תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש שְמוּאֵל א /1:1 עס איז געװען אַ מאַן פֿון רמתים-צופֿים, פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אלקנה, דער זון פֿון ירוחם, דעם זון פֿון אליהוא, דעם זון פֿון תּחו, דעם זון פֿון צופֿן, אַן אפֿרַיִמער. /1:2 און ער האָט געהאַט צװײ װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען חנה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּנינה; און פּנינה האָט געהאַט קינדער, און חנה האָט קײן קינדער ניט געהאַט. /1:3 און יענער מאַן פֿלעגט פֿון יאָר צו יאָר אַרױפֿגײן פֿון זײַן שטאָט, זיך צו בוקן און צו שלאַכטן צו {dn גאָט} פֿון צבֿאות אין שילו. און עליס צװײ זין, חפֿני און פּינחס, זײַנען דאָרטן געװען כּהנים צו {dn גאָט}. /1:4 און װי עס איז געװען דער טאָג, און אלקנה האָט געשלאַכט, אַזױ פֿלעגט ער געבן זײַן װײַב פּנינהן און אַלע אירע זין און אירע טעכטער חלקים. /1:5 אָבער חנהן פֿלעגט ער געבן אַ טאָפּעלן חלק, װאָרום חנהן האָט ער ליב געהאַט, נאָר {dn גאָט} האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. /1:6 און די אַנדער װײַב האָט זי ערגערן געערגערט, כּדי זי צו דערצערענען, װײַל {dn גאָט} האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. /1:7 און װי ער פֿלעגט אַזױ טאָן יאָר אין יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון {dn גאָט}, אַזױ פֿלעגט יענע זי ערגערן; און זי האָט געװײנט, און פֿלעגט ניט עסן. /1:8 האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו איר: חנה, פֿאַר װאָס װײנסטו? און פֿאַר װאָס עסטו ניט? און פֿאַר װאָס איז דײַן האַרץ פֿאַראומערט? בין איך דיר ניט בעסער פֿון צען קינדער? /1:9 איז חנה אױפֿגעשטאַנען נאָכן עסן אין שילו און נאָכן טרינקען – און עלי דער כּהן איז געזעסן אױף אַ שטול בײַ דעם בײַשטידל פֿון גאָטס טעמפּל. /1:10 און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט, אַזױ האָט זי מתפּלל געװען צו {dn גאָט}, און האָט שטאַרק געװײנט. /1:11 און זי האָט אַ נדר געטאָן, און האָט געזאָגט: {dn גאָט} פֿון צבֿאות, אױב זען װעסטו זען די פּײַן פֿון דײַן דינסט, און װעסט דאַכטן אָן מיר, און ניט פֿאַרגעסן אָן דײַן דינסט, און װעסט שענקען דײַן דינסט אַ קינד אַ זכר, װעל איך אים אָפּגעבן צו {dn גאָט} אױף אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, און אַ שערמעסער װעט ניט אַרױפֿקומען אױף זײַן קאָפּ. /1:12 און עס איז געװען, װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר {dn גאָט}, אַזױ האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל. /1:13 װאָרום חנה, זי האָט גערעדט אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט, אָבער איר קָול האָט זיך ניט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ שיכּורער. /1:14 האָט עלי געזאָגט צו איר: ביז װאַנען װעסטו זײַן שכּור? טו אָפּ דײַן װײַן פֿון זיך. /1:15 האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך ניט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר {dn גאָט}. /1:16 זאָלסט ניט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרום פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער. /1:17 האָט זיך אָפּגערופֿן עלי און האָט געזאָגט: גײ לשלום, און דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל זאָל שענקען דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים. /1:18 האָט זי געזאָגט: זאָל דײַן דינסט געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן. און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג. און זי האָט געגעסן, און האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים. /1:19 און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך געפֿעדערט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר {dn גאָט}, און האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען אין זײער הױז קײן רמה. און אלקנה האָט דערקענט זײַן װײַב חנהן; און {dn גאָט} האָט אָן איר געדאַכט. /1:20 און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמואל, װײַל: ״פֿון {dn גאָט} האָב איך אים אױסגעבעטן. ״ /1:21 און דער מאַן אלקנה מיט זײַן גאַנצן הױזגעזינט איז אַרױפֿגעגאַנגען צו שלאַכטן פֿאַר {dn גאָט} דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר, און זײַן נדר. /1:22 אָבער חנה איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען. װאָרום זי האָט געזאָגט צו איר מאַן: ביז דער ייִנגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װײַזן פֿאַר {dn גאָט}, און װעט דאָרטן בלײַבן אױף שטענדיק. /1:23 האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו איר: טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; בלײַב ביז דו װעסט אים אַנטװײנען. זאָל נאָר {dn גאָט} מקיים זײַן זײַן װאָרט. איז די פֿרױ געבליבן; און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט. /1:24 און אַז זי האָט אים אַנטװײנט, האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט זיך מיט דרײַ אָקסן, און אײן אֵיפֿה מעל, און אַ לאָגל װײַן; און זי האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון {dn גאָט} אין שילו, און דער ייִנגל איז געװען יונג. /1:25 און זײ האָבן געשאָכטן דעם אָקס, און האָבן געבראַכט דעם ייִנגל צו עלין. /1:26 און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר, איך בין די פֿרױ װאָס איז דאָ געשטאַנען לעבן דיר, מתפּלל צו זײַן צו {dn גאָט}. /1:27 אױף דעם דאָזיקן ייִנגל האָב איך מתפּלל געװען, און {dn גאָט} האָט מיר געשאָנקען מײַן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים. /1:28 און אױך איך האָב אים געליִען צו {dn גאָט}; אַלע טעג װאָס ער לעבט איז ער געליִען צו {dn גאָט}. און ער האָט זיך דאָרטן געבוקט צו {dn גאָט}. /2:1 און חנה האָט מתפּלל געװען, און האָט געזאָגט:מײַן האַרץ איז לוסטיק דורך {dn גאָט}, מײַן האָרן איז דערהױבן דורך {dn גאָט};מײַן מױל איז ברײט אַקעגן מײַנע פֿײַנט, װאָרום איך פֿרײ זיך מיט דײַן הילף. /2:2 ניטאָ אַ הײליקער װי {dn יהוה}, װאָרום חוץ דיר איז ניטאָ;און ניטאָ אַ פֿעלדז װי אונדזער {dn גאָט}. /2:3 ניט מערן זאָלט איר הױכהאָפֿערדיקע רײד, ניט אַרױס זאָל פֿאַרשײַטס פֿון אײַער מױל. װאָרום אַ {dn גאָט} פֿון װיסן איז {dn יהוה}, און פֿון אים װערן מעשׂים געװױגן. /2:4 דער בױגן פֿון גיבורים װערט צעבראָכן. און געשטרױכלטע גורטן אָן קראַפֿט. /2:5 זאַטע פֿאַרדינגען זיך אום ברױט, און הונגעריקע רוען אָפּ;בעת די עקרה געבערט זיבן, װערט די רײַכע אין קינדער פֿאַרװעלקט. /2:6 {dn גאָט} טײט און {dn גאָט} מאַכט לעבעדיק, ער מאַכט נידערן אין גרוב און ברענגט אױף. /2:7 {dn גאָט} מאַכט אָרעם און מאַכט רײַך, ער דערנידערט און דערהײבט. /2:8 ער ריכט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן. פֿון מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון, זײ צו זעצן מיט פֿירשטן, און אַ טראָן פֿון כּבֿוד מאַכט ער זײ אַרבן;װאָרום גאָטס זײנען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד. און ער האָט אױף זײ די װעלט געשטעלט. /2:9 די פֿיס פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער, און רשעיִם װערן אין חושך פֿאַרשניטן;װאָרום ניט מיט כּוח איז אַ מענטש שטאַרק. /2:10 די װאָס קריגן אױף {dn גאָט} װערן צעבראָכן;ער דונערט אין הימל אױף זײ;{dn גאָט} משפּט די עקן פֿון דער ערד, און גיט מאַכט צו זײַן מלך, און דערהײבט דעם האָרן פֿון זײַן געזאַלבטן. /2:11 און אלקנה איז אַװעק קײן רמה צו זײַן הױז. און דער ייִנגל האָט געדינט {dn גאָט} לעבן עלי דעם כּהן. /2:12 און עליס זין זײַנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען, זײ האָבן ניט געװאָלט װיסן פֿון {dn גאָט}. /2:13 און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן פֿאָלק איז געװען: װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, װי מע האָט געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דרײַצײניקן גאָפּל אין זײַן האַנט. /2:14 און פֿלעגט אַרײַנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט, האָט דער כּהן צוגענומען דערמיט. אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ ישׂראל װאָס זײַנען געקומען אַהין קײן שילו. /2:15 נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס, פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, און זאָגן צו דעם מאַן װאָס האָט געשלאַכט: גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן, װאָרום ער װיל ניט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש, נײַערט רױ. /2:16 און אַז דער מאַן האָט צו אים געזאָגט: דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס, און נעם דיר װי דײַן האַרץ געלוסט, אַזױ פֿלעגט ער זאָגן: נײן, דװקא איצט מוזטו געבן, אַניט נעם איך מיט געװאַלט. /2:17 און די זינד פֿון די יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר {dn גאָט}, װאָרום די מענטשן האָבן מבֿזה געװען דעם קרבן פֿון {dn גאָט}. /2:18 און שמואל איז געװען אַ דינער פֿאַר {dn גאָט}, אַ ייִנגל אָנגעגורט אין אַ לײנענעם אפֿוד. /2:19 און אַ קלײן מאַנטעלע פֿלעגט אים זײַן מוטער מאַכן, און אים אַרױפֿברענגען פֿון יאָר צו יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעקומען מיט איר מאַן צו שלאַכטן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר. /2:20 און עלי פֿלעגט בענטשן אלקנהן און זײַן װײַב, און זאָגן: זאָל דיר {dn גאָט} באַשערן זאָמען פֿון דער דאָזיקער װײַב פֿאַר דער אַנטלײַונג װאָס איז אַנטליִען געװאָרן צו {dn גאָט}. און זײ פֿלעגן גײן אַהײם. /2:21 האָט אױך {dn גאָט} געדאַכט אָן חנהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן דרײַ זין און צװײ טעכטער. און דער ייִנגל שמואל איז אױפֿגעװאַקסן בײַ {dn גאָט}. /2:22 און עלי איז געװען זײער אַלט; און ער האָט געהערט אַלץ װאָס זײַנע זין טוען צו גאַנץ ישׂראל, און אַז זײ ליגן מיט די װײַבער װאָס זאַמלען זיך אײַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אהל-מועד. /2:23 און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס טוט איר אַזעלכע זאַכן? װאָרום איך הער אײַערע שלעכטע מעשׂים פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק. /2:24 ניט, זין מײַנע; װאָרום ניט גוט איז די הערונג װאָס איך הער דאָס פֿאָלק פֿון {dn גאָט} פֿאַרשפּרײטן. /2:25 אַז אַ מענטש זינדיקט קעגן אַ מענטשן, שטעלט זיך אײַן פֿאַר אים בית-דין אָבער אַז אַ מענטש זינדיקט קעגן {dn גאָט}, װער װעט פֿאַר אים בעטן? אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון זײער פֿאָטער; װאָרום {dn גאָט} האָט געװאָלט זײ טײטן. /2:26 און דער ייִנגל שמואל איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און מער װױלגעפֿעליק אי בײַ {dn גאָט} און אי בײַ לײַטן. /2:27 און אַ געטלעכער מאַן איז געקומען צו עלין, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: איך האָב דאָך אַנטפּלעקן זיך אַנטפּלעקט צו דײַן פֿאָטערס הױז בעת זײ זײַנען געװען אין מצרַיִם אונטער דעם הױז פֿון פּרעהן, /2:28 און אים אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל פֿאַר אַ כּהן צו מיר, אַרױפֿצוגײן אױף מײַן מזבח, צו רײכערן װײַרױך, צו טראָגן אַן אפֿוד פֿאַר מיר; און איך האָב געגעבן דײַן פֿאָטערס הױז אַלע פֿײַעראָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /2:29 פֿאַר װאָס טרעט איר אױף מײַן שלאַכטאָפּפֿער און אױף מײַן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איך האָב באַפֿױלן אין מײַן װױנונג, און האַלטסט דײַנע זין אין מער כּבֿוד װי מיך, כּדי אײַך צו שטאָפּן מיטן בעסטן פֿון יעטװעדער קרבן פֿון ישׂראל מײַן פֿאָלק? /2:30 דרום זאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: זאָגן האָב איך געװעסט געזאָגט: דײַן הױז און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אומגײן פֿאַר מיר אױף אײביק; אָבער אַצונד, זאָגט {dn גאָט}, פֿאַרמיטן זאָל עס זײַן פֿאַר מיר; װאָרום די װאָס גיבן מיר כּבֿוד, װעל איך געבן כּבֿוד, און די װאָס פֿאַראַכטן מיך, װעלן גרינגגעשאַצט װערן. /2:31 זע, טעג קומען, און איך װעל אָפּהאַקן דײַן אָרעם און דעם אָרעם פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, אַז אַ זקן װעט ניט זײַן אין דײַן הױז. /2:32 און װעסט קוקן װי אַ שׂונא פֿון מײַן װױנונג אױף איטלעכן װאָס װעט גוטס טאָן ישׂראל; און אַ זקן װעט קײן מאָל ניט זײַן אין דײַן הױז. /2:33 און ניט איטלעכן פֿון דיר װעל איך פֿאַרשנײַדן פֿון לעבן מײַן מזבח, כּדי צו מאַכן אױסגײן דײַנע אױגן און פֿאַרשמאַכטן דײַן זעל; און אַלע אױפֿגעװאַקסענע אין דײַן הױז װעלן שטאַרבן יונגעלײַט. /2:34 און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: װאָס װעט קומען אױף דײַנע צװײ זין, אױף חפֿנין און פּינחסן – אין אײן טאָג װעלן זײ בײדע שטאַרבן. /2:35 און איך װעל מיר אױפֿשטעלן אַ געטרײַען כּהן װאָס װעט טאָן אַזױ װי אין מײַן האַרצן און אין מײַן זעל; און איך װעל אים אױפֿבױען אַ זיכער הױז, און ער װעט אומגײן פֿאַר מײַן געזאַלבטן אַלע טעג. /2:36 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס בלײַבט איבער אין דײַן הױז, װעט קומען זיך בוקן צו אים אום אַ זילבערשטיק און אַ לעבל ברױט, און װעט זאָגן: נעם מיך צו, איך בעט דיך, צו אײנער פֿון די כּהנות, צו עסן אַ שטיקל ברױט. /3:1 און דער ייִנגל שמואל האָט געדינט {dn גאָט} לעבן עלין; און גאָטס װאָרט איז געװען זעלטן אין יענע טעג. קײן אָפֿטע זעונג איז ניט געװען. /3:2 און עס איז געװען אין יענע טעג, װען עלי איז געלעגן אױף זײַן אָרט – און זײַנע אױגן האָבן אָנגעהױבן טונקל װערן; ער האָט ניט געקענט זען – /3:3 און דאָס ליכט פֿון {dn גאָט} איז נאָך ניט געװען אױסגעגאַנגען, און שמואל איז געלעגן אין טעמפּל פֿון {dn גאָט}, װאָס דאָרטן איז געװען דער אָרון פֿון {dn גאָט}. /3:4 האָט {dn גאָט} גערופֿן צו שמואלן; האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך. /3:5 און ער איז צוגעלאָפֿן צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט ער געזאָגט: איך האָב ניט גערופֿן; לײג זיך צוריק. איז ער געגאַנגען און האָט זיך געלײגט. /3:6 האָט {dn גאָט} װידער גערופֿן שמואלן, און שמואל איז אױפֿגעשטאַנען און איז צוגעגאַנגען צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט ער געזאָגט: איך האָב ניט גערופֿן, מײַן זון; לײג זיך צוריק. /3:7 און שמואל האָט נאָך ניט געקענט {dn גאָט}, און דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} האָט זיך נאָך ניט געהאַט אַנטפּלעקט צו אים. /3:8 האָט {dn גאָט} װידער גערופֿן שמואלן צום דריטן מאָל. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעגאַנגען צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט עלי פֿאַרשטאַנען אַז {dn גאָט} רופֿט דעם ייִנגל. /3:9 און עלי האָט געזאָגט צו שמואלן: גײ לײג זיך; און עס װעט זײַן, אַז מע װעט רופֿן צו דיר, זאָלסטו זאָגן: רעד, {dn גאָט}, װאָרום דײַן קנעכט הערט. איז שמואל געגאַנגען און האָט זיך געלײגט אױף זײַן אָרט. /3:10 און {dn גאָט} איז געקומען און האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט גערופֿן אַזױ װי די פֿריִערדיקע מאָל: שמואל! שמואל! האָט שמואל געזאָגט: רעד, װאָרום דײַן קנעכט הערט. /3:11 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו שמואלן: זע, איך טו אַ זאַך אין ישׂראל, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן. /3:12 אין יענעם טאָג װעל איך מקיים זײַן אױף עלין אַלץ װאָס איך האָב גערעדט װעגן זײַן הױז, פֿון אָנהײב ביזן סָוף. /3:13 װאָרום איך האָב אים אָנגעזאָגט אַז איך פֿאַרמשפּט זײַן הױז אױף אײביק, פֿאַר דער זינד, װאָס ער האָט געװוּסט אַז זײַנע זין ברענגען אַ קללה אױף זיך, און האָט זײ ניט געװערט. /3:14 און דרום האָב איך געשװאָרן אױף עליס הױז: אױב די זינד פֿון עליס הױז װעט פֿאַרגעבן װערן דורך שלאַכטאָפּפֿער אָדער דורך שפּײַזאָפּפֿער אױף אײביק! /3:15 און שמואל איז געלעגן ביז אין דער פֿרי, און ער האָט געעפֿנט די טירן פֿון גאָטס הױז. און שמואל האָט מורא געהאַט צו דערצײלן די זעונג צו עלין. /3:16 האָט עלי גערופֿן שמואלן, און האָט געזאָגט: שמואל מײַן זון! