן זײ גײן, איך בעט דיך, און זוכן דײַן האַר; טאָמער האָט אים דער גײַסט פֿון {dn גאָט} פֿאַרטראָגן און אים פֿאַרװאָרפֿן אױף אײנעם פֿון די בערג, אָדער אין אײנעם פֿון די טאָלן. האָט ער געזאָגט: איר זאָלט ניט שיקן. /2:17 זײַנען זײ צוגעשטאַנען צו אים ביז ער האָט זיך געשעמט, און ער האָט געזאָגט: שיקט. און זײ האָבן געשיקט פֿופֿציק מאַן, און זײ האָבן געזוכט דרײַ טעג, און האָבן אים ניט געפֿונען. /2:18 האָבן זײ זיך אומגעקערט צו אים, װי ער איז געזעסן אין יריחו; און ער האָט צו זײ געזאָגט: האָב איך אײַך ניט געזאָגט: איר זאָלט ניט גײן? /2:19 און די מענטשן פֿון דער שטאָט האָבן געזאָגט צו אֶלישען: זע נאָר, דער אָרט פֿון דער שטאָט איז אַ גוטער, אַזױ װי אונדזער האַר זעט, אָבער דאָס װאַסער איז שלעכט, און דאָס לאַנד פֿאַרװאַרפֿט. /2:20 האָט ער געזאָגט: ברענגט מיר אַ נײַע שיסל, און טוט אַרײַן אַהין זאַלץ. האָבן זײ עס אים געבראַכט. /2:21 און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דעם אַרױסגאַנג פֿונעם װאַסער, און האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן זאַלץ, און געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איך האָב געזונט געמאַכט דאָס דאָזיקע װאַסער; מער זאָל פֿון דאָרטן ניט זײַן קײן טױט און קײן פֿאַרװאַרפֿערין. /2:22 און דאָס װאַסער איז געזונט געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס אֶלישע האָט גערעדט. /2:23 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן בֵית-אֵל. און װי ער גײט אַרױף מיטן װעג, אַזױ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט קלײנע ייִנגלעך, און האָבן געשפּעט פֿון אים, און האָבן צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! /2:24 האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט זײ דערזען, און ער האָט זײ געשלאָגן אין נאָמען פֿון {dn גאָט}. זײַנען אַרױסגעקומען צװײ בערינטעס פֿון װאַלד, און האָבן צעריסן פֿון זײ צװײ און פֿערציק קינדער. און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן צום באַרג כַּרמל, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך אומגעקערט קײן שומרון. /3:1 און יהוֹרם דער זון פֿון אַחאבֿן איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון אין אַכצנטן יאָר פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט צװעלף יאָר.  /3:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, נאָר ניט אַזױ װי זײַן פֿאָטער און װי זײַן מוטער; װאָרום ער האָט אָפּגעטאָן דעם זײַלשטײן פֿון בַעַל װאָס זײַן פֿאָטער האָט געמאַכט. /3:3 אָבער ער איז געװען באַהעפֿט אָן די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון. /3:4 און מֵישַע דער מלך פֿון מואָבֿ האָט געהאַלטן שאָף, און ער פֿלעגט צאָלן דעם מלך פֿון ישׂראל די װאָל פֿון הונדערט טױזנט לעמער און הונדערט טױזנט װידערס. /3:5 און עס איז געװען, װי אַחאבֿ איז געשטאָרבן, אַזױ האָט דער מלך פֿון מואָבֿ װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון ישׂראל. /3:6 איז דער מלך יהוֹרם אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿון שומרון, און האָט איבערגעצײלט גאַנץ ישׂראל. /3:7 און ער איז געגאַנגען און האָט געשיקט צו יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון מואָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן מיר; װעסטו גײן מיט מיר אַקעגן מואָבֿ אױף מלחמה? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן; אַזױ װי דו אַזױ איך; אַזױ װי דײַן פֿאָלק אַזױ מײַן פֿאָלק; אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד. 8 האָט ער געפֿרעגט: מיט װאָסער װעג זאָלן מיר אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: מיטן װעג פֿון דעם מדבר פֿון אדום. 9 איז געגאַנגען דער מלך פֿון ישׂראל, און דער מלך פֿון יהוּדה, און דער מלך פֿון אדום, און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט זיבן טעג װעגס, און עס איז ניט געװען קײן װאַסער פֿאַרן חיל, און פֿאַר די בהמות װאָס הינטער זײ. /3:10 האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט: װײ! װאָרום {dn גאָט} האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מואָבֿ. /3:11 האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: איז דאָ ניטאָ אַ נבֿיא פֿון {dn גאָט}, אַז מיר זאָלן פֿרעגן דורך אים בײַ {dn גאָט}? האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל, און האָט געזאָגט: דאָ איז דאָ אֶלישע דער זון פֿון שָפֿטן, װאָס האָט געגאָסן װאַסער אױף די הענט פֿון אֵלִיָהון. /3:12 האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: בײַ אים איז דאָ דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט און דער מלך פֿון אדום האָבן אַראָפּגענידערט צו אים. /3:13 האָט אֶלישע געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר? גײ צו די נבֿיאים פֿון דײַן פֿאָטער, און צו די נבֿיאים פֿון דײַן מוטער. האָט דער מלך פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט: ניטע! װאָרום {dn גאָט} האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מואָבֿ. /3:14 האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט} פֿון צבֿאות װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז װען איך שױן ניט דעם פּנים פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אױב איך װאָלט געקוקט אױף דיר, און אױב איך װאָלט דיך אָנגעזען! /3:15 און אַצונד, ברענגט מיר אַ שפּילער. און עס איז געװען, װי דער שפּילער האָט געשפּילט, אַזױ איז אױף אים געװען די האַנט פֿון {dn גאָט}. /3:16 און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מאַכט דעם דאָזיקן טאָל גריבער אױף גריבער. /3:17 װאָרום אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איר װעט ניט זען קײן װינט, און ניט זען קײן רעגן, און דער דאָזיקער טאָל װעט אָנגעפֿילט װערן מיט װאַסער, און איר װעט טרינקען, איר און אײַערע פֿי און אײַערע בהמות. /3:18 און דאָס איז נאָך װינציק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער װעט אײַך געבן מואָבֿ אין אײַער האַנט. /3:19 און איר װעט שלאָגן יעטװעדער באַפֿעסטיקטע שטאָט, און יעטװעדער אױסדערװײלטע שטאָט; און יעטװעדער גוטן בױם װעט איר אײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער קװאַל װאַסער װעט איר פֿאַרשטאָפּן, און יעטװעדער גוט שטיק פֿעלד װעט איר פֿאַרדאַרבן מיט שטײנער. /3:20 און עס איז געװען אין דער פֿרי, װען מע ברענגט אױף דעם קרבן, ערשט װאַסער קומט אַרױס פֿון דעם װעג פֿון אדום, און דאָס לאַנד איז פֿול געװאָרן מיטן װאַסער. /3:21 און גאַנץ מואָבֿ האָבן געהערט אַז די מלכים זײַנען אַרױפֿגעקומען מלחמה צו האַלטן אױף זײ, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, פֿון איטלעכן װאָס גורט אָן אַן אָנגורט און העכער; און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם געמאַרק. /3:22 און װי זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, אַזױ האָט די זון געשײַנט אױפֿן װאַסער, און די מואָבֿים האָבן געזען פֿון װײַטן דאָס װאַסער רױט אַזױ װי בלוט. /3:23 האָבן זײ געזאָגט: בלוט איז דאָס; צעקריגן האָבן זיך צעקריגט די מלכים, און זײ האָבן געשלאָגן אײנער דעם אַנדערן. און אַצונד, צום רױב, מואָבֿ! /3:24 און זײ זײַנען געקומען אין לאַגער פֿון ישׂראל, און די ישׂראל זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשלאָגן מואָבֿ. /3:25 און די שטעט האָבן זײ צעשטערט, און װוּ נאָר אַ גוט שטיק פֿעלד, האָבן זײ איטלעכער געװאָרפֿן אַ שטײן און האָבן עס אָנגעפֿילט, און יעטװעדער קװאַל װאַסער האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט. און יעטװעדער גוטן בױם האָבן זײ אײַנגעװאָרפֿן, ביז זײ האָבן בלױז איבערגעלאָזן אירע מױערשטײנער אין קיר-חַרֶשֶת; און די שלײדערער האָבן זי אַרומגערינגלט, און האָבן זי צעשלאָגן. /3:26 און דער מלך פֿון מואָבֿ האָט געזען אַז די מלחמה איז שטאַרקער פֿון אים, און ער האָט גענומען מיט זיך זיבן הונדערט מאַן װאָס ציִען אַ שװערד, כּדי דורכצוברעכן צו דעם מלך פֿון אדום, אָבער זײ האָבן ניט געקענט. /3:27 האָט ער גענומען זײַן זון דעם בכור װאָס האָט געזאָלט קיניגן נאָך אים, און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אױף דער מױער. און עס איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן אױף ישׂראל; און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אים, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד. /4:1 און אײנע אַ פֿרױ פֿון די װײַבער פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געשריִען צו אֶלישע, אַזױ צו זאָגן: דײַן קנעכט, מײַן מאַן, איז טױט; און דו װײסט אַז דײַן קנעכט איז געװען גאָטספֿאָרכטיק; און דער בַעַל-חובֿ איז געקומען נעמען צו זיך מײַנע צװײ קינדער פֿאַר קנעכט. /4:2 האָט אֶלישע צו איר געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר טאָן? זאָג מיר װאָס האָסטו אין הױז? האָט זי געזאָגט: דײַן דינסט האָט גאָרנישט אין הױז, נאָר בלױז אַ קריגל אײל. /4:3 האָט ער געזאָגט: גײ, באָרג דיר כּלים פֿון דערױסן, פֿון אַלע דײַנע שכנים, לײדיקע כּלים; זאָלסט ניט קאַרגן. /4:4 און זאָלסט אַרײַנגײן און פֿאַרשליסן די טיר הינטער דיר און הינטער דײַנע זין, און זאָלסט אָנגיסן אין אַלע די דאָזיקע כּלים; און די פֿולע זאָלסטו אַװעקרוקן. /4:5 איז זי אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, און זי האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זיך און הינטער אירע זין: זײ האָבן איר דערלאַנגט, און זי האָט אָנגעגאָסן. /4:6 און עס איז געװען, װי די כּלים זײַנען געװאָרן פֿול, אַזױ האָט זי געזאָגט צו איר זון: דערלאַנג מיר נאָך אַ כּלי. האָט ער צו איר געזאָגט: ניטאָ מער קײן כּלי. און דאָס אײל האָט זיך אָפּגעשטעלט. /4:7 איז זי געקומען, און האָט דערצײלט דעם געטלעכן מאַן, און ער האָט געזאָגט: גײ פֿאַרקױף דאָס אײל, און באַצאָל דײַן חובֿ, און דו מיט דײַנע זין װעסט לעבן אױף דעם רעשט. /4:8 און עס איז געװען אײן טאָג, איז אֶלישע אַריבערגעגאַנגען קײן שוּנֵם, און דאָרטן איז געװען אַ רײַכע פֿרױ, האָט זי אים פֿאַרהאַלטן צו עסן ברױט. און עס איז געװען, אַז װען נאָר ער איז דורכגעגאַנגען, פֿלעגט ער פֿאַרקערן אַהין צו עסן ברױט. /4:9 האָט זי געזאָגט צו איר מאַן: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דאָס איז אַ הײליקער מאַן פֿון {dn גאָט} װאָס גײט דורך בײַ אונדז תּמיד. /4:10 לאָמיר מאַכן, איך בעט דיך, אַ קלײן געמױערט אױבערסטיבל, און לאָמיר דאָרטן אַװעקשטעלן פֿאַר אים אַ בעט, און אַ טיש און אַ שטול, און אַ לאָמפּ, און עס װעט זײַן, װי ער קומט צו אונדז, אַזױ װעט ער אײַנקערן אַהין. /4:11 און עס איז געװען אײן טאָג, איז ער אַהין געקומען, און ער האָט אײַנגעקערט אין דער אױבערשטוב, און האָט זיך דאָרטן געלײגט. /4:12 און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג גֵיחזי: רוף די דאָזיקע שוּנַמית. האָט ער זי גערופֿן, און זי האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים. /4:13 האָט ער צו אים געזאָגט: זאָג אַקאָרשט צו איר: זע, דו האָסט געזאָרגט פֿון אונדזערט װעגן די דאָזיקע גאַנצע זאָרג; װאָס איז דאָ צו טאָן פֿאַר דיר? איז דאָ צו רעדן פֿאַר דיר צום מלך אָדער צום האַר פֿון חיל? האָט זי געזאָגט: צװישן מײַן שטאַם זיץ איך. /4:14 האָט ער געזאָגט: װאָס איז פֿאָרט דאָ צו טאָן פֿאַר איר? האָט גֵיחזי געזאָגט: פֿאַר װאָר זי האָט ניט קײן קינד, און איר מאַן איז אַלט. /4:15 האָט ער געזאָגט: רוף זי, און ער האָט זי גערופֿן, און זי האָט זיך געשטעלט אין טיר. /4:16 האָט ער געזאָגט: אין דער צײַט, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, װעסטו האַלדזן אַ זון. האָט זי געזאָגט: נײן, מײַן האַר געטלעכער מאַן! זאָלסט ניט נאַרן דײַן דינסט. /4:17 און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן אַ זון אין דער צײַט אין אַ יאָר אַרום, אַזױ װי אֶלישע האָט צו איר גערעדט. /4:18 און דאָס קינד איז אױפֿגעװאַקסן; און עס איז געװען אײן טאָג, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו זײַן פֿאָטער בײַ די שניטערס. /4:19 און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: מײַן קאָפּ, מײַן קאָפּ! האָט ער געזאָגט צום יונג: טראָג אים אַװעק צו זײַן מוטער. /4:20 האָט ער אים אַװעקגעטראָגן און אים געבראַכט צו זײַן מוטער. און ער איז געזעסן אױף אירע קני ביז האַלבן טאָג, און איז געשטאָרבן. איז זי אַרױפֿגעגאַנגען, און האָט אים אַװעקגעלײגט אױפֿן בעט פֿון דעם געטלעכן מאַן, און זי האָט אים פֿאַרשלאָסן, און איז אַרױסגעגאַנגען. /4:22 און זי האָט גערופֿן צו איר מאַן און האָט געזאָגט: שיק מיר, איך בעט דיך, אײנעם פֿון די יונגען מיט אײנער פֿון די אײזעלינס, און איך װעל אַריבערלױפֿן צום געטלעכן מאַן, און װעל זיך אומקערן. /4:23 האָט ער צו איר געזאָגט: פֿאַר װאָס גײסטו צו אים הײַנט, ניט ראש-חודש און ניט שבת? האָט זי געזאָגט: עס איז פֿריד. /4:24 און זי האָט אָנגעזאָטלט די אײזעלין, און האָט געזאָגט צו איר יונג: טרײַב און גײ; זאָלסט מיך ניט אױפֿהאַלטן אין רײַטן, סײַדן איך האָב דיר געהײסן. /4:25 און זי איז געגאַנגען און געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג כַּרמל. און עס איז געװען, װי דער געטלעכער מאַן האָט זי דערזען פֿון װײַטן, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן יונג גֵיחזין: אָן איז יענע שוּנַמית. /4:26 אַצונד לױף אַקאָרשט איר אַנטקעגן, און זאָג צו איר: איז פֿריד צו דיר? איז פֿריד צו דײַן מאַן? איז פֿריד צום קינד? האָט זי געזאָגט: פֿריד. /4:27 און זי איז געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג, און זי האָט זיך אָנגענומען אָן זײַנע פֿיס; האָט גֵיחזי גענענט זי אַװעקצושטױסן, אָבער דער געטלעכער מאַן האָט געזאָגט: לאָז זי אָפּ, װאָרום איר זעל איז פֿאַרביטערט, און {dn גאָט} האָט פֿאַרהױלן פֿון מיר, און האָט מיר ניט דערצײלט. /4:28 האָט זי געזאָגט: האָב איך דען געבעטן אַ זון בײַ מײַן האַר? האָב איך ניט געזאָגט: זאָלסט מיך ניט גענאַרן? /4:29 האָט ער געזאָגט צו גֵיחזין: גורט אָן דײַנע לענדן, און נעם מײַן שטעקן אין דײַן האַנט, און גײ; אַז דו װעסט אָנטרעפֿן עמיצן, זאָלסטו אים ניט באַגריסן, און אַז עמעצער װעט דיך באַגריסן, זאָלסטו אים ניט ענטפֿערן; און זאָלסט אַרױפֿטאָן מײַן שטעקן אױפֿן ייִנגלס פּנים. /4:30 האָט געזאָגט די מוטער פֿון ייִנגל: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך אָפּלאָזן! איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען נאָך איר. /4:31 און גֵיחזי איז אַװעקגעגאַנגען זײ פֿאַרױס, און האָט אַרױפֿגעטאָן דעם שטעקן אױפֿן ייִנגלס פּנים, אָבער קײן קָול און קײן הערונג. האָט ער זיך אומגעקערט אים אַנטקעגן, און האָט אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: דער ייִנגל האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט. /4:32 און אֶלישע איז געקומען אין הױז, ערשט דער ייִנגל איז טױט, אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט. /4:33 איז ער אַרײַנגעגאַנגען און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זײ צװײען, און ער האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}. /4:34 און ער איז אַרױף און האָט זיך געלײגט איבערן קינד, און האָט אַרױפֿגעטאָן זײַן מױל אױף זײַן מױל, און זײַנע אױגן אױף זײַנע אױגן, און זײַנע הענט אױף זײַנע הענט, און ער האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים, ביז דער לײַב פֿון ייִנגל איז געװאָרן װאַרעם. /4:35 און ער האָט זיך אומגעקערט, און איז אומגעגאַנגען אין הױז אײן מאָל אַהין און אײן מאָל אַהער; און ער איז אַרױף און האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים; און דער ייִנגל האָט גענאָסן ביז זיבן מאָל, און דער ייִנגל האָט אױפֿגעמאַכט זײַנע אױגן. /4:38 האָט ער גערופֿן גֵיחזין, און האָט געזאָגט: רוף די דאָזיקע שוּנַמית. האָט ער זי גערופֿן, און זי איז אַרײַנגעקומען צו אים; האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון. /4:37 איז זי צוגעקומען, און איז געפֿאַלן צו זײַנע פֿיס, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. און זי האָט גענומען איר זון, און איז אַרױסגעגאַנגען. /4:38 און אֶלישע האָט זיך אומגעקערט קײן גִלגָל; און אַ הונגער איז געװען אין לאַנד; און די יונגע נבֿיאים זײַנען געזעסן פֿאַר אים; האָט ער געזאָגט צו זײַן יונג: שטעל צו דעם גרױסן טאָפּ, און קאָך אָפּ אַ געקעכטס פֿאַר די יונגע נבֿיאים. /4:39 איז אײנער אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד קלײַבן קרײַטעכער, און ער האָט געפֿונען אַ פֿעלדבײמל און האָט אָנגעקליבן דערפֿון װילדע אוגערקעס אַ פֿול קלײד זײַנס. און ער איז געקומען און האָט עס אַרײַנגעשניטן אין טאָפּ געקעכטס; װײַל זײ האָבן עס ניט געקענט. /4:40 האָט מען אַרײַנגעגאָסן די מענטשן צום עסן; און עס איז געװען, װי זײ האָבן געגעסן פֿון דעם געקעכטס, אַזױ האָבן זײ אױסגעשריִען און געזאָגט: טױט איז אין טאָפּ, געטלעכער מאַן. און זײ האָבן ניט געקענט עסן. /4:41 האָט ער געזאָגט: טאָ ברענגט מעל. און ער האָט אַרײַנגעשאָטן אין טאָפּ, און האָט געזאָגט: גיס אַרײַן פֿאַר די מענטשן, און זאָלן זײ עסן. און קײן שום בײז איז אין טאָפּ ניט געװען. /4:42 און אַ מאַן איז געקומען פֿון בַעַל-שָלִשָה, און האָט געבראַכט דעם געטלעכן מאַן ברױט פֿון ערשטער תּבֿואה, צװאַנציק גערשטענע ברױטן, און פֿרישע זאַנגען אין זײַן זאַק. האָט ער געזאָגט: גיב די מענטשן און זאָלן זײ עסן. /4:43 האָט זײַן משרת געזאָגט: װי קען איך דאָס דערלאַנגען פֿאַר הונדערט מאַן? האָט ער געזאָגט: גיב די מענטשן, און זאָלן זײ עסן. װאָרום אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: זײ װעלן עסן און נאָך איבערלאָזן. /4:44 און ער האָט דערלאַנגט פֿאַר זײ, און זײ האָבן געגעסן און נאָך איבערגעלאָזן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /5:1 און נַעֲמָן דער חיל-פֿירער פֿון דעם מלך פֿון ארם איז געװען אַ גרױסער מאַן בײַ זײַן האַר, און אָנגעזען, װאָרום דורך אים האָט {dn גאָט} געגעבן אַ גרױסע ישועה צו ארם. און דער מאַן איז געװען אַ העלדישער גִבור, אָבער אַ מצוֹרע. /5:2 און די אַרַמים זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין באַנדעס, און האָבן געפֿאַנגען פֿון לאַנד ישׂראל אַ קלײן מײדל; און זי האָט באַדינט נַעֲמָנס װײַב. /5:3 האָט זי געזאָגט צו איר האַרינטע: הלװאי איז מײַן האַר בײַ דעם נבֿיא װאָס אין שומרון; ער װאָלט אים דענצמאָל אױסגעהײלט פֿון זײַן צרעת. /5:4 איז ער געקומען און האָט דערצײלט זײַן האַר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט גערעדט די מײדל װאָס פֿון לאַנד ישׂראל. /5:5 האָט דער מלך פֿון ארם געזאָגט: קום גײ, און איך װעל שיקן אַ בריװ צו דעם מלך פֿון ישׂראל. איז ער געגאַנגען און ער האָט גענומען מיט זיך צען צענטנער זילבער, און זעקסטױזנט גאָלדשטיק, און צען גאַנג קלײדער. /5:6 און ער האָט געבראַכט דעם בריװ צו דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: און אַצונד, װי דער דאָזיקער בריװ קומט צו דיר, אָט האָב איך דיר געשיקט מײַן קנעכט נַעֲמָנען, זאָלסטו אים אױסהײלן פֿון זײַן צרעת. /5:7 און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון ישׂראל האָט איבערגעלײענט דעם בריװ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט געזאָגט: בין איך דען אַ {dn גאָט} צו טײטן און צו מאַכן לעבעדיק, אַז דער דאָזיקער שיקט צו מיר, צו הײלן אַ מענטש פֿון זײַן צרעת? יאָ, מערקט נאָר, איך בעט אײַך, און זעט, אַז אַן אױסרײד ער זוכט אַקעגן מיר. /5:8 און עס איז געװען, װי אֶלישע דער געטלעכער מאַן האָט געהערט אַז דער מלך פֿון ישׂראל האָט צעריסן זײַנע קלײדער, האָט ער געשיקט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו צעריסן דײַנע קלײדער? זאָל ער אַקאָרשט קומען צו מיר, און ער װעט װיסן אַז עס איז דאָ אַ נבֿיא אין ישׂראל. /5:9 איז נַעֲמָן געקומען מיט זײַנע פֿערד און מיט זײַנע רײַטװעגן, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון אֶלישעס הױז.  /5:10 האָט אֶלישע געשיקט צו אים אַ שָלִיח, אַזױ צו זאָגן: גײ, און זאָלסט זיך באָדן זיבן מאָל אין ירדן, און דײַן לײַב װעט זיך אומקערן צו דיר, און װעסט װערן רײן. /5:11 האָט נַעֲמָן געצערנט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט געזאָגט: זע, איך האָב געמײנט, אַרױסגײן װעט ער אַרױסגײן צו מיר, און װעט זיך אַװעקשטעלן און װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}, און פֿאָכן מיט זײַן האַנט אױף דעם אָרט, און אַװעקנעמען די צרעת. /5:12 זײַנען ניט אַַמָנָה און פַּרפַּר, די טײַכן פֿון דמשׂק בעסער פֿון אַלע װאַסערן פֿון ישׂראל? קען איך זיך ניט באָדן אין זײ, און װערן רײן? און ער האָט זיך אומגעקערט און איז אַװעקגעגאַנגען מיט גרימצאָרן. /5:13 האָבן זײַנע קנעכט גענענט, און האָבן גערעדט און צו אים געזאָגט: מײַן פֿאָטער, אַז דער נבֿיא װאָלט דיר געהײסן אַ גרױסע זאַך, װאָלסטו דען ניט געטאָן? הײַנט װי אַז ער זאָגט דיר נאָר: באָד זיך, און װער רײן? /5:14 האָט ער אַראָפּגענידערט און זיך געטוֹבֿלט אין ירדן זיבן מאָל, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם געטלעכן מאַן, און זײַן לײַב האָט זיך אומגעקערט אַזױ װי דער לײַב פֿון אַ קלײן ייִנגל, און ער איז געװאָרן רײן. /5:15 האָט ער זיך אומגעקערט צום געטלעכן מאַן, ער מיט זײַן גאַנצער מחנה, און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: אָט אַצונד װײס איך אַז ניטאָ קײן {dn גאָט} אױף דער גאַנצער ערד נאָר בלױז אין ישׂראל. און אַצונד, נעם אָן, איך בעט דיך, אַ מתּנה פֿון דײַן קנעכט. /5:16 האָט ער געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב איך װעל נעמען! און ער איז צוגעשטאַנען צו אים צו נעמען, אָבער ער האָט ניט געװאָלט. /5:17 האָט נַעֲמָן געזאָגט: אױב דאָס ניט, זאָל, איך בעט דיך, געגעבן װערן דײַן קנעכט ערד, די משׂא פֿון צװײ מױלאײזלען; װאָרום דײַן קנעכט װעט מער ניט מאַכן בראַנדאָפּפֿער אָדער שלאַכטאָפּפֿער צו אַנדערע געטער נאָר בלױז צו {dn יהוה}. /5:18 פֿאַר דער דאָזיקער זאַך זאָל {dn יהוה} פֿאַרגעבן דײַן קנעכט: װען מײַן האַר קומט אין הױז פֿון רִמוֹן זיך דאָרטן צו בוקן, און ער איז אָנגעלענט אױף מײַן האַנט, און איך װעל זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, װען איך מוז זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, זאָל {dn יהוה} פֿאַרגעבן דײַן קנעכט אין דער דאָזיקער זאַך. /5:19 האָט ער צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים אַ שטרעק לאַנד. /5:20 און גֵיחזי, דער יונג פֿון אֶלישע דעם געטלעכן מאַן, האָט געזאָגט: אָט האָט מײַן האַר אָפּגעזאָגט דעם דאָזיקן נַעֲמָן דעם אַרַמי, אָנצונעמען פֿון זײַן האַנט דאָס װאָס ער האָט געבראַכט. אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אַז איך מוז אים נאָכלױפֿן, און נעמען פֿון אים עפּעס! /5:21 און גֵיחזי האָט נאָכגעיאָגט נַעֲמָנען; און װי נַעֲמָן האָט געזען עמיצן לױפֿן נאָך אים, אַזױ איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון רײַטװאָגן אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: איז פֿריד? /5:22 האָט ער געזאָגט: פֿריד. מײַן האַר האָט מיך געשיקט אַזױ צו זאָגן: אָט אַקאָרשט אַצונד זײַנען געקומען צו מיר צװײ יונגעלײַט פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, פֿון די יונגע נבֿיאים. גיב פֿאַר זײ, איך בעט דיך, אַ צענטנער זילבער און צװײ גאַנג קלײדער. /5:23 האָט נַעֲמָן געזאָגט: באַװיליק, נעם צװײ צענטער. און ער איז צוגעשטאַנען צו אים, און האָט אײַנגעבונדן צװײ צענטנער זילבער אין צװײ זעקלעך, און צװײ גאַנג קלײדער, און געגעבן צו צװײ פֿון זײַנע יונגען, און זײ האָבן עס געטראָגן אים פֿאַרױס. /5:24 און װי ער איז געקומען צום בערגל, אַזױ האָט ער עס צוגענומען פֿון זײער האַנט, און באַהאַלטן אין הױז; און ער האָט אַװעקגעשיקט די מענטשן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. /5:25 און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן האַר. האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען, גֵיחזי? האָט ער געזאָגט: דײַן קנעכט איז אין ערגעץ ניט געגאַנגען. /5:26 האָט ער צו אים געזאָגט: איז ניט מײַן האַרץ מיטגעגאַנגען װען אַ מאַן האָט זיך אומגעדרײט פֿון זײַן רײַטװאָגן דיר אַנטקעגן? איז דאָס אַ צײַט צו נעמען זילבער, און נעמען קלײדער, אָדער אײלבערטגערטנער און װײַנגערטנער, אָדער שאָף און רינדער, אָדער קנעכט און דינסטן? /5:27 דרום זאָל נַעֲמָנס צרעת זיך באַהעפֿטן אָן דיר און אָן דײַן זאָמען אױף אײביק. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים מצוֹרע [װײַס] װי שנײ.  /6:1 און די יונגע נבֿיאים האָבן געזאָגט צו אֶלישע. זע נאָר, דער אָרט װוּ מיר זיצן פֿאַר דיר איז צו ענג פֿאַר אונדז. /6:2 לאָמיר גײן ביזן ירדן, און לאָמיר נעמען פֿון דאָרטן איטלעכער פֿון אונדז אײן קלאָץ, און לאָמיר אונדז דאָרטן מאַכן אַן אָרט צו װױנען דאָרטן. האָט ער געזאָגט: גײט. /6:3 האָט אײנער געזאָגט: באַװיליק, איך בעט דיך, און גײ מיט דײַנע קנעכט. - האָט ער געזאָגט: איך װעל גײן. /6:4 איז ער געגאַנגען מיט זײ, און זײ זײַנען געקומען צום ירדן, און זײ האָבן אָפּגעהאַקט די בײמער. /6:5 און עס איז געװען, װי אײנער װאַרפֿט אום אַ קלאָץ, אַזױ איז דער אײַזן אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער, און ער האָט אױסגעשריִען און געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָרום ער איז אַ געליִענער. /6:6 האָט דער געטלעכער מאַן געזאָגט: װוּ איז ער אַרײַנגעפֿאַלן? האָט ער אים געװיזן דעם אָרט, און ער האָט אָפּגעשניטן אַ העלצל, און האָט עס אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן, און דער אײַזן איז אַרױפֿגעשװוּמען. /6:7 און ער האָט געזאָגט: הײב דיר אים אַרױס; האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט אים אַרױסגענומען. /6:8 און דער מלך פֿון ארם האָט געהאַלטן מלחמה אױף ישׂראל, און ער האָט אָפּגערעדט מיט זײַנע קנעכט, אַזױ צו זאָגן: אין יענעם און יענעם אָרט װעט זײַן מײַן לאַגערונג. /6:9 האָט דער געטלעכער מאַן געשיקט צו דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: היט זיך פֿאַרבײַצוגײן דעם דאָזיקן אָרט, װאָרום אַהין לאָזן זיך אַראָפּ די אַרַמים. /6:10 און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געשיקט צו דעם אָרט װאָס דער געטלעכער מאַן האָט אים געזאָגט און אים געװאָרנט; און ער האָט זיך דאָרטן אױסגעהיט ניט אײן מאָל און ניט צװײ מאָל. /6:11 איז אױפֿגערודערט געװאָרן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון ארם איבער דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט גערופֿן זײַנע קנעכט, און האָט צו זײ געזאָגט: קענט איר מיר ניט זאָגן, װער פֿון אונדזערע איז מיט דעם מלך פֿון ישׂראל? האָט אײנער פֿון זײַנע קנעכט געזאָגט: נײן, מײַן האַר מלך, נײַערט אֶלישע דער נבֿיא װאָס אין ישׂראל דערצײלט דעם מלך פֿון ישׂראל די רײד װאָס דו רעדסט אין דײַן שלאָפֿקאַמער. /6:13 האָט ער געזאָגט: גײט און זעט װוּ ער איז, און איך װעל שיקן און װעל אים נעמען. איז אים אָנגעזאָגט געװאָרן, אַזױ צו זאָגן: ער איז אין דוֹתן. /6:14 און ער האָט געשיקט אַהין פֿערד און רײַטװעגן און אַ גרױסן חיל, און זײ זײַנען געקומען בײַ נאַכט, און האָבן אַרומגערינגלט די שטאָט. /6:15 און דער משרת פֿון דעם געטלעכן מאַן האָט זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען, ערשט אַ חיל רינגלט אַרום די שטאָט, מיט פֿערד און רײַטװעגן. האָט זײַן יונג צו אים געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָס זאָלן מיר טאָן? /6:16 האָט ער געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן; װאָרום די װאָס מיט אונדז זײַנען מער װי די װאָס מיט זײ. /6:17 און אֶלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט: {dn גאָט} עפֿן, איך בעט דיך, זײַנע אױגן, און זאָל ער זען. האָט {dn גאָט} געעפֿנט די אױגן פֿון דעם יונג, און ער האָט געזען, ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד און רײַטװעגן פֿײַערדיקע רונד אַרום אֶלישען. /6:18 און װי זײ האָבן אַראָפּגענידערט צו אים, אַזױ האָט אֶלישע מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: שלאָג, איך בעט דיך, דאָס דאָזיקע פֿאָלק מיט בלינדקײט. האָט ער זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֶלישען. /6:19 און אֶלישע האָט צו זײ געזאָגט: ניט דאָס איז דער װעג, און ניט דאָס איז די שטאָט. גײט מיר נאָך און איך װעל אײַך פֿירן צו דעם מאַן װאָס איר זוכט. און ער האָט זײ אַװעקגעפֿירט קײן שומרון. /6:20 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געקומען קײן שומרון, אַזױ האָט אֶלישע געזאָגט: {dn גאָט}, עפֿן די אױגן פֿון די דאָזיקע, זײ זאָלן זען. האָט {dn גאָט} געעפֿנט זײערע אױגן, און זײ האָבן געזען, ערשט זײ זײַנען אין מיטן שומרון. /6:21 און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו אֶלישען, װען ער האָט זײ געזען: זאָל איך דערשלאָגן? זאָל איך דערשלאָגן, מײַן פֿאָטער? /6:22 האָט ער געזאָגט: זאָלסט ניט דערשלאָגן. צי די װאָס דו האָסט געפֿאַנגען מיט דײַן שװערד און מיט דײַן בױגן דערשלאָגסט דאָס? שטעל פֿאַר זײ ברױט און װאַסער, און זאָלן זײ עסן און טרינקען, און גײן צו זײער האַר. /6:23 האָט ער זײ געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, און ער האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײער האַר. און די באַנדעס פֿון ארם זײַנען מער װידער ניט געקומען אין לאַנד פֿון ישׂראל. /6:24 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט בן-הַדַד דער מלך פֿון ארם אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שומרון. /6:25 און עס איז געװאָרן אַ גרױסער הונגער אין שומרון, בעת-אָט זײ האָבן געלעגערט אױף איר, ביז אַ קאָפּ פֿון אַן אײזל איז געװען אַכציק זילבערסטיק און אַ פֿערטל קַבֿ טױבנמיסט פֿינף זילבערסטיק. /6:26 און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון ישׂראל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, האָט אַ פֿרױ געשריִען צו אים, אַזױ צו זאָגן: העלף, מײַן האַר מלך. /6:27 האָט ער געזאָגט: אַז {dn גאָט} העלפֿט דיר ניט, פֿון װאַנען זאָל איך דיר העלפֿן? פֿון שײַער צי פֿון קעלער? /6:28 און דער מלך האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: די דאָזיקע פֿרױ האָט צו מיר געזאָגט: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים הײַנט אױפֿעסן, און מײַן זון װעלן מיר אױפֿעסן מאָרגן. /6:29 האָבן מיר אָפּגעקאָכט מײַן זון, און מיר האָבן אים אױפֿגעגעסן; און אַז איך האָב צו איר געזאָגט אױפֿן אַנדערן טאָג: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים אױפֿעסן, האָט זי באַהאַלטן איר זון. /6:30 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דער פֿרױ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, בעת ער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, און דאָס פֿאָלק האָט געזען, ערשט זאַק איז אױף זײַן לײַב פֿון אונטן. /6:31 און ער האָט געזאָגט: זאָל מיר {dn גאָט} טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער קאָפּ פֿון אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן װעט בלײַבן אױף אים הײַנט! /6:32 און אֶלישע איז געזעסן אין זײַן הױז, און די עלטסטע זײַנען געזעסן מיט אים. און [דער מלך] האָט געשיקט פֿון זיך אַ מאַן. אָבער אײדער דער שָלִיח איז אָנגעקומען צו אים, האָט ער געזאָגט צו די עלטסטע: איר זעט װי דער דאָזיקער זון פֿון דעם רוצֵח שיקט אַראָפּצונעמען מײַן קאָפּ? זעט, װי דער שָלִיח קומט, פֿאַרשליסט די טיר, און איר זאָלט זיך אָנשפּאַרן אָן דער טיר אַקעגן אים. פֿאַר װאָר, דער שאָרך פֿון זײַן האַרס פֿיס איז הינטער אים. /6:33 װי ער רעדט נאָך מיט זײ, ערשט דער שָלִיח נידערט אַראָפּ צו אים. און [דער מלך] האָט געזאָגט: זע, דאָס דאָזיקע בײז איז פֿון {dn גאָט}; װאָס קען איך נאָך האָפֿן פֿון {dn גאָט}? /7:1 האָט אֶלישע געזאָגט: הערט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מאָרגן אין דער צײַט װעט אַ סְאָה זעמלמעל זײַן פֿאַר אַ שקל, און צװײ סְאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל, אין דעם מױער פֿון שומרון. /7:2 האָט דער הױפּטמאַן װאָס דער מלך איז געװען אָנגעלענט אױף זײַן האַנט געענטפֿערט דעם געטלעכן מאַן, און האָט געזאָגט: אַפֿילו {dn גאָט} זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל, קען דען דאָזיקע זאַך געשען? האָט ער געזאָגט: אָט װעסטו זען מיט דײַנע אױגן, אָבער עסן דערפֿון װעסטו ניט. /7:3 און פֿיר מענטשן מצוֹרָעִים, זײַנען געװען בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער; האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס זיצן מיר דאָ ביז מיר װעלן שטאַרבן? /7:4 זאָלן מיר זאָגן: מיר װעלן אַרײַנגײן אין שטאָט, איז דער הונגער אין שטאָט, און מיר װעלן דאָרטן שטאַרבן; און אױב מיר װעלן דאָ זיצן, װעלן מיר אױך שטאַרבן. דרום קומט אַצונד און לאָמיר צופֿאַלן צו דעם לאַגער פֿון ארם; אױב זײ װעלן אונדז לאָזן לעבן, װעלן מיר לעבן, און אױב זײ װעלן אונדז טײטן, װעלן מיר שטאַרבן. /7:5 זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען אין אָװנט צו גײן צו דעם לאַגער פֿון ארם, און זײ זײַנען געקומען צום עק לאַגער פֿון ארם, ערשט דאָרטן איז קײן מענטש ניטאָ. /7:6 װאָרום {dn גאָט} האָט געמאַכט הערן אין דעם לאַגער פֿון ארם אַ ליאַרעם פֿון רײַטװעגן, און אַ ליאַרעם פֿון פֿערד, אַ ליאַרעם פֿון אַ גרױסן חיל, און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: זע, דער מלך פֿון ישׂראל האָט אָנגעדונגען אױף אונדז די מלכים פֿון די חִתּים, און די מלכים פֿון מצרים, צו קומען אױף אונדז. /7:7 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַנטלאָפֿן אין אָװנט, און האָבן איבערגעלאָזט זײערע געצעלטן, און זײערע פֿערד און זײערע אײזלען, דעם לאַגער אַזױ װי ער איז, און זײַנען אַנטלאָפֿן אום זײער לעבן. /7:8 און די דאָזיקע מצוֹרָעִים זײַנען געקומען צום עק לאַגער, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אײן געצעלט, און האָבן געגעסן און געטרונקען, און אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן זילבער און גאָלד, און בגדים, און זײ זײַנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן; און זײ זײַנען צוריקגעקומען און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אַן אַנדער געצעלט, און האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן. /7:9 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מיר טוען ניט רעכט; הײַנטיקער טאָג איז אַ טאָג פֿון בשׂורה, און מיר שװײַגן. אַז מיר װעלן װאַרטן ביז ליכט פֿון פֿרימאָרגן, װעט אונדז טרעפֿן אַ שטראָף. דרום קומט אַצונד, און לאָמיר אַרײַנגײן און דערצײלן אין הױז פֿון מלך. /7:10 זײַנען זײ געגאַנגען און האָבן גערופֿן צו די טױערלײַט פֿון שטאָט, און זײ האָבן זײ דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען געקומען אין לאַגער פֿון ארם, ערשט דאָרטן איז ניטאָ קײן מאַן און קײן קָול פֿון אַ מענטשן; נאָר די פֿערד זײַנען צוגעבונדן, און די אײזלען זײַנען צוגעבונדן, און די געצעלטן אַזױ װי זײ זײַנען געװען. /7:11 האָבן די טױערלײַט גערופֿן, און מע האָט אָנגעזאָגט אינעװײניק אין מלכס הױז. /7:12 איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען אין דער נאַכט, און ער האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: לאָמיר אײַך זאָגן װאָס די אַרַמים אונדז האָבן דאָ געטאָן: זײ װײסן אַז מיר זײַנען הונגעריקע, דרום זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער זיך צו באַהאַלטן אין פֿעלד, אַזױ צו זאָגן: װי זײ װעלן אַרױסגײן פֿון שטאָט, אַזױ װעלן מיר זײ כאַפּן לעבעדיקערהײט, און מיר װעלן אַרײַנגײן אין שטאָט. /7:13 האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון זײַנע קנעכט און האָט געזאָגט: טאָ זאָל מען, איך בעט דיך, נעמען פֿינף פֿון די געבליבענע פֿערד װאָס זײַנען דאָ געבליבן- זײ זײַנען דאָך אַזױ װי דער גאַנצער המון פֿון ישׂראל װאָס גײען אױס- און לאָמיר שיקן און זען. /7:14 האָבן זײ גענומען צװײ רײַטװעגן מיט פֿערד, און דער מלך האָט זײ געשיקט נאָך דעם חיל פֿון ארם, אַזױ צו זאָגן: גײט און זעט. /7:15 זײַנען זײ געגאַנגען נאָך זײ ביזן ירדן; ערשט דער גאַנצער װעג איז פֿול מיט בגדים און זאַכן װאָס די אַרַמים האָבן אַװעקגעװאָרפֿן אין זײער אײַלעניש. האָבן די שלוחים זיך אומגעקערט, און האָבן דערצײלט דעם מלך. /7:16 איז אַרױסגעגאַנגען דאָס גאַנצע פֿאָלק און זײ האָבן אױסגערױבט דעם לאַגער פֿון ארם; און אַ סְאָה זעמלמעל איז געװען פֿאַר אַ שקל, און צװײ סְאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /7:17 און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט דעם הױפּטמאַן װאָס ער איז געװען אָנגעלענט אױף זײַן האַנט, איבער דעם טױער. האָט אים דאָס פֿאָלק צעטרעטן אין טױער, און ער איז געשטאָרבן. אַזױ װי עס האָט גערעדט דער געטלעכער מאַן, װאָס ער האָט גערעדט װען דער מלך האָט אַראָפּגענידערט צו אים. /7:18 װאָרום עס איז געװען, אַז דער געטלעכער מאַן האָט גערעדט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: צװײ סְאָה גערשטן װעלן זײַן פֿאַר אַ שקל, און אַ סְאָה זעמלמעל פֿאַר אַ שקל, מאָרגן אין דער צײַט אין טױער פֿון שומרון, /7:19 האָט דער הױפּטמאַן זיך אָפּגערופֿן צום געטלעכן מאַן, און האָט געזאָגט: און אַפֿילו {dn גאָט} זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל, קען דען געשען אַזױ װי די דאָזיקע זאַך? האָט ער געזאָגט: אָט װעסטו זען מיט דײַנע אױגן, אָבער עסן דערפֿון װעסטו ניט. /7:20 און אים איז אַזױ געשען און דאָס פֿאָלק האָט אים צעטרעטן אין טױער, און ער איז געשטאָרבן. /8:1 און אֶלישע האָט גערעדט צו דער פֿרױ װאָס ער האָט לעבעדיק געמאַכט איר זון, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף און גײ, דו און דײַן הױזגעזינט, און האַלט זיך אױף װוּ דו װעסט זיך אױפֿהאַלטן, װאָרום {dn גאָט} האָט גערופֿן אַ הונגער, און ער קומט אױך איבערן לאַנד אױף זיבן יאָר. /8:2 איז די פֿרױ אױפֿגעשטאַנען, און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם געטלעכן מאַן, און זי איז געגאַנגען מיט איר הױזגעזינט, און האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים זיבן יאָר. /8:3 און עס איז געװען צום סָוף פֿון די זיבן יאָר, האָט די פֿרױ זיך אומגעקערט פֿון לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און זי איז אַרױסגעגאַנגען שרײַען צום מלך װעגן איר הױז און װעגן איר פֿעלד. /8:4 און דער מלך האָט גראָד גערעדט צו גֵיחזי דעם יונג פֿון דעם געטלעכן מאַן, אַזױ צו זאָגן: דערצײל מיר אַקאָרשט אַלע גרױסע זאַכן װאָס אֶלישע האָט געטאָן. /8:5 און עס איז געװען װי ער דערצײלט אַזױ דעם מלך, אַז ער האָט לעבעדיק געמאַכט דעם טױטן, ערשט די פֿרױ װאָס ער האָט לעבעדיק געמאַכט איר זון, שרײַט צום מלך װעגן איר הױז און װעגן איר פֿעלד. האָט גֵיחזי געזאָגט: מײַן האַר מלך, דאָס איז די פֿרױ, און דאָס איז איר זון װאָס אֶלישע האָט לעבעדיק געמאַכט. /8:6 האָט דער מלך אױסגעפֿרעגט די פֿרױ, און זי האָט אים דערצײלט. און דער מלך האָט איר מיטגעגעבן אַ הױפֿדינער, אַזױ צו זאָגן: קער אום אַלץ װאָס איז אירס, און אַלע אײַנקומענישן פֿון דעם פֿעלד, פֿון דעם טאָג װאָס זי האָט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און ביז אַצונד. /8:7 און אֶלישע איז געקומען קײן דמשׂק; און בן-הַדַד דער מלך פֿון ארם איז געװען קראַנק; איז אים דערצײלט