תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש עוֹבֿדְיָה /1:1 די זעונג פֿון עוֹבֿדיָהן. אַזױ האָט געזאָגט {dn גאָט דער האַר} אױף אֶדוֹם: אַ הערונג האָבּן מיר געהערט פֿון {dn גאָט}, און אַ שליח איז געשיקט צװישן די פֿעלקער: שטײט אױף, און לאָמיר אױפֿשטײן אין מלחמה אױף איר. /1:2 זע, קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער, פֿאַראַכט זײער װערסטו. /1:3 די מוטװיליקײט פֿון דײַן האַרצן האָט דיך פֿאַרפֿירט, דו װאָס רוסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלז, אין דער הײך פֿון דײַן װוינונג; װאָס זאָגסט אין דײַן האַרצן: װער װעט מיך אַראָפּנידערן צו דער ערד? /1:4 װען דו זאָלסט זיך װי אַן אָדלער דערהײבן, און װען דו מאַכסט צװישן שטערן דײַן נעסט, װעל איך פֿון דאָרטן דיך אַראָפּנידערן, זאָגט {dn גאָט}. /1:5 אױב גנבֿים װאָלטן געקומען צו דיר, אױבּ נאַכטרױבּער – װי ביסטו פֿאַרשניטן געװאָרן! – װאָלטן זײ דאָך בלױז געגנבֿעט גענוג פֿאַר זיך; אױבּ האַרבּסטער װאָלטן געקומען צו דיר, װאָלטן זײ דאָך אַ נאָכקלײַבּ איבערגעלאָזט. /1:6 װי איז דורכגעזוכט געװאָרן עֵשָׂו, אַנטפּלעקט געװאָרן זײַנע באַהעלטענישן! /1:7 בּיז צום געמאַרק האָבּן זײ דיר באַלײט, אַלע דײַנע בונדסלײַט; דיך פֿאַרפֿירט, דיך בּײַגעקומען האָבּן די גוטע פֿרײַנט דײַנע. די װאָס האָבּן דײַן ברױט געגעסן האָבן געשטעלט אַ נעץ אונטער דיר. ניט געװען קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין אים. /1:8 פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג, זאָגט {dn גאָט}, װעל איך אונטערברענגען די חכמים, פֿון אֶדוֹם, און די פֿאַרשטאַנדיקײט, פֿון באַרג עֵשָׂו. /1:9 און דײַנע גיבוֹרים, תֵּימָן, װעלן צעבראָכן װערן, כּדי איטלעכער זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון באַרג עֵשָׂו דורך טײטונג. /1:10 פֿאַר דעם אומרעכט צו דײַן ברודער יעקבֿ װעט דיך אַ בושה באַדעקן, און װעסט פֿאַרשניטן װערן אױף אײביק. /1:11 אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿון װײַטן, אין דעם טאָג װאָס פֿרעמדע האָבן געפֿאַנגען זײַן פֿאַרמעג, און װילדפֿרעמדע זײַנען געקומען אין זײַנע טױערן, און אױף ירושָלַיִם גוֹרל געװאָרפֿן, ביסטו אױך געװען װי אײנער פֿון זײ. /1:12 און דו האָסט ניט געזאָלט צוזען דעם טאָג פֿון דײַן ברודער, אין טאָג פֿון זײַן אומגליק, און ניט געזאָלט זיך פֿרײען איבער די קינדער פֿון יהודה, אין טאָג פֿון זײער אונטערגאַנג, און ניט געזאָלט גרײסן דײַן מױל, אין טאָג פֿון נױט. /1:13 האָסט ניט געזאָלט קומען אין טױער פֿון מײַן פֿאָלק, אין טאָג פֿון זײַן בראָך, ניט געזאָלט צוזען, דו אױך, זײַן אומגליק, אין טאָג פֿון זײַן בראָך, און ניט געזאָלט אױסשטרעקן די האַנט אױף זײַן פֿאַרמעג, אין טאָג פֿון זײַן בראָך. און האָסט ניט געזאָלט שטײן בײַם שײדװעג, /1:14 צו פֿאַרשנײַדן זײַנע אַנטרונענע, און ניט געזאָלט איבערענטפֿערן זײַנע געבליבענע, אין טאָג פֿון נױט. /1:15 װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון {dn גאָט} אױף אַלע פֿעלקער; װי דו האָסט געטאָן, װעט געטאָן װערן צו דיר, דײַן טוּונג װעט זיך אומקערן אױף דײַן קאָפּ. /1:16 װאָרום װי איר האָט געטרונקען אױף מײַן הײליקן באַרג, װעלן טרינקען אַלע פֿעלקער תּמיד; יאָ, זײ װעלן טרינקען און זופּן, און װערן װי קײן מאָל ניט געװען. /1:17 אָבער אױף דעם באַרג צִיוֹן װעט זײַן אַן אַנטרינונג, און ער װעט זײַן הײליק; און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט אַרבן זײערע אַרבונגען. /1:18 און דאָס הױז פֿון יעקבֿ װעט זײַן אַ פֿײַער, און דאָס הױז פֿון יוֹסף אַ פֿלאַם, און דאָס הױז פֿון עֵשָׂו צו שטרױ, און זײ װעלן זײ אָנצינדן און זײ פֿאַרצערן, און קײן איבערבלײַב װעט ניט זײַן פֿון דעם הױז פֿון עֵשָׂו; װאָרום {dn גאָט} האָט גערעדט. /1:19 און די װאָס אין דָרום װעלן אַרבן דעם באַרג עֵשָׂו, און די װאָס אין דער נידערונג – די פּלִשתּים; און זײ װעלן אַרבן דאָס פֿעלד פֿון אפֿרים, און דאָס פֿעלד פֿון שוֹמרוֹן; און בנימין װעט אַרבן גִלעָד. /1:20 און די דאָזיקע פֿאַרטריבענע מחנה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס צװישן די כּנַענים ביז צָרפֿת, און די פֿאַרטריבענע פֿון ירושָלַיִם װאָס אין ספָֿרד, װעלן אַרבן די שטעט פֿון דָרום. /1:21 און העלפֿער װעלן אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג צִיוֹן, צו משפּטן דעם באַרג עֵשָׂו, און די מלוכה װעט זײַן בײַ {dn גאָט}. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.