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך. /3:17 האָט ער געזאָגט: װאָס איז די זאַך װאָס ער האָט צו דיר גערעדט? זאָלסטו ניט פֿאַרלײקענען פֿון מיר, איך בעט דיך. זאָל דיר {dn גאָט} טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דו װעסט פֿון מיר פֿאַרלײקענען אַ װאָרט פֿון אַלע װערטער װאָס {dn גאָט} האָט צו דיר גערעדט. /3:18 האָט שמואל אים דערצײלט אַלע װערטער, און ניט פֿאַרלײקנט פֿון אים. און ער האָט געזאָגט: ער איז {dn יהוה}; װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן, זאָל ער טאָן. /3:19 און שמואל איז געװאַקסן, און {dn גאָט} איז געװען מיט אים, און ער האָט פֿון אַלע זײַנע װערטער ניט געלאָזט פֿאַלן צו דער ערד. /3:20 און גאַנץ ישׂראל פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע האָט געװוּסט אַז שמואל איז באַגלױבט געװאָרן פֿאַר אַ נבֿיא פֿון {dn גאָט}. /3:21 און {dn גאָט} האָט זיך װידער באַװיזן אין שילו; װאָרום {dn גאָט} האָט זיך אַנטפּלעקט צו שמואלן אין שילו דורך דעם װאָרט פֿון {dn גאָט}. /4:1 און דאָס װאָרט פֿון שמואלן איז אַרױס צו גאַנץ ישׂראל. און ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אַקעגן די פּלשתּים, און זײ האָבן געלאַגערט בײַ אֶבֿן-עֶזֶר, און די פּלשתּים האָבן געלאַגערט אין אַפֿק. /4:2 און די פּלשתּים האָבן זיך אַרױסגעשטעלט אַקעגן ישׂראל, און די מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און ישׂראל איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די פּלשתּים; און זײ האָבן געטײט אין דער שלאַכט אױפֿן פֿעלד אַרום פֿיר טױזנט מאַן. /4:3 און אַז דאָס פֿאָלק איז צוריקגעקומען אין לאַגער, האָבן די עלטסטע פֿון ישׂראל געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט אונדז הײַנט {dn גאָט} געשלאָגן פֿאַר די פּלשתּים? לאָמיר אַריבערנעמען צו אונדז פֿון שילו דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, כּדי ער זאָל קומען צװישן אונדז, און אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט. /4:4 האָט דאָס פֿאָלק געשיקט קײן שילו, און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון דעם בונד פֿון {dn גאָט} פֿון צבֿאות װאָס זיצט איבער די כּרובֿים; און דאָרטן זײַנען געװען עליס צװײ זין בײַ דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, חפֿני און פּינחס. /4:5 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון גאָטס בונד איז אָנגעקומען אין לאַגער, אַזױ האָבן גאַנץ ישׂראל געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, אַז די ערד איז פֿאַרהילכט געװאָרן. /4:6 און די פּלשתּים האָבן געהערט דעם קָול פֿון דער שאַלונג, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס איז דער קָול פֿון דער דאָזיקער גרױסער שאַלונג אין לאַגער פֿון די עִבֿרים? און זײ זײַנען געװאָר געװאָרן אַז דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אָנגעקומען אין לאַגער. /4:7 און די פּלשתּים האָבן מורא געקראָגן, װאָרום זײ האָבן געזאָגט: {dn יהוה} איז געקומען אין לאַגער. און זײ האָבן געזאָגט: װײ אונדז! װאָרום אַזױ-װאָס איז ניט געשען נעכטן-אײערנעכטן. /4:8 װײ אונדז! װער װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די דאָזיקע מאַכטיקע געטער? דאָס זײַנען דאָך די געטער װאָס האָבן געשלאָגן די מִצרים מיט אַלערלײ שלעק אין מדבר. /4:9 שטאַרקט אײַך, און זײַט מענער, איר פּלשתּים, כּדי איר זאָלט ניט דינען די עִבֿרים, אַזױ װי זײ האָבן אײַך געדינט; דרום זײַט מענער, און איר זאָלט מלחמה האַלטן. /4:10 און די פּלשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן, און ישׂראל איז געשלאָגן געװאָרן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און עס איז געװען זײער אַ גרױסער שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון ישׂראל דרײַסיק טױזנט פֿוסגײער. /4:11 און דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז צוגענומען געװאָרן, און עליס צװײ זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינחס. /4:12 און אַ מאַן פֿון בנימין איז אַנטלאָפֿן פֿון שלאַכטפֿעלד, און ער איז אָנגעקומען קײן שילו אין דעם אײגענעם טאָג, מיט זײַנע קלײדער צעריסן, און ערד אױף זײַן קאָפּ. /4:13 און װי ער איז געקומען, ערשט עלי זיצט אױף אַ שטול בײַם װעג, אױסקוקנדיק; װאָרום זײַן האַרץ האָט געציטערט װעגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}. און דער מאַן איז געקומען אָנזאָגן אין שטאָט, און די גאַנצע שטאָט האָט אױפֿגעשריִען. /4:14 און עלי האָט געהערט דעם קָול פֿון דעם געשרײ, און האָט געזאָגט: װאָס איז דער קָול פֿון דעם דאָזיקן ליאַרעם? האָט דער מאַן געאײַלט און איז צוגעקומען, און האָט עלין דערצײלט. /4:15 און עלי איז געװען אַכט און נײַנציק יאָר אַלט, און זײַנע אױגן זײַנען געװען שטאַר, און ער האָט ניט געקענט זען. /4:16 האָט דער מאַן געזאָגט צו עלין: איך בין דער װאָס איז געקומען פֿון שלאַכטפֿעלד, און בין הײַנט אַנטלאָפֿן פֿון שלאַכטפֿעלד. האָט ער געזאָגט: װי איז די זאַך געװען, מײַן זון? /4:17 האָט דער אָנזאָגער געענטפֿערט און האָט געזאָגט: ישׂראל איז אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלשתּים, און עס איז אױך געװען אַ גרױסער שלאַק צװישן פֿאָלק, און אױך דײַנע בײדע זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינחס, און דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אַװעקגענומען געװאָרן. /4:18 און עס איז געװען, װי ער האָט דערמאָנט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, אַזױ איז ער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון שטול הינטערװײלעך בײַם זײַט פֿון טױער, און זײַן געניק האָט זיך צעבראָכן, און ער איז געשטאָרבן; װאָרום דער מאַן איז געװען אַלט און שװערלײַביק. און ער האָט געמשפּט ישׂראל פֿערציק יאָר. /4:19 און זײַן שנור, פּינחסעס װײַב, איז געװען טראָגעדיק צום געװינען, און װי זי האָט געהערט די הערונג, אַז דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אַװעקגענומען געװאָרן, און איר שװער און איר מאַן זײַנען טױט, אַזױ האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט און האָט געבאָרן, װאָרום אירע װײען זײַנען געקומען אױף איר. /4:20 און בעת איר שטאַרבן, האָבן די װײַבער װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן איר, צו איר געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום אַ זון האָסטו געבאָרן. אָבער זי האָט ניט געענטפֿערט, און ניט צוגעטאָן איר האַרץ. /4:21 און זי האָט גערופֿן דעם ייִנגל אי-כּבֿוד [אױס כּבֿוד], אַזױ צו זאָגן: אָפּגעטאָן האָט זיך דער כּבֿוד פֿון ישׂראל; װעגן דער אַװעקנעמונג פֿון דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און װעגן איר שװער און איר מאַן. /4:22 און זי האָט געזאָגט: אָפּגעטאָן האָט זיך דער כּבֿוד פֿון ישׂראל, װאָרום דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אַװעקגענומען געװאָרן. /5:1 און די פּלשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און האָבן אים געבראַכט פֿון אֶבֿן-עֶזֶר קײן אַשדוד. /5:2 און די פּלשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און האָבן אים געבראַכט אין הױז פֿון דגון, און אים אַװעקגעשטעלט לעבן דגון. /5:3 און די אַשדודער האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, ערשט דגון ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}; האָבן זײ גענומען דגון און האָבן אים אומגעקערט אױף זײַן אָרט. /5:4 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן אין דער פֿרי, ערשט דגון ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און דער קאָפּ פֿון דגון און זײַן בײדע האַנטפֿלעכן ליגן אָפּגעהאַקט אױפֿן שװעל; נאָר [דער לײַב פֿון] דגון איז אים געבליבן. /5:5 דרום טרעטן ניט די פּריסטער פֿון דגון, און אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון דגון, אױף דעם שװעל פֿון דגון אין אַשדוד ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /5:6 און די האַנט פֿון {dn גאָט} איז געװען שװער אױף די אַשדודער און ער האָט זײ פֿאַרװיסט, און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן – אַשדוד מיט אירע געמאַרקן. /5:7 און װי די אַשדודער האָבן געזען אַז עס האַלט אַזױ, האָבן זײ געזאָגט: דער אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל טאָר ניט בלײַבן בײַ אונדז, װאָרום זײַן האַנט איז האַרט אױף אונדז און אױף דגון אונדזער {dn גאָט}. /5:8 און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל? האָבן יענע געזאָגט קײן גַת זאָל אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל. /5:9 און עס איז געװען, נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן, איז די האַנט פֿון {dn גאָט} געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער מהומה, און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן ביז גרױס, און עס האָבן אױסגעבראָכן בײַ זײ בלאָטערן. /5:10 האָבן זײ אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון {dn גאָט} קײן עקרון. און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אָנגעקומען קײן עקרון, האָבן די עקרונער געשריִען, אַזױ צו זאָגן: מע האָט אַריבערגעבראַכט צו מיר דעם אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, צו טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. /5:11 און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: שיקט אַװעק דעם אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט, כּדי ער זאָל ניט טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. װאָרום אַ טױט-מהומה איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון {dn גאָט} איז דאָרטן געװען זײער שװער. /5:12 און די מענטשן װאָס זײַנען ניט געשטאָרבן, זײַנען געפּלאָגט געװאָרן מיט בלאָטערן, און דאָס געשרײ פֿון דער שטאָט איז אַרױף ביזן הימל. /6:1 און דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים זיבן חדשים. /6:2 האָבן די פּלשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. /6:3 האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זאָלט איר אים ניט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך ניט אָפּגעטאָן פֿון אײַך. /6:4 האָבן זײ געזאָגט: װאָס זאָל זײַן דאָס שולדאָפּפֿער װאָס מיר זאָלן אים אָפּצאָלן? האָבן זײ געזאָגט: לױט דער צאָל פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, פֿינף גילדערנע בלאָטערן און פֿינף גילדערנע מײַז; װאָרום אײן מגפֿה איז געװען אױף אַלעמען און אױף אײַערע פֿירשטן. /6:5 דרום זאָלט איר מאַכן די געשטאַלטן פֿון אײַערע בלאָטערן, און די געשטאַלטן פֿון אײַערע מײַז, װאָס פֿאַרדאַרבן אײַער לאַנד, און איר זאָלט געבן כּבֿוד צום {dn גאָט} פֿון ישׂראל; אפֿשר װעט ער פֿאַרגרינגערן זײַן האַנט פֿון אײַך, און פֿון אײַערע געטער, און פֿון אײַער לאַנד. /6:6 און נאָך װאָס זאָלט איר האַרט מאַכן אײַער האַרץ, אַזױ װי די מִצרים און פּרעה האָבן געמאַכט זײער האַרץ? פֿאַר װאָר, אַז ער האָט זיך אָנגעטאָן אָן זײ, האָבן זײ זײ אַװעקגעלאָזן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. /6:7 און אַצונד, נעמט און מאַכט אַ נײַעם װאָגן, און צװײ געקעלבטע קי, װאָס אױף זײ איז ניט אַרױף אַ יאָך; און איר זאָלט אײַנשפּאַנען די קי אין דעם װאָגן, און אומקערן זײערע קעלבער פֿון הינטער זײ אַהײם. /6:8 און איר זאָלט נעמען דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און אים אַרױפֿלײגן אױפֿן װאָגן, און די גילדערנע זאַכן װאָס איר צאָלט אים אָפּ פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, זאָלט איר אַרײַנטאָן אין אַ קאַסטן אים בײַן זײַט; און איר זאָלט אים אַװעקלאָזן ער זאָל גײן. /6:9 װעט איר זען, אױב מיט דעם װעג פֿון זײַן געמאַרק װעט ער אַרױפֿגײן, קײן בית-שֶמֶש, האָט ער אונדז געטאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און אױב ניט, װעלן מיר װיסן אַז ניט זײַן האַנט האָט אונדז געטראָפֿן; דאָס איז אונדז אַ סיבה געשען. /6:10 האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ געקעלבטע קי, און זײ אײַנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם. /6:11 און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע מײַז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן. /6:12 און די קי האָבן זיך פֿאַרנומען גלײַך מיטן װעג, אױפֿן װעג פֿון בית-שֶמֶש; אױף אײן שליאַך זײַנען זײ געגאַנגען, געגאַנגען און געמרוקעט, און זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים זײַנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בית-שֶמֶש. /6:13 און די בית-שֶמֶשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ און טאָל, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן דערזען דעם אָרון, און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען. /6:14 און דער װאָגן איז צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית-שֶמֶשער, און האָט זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט. און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן, האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן, און די קי האָבן זײ אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}. /6:15 און די לוִיִים האָבן אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון {dn גאָט} און דעם קאַסטן װאָס מיט אים, װאָס דרינען זײַנען געװען די גילדערנע זאַכן, און אַרױפֿגעטאָן אױף דעם גרױסן שטײן. און די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין יענעם טאָג צו {dn גאָט}. /6:16 און די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלשתּים האָבן דאָס געזען, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן עקרון אין דעם אײגענעם טאָג. /6:17 און דאָס זײַנען די גילדערנע בלאָטערן װאָס די פּלשתּים האָבן אָפּגעצאָלט אַ שולדאָפּפֿער צו {dn גאָט}: פֿאַר אַשדוד אײנער, פֿאַר עַזָה אײנער, פֿאַר אַשקלון אײנער, פֿאַר גַת אײנער, פֿאַר עקרון אײנער. /6:18 און די גילדערנע מײַז זײַנען געװען די צאָל פֿון אַלע שטעט פֿון די פּלשתּים אונטער די פֿינף פֿירשטן, פֿון אַ פֿעסטונגשטאָט און ביז אַן אָפֿענעם דאָרף, און ביז דעם גרױסן שטײן, װאָס זײ האָבן אױף אים אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}; ער איז ביז אױף הײַנטיקן טאָג אין דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית-שֶמֶשער. /6:19 און ער האָט געשלאָגן צװישן די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש, װײַל זײ האָבן געקוקט אױף דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און ער האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זיבעציק מאַן און פֿופֿציק טױזנט מאַן. און דאָס פֿאָלק האָט געטרױערט װאָס {dn גאָט} האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק אַ גרױסן שלאַק. /6:20 און די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש האָבן געזאָגט: װער קען באַשטײן פֿאַר {dn יהוה}, דעם דאָזיקן הײליקן {dn גאָט}? און צו װעמען זאָל ער אַרױפֿגײן פֿון אונדז? /6:21 האָבן זײ געשיקט שלוחים צו די באַװױנער פֿון קִריַת-יְעָרים, אַזױ צו זאָגן: די פּלשתּים האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}. נידערט אַראָפּ, נעמט אים אַרױף צו אײַך. /7:1 און די מענטשן פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געקומען, און האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון {dn גאָט}, און אים געבראַכט אין הױז פֿון אַבֿינָדֶבֿן אױפֿן בערגל; און אֶלעָזֶר זײַן זון האָבן זײ געהײליקט צו היטן דעם אָרון פֿון {dn גאָט}. /7:2 און עס איז געװען: פֿון זינט דעם טאָג װאָס דער אָרון איז פֿאַרבליבן אין קִריַת-יְעָרים האָבן זיך געמערט די טעג. און עס זײַנען געװאָרן צװאַנציק יאָר; און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל האָט געבענקט נאָך {dn יהוה}. /7:3 און שמואל האָט געזאָגט צום גאַנצן הױז פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אױב מיט אײַער גאַנצן האַרצן קערט איר אײַך אום צו {dn יהוה}, טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער פֿון צװישן אײַך, און די עשתָּרות, און ברײט אָן אײַער האַרץ צו {dn יהוה}, און דינט אים אַלײן, און ער װעט אײַך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים. /7:4 האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אָפּגעטאָן די בַעַל-געטער און די עשתָּרות, און זײ האָבן געדינט {dn יהוה} אַלײן. /7:5 און שמואל האָט געזאָגט: זאַמלט אײַן גאַנץ ישׂראל קײן מִצפָּה, און איך װעל מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך צו {dn גאָט}. /7:6 האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט קײן מִצפָּה, און זײ האָבן געשעפּט װאַסער און אױסגעגאָסן פֿאַר {dn גאָט}, און זײ האָבן געפֿאַסט אין יענעם טאָג, און געזאָגט דאָרטן: מיר האָבן געזינדיקט צו {dn גאָט}. און שמואל האָט געמשפּט די קינדער פֿון ישׂראל אין מִצפָּה. /7:7 און די פּלשתּים האָבן געהערט, אַז די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט קײן מִצפָּה, און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קעגן ישׂראל. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן דערהערט, און האָבן מורא געהאַט פֿאַר די פּלשתּים. /7:8 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט צו שמואלן: זאָלסט ניט אױפֿהערן שרײַען פֿון אונדזערט װעגן צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, ער זאָל אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים. /7:9 האָט שמואל גענומען אַ מילכלעמעלע, און האָט עס אױפֿגעבראַכט אין גאַנצן אַ בראַנדאָפּפֿער צו {dn גאָט}. און שמואל האָט געשריִען צו {dn גאָט} פֿאַר ישׂראל, און {dn גאָט} האָט אים געענטפֿערט. /7:10 און עס איז געװען, װי שמואל ברענגט אױף דאָס בראַנדאָפּפֿער, אַזױ האָבן די פּלשתּים גענענט אױף מלחמה אַקעגן ישׂראל; אָבער {dn גאָט} האָט געדונערט מיט גרױס געפּילדער אין יענעם טאָג אױף די פּלשתּים, און ער האָט זײ פֿאַרטומלט, און זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל. /7:11 און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצפָּה, און האָבן נאָכגעיאָגט די פּלשתּים, און זײ געשלאָגן ביז אונטער בית-כָּר. /7:12 און שמואל האָט גענומען אַ שטײן, און האָט אים אױפֿגעשטעלט צװישן מִצפָּה און צװישן שֵן, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶבֿן-עֶזֶר, װאָרום ער האָט געזאָגט: ביז דאַנען האָט אונדז {dn גאָט} געהאָלפֿן. /7:13 און די פּלשתּים זײַנען אונטערטעניק געװאָרן, און זײ זײַנען מער ניט געקומען אין דעם גבֿול פֿון ישׂראל. און די האַנט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף די פּלשתּים אַלע טעג פֿון שמואלן. /7:14 און די שטעט װאָס די פּלשתּים האָבן געהאַט צוגענומען פֿון ישׂראל, האָבן זיך אומגעקערט צו ישׂראל, פֿון עקרון און ביז גַת און זײער געמאַרק האָט ישׂראל מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים. און עס איז געװען שלום צװישן ישׂראל און צװישן דעם אמורי. /7:15 און שמואל האָט געמשפּט ישׂראל אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. /7:16 און ער פֿלעגט גײן יאָר אײַן יאָר אױס און אַרומגײן קײן בֵית-אֵל, און גלגול, און מִצפָּה, און משפּטן ישׂראל אין אַלע די דאָזיקע ערטער. /7:17 און זײַן צוריקקער פֿלעגט זײַן קײן רמה, װאָרום דאָרטן איז געװען זײַן הױז, און דאָרטן האָט ער געמשפּט ישׂראל; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו {dn גאָט}. /8:1 און עס איז געװען, אַז שמואל איז אַלט געװאָרן, האָט ער געמאַכט זײַנע זין שופֿטים אױף ישׂראל. /8:2 און דער נאָמען פֿון זײַן ערשטגעבױרענעם זון איז געװען יוֹאֵל, און דער נאָמען פֿון דעם צװײטן פֿון אים אַבֿיָה; זײ זײַנען געװען שופֿטים אין באֵר-שֶבֿע. /8:3 און זײַנע זין זײַנען ניט געגאַנגען אין זײַנע װעגן, און זײ האָבן זיך אָפּגענײַגט נאָך געװין, און האָבן גענומען שוחד, און פֿאַרדרײט דעם משפּט. /8:4 האָבן זיך אַרײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײ זײַנען געקומען צו שמואלן קײן רמה, /8:5 און האָבן צו אים געזאָגט: זע, דו ביסט אַלט, און דײַנע זין גײען ניט אין דײַנע װעגן. אַצונד מאַך אונדז אַ מלך צו משפּטן אַזױ װי אַלע פֿעלקער. /8:6 און די זאַך איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון שמואלן, אַז זײ האָבן געזאָגט: גיב אונדז אַ מלך אונדז צו משפּטן. און שמואל האָט מתפּלל געװען צו {dn גאָט}. /8:7 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו שמואלן: הער צו דעם קָול פֿון דעם פֿאָלק אין אַלץ װאָס זײ זאָגן צו דיר; װאָרום ניט דיך האָבן זײ פֿאַראַכט, נאָר מיך האָבן זײ פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן איבער זײ. /8:8 אַזױ װי אַלע זײערע טוּונגען װאָס זײ האָבן געטאָן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אױפֿגעבראַכט פֿון מצרַיִם און ביז הײַנטיקן טאָג, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן און געדינט פֿרעמדע געטער, אַזױ טוען זײ אױך צו דיר. /8:9 און אַצונד, הער צו זײער קָול, נאָר װאָרענען זאָלסטו זײ װאָרענען, און זײ דערצײלן דעם שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער זײ. /8:10 האָט שמואל געזאָגט אַלע װערטער פֿון {dn גאָט} צו דעם פֿאָלק װאָס האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אים אַ מלך. /8:11 און ער האָט געזאָגט: דאָס װעט זײַן דער שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער אײַך: אײַערע זין װעט ער צונעמען און װעט זײ פֿאַרטאָן פֿאַר זיך בײַ זײַן רײַטװאָגן, און בײַ זײַנע פֿערד, און זײ װעלן לױפֿן פֿאַר זײַן רײַטװאָגן. /8:12 און ער װעט זײ זיך מאַכן פֿאַר הױפּטלײַט פֿון טױזנט, און הױפּטלײַט פֿאַר פֿופֿציק, און אױף צו אַקערן זײַן אַקער, און צו שנײַדן זײַן שניט, און צו מאַכן זײַנע כּלי-מלחמה, און די שפּאַנצײַג פֿון זײַנע רײַטװעגן. /8:13 און אײַערע טעכטער װעט ער צונעמען פֿאַר בשׂמים-מאַכערינס, און פֿאַר קעכינס, און פֿאַר בעקערינס. /8:14 און אײַערע בעסטע פֿעלדער און װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װעט ער צונעמען און אַװעקשענקען צו זײַנע קנעכט. /8:15 און פֿאַר אײַערע זאָמען און אײַערע װײַנגערטנער װעט ער נעמען מעשׂר, און אַװעקשענקען צו זײַנע הױפֿדינער און צו זײַנע קנעכט. /8:16 און אײַערע קנעכט און אײַערע דינסטן און אײַערע בעסטע בחורים און אײַערע אײזלען װעט ער צונעמען, און פֿאַרטאָן פֿאַר זײַן אַרבעט. /8:17 פֿון אײַערע שאָף װעט ער נעמען מעשׂר; און איר װעט זײַן קנעכט בײַ אים. /8:18 און איר װעט שרײַען אין יענעם טאָג פֿון װעגן אײַער מלך װאָס איר האָט אײַך אױסדערװײלט, און {dn גאָט} װעט אײַך ניט ענטפֿערן אין יענעם טאָג. /8:19 אָבער דאָס פֿאָלק האָט ניט געװאָלט צוהערן צו דעם קָול פֿון שמואלן, און זײ האָבן געזאָגט: נײן, נאָר דװקא אַ מלך מוז זײַן איבער אונדז, /8:20 אַז מיר זאָלן אױך זײַן אַזױ װי אַלע פֿעלקער, און אונדזער מלך זאָל אונדז משפּטן, און אַרױסגײן אונדז פֿאַרױס, און פֿירן אונדזערע מלחמות. /8:21 און שמואל האָט געהערט אַלע װערטער פֿון פֿאָלק, און ער האָט זײ דערצײלט אין די אױערן פֿון {dn גאָט}. /8:22 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו שמואלן: הער צו זײער קָול, און זאָלסט זײ מאַכן אַ מלך. האָט שמואל געזאָגט צו די מענער פֿון ישׂראל: גײט איטלעכער צו זײַן שטאָט. /9:1 און עס איז געװען אַ מאַן פֿון בנימין, װאָס זײַן נאָמען איז געװען קיש דער זון פֿון אַבֿיאֵל, דעם זון פֿון צרָור, דעם זון פֿון בכוֹרַת, דעם זון פֿון אַפֿיחַ, דעם זון פֿון אַ מאַן אַ בנימינער, אַ העלדישער גִבור. /9:2 און ער האָט געהאַט אַ זון, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שָאול, יונג און שײן, און קײנער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז ניט געװען שענער פֿון אים; פֿון זײַן אַקסל און אַרױף איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק. /9:3 זײַנען פֿאַרלאָרן געװאָרן די אײזעלינס בײַ קיש דעם פֿאָטער פֿון שָאולן, און קיש האָט געזאָגט צו זײַן זון שָאולן: נעם אַקאָרשט מיט דיר אײנעם פֿון די יונגען, און שטײ אױף, גײ זוך די אײזעלינס. /9:4 איז ער דורכגעגאַנגען דורכן געבערג פֿון אפֿרַיִם און איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שָלִשָה, און זײ האָבן ניט געפֿונען; און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שַעֲלים, און ניטאָ; און ער איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד בנימין, און זײ האָבן ניט געפֿונען. /9:5 װי זײ זײַנען געקומען אין לאַנד צוף, אַזױ האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג װאָס מיט אים: קום און לאָמיר זיך אומקערן, װאָרום מײַן פֿאָטער װעט נאָך אױפֿהערן זיך קימערן אום די אײזעלינס, און װעט דאגהן װעגן אונדז. /9:6 האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך בעט דיך, אַ געטלעכער מאַן איז דאָ אין דער דאָזיקער שטאָט, און דער מאַן איז אָנגעזען; אַלץ װאָס ער רעדט, קומט זיכער אָן. לאָמיר אַצונד גײן אַהין, אפֿשר װעט ער אונדז זאָגן װעגן אונדזער װעג װאָס מיר גײען אױף אים. /9:7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: אָבער זע, אַז מיר װעלן גײן, װאָס װעלן מיר ברענגען דעם מאַן? װאָרום דאָס ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון אונדזערע כּלים, און אַ מתּנה צו ברענגען דעם געטלעכן מאַן איז ניטאָ; װאָס איז דאָ בײַ אונדז? /9:8 האָט דער יונג װידער געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: אָט געפֿינט זיך אין מײַן האַנט אַ פֿערטל שקל זילבער, װעל איך געבן דעם געטלעכן מאַן, און ער װעט אונדז זאָגן אונדזער װעג. /9:9 פֿריִער אין ישׂראל, האָט אַ מאַן אַזױ געזאָגט, אַז ער איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ {dn גאָט}: קומט און לאָמיר גײן צום זעער; װאָרום דעם נבֿיא פֿון הײַנט פֿלעגט מען פֿריִער רופֿן זעער. /9:10 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: דײַן װאָרט איז גוט; קום לאָמיר גײן. און זײ זײַנען אַװעק צו דער שטאָט װאָס דאָרטן איז געװען דער געטלעכער מאַן. /9:11 װי זײ גײען אַרױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון שטאָט, אַזױ האָבן זײ אָנגעטראָפֿן מײדלעך װאָס גײען אַרױס שעפּן װאַסער, און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איז דאָ פֿאַראַן דער זעער? /9:12 האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט: ער איז דאָ, אָן פֿאַר דיר. אײַל זיך אַצונד, װאָרום הײַנט איז ער געקומען אין שטאָט, װײַל הײַנט איז אַן אָפּפֿערשלאַכטונג בײַם פֿאָלק אױף דער בָמָה. /9:13 װי איר קומט אַרײַן אין שטאָט, אַזױ װעט איר אים טרעפֿן, אײדער ער גײט אַרױף אױף דער בָמָה צו עסן; װײַל דאָס פֿאָלק עסט ניט ביז ער קומט, װאָרום ער בענטשט דאָס שלאַכטאָפּפֿער, דערנאָך עסן די גערופֿענע. און אַצונד גײט אַרױף, װאָרום גראָד הײַנט װעט איר אים טרעפֿן. /9:14 זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען צו דער שטאָט. זײ קומען אַרײַן אין שטאָט, ערשט שמואל גײט אַרױס אַקעגן זײ, כּדי אַרױפֿצוגײן אױף דער בָמָה. /9:15 און {dn גאָט} האָט אַנטפּלעקט שמואלס אױער אײן טאָג פֿאַר שאָולס קומען, אַזױ צו זאָגן: /9:16 מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר אַ מאַן פֿון לאַנד בנימין, זאָלסטו אים זאַלבן פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל, און ער װעט העלפֿן מײַן פֿאָלק פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים, װאָרום איך האָב צוגעזען מײַן פֿאָלק, װײַל זײַן געשרײ איז געקומען צו מיר. /9:17 און װי שמואל האָט דערזען שָאולן, אַזױ האָט {dn גאָט} אױסגערופֿן צו אים: אָט איז דער מאַן װאָס איך האָב דיר געזאָגט: דער דאָזיקער װעט הערשן אױף מײַן פֿאָלק. /9:18 און שָאול האָט גענענט צו שמואלן אין מיטן טױער, און האָט געזאָגט: זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ איז דאָ דאָס הױז פֿון דעם זעער? /9:19 האָט שמואל געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: איך בין דער זעער; גײ אַרױף מיר פֿאַרױס צו דער בָמָה, און איר װעט עסן מיט מיר הײַנט, און אין דער פֿרי װעל איך דיך אַװעקשיקן, און אַלץ װאָס אױף דײַן האַרצן װעל איך דיר זאָגן. /9:20 און װעגן די אײזעלינס װאָס זײַנען בײַ דיר פֿאַרלאָרן שױן הײַנט דרײַ טעג, אױף זײ זאָלסטו ניט לײגן דײַן האַרץ, װאָרום זײ זײַנען געפֿונען געװאָרן. און פֿאַר װעמען איז אַל דאָס גלוסטיקע פֿון ישׂראל, אױב ניט פֿאַר דיר און פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון דײַן פֿאָטער? /9:21 האָט געענטפֿערט שָאול און האָט געזאָגט: בין איך ניט פֿון בנימין, פֿון די קלענסטע שבֿטים פֿון ישׂראל, און מײַן משפּחה די מינדסטע פֿון אַלע משפּחות פֿון שבֿט בנימין? און פֿאַר װאָס רעדסטו צו מיר אַזאַ זאַך? /9:22 האָט שמואל גענומען שָאולן און זײַן יונג, און ער האָט זײ אַרײַנגעבראַכט אין קאַמער, און האָט זײ געגעבן אַן אָרט אױבן אָן פֿון די גערופֿענע, װאָס זײַנען געװען אַרום דרײַסיק מאַן. /9:23 און שמואל האָט געזאָגט צו דעם קוכער: דערלאַנג דעם חלק װאָס איך האָב דיר געגעבן, װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט: לײג אים אַװעק בײַ דיר. /9:24 האָט דער קוכער אױפֿגעהױבן דעם שענקל און װאָס אױף אים, און אַװעקגעלײגט פֿאַר שָאולן, און [שמואל] האָט געזאָגט: אָט איז דאָס איבערגעלאָזענע; לײג פֿאַר דיר, עס, װאָרום אױף דער באַשטימטער צײַט איז עס געהאַלטן געװאָרן פֿאַר דיר; אַזױ צו זאָגן: איך האָב דאָך [צוליב דעם] דאָס פֿאָלק פֿאַררופֿן. האָט שָאול געגעסן מיט שמואלן אין יענעם טאָג. /9:25 און זײ האָבן אַראָפּגענידערט פֿון דער בָמָה אין שטאָט; און ער האָט גערעדט מיט שָאולן אױפֿן דאַך. /9:26 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿרי; און עס איז געװען, װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָט שמואל גערופֿן צו שָאולן אױפֿן דאַך, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, און איך װעל דיך אַרױסבאַלײטן. איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און זײ זײַנען בײדע אַרױסגעגאַנגען דערױסן, ער און שמואל. /9:27 װי זײ נידערן אַראָפּ צום עק שטאָט, אַזױ האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: זאָג דעם יונג, ער זאָל אַװעקגײן אונדז פֿאַרױס – און ער איז אַװעקגעגאַנגען – און דו שטײ אַקאָרשט, און איך װעל דיך לאָזן הערן דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /10:1 און שמואל האָט גענומען דאָס קריגל אײל, און אױפֿגעגאָסן אױף זײַן קאָפּ; און ער האָט אים געקושט, און האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, {dn גאָט} האָט דיך געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט איבער זײַן אַרב. /10:2 װי דו גײסט הײַנט אַװעק פֿון מיר, אַזױ װעסטו אָנטרעפֿן צװײ מענטשן לעבן רָחלס קבֿר אין דעם געמאַרק פֿון בנימין, אין צֶלצַח, און זײ װעלן זאָגן צו דיר: די אײזעלינס װאָס דו ביסט געגאַנגען זוכן, זײַנען געפֿונען געװאָרן, און זע, דײַן פֿאָטער האָט אָפּגעלאָזט די מעשׂה מיט די אײזעלינס, און ער דאגהט װעגן אײַך, אַזױ צו זאָגן: װאָס טו איך װעגן מײַן זון? /10:3 און װעסט אַװעקגײן פֿון דאָרטן װײַטער, און װעסט קומען ביז דעם אײכנבױם פֿון תּבֿור; װעלן דיך אָנטרעפֿן דאָרטן דרײַ מענטשן װאָס גײען אַרױף צו {dn גאָט} קײן בֵית-אֵל; אײנער טראָגט דרײַ ציקעלעך, און אײנער טראָגט דרײַ לאַבנס ברױט, און אײנער טראָגט אַ לאָגל װײַן. /10:4 און זײ װעלן דיך פֿרעגן אױף פֿריד, און װעלן דיר געבן צװײ ברױטן; זאָלסטו צונעמען פֿון זײער האַנט. /10:5 דערנאָך װעסטו קומען צו דעם בערגל פֿון {dn גאָט}, װאָס דאָרטן זײַנען די װאַכן פֿון די פּלשתּים; און עס װעט זײַן, װי דו קומסט אַהין אין דער שטאָט, אַזױ װעסטו באַגעגענען אַ שנור נבֿיאים װאָס נידערן אַראָפּ פֿון דער בָמָה, און זײ פֿאַרױס האַרפֿן און פּױקן און פֿלײטן און גיטאַרן; און זײ זאָגן נבֿיאות. /10:6 און אױף דיר װעט קומען