געװאָרן, אַזױ צו זאָגן: דער געטלעכער מאַן איז געקומען אַהער. /8:8 האָט דער מלך געזאָגט צו חַזָאֵלן: נעם אין דײַן האַנט אַ מתּנה, און גײ אַנטקעגן דעם געטלעכן מאַן, און זאָלסט פֿרעגן דורך אים בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: װעל איך גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט? /8:9 איז חַזָאֵל געגאַנגען אים אַנטקעגן; און ער האָט מיטגענומען אַ מתּנה אין זײַן האַנט, און פֿון אַל דאָס גוטס פֿון דמשׂק, אַ משׂא פֿון פֿערציק קעמלען, און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: דײַן זון בן-הַדַד דער מלך פֿון ארם האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: װעל איך גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט? /8:10 האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: גײ, זאָג צו אים: גענעזן װעסטו גענעזן װערן; אָבער {dn גאָט} האָט מיר באַװיזן אַז שטאַרבן װעט ער שטאַרבן. /8:11 און ער האָט אָנגעשטעלט זײַן פּנים, און [אים] באַטראַכט ביז ער האָט זיך פֿאַרשעמט; און דער געטלעכער מאַן האָט געװײנט. /8:12 האָט חַזָאֵל געזאָגט: פֿאַר װאָס װײנט מײַן האַר? האָט ער געזאָגט: װײַל איך װײס דאָס בײז װאָס דו װעסט אָנטאָן די קינדער פֿון ישׂראל. זײערע פֿעסטונגען װעסטו אַװעקלאָזן אין פֿײַער, און זײערע יונגעלײַט װעסטו הרגען מיטן שװערד, און זײערע קלײנע קינדער װעסטו צעהאַקן, און זײערע טראָגעדיקע װעסטו אױפֿשפּאַלטן. /8:13 האָט חַזָאֵל געזאָגט: אָבער װער איז דײַן קנעכט דער הונט, אַז ער זאָל טאָן די דאָזיקע גרױסע זאַך? האָט אֶלישע געזאָגט: {dn גאָט} האָט מיר געװיזן דיך װי דער מלך איבער ארם. /8:14 איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון אֶלישען, און איז געקומען צו זײַן האַר; האָט ער אים געפֿרעגט: װאָס האָט אֶלישע געזאָגט? האָט ער געזאָגט: ער האָט מיר געזאָגט, גענעזן װעסטו גענעזן װערן. /8:15 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט ער גענומען דאָס שטריקטוך און אײַנגעטונקט אין װאַסער, און פֿאַרשפּרײט אױף זײַן פּנים, און ער איז געשטאָרבן. און חַזָאֵל איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /8:16 און אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן, דעם מלך פֿון ישׂראל װען יהוֹשפֿט איז געװען דער מלך פֿון יהוּדה, איז יהוֹרם דער זון פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /8:17 צװײ און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. /8:18 און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאבֿ האָט געטאָן; װאָרום ער האָט געהאַט אַחאבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /8:19 אָבער {dn גאָט} האָט ניט געװאָלט אומברענגען יהוּדה פֿון זײַן קנעכט דָוִדס װעגן, אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט, צו געבן אים און זײַנע קינדער אַ ליכט אַלע טעג. /8:20 אין זײַנע טעג איז אדום אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה, און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך. /8:21 איז יוֹרָם אַריבערגעגאַנגען קײן צָעִיר און אַלע רײַטװעגן מיט אים, און ער איז אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, און האָט געשלאָגן די אַדוֹמים װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, און די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן צו זײַנע געצעלטן. /8:22 אָבער אדום איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל אין דער אײגענער צײַט איז אָפּגעפֿאַלן לִבֿנָה. /8:23 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹרָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /8:24 און יוֹרָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס שטאָט. און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /8:25 אין צװעלפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז געװאָרן מלך אַחַזיָהו דער זון פֿון יהוֹרם דעם מלך פֿון יהוּדה. /8:26 צװײ און צװאַנציק יאָר איז אַחַזיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַתַליָהו די טאָכטער פֿון עָמרי דעם מלך פֿון ישׂראל. /8:27 און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון אַחאבֿס הױז, און האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאבֿ, װאָרום ער איז געװען אַן אײדים פֿון אַחאבֿס הױז. /8:28 און ער איז געגאַנגען מיט יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן אױף מלחמה מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם, אין רמת-גִלעָד; און די אַרַמים האָבן פֿאַרװוּנדט יוֹרָמען. /8:29 און דער מלך יוֹרָם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַרַמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט אין רמה, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם. און אַחַזיָהו דער זון פֿון יהוֹרמען, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן אין יזרעאל, װען ער איז געװען קראַנק. /9:1 און אֶלישע דער נבֿיא האָט גערופֿן אײנעם פֿון די יונגע נבֿיאים, און האָט צו אים געזאָגט: גורט אָן דײַנע לענדן, און נעם דאָס דאָזיקע קריגל אײל אין דײַן האַנט, און גײ קײן רמת-גִלעָד. /9:2 און אַז דו װעסט קומען אַהין, קוק זיך אַרום אױף יֵהוּא דעם זון פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון נִמשין; און זאָלסט אַרײַנגײן, און אים מאַכן אױפֿשטײן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און זאָלסט אים אַרײַנפֿירן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער. /9:3 און זאָלסט נעמען דאָס קריגל אײל, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און זאָגן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט. איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. און זאָלסט עפֿענען די טיר און אַנטלױפֿן, און ניט װאַרטן. /9:4 איז דער יונגערמאַן דער יונגער נבֿיא געגאַנגען קײן רמת-גִלעָד. /9:5 און װי ער איז געקומען, ערשט די הױפּטלײַט פֿון חיל זיצן. האָט ער געזאָגט: איך האָב אַ װאָרט צו דיר, הױפּטמאַן. האָט יֵהוּא געזאָגט: צו װעמען פֿון אונדז אַלעמען? האָט ער געזאָגט: צו דיר, הױפּטמאַן. /9:6 איז ער אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז. און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן דאָס אײל אױף זײַן קאָפּ, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער דעם פֿאָלק פֿון {dn גאָט}, איבער ישׂראל. /9:7 און זאָלסט דערשלאָגן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ דײַן האַר, כּדי איך זאָל זיך נוקם זײַן פֿאַר דעם בלוט פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, און פֿאַר דעם בלוט פֿון אַלע קנעכט פֿון {dn גאָט}, פֿון אִיזֶבֿלס האַנט. /9:8 און דאָס גאַנצע הױז פֿון אַחאבֿ זאָל אונטערגײן; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אַחאבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן און קינד און קײט, צװישן ישׂראל. /9:9 און איך װעל מאַכן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעשא דעם זון פֿון אַחִיהן. /9:10 און די הינט װעלן עסן אִיזֶבֿלען אין דעם שטיק לאַנד פֿון יזרעאל, און קײן באַגרעבער װעט ניט זײַן. און ער האָט געעפֿנט די טיר, און איז אַנטלאָפֿן. /9:11 און יֵהוּא איז אַרױסגעגאַנגען צו די קנעכט פֿון זײַן האַר; האָט מען צו אים געזאָגט: איז פֿריד? װעגן װאָס איז דער דאָזיקער משוגענער געקומען צו דיר? האָט ער צו זײ געזאָגט: איר קענט דאָך דעם מאַן און זײַן רעדן. /9:12 האָבן זײ געזאָגט: אַ ליגן! דערצײל אונדז אַקאָרשט. האָט ער געזאָגט: אַזױ און אַזױ האָט ער גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. /9:13 האָבן זײ געאײַלט און גענומען איטלעכער זײַן בגד, און אונטערגעלײגט אונטער אים אױף דער אײבערשטער טרעפּ, און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און געזאָגט: יֵהוּא איז מלך! /9:14 אַזױ האָט יֵהוּא דער זון פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון נִמשין געמאַכט אַ בונט אױף יוֹרָמען. – און יוֹרָם האָט געהאַט געהיט רמת-גִלעָד פֿון חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם, ער און גאַנץ ישׂראל. /9:15 און דער מלך יהוֹרם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַרַמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם. – און יֵהוּא האָט געזאָגט: אױב דאָס איז אײַער װילן, זאָל ניט אַרױס אַן אַנטרונענער פֿון שטאָט צו גײן אָנזאָגן אין יזרעאל. /9:16 און יֵהוּא האָט זיך געזעצט אױף אַ רײַטװאָגן, און איז אַװעק קײן יזרעאל, װײַל יוֹרָם איז דאָרטן געלעגן. און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹרָמען. /9:17 און דער װעכטער איז געשטאַנען אױף דעם טורעם אין יזרעאל, און ער האָט געזען די מחנה פֿון יֵהוּאן בײַ זײַן אָנקומען. האָט ער געזאָגט: אַ מחנה זע איך. האָט יהוֹרם געזאָגט: נעם אַ רײַטער און שיק זײ אַנטקעגן, און זאָל ער זאָגן: איז פֿריד? /9:18 איז דער רײַטער אױפֿן פֿערד אַװעק אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך אױס הינטער מיר. האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט אַזױ צו זאָגן: דער שלִיח איז אָנגעקומען ביז זײ, אָבער ער קערט זיך ניט צוריק. /9:19 האָט ער געשיקט אַ צװײטן רײַטער אױף אַ פֿערד. און ער איז געקומען צו זײ, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך אױס הינטער מיר. /9:20 האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: ער איז אָנגעקומען ביז צו זײ, אָבער ער קערט זיך ניט צוריק. און דאָס טרײַבן איז אַזױ װי דאָס טרײַבן פֿון יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין, װאָרום ער טרײַבט משוּגענערװײַז. /9:21 האָט יהוֹרם געזאָגט: שפּאַן אײַן. האָט מען אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און יהוֹרם דער מלך פֿון ישׂראל און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױס איטלעכער אין זײַן רײַטװאָגן, און זײַנען אַרױס אַנטקעגן יֵהוּאן, און האָבן אים געטראָפֿן אין דעם שטיק לאַנד פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי. /9:22 און עס איז געװען, װי יהוֹרם האָט געזען יֵהוּאן, אַזױ האָט ער געזאָגט: איז פֿריד, יֵהוּא? האָט ער געענטפֿערט: װאָס פֿאַר פֿריד, בײַ די זנותן פֿון דײַן מוטער אִיזֶבֿלען און אירע פֿיל כּישופֿן. /9:23 האָט יהוֹרם פֿאַרקריװעט זײַנע הענט, און איז אַנטלאָפֿן, און ער האָט געזאָגט צו אַחַזיָהון: באַטרוג, אַחַזיָהו! /9:24 און יֵהוּא האָט אָנגעצױגן מיט זײַן האַנט דעם בױגן, און האָט געטראָפֿן יהוֹרמען צװישן זײַנע אָרעמס, און די פֿײַל איז אים אַרױסגעגאַנגען דורכן האַרצן, און ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אין זײַן רײַטװאָגן. /9:25 האָט ער געזאָגט צו בִדקַר זײַן עלטסטן: נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק פֿעלד פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי. װאָרום געדענק װי איך און דו זײַנען געריטן באַנאַנד הינטער זײַן פֿאָטער אַחאבֿן, און {dn גאָט} האָט אױפֿגעהױבן אױף אים די דאָזיקע נבֿואה: /9:26 פֿאַר װאָר, איך האָב נעכטן געזען דאָס בלוט פֿון נָבֿותן, און דאָס בלוט פֿון זײַנע קינדער, זאָגט {dn גאָט}, און איך װעל דיר אָפּצאָלן אין דעם דאָזיקן שטיק לאַנד, זאָגט {dn גאָט}. און אַצונד נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק לאַנד, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /9:27 און װי אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט דערזען, אַזױ איז ער אַנטלאָפֿן דורך דעם גאָרטנהױז. אָבער יֵהוּא האָט אים נאָכגעיאָגט, און האָט געזאָגט: שלאָגט אים אױך אױפֿן רײַטװאָגן. [און זײ האָבן אים געשלאָגן] אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון גור װאָס לעבן יִבֿלְעָם. און ער איז אַנטלאָפֿן קײן מגִדו, און איז דאָרטן געשטאָרבן. /9:28 און זײַנע קנעכט האָבן אים געבראַכט צופֿירן קײן ירושָלַיִם, און האָבן אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. /9:29 און אין עלפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן איז אַחַזיָה געװאָרן מלך איבער יהוּדה. /9:30 און יֵהוּא איז געקומען קײן יזרעאל. און אִיזֶבֿל האָט דערהערט, און זי האָט אַרױפֿגעטאָן פֿאַרב אױף אירע אױגן, און האָט פֿאַרפּוצט איר קאָפּ, און אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער. /9:31 און װי יֵהוּא איז אַרײַנגעקומען אין טױער, אַזױ האָט זי געזאָגט: װאָס מאַכט זִמרי דער מערדער פֿון זײַן האַר? /9:32 האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן פּנים צום פֿענצטער, און האָט געזאָגט: װער איז מיט מיר, װער? האָבן אַרױסגעקוקט צו אים צװײ דרײַ הױפֿדינער. /9:33 האָט ער געזאָגט: שלײַדערט זי אַראָפּ. און זײ האָבן זי אַראָפּגעשלײַדערט; און פֿון איר בלוט האָט אַרױפֿגעשפּריצט אױף דער װאַנט און אױף די פֿערד. און מע האָט זי צעטרעטן. /9:34 און ער איז אַרײַנגעגאַנגען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און ער האָט געזאָגט: באַשטאַט, איך בעט אײַך, די דאָזיקע פֿאַרשאָלטענע, און באַגראָבט זי, װאָרום אַ מלכס טאָכטער איז זי. /9:35 זײַנען זײ געגאַנגען זי באַגראָבן, אָבער זײ האָבן מער פֿון איר ניט געפֿונען, װי בלױז דעם שאַרבן, און די פֿיס, און די האַנטפֿלעכן. /9:36 האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן אים דערצײלט. האָט ער געזאָגט: דאָס איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: אין דעם שטיק לאַנד פֿון יזרעאל װעלן די הינט עסן דאָס פֿלײש פֿון אִיזֶבֿלען. /9:37 און דער טױטער לײַב פֿון אִיזֶבֿלען װעט זײַן אױפֿן שטיק לאַנד פֿון יזרעאל אַזױ װי מיסט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אַז מע װעט קענען זאָגן: דאָס איז אִיזֶבֿל. /10:1 און אַחאבֿ האָט געהאַט זיבעציק זין אין שומרון. האָט יֵהוּא געשריבן בריװ, און האָט געשיקט קײן שומרון צו די האַרן פֿון יזרעאל, די עלטסטע, און צו די װאָס זײַנען געװען דערציִער בײַ אַחאבֿן, אַזױ צו זאָגן: /10:2 און אַצונד, װי עס קומט צו אײַך דער דאָזיקער בריװ, אַזױ װי בײַ אײַך זײַנען די זין פֿון אײַער האַר, און בײַ אײַך זײַנען דאָ רײַטװעגן און פֿערד, און אַ פֿעסטונגשטאָט און װאַפֿן. /10:3 זאָלט איר זען דעם בעסטן און גלײַכסטן פֿון אײַער האַרס זין, און אַרױפֿזעצן אױף זײַן פֿאָטערס טראָן; און האַלט מלחמה פֿאַר אײַער האַרס הױז. /10:4 האָבן זײ זײער שטאַרק מורא געקריגן, און זײ האָבן געזאָגט: אָט זײַנען די צװײ מלכים ניט באַשטאַנען פֿאַר אים, און װי װעלן מיר באַשטײן? /10:5 און דער װאָס איבער דעם פּאַלאַץ, און דער װאָס איבער דער שטאָט, און די עלטסטע, און די דערציִער, האָבן געשיקט צו יֵהוּאן, אַזױ צו זאָגן: דײַנע קנעכט זײַנען מיר; און אַלץ װאָס דו װעסט אונדז זאָגן, װעלן מיר טאָן. מיר װעלן קײנעם ניט מאַכן פֿאַר אַ מלך. װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. /10:6 האָט ער געשריבן צו זײ אַ בריװ אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: אױב איר זײַט מיט מיר, און איר װילט צוהערן צו מײַן קָול, נעמט די קעפּ פֿון די מאַנספּאַרשױנען, אײַער האַרס זין, און קומט צו מיר מאָרגן אַרום דער צײַט קײן יזרעאל. און די זין פֿון מלך, זיבעציק פּאַרשױן, זײַנען געװען בײַ די גרױסע לײַט פֿון דער שטאָט, װאָס האָבן זײ אױפֿגעצױגן. /10:7 און עס איז געװען, װי דער בריװ איז אָנגעקומען צו זײ, אַזױ האָבן זײ גענומען די זין פֿון מלך, און זײ געשאָכטן, זיבעציק פּאַרשױן; און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע קעפּ אין קערב, און אַװעקגעשיקט צו אים קײן יזרעאל. /10:8 איז געקומען אַ שָלִיח, און האָט אים אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מע האָט געבראַכט די קעפּ פֿון דעם מלכס זין. האָט ער געזאָגט: מאַכט זײ אין צװײ הױפֿנס בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער, ביז אין דער פֿרי. /10:9 און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז ער אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק, איר זײַט אומשולדיק; אָט האָב איך געמאַכט אַ בונט אַקעגן מײַן האַר, און האָב אים געהרגעט. אָבער װער האָט דערשלאָגן אַלע די דאָזיקע? /10:10 זײַט װיסן דען, אַז גאָרנישט װעט פֿאַלן צו דער ערד פֿון דעם װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס {dn גאָט} האָט גערעדט אױף דעם הױז פֿון אַחאבֿ; און {dn גאָט} האָט געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אֵלִיָהון. /10:11 און יֵהוּא האָט דערשלאָגן אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון אַחאבֿס הױז אין יזרעאל, און אַלע זײַנע גרױסע לײַט, און זײַנע גוטע פֿרײַנט, און זײַנע כּהנים, ביז ער האָט ניט געלאָזן פֿון אים אַן איבערבלײַב. /10:12 און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק, און איז געגאַנגען קײן שומרון. װי ער איז בײַם שערהױז פֿון די פּאַסטוכער אונטער װעגנס, /10:13 אַזױ האָט יֵהוּא אָנגעטראָפֿן די ברידער פֿון אַחַזיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געזאָגט: װער זײַט איר? האָבן זײ געזאָגט: די ברידער פֿון אַחַזיָהון זײַנען מיר, און מיר האָבן אַראָפּגענידערט [צו פֿרעגן] אױף דעם פֿריד פֿון די קינדער פֿון מלך און די קינדער פֿון דער מוטער-מלכּה. /10:14 האָט ער געזאָגט: כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט. און מע האָט זײ געכאַפּט לעבעדיקערהײט, און זײ געשאָכטן בײַ דער גרוב פֿון דעם שערהױז, צװײ און פֿערציק מאַן. און ער האָט קײנעם פֿון זײ ניט איבערגעלאָזט. /10:15 און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, אַזױ האָט ער אָנגעטראָפֿן יהונָדבֿ דעם זון פֿון רֵכָבֿן אים אַנטקעגן. האָט ער אים באַגריסט, און האָט צו אים געזאָגט: איז דײַן האַרץ אױפֿריכטיק, אַזױ װי מײַן האַרץ איז צו דײַן האַרצן? האָט יהונָדבֿ געזאָגט: יאָ. [האָט יֵהוּא געזאָגט:] אױב יאָ, גיב דײַן האַנט. האָט ער געגעבן זײַן האַנט; – און ער האָט אים אַרױפֿגענומען צו זיך אױפֿן רײַטװאָגן. /10:16 און ער האָט געזאָגט: קום מיט מיר, און זע װי איך נעם זיך אָן פֿון גאָטס װעגן. און מע האָט אים געפֿירט אין זײַן רײַטװאָגן. /10:17 און ער איז געקומען קײן שומרון, און האָט דערשלאָגן אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון אַחאבֿן אין שומרון. ביז ער האָט אים פֿאַרטיליקט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט צו אֵלִיָהון. /10:18 און יֵהוּא האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט: אַחאבֿ האָט געדינט בַעַל אַ ביסל, יֵהוּא װעט אים דינען פֿיל. /10:19 און אַצונד, רופֿט צו מיר אַלע נבֿיאים פֿון בַעַל, אַלע זײַנע דינער, און אַלע זײַנע כּהנים; קײנער זאָל ניט פֿעלן; װאָרום אַ גרױסע אָפּפֿערשלאַכטונג צו בַעַל איז בײַ מיר. קײנער װאָס װעט פֿעלן, װעט ניט בלײַבן לעבן. און יֵהוּא האָט דאָס געטאָן מיט באַטרוג, כּדי אונטערצוברענגען די דינער פֿון בַעַל. /10:20 און יֵהוּא האָט געזאָגט: הײליקט אַן אײַנזאַמלונג צו בַעַל. האָבן זײ עס אױסגערופֿן. 21. און יֵהוּא האָט געשיקט אין גאַנץ ישׂראל, און אַלע דינער פֿון בַעַל זײַנען געקומען, און עס איז ניט געבליבן אַ מענטש װאָס איז ניט געקומען. און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל; און דאָס הױז פֿון בַעַל איז געװאָרן אָנגעפֿילט פֿון עק צו עק. /10:22 האָט ער געזאָגט צו דעם מאַן װאָס איבער דער קלײדער-קאַמער: גיב אַרױס מלבושים צו אַלע דינער פֿון בַעַל. און ער האָט זײ אַרױסגעגעבן די מלבושים. /10:23 און יֵהוּא איז אַרײַנגעגאַנגען מיט יהונָדבֿ דעם זון פֿון רֵכָבֿן אין הױז פֿון בַעַל, און ער האָט געזאָגט צו די דינער פֿון בַעַל: זוכט נאָך און זעט, אַז דאָ זאָל ניט זײַן מיט אײַך פֿון די קנעכט פֿון {dn יהוה}, נאָר בלױז בַעַל-דינער אַלײן. /10:24 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער און בראַנדאָפּפֿער. און