דער גײַסט פֿון {dn גאָט}, און װעסט נבֿיאות זאָגן מיט זײ, און װעסט פֿאַרקערט װערן אין אַן אַנדער מענטשן. /10:7 און עס װעט זײַן, אַז די דאָזיקע צײכנס װעלן דיר אָנקומען, טו דיר װאָס דיר קומט צו דער האַנט, װאָרום {dn גאָט} איז מיט דיר. /10:8 און זאָלסט אַראָפּנידערן מיר פֿאַרױס קײן גִלגל, און זע, איך װעל אַראָפּנידערן צו דיר אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער, צו שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער; זיבן טעג זאָלסטו װאַרטן ביז איך קום צו דיר, און װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן. /10:9 און עס איז געװען, װי ער קערט אום זײַן רוקן אַװעקצוגײן פֿון לעבן שמואלן, אַזױ האָט {dn גאָט} אים פֿאַרקערט אַן אַנדער האַרץ; און אַלע די דאָזיקע צײכנס זײַנען אָנגעקומען אין יענעם טאָג. /10:10 און װי זײ זײַנען געקומען אַהין קײן גִבֿעָה, ערשט אַ שנור נבֿיאים קומט אים אַנטקעגן; און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געקומען אױף אים, און ער האָט נבֿיאות געזאָגט צװישן זײ. /10:11 און עס איז געװען, װי אַלע װאָס האָבן אים געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן, האָבן געזען, ערשט ער זאָגט נבֿיאות מיט נבֿיאים, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס איז דאָס געשען דעם זון פֿון קישן? איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים? /10:12 האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון דאָרטן און האָט געזאָגט: און װער איז זײער פֿאָטער? דעריבער איז געװאָרן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט: איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים? /10:13 און װי ער האָט געענדיקט נבֿיאות זאָגן, אַזױ איז ער געקומען צו דער בָמָה. /10:14 און שאָולס פֿעטער האָט געזאָגט צו אים און צו זײַן יונג: װוּהין זײַט איר געגאַנגען? האָט ער געזאָגט: צו זוכן די אײזעלינס; און מיר האָבן געזען אַז זײ זײַנען ניטאָ, זײַנען מיר געקומען צו שמואלן. /10:15 האָט שאָולס פֿעטער געזאָגט: דערצײל מיר, איך בעט דיך, װאָס האָט אײַך שמואל געזאָגט? /10:16 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן פֿעטער: דערצײלן האָט ער אונדז דערצײלט אַז די אײזעלינס זײַנען געפֿונען געװאָרן. אָבער די מעשׂה פֿון דער מלוכה װאָס שמואל האָט געזאָגט, האָט ער אים ניט דערצײלט. /10:17 און שמואל האָט צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק צו {dn גאָט} קײן מִצפָּה. /10:18 און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון מצרַיִם, און האָב אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מצרַיִם, און פֿון דער האַנט פֿון אַלע קיניגרײַכן װאָס האָבן אײַך געדריקט. /10:19 און איר האָט הײַנט פֿאַראַכט אײַער {dn גאָט}, װאָס העלפֿט אײַך פֿון אַלע אײַערע בײזן און אײַערע צרות, און איר האָט צו אים געזאָגט: נאָר אַ מלך מוזטו מאַכן איבער אונדז. דרום שטעלט אײַך אַצונד פֿאַר {dn גאָט} לױט אײַערע שבֿטים און לױט אײַערע טױזנטן. /10:20 און שמואל האָט געמאַכט גענענען אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, און שבֿט בנימין איז פֿאַרנומען געװאָרן. /10:21 האָט ער געמאַכט געגענען שבֿט בנימין לױט זײערע משפּחות. און די משפּחה פֿון די מַטרים איז פֿאַרנומען געװאָרן; און שָאול דער זון פֿון קישן איז פֿאַרנומען געװאָרן. האָבן זײ אים אַרומגעזוכט, און ער איז ניט געפֿונען געװאָרן. /10:22 האָבן זײ װידער געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}: איז נאָך עמעצער געקומען אַהער? האָט {dn גאָט} געזאָגט: אָן באַהאַלט ער זיך בײַ די זאַכן. /10:23 זײַנען זײ געלאָפֿן, און האָבן אים גענומען פֿון דאָרטן; און אַז ער האָט זיך געשטעלט צװישן פֿאָלק, איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק פֿון זײַן אַקסל און אַרױף. /10:24 האָט שמואל געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: איר זעט דעם װאָס {dn גאָט} האָט אים אױסדערװײלט, אַז זײַן גלײַכן איז ניטאָ אין גאַנצן פֿאָלק? האָט געשאַלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און האָט געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך. /10:25 און שמואל האָט געזאָגט דעם פֿאָלק דאָס געזעץ פֿון דער מלוכה, און פֿאַרשריבן אין אַ בוך, און אַװעקגעלײגט פֿאַר {dn גאָט}. און שמואל האָט אַװעקגעשיקט דאָס גאַנצע פֿאָלק, איטלעכן צו זײַן הױז. /10:26 און אױך שָאול איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז קײן גִבֿעָה, און מיט אים זײַנען געגאַנגען די חיל װאָס האָבן געהאַט {dn גאָט} אין האַרצן. /10:27 אָבער די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן געזאָגט: װאָס װעט אונדז העלפֿן דער דאָזיקער? און זײ האָבן אים פֿאַראַכט, און האָבן אים ניט געבראַכט אַ מתּנה. און ער האָט זיך געמאַכט ניט הערנדיק. /11:1 און נָחש פֿון עמון איז אַרױפֿגעקומען און האָט געלעגערט אױף יָבֿש-גִלעָד. האָבן אַלע מענטשן פֿון יָבֿש געזאָגט צו נָחשן: שליס אונדז אַ בונד, און מיר װעלן דיר דינען. /11:2 האָט נָחש פֿון עמון צו זײ געזאָגט: מיט דעם באַדינג װעל איך עס אײַך שליסן, אַז מע זאָל אײַך אַלעמען אױסשטעכן דאָס רעכטע אױג, און דאָס מאַכן פֿאַר אַ שאַנד אױף גאַנץ ישׂראל. /11:3 האָבן צו אים געזאָגט די עלטסטע פֿון יָבֿש: לאָז אונדז אָפּ זיבן טעג, און מיר װעלן שיקן שלוחים אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל; און אױב קײנער העלפֿט אונדז ניט, װעלן מיר אַרױסגײן צו דיר. /11:4 זײַנען די שלוחים געקומען צו גבֿעת-שָאול, און האָבן גערעדט די װערטער אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט אױפֿגעהױבן זײער קָול און געװײנט. /11:5 ערשט שָאול קומט אָן הינטער די רינדער פֿון פֿעלד; האָט שָאול געזאָגט: װאָס איז דעם פֿאָלק, װאָס זײ װײנען? האָט מען אים דערצײלט די װערטער פֿון די מענטשן פֿון יָבֿש. /11:6 איז אַ גײַסט פֿון {dn גאָט} געקומען אױף שָאולן, װי ער האָט דערהערט די דאָזיקע װערטער, און זײַן צאָרן האָט זײער געגרימט. /11:7 און ער האָט גענומען אַ געשפּאַן רינדער, און האָט זײ צעשניטן, און פֿאַנאַנדערגעשיקט דורך דער האַנט פֿון די שלוחים אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: װער עס גײט ניט אַרױס נאָך שָאולן און נאָך שמואלן, װעט אַזױ געטאָן װערן צו זײַנע רינדער. איז אַ פּחד פֿון {dn גאָט} געפֿאַלן אױפֿן פֿאָלק, און זײ זײַנען אַרױס אַזױ װי אײן מאַן. /11:8 און ער האָט זײ איבערגעצײלט אין בֶזֶק, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען דרײַ הונדערט טױזנט, און די מענער פֿון יהוּדה דרײַסיק טױזנט. /11:9 און זײ האָבן געזאָגט צו די שלוחים װאָס זײַנען געקומען: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו די מענטשן פֿון יָבֿש-גִלעָד: מאָרגן װען די זון װערט הײס, װעט אײַך געשען אַ הילף. זײַנען געקומען די שלוחים און האָבן דערצײלט צו די מענטשן פֿון יָבֿש, און זײ האָבן זיך דערפֿרײט. /11:10 און די מענטשן פֿון יָבֿש האָבן געזאָגט [צו נָחשן]: מאָרגן װעלן מיר אַרױסגײן צו אײַך, און איר װעט טאָן צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן. /11:11 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט שָאול געמאַכט דאָס פֿאָלק אין דרײַ מחנות, און זײ זײַנען אַרײַן אין מיטן לאַגער אין דער מאָרגנװאַך, און האָבן געשלאָגן עמון ביז דער טאָג איז הײס געװאָרן. און עס איז געװען, די װאָס זײַנען איבערגעבליבן, זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, און עס זײַנען ניט געבליבן פֿון זײ צװײ באַנאַנד. /11:12 האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שמואלן: װער איז דער װאָס זאָגט: זאָל שָאול קיניגן איבער אונדז? גיט אַהער די לײַט, און מיר װעלן זײ טײטן. /11:13 האָט שָאול געזאָגט: קײנער זאָל ניט געטײט װערן הײַנטיקן טאָג, װאָרום הײַנט האָט {dn גאָט} געטאָן אַ ישועה אין ישׂראל. /11:14 און שמואל האָט געזאָגט צום פֿאָלק: קומט און לאָמיר גײן קײן גִלגל, און מיר װעלן דאָרטן באַנײַען די מלוכה. 15. איז דאָס גאַנצע פֿאָלק געגאַנגען קײן גִלגל, און זײ האָבן דאָרט געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך, פֿאַר {dn גאָט} אין גִלגל; און זײ האָבן דאָרטן געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער פֿאַר {dn גאָט}. און שָאול און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך דאָרטן זײער געפֿרײט. /12:1 און שמואל האָט געזאָגט צו גאַנץ ישׂראל: זעט, איך האָב צוגעהערט צו אײַער קָול אין אַלץ װאָס איר האָט צו מיר געזאָגט, און איך האָב געמאַכט איבער אײַך אַ מלך. /12:2 און אַצונד, אָט גײט דער מלך פֿאַר אײַך; איך אָבער בין אַלט און גראָ, און אָט זײַנען מײַנע זין מיט אײַך; און איך בין געגאַנגען פֿאַר אײַך פֿון מײַן יוגנט אָן ביז הײַנטיקן טאָג. /12:3 דאָ בין איך, זאָגט עדות אַקעגן מיר פֿאַר {dn גאָט} און פֿאַר זײַן געזאַלבטן: װעמעס אָקס האָב איך צוגענומען? און װעמעס אײזל האָב איך צוגענומען? און װעמען האָב איך באַרױבט? װעמען האָב איך געדריקט? אָדער פֿון װעמענס האַנט האָב איך גענומען אױסלײז, אַז איך זאָל פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אים? און איך װעל עס אײַך אומקערן. /12:4 האָבן זײ געזאָגט: האָסט אונדז ניט באַרױבט און האָסט אונדז ניט געדריקט, און האָסט פֿון קײנעמס האַנט גאָרנישט גענומען. /12:5 האָט ער צו זײ געזאָגט: עדות איז {dn גאָט} קעגן אײַך, און עדות איז זײַן געזאַלבטער הײַנטיקן טאָג, אַז איר האָט אין מײַן האַנט גאָרנישט געפֿונען. האָבן זײ געזאָגט: עדות! /12:6 האָט שמואל געזאָגט צום פֿאָלק: {dn גאָט} איז דער װאָס האָט באַשאַפֿן משהן און אַהרֹנען, און װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אײַערע עלטערן פֿון לאַנד מצרַיִם. /12:7 און אַצונד, שטעלט אײַך, און איך װעל זיך דורכטענהן מיט אײַך פֿאַר {dn גאָט} װעגן אַלע גערעכטיקײטן פֿון {dn גאָט} װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך און מיט אײַערע עלטערן. /12:8 אַז יעקבֿ איז געקומען קײן מצרַיִם, האָבן אײַערע עלטערן געשריִען צו {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט געשיקט משהן און אַהרֹנען, און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מצרַיִם, און זײ באַזעצט אין דעם דאָזיקן אָרט. /12:9 אָבער זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן {dn יהוה} זײער {dn גאָט}, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון סיסראָ דעם חיל-פֿירער פֿון חצור, און אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים, און אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון מואָבֿ, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף זײ. /12:10 און זײ האָבן געשריִען צו {dn גאָט} און האָבן געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן {dn יהוה}, און געדינט די בַעַל-געטער און די עשתָּרות, און אַצונד, זײַ אונדז מציל פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט, און מיר װעלן דיר דינען. /12:11 האָט {dn גאָט} געשיקט ירובעלן, און בדָנען, און יפֿתּחן, און שמואלן, און ער האָט אײַך מציל געװען פֿון אײַערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און איר זײַט געזעסן אין זיכערקײט. /12:12 און װי איר האָט געזען אַז נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עמון איז געקומען אױף אײַך, אַזױ האָט איר צו מיר געזאָגט: נײן, נײַערט אַ מלך מוז קיניגן איבער אונדז; בעת {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} איז אײַער מלך. /12:13 און אַצונד, אָט איז דער מלך װאָס איר האָט אױסדערװײלט, װאָס איר האָט פֿאַרלאַנגט, און אָט האָט {dn גאָט} געגעבן איבער אײַך אַ מלך. /12:14 אױב איר װעט מורא האָבן פֿאַר {dn גאָט}, און איר װעט אים דינען, און װעט צוהערן צו זײַן קָול, און װעט ניט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון {dn גאָט}, און אי איר, אי דער מלך װאָס קיניגט איבער אײַך, װעט גײן נאָך {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}; – /12:15 אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}, און איר װעט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון {dn גאָט}, װעט די האַנט פֿון {dn גאָט} זײַן אַקעגן אײַך אַזױ װי אַקעגן אײַערע עלטערן. /12:16 און אַצונד שטײט און זעט די דאָזיקע גרױסע זאַך װאָס {dn גאָט} טוט פֿאַר אײַערע אױגן. /12:17 הײַנט איז דאָך װײצשניט, װעל איך רופֿן צו {dn גאָט}, און ער װעט געבן דונערן און רעגן, און װײסט און זעט אַז גרױס איז אײַער בײז װאָס איר האָט געטאָן אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אײַך צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך. /12:18 און שמואל האָט גערופֿן צו {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט געגעבן דונערן און רעגן אין יענעם טאָג, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר {dn גאָט} און פֿאַר שמואלן. /12:19 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט צו שמואלן: זײַ מתפּלל פֿאַר דײַנע קנעכט צו {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} אַז מיר זאָלן ניט שטאַרבן, װײַל מיר האָבן צו אַלע אונדזערע זינד נאָך צוגעלײגט דאָס בײז, אונדז צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך. /12:20 האָט שמואל געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט ניט מורא האָבן; איר האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע בײז, אָבער איר זאָלט אײַך ניט אָפּקערן פֿון הינטער {dn גאָט}, און איר זאָלט דינען {dn גאָט} מיט אײַער גאַנצן האַרצן. /12:21 יאָ, איר זאָלט אײַך ניט אָפּקערן, װאָרום [דאָס װעט איר גײן] נאָך נישטיקײטן װאָס נוצן ניט און זײַנען ניט מציל, װײַל נישטיקײט זײַנען זײ. /12:22 װאָרום {dn גאָט} װעט ניט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָלק, פֿון זײַן גרױסן נאָמען װעגן, װײַל {dn גאָט} האָט באַװיליקט אײַך צו מאַכן פֿאַר זײַן פֿאָלק. /12:23 אױך איך, חלילה מיר צו זינדיקן צו {dn גאָט}, אױפֿצוהערן מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך! נײַערט איך װעל אײַך לערנען דעם גוטן און גלײַכן װעג. /12:24 האָט אָבער מורא פֿאַר {dn גאָט}, און איר זאָלט אים דינען מיט אמת, מיט אײַער גאַנצן האַרצן, װאָרום זעט װי ער האָט גרױס געטאָן מיט אײַך. /12:25 אױב אָבער שלעכטס טאָן װעט איר שלעכטס טאָן, װעט אי איר, אי אײַער מלך אומגעבראַכט װערן. /13:1 . . . יאָר איז שָאול אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך און צװײ יאָר האָט ער געקיניקט איבער ישׂראל. /13:2 און שָאול האָט זיך אױסגעקליבן דרײַ טױזנט מאַן פֿון ישׂראל, און צװײ טױזנט זײַנען געװען מיט שָאולן אין מִכמָש און אױף דעם באַרג פֿון בֵית-אֵל, און טױזנט זײַנען געװען מיט יונָתנען אין גבֿעת-בנימין. און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער אַװעקגעשיקט איטלעכן צו זײַנע געצעלטן. /13:3 און יונָתן האָט געשלאָגן די װאַך פֿון די פּלשתּים װאָס אין גֶבֿע, און די פּלשתּים האָבן דערהערט. און שָאול האָט געבלאָזן אין שופֿר דורכן גאַנצן לאַנד, אַזױ צו זאָגן: זאָלן די עִבֿרים הערן! /13:4 און גאַנץ ישׂראל האָבן געהערט, אַזױ צו זאָגן: שָאול האָט געשלאָגן די װאַך פֿון די פּלשתּים, און ישׂראל האָט זיך אױך פֿאַרמיאוסט בײַ די פּלשתּים; און דאָס פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט הינטער שָאולן קײן גִלגל. /13:5 און די פּלשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל – דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און זעקס טױזנט רײַטער, און פֿאָלק אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט; און זײ זײַנען אַרײַגעקומען און האָבן געלאַגערט אין מִכמָש, צו מזרח פֿון בית-אָון. /13:6 און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געזען אַז זײ זײַנען אין אַ קלעם – װאָרום דאָס פֿאָלק איז געװען צוגעדריקט – און דאָס פֿאָלק האָט זיך באַהאַלטן אין הײלן, און צװישן דערנער, און אין פֿעלדזן, און אין טורעמס, און אין גריבער. /13:7 און טײל עִבֿרים זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן קײן לאַנד גָד און גִלעָד; אָבער שָאול איז נאָך געװען אין גִלגל, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געאײַלט נאָך אים. /13:8 האָט ער געװאַרט זיבן טעג, ביז דער צײַט װאָס שמואל [האָט אָפּגעמאַכט], אָבער שמואל איז ניט געקומען קײן גִלגל. און דאָס פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון אים. /13:9 האָט שָאול געזאָגט: גענענט צו מיר דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער; און ער האָט אױפֿגעבראַכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. /13:10 און עס איז געװען, װי ער ענדיקט אױפֿברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער, ערשט שמואל קומט אָן; און שָאול איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אים צו באַגריסן. /13:11 האָט שמואל געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? האָט שָאול געזאָגט: אַז איך האָב געזען אַז דאָס פֿאָלק איז צעלאָפֿן פֿון מיר, און דו ביסט ניט געקומען אין די אָפּגערעדטע טעג, און די פּלשתּים זײַנען אײַנגעזאַמלט אין מִכמָש, /13:12 אַזױ האָב איך געזאָגט: אַצונד װעלן די פּלשתּים אַראָפּנידערן צו מיר קײן גִלגל, און צו {dn גאָט} האָב איך ניט געבעטן; און איך האָב מיך אײַנגעשטעלט, און האָב אױפֿגעבראַכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. /13:13 האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: נאַריש האָסטו געטאָן; האָסט ניט געהיט דעם באַפֿעל פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן; װאָרום {dn גאָט} װאָלט אַצונד באַפֿעסטיקט דײַן מלוכה איבער ישׂראל אױף אײביק. /13:14 אַצונד אָבער װעט דײַן מלוכה ניט באַשטײן. {dn גאָט} האָט זיך אױסגעזוכט אַ מאַן נאָך זײַן האַרצן, און {dn גאָט} האָט אים באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער זײַן פֿאָלק, װײַל דו האָסט ניט געהיט װאָס {dn גאָט} האָט דיר באַפֿױלן. /13:15 און שמואל איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק פֿון גִלגל קײן גבֿעת-בנימין. און שָאול האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען בײַ אים, אַרום זעקס הונדערט מאַן. /13:16 און שָאול און זײַן זון יונָתן, און דאָס פֿאָלק װאָס האָט זיך געפֿונען בײַ זײ, זײַנען געזעסן אין גבֿעת-בנימין, און די פּלשתּים האָבן געלאַגערט אין מִכמָש. /13:17 און די פֿאַרװיסטער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער פֿון די פּלשתּים אין דרײַ מחנות; אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון עפֿרה, צום לאַנד שועל, /13:18 און אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון בית-חוֹרון, און אײן מחנה האָט זיך פֿאַרקערט אױפֿן װעג פֿון געמאַרק, װאָס קוקט אַרױס אױפֿן טאָל צבֿוֹעים, צום מדבר צו. /13:19 און אַ שמיד האָט זיך ניט געפֿונען אין גאַנצן לאַנד ישׂראל, װאָרום די פּלשתּים האָבן געזאָגט: טאָמער װעלן די עִבֿרים מאַכן אַ שװערד אָדער אַ שפּיז. /13:20 און גאַנץ ישׂראל האָבן גענידערט צו די פּלשתּים צו שאַרפֿן איטלעכער זײַן אַקעראײַזן, און זײַן גראָבאײַזן, און זײַן האַק, און זײַן רידל. /13:21 און פֿאַרן אָנפֿײַלן איז געװען אַ פּים, פֿאַר די רידלען, און פֿאַר די גראָבאײַזנס, און פֿאַרן דרײַשפּיץ, און פֿאַר די העק; דאָס גלײַכן פֿאַר אָנשטעלן דעם טרײַבשטעכער. /13:22 אַזױ איז געשען, אַז אין טאָג פֿון מלחמה האָט זיך ניט געפֿונען אַ שװערד אָדער אַ שפּיז אין דער האַנט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט שָאולן און מיט יונָתנען; נאָר בײַ שָאולן און בײַ יונָתן זײַן זון האָט זיך געפֿונען. /13:23 און די װאַך פֿון די פּלשתּים איז אַרױסגעגאַנגען צום איבערפֿאָר פֿון מִכמָש. /14:1 און עס איז געװען אײן טאָג, האָט יונָתן דער זון פֿון שָאולן געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים װאָס אױף יענער זײַט; און זײַן פֿאָטער האָט ער ניט געזאָגט. /14:2 און שָאול איז געזעסן אין עק גִבֿעָה אונטער דעם מילגרױמבױם װאָס אין מִגרון; און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים איז געװען אַרום זעקס הונדערט מאַן. /14:3 און אַחִיה דער זון פֿון אַחיטובֿ דעם ברודער פֿון אי-כּבֿוד, דעם זון פֿון פּינחס, דעם זון פֿון עלי דעם כּהן פֿון {dn גאָט} אין שילו, האָט געטראָגן דעם אפֿוד. און דאָס פֿאָלק האָט ניט געװוּסט אַז יונָתן איז אַװעקגעגאַנגען. /14:4 און צװישן די איבערפֿאָרן װאָס יונָתן האָט געװאָלט אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים, איז געװען אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער זײַט און אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער אַנדער זײַט, און דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען בוֹצֵץ, און דער נאָמען פֿון אַנדערן סֶנֶה. /14:5 אײן שפּיץ אױפֿגעשטעלט פֿון צפֿון אַקעגן מִכמָש, און אײנער פֿון דָרום אַקעגן גֶבֿע. /14:6 און יהונתן האָט געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די דאָזיקע אומבאַשניטענע. אפֿשר װעט {dn גאָט} טאָן פֿאַר אונדז; װאָרום בײַ {dn גאָט} איז קײן אָפּהאַלט ניטאָ צו העלפֿן מיט פֿיל [מענטשן] אָדער מיט װינציק. /14:7 האָט זײַן װאַפֿנטרעגער צו אים געזאָגט: טו אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן; פֿאַרקער זיך; זע, איך בין מיט דיר װי נאָך דײַן האַרצן. /14:8 האָט יונָתן געזאָגט: אָט גײען מיר אַריבער צו די מענטשן, און מיר װעלן זיך באַװײַזן צו זײ; /14:9 אױב זײ װעלן זאָגן צו אונדז אַזױ: האַרט אױס ביז מיר קומען-צו צו אײַך, װעלן מיר שטײן אױף אונדזער אָרט, און װעלן ניט אַרױפֿגײן צו זײ; /14:10 אױב אָבער זײ װעלן זאָגן אַזױ: קומט אַרױף צו אונדז, װעלן מיר אַרױפֿגײן, װאָרום {dn גאָט} האָט זײ געגעבן אין אונדזער האַנט. און דאָס װעט אונדז זײַן דער צײכן. /14:11 האָבן זײ זיך בײדע באַװיזן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים, און די פּלשתּים האָבן געזאָגט: אָן קומען די עִבֿרים אַרױס פֿון די לעכער װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן. /14:12 און די מענטשן פֿון דער װאַך האָבן זיך אָפּגערופֿן צו יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער, און האָבן געזאָגט: קומט אַרױף צו אונדז, און מיר װעלן אײַך עפּעס צו װיסן טאָן. האָט יונָתן געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: קום אַרױף נאָך מיר, װאָרום {dn גאָט} האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל. /14:13 און יונָתן האָט אַרױפֿגעקלעטערט אױף זײַנע הענט און אױף זײַנע פֿיס, און זײַן װאַפֿנטרעגער נאָך אים. און זײ זײַנען געפֿאַלן פֿאַר יונָתנען, און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געטײט הינטער אים. /14:14 און דער ערשטער שלאַק װאָס יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער האָבן געשלאָגן, איז געװען אַרום צװאַנטיק מאַן, אין אַרום אַ האַלבער בײט פֿון אַן אַקער פֿעלד. /14:15 איז געװאָרן אַ ציטערניש אין לאַגער אױפֿן פֿעלד, און צװישן גאַנצן פֿאָלק; די װאַך און די פֿאַרװיסטער, אַפֿילו זײ האָבן געציטערט; און די ערד האָט זיך געטרײסלט, און עס איז געװאָרן אַ גאָטס ציטערניש. /14:16 און די װעכטער פֿון שָאולן אין גבֿעת-בנימין האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט די מחנה צעקריכט און גײט אַהין און אַהער. /14:17 האָט שָאול געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים: צײלט אַקאָרשט נאָך, און זעט װער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדז. האָבן זײ נאָכגעצײלט, ערשט יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער זײַנען ניטאָ. /14:18 האָט שָאול געזאָגט צו אַחִיהן: גענען דעם אָרון פֿון {dn גאָט}; װאָרום דער אָרון פֿון {dn גאָט} איז געװען אין יענעם טאָג מיט די קינדער פֿון ישׂראל. /14:19 און עס איז געװען, בעת שָאול האָט גערעדט מיט דעם כּהן, איז דער טומל װאָס אין לאַגער פֿון די פּלשתּים געװאָרן אַלץ גרעסער און גרעסער. האָט שָאול געזאָגט צום כּהן: צי צוריק דײַן האַנט. /14:20 און שָאול און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען צו דער מלחמה, ערשט אײנעמס שװערד איז קעגן אַנדערן – זײער אַ גרױסע מהומה. /14:21 און די עִבֿרים װאָס זײַנען געװען מיט די פּלשתּים אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן, די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען מיט זײ אין לאַגער רונד אַרום, זײ אױך זײַנען צוגעשטאַנען צו די ישׂראל װאָס מיט שָאולן און יונָתנען. /14:22 און אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך באַהאַלטן אין דעם געבערג פֿון אפֿרַיִם, האָבן געהערט אַז די פּלשתּים זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײ אױך האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין דער מלחמה. /14:23 און {dn גאָט} האָט געהאָלפֿן ישׂראל אין יענעם טאָג. און די מלחמה איז אַװעק ביז אַריבער בית-אָון. /14:24 און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען געװען פֿאַרקלעמט אין יענעם טאָג, אָבער שָאול האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט עסן שפּײַז ביזן אָװנט, װען איך װעל זיך האָבן נוקם געװען אָן מײַנע פֿײַנט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ניט פֿאַרזוכט קײן שפּײַז. /14:25 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד; און האָניק איז געװען אױפֿן פֿעלד. /14:26 און װי דאָס פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד, ערשט אַ רינונג פֿון האָניק, אָבער קײנער האָט ניט צוגערירט זײַן האַנט צו זײַן מױל, װאָרום דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר דער שבֿועה. /14:27 אָבער יונָתן האָט ניט געהערט װי זײַן פֿאָטער האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, און ער האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין זײַן האַנט, און האָט אים אײַנגעטונקט אין דעם האָניקסאָט, און צוגעקערט זײַן האַנט צו זײַן מױל, און זײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן. /14:28 האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון פֿאָלק, און האָט געזאָגט: באַשװאָרן האָט דײַן פֿאָטער באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט הײַנט עסן שפּײַז! דרום איז דאָס פֿאָלק פֿאַרחלשט. /14:29 האָט יונָתן געזאָגט: פֿאַראומגליקט האָט מײַן פֿאָטער דאָס לאַנד; זעט, איך בעט אײַך, װי מײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן, װײַל איך האָב פֿאַרזוכט אַ ביסל פֿון דעם דאָזיקן האָניק. /14:30 הײַנט װי שױן אַז עסן װאָלט געגעסן הײַנט דאָס פֿאָלק פֿון דעם רױב פֿון זײַנע פֿײַנט װאָס ער האָט געפֿונען? צי װאָלט ניט אַצונד דער שלאַק צװישן די פּלשתּים געװען נאָך גרעסער? /14:31 און זײ האָבן געשלאָגן אין יענעם טאָג צװישן די פּלשתּים פֿון מִכמָש ביז אילון, און דאָס פֿאָלק איז געװאָרן זײער פֿאַרחלשט. /14:32 און דאָס פֿאָלק האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב, און זײ האָבן גענומען שאָף און רינדער און יונגע רינדער, און האָבן געשאָכטן אױף דער ערד, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן מיטן בלוט. /14:33 האָט מען אָנגעזאָגט שָאולן, אַזױ צו זאָגן: זע. דאָס פֿאָלק זינדיקט צו {dn גאָט}, צו עסן מיטן בלוט. האָט ער געזאָגט: איר האָט געפֿעלשט; קײַקלט-צו אַקאָרשט צו מיר אַ גרױסן שטײן. /14:34 און שָאול האָט געזאָגט: צעשפּרײט זיך צװישן פֿאָלק, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: גענענט צו מיר איטלעכער זײַן אָקס, און איטלעכער זײַן שעפּס, און איר זאָלט שעכטן דאָ און עסן, און איר זאָלט ניט זינדיקן צו {dn גאָט}, צו עסן מיטן בלוט. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט איטלעכער זײַן אָקס מיט זײַן האַנט יענע נאַכט; און זײ האָבן דאָרטן געשאָכטן. /14:35 און שָאול האָט געבױט אַ מזבח צו {dn גאָט}. דאָס איז געװען דער ערשטער מזבח װאָס ער האָט געבױט צו {dn גאָט}. /14:36 און שָאול האָט געזאָגט: לאָמיר אַראָפּנידערן נאָך די פּלשתּים בײַ נאַכט, און רױבן צװישן זײ ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן, און לאָמיר ניט איבערלאָזן פֿון זײ אַ מאַן. האָבן זײ געזאָגט: אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. האָט דער כּהן געזאָגט: לאָמיר גענענען אַהער צו {dn גאָט}. /14:37 און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}: זאָל איך אַראָפּנידערן נאָך די פּלשתּים? װעסטו זײ געבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל? אָבער ער האָט אים ניט געענטפֿערט אין יענעם טאָג. /14:38 האָט שָאול געזאָגט: גענענט אַהער, אַלע פֿאָרשטײער פֿון פֿאָלק, און װערט געװאָר און זעט, דורך װאָס איז געשען די דאָזיקע זינד הײַנט? /14:39 װאָרום אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} װאָס העלפֿט ישׂראל, אַפֿילו װען דאָס איז אין מײַן זון יונָתנען, אַז שטאַרבן מוז ער שטאַרבן! אָבער קײנער פֿון גאַנצן פֿאָלק האָט אים ניט געענטפֿערט. /14:40 האָט ער געזאָגט צו גאַנץ ישׂראל: איר װעט זײַן אױף אײן זײַט, און איך און מײַן זון יונָתן װעלן זײַן אױף דער אַנדער זײַט. האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. /14:41 האָט שָאול געזאָגט צו {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל: גיב די ריכטיקײט. זײַנען פֿאַרנומען געװאָרן יונָתן און שָאול, און דאָס פֿאָלק איז אַרױס. /14:42 האָט שָאול געזאָגט: װאַרפֿט צװישן מיר און צװישן מײַן זון יונָתן; און יונָתן איז פֿאַרנומען געװאָרן. /14:43 האָט שָאול געזאָגט צו יונָתנען: דערצײל מיר װאָס דו האָסט געטאָן. האָט אים יונָתן דערצײלט און האָט געזאָגט: פֿאַרזוכן האָב איך פֿאַרזוכט מיטן שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט אַ ביסל האָניק. אָט בין איך; לאָמיך שטאַרבן. /14:44 האָט שָאול געזאָגט: זאָל {dn גאָט} טאָן אַזױ און נאָך מער, אַז שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, יונָתן! /14:45 האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: זאָל יונָתן שטאַרבן, דער װאָס האָט אױפֿגעטאָן די דאָזיקע גרױסע ישועה אין ישׂראל? חלילה! אַזױ װי {dn יהוה} לעבט, אױב אַ האָר פֿון זײַן קאָפּ װעט פֿאַלן צו דער ערד! װאָרום מיט {dn גאָט} האָט ער דאָס אױפֿגעטאָן הײַנטיקן טאָג. און דאָס פֿאָלק האָט אױסגעלײזט יונָתנען, און ער איז ניט געשטאָרבן. /14:46 און שָאול איז אַװעק פֿון הינטער די פּלשתּים, און די פּלשתּים זײַנען געגאַנגען צו זײער אָרט. /14:47 און שָאול האָט פֿאַרנומען די מלוכה איבער ישׂראל, און ער האָט מלחמה געהאַלטן רונד אַרום מיט אַלע זײערע פֿײַנט, מיט מואָבֿ, און מיט די קינדער פֿון עמון, און מיט אדום, און מיט די מלכים פֿון צוֹבֿה, און מיט די פּלשתּים; און אומעטום װי ער פֿלעגט זיך קערן, פֿלעגט ער זײ אָנטאָן שלעכטס. /14:48 און ער האָט אױפֿגעטאָן העלדישקײט, און האָט געשלאָגן עַמָלק, און מציל געװען ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון זײַן רױבער. /14:49 און שאָולס זין זײַנען געװען יונָתן, און יִשוִי, און מַלכּישועַ; און די נעמען פֿון זײַנע צװײ טעכטער זײַנען געװען: דער נאָמען פֿון דער עלטערער, מֵרַבֿ, און דער נאָמען פֿון דער קלענערער מִיכל. /14:50 און דער נאָמען פֿון שאָולס װײַב איז געװען אַחינוֹעם די טאָכטער פֿון אַחימַעַצן; און דער נאָמען פֿון זײַן חיל-פֿירער אַבֿינֵר דער זון פֿון נֵר, שאָולס פֿעטער. /14:51 אי קיש דער פֿאָטער פֿון שָאולן, אי נֵר דער פֿאָטער פֿון אַבֿנרן, איז געװען אַ זון פֿון אַבֿיאֵלן. /14:52 און די מלחמה אױף די פּלשתּים איז געװען שטאַרק אַלע טעג פֿון שָאולן. און װי שָאול פֿלעגט זען עמעץ אַ מאַן אַ גִבור, אָדער עמעץ אַ העלדישן יונג, אַזױ האָט ער אים צוגענומען צו זיך. /15:1 און שמואל האָט געזאָגט צו שָאולן: מיך האָט {dn גאָט} געשיקט דיך צו זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער זײַן פֿאָלק איבער ישׂראל; דרום הער אַצונד צו דעם קָול פֿון די װערטער פֿון {dn גאָט}. /15:2 אַזױ האָט געזאָגט {dn גאָט} פֿון צבֿאות. איך געדענק װאָס עַמָלק האָט געטאָן צו ישׂראל, װי ער האָט זיך אים געשטעלט אין װעג בײַ זײַן