יֵהוּא האָט זיך געשטעלט דרױסן אַכציק מאַן, און אָנגעזאָגט: אױב עמעצער װעט אַנטרונען װערן פֿון די מענטשן װאָס איך גיב איבער אױף אײַערע הענט, איז דײַן נפֿש פֿאַר יענעמס נפֿש. /10:25 און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט מאַכן דאָס בראַנדאָפּפֿער, אַזױ האָט יֵהוּא געזאָגט צו די לױפֿערס און צו די הױפּטלײַט: גײט אַרײַן דערשלאָגט זײ; קײנער זאָל ניט אַרױס. האָבן זײ זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און די לױפֿערס און די הױפּטלײַט האָבן זײ אַרױסגעװאָרפֿן, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דער שטאָט פֿון בַעַלס הױז. /10:26 און זײ האָבן אַרױסגענומען די זײַלשטײנער פֿון בַעַלס הױז, און זײ פֿאַרברענט. /10:27 און זײ האָבן צעבראָכן דעם זײַלשטײן פֿון בַעַל, און האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון בַעַל, און האָבן עס געמאַכט פֿאַר אָפּטריטן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /10:28 און יֵהוּא האָט פֿאַרטיליקט בַעַל פֿון ישׂראל. /10:29 אָבער פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, מיט װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל, פֿון הינטער זײ האָט זיך יֵהוּא ניט אָפּגעקערט–פֿון די גילדערנע קעלבער װאָס אין בֵית-אֵל און װאָס אין דָן. /10:30 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו יֵהוּאן: װײַל דו האָסט זיך גוט באַגאַנגען צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן–געטאָן צו אַחאבֿס הױז אַזױ װי אַלץ אין מײַן האַרצן, װעלן דיר קינדער פֿון פֿירטן דָור זיצן אױף דעם טראָן פֿון ישׂראל. /10:31 אָבער יֵהוּא האָט ניט געהיט צו גײן אין דער תּורה פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל מיט זײַן גאַנצן האַרצן; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָמען, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /10:32 אין יענע טעג האָט {dn גאָט} אָנגעהױבן אָפּצוהאַקן פֿון ישׂראל. און חַזָאֵל האָט זײ געשלאָגן אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל: /10:33 פֿון ירדן צו זונאױפֿגאַנג, דאָס גאַנצע לאַנד גִלעָד, די גדים, און די ראובֿנים, און די מנַשים, פֿון ערוער װאָס בײַם טאָל אַרנון-גִלעָד און בשן. /10:34 און די איבעריקע זאַכן װעגן יֵהוּאן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /10:35 און יֵהוּא האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שומרון. און זײַן זון יהוֹאָחָז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. און די טעג װאָס יֵהוּא האָט געקיניגט איבער ישׂראל אין שומרון, זײַנען געװען אַכט און צװאַנציק יאָר. /11:1 און װי עַתַליָה די מוטער פֿון אַחַזיָהון האָט געזען אַז איר זון איז טױט, אַזױ איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם. /11:2 האָט יהוֹשֶבֿע די טאָכטער פֿון מלך יוֹרָם, אַחַזיָהס שװעסטער, גענומען יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהן, און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס קינדער װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן, אים און זײַן אַם, אין אַ שלאָפֿקאַמער; און מע האָט אים באַהאַלטן פֿון עַתַליָהון, און ער איז ניט געטײט געװאָרן. /11:3 און ער איז געװען באַהאַלטן בײַ איר אין הױז פֿון {dn גאָט} זעקס יאָר. און עַתַליָה האָט געקיניגט איבערן לאַנד. /11:4 און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט יהוֹיָדָע געשיקט און האָט גענומען די הױפּטלײַט איבער די הונדערטן, פֿון די כָּרים און פֿון די לױפֿערס, און ער האָט זײ געבראַכט צו זיך אין הױז פֿון {dn גאָט}, און ער האָט מיט זײ געשלאָסן אַ בונד, און האָט זײ באַשװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}, און זײ געװיזן דעם מלכס זון. /11:5 און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן: אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת און היטן די היטונג פֿון דעם מלכס הױז – /11:6 נאָך אַ דריטל איז געװען בײַם טױער סור, און אַ דריטל בײַם טױער הינטער די לױפֿערס–זאָלט היטן די היטונג פֿון פּאַלאַץ פֿאַר אַן אָפּצאַם. /11:7 און צװײ טײלן פֿון אײַך, אַלע װאָס גײען אַרױס שבת, זאָלן היטן די היטונג פֿון גאָטס הױז אַרום דעם מלך. /11:8 און איר זאָלט אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט. און װער עס קומט אַרײַן אין די רײען, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרױסגײן און בײַ זײַן אַרײַנגײן. /11:9 האָבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָדָע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן גענומען איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, און זײ זײַנען געקומען צו יהוֹיָדָע דעם כּהן. /11:10 און דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די שילדן װאָס פֿון מלך דוד, װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}. /11:11 און די לױפֿערס האָבן זיך געשטעלט איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח, און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום. /11:12 און ער האָט אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָט אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די [קיניגלעכע] צײכנס; און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך, און האָבן אים געזאַלבט; און זײ האָבן געקלאַפּט די הענט, און געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך! /11:13 און עַתַליָה האָט געהערט דעם קָול פֿון די לױפֿערס און דעם פֿאָלק, און זי איז געקומען צו דעם פֿאָלק אין הױז פֿון {dn גאָט}. /11:14 און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף דער בימה, אַזױ װי דער שטײגער, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך, און בלאָזט אין טרומײטן; האָט עַתַליָה צעריסן אירע קלײדער, און האָט אַרױסגערופֿן: אַ בונט! אַ בונט! /11:15 האָט יהוֹיָדָע דער כּהן באַפֿױלן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿירט זי אַרױס ביז אינעװײניק פֿון די רײען; און דעם װאָס גײט איר נאָך, טײט מיטן שװערד. װאָרום דער כּהן האָט געזאָגט: זי זאָל ניט געטײט װערן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /11:16 האָבן זײ געמאַכט פֿאַר איר אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם פֿערדאײַנגאַנג אין מלכס הױז, און איז דאָרטן געטײט געװאָרן. /11:17 און יהוֹיָדָע האָט געשלאָסן אַ בונד צװישן {dn יהוה} און צװישן דעם מלך און דעם פֿאָלק, צו זײַן דאָס פֿאָלק פֿון {dn יהוה}; אױך צװישן דעם מלך און צװישן דעם פֿאָלק. /11:18 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל, און זײ האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן; זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ גוט צעבראָכן, און מַתּן דעם כּהן פֿון בַעַל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות. און דער כּהן האָט געמאַכט אױפֿזעער איבער דעם הױז פֿון {dn גאָט}. /11:19 און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די כָּרים, און די לױפֿערס, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און זײ האָבן אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון גאָטס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם טױער פֿון די לױפֿערס אין מלכס הױז. און ער האָט זיך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון די מלכים. /11:20 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עַתַליָהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד אין מלכס הױז. /12:1 זיבן יאָר איז יהואש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך. /12:2 אין זיבעטן יאָר פֿון יֵהוּאן איז יהואש געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים, און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צִבֿיָה פֿון באֵר-שֶבֿע. /12:3 און יהואש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט} אַלע זײַנע טעג, אַזױ װי יהוֹיָדָע דער כּהן האָט אים געלערנט. /12:4 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. /12:5 און יהואש האָט געזאָגט צו די כּהנים: אַל דאָס געהײליקטע זילבער װאָס װערט געבראַכט אין גאָטס הױז אין גאַנגבאַרן געלט, דאָס געלט פֿון נפֿשות לױט איטלעכנס אָפּשאַצונג, אַל דאָס געלט װאָס עמיצן קומט אַרױף אױפֿן האַרצן צו ברענגען אין הױז פֿון {dn גאָט}, /12:6 זאָלן די כּהנים נעמען פֿאַר זיך, איטלעכער פֿון זײַן געבער; און זײ זאָלן פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז, װוּ נאָר אַ צעבראָכענער אָרט װעט זיך דאָרטן געפֿינען. /12:7 אָבער עס איז געװען אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון מלך יהואש, האָבן די כּהנים נאָך ניט געהאַט פֿאַרריכט די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז. /12:8 האָט דער מלך יהואש גערופֿן יהוֹיָדָע דעם כּהן, און די [אַנדערע] כּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס פֿאַרריכט איר ניט די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז? און אַצונד, זאָלט איר מער ניט נעמען קײן געלט פֿון אײַערע געבער, נײַערט אױף די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז זאָלט איר עס אָפּגעבן. /12:9 האָבן די כּהנים אײַנגעװיליקט, ניט צו נעמען דאָס געלט פֿון דעם פֿאָלק, און ניט צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז. /12:10 און יהוֹיָדָע דער כּהן האָט גענומען אַ קאַסטן, און האָט אױסגעשניטן אַ לאָך אין זײַן טירל, און האָט אים אַװעקגעשטעלט לעבן מזבח, אױף דער רעכטער זײַט װי מע קומט אַרײַן אין הױז פֿון {dn גאָט}; און אַהין פֿלעגן די כּהנים װאָס היטן די שװעל, אַרײַנטאָן דאָס גאַנצע געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /12:11 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געזען אַז אין קאַסטן איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ איז אַרױפֿגעקומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער כּהן-גדול, און זײ האָבן אײַנגעבונדן און איבערגעצײלט דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט}. /12:12 און זײ פֿלעגן איבערגעבן דאָס אױסגעצײלטע געלט אין די הענט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געװען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון {dn גאָט}; און זײ האָבן עס אױסגעצאָלט צו די האָלצמײַנסטערס און צו די בױמײַנסטערס װאָס האָבן געאַרבעט אין הױז פֿון {dn גאָט}, /12:13 און צו די מױערער, און צו די שטײנהעקער, און אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער, צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון גאָטס הױז, און אױף אַלץ װאָס איז אַװעקגעגאַנגען אױפֿן הױז, צום פֿאַרריכטן. /12:14 אָבער קײן זילבערנע בעקנס, שנײצמעסערס, שפּרענגבעקנס, טרומײטן, קײן שום גילדערנע כּלי און זילבערנע כּלי, פֿלעגט ניט געמאַכט װערן פֿאַר דעם הױז פֿון {dn גאָט} פֿון דעם געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /12:15 נײַערט צו די װערקמײַנסטערס פֿלעגט מען עס געבן, און זײ פֿלעגן דערמיט פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון {dn גאָט}. /12:16 און מע פֿלעגט זיך ניט רעכענען מיט די מענטשן װאָס מע פֿלעגט געבן דאָס געלט אױף זײער האַנט, אױף צו געבן צו די בַעַל-מלאָכהס, נײַערט אױף נאמנות האָבן זײ געאַרבעט. /12:17 דאָס געלט פֿון שולדאָפּפֿער און דאָס געלט פֿון זינדאָפּפֿער פֿלעגט ניט געבראַכט װערן אין הױז פֿון {dn גאָט}; דאָס פֿלעגט געהערן צו די כּהנים. /12:18 דענצמאָל איז אַרױפֿגעגאַנגען חַזָאֵל דער מלך פֿון ארם, און האָט געהאַלטן מלחמה אױף גַת, און האָט זי באַצװוּנגען. און חַזָאֵל האָט געקערט זײַן פּנים אַרױפֿצוגײן אױף ירושלים. /12:19 האָט יהואש דער מלך פֿון יהוּדה גענומען אַלע הײליקע זאַכן װאָס יהוֹשפֿט, און יהוֹרם, און אַחַזיָהו, זײַנע עלטערן, די מלכים פֿון יהוּדה, האָבן געהײליקט, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, און דאָס גאַנצע גאָלד װאָס האָט זיך געפֿונען אין די שאַצקאַמערן פֿון גאָטס הױז און פֿון מלכס הױז, און ער האָט עס אַװעקגעשיקט צו חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם. און ער האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושלים. /12:20 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /12:21 און זײַנע קנעכט זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבונטעװעט אַ בונט, און האָבן דערשלאָגן יוֹאָשן אין בית-מִלוא װאָס נידערט אַראָפּ צו סִלאָ. /12:22 יוֹזכר דער זון פֿון שִמעָתן, און יהוֹזָבֿד דער זון פֿון שומרן, זײַנע קנעכט, האָבן אים געשלאָגן, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אַמַציָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /13:1 אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז יהוֹאָחָז דער זון פֿון יֵהוּאן געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון, [און האָט געקיניגט] זיבעצן יאָר. /13:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און איז געגאַנגען נאָך די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון. /13:3 און דער צאָרן פֿון {dn גאָט} האָט געגרימט אױף ישׂראל, און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם, און אין דער האַנט פֿון בֶן-הַדַד דעם זון פֿון חַזָאֵלן, אַלע טעג. /13:4 האָט יהוֹאָחָז געבעטן צו {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט צוגעהערט צו אים, װאָרום ער האָט געזען די דריקונג פֿון ישׂראל, אַז דער מלך פֿון ארם האָט זײ געדריקט – /13:5 און {dn גאָט} האָט געגעבן ישׂראל אַ העלפֿער, און זײ זײַנען אַרױס פֿון אונטער דער האַנט פֿון ארם; און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געזעסן אין זײערע געצעלטן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. /13:6 אָבער זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון דעם הױז פֿון יָרָבֿעָמען, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; זײ זײַנען געגאַנגען דערין; און אױך די אַשֵרָה איז געבליבן שטײן אין שומרון. – /13:7 װאָרום ער האָט ניט איבערגעלאָזן יהוֹאָחָזן קײן מאַנשאַפֿט, נאָר בלױז פֿופֿציק רײַטער, און צען רײַטװעגן, און צען טױזנט פֿוסגײער. װײַל דער מלך פֿון ארם האָט זײ אומגעבראַכט, און זײ געמאַכט אַזױ װי שטױב צום טרעטן. /13:8 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹאָחָזן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /13:9 און יהוֹאָחָז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שומרון. און זײַן זון יוֹאָש איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /13:10 אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדה איז יהואש דער זון פֿון יהוֹאָחָזן געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון, [און האָט געקיניגט] זעכצן יאָר. /13:11 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל; ער איז געגאַנגען דערין. /13:12 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַמַציָה דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /13:13 און יוֹאָש האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן; און יָרָבֿעָם האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן. און יוֹאָש איז באַגראָבן געװאָרן אין שומרון לעבן די מלכים פֿון ישׂראל. /13:14 און אֶלישע איז קראַנק געװאָרן אױף דער קראַנקשאַפֿט װאָס ער האָט געזאָלט פֿון איר שטאַרבן; און יוֹאָש דער מלך פֿון ישׂראל האָט אַראָפּגענידערט צו אים, און ער האָט געװײנט אױף זײַן פּנים, און האָט געזאָגט: פֿאָטער מײַנער, פֿאָטער מײַנער, רײַטװעגן און רײַטער פֿון ישׂראל! /13:15 האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: ברענג אַ בױגן און פֿײַלן. האָט ער אים געבראַכט אַ בױגן און פֿײַלן. /13:16 האָט ער געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: לײג אַרױף דײַן האַנט אױפֿן בױגן. האָט ער אַרױפֿגעלײגט זײַן האַנט, און אֶלישע האָט אַרױפֿגעטאָן זײַנע הענט אױף די הענט פֿון מלך. /13:17 און ער האָט געזאָגט: עפֿן דעם פֿענצטער צו מזרח; האָט ער געעפֿנט. האָט אֶלישע געזאָגט: שיס; און ער האָט געשאָסן. האָט ער געזאָגט: אַ פֿײַל פֿון ישועה פֿון {dn גאָט}, און אַ פֿײַל פֿון ישועה אַקעגן ארם; און װעסט שלאָגן ארם אין אַפֿק ביז צו פֿאַרלענדן. /13:18 און ער האָט געזאָגט: נעם די פֿײַלן; און ער האָט זײ גענומען. האָט ער געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: שלאָג אָן דער ערד; און ער האָט געשלאָגן דרײַ מאָל און האָט זיך אָפּגעשטעלט. /13:19 האָט געצערנט אױף אים דער געטלעכער מאַן, און האָט געזאָגט: געזאָלט שלאָגן פֿינף אָדער זעקס מאָל; דענצמאָל װאָלסטו געשלאָגן ארם ביז צום פֿאַרלענדן; אָבער אַצונד װעסטו נאָר דרײַ מאָל שלאָגן ארם. /13:20 און אֶלישע איז געשטאָרבן, און מע האָט אים באַגראָבן. און באַנדעס פֿון מואָבֿ פֿלעגן קומען אין לאַנד בײַם אָנקום פֿון יאָר. /13:21 און עס איז געװען, מע באַגראָבט אַזױ אַ מענטשן, ערשט זײ דערזעען אַ באַנדע. האָבן זײ אַרײַנגעװאָרפֿן דעם מאַן אין אֶלישעס קבֿר. און דער מאַן האָט זיך געקײַקלט ביז ער האָט זיך אָנגערירט אָן אֶלישעס בײנער, און איז לעבעדיק געװאָרן, און האָט זיך געשטעלט אױף זײַנע פֿיס. /13:22 און חַזָאֵל דער מלך פֿון ארם האָט געדריקט ישׂראל אַלע טעג פֿון יהוֹאָחָזן. /13:23 אָבער {dn גאָט} האָט זײ געלײַטזעליקט און זיך דערבאַרימט אױף זײ, און האָט זיך צוגעקערט צו זײ פֿון װעגן זײַן בונד מיט אבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ, און ער האָט זײ ניט געװאָלט אומברענגען, און האָט זײ ניט אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים ביז אַצונד. /13:24 און חַזָאֵל דער מלך פֿון ארם איז געשטאָרבן. און זײַן זון בן-הַדַד איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /13:25 און יהואש דער זון פֿון יהוֹאָחָזן האָט צוריקגעקערט פֿון דער האַנט פֿון בן-הַדַד דעם זון פֿון חַזָאֵלן די שטעט װאָס ער האָט געהאַט צוגענומען פֿון דער האַנט פֿון זײַן פֿאָטער יהוֹאָחָזן אין מלחמה. דרײַ מאָל האָט אים יוֹאָש געשלאָגן, און האָט צוריקגעקערט די שטעט פֿון ישׂראל. /14:1 אין צװײטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון יוֹאָחָזן, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז אַמַציָהו דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /14:2 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יהוֹיָדָען פֿון ירושלים. /14:3 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אָבער ניט אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד; ער האָט געטאָן װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער יוֹאָש האָט געטאָן. /14:4 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. /14:5 און עס איז געװען, װי די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין זײַן האַנט, אַזױ האָט ער דערשלאָגן זײַנע קנעכט װאָס האָבן דערשלאָגן זײַן פֿאָטער דעם מלך. /14:6 אָבער די קינדער פֿון די דערשלעגער האָט ער ניט געטײט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּורת-משה, װאָס {dn גאָט} האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; נײַערט יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן. /14:7 ער האָט געשלאָגן פֿון אדום אין טאָל פֿון זאַלץ צען טױזנט, און אײַנגענומען סלַע אין מלחמה, און גערופֿן איר נאָמען יָקתאֵל [װי זי הײסט] ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /14:8 דענצמאָל האָט אַמַציָה געשיקט שלוחים צו יהואש דעם זון פֿון יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֵהוּאן, דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: קום לאָמיר זיך אָנקוקן אין