אַרױפֿגײן פֿון מצרַיִם. /15:3 אַצונד גײ און זאָלסט שלאָגן עַמָלק; און איר זאָלט פֿאַרװיסטן אַלץ װאָס ער האָט, און זאָלסט זיך ניט דערבאַרימען אױף אים, און זאָלסט טײטן פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, פֿון אַ קינד ביז אַ זױגעדיקן, פֿון אַן אָקס ביז אַ שעפּס, פֿון אַ קעמל ביז אַן אײזל. /15:4 האָט שָאול צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק, און ער האָט זײ איבערגעצײלט אין טלָאים, צװײ הונדערט טױזנט פֿוסגײער, און צען טױזנט מאַן פֿון יהוּדה. /15:5 און שָאול איז געקומען צו דער שטאָט פֿון עַמָלק, און ער האָט מלחמה געהאַלטן אין טאָל. /15:6 און שָאול האָט געזאָגט צום קֵיני: קומט גײט אַװעק, נידערט אַראָפּ פֿון צװישן עַמָלק, כּדי איך זאָל דיך ניט אומברענגען מיט אים; און דו האָסט דאָך געטאָן חֶסד מיט אַלע קינדער פֿון ישׂראל בײַ זײער אַרױפֿגײן פֿון מצרַיִם. האָט דער קֵיני אָפּגעטרעטן פֿון צװישן עַמָלק. /15:7 און שָאול האָט געשלאָגן עַמָלק פֿון חַוִילֶה װי דו קומסט קײן שור װאָס פֿאַר מצרַיִם. /15:8 און ער האָט געכאַפּט אַגָג דעם מלך פֿון עַמָלק אַ לעבעדיקן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ער פֿאַרװיסט מיטן שאַרף פֿון שװערד. /15:9 אָבער שָאול און דאָס פֿאָלק האָבן געשלאָגן אַגָגן, און די בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער – די צװײטגעבאָרענע, און די לעמער, און דאָס גאַנצע גוטס, און זײ האָבן ניט געװאָלט זײ פֿאַרװיסטן. נאָר אַל דאָס נישטװערטיקע און צעקראָכענע פֿי, דאָס האָבן זײ פֿאַרװיסט. /15:10 איז דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט} געװען צו שמואלן, אַזױ צו זאָגן: /15:11 איך האָב חרטה װאָס איך האָב געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך, װאָרום ער האָט זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער מיר, און מײַנע װערטער האָט ער ניט מקיים געװען. האָט שמואלן געערגערט, און ער האָט געשריִען צו {dn גאָט} אַ גאַנצע נאַכט. /15:12 און שמואל האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו באַגעגענען שָאולן. איז אָנגעזאָגט געװאָרן שמואלן, אַזױ צו זאָגן: שָאול איז געקומען קײן כַּרמל, און זע, ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט אַן אָנדענק, און האָט זיך אױסגעדרײט, און איז אַװעק און האָט אַראָפּגענידערט קײן גִלגל. /15:13 איז שמואל געקומען צו שָאולן, און שָאול האָט צו אים געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון {dn גאָט}! איך האָב מקיים געװען דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}. /15:14 האָט שמואל געזאָגט: און װאָס איז דער דאָזיקער קָול פֿון די שאָף אין מײַנע אױערן, און דער קָול פֿון די רינדער װאָס איך הער? /15:15 האָט שָאול געזאָגט: פֿון עַמָלק האָט מען זײ געבראַכט, װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געשױנט די בעסטע פֿון די שאָף און די רינדער, כּדי צו שלאַכטן צו {dn גאָט} דײַן האַר; אָבער דאָס איבעריקע האָבן מיר פֿאַרװיסט. /15:16 האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: הער אױף, און איך װעל דיר זאָגן װאָס {dn גאָט} האָט צו מיר גערעדט די נאַכט. האָט ער צו אים געזאָגט: רעד. /15:17 האָט שמואל צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, אױב דו ביסט קלײן אין דײַנע אױגן, ביסטו אָבער דער קאָפּ פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל, און דיך האָט {dn גאָט} געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. /15:18 און {dn גאָט} האָט דיך געשיקט אױף אַ װעג, און האָט געזאָגט: גײ און זאָלסט פֿאַרװיסטן די זינדיקע, עַמָלק, און זאָלסט האַלטן מלחמה אױף זײ ביז מע װעט זײ פֿאַרלענדן. /15:19 טאָ פֿאַר װאָס האָסטו ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}, און האָסט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב, און געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}? /15:20 האָט שָאול געזאָגט צו שמואלן: איך האָב דאָך צוגעהערט צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}, און בין געגאַנגען אױף דעם װעג װאָס {dn גאָט} האָט מיך געשיקט, און האָב געבראַכט אַגָג דעם מלך פֿון עַמָלק, און עַמָלק האָב איך פֿאַרװיסט. /15:21 אָבער דאָס פֿאָלק האָט גענומען פֿון דעם רױב שאָף און רינדער, דאָס בעסטע פֿון דעם חרם, כּדי צו שלאַכטן צו {dn יהוה} דײַן {dn גאָט} אין גִלגל. /15:22 האָט שמואל געזאָגט: באַגערט דען {dn גאָט} בראַנדאָפּפֿער און שלאַכטאָפּפֿערװי צוהערן צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}?זע, צוהערן איז בעסער פֿון שלאַכטאָפּפֿער. צו געהאָרכן – פֿון פֿעטס פֿון װידערס;/15:23 װאָרום זינד פֿון כּישוף איז װידערשפּעניקײט, און געצנדינסט און תּרפֿים איז אײַנגעשפּאַרט זײַן. װײַל דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}, אַזױ האָט ער דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן אַ מלך. /15:24 האָט שָאול געזאָגט: איך האָב געזינדיקט װאָס איך האָב איבערגעטרעטן דאָס באַפֿעל פֿון {dn גאָט} און דײַנע װערטער, װײַל איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן פֿאָלק, און האָב זיך צוגעהערט צו זײער קָול. /15:25 און אַצונד, פֿאַרגיב, איך בעט דיך, מײַן זינד, און קער זיך אום מיט מיר, און איך װעל זיך בוקן צו {dn גאָט}. /15:26 האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: איך װעל זיך ניט אומקערן מיט דיר, װאָרום דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן אַ מלך איבער ישׂראל. /15:27 און װי שמואל האָט זיך אומגעדרײט אַװעקצוגײן, אַזױ האָט [שָאול] אָנגענומען דעם ברעג פֿון זײַן מאַנטל, און ער האָט זיך אָפּגעריסן. /15:28 האָט שמואל צו אים געזאָגט: {dn גאָט} האָט הײַנט אָפּגעריסן פֿון דיר די מלוכה פֿון ישׂראל, און האָט זי אַװעקגעגעבן צו אַן אַנדערן װאָס איז בעסער פֿון דיר. /15:29 און דער אײביקער פֿון ישׂראל זאָגט אױך ניט ליגן, און האָט ניט חרטה; װאָרום ניט אַ מענטש איז ער, חרטה צו האָבן. /15:30 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזינדיקט, אָבער אַצונד, טו מיר, איך בעט דיך, דעם כּבֿוד פֿאַר די עלטסטע פֿון מײַן פֿאָלק און פֿאַר ישׂראל, און קער זיך אום מיט מיר, און איך װעל זיך בוקן צו {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}. /15:31 האָט שמואל זיך אומגעקערט נאָך שָאולן, און שָאול האָט זיך געבוקט צו {dn גאָט}. /15:32 און שמואל האָט געזאָגט: מאַכט גענענען צו מיר אַגָג דעם מלך פֿון עַמָלק. איז אַגָג צוגעגאַנגען צו אים אין קײטן. און אַגָג האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די ביטערקײט פֿון טױט איז געקומען. /15:33 האָט שמואל געזאָגט: אַזױ װי דײַן שװערד האָט װײַבער אָן קינדער געלאָזט, זאָל צװישן װײַבער דײַן מוטער אָן קינדער בלײַבן. און שמואל האָט צעהאַקט אַגָגן פֿאַר {dn גאָט} אין גִלגל. /15:34 און שמואל איז אַװעקגעגאַנגען קײן רמה, און שָאול איז אַרױפֿגעגאַנגען צו זײַן הױז אין גבֿעת-שָאול. /15:35 און שמואל האָט מער ניט געזען שָאולן ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט, װאָרום שמואל האָט געטרױערט װעגן שָאולן; און {dn גאָט} האָט חרטה געהאַט װאָס ער האַט געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. /16:1 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו שמואלן: ביז װאַנען װעסטו טרױערן װעגן שָאולן, אַז איך האָב אים פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן איבער ישׂראל? פֿיל אָן דײַן האָרן מיט אײל, און קום איך װעל דיך שיקן צו יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם, װאָרום איך האָב מיר געזען אַ מלך צװישן זײַנע זין. /16:2 האָט שמואל געזאָגט: װי קען איך גײן? אַז שָאול װעט הערן, װעט ער מיך הרגען. האָט {dn גאָט} געזאָגט: אַ יונגע קו װעסטו נעמען מיט זיך, און װעסט זאָגן: צו שלאַכטן צו {dn גאָט} בין איך געקומען. /16:3 און װעסט פֿאַררופֿן יִשַין צום שלאַכטאָפּפֿער, און איך װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן; און װעסט מיר זאַלבן דעם װאָס איך װעל דיר זאָגן. /16:4 האָט שמואל געטאָן װאָס {dn גאָט} האָט געהײסן, און ער איז געקומען קײן בֵית-לֶחֶם. און די עלטסטע פֿון שטאָט האָבן געאײַלט אים אַנטקעגן, און געזאָגט: פֿריד צו דײַן קומען! /16:5 האָט ער געזאָגט: פֿריד! צו שלאַכטן צו {dn גאָט} בין איך געקומען. הײליקט אײַך, און איר װעט קומען מיט מיר צום שלאַכטאָפּפֿער. און ער האָט געהײסן יִשַין און זײַנע זין זיך הײליקן, און האָט זײ פֿאַררופֿן צום שלאַכטאָפּפֿער. /16:6 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געקומען, אַזױ האָט ער דערזען אֶליִאָבֿן, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַנטקעגן {dn גאָט} איז זײַן געזאַלבטער. /16:7 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו שמואלן: זאָלסט ניט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרום איך װיל אים ניט; װאָרום עס איז ניט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער {dn גאָט} זעט נאָכן האַרצן. /16:8 האָט יִשַי גערופֿן אַבֿינָדֶבֿן, און האָט אים פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַר שמואלן, אָבער ער האָט געזאָגט: אױך דעם דאָזיקן האָט {dn גאָט} ניט אױסדערװײלט. /16:9 האָט יִשַי פֿאַרבײַגעפֿירט שַמָהן, אָבער ער האָט געזאָגט: אױך דעם דאָזיקן האָט {dn גאָט} ניט אױסדערװײלט. /16:10 אַזױ האָט יִשַי פֿאַרבײַגעפֿירט זיבן פֿון זײַנע זין פֿאַר שמואלן, און שמואל האָט געזאָגט צו יִשַין: {dn גאָט} האָט ניט אױסדערװײלט די דאָזיקע. /16:11 און שמואל האָט געזאָגט צו יִשַין: געענדיקט די יונגען? האָט ער געזאָגט: עס איז נאָך געבליבן דער קלענסטער; און אָט איז ער אַ פּאַסטוך בײַ די שאָף. האָט שמואל געזאָגט צו יִשַין: שיק און ברענג אים; װאָרום מיר װעלן זיך ניט זעצן, ביז ער קומט אַהער. /16:12 האָט ער געשיקט און אים געבראַכט. און ער איז געװען אַ גערױטלטער, מיט שײנע אױגן און אַ פֿײַנעם אױסזען. און {dn גאָט} האָט געזאָגט: שטײ אױף, זאַלב אים, װאָרום ער איז דאָס. /16:13 האָט שמואל גענומען דעם האָרן מיט אײל, און האָט אים געזאַלבט אין מיטן זײַנע ברידער. און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געקומען אױף דָוִדן פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער. און שמואל איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעקגעגאַנגען קײן רמה. /16:14 און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון שָאולן און אים האָט געשראָקן אַ בײזער גײַסט פֿון {dn גאָט}. /16:15 האָבן שאָולס קנעכט צו אים געזאָגט: זע נאָר: אַ בײזער גײַסט פֿון {dn גאָט} שרעקט דיך. /16:16 זאָל אַקאָרשט אונדזער האַר הײסן דײַנע קנעכט װאָס פֿאַר דיר, זײ זאָלן אױפֿזוכן אַ מאַן װאָס קען שפּילן אױף אַ האַרף; און עס װעט זײַן, װי דער בײזער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז אױף דיר, אַזױ װעט ער שפּילן מיט זײַן האַנט, און דיר װעט בעסער װערן. /16:17 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זעט אַקאָרשט פֿאַר מיר אַ מאַן װאָס שפּילט גוט, און איר זאָלט אים ברענגען צו מיר. /16:18 האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די יונגען, און האָט געזאָגט: אָט האָב איך געזען אַ זון בײַ יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם, װאָס קען שפּילן, און איז אַ העלדישער גִבור און אַ מענטש פֿון מלחמה, און פֿאַרשטײט אַ זאַך, און איז אַ מענטש מיט אַ געשטאַלט, און {dn גאָט} איז מיט אים. /16:19 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו יִשַין, און אָנגעזאָגט: שיק צו מיר דײַן זון דָוִדן װאָס בײַ די שאָף. /16:20 האָט יִשַי גענומען אַן אײזל מיט ברױט און אַ לאָגל װײַן, און אײן ציגנבעקל, און געשיקט דורך דער האַנט פֿון זײַן זון דָוִדן צו שָאולן. /16:21 און דוד איז געקומען צו שָאולן, און איז געשטאַנען פֿאַר אים; און ער האָט אים זײער ליב געקריגן, און ער איז אים געװאָרן אַ װאַפֿנטרעגער. /16:22 און שָאול האָט געשיקט צו יִשַין, אַזױ צו זאָגן: זאָל, איך בעט דיך, דוד שטײן פֿאַר מיר, װאָרום ער האָט געפֿונען חן אין מײַנע אױגן. /16:23 און עס איז געװען, װי דער [בײזער] גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף שָאולן, אַזױ פֿלעגט דוד נעמען די האַרף און שפּילן מיט זײַן האַנט, און שָאולן פֿלעגט אָפּגײן, און אים פֿלעגט בעסער װערן, און דער בײזער גײַסט פֿלעגט זיך אָפּטאָן פֿון אים. /17:1 און די פּלשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אױף מלחמה. און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין שׂוֹכוֹ װאָס געהערט צו יהוּדה, און האָבן געלאַגערט צװישן שׂוֹכוֹ און צװישן עַזֵקָה אין אֶפֿס-דַמים. /17:2 און שָאול און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און האָבן געלאַגערט אין טאָל אֵלָה; און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אַקעגן די פּלשתּים. /17:3 און די פּלשתּים זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער זײַט, און די ישׂראל זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער אַנדער זײַט, מיט דעם טאָל צװישן זײ. /17:4 איז אַרױסגעגאַנגען דער צװישנמאַן פֿון דעם לאַגער פֿון די פּלשתּים מיטן נאָמען גָליַת פֿון גַת, װאָס זײַן הײך איז געװען זעקס אײלן און אַ שפּאַן. /17:5 און אַ קופּערנער קיװער איז געװען אױף זײַן קאָפּ, און אין אַ פּאַנצער פֿון שופּן איז ער געװען אָנגעטאָן, און די װאָג פֿון דעם פּאַנצער איז געװען פֿינף טױזנט שקל קופּער. /17:6 און קופּערנע בלעכן זײַנען געװען אױף זײַנע פֿיס, און אַ קופּערנע פּיקע צװישן זײַנע אַקסלען. /17:7 און דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען װי דער שטאַנג פֿון אַ װעבער, און דער קלינג פֿון זײַן שפּיז איז געװען זעקס הונדערט שקל אײַזן. און דער שילדטרעגער איז געגאַנגען אים פֿאַרױס. /17:8 און ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט גערופֿן צו די רײען פֿון ישׂראל, און האָט צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס גײט איר אַרױס אָנריכטן אַ מלחמה? בין איך דען ניט דער פּלִשתּי, און איר קנעכט בײַ שָאולן? קלײבט אײַך אױס אַ מאַן, און זאָל ער אַראָפּנידערן צו מיר. /17:9 אױב ער װעט קענען מלחמה האַלטן מיט מיר, און װעט מיך דערשלאָגן, װעלן מיר זײַן קנעכט צו אײַך; און אױב איך װעל אים בײַקומען, און װעל אים דערשלאָגן װעט איר זײַן קנעכט צו אונדז, און װעט אונדז דינען. /17:10 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט: איך שפּאָט פֿון די רײען פֿון ישׂראל הײַנטיקן טאָג; גיט מיר אַ מאַן און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט אַנאַנדער. /17:11 און שָאול און גאַנץ ישׂראל האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער פֿון דעם פּלִשתּי, און זײ האָבן זיך דערשראָקן, און האָבן זײער מורא געהאַט. /17:12 און דוד איז געװען דער זון פֿון יענעם אֶפֿרָתער מאַן פֿון בית-לחם-יהוּדה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִשַי; און ער האָט געהאַט אַכט זין. און דער מאַן איז אין די טעג פֿון שָאולן געװען אַ זקן װאָס קומט צװישן לײַט. /17:13 און די דרײַ עלטערע זין פֿון יִשַין זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן אין דער מלחמה; און די נעמען פֿון זײַנע דרײַ זין װאָס זײַנען געגאַנגען אין דער מלחמה, זײַנען געװען: אֶליאָבֿ דער בכָור, און דער צװײטער פֿון אים אַבֿינָדֶבֿ, און דער דריטער שַמָה. /17:14 און דוד איז געװען דער קלענסטער; און די דרײַ גרעסערע זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן. /17:15 און דוד פֿלעגט גײן און זיך אומקערן פֿון שָאולן צו פֿיטערן די שאָף פֿון זײַן פֿאָטער אין בֵית-לֶחֶם. /17:16 און דער פּלִשתּי האָט גענענט פֿרי און שפּעט, און האָט זיך געשטעלט פֿערציק טעג נאָכאַנאַנד. /17:17 און יִשַי האָט געזאָגט צו זײַן זון דָוִדן: נעם אַקאָרשט פֿאַר דײַנע ברידער אַן אֵיפֿה פֿון די דאָזיקע געברענטע זאַנגען, און די דאָזיקע צען ברױטן, און לױף דערמיט אַריבער אין לאַגער צו דײַנע ברידער. /17:18 און די דאָזיקע צען קעז זאָלסטו