פּנים. /14:9 האָט יהואש דער מלך פֿון ישׂראל געשיקט צו אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער דאָרן װאָס אין לבֿנון האָט געשיקט צו דעם צעדערבױם װאָס אין לבֿנון, אַזױ צו זאָגן: גיב דײַן טאָכטער צו מײַן זון פֿאַר אַ װײַב. איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ װילדע חיה װאָס אין לבֿנון, און האָט צעטרעטן דעם דאָרן. /14:10 שלאָגן האָסטו געשלאָגן אדום, און דײַן האַרץ האָט דיך דערהױבן; האַלט דײַן כּבֿוד, און זיץ אין דער הײם. און נאָך װאָס זאָלסטו זיך רײצן מיט בײז, און פֿאַלן דו און יהוּדה מיט דיר? /14:11 אָבער אַמַציָהו האָט ניט צוגעהערט. און יהואש דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען. און זײ האָבן זיך אָנגעקוקט אין פּנים, ער און אַמַציָהו דער מלך פֿון יהוּדה, אין בֵית-שֶמֶש װאָס געהערט צו יהוּדה. /14:12 און יהוּדה איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל. און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. /14:13 און אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דעם זון פֿון יהואש דעם זון פֿון אַחַזיָהון, האָט יהואש דער מלך פֿון ישׂראל געכאַפּט אין בֵית-שֶמֶש. און ער איז געקומען קײן ירושלים, און האָט דורכגעבראָכן די מױער פֿון ירושלים פֿון דעם טױער פֿון אפֿרים ביז דעם װינקלטױער, פֿיר הונדערט אײלן. /14:14 און ער האָט צוגענומען דאָס גאַנצע גאָלד און זילבער, און אַלע כּלים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט} און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז, און משכּון-קינדער, און האָט זיך אומגעקערט קײן שומרון. /14:15 און די איבעריקע זאַכן פֿון יהואשען װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /14:16 און יהואש האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין שומרון לעבן די מלכים פֿון ישׂראל. און זײַן זון יָרָבֿעָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /14:17 און אַמַציָהו דער זון פֿון יוֹאָשן, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט געלעבט נאָך דעם טױט פֿון יהואש דעם זון פֿון יהוֹאָחָזן, דעם מלך פֿון ישׂראל, פֿופֿצן יאָר. /14:18 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַמַציָהון, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /14:19 און מע האָט געבונטעװעט אױף אים אַ בונט אין ירושלים, און ער איז אַנטלאָפֿן קײן לָכיש; אָבער מע האָט נאָכגעשיקט נאָך אים קײן לָכיש, און מע האָט אים דאָרטן געטײט. /14:20 און מע האָט אים געבראַכט אױף פֿערד. און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין ירושלים לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. /14:21 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה האָט גענומען עַזַריָהן, װאָס איז געװען זעכצן יאָר אַלט, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר מלך אױפֿן אָרט פֿון זײַן פֿאָטער אַמַציָהון. /14:22 ער האָט אַרומגעבױט אֵילַת און האָט זי צוריקגעקערט צו יהוּדה. נאָך דעם װי דער מלך האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן. /14:23 אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אַמַציָהו דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז יָרָבֿעָם דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון ישׂראל געװאָרן מלך אין שומרון, [און האָט געקיניגט] אײן און פֿערציק יאָר. /14:24 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /14:25 ער האָט צוריקגעשטעלט דעם געמאַרק פֿון ישׂראל, פֿון װוּ מע קומט קײן חַמת ביז דעם ים פֿון פּלױן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט יוֹנה דעם זון פֿון אַמִתַּין, דעם נבֿיא, װאָס פֿון גַת-חֵפֿר. /14:26 װאָרום {dn גאָט} האָט געזען די פּײַן פֿון ישׂראל, אַז זי איז זײער ביטער, און קײן מוטערמענטש איז ניטאָ, און ניטאָ װער זאָל העלפֿן ישׂראל. /14:27 און {dn גאָט} האָט ניט געװאָלט אױסמעקן דעם נאָמען פֿון ישׂראל פֿון אונטערן הימל, און ער האָט זײ געהאָלפֿן דורך דער האַנט פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן. /14:28 און די איבעריקע זאַכן װעגן יָרָבֿעָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, און װי ער האָט צוריקגעקערט דמשׂק אום חַמת צו יהוּדה און ישׂראל, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /14:29 און יָרָבֿעָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, מיט די מלכים פֿון ישׂראל. און זײַן זון זכַריה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:1 אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל, איז עַזַריָה דער זון פֿון אַמַציָה דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /15:2 זעכצן יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים, און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יכָליָהו פֿון ירושלים. /15:3 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער אַמַציָהו האָט געטאָן. /15:4 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. /15:5 און {dn גאָט} האָט געפּלאָגט דעם מלך, און ער איז געװען אַ מצוֹרע ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט. און ער איז געזעסן אין דעם אָפּגעזונדערטן הױז. און יוֹתָם דעם מלכס זון איז געװען איבערן פּאַלאַץ; ער האָט געמשפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד. /15:6 און די איבעריקע זאַכן װעגן עַזַריָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /15:7 און עַזַריָה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון יוֹתָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:8 אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עַזַריָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, האָט זכַריהו דער זון פֿון יָרָבֿעָמען געקיניגט איבער ישׂראל אין שומרון זעקס חדשים. /15:9 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי זײַנע עלטערן האָבן געטאָן; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /15:10 און שַלום דער זון פֿון יָבֿשן האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָט אים געשלאָגן אַנטקעגן פֿאַרן פֿאָלק, און אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:11 און די איבעריקע זאַכן װעגן זכַריהן, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /15:12 דאָס איז געװען דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט צו יֵהוּאן, אַזױ צו זאָגן: קינדער ביזן פֿירטן דָור װעלן דיר זיצן אױפֿן טראָן פֿון ישׂראל; און אַזױ איז געשען. /15:13 שַלום דער זון פֿון יָבֿשן איז געװאָרן מלך אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עוּזִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט אַ חודש צײַט אין שומרון. /15:14 איז אַרױפֿגעגאַנגען מנַחֵם דער זון פֿון גָדין, פֿון תִּרצָה, און ער איז געקומען קײן שומרון, און האָט געשלאָגן שַלום דעם זון פֿון יָבֿשן אין שומרון, און האָט אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:15 און די איבעריקע זאַכן װעגן שַלומען, און זײַן בונט װאָס ער האָט געבונטעװעט, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /15:16 דענצמאָל האָט מנַחֵם געשלאָגן תִּפֿסַח מיט אַלע װאָס אין איר, און אירע געמאַרקן פֿון תִּרצָה אָן. װײַל מע האָט אים ניט געעפֿנט. האָט ער זי געשלאָגן; אַלע אירע טראָגעדיקע האָט ער אױפֿגעשפּאָלטן. /15:17 אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה איז מנַחֵם דער זון פֿון גָדין געװאָרן מלך איבער ישׂראל, [און האָט געקיניגט] צען יאָר אין שומרון. /15:18 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט אַלע זײַנע טעג זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /15:19 איז געקומען פּול דער מלך פֿון אשור אױפֿן לאַנד. און מנַחֵם האָט געגעבן פּולן טױזנט צענטנער זילבער, אַז זײַן האַנט זאָל זײַן מיט אים צו באַפֿעסטיקן די מלוכה אין זײַן האַנט. /15:20 און מנַחֵם האָט אױסגעװאָרפֿן דאָס געלט אױף ישׂראל, אױף אַלע װױלפֿאַרמעגלעכע, פֿופֿציק שקָלים זילבער אױף יעטװעדער מאַן. כּדי צו געבן דעם מלך פֿון אשור. און דער מלך פֿון אשור האָט זיך אומגעקערט, און האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט דאָרטן אין לאַנד. /15:21 און די איבעריקע זאַכן װעגן מנַחֵמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /15:22 און מנַחֵם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון פּקַחיָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:23 אין פֿופֿציקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה איז פּקַחיָה דער זון פֿון מנַחֵמען געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון, [און האָט געקיניגט] צװײ יאָר. /15:24 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /15:25 און זײַן הױפּטמאַן פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָט אים דערשלאָגן אין שומרון, אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז, בײַ אַרגובֿ און בײַ אַריֵה; און מיט אים זײַנען געװען פֿופֿציק מאַן פֿון די גלעדער; און ער האָט אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /15:26 און די איבעריקע זאַכן װעגן פּקַחיָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. /15:27 אין צװײ און פֿופֿציקסטן יאָר פֿון עַזַריָה דעם מלך פֿון יהוּדה, איז פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון, [און האָט געקיניגט] צװאַנציק יאָר. /15:28 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל. /15:29 אין די טעג פֿון פֶּקַח דעם מלך פֿון ישׂראל, איז געקומען תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דער מלך פֿון אשור, און האָט גענומען עִיון, און אָבֿל-בֵית-מעכה, און יָנוֹחַ, און קדש, און חצור, און גִלעָד, און גליל, דאָס גאַנצע לאַנד נפֿתּלי; און ער האָט זײ פֿאַרטריבן קײן אשור. /15:30 און הוֹשֵעַ דער זון פֿון אֵלָהן האָט געבונטעװעט אַ בונט אױף פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, און ער האָט אים געשלאָגן און אים געטײט, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט, אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון עוּזִיָהן. /15:31 און די איבעריקע זאַכן װעגן פֶּקַחן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.  /15:32 אין צװײטן יאָר פֿון פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז יוֹתָם דער זון פֿון עוּזִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /15:33 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ירוּשאָ די טאָכטער פֿון צָדוֹקן. /15:34 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}; ער האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער עוּזִיָהו האָט געטאָן. /15:35 נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. ער האָט געבױט דאָס אױבערשטע טױער פֿון גאָטס הױז. /15:36 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹתָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /15:37 אין יענע טעג האָט {dn גאָט} אָנגעהױבן אָנשיקן אױף יהוּדה רצין דעם מלך פֿון ארם, און פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון. /15:38 און יוֹתָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָחָז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /16:1 אין זיבעצנטן יאָר פֿון פֶּקַח דעם זון פֿון רמַליָהון, איז אָחָז דער זון פֿון יוֹתָם דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /16:2 צװאַנציק יאָר איז אָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און ער האָט ניט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט} זײַן האַר, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד. /16:3 נײַערט ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל. און ער האָט אױך געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /16:4 און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. /16:5 דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען רצין דער מלך פֿון ארם, און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון, דער מלך פֿון ישׂראל, קײן ירושלים אױף מלחמה; און זײ האָבן געלעגערט אױף אָחָזן, און ניט געקענט בײַקומען. /16:6 אין יענער צײַט האָט רצין דער מלך פֿון ארם צוריקגעקערט אֵילַת צו ארם, און האָט אַרױסגעװאָרפֿן די יהודהער פֿון אֵילַת. און די אדומים זײַנען געקומען קײן אֵילַת, און זײַנען דאָרטן געבליבן זיצן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /16:7 און אָחָז האָט געשיקט שלוחים צו תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דעם מלך פֿון אשור, אַזױ צו זאָגן: דײַן קנעכט און דײַן זון בין איך; קום אַרױף און העלף מיר פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף מיר. /16:8 און אָחָז האָט גענומען דאָס זילבער און דאָס גאָלד װאָס האָט זיך געפֿונען אין גאָטס הױז און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז, און האָט געשיקט צום מלך פֿון אשור שוחד. /16:9 און דער מלך פֿון אשור האָט צוגעהערט צו אים, און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דמשׂק, און האָט זי אײַנגענומען, און האָט פֿאַרטריבן אירע באַװױנער קײן קיר, און רצינען האָט ער געטײט. /16:10 און דער מלך אָחָז איז געגאַנגען קײן דמשׂק אַנטקעגן תִּגלַת-פִּלאֶסֶר דעם מלך פֿון אשור, און ער האָט געזען דעם מזבח װאָס אין דמשׂק. און דער מלך אָחָז האָט געשיקט צו אוּרִיה דעם כּהן די געשטאַלט פֿון דעם מזבח און זײַן געבױ לױט זײַן גאַנצער אַרבעט. /16:11 און אוּרִיה דער כּהן האָט אױפֿגעבױט דעם מזבח; אַזױ װי אַלץ װאָס דער מלך אָחָז האָט געשיקט פֿון דמשׂק. אַזױ האָט אוּרִיה דער כּהן געמאַכט, אײדער דער מלך אָחָז איז געקומען פֿון דמשׂק. /16:12 און אַז דער מלך איז געקומען פֿון דמשׂק, האָט דער מלך געזען דעם מזבח; און דער מלך האָט גענענט צום מזבח, און האָט אױפֿגעבראַכט אױף אים. /16:13 און ער האָט געדעמפֿט זײַן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און געגאָסן זײַן גיסאָפּפֿער, און געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער, אױפֿן מזבח. /16:14 און דעם קופּערנעם מזבח װאָס פֿאַר {dn גאָט} האָט ער צוגערוקט פֿון פֿאַר דעם הױז, פֿון צװישן דעם מזבח און צװישן דעם הױז פֿון {dn גאָט}, און האָט אים אַװעקגעשטעלט בײַם זײַט פֿון דעם מזבח צו צפֿון. /16:15 און דער מלך אָחָז האָט באַפֿױלן אוּרִיה דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: אױף דעם גרױסן מזבח דעמף דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אָװנט, און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון מלך און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד, און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער; און איטלעך בלוט פֿון בראַנדאָפּפֿער און איטלעך בלוט פֿון שלאַכטאָפּפֿער זאָלסטו שפּרענגען אױף אים. און װעגן דעם קופּערנעם מזבח װעל איך דאַרפֿן נאָכקוקן. /16:16 און אוּרִיה דער כּהן האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דער מלך אָחָז האָט באַפֿױלן. /16:17 און דער מלך אָחָז האָט אָפּגעהאַקט די ראַמען פֿון די געשטעלן, און האָט אָפּגעטאָן פֿון זײ דעם האַנטפֿאַס. און דעם ים האָט ער אַראָפּגענומען פֿון די קופּערנע רינדער װאָס אונטער אים, און האָט אים אַװעקגעשטעלט אױף אַ געפֿלאַסטער פֿון שטײנער. /16:18 און דער איבערדעק פֿאַר שבת װאָס מע האָט אָנגעבױט אָן הױז, און דעם מלכס אײַנגאַנג דערױסן, האָט ער איבערגעשטעלט אין הױז פֿון {dn גאָט} װעגן דעם מלך פֿון אשור. /16:19 און די איבעריקע זאַכן פֿון אָחָזן װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /16:20 און אָחָז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון חִזקִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /17:1 אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אָחָז דעם מלך פֿון יהוּדה, איז הוֹשֵעַ דער זון פֿון אֵלָהן געװאָרן מלך אין שומרון איבער ישׂראל, [און האָט געקיניגט] נײַן יאָר. /17:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, נאָר ניט אַזױ װי די מלכים פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים. /17:3 אױף אים איז אַרױפֿגעגאַנגען שַלמַנאֶסֶר דער מלך פֿון אשור, און הוֹשֵעַ איז געװאָרן אַ קנעכט צו אים, און אים געצאָלט אָפּגאָב. /17:4 און דער מלך פֿון אשור האָט אױסגעפֿונען אין הוֹשֵעַן אַ בונט, װײַל ער האָט געשיקט שלוחים צו סוֹא דעם מלך פֿון מצרים, און האָט ניט אַרױפֿגעבראַכט אָפּגאָב צו דעם מלך פֿון אשור אַזױ װי יאָר אין יאָר. און דער מלך פֿון אשור האָט אים פֿאַרהאַלטן, און האָט אים אַרײַנגעשפּאַרט אין תּפֿיסה. /17:5 און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף שומרון, און האָט געלעגערט אױף איר דרײַ יאָר. /17:6 אין נײַנטן יאָר פֿון הוֹשֵעַן האָט דער מלך פֿון אשור באַצװוּנגען שומרון, און האָט פֿאַרטריבן ישׂראל קײן אשור, און זײ באַזעצט אין חַלַח, און אין חָבֿור, בײַם טײַך גוֹזָן, און אין די שטעט פֿון מָדַי. /17:7 און דאָס איז געשען װײַל די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזינדיקט צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט} װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים, פֿון אונטער דער האַנט פֿון פּרעה דעם מלך פֿון מצרים, און זײ האָבן געפֿאָרכט פֿרעמדע געטער. /17:8 און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; דעס גלײַכן די מלכים פֿון ישׂראל, װאָס זײ האָבן געמאַכט. /17:9 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן צוגעטראַכט זאַכן װאָס ניט ריכטיק צו {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, און זײ האָבן זיך געבױט בָמות אין אַלע זײערע שטעט, פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט. /17:10 און זײ האָבן זיך אױפֿגעשטעלט זײַלשטײנער און געצנשטאַנגען אױף יעטװעדער הױכן בערגל און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. /17:11 און זײ האָבן דאָרטן גערײכערט אױף אַלע בָמות, אַזױ װי די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ; און זײ האָבן געטאָן שלעכטע זאַכן צו דערצערענען {dn גאָט}. /17:12 און זײ האָבן געדינט די אָפּגעטער, װאָס {dn גאָט} האָט זײ אָנגעזאָגט: איר זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע זאַך. /17:13 און {dn גאָט} האָט געװאָרנט ישׂראל און יהוּדה דורך איטלעכן נבֿיא, איטלעכן זעער, אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן, און היט מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, לױט דער גאַנצער תּורה װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן, און װאָס איך האָב געשיקט צו אײַך דורך מײַנע קנעכט, די נבֿיאים. /17:14 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, אַזױ װי דער נאַקן פֿון זײערע עלטערן װאָס האָבן ניט געגלױבט אין {dn יהוה} זײער {dn גאָט}. /17:15 און זײ האָבן פֿאַראַכט זײַנע געזעצן און זײַן בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט זײערע עלטערן, און זײַנע װאָרענישן װאָס ער האָט זײ געװאָרנט, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך נישטיקײט און געװאָרן נישטיק, און נאָך די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ, װאָס {dn גאָט} האָט זײ באַפֿױלן ניט צו טאָן אַזױ װי זײ. /17:16 און זײ האָבן פֿאַרלאָזן אַלע געבאָט פֿון {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, און האָבן זיך געמאַכט געגאָסענע געצן–צװײ קעלבער, און געמאַכט אַן אַשֵרָה, און זיך געבוקט צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, און געדינט בַעַל. /17:17 און זײ האָבן געמאַכט דורכגײן זײערע זין און זײערע טעכטער דורכן פֿײַער, און האָבן געברױכט װאָרזאָגערײַ און געצױבערט, און זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אים צו דערצערענען. /17:18 און {dn גאָט} האָט זײער געצערנט אױף ישׂראל, און ער האָט זײ אָפּגעטאָן פֿון זײַן פּנים; עס איז ניט געבליבן אחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן. /17:19 האָט אױך יהוּדה ניט געהיט די געבאָט פֿון {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון ישׂראל, װאָס יענע האָבן געמאַכט. /17:20 און {dn גאָט} האָט פֿאַראַכט דעם גאַנצן זאָמען פֿון ישׂראל, און ער האָט זײ געפּײַניקט, און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון אױסרױבער, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים. /17:21 װאָרום אַז ער האָט אָפּגעריסן ישׂראל פֿון דעם הױז פֿון דוד, און זײ האָבן געמאַכט פֿאַר אַ מלך יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, האָט יָרָבֿעָם אָפּגעפֿירט ישׂראל פֿון הינטער {dn גאָט}, און ער האָט זײ געמאַכט זינדיקן אַ גרױסע זינד. /17:22 און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געטאָן; זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון. /17:23 ביז {dn גאָט} האָט אָפּגעטאָן ישׂראל פֿון זײַן פּנים, אַזױ װי ער האָט גערעדט דורך אַלע זײַנע קנעכט די נבֿיאים, און ישׂראל איז פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון זײַן ערד קײן אשור אױף הײַנטיקן טאָג. /17:24 און דער מלך פֿון אשור האָט געבראַכט מענטשן פֿון בָבֿל, און פֿון כּוּתָה, און פֿון עַוָא, און פֿון חַמת, און פֿון ספֿרוַיִם, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שומרון אָנשטאָט די קינדער פֿון ישׂראל. און זײ האָבן געאַרבט שומרון, און זײַנען געזעסן אין אירע שטעט. /17:25 און עס איז געװען אין אָנהײב פֿון זײער זיצן דאָרטן, האָבן זײ ניט געפֿאָרכט {dn יהוה}, און {dn יהוה} האָט אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זײ פֿלעגן אױסהרגען צװישן זײ. /17:26 האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך פֿון אשור, אַזױ צו זאָגן: די פֿעלקער װאָס דו האָסט אַװעקגעפֿירט, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שומרון, װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם {dn גאָט} פֿון לאַנד; דרום האָט ער אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זע, זײ טײטן זײ, אַזױ װי זײ װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם {dn גאָט} פֿון לאַנד. /17:27 האָט דער מלך פֿון אשור באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿירט אַװעק אַהין אײנעם פֿון די כּהנים װאָס איר האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן; און זאָלן זײ גײן און זיך באַזעצן דאָרטן, און ער זאָל זײ לערנען דעם שטײגער פֿון דעם {dn גאָט} פֿון לאַנד. /17:28 איז געקומען אײנער פֿון די כּהנים װאָס מע האָט געהאַט פֿאַרטריבן פֿון שומרון, און ער האָט זיך באַזעצט אין בֵית-אֵל, און האָט זײ געלערנט װי זײ זאָלן פֿאָרכטן {dn יהוה}. /17:29 אָבער איטלעך פֿאָלק פֿלעגט אױך מאַכן זײַנע אײגענע געטער, און זײ האָבן זײ אַװעקגעשטעלט אין די הײַזער פֿון די בָמות װאָס די שומרונים האָבן געמאַכט; איטלעך פֿאָלק אין זײערע שטעט װאָס זײ זײַנען דאָרטן געזעסן. /17:30 און די מענטשן פֿון בָבֿל האָבן געמאַכט סוכּות-בנוֹת, און די מענטשן פֿון כּוּת האָבן געמאַכט נֵרגַל, און די מענטשן פֿון חַמת האָבן געמאַכט אַשימאָ /17:31 און די עַוִים האָבן געמאַכט נִבֿחַז און תַּרתָּק, און די ספֿרוַיִם האָבן פֿאַרברענט זײערע קינדער אין פֿײַער צו אַדרַמֶלֶך און עַנַמֶלֶך, די געטער פֿון ספֿרוַיִם. /17:32 דערבײַ פֿלעגן זײ פֿאָרכטן {dn יהוה}, און זײ האָבן זיך געמאַכט פֿון צװישן זיך כּהנים פֿון בָמות, װאָס פֿלעגן מקריבֿ זײַן פֿאַר זײ אין די הײַזער פֿון די בָמות. /17:33 {dn יהוה} פֿלעגן זײ פֿאָרכטן, אָבער זײערע געטער פֿלעגן זײ דינען, אַזױ װי דער שטײגער פֿון די פֿעלקער װאָס מע האָט זײ פֿון דאָרטן אַװעקגעפֿירט. /17:34 ביז אױף הײַנטיקן טאָג טוען זײ אַזױ װי די פֿריִערדיקע שטײגערס; זײ פֿאָרכטן ניט [אין גאַנצן] {dn יהוה}, און זײ טוען ניט אַזױ װי זײערע חוקים און װי זײער געזעץ, און אַזױ װי די תּורה און װי דאָס געבאָט װאָס {dn גאָט} האָט געבאָטן די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס ער האָט געמאַכט זײַן נאָמען ישׂראל; /17:35 װאָס {dn גאָט} האָט מיט זײ געשלאָסן אַ בונד, און האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: ״איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער, און איר זאָלט זיך ניט בוקן צו זײ, און זײ ניט דינען, און ניט שלאַכטן צו זײ. /17:36 נײַערט {dn יהוה} װאָס האָט אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים מיט גרױס שטאַרקײט, און מיט אַן אױסגעשטרעכטן אָרעם, אים זאָלט איר פֿאָרכטן, און צו אים זאָלט איר זיך בוקן, און צו אים זאָלט איר שלאַכטן. /17:37 און די חוקים און די געזעצן, און די תּורה און דאָס געבאָט, װאָס ער האָט פֿאַר אײַך געשריבן, זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע טאָג; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער. /17:38 און דעם בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אײַך, זאָלט איר ניט פֿאַרגעסן; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער. /17:39 נײַערט {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} זאָלט איר פֿאָרכטן, און ער װעט אײַך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון אַלע אײַערע פֿײַנט״. /17:40 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, נײַערט זײ טוען אַזױ װי זײער פֿריִערדיקער שטײגער. /17:41 און די דאָזיקע פֿעלקער פֿלעגן פֿאָרכטן {dn יהוה}, אָבער זײערע געצן פֿלעגן זײ דינען; דעס גלײַכן זײערע קינדער און זײערע קינדסקינדער–אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געטאָן, אַזױ טוען זײ ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /18:1 און עס איז געװען אין דריטן יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם זון פֿון אֵלָהן, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז חִזקִיָה דער זון פֿון אָחָז דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. /18:2 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען אַבֿי די טאָכטער פֿון זכַריהן. /18:3 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער דוד האָט געטאָן. /18:4 ער האָט אָפּגעטאָן די בָמות, און צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די אַשֵרָה. און ער האָט צעהאַקט די קופּערנע שלאַנג װאָס משה האָט געמאַכט; װאָרום ביז יענע טעג פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל רײכערן צו איר, און מע האָט זי גערופֿן נחוּשתָּן. /18:5 ער האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף {dn גאָט דעם האַר} פֿון ישׂראל, און נאָך אים איז ניט געװען אַזאַ װי ער צװישן אַלע מלכים פֿון יהוּדה, אױך ניט צװישן די װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים. /18:6 װאָרום ער האָט זיך באַהעפֿט אָן {dn גאָט}, ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט געהיט זײַנע געבאָט װאָס {dn גאָט} האָט געבאָטן משהן. /18:7 און {dn גאָט} פֿלעגט זײַן מיט אים; אומעטום װי ער פֿלעגט אַרױסגײן, פֿלעגט ער באַגליקן. און ער האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון אשור, און האָט אים ניט געדינט. /18:8 ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים ביז עַזָה און אירע געמאַרקן, פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט. /18:9 און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהון–דאָס איז דאָס זיבעטע יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם זון פֿון אֵלָהן, דעם מלך פֿון ישׂראל–איז אַרױפֿגעגאַנגען שַלמַנאֶסֶר דער מלך פֿון אשור אױף שומרון, און האָט געלעגערט אױף איר. /18:10 און זײ האָבן זי באַצװוּנגען צום סָוף פֿון דרײַ יאָר; אין זעקסטן יאָר פֿון חִזקִיָהן–דאָס איז דאָס נײַנטע יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם מלך פֿון ישׂראל–איז שומרון באַצװוּנגען געװאָרן. /18:11 און דער מלך פֿון אשור האָט פֿאַרטריבן ישׂראל קײן אשור, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט אין חַלַח, און אין חָבֿור, בײַם טײַך גוֹזָן, און אין די שטעט פֿון מָדַי. /18:12 פֿאַר װאָס זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, און האָבן איבערגעטרעטן זײַן בונד, אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון {dn גאָט} האָט זײ באַפֿױלן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט און ניט געטאָן. /18:13 און אין פֿערצנטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהון, איז אַרױפֿגעגאַנגען סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור אױף אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און האָט זײ אײַנגענומען. /18:14 האָט חִזקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה געשיקט צו דעם מלך פֿון אשור קײן לָכיש, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אָפּ פֿון מיר; װאָס דו װעסט אױף מיר אַרױפֿלײגן, װעל איך טראָגן. האָט דער מלך פֿון אשור אַרױפֿגעלײגט אױף חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה דרײַ הונדערט צענטנער זילבער און דרײַסיק צענטנער גאָלד. /18:15 און חִזקִיָה האָט אַװעקגעגעבן דאָס גאַנצע זילבער װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט} און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז. /18:16 אין יענער צײַט האָט חִזקִיָה אַרומגעהאַקט די טירן פֿון דעם טעמפּל פֿון {dn גאָט}, און די בײַשטידלעך װאָס חִזקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געהאַט איבערגעצױגן [מיט גאָלד], און ער האָט עס געגעבן דעם מלך פֿון אשור. /18:17 און דער מלך פֿון אשור האָט געשיקט תַּרתָּנען, און רבֿ-סָריסן, און רַבֿשָקֵהן, פֿון לָכיש צום מלך חִזקִיָהון מיט אַ גרױסן חיל קײן ירושלים. און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, אַזױ זײַנען זײ געקומען און האָבן זיך געשטעלט בײַ דעם גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך װאָס אױפֿן װעג פֿון װעשערפֿעלד. /18:18 און זײ האָבן גערופֿן צום מלך; איז אַרױסגעגאַנגען צו זײ אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער. /18:19 און רַבֿשָקֵה האָט צו זײ געזאָגט: זאָגט אַקאָרשט צו חִזקִיָהון אַזױ האָט געזאָגט דער גרױסער מלך, דער מלך פֿון אשור: װאָס איז די דאָזיקע פֿאַרזיכערונג װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך? /18:20 מײנסטו הױל ליפּגערײד איז אַן עצה און גבֿורה פֿאַר מלחמה? אַצונד, אױף װעמען פֿאַרזיכערסטו זיך, װאָס דו האָסט װידערשפּעניקט אָן מיר? /18:21 אַצונד זע, דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף דעם שטעקן פֿון דעם דאָזיקן צעבראָכענעם ראָר–אױף מצרים–װאָס אַז אַ מענטש לענט זיך אױף אים אָן, גײט ער אים אַרײַן אין דער האַנט, און לעכערט זי דורך; אַזױ איז פּרעה דער מלך פֿון מצרים פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. /18:22 און אַז איר װעט מיר זאָגן: מיר פֿאַרזיכערן זיך אױף {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}–איז דאָס ניט דער װאָס חִזקִיָהו האָט אָפּגעטאָן זײַנע בָמות און זײַנע מזבחות, און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו ירושלים: פֿאַר דעם דאָזיקן מזבח זאָלט איר זיך בוקן אין ירושלים? /18:23 און אַצונד, פֿאַרװעט זיך אַקאָרשט מיט מײַן האַר דעם מלך פֿון אשור, און איך װעל דיר געבן צװײ טױזנט פֿערד, אױב דו קענסט דיר אַרױפֿזעצן רײַטער אױף זײ. /18:24 הײַנט װי קענסטו אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון אַ הױפּטמאַן, אײנעם פֿון די קלענסטע קנעכט פֿון מײַן האַר? פֿון דעסט װעגן פֿאַרזיכערסטו זיך אױף מצרים װעגן רײַטװעגן און רײַטער. /18:25 אַצונד, בין איך דען אָן {dn יהוה} אַרױפֿגעקומען אױף דעם דאָזיקן אָרט, אים צו פֿאַרװיסטן? {dn יהוה} האָט צו מיר געזאָגט: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און פֿאַרװיסט עס. /18:26 האָט אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, און שֶבֿנאָ, און יוֹאָח, געזאָגט צו רַבֿשָקֵהן: רעד, איך בעט דיך, צו דײַנע קנעכט אַראַמיש, װאָרום מיר פֿאַרשטײן עס, און רעד ניט צו אונדז יהוּדיש אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק װאָס אױף דער מױער. /18:27 האָט רַבֿשָקֵה צו זײ געזאָגט: האָט דען צו דײַן האַר און צו דיר מיך געשיקט מײַן האַר צו רעדן די דאָזיקע װערטער, און ניט צו די מענטשן װאָס זיצן אױף דער מױער, צו עסן זײער קױט, און צו טרינקען זײער לײַבװאַסער, בײַ אײַך? /18:28 און רַבֿשָקֵה האָט זיך געשטעלט, און האָט אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קָול אױף יהוּדיש, און האָט גערעדט און געזאָגט: הערט דאָס װאָרט פֿון דעם גרױסן מלך, דעם מלך פֿון אשור. /18:29 אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: זאָל אײַך חִזקִיָהו ניט נאַרן, װאָרום ער קען אײַך ניט מציל זײַן פֿון זײַן האַנט. /18:30 און זאָל אײַך חִזקִיָהו ניט פֿאַרזיכערן אױף {dn יהוה}, אַזױ צו זאָגן: מציל זײַן װעט אונדז מציל זײַן {dn יהוה}, און די דאָזיקע שטאָט װעט ניט איבערגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. /18:31 איר זאָלט ניט צוהערן צו חִזקִיָהון, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט דער מלך פֿון אשור: מאַכט מיט מיר שלום, און קומט אַרױס צו מיר, און עסט איטלעכער פֿון זײַן װײַנשטאָק און איטלעכער פֿון זײַן פֿײַגנבױם, און טרינקט איטלעכער דאָס װאַסער פֿון זײַן ברונעם. /18:32 ביז איך קום, און װעל אײַך נעמען אין אַ לאַנד אַזױ װי אײַער לאַנד, אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן, אַ לאַנד פֿון ברױט און װײַנגערטנער, אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק, כּדי איר זאָלט לעבן און ניט שטאַרבן; און איר זאָלט ניט צוהערן צו חִזקִיָהון, אַז ער װעט אײַך אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: {dn יהוה} װעט אונדז מציל זײַן. /18:33 האָבן מציל דען מציל געװען די געטער פֿון די פֿעלקער איטלעכער זײַן לאַנד פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור? /18:34 װוּ זײַנען די געטער פֿון חַמת, און אַרפַּד? װוּ זײַנען די געטער פֿון ספֿרוַיִם, הֵנַע, און עִוָה? האָבן זײ דען מציל געװען שומרון פֿון מײַן האַנט? /18:35 װער זײַנען צװישן אַלע געטער פֿון די לענדער װאָס האָבן מציל געװען זײער לאַנד פֿון מײַן האַנט, אַז {dn יהוה} זאָל מציל זײַן ירושלים פֿון מײַן האַנט? /18:36 האָט דאָס פֿאָלק געשװיגן, און זײ האָבן אים אַ װאָרט ניט געענטפֿערט, װאָרום דער באַפֿעל פֿון מלך איז געװען, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט אים ניט ענטפֿערן. /18:37 איז געקומען אֶליָקים דער זון פֿון הלקיהן, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער, צו חִזקִיָהון, מיט צעריסענע קלײדער, און זײ האָבן אים דערצײלט די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן. /19:1 און עס איז געװען, װי דער מלך חִזקִיָהו האָט עס געהערט, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און ער איז געקומען אין הױז פֿון {dn גאָט}. /19:2 און ער האָט געשיקט אֶליָקימען װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דעם שרײַבער, און די עלטסטע פֿון די כּהנים, צוגעדעקט מיט זאַקקלײדער, צו ישַעיָהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן. /19:3 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט חִזקִיָהו: אַ טאָג פֿון נױט און שטראָף און שמאַך איז הײַנטיקער טאָג, װאָרום די קינדער זײַנען געקומען צום מוטערמױל, און ניטאָ קײן כּוח צו געבערן. /19:4 אפֿשר װעט {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} הערן אַלע װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן, װאָס זײַן האַר דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן {dn גאָט}, און ער װעט שטראָפֿן פֿאַר די רײד װאָס {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} האָט געהערט; דרום זאָלסטו אױפֿהײבן אַ תּפֿילה פֿאַר דעם איבערבלײַב װאָס געפֿינט זיך דאָ. /19:5 און װי די קנעכט פֿון מלך חִזקִיָהון זײַנען געקומען צו ישַעיָהון, /19:6 האָט ישַעיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַער האַר: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, מיט װאָס די יונגען פֿון דעם מלך פֿון אשור האָבן מיך געשענדט. /19:7 זע, איך גיב אַרײַן אין אים אַ גײַסט, און ער װעט הערן אַ הערונג, און װעט זיך אומקערן צו זײַן לאַנד; און איך װעל אים מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד אין זײַן לאַנד. /19:8 און רַבֿשָקֵה האָט זיך אומגעקערט, און האָט געפֿונען דעם מלך פֿון אשור מלחמה האַלטנדיק אױף לִבֿנָה; װאָרום ער האָט געהאַט געהערט אַז ער האָט אַװעקגעצױגן פֿון לָכיש. /19:9 און [סַנהֵריבֿ] האָט געהערט אױף תִּרהָקָה דעם מלך פֿון כּוש, אַזױ צו זאָגן: ער איז אַרױסגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט דיר. און ער האָט װידער געשיקט שלוחים צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: /19:10 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו חִזקִיָהון דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך ניט נאַרן דײַן {dn גאָט}, װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף אים, אַזױ צו זאָגן: ירושלים װעט ניט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. /19:11 אָט האָסטו געהערט װאָס די מלכים פֿון אשור האָבן געטאָן צו אַלע לענדער, זײ צו פֿאַרװיסטן, און דו װילסט ניצול װערן? /19:12 האָבן די געטער פֿון די פֿעלקער מציל געװען די װאָס מײַנע עלטערן האָבן צעשטערט, גוֹזָן, און חרן, און רֶצֶף, אױף די קינדער פֿון עדן װאָס אין תּלַשָׂר? /19:13 װוּ איז דער מלך פֿון חַמת, און דער מלך פֿון אַרפַּד, און דער מלך פֿון דער שטאָט ספֿרוַיִם, פֿון הֵנַע, און עִוָה? /19:14 האָט חִזקִיָהו צוגענומען דעם בריװ פֿון דער האַנט פֿון די שלוחים, און האָט אים איבערגעלײענט; און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון {dn גאָט}; און חִזקִיָהו האָט אים אױסגעשפּרײט פֿאַר {dn גאָט}. /19:15 און חִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, דו אַלײן ביסט דער {dn גאָט} איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד. /19:16 נײַג, {dn יהוה}, דײַן אױער, און הער; עפֿן, {dn יהוה}, דײַנע אױגן און זע; און הער די װערטער פֿון סַנהֵריבֿן װאָס האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן {dn גאָט}. /19:17 אמת, {dn יהוה}, די מלכים פֿון אשור האָבן חרובֿ געמאַכט די פֿעלקער און זײער לאַנד, /19:18 און זײ האָבן איבערגעגעבן זײערע געטער צום פֿײַער; װאָרום זײ זײַנען קײן געטער ניט געװען; נאָר בלױז דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס האַנט, האָלץ און שטײן; דרום האָבן זײ זײ אונטערגעבראַכט. /19:19 און אַצזונד, {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, העלף אונדז, איך בעט דיך, פֿון זײַן האַנט, און זאָלן אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד װיסן, אַז דו {dn יהוה} אַלײן ביסט {dn גאָט}. /19:20 האָט ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן געשיקט צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: װאָס דו האָסט מתפּלל געװען צו מיר װעגן סַנהֵריבֿ דעם מלך פֿון אשור, האָב איך צוגעהערט. /19:21 דאָס איז דאָס װאָרט װאָס {dn גאָט} האָט װעגן אים גערעדט: עס פֿאַראַכט דיך, עס שפּאָט פֿון דירדי יונגפֿרױ טאָכטער צִיון;עס שאָקלט דעם קאָפּ הינטער דירדי טאָכטער ירושלים. /19:22 װעמען האָסטו געלעסטערט און געשענדט?