ברענגען צו דעם הױפּטמאַן פֿון דעם טױזנט; און זאָלסט פֿרעגן דײַנע ברידער אױף פֿריד, און נעמען פֿון זײ אַ צײכן. /17:19 און שָאול און זײ און אַלע מענער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אין טאָל אֵלָה, אין מלחמה מיט די פּלשתּים. /17:20 האָט זיך דוד געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט איבערגעלאָזט די שאָף אױף אַ שומר, און ער האָט גענומען און איז געגאַנגען אַזױ װי יִשַי האָט אים באַפֿױלן, און ער איז אָנגעקומען אין לאַגעררינג, װען דער חיל װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין שלאַכט, האָט געשאַלט אױף מלחמה. /17:21 און ישׂראל און די פּלשתּים האָבן זיך אױסגעשטעלט אַ רײ קעגן אַ רײ. /17:22 האָט דוד איבערגעלאָזט די זאַכן פֿון זיך אױף דער האַנט פֿון דעם שומר פֿון די זאַכן, און ער איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד; און ער איז געקומען און האָט געפֿרעגט זײַנע ברידער אױף פֿריד. /17:23 װי ער רעדט מיט זײ, ערשט דער צװישנמאַן װאָס זײַן נאָמען איז געװען גָליַת דער פּלִשתּי פֿון גַת, קומט אַרױף פֿון די רײען פֿון די פּלשתּים, און ער האָט גערעדט אַזױ װי יענע רײד; און דוד האָט געהערט. /17:24 און אַלע מענער פֿון ישׂראל, װי זײ האָבן דערזען דעם מאַן, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אים, און האָבן זײער מורא געהאַט. /17:25 און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט: האָט איר געזען דעם דאָזיקן מאַן װאָס קומט אַרױף? װאָרום צו לעסטערן ישׂראל קומט ער אַרױף; און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן, װעט אים דער מלך מעַשיר זײַן מיט אַ גרױס עשירות, און װעט אים געבן זײַן טאָכטער, און זײַן פֿאָטערס הױז װעט ער מאַכן פֿרײַ אין ישׂראל. /17:26 האָט דוד געזאָגט צו די מענטשן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים, אַזױ צו זאָגן: װאָס װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט דערשלאָגן יענעם פּלִשתּי, און װעט אָפּטאָן די שאַנד פֿון ישׂראל? װאָרום װער איז דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּלִשתּי, אַז ער זאָל לעסטערן די רײען פֿון דעם לעבעדיקן {dn גאָט}? /17:27 האָט דאָס פֿאָלק אים געזאָגט אַזױ װי דאָס דאָזיקע גערײד, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן. /17:28 האָט אֶליאָבֿ, זײַן עלטערער ברודער, געהערט װי ער רעדט צו די מענטשן, און דער צאָרן פֿון אֶליאָבֿן האָט געגרימט אױף דָוִדן, און ער האָט געזאָגט: צו װאָס גאָר האָסטו אַראָפּגענידערט, און אױף װעמען האָסטו איבערגעלאָזט יענע ביסל שאָף אין מדבר? איך קען דײַן מוטװיליקײט, און די שלעכטיקײט פֿון דײַן האַרצן, אַז כּדי צוצוקוקן די מלחמה האָסטו אַראָפּגענידערט. /17:29 האָט דוד געזאָגט: װאָס האָב איך אַצונד געטאָן? עס איז דאָך נאָר אַ גערײד. /17:30 און ער האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צו אַן אַנדערן, און האָט געפֿרעגט די אײגענע זאַך, און דאָס פֿאָלק האָט אים געענטפֿערט אַזױ װי דאָס פֿריִערדיקע גערײד. /17:31 זײַנען געהערט געװאָרן די װערטער װאָס דוד האָט גערעדט, און מע האָט דערצײלט פֿאַר שָאולן, און ער האָט אים געלאָזט ברענגען צו זיך. /17:32 און דוד האָט געזאָגט צו שָאולן: זאָל קײן מענטשנס האַרץ ניט אַראָפּפֿאַלן איבער אים; דײַן קנעכט װעט גײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט דעם דאָזיקן פּלִשתּי. /17:33 האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: קענסט ניט גײן אױף דעם דאָזיקן פּלִשתּי, מלחמה צו האַלטן מיט אים, װאָרום דו ביסט אַ ייִנגל, און ער איז אַ מאַן פֿון מלחמה פֿון זײַן יוגנט אָן. /17:34 האָט דוד געזאָגט צו שָאולן: דײַן קנעכט איז געװען אַ פּאַסטוך פֿאַר זײַן פֿאָטער בײַ די שאָף, און אַז אַ לײב איז געקומען, אָדער אַ בער, און האָט אַװעקגעטראָגן אַ שעפּס פֿון דער סטאַדע, /17:35 בין איך אַרױסגעגאַנגען נאָך אים, און האָב אים געשלאָגן, און האָב אַרױסגעריסן פֿון זײַן מױל; און אַז ער האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיר, האָב איך אים אָנגענומען בײַם באָרד, און האָב אים דערשלאָגן און אים געטײט. /17:36 אי דעם לײב אי דעם בער האָט דײַן קנעכט דערשלאָגן; און דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּלִשתּי װעט זײַן װי אײנער פֿון זײ. װײַל ער האָט געלעסטערט די רײען פֿון דעם לעבעדיקן {dn גאָט}. /17:37 און דוד האָט געזאָגט: {dn גאָט} װאָס האָט מיך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון לײב, און פֿון דער האַנט פֿון בער, ער װעט מיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון דעם דאָזיקן פּלִשתּי. האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: גײ, און זאָל {dn גאָט} זײַן מיט דיר. /17:38 און שָאול האָט אָנגעטאָן דָוִדן זײַנע קלײדער, און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אַ קופּערנעם קיװער אױף זײַן קאָפּ, און אים אָנגעטאָן אַ פּאַנצער. /17:39 און דוד האָט אָנגעגורט זײַן שװערד איבער זײַנע קלײדער, און זיך געמאַטערט צו גײן, װײַל ער איז ניט געװען צוגעװױנט. האָט דוד געזאָגט צו שָאולן: איך קען ניט גײן אין די דאָזיקע, װײַל איך בין ניט צוגעװױנט. און דוד האָט זײ אױסגעטאָן פֿון זיך. /17:40 און ער האָט גענומען זײַן שטעקן אין זײַן האַנט, און האָט זיך אױסגעקליבן פֿינף גלאַטע שטײנער פֿון דעם באַך, און אַרײַנגעטאָן אין דעם פּאַסטוכזעקל װאָס ער האָט געהאַט, אין דעם בײַטל; און זײַן שלײדערער איז געװען אין זײַן האַנט; און ער האָט גענענט צו דעם פּלִשתּי. /17:41 און דער פּלִשתּי איז געגאַנגען אַלץ נענטער צו דָוִדן און דער מאַן װאָס טראָגט דעם שילד, אים פֿאַרױס. /17:42 און דער פּלִשתּי האָט אַ קוק געטאָן און האָט דערזען דָוִדן, און האָט אים פֿאַראַכט, װאָרום ער איז געװען אַ ייִנגל, און גערױטלט, אױך שײן אױפֿן פּנים. /17:43 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: צי אַ הונט בין איך, װאָס דו קומסט צו מיר מיט שטעקנס? און דער פּלִשתּי האָט געשאָלטן דָוִדן בײַ זײַן {dn גאָט}. /17:44 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: קום צו מיר, און איך װעל געבן דײַן פֿלײש צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון פֿעלד. /17:45 האָט דוד געזאָגט צו דעם פּלִשתּי: דו קומסט צו מיר מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז און מיט אַ פּיקע, און איך קום צו דיר אין דעם נאָמען פֿון {dn יהוה} פֿון צבֿאות, דעם {dn גאָט} פֿון די רײען פֿון ישׂראל װאָס דו האָסט געלעסטערט. /17:46 הײַנטיקן טאָג װעט דיך {dn יהוה} איבערענטפֿערן און איך װעל דיך דערשלאָגן, און װעל אַראָפּנעמען דײַן קאָפּ פֿון דיר; און איך װעל געבן די פּגרים פֿון דער מחנה פֿון די פּלשתּים הײַנטיקן טאָג צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון דער ערד; און די גאַנצע ערד װעט װיסן, אַז פֿאַראַן אַ {dn גאָט} בײַ ישׂראל. /17:47 און די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג װעט װיסן אַז ניט מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז העלפֿט {dn יהוה}; װאָרום די מלחמה איז יהיהס, און ער װעט אײַך געבן אין אונדזער האַנט. /17:48 און עס איז געװען, װי דער פּלִשתּי איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען און האָט גענענט אַנטקעגן דָוִדן, אַזױ האָט דוד געאײַלט, און איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד אַנטקעגן דעם פּלִשתּי. /17:49 און דוד האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זעקל, און האָט אַרױסגענומען פֿון דאָרטן אַ שטײן, און אַ שלײַדער געטאָן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי אין זײַן שטערן. און דער שטײן איז אַרײַנגעזונקען אין זײַן שטערן, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד. /17:50 אַזױ האָט דוד איבערגעשטאַרקט דעם פּלִשתּי מיט אַ שלײַדערער און מיט אַ שטײן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי, און אים געטײט; און קײן שװערד איז ניט געװען אין דָוִדס האַנט. /17:51 און דוד איז צוגעלאָפֿן, און האָט זיך געשטעלט איבער דעם פּלִשתּי, און האָט אָנגענומען זײַן שװערד, און זי אַרױסגעצױגן פֿון איר שײד, און אים געטײט; און ער האָט אָפּגעשניטן מיט איר זײַן קאָפּ. און די פּלשתּים האָבן געזען אַז זײער גִבור איז טױט, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן. /17:52 און די מענער פֿון ישׂראל און יהוּדה זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשאַלט, און נאָכגעיאָגט די פּלשתּים ביז דו קומסט קײן גַי, און ביז די טױערן פֿון עקרון. און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון די פּלשתּים אױף דעם װעג פֿון שַעֲרַיִם, און ביז גַת, און ביז עקרון. /17:53 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן די פּלשתּים, און זײ האָבן אױסגערױבט זײער לאַגער. /17:54 און דוד האָט גענומען דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי, און האָט אים געבראַכט קײן ירושלים, און זײַנע װאַפֿן האָט ער אַהינגעטאָן אין זײַן געצעלט. /17:55 און אַז שָאול האָט געזען דָוִדן אַרױסגײן אַקעגן דעם פּלִשתּי, האָט ער געזאָגט צו אַבֿנר דעם חיל-פֿירער: װעמעס זון איז דער דאָזיקער בחור, אַבֿנר? האָט אַבֿנר געזאָגט: אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מלך, אױב איך װײס! /17:56 האָט דער מלך געזאָגט: פֿרעג דו זיך נאָך װעמעס זון דער יונג איז. /17:57 און װי דוד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּלִשתּי, אַזױ האָט אים אַבֿנר גענומען, און האָט אים געבראַכט פֿאַר שָאולן, מיט דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי אין זײַן האַנט. /17:58 האָט שָאול צו אים געזאָגט: װעמעס זון ביסטו, בחור? האָט דוד געזאָגט: דער זון פֿון דײַן קנעכט יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם. /18:1 און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט רעדן צו שָאולן, אַזױ איז די זעל פֿון יהוֹנָתָנען צוגעבונדן געװאָרן צו דער זעל פֿון דָוִדן, און יהוֹנָתָן האָט אים ליב געקריגן אַזױ װי זײַן אײגן זעל. /18:2 און שָאול האָט אים צוגענומען אין יענעם טאָג, און האָט אים ניט געלאָזט זיך אומקערן צו זײַן פֿאָטערס הױז. /18:3 און יהוֹנָתָן האָט געשלאָסן אַ בונד מיט דָוִדן, װײַל ער האָט אים ליב געהאַט װי זײַן אײגן זעל. /18:4 און יהוֹנָתָן האָט אױסגעטאָן דעם מאַנטל װאָס אױף זיך, און האָט אים געשאָנקן דָוִדן; אױך זײַנע קלײדער, ביז אױף זײַן שװערד, און ביז אױף זײַן בױגן, און ביז אױף זײַן גאַרטל. /18:5 און אַז דוד איז אַרױסגעגאַנגען, איז, װוּ שָאול פֿלעגט אים שיקן, פֿלעגט ער באַגליקן. און שָאול האָט אים אױפֿגעזעצט איבער די מלחמה-לײַט; און ער איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, און אױך אין די אױגן פֿון שאָולס קנעכט. /18:6 און עס איז געװען, בײַ זײער אָנקומען, אַז דוד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּלִשתּי, זײַנען אַרױסגעגאַנגען די װײַבער פֿון אַלע שטעט פֿון ישׂראל מיט געזאַנג און טענץ אַנטקעגן דעם מלך שָאולן, מיט פּױקן, מיט שִׂמחה, און מיט צימבלען. /18:7 און די װײַבער די שפּילערינס האָבן געזונגען און געזאָגט: שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן, און דוד אין זײַנע צענטױזנטן. /18:8 האָט שָאולן זײער געברענט, און דאָס דאָזיקע גערײד איז געװען שלעכט אין זײַנע אױגן, און ער האָט געזאָגט: דָוִדן האָבן זײ געגעבן די צענטױזנטן, און מיר האָבן זײ געגעבן די טױזנטן, און אים פֿעלט נאָך בלױז די מלוכה. /18:9 און שָאול האָט געקוקט קרום אױף דָוִדן פֿון יענעם טאָג און װײַטער. /18:10 און עס איז געװען אױף מאָרגן, איז אַ בײזער גײַסט פֿון {dn גאָט} געקומען אױף שָאולן, און ער האָט אין הױז גערעדט פֿון זינען, און דוד האָט געשפּילט מיט זײַן האַנט אַזױ װי טאָג אין טאָג, און אין שאָולס האַנט איז געװען דער שפּיז. /18:11 האָט שָאול אַ װאָרף געטאָן דעם שפּיז, און ער האָט געקלערט: איך װעל דורכשטעכן דָוִדן ביז אין װאַנט. אָבער דוד האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צװײ מאָל. /18:12 און שָאול האָט מורא געהאַט פֿאַר דָוִדן, װאָרום {dn גאָט} איז געװען מיט אים, און פֿון שָאולן האָט ער זיך אָפּגעטאָן. /18:13 און שָאול האָט אים אָפּגעטאָן פֿון זיך, און אים געמאַכט פֿאַר אַ הױפּטמאַן פֿון טױזנט, און ער איז געגאַנגען און געקומען דעם פֿאָלק פֿאַרױס. /18:14 און דוד האָט באַגליקט אין אַלע זײַנע װעגן, און {dn גאָט} איז געװען מיט אים. /18:15 און שָאול האָט געזען אַז ער באַגליקט זײער, און ער האָט זיך געשראָקן פֿאַר אים. /18:16 אָבער גאַנץ ישׂראל און יהוּדה האָט ליב געהאַט דָוִדן, װאָרום ער פֿלעגט גײן און קומען זײ פֿאַרױס. /18:17 און שָאול האָט געזאָגט צו דָוִדן: אָט איז מײַן עלטערע טאָכטער מֵרַבֿ; זי װעל איך דיר געבן פֿאַר אַ װײַב, אָבער זײַ מיר אַ העלדישער יונג, און פֿיר די מלחמות פֿון {dn גאָט}. װאָרום שָאול האָט געקלערט: זאָל ניט מײַן האַנט זײַן אױף אים, נײַערט די האַנט פֿון די פּלשתּים זאָל זײַן אױף אים. /18:18 האָט דוד געזאָגט צו שָאולן: װער בין איך? און װאָס איז מײַן לעבן, אָדער מײַן פֿאָטערס משפּחה אין ישׂראל, אַז איך זאָל װערן אַן אײדעם בײַם מלך? /18:19 אָבער עס איז געװען, בעת מע האָט געזאָלט געבן מֵרַבֿ די טאָכטער פֿון שָאולן צו דָוִדן, איז זי אַװעקגעגעבן געװאָרן צו עַדריאֵלן פֿון מחוֹלָה פֿאַר אַ װײַב. /18:20 און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן האָט ליב געהאַט דָוִדן; האָט מען דערצײלט שָאולן, און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן. /18:21 און שָאול האָט געקלערט: איך װיל זי אים געבן, כּדי זי זאָל אים זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג, און די האַנט פֿון די פּלשתּים זאָל זײַן אױף אים. און שָאול האָט געזאָגט צו דָוִדן: װעסט הײַנט װערן מײַן אײדעם מיט דער צװײטער. /18:22 און שָאול האָט באַפֿױלן זײַנע קנעכט: רעדט צו דָוִדן שטילערהײט, אַזױ צו זאָגן: זע, דער מלך װיל דיך, און אַלע זײַנע קנעכט האָבן דיך ליב, טאָ װער אַצונד דעם מלכס אײדעם. /18:23 האָבן שאָולס קנעכט גערעדט אין די אױערן פֿון דָוִדן די דאָזיקע װערטער. און דוד האָט געזאָגט: גרינג אין אײַערע אױגן צו װערן דעם מלכס אײדעם, אַז איך בין אַן אָרעמאַן און גרינגגעשאַצט? /18:24 האָבן די קנעכט פֿון שָאולן אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי די דאָזיקע װערטער האָט דוד גערעדט. /18:25 האָט שָאול געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו דָוִדן: דער מלך װיל ניט קײן נדן, נײַערט הונדערט פֿאָרהױטן פֿון די פּלשתּים, זיך נוקם צו זײַן אָן דעם מלכס פֿײַנט. און שָאול האָט גערעכנט צו מאַכן פֿאַלן דָוִדן דורך דער האַנט פֿון די פּלשתּים. /18:26 האָבן זײַנע קנעכט דערצײלט דָוִדן די דאָזיקע װערטער, און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דָוִדן, צו װערן דעם מלכס אײדעם. און די טעג זײַנען נאָך צו מאָל ניט דערפֿילט געװאָרן, /18:27 איז דוד אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, ער מיט זײַנע מענטשן, און ער האָט געשלאָגן פֿון די פּלשתּים צװײ הונדערט מאַן. און דוד האָט געבראַכט זײערע פֿאָרהױטן, און מע האָט זײ איבערגעגעבן פֿאַרפֿול צום מלך, כּדי ער זאָל װערן דעם מלכס אײדעם. און שָאול האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער מיכלען פֿאַר אַ װײַב. /18:28 און שָאול האָט געזען און פֿאַרשטאַנען אַז {dn גאָט} איז מיט דָוִדן. און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן האָט אים ליב געהאַט. /18:29 און שָאול האָט נאָך מער מורא געקריגן פֿאַר דָוִדן. און שָאול איז געװען דָוִדן אַ שׂונא אַלע טעג. /18:30 און די האַרן פֿון די פּלשתּים פֿלעגן אַרױסגײן; און עס איז געװען, װען נאָר זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, האָט דוד באַגליקט מער פֿון אַלע קנעכט פֿון שָאולן, און זײַן נאָמען איז געװען זײער געאַכט. /19:1 און שָאול האָט גערעדט צו יונָתן זײַן זון און צו אַלע קנעכט, צו טײטן דָוִדן; אָבער יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָאולן האָט זײער געגאַרט דָוִדן. /19:2 