און אױף װעמען האָסטו דײַן קָול אױפֿגעהױבן?יאָ, האָסט געהױבן דײַנע אױגן אין דער הײךאַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל. /19:23 דורך דײַנע שלוחים האָסטו געלעסטערט {dn גאָט}, און געזאָגט: מיט מײַנע פֿיל רײַטװעגןבין איך צו דער הײך פֿון די בערג אַרױף, צו די װינקלען פֿון לבֿנון;און איך האַק אָפּ זײַנע הױכע צעדערן, זײַנע געקליבענע ציפּרעסבײמער;און איך קום צו זײַן עקסטן האַרבעריק, צום װאַלד פֿון זײַן פֿרוכטגאָרטן. /19:24 איך האָב געגראָבן און געטרונקעןװאַסערן פֿרעמדע, און טריקן אױס מיט מײַנע פֿוסטריטאַלע טײַכן פֿון מצרים. /19:25 האָסטו דען ניט געהערט?פֿון לאַנג אָן האָב איך עס צוגעגרײט, פֿון אַלטע טעג האָב איך עס געפֿורעמט;אַצונד האָב איך עס געבראַכט עס זאָל געשען, כּדי צו פֿאַרװיסטן אױף חוּרבֿה-הױפֿנסבאַפֿעסטיקטע שטעט. /19:26 דרום זײַנען זײערע באַװױנער קורצמאַכטיק, זײ זײַנען צעבראָכן און פֿאַרשעמט;זײ זײַנען געװאָרן גראָז און פֿעלד, און קרײַטעכץ גרינע, מאָך פֿון די דעכער, און תּבֿואה פֿאַרדאַרט אײדער אױפֿגעװאַקסן. /19:27 אָבער איך װײס דײַן זיצן, און דײַן גײן און דײַן קומען, און דײַן שטורעמען קעגן מיר. /19:28 װײַל דײַן שטורעמען קעגן מיראון דײַן ליאַרעם איז אַרױף אין מײַנע אױערן, דרום, װעל איך אַרײַנטאָן מײַן רינג אין דײַן נאָז, און מײַן צאַם אין דײַנע ליפּן, און איך װעל דיך אומקערן אױף דעם װעגװאָס דו ביסט געקומען אױף אים. /19:29 און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: איר װעט עסן הײַיאָר נאָכװוּקס, און אױפֿן צװײטן יאָר װידערװוּקס;און אױפֿן דריטן יאָר, זיִיִט און שנײַדט, און פֿלאַנצט װײַנגערטנער, און עסט זײער פֿרוכט. 30 און דער אַנטרונענער איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדהװעט װידער װאָרצלען אונטן, און טראָגן פֿרוכט אױבן. /19:31 װאָרום פֿון ירושלים װעט אַרױסקומען אַן איבערבלײַב, און אַן אַנטרינונג פֿון באַרג צִיון;דאָס אָננעמען זיך פֿון {dn גאָט} פֿון צבֿאות װעט דאָס טאָן. /19:32 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט אױפֿן מלך פֿון אשור:ער װעט ניט אַרײַנקומען אין דער דאָזיקער שטאָט, און ניט אַרײַנשיסן אַהין אַ פֿײַל, און ניט קומען פֿאַר איר מיט אַ שילד, און ניט אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל. /19:33 אױף דעם װעג װאָס ער איז געקומען, אױף אים װעט ער זיך אומקערן, און אין דער דאָזיקער שטאָטװעט ער ניט אַרײַנקומען, זאָגט {dn גאָט}. /19:34 און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט, זי צו העלפֿן, פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט דָוִדס װעגן. /19:35 און עס איז געװען אין יענער נאַכט, איז אַרױסגעגאַנגען אַ מלאך פֿון {dn גאָט} און האָט געשלאָגן אין לאַגער פֿון אשור הונדערט און פֿינף און אַכציק טױזנט. און אַז מע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, ערשט זײ זײַנען אַלע טױטע פּגָרים. /19:36 און סַנהֵריבֿ דער מלך פֿון אשור האָט אַװעקגעצױגן, און איז געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט; און ער איז געבליבן אין נינוֵה. /19:37 און עס איז געװען, װי ער בוקט זיך אין הױז פֿון זײַן {dn גאָט} נִסרוך, אַזױ האָבן זײַנע זין אַדרַמֶלֶך און שַׂראֶצֶר אים דערשלאָגן מיטן שװערד; און זײ זײַנען אַנטרונען געװאָרן אין לאַנד אַרָרָט. און זײַן זון אֵסַר-חַדון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /20:1 אין יענע טעג איז חִזקִיָהו קראַנק געװאָרן צום שטאַרבן; איז צו אים געקומען ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מאַך דײַן צַװָאֶה װעגן דײַן הױזגעזינט, װאָרום דו שטאַרבסט, און װעסט ניט גענעזן װערן. /20:2 האָט ער אומגעדרײט זײַן פּנים צו דער װאַנט, און האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: /20:3 איך בעט דיך, {dn גאָט}, געדענק װי איך בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת, און מיט אַ גאַנצן האַרצן, און װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן. און חִזקִיָהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן. /20:4 און עס איז געװען, װען ישַעיָהו איז נאָך ניט געװען אַרױסגעגאַנגען פֿון דעם מיטלסטן הױף, איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: /20:5 קער זיך אום, און זאָלסט זאָגן צו חִזקִיָהו דעם פֿירשט פֿון מײַן פֿאָלק: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדן: איך האָב געהערט דײַן תּפֿילה, איך האָב געזען דײַן טרער; זע, איך הײל דיך; אױפֿן דריטן טאָג װעסטו אַרױפֿגײן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /20:6 און איך װעל צולײגן צו דײַנע טעג פֿופֿצן יאָר, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע שטאָט מציל זײַן, און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט דָוִדס װעגן. /20:7 און ישַעיָהו האָט געזאָגט: נעם געפּרעסטע פֿײַגן. און זײ האָבן גענומען און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן אױסשלאַג, און ער איז גענעזן געװאָרן. /20:8 און חִזקִיָהו האָט געזאָגט צו ישַעיָהון: װאָס איז דער צײכן אַז {dn גאָט} װעט מיך הײלן, און איך װעל אַרױפֿגײן אױפֿן דריטן טאָג אין הױז פֿון {dn גאָט}? /20:9 האָט ישַעיָהו געזאָגט: דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן פֿון {dn גאָט}, אַז {dn גאָט} װעט טאָן די זאַך װאָס ער האָט גערעדט: זאָל דער שאָטן גײן צען שטאַפּלען װײַטער, אָדער זיך אומקערן צען שטאַפּלען? /20:10 האָט יחִזקִיָהו געזאָגט: גרינג איז דעם שאָטן זיך אַראָפּצוגײן צען שטאַפּלען; נײן, נײַערט דער שאָטן זאָל זיך אומקערן אױף צוריק צען שטאַפּלען. /20:11 האָט ישַעיָהו הנבֿיא גערופֿן צו {dn גאָט}, און ער האָט אומגעקערט דעם שאָטן צען שטאַפּלען צוריק אױף די שטאַפּלען װאָס ער האָט געהאַט אַראָפּגענידערט אױף די שטאַפּלען פֿון אָחָזן. /20:12 אין יענער צײַט האָט ברֹאדַך-באַלְאַדָן דער זון פֿון באַלְאַדָנען, דער מלך פֿון בָבֿל, געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו חִזקִיָהון, װאָרום ער האָט געהערט אַז חִזקִיָהו איז געװען קראַנק. /20:13 און חִזקִיָהו האַט זײ צוגעהערט, און ער האָט זײ געװיזן זײַן גאַנץ שאַצהױז, דאָס זילבער און דאָס גאָלד, און די בשׂמים, און דאָס גוטע אײל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַנע װאַפֿן, און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין זײַנע שאַצקאַמערן; ניט געװען אַ זאַך אין זײַן הױז, און אין זײַן גאַנצער געװעלטיקײט, װאָס חִזקִיָהו האָט זײ ניט געװיזן. /20:14 איז ישַעיָהו הנבֿיא געקומען צום מלך יחִזקִיָהו, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָבן די דאָזיקע מענטשן געזאָגט? און פֿון װאַנען קומען זײ צו דיר? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען זײ געקומען, פֿון בָבֿל. /20:15 האָט ער געזאָגט: װאָס האָבן זײ געזען אין דײַן הױז? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: אַלץ װאָס איז אין מײַן הױז האָבן זײ געזען: ניט געװען אַ זאַך אין מײַנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ ניט געװיזן. /20:16 האָט ישַעיָהו געזאָגט צו חִזקִיָהון: הער דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}: /20:17 זע, טעג קומען, און אַלץ װאָס אין דײַן הױז, און װאָס דײַנע עלטערן האָבן אָנגעקליבן ביז הײַנטיקן טאָג, װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן בָבֿל; קײן זאַך װעט ניט איבערבלײַבן, זאָגט {dn גאָט}. /20:18 און פֿון דײַנע זין װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר, װאָס דו װעסט געבערן, װעט מען נעמען, און זײ װעלן זײַן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. /20:19 האָט חִזקִיָהו געזאָגט צו ישַעיָהון: גוט איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס דו האָסט גערעדט. און ער האָט געזאָגט. פֿאַר װאָר, אױב שלום און זיכערקײט װעט זײַן אין מײַנע טעג! /20:20 און די איבעריקע זאַכן װעגן חִזקִיָהון, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, און װי ער האָט געמאַכט דעם טײַך און דעם גראָבן, און אַרײַנגעבראַכט װאַסער אין שטאָט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /20:21 און חִזקִיָהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון מנשה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /21:1 צװעלף יאָר איז מנשה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חֶפֿצי-בֿה. /21:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /21:3 און ער האָט אָפּגעבױט די בָמות װאָס זײַן פֿאָטער חִזקִיָהו האָט צעשטערט, און ער האָט אױפֿגעשטעלט מזבחות צו בַעַל, און האָט געמאַכט אַן אַשֵרָה, און װי אַחאבֿ דער מלך פֿון ישׂראל האָט געטאָן, און ער האָט זיך געבוקט צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט. /21:4 און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט: אין ירושלים װעל איך טאָן מײַן נאָמען. /21:5 און ער האָט געבױט מזבחות צום גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז. /21:6 און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער, און האָט געברױכט צײכנזעערײַ און געצױבערט, און אײַנגעשאַפֿט גײַסטערזעער און טױטנבאַשװערער; ער האָט געמערט צו טאָן שלעכטס אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, צו דערצערענען. /21:7 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געץ פֿון דער אַשֵרָה װאָס ער האָט געמאַכט, אין דעם הױז װאָס {dn גאָט} האָט געזאָגט צו דָוִדן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז און אין ירושלים װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק, /21:8 און איך װעל מער ניט פֿאַרװאָגלען דעם פֿוס פֿון ישׂראל פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און לױט דער גאַנצער תּורה װאָס מײַן קנעכט משה האָט זײ באַפֿױלן. /21:9 אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט; און מנשה האָט זײ פֿאַרפֿירט צו טאָן מער שלעכטס װי די פֿעלקער װאָס {dn גאָט} האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. /21:10 און {dn גאָט} האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: /21:11 װײַל מנשה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געטאָן די דאָזיקע אומװערדיקײטן, איז באַגאַנגען ערגערס װי אַלץ װאָס די אמורים װאָס פֿאַר אים האָבן געטאָן, און האָט אױך געמאַכט זינדיקן יהוּדה מיט זײַנע אָפּגעטער, /21:12 דרום האָט אַזױ געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף ירושלים אין יהוּדה, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן. /21:13 און איך װעל ציִען אױף ירושלים די מעסטשנור פֿון שומרון, און די װאָגשנור פֿון אַחאבֿס הױז; און איך װעל אױסװישן ירושלים, אַזױ װי מע װישט אױס אַ שיסל, אױסגעװישט און אומגעקערט אױף איר פּנים. /21:14 און איך װעל אַװעקװאַרפֿן דעם איבערבלײַב פֿון מײַן אַרב, און װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײַן צו רױב און צו אױסרױבונג פֿאַר אַלע זײערע פֿײַנט. /21:15 װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און האָבן מיך דערצערנט פֿון דעם טאָג װאָס זײערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים און ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /21:16 און אױך אומשולדיק בלוט האָט מנשה פֿאַרגאָסן זײער פֿיל, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושלים פֿון עק צו עק; אחוץ זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יהוּדה, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}. /21:17 און די איבעריקע זאַכן װעגן מנשהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /21:18 און מנשה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם גאָרטן פֿון זײַן הױז, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /21:19 צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען. אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען משולֶמֶת די טאָכטער פֿון חָרוצן, פֿון יָטבֿה. /21:20 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנשה האָט געטאָן. /21:21 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג װאָס זײַן פֿאָטער איז געגאַנגען, און ער האָט געדינט די אָפּגעטער װאָס זײַן פֿאָטער האָט געדינט, און האָט זיך צו זײ געבוקט. /21:22 און ער האָט פֿאַרלאָזן {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון זײַנע עלטערן, און איז ניט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון {dn יהוה}. /21:23 און די קנעכט פֿון אָמוֹנען האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן געטײט דעם מלך אין זײַן הױז. /21:24 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמוֹן. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף זײַן אָרט. /21:25 און די איבעריקע זאַכן פֿון אָמוֹנען װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /21:26 און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון יֹאשִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.  /22:1 אַכט יאָר איז יֹאשִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ידידָה די טאָכטער פֿון עַדָיָהן, פֿון בָצקַת. /22:2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָט זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. /22:3 און עס איז געװען אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך יֹאשִיָהו, האָט דער מלך געשיקט שָפֿן דעם זון פֿון אַצַליָהו, דעם זון פֿון משוּלָמען, דעם שרײַבער, אין הױז פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: /22:4 גײ אַרױף צו חִלקִיָהו דעם כּהן-גדול, און זאָל ער צונױפֿצײלן דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס די שװעלהיטערס האָבן געזאַמלט פֿון פֿאָלק. /22:5 און זאָל מען עס געבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון {dn גאָט}; און זײ זאָלן עס געבן צו די בַעַל-מלאָכות, װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}, אױף צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז; /22:6 צו די האָלצמײַנסטערס, און צו די בױמײַנסטערס, און צו די מױערער, און אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז. /22:7 און מע זאָל זיך ניט רעכענען מיט זײ װעגן דעם געלט װאָס װערט געגעבן אױף זײער האַנט, נײַערט אױף נאמנות זאָלן זײ אַרבעטן. /22:8 און חִלקִיָהו דער כּהן-גדול האָט געזאָגט צו שָפֿן דעם שרײַבער: דאָס בוך פֿון דער תּורה האָב איך געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט}. און חִלקִיָהו האָט געגעבן דאָס בוך צו שָפֿנען, און ער האָט עס איבערגעלײענט. /22:9 און שָפֿן דער שרײַבער איז געקומען צום מלך, און האָט געבראַכט דעם מלך אַן ענטפֿער, און האָט געזאָגט: דײַנע קנעכט האָבן אױסגעשאָטן דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז, און זײ האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון {dn גאָט}. /22:10 און שָפֿן דער שרײַבער האָט דערצײלט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: חִלקִיָהו דער כּהן האָט מיר געגעבן אַ בוך. און שָפֿן האָט עס געלײענט פֿאַרן מלך. /22:11 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דעם בוך פֿון דער תּורה, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. /22:12 און דער מלך האָט באַפֿױלן חִלקִיָהו דעם כּהן, און אַחיקָם דעם זון פֿון שָפֿנען, און עַכבור דעם זון פֿון מיכָיָהו, און שָפֿן דעם שרײַבער, און עַשָׂיָה דעם מלכס דינער אַזױ צו זאָגן: /22:13 גײט פֿרעגט בײַ {dn גאָט} פֿאַר מיר, און פֿאַר דעם פֿאָלק, און פֿאַר גאַנץ יהוּדה, װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געפֿונענעם בוך, װאָרום גרױס איז דער גרימצאָרן פֿון {dn גאָט} װאָס איז אָנגעצונדן אױף אונדז, פֿאַר װאָס אונדזערע עלטערן האָבן ניט צוגעהערט צו די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בוך, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איז אָנגעשריבן פֿאַר אונדז. /22:14 איז געגאַנגען חִלקִיָהו דער כּהן, און אַחיקָם, און עַכבור, און שָפֿן, און עַשָׂיָה, צו חוּלדָה דער נבֿיאָה, דער װײַב פֿון שַלום דעם זון פֿון תִּקוָה דעם זון פֿון חַרחַסן, דעם קלײדער-היטער– און זי האָט געװױנט אין ירושלים, אין צװײטן שטאָטפֿערטל– און זײ האָבן גערעדט צו איר. /22:15 האָט זי צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: זאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אײַך געשיקט צו מיר: /22:16 אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער– אַלע װערטער פֿון דעם בוך װאָס דער מלך פֿון יהוּדה האָט געלײענט; /22:17 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן גערײכערט צו פֿרעמדע געטער, כּדי מיך צו דערצערענען מיט אַלע מעשׂים פֿון זײערע הענט, דרום װעט מײַן גרימצאָרן זיך אָנצינדן אױף דעם דאָזיקן אָרט, און װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן. /22:18 און צו דעם מלך פֿון יהוּדה װאָס שיקט אײַך פֿרעגן בײַ {dn גאָט}, צו אים זאָלט איר אַזױ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: װעגן די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, /22:19 איז, װײַל דײַן האַרץ איז װײך געװאָרן, און ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר {dn גאָט} װען דו האָסט געהערט װאָס איך האָב גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער, אַז זײ װעלן װערן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ קללה, און האָסט צעריסן דײַנע קלײדער, און האָסט געװײנט פֿאַר מיר, האָב איך אױך צוגעהערט, זאָגט {dn גאָט}. /22:20 דרום זע, איך זאַמל דיך אײַן צו דײַנע עלטערן, און װעסט אײַנגעזאַמלט װערן אין דײַן קבֿר בשלום, און דײַנע אױגן װעלן ניט זען דאָס גאַנצע בײז װאָס איך ברענג אױף דעם דאָזיקן אָרט. און זײ האָבן געבראַכט צום מלך דעם ענטפֿער. /23:1 און דער מלך האָט געשיקט, און מע האָט אײַנגעזאַמלט צו אים אַלע עלטסטע פֿון יהוּדה און ירושלים. /23:2 און דער מלך איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון {dn גאָט}, און אַלע מענער פֿון יהוּדה און אַלע באַװױנער פֿון ירושלים מיט אים, און די כּהנים, און די נבֿיאים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס. און ער האָט געלײענט אין זײערע אױערן אַלע װערטער פֿון דעם בוך פֿון בונד װאָס איז געפֿונען געװאָרן אין הױז פֿון {dn גאָט}. /23:3 און דער מלך האָט זיך געשטעלט אױף אַ בימה, און ער האָט געשלאָסן אַ בונד פֿאַר {dn גאָט}, צו גײן נאָך {dn גאָט}, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע אָנזאָגן און זײַנע געזעצן מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גאַנצער זעל, מקיים צו זײַן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז צוגעשטאַנען צו דעם בונד. /23:4 און דער מלך האָט באַפֿױלן חִלקִיָהו דעם כּהן-גדול, און די אונטער-כּהנים, און די שװעלהיטערס, אַרױסצוטראָגן פֿון דעם טעמפּל פֿון {dn גאָט} אַלע כּלים װאָס זײַנען געמאַכט געװאָרן פֿאַר בַעַל, און פֿאַר דער אַשֵרָה, און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל; און ער האָט זײ פֿאַרברענט דרױסן פֿון ירושלים אין די פֿעלדער פֿון קִדרון, און האָט אַװעקגעטראָגן זײער אַש קײן בֵית-אֵל. /23:5 און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די פּריסטער װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן אױפֿגעזעצט, און װאָס האָבן גערײכערט אױף די בָמות, אין די שטעט פֿון יהוּדה און אין די אַרומיקע ערטער פֿון ירושלים; און די װאָס האָבן גערײכערט צו בַעַל, צו דער זון, און צו דער לבֿנה, און צו די מזלות, און צום גאַנצן חיל פֿון הימל. /23:6 און ער האָט אַרױסגעטראָגן די אַשֵרָה פֿון דעם הױז פֿון {dn גאָט} דרױסן פֿון ירושלים צום טײַך קִדרון, און האָט זי פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרון, און צעמאָלן אױף שטױב, און צעװאָרפֿן איר שטױב אױף די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק. /23:7 און ער האָט צעבראָכן די הײַזער פֿון די שאַנדמענער װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}, װאָס די װײַבער פֿלעגן דאָרטן װעבן צודעקן פֿאַר דער אַשֵרָה. /23:8 און ער האָט צונױפֿגעבראַכט אַלע כּהנים פֿון די שטעט פֿון יהוּדה, און האָט פֿאַראומרײניקט די בָמות װאָס די כּהנים האָבן דאָרטן גערײכערט, פֿון גֶבֿע ביז באֵר-שֶבֿע; און ער האָט צעבראָכן די בָמות פֿון די טױערן װאָס בײַם טױעראײַנגאַנג פֿון יהושוע דעם שטאָטהאַר, װאָס אױף דער לינקער זײַט פֿון דעם װאָס קומט אַרײַן אין שטאָטטױער. /23:9 אָבער די כּהנים פֿון די בָמות זײַנען ניט אַרױפֿגעגאַנגען צום מזבח פֿון {dn גאָט} אין ירושלים; נײַערט זײ האָבן געגעסן דאָס אומגעזײַערטע ברױט צװישן זײערע ברידער. /23:10 און ער האָט פֿאַראומרײניקט תּוֹפֿת װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנום, אַז קײנער זאָל ניט מאַכן דורכגײן זײַן זון אָדער זײַן טאָכטער דורכן פֿײַער צו מוֹלֶך. /23:11 און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די פֿערד װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געגעבן צו דער זון בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז פֿון {dn גאָט}, לעבן דער קאַמער פֿון נְתַן-מלך דעם הױפֿדינער, װאָס אין די פֿאָרהױפֿן; און די רײַטװעגן פֿון דער זון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. /23:12 און די מזבחות װאָס אױפֿן דאַך פֿון אָחָזעס אױבערשטוב, װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געמאַכט, און די מזבחות װאָס מנשה האָט געמאַכט אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז, האָט צעבראָכן דער מלך און צעהאַקט פֿון דאָרטן, און אַרײַנגעװאָרפֿן זײער שטױב אין טײַך קִדרון. /23:13 אױך די בָמות װאָס פֿאַר ירושלים, װאָס אױף דער רעכטער זײַט פֿון דעם באַרג פֿון פֿאַרדאַרבער, װאָס שלמה דער מלך פֿון ישׂראל האָט געבױט צו עשתּוֹרות, דער אומװערדיקײט פֿון די צידונים, און צו כָּמוש, דער אומװערדיקײט פֿון מואָבֿ, און צו מִלכּום, דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עמון, האָט דער מלך פֿאַראומרײניקט. /23:14 און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די געצנבײמער, און אָנגעפֿילט זײער אָרט מיט בײנער פֿון מענטשן. /23:15 און אױך דעם מזבח װאָס אין בֵית-אֵל, די בָמָה װאָס יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבֿטן װאָס האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל, האָט געמאַכט, אױך יענעם מזבח און די בָמָה האָט ער צעבראָכן; און ער האָט פֿאַרברענט די בָמָה, און צעמאָלן אױף שטױב; און ער האָט פֿאַרברענט די אַשֵרָה. /23:16 און װי יֹאשִיָהו האָט זיך אומגעדרײט, אַזױ האָט ער געזען די קבֿרים װאָס דאָרטן אױפֿן באַרג, און ער האָט געשיקט, און האָט אַרױסגענומען די בײנער פֿון די קבֿרים, און פֿאַרברענט אױפֿן מזבח, און האָט אים פֿאַראומרײניקט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס עס האָט אױסגערופֿן דער געטלעכער מאַן װאָס האָט אױסגערופֿן די דאָזיקע זאַכן. /23:17 און ער האָט געזאָגט: װאָס איז יענער צײכן װאָס איך זע? האָבן די מענטשן פֿון שטאָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דער קבֿר פֿון דעם געטלעכן מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, און האָט אױסגערופֿן די דאָזיקע זאַכן װאָס דו האָסט געטאָן צו דעם דאָזיקן מזבח אין בֵית-אֵל. /23:18 האָט ער צו זײ געזאָגט: לאָזט אים אין רו; קײנער זאָל ניט רירן זײַנע בײנער. האָבן זײ אױסגעלאָזט זײַנע בײנער מיט די בײנער פֿון דעם נבֿיא װאָס איז אַרױסגעקומען פֿון שומרון. /23:19 און אױך אַלע הײַזער פֿון די בָמות װאָס אין די שטעט פֿון שומרון, װאָס די מלכים פֿון ישׂראל האָבן געמאַכט צו דערצערענען [{dn גאָט}], האָט יֹאשִיָהו אָפּגעטאָן, און ער האָט געטאָן צו זײ אַזױ װי אַלע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין בֵית-אֵל. /23:20 און ער האָט געשלאַכט אַלע כּהנים פֿון די בָמות װאָס זײַנען דאָרטן געװען, אױף די מזבחות, און האָט פֿאַרברענט בײנער פֿון מענטשן אױף זײ. און ער האָט זיך אומגעקערט קײן ירושלים. /23:21 און דער מלך האָט באַפֿױלן דעם גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: מאַכט אַ קרבן-פּסח צו {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון בונד. /23:22 װאָרום אַזאַ װי דער דאָזיקער קרבן-פּסח איז ניט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון די שופֿטים װאָס האָבן געמשפּט ישׂראל, און אין אַלע טעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל, און די מלכים פֿון יהוּדה. /23:23 נאָר אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך יֹאשִיָהון איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער קרבן-פּסח צו {dn גאָט} אין ירושלים. /23:24 און אױך די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער, און די תּרפֿים, און די אָפּגעטער, און אַלע אומװערדיקײטן, װאָס זײַנען געזען געװאָרן אין לאַנד יהוּדה און אין ירושלים, האָט יֹאשִיָהו אױסגעראַמט, כּדי מקיים צו זײַן די װערטער פֿון דער תּורה װאָס שטײען געשריבן אין דעם בוך װאָס חִלקִיָהו דער כּהן האָט געפֿונען אין הױז פֿון {dn גאָט}. /23:25 און אַזאַ װי ער איז ניט געװען קײן מלך פֿאַר אים, װאָס זאָל זיך אומקערן צו {dn גאָט} מיט זײַן גאַנצן האַרצן און מיט זײַן גאַנצער זעל און מיט זײַן גאַנצן כּוח, לױט דער גאַנצער תּורה פֿון משהן; און נאָך אים איז ניט אױפֿגעשטאַנען אַזאַ װי ער. /23:26 אָבער {dn גאָט} האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון זײַן גרױסן גרימצאָרן װען זײַן צאָרן האָט געגרימט אױף יהוּדה, פֿאַר אַלע דערצערענונגען װאָס מנשה האָט אים דערצערנט. /23:27 און {dn גאָט} האָט געזאָגט: אױך יהוּדה װעל איך אָפּטאָן פֿון מײַן פּנים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן ישׂראל; און איך װעל פֿאַראַכטן די דאָזיקע שטאָט װאָס איך האָב אױסדערװײלט, ירושלים, און דאָס הױז װאָס איך האָב געזאָגט: מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן. /23:28 און די איבעריקע זאַכן װעגן יֹאשִיָהון, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישען פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /23:29 אין זײַנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען פּרעה-נכו דער מלך פֿון מצרים אױף דעם מלך פֿון אשור, בײַם טײַך פּרת, און דער מלך יֹאשִיָהו איז אים געגאַנגען אַקעגן; און ער האָט אים געטײט אין מגִדו, װי ער האָט אים דערזען. /23:30 האָבן זײַנע קנעכט אים אַװעקגעפֿירט אַ טױטן פֿון מגִדו, און זײ האָבן אים געבראַכט קײן ירושלים, און האָבן אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט גענומען יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, און זײ האָבן אים געזאַלבט, און אים געמאַכט פֿאַר מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט. /23:31 דרײַ און צװאַנציק יאָר איז יהוֹאָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל, די טאָכטער פֿון יִרמיָהון, פֿון לִבֿנָה. /23:32 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַנע עלטערן האָבן געטאָן. /23:33 און פּרעה-נכו האָט אים אײַנגעשפּאַרט אין רִבֿלָה, אין לאַנד חַמת, אַז ער זאָל ניט קיניגן אין ירושלים. און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַ שטראָף אױפֿן לאַנד, הונדערט צענטנער זילבער, און אַ צענטנער גאָלד. /23:34 און פּרעה-נכו האָט געמאַכט אֶליָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער יֹאשִיָהון, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף יהויָקים. און יהוֹאָחָזן האָט ער אַװעקגענומען; און ער איז געקומען קײן מצרים, און איז דאָרטן געשטאָרבן. /23:35 און דאָס זילבער און דאָס גאָלד האָט יהויָקים געגעבן צו פּרעהן; אָבער ער האָט אָפּגעשאַצט דאָס לאַנד, כּדי צו געבן דאָס געלט לױט דעם באַפֿעל פֿון פּרעהן; פֿון איטלעכן לױט זײַן אָפּשאַצונג האָט ער אױפֿגעמאָנט דאָס זילבער און דאָס גאָלד פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, כּדי צו געבן צו פּרעה-נכון. /23:36 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יהויָקים אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען זבֿוּדָה די טאָכטער פֿון פּדָיָה, פֿון רוּמָה. /23:37 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַנע עלטערן האָבן געטאָן. 1 אין זײַנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, און יהויָקים איז געװען אַ קנעכט צו אים דרײַ יאָר; דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעקערט און האָט װידערשפּעניקט אָן אים. /24:2 און {dn גאָט} האָט אָנגעשיקט אױף אים באַנדעס פֿון כַּשׂדים, און באַנדעס פֿון ארם, און באַנדעס פֿון מואָבֿ, און באַנדעס פֿון די קינדער פֿון עמון; און ער האָט זײ אָנגעשיקט אױף יהוּדה, כּדי עס אונטערצוברענגען, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים. /24:3 נאָר לױט דעם מױל פֿון {dn גאָט} איז דאָס געװען אױף יהוּדה, כּדי זײ אָפּצוטאָן פֿון זײַן פּנים, פֿאַר די זינד פֿון מנשהן, לױט אַלץ װאָס ער האָט געטאָן. /24:4 און אױך פֿאַר דעם אומשולדיקן בלוט װאָס ער האָט פֿאַרגאָסן, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושלים מיט אומשולדיק בלוט; און {dn גאָט} האָט ניט געװאָלט פֿאַרגעבן. /24:5 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהויָקימען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. /24:6 און יהויָקים האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון יהוֹיָכין איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. /24:7 און דער מלך פֿון מצרים איז מער װידער ניט אַרױסגעגאַנגען פֿון זײַן לאַנד, װאָרום דער מלך פֿון בָבֿל האָט צוגענומען, פֿון דעם באַך פֿון מצרים ביז דעם טײַך פּרת, אַלץ װאָס געהערט צום מלך פֿון מצרים. /24:8 אַכצן יאָר איז יהוֹיָכין אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נחוּשתּאָ די טאָכטער פֿון אֶלנָתָנען, פֿון ירושלים. /24:9 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן. /24:10 אין יענער צײַט זײַנען די קנעכט פֿון נבֿוכַדנֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושלים, און די שטאָט איז געקומען אין באַלעגערונג. /24:11 און נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל איז געקומען אױף דער שטאָט, בעת זײַנע קנעכט האָבן געלעגערט אױף איר. /24:12 איז יהוֹיָכין דער מלך פֿון יהוּדה אַרױסגעגאַנגען צו דעם מלך פֿון בָבֿל, ער, און זײַן מוטער, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַנע הױפֿדינער; און דער מלך פֿון בָבֿל האָט אים אַװעקגענומען אין אַכטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. /24:13 און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַלע אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; און ער האָט צעהאַקט אַלע גילדערנע כּלים װאָס שלמה דער מלך פֿון ישׂראל האָט געמאַכט אין דעם טעמפּל פֿון {dn גאָט}- אַזױ װי {dn גאָט} האָט אָנגעזאָגט. /24:14 און ער האָט פֿאַרטריבן גאַנץ ירושלים, און אַלע האַרן, און אַלע העלדישע גִבורים, צען טױזנט געפֿאַנגענע, און אַלע מײַנסטערס און שלעסערס; קײנער איז ניט געבליבן אחוץ די אָרימסטע פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד; /24:15 און ער האָט פֿאַרטריבן יהוֹיָכינען קײן בָבֿל; אױך דעם מלכס מוטער, און דעם מלכס װײַבער, און זײַנע הױפֿדינער, און די פּנֵי פֿון לאַנד, האָט ער אַװעקגעפֿירט אין גלות פֿון ירושלים קײן בָבֿל. /24:16 און אַלע חילס-לײַט, זיבן טױזנט, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, טױזנט, אַלע, גִבורים װאָס טױגן צו מלחמה, זײ האָט דער מלך פֿון בָבֿל געבראַכט אין גלות קײן בָבֿל. /24:17 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געמאַכט פֿאַר מלך אָנשטאָט אים זײַן פֿעטער מַתַּניָהן, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף צִדקִיָהו. /24:18 אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון, פֿון לִבֿנָה. /24:19 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַזױ װי אַלץ װאָס יהויָקים האָט געטאָן. /24:20 פֿאַר װאָר, פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון {dn גאָט} איז דאָס געשען אױף ירושלים און יהוּדה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים. און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בָבֿל. /25:1 און עס איז געװען אין נײַנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, איז געקומערן נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, ער און זײַן גאַנצער חיל, אױף ירושלים, און ער האָט געלעגערט אױף איר, און זײ האָבן געבױט באַלעגערװערק רונד אַרום איר. /25:2 און די שטאָט איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך צִדקִיָהו. /25:3 אין נײַנטן טאָג פֿון [פֿירטן] חודש האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט, און עס איז ניט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. /25:4 און די שטאָט איז אײַנגעבראָכן געװאָרן, און אַלע מלחמה-לײַט [זײַנען אַנטלאָפֿן] בײַ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס בײַם מלכס גאָרטן- און די כַּשׂדים זײַנען געװען רונד אַרום דער שטאָט- און [דער מלך] איז אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן. /25:5 אָבער דער חיל פֿון די כַּשׂדים האָט נאָכגעיאָגט דעם מלך, און זײ האָבן אים אָנגעיאָגט אין די פּלױנען פֿון יריחו; און זײַן גאַנצער חיל איז צעלױפֿן פֿון אים. /25:6 און זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צום מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה; און מע האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט. /25:7 און צִדקִיָהוס זין האָט מען געשאָכטן פֿאַר זײַנע אױגן; און צִדקִיָהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט, און ער האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, און געבראַכט קײן בָבֿל. /25:8 און אין פֿינפֿטן חודש, אין זיבעטן טאָג פֿון חודש- דאָס איז דאָס נײַנצנטע יאָר פֿון מלך נבֿוכַדנֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל- איז געקומען נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, דער קנעכט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, קײן ירושלים. /25:9 און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון {dn גאָט}, און דאָס הױז פֿון מלך; אױך אַלע הײַזער פֿון ירושלים, װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. /25:10 און די מױערן פֿון ירושלים רונד אַרום האָט דער גאַנצער חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל אײַנגעװאָרפֿן. /25:11 און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין שטאָט, און די אַריבערגעלאָפֿענע װאָס זײַנען אַריבערגעלאָפֿן צו דעם מלך פֿון בָבֿל, און דעם רעשט פֿון המון, האָט נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזן פֿאַר װײַנגערטנירער און פֿאַר אַקערלײַט. /25:13 און די קופּערנע זײַלן װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}, און די געשטעלן, און דעם קופּערנעם ים װאָס אין הױז פֿון {dn גאָט}, האָבן די כַּשׂדים צעבראָכן, און אַװעקגעטראָגן דאָס קופּער דערפֿון קײן בָבֿל. /25:14 אױך די טעפּ, און די שופֿלען, און די שנײצמעסערס, און די שאָלן, און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ, האָבן זײ צוגענומען. /25:15 אױך די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל צוגענומען. /25:16 די צװײ זײַלן, דעם אײן ים, און די געשטעלן, װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר גאָטס הױז- דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז ניט געװען אָפּצוּװעגן. /25:17 אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל און אַ קופּערנע קרױן איז געװען אױף אים; און די הײך פֿון דער קרױן איז געװען דרײַ אײלן; און אַ נעצװערק פֿון מילגרױמען זײַנען געװען אױף דער קרױן רונד אַרום, אַלץ פֿון קופּער;און דעס גלײַכן צום צװײטן זײַל, איבער דעם נעצװערק. /25:18 און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט גענומען שׂרָיָה דעם כּהן-גדול, און צפֿניָה דעם צװײטן כּהן, און די דרײַ שװעלהיטערס; /25:19 און פֿון שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-לײַט, און פֿינף מענער פֿון די װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט, און דעם שרײַבער פֿון דעם חיל-פֿירער װאָס האָט אױפֿגענומען אין חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט. /25:20 און נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צו דעם מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה. /25:21 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ געשלאָגן און געטײט אין רִבֿלָה אין לאַנד חַמת. אַזױ איז יהוּדה אַװעק אין גלות פֿון זײַן לאַנד. /25:22 און דאָס פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין לאַנד יהוּדה, װאָס נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט איבערגעלאָזן- איבער זײ האָט ער אױפֿגעזעצט גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפֿנען. /25:23 און װי אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, זײ מיט די מענטשן, האָבן געהערט, אַז דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט גדַליָהון, אַזױ זײַנען זײ געקומען צו גדַליָהון קײן מִצפָּה: און יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן, און יוֹחָנן דער זון פֿון קָרֵחַן, און שׂרָיָה דער זון פֿון תַּנחוּמתן, פֿון נטוֹפֿה, און יַאזַניָהוּ דער זון פֿון דעם מַעַכָתי, זײ מיט זײערע מענטשן. /25:24 און גדַליָהו האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן, און האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט מורא האָבן פֿאַר די קנעכט פֿון די כַּשׂדים; זיצט אין לאַנד, און דינט דעם מלך פֿון בָבֿל, און אײַך װעט גוט זײַן. /25:25 אָבער עס איז געװען אין זיבעטן חודש, איז געקומען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָה דעם זון פֿון אֶלישָמָען, פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם, און צען מענטשן מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן גדַליָהון, און ער איז געשטאָרבן; אױך די יהודהער און די כַּשׂדים װאָס זײַנען געװען מיט אים אין מִצפָּה. /25:26 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס, און די הױפּטלײַט פֿון חיל, זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַװעק קײן מצרים, װאָרום זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר די כַּשׂדים. /25:27 און עס איז געװען אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר נאָך דעם גלות פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, אין צװעלפֿטן חודש, אין זיבן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט אֶוִיל-מרודַך דער מלך פֿון בָבֿל, אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך, אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿון תּפֿיסה. /25:28 און ער האָט גערעדט צו אים פֿרײַנטלעך, און האָט געשטעלט זײַן שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס בײַ אים אין בָבֿל. /25:29 און ער האָט אומגעביטן זײַנע תּפֿיסה-קלײדער, און ער האָט געגעסן בײַ אים ברױט תּמיד אַלע טעג פֿון זײַן לעבען. /25:30 און זײַן אױסקומעניש, אַ שטענדיקע אױסקומעניש, איז אים געגעבן געװאָרן פֿון מלך טאָגטעגלעך אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.