און יהוֹנָתָן האָט דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער שָאול זוכט דיך צו טײטן. און אַצונד, איך בעט דיך, זײַ אָפּגעהיט אין דער פֿרי, און זאָלסט זיצן אין פֿאַרבאָרגעניש און זיך באַהאַלטן. /19:3 און איך װעל אַרױסגײן, און װעל שטײן לעבן מײַן פֿאָטער אױף דעם פֿעלד װאָס דו ביסט דאָרטן. און איך װעל רעדן װעגן דיר צו מײַן פֿאָטער, און אַז איך װעל װאָס מערקן, װעל איך דיר זאָגן. /19:4 און יהוֹנָתָן האָט גערעדט גוטס אױף דָוִדן צו זײַן פֿאָטער שָאולן, און ער האָט צו אים געזאָגט: זאָל דער מלך ניט זינדיקן אַקעגן זײַן קנעכט, אַקעגן דָוִדן, װײַל ער האָט אַקעגן דיר ניט געזינדיקט, און װײַל זײַנע טוּונגען זײַנען געװען זײער גוט פֿאַר דיר. /19:5 און ער האָט גענומען זײַן לעבן אין זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פּלִשתּי, און {dn גאָט} האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה פֿאַר גאַנץ ישׂראל; האָסט עס געזען, און האָסט זיך געפֿרײט. און פֿאַר װאָס זאָלסטו זיך פֿאַרזינדיקן אָן אומשולדיקן בלוט, צו טײטן דָוִדן אומזיסט? /19:6 האָט שָאול צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוֹנָתָנען, און שָאול האָט געשװאָרן: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אױב ער װעט געטײט װערן! /19:7 און יהוֹנָתָן האָט גערופֿן דָוִדן, און יהוֹנָתָן האָט אים דערצײלט אַלע די דאָזיקע װערטער. און יהוֹנָתָן האָט געבראַכט דָוִדן צו שָאולן, און ער איז געװען פֿאַר אים אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. /19:8 און װידער געװאָרן אַ מלחמה, און דוד איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן די פּלשתּים, און ער האָט געשלאָגן צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. /19:9 און אַ בײזער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געקומען אױף שָאולן בעת ער איז געזעסן אין זײַן הױז מיט זײַן שפּיז אין זײַן האַנט; און דוד האָט געשפּילט מיט דער האַנט. /19:10 האָט שָאול געזוכט דורכצושטעכן דָוִדן מיטן שפּיז ביז אין װאַנט, אָבער ער האָט זיך אַרױסגעמאַכט פֿון שָאולן, און ער האָט אַרײַנגעשטאָכן דעם שפּיז אין װאַנט. און דוד איז אַנטלאָפֿן און איז אַנטרונען געװאָרן אין יענער נאַכט. /19:11 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו דָוִדס הױז, אים צו היטן, און אים צו טײטן אין דער פֿרי. אָבער זײַן װײַב מִיכל האָט אָנגעזאָגט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אױב דו ראַטעװעסט ניט דײַן נפֿש די נאַכט, װערסטו מאָרגן געטײט. /19:12 און מִיכל האָט אַראָפּגעלאָזט דָוִדן דורכן פֿענסטער, און ער איז אַװעק און איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן. /19:13 און מִיכל האָט גענומען דעם תּרפֿים, און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן בעט, און אַ געשטריק פֿון ציגנהאָר האָט זי אים געלײגט צו קאָפּנס, און איבערגעדעקט מיט אַ בגד. /19:14 און אַז שָאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען דָוִדן, האָט זי געזאָגט: ער איז קראַנק. /19:15 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו זען דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ברענגט אים אַרױף מיטן בעט צו מיר, אים צו טײטן. /19:16 זײַנען די שלוחים געקומען, ערשט דער תּרפֿים איז אױפֿן בעט, און דאָס געשטריק פֿון ציגהאָר אים צוקאָפּנס. /19:17 האָט שָאול געזאָגט צו מיכלען: פֿאַר װאָס האָסטו מיך אַזױ אָפּגענאַרט, און האָסט אַװעקגעלאָזט מײַן שׂונא, און ער איז אַנטרונען געװאָרן? האָט מִיכל געזאָגט צו שָאולן: ער האָט צו מיר געזאָגט: לאָז מיך אַװעק, נאָך װאָס זאָל איך דיך טײטן? /19:18 און דוד איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן, און ער איז געקומען צו שמואלן קײן רמה, און האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס שָאול האָט אים געטאָן. און ער און שמואל זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך באַזעצט אין נָיוֹת. /19:19 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד איז אין נָיוֹת אין רמה. /19:20 און שָאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען דָוִדן. האָבן זײ געזען דאָס געזעמל נבֿיאים נבֿיאות זאָגן, און שמואל שטײט געשטעלט איבער זײ; און דער גײַסט פֿון {dn גאָט} איז געװען אױף די שלוחים פֿון שָאולן, און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט. /19:21 האָט מען אָנגעזאָגט שָאולן, און ער האָט געשיקט אַנדערע שלוחים. האָבן זײ אױך נבֿיאות געזאָגט. האָט שָאול װידער געשיקט דריטע שלוחים, און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט. /19:22 איז ער אױך געגאַנגען קײן רמה, און ער איז געקומען ביז דער גרױסער גרוב װאָס אין שֵׂכוּ, און האָט זיך נאָכגעפֿרעגט און געזאָגט: װוּ זײַנען שמואל און דוד? האָט מען אים געזאָגט: אָן, אין נָיוֹת אין רמה. /19:23 איז ער אַװעק אַהין קײן נָיוֹת אין רמה, און אױך אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון {dn גאָט}, און ער איז געגאַנגען און גײענדיק נבֿיאות געזאָגט, ביז ער איז געקומען קײן נָיוֹת אין רמה. /19:24 און ער אױך האָט אױסגעטאָן זײַנע קלײדער, און ער אױך האָט נבֿיאות געזאָגט פֿאַר שמואלן, און איז געלעגן אַ נאַקעטער יענעם גאַנצן טאָג, און די גאַנצע נאַכט. דעריבער זאָגט מען: איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים? /20:1 און דוד איז אַנטלאָפֿן פֿון נָיוֹת אין רמה, און ער איז געקומען, און האָט געזאָגט פֿאַר יהונתנען: װאָס האָב איך געטאָן? און װאָס איז מײַן פֿאַרברעך, און װאָס איז מײַן חטא פֿאַר דײַן פֿאָטער, װאָס ער זוכט מײַן לעבן? /20:2 האָט ער צו אים געזאָגט: חלילה! װעסט ניט שטאַרבן. זע, מײַן פֿאָטער טוט ניט אַ גרױסע זאַך אָדער אַ קלײנע זאַך, אַװוּ ער אַנטפּלעקט ניט מײַן אױער, און פֿאַר װאָס זאָל מײַן פֿאָטער פֿאַרבאָרגן פֿון מיר די דאָזיקע זאַך? עס איז ניט אַזױ. /20:3 האָט דוד װידער געשװאָרן, און געזאָגט: װײסן װײסט דײַן פֿאָטער אַז איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן, און ער קלערט: זאָל יהונתן דערפֿון ניט װיסן, כּדי ער זאָל זיך ניט קלעמען. אָבער אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אַז אַזױ װי אַ טריט איז צװישן מיר און צװישן טױט! /20:4 האָט יהונתן געזאָגט צו דָוִדן: װאָס װיל דײַן זעל, איך זאָל פֿאַר דיר טאָן? /20:5 האָט דוד געזאָגט צו יהונתנען: אָט איז מאָרגן רֹאש-חוֹדש, װען זיצן דאַרף איך זיצן מיטן מלך צום עסן; זאָלסטו מיך לאָזן גײן, און איך װעל זיך באַהאַלטן אין פֿעלד ביז איבער מאָרגן אָװנט. /20:6 אױב נאָכפֿרעגן װעט זיך נאָכפֿרעגן דײַן פֿאָטער אױף מיר, זאָלסטו זאָגן: אָפּבעטן האָט זיך אָפּגעבעטן דוד בײַ מיר, כּדי אַריבערצולױפֿן אין זײַן שטאָט בֵית-לֶחֶם, װאָרום די יערלעכע אָפּפֿערשלאַכטונג איז דאָרטן בײַ דער גאַנצער משפּחה. /20:7 אױב ער װעט אַזױ זאָגן: גוט! איז פֿריד צו דײַן קנעכט; אױב אָבער צערענען װעט ער צערענען, זײַ װיסן אַז שלעכטס איז באַשלאָסן בײַ אים. /20:8 און זאָלסט טאָן חֶסד מיט דײַן קנעכט, װאָרום אין אַ בונד פֿון {dn גאָט} האָסטו געבראַכט דײַן קנעכט מיט דיר; און אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרברעך, טײט מיך דו; און נאָך װאָס דען זאָלסטו מיך ברענגען צו דײַן פֿאָטער? /20:9 האָט יהונתן געזאָגט: חלילה דיר! װאָרום אױב דערװיסן װעל איך זיך דערװיסן אַז בײַ מײַן פֿאָטער איז באַשלאָסן, דיר זאָל געשען בײז, צי װעל איך דאָס דיר ניט דערצײלן? /20:10 האָט דוד געזאָגט צו יהונתנען: װער װעט מיר דערצײלן אױב דײַן פֿאָטער װעט דיר ענטפֿערן האַרט? /20:11 האָט יהונתן געזאָגט צו דָוִדן: קום, און לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד. /20:12 און יהונתן האָט געזאָגט צו דָוִדן: בײַ {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל! אַז איך װעל אױספֿאָרשן מײַן פֿאָטער מאָרגן אָדער איבער מאָרגן אין דער צײַט, ערשט ער איז גוט צו דָוִדן, צי װעל איך דענצמאָל ניט שיקן צו דיר, און אַנטפּלעקן דײַן אױער? /20:13 זאָל {dn גאָט} טאָן צו יהונתנען אַזױ און נאָך מער! אױב מײַן פֿאָטער װעט װױל געפֿעלן צו ברענגען אױף דיר שלעכט, װעל איך אַנטפּלעקן דײַן אױער און װעל דוד אַװעקשיקן, און װעסט גײן בשלום, און {dn גאָט} װעט זײַן מיט דיר אַזױ װי ער איז געװען מיט מײַן פֿאָטער. /20:14 און ניט נאָר װען איך לעב נאָך – ניט נאָר זאָלסטו טאָן מיט מיר אַ גאָטס חֶסד, אַז איך זאָל ניט שטאַרבן; /20:15 נײַערט זאָלסט ניט אָפּשנײַדן דײַן חֶסד פֿון מײַן הױז ביז אײביק; ניט צו מאָל װען {dn גאָט} װעט פֿאַרשנײַדן דָוִדס פֿײַנט ביז אײנעם פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. /20:16 און יהונתן האָט געשלאָסן אַ בונד מיט דעם הױז פֿון דָוִדן: זאָל {dn גאָט} אױפֿמאָנען פֿון דער האַנט פֿון דָוִדס פֿײַנט! /20:17 און יהונתן האָט װידער באַשװאָרן דָוִדן בײַ זײַן ליבשאַפֿט צו אים, װאָרום ליב װי זײַן זעל האָט ער אים ליב געהאַט. /20:18 און יהונתן האָט צו אים געזאָגט: מאָרגן איז רֹאש-חוֹדש, און דו װעסט פֿעלן, װײַל דײַן זיץ װעט זײַן לײדיק. /20:19 זאָלסטו איבער מאָרגן טיף אַראָפּנידערן, און קומען צו דעם אָרט װאָס דו האָסט זיך דאָרטן פֿאַרבאָרגן אין דעם װאָכעדיקן טאָג, און זיצן לעבן דעם שטײן אֶזֶל. /20:20 און איך װעל װאַרפֿן דרײַ פֿײַלן אָן אַ זײַט, אַזױ װי איך װאָלט שיסן אין אַ ציל. /20:21 און זע, איך װעל שיקן דעם ייִנגל: גײ, געפֿין די פֿײַלן. אױב זאָגן װעל איך זאָגן צום ייִנגל: ״אָן זײַנען די פֿײַלן אַהער צו צו פֿון דיר, נעם עס״, טאָ קום, װאָרום פֿריד איז צו דיר, און עס איז גאָרנישט, אַזױ װי {dn גאָט} לעבט! /20:22 אױב אָבער איך װעל אַזױ זאָגן צום יונג: ״אָן זײַנען די פֿײַלן אַהין צו פֿון דיר״, גײ אַװעק, װאָרום {dn גאָט} שיקט דיך אַװעק. /20:23 און װעגן דער זאַך װאָס מיר האָבן גערעדט, איך און דו, אָט איז {dn גאָט} [אַן עדות] צװישן מיר און צװישן דיר אױף אײביק. /20:24 האָט דוד זיך באַהאַלטן אין פֿעלד; און אַז עס איז געװען רֹאש-חוֹדש, האָט דער מלך זיך געזעצט צום מאָלצײַט עסן. /20:25 און דער מלך איז געזעסן אױף זײַן זיץ אַזױ װי אַלע מאָל, אױף דעם זיץ בײַ דער װאַנט; און יהונתן איז געשטאַנען, און אַבֿנר איז געזעסן בײַם זײַט פֿון שָאולן; און דָוִדס אָרט איז געװען לײדיק. /20:26 און שָאול האָט גאָרנישט גערעדט אין יענעם טאָג, װאָרום ער האָט געקלערט: אַ סיבה איז דאָס; ער איז ניט רײן, ער איז אװדאי אומרײן. /20:27 און עס איז געװען אױף מאָרגן נאָך רֹאש-חוֹדש דעם צװײטן טאָג, און דָוִדס אָרט איז געװען לײדיק, האָט שָאול געזאָגט צו יהונתן זײַן זון: פֿאַר װאָס איז ניט געקומען דער זון פֿון יִשַין אי נעכטן אי הײַנט צום מאָלצײַט? /20:28 האָט יהונתן געענטפֿערט שָאולן: אָפּבעטן האָט זיך אָפּגעבעטן דוד בײַ מיר קײן בֵית-לֶחֶם; /20:29 און ער האָט געזאָגט: לאָז מיך גײן, איך בעט דיך, װאָרום אַן אָפּפֿערשלאַכטונג פֿון דער משפּחה איז בײַ אונדז אין שטאָט, און מײַן ברודער, ער האָט מיר באַפֿױלן; און אַצונד, אױב איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, לאָמיך, איך בעט דיך, זיך אַריבערכאַפּן, און זען מײַנע ברידער. דעריבער איז ער ניט געקומען צום מלכס טיש. /20:30 האָט געגרימט דער צאָרן פֿון שָאולן אױף יהונתנען, און ער האָט צו אים געזאָגט: דו זון פֿון פֿאַרקערטער װידערשפּעניקײט, װײס איך דען ניט, אַז דו האָסט אױסדערװײלט דעם זון פֿון יִשַין, צו דײַן שאַנד און צו דער שאַנד פֿון דײַן מוטערס נאַקעטקײט? /20:31 װאָרום כּל-זמן דער זון פֿון יִשַין לעבט אױף דער ערד, װעסט דו און דײַן מלוכה ניט האָבן קײן באַשטאַנד. און אַצונד, שיק און נעם אים צו מיר, װאָרום טױט קומט אים. /20:32 האָט יהונתן געענטפֿערט זײַן פֿאָטער שָאולן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס זאָל ער געטײט װערן? װאָס האָט ער געטאָן? /20:33 האָט שָאול אַ װאָרף געטאָן אױף אים דעם שפּיז, אים צו טרעפֿן; און יהונתן האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז באַשלאָסן בײַ זײַן פֿאָטער צו טײטן דָוִדן. /20:34 איז יהונתן אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש אין גרימצאָרן, און ער האָט דעם צװײטן טאָג פֿון חודש ניט געגעסן קײן שפּײַז, װײַל ער האָט זיך געקלעמט װעגן דָוִדן, און װײַל זײַן פֿאָטער האָט אים פֿאַרשעמט. /20:35 און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז יהונתן אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד, צו דער צײַט װאָס איז געװען אָפּגעמאַכט מיט דָוִדן, און אַ קלײן ייִנגל איז געװען מיט אים. /20:36 און ער האָט געזאָגט צו זײַן ייִנגל: לױף, געפֿין אַקאָרשט די פֿײַלן װאָס איך װאַרף. איז דער ייִנגל געלאָפֿן, און ער האָט געװאָרפֿן אַ פֿײַל אים אַריבערצויאָגן. /20:37 און װי דער ייִנגל איז צוגעקומען צו דעם אָרט פֿון דער פֿײַל װאָס יהונתן האָט געװאָרפֿן, אַזױ האָט יהונתן נאָכגערופֿן דעם ייִנגל, און געזאָגט: די פֿײַל איז דאָך אַהין צו פֿון דיר. /20:38 און יהונתן האָט נאָכגערופֿן דעם ייִנגל: גיכער, אײַל זיך, זאָלסט זיך ניט אָפּשטעלן. און יהוֹנָתָנס ייִנגל האָט אױפֿגעקליבן די פֿײַלן, און איז געקומען צו זײַן האַר. /20:39 און דער ייִנגל האָט פֿון גאָרנישט געװוּסט, נאָר יהונתן און דוד האָבן געװוּסט פֿון דער זאַך. /20:40 האָט יהונתן געגעבן זײַן װאַפֿן צו זײַן ייִנגל, און האָט צו אים געזאָגט: גײ, ברענג זײ אין שטאָט. /20:41 װי דער ייִנגל איז אַװעקגעגאַנגען, אַזױ איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון דָרום-זײַט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט דרײַ מאָל. און זײ האָבן געקושט אײנער דעם אַנדערן, און געװײנט אײנער מיטן אַנדערן, ביז דוד האָט איבערגעשטיגן. /20:42 און יהונתן האָט געזאָגט צו דָוִדן: גײ בשלום; [געדענק] װאָס מיר האָבן זיך בײדע געשװאָרן בײַם נאָמען פֿון {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: {dn גאָט} זאָל זײַן [אַן עדות] צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן זאָמען און צװישן דײַן זאָמען ביז אײביק. /21:1 און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען; און יהונתן איז אַרײַן אין שטאָט. /21:2 און דוד איז געקומען קײן נוֹבֿ צו אַחימֶלֶך דעם כּהן, און אַחימֶלֶך האָט געאײַלט דָוִדן אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו אַלײן, און קײנער איז ניט מיט דיר? /21:3 האָט דוד געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם כּהן: דער מלך האָט מיר באַפֿױלן אַ זאַך, און האָט צו מיר געזאָגט: קײנער זאָל גאָרנישט װיסן פֿון דער זאַך װעגן װאָס איך שיק דיך, און װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; און די יונגען האָב איך באַשטעלט אין יענעם און יענעם אָרט. /21:4 און אַצונד, װאָס איז דאָ אונטער דײַן האַנט? גיב אין מײַן האַנט אַ פֿינף ברױטן, אָדער װאָס עס געפֿינט זיך. /21:5 האָט דער כּהן געענטפֿערט דָוִדן, און האָט געזאָגט: װאָכעדיק ברױט איז ניטאָ אונטער מײַן האַנט, נאָר בלױז הײליק ברױט איז דאָ, אױב די יונגען האָבן זיך נאָר אָפּגעהיט פֿון אַ װײַב. /21:6 האָט דוד געענטפֿערט דעם כּהן, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ װײַב איז פֿאַרמיטן פֿון אונדז אַזױ װי אַלע מאָל אַז איך גײ אַרױס; און די כּלים פֿון די יונגען װערן געהאַלטן הײליק; און דאָס איז דער שטײגער מיט װאָכעדיקן, און װי שױן הײַנט, אַז הײליקס װעט זײַן אין דער כּלי! /21:7 האָט אים דער כּהן געגעבן הײליקס; װאָרום דאָרטן איז ניט געװען קײן ברױט, נאָר בלױז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט װאָס איז אַראָפּגענומען געװאָרן פֿון פֿאַר {dn גאָט}, כּדי אַװעקצולײגן װאַרעם ברױט, אין דעם טאָג װאָס עס איז אַװעקגענומען געװאָרן. /21:8 און דאָרטן איז געװען אַ מאַן פֿון שאָולס קנעכט אין יענעם טאָג װאָס האָט זיך אױפֿגעהאַלטן פֿאַר {dn גאָט}, און זײַן נאָמען איז געװען דוֹאֵג דער אַדוֹמי, דער הױפּט פֿון די פּאַסטוכער װאָס בײַ שָאולן. /21:9 און דוד האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶכן: און איז ניטאָ דאָ אונטער דײַן האַנט אַ שפּיז אָדער אַ שװערד? װאָרום אַפֿילו מײַן שװערד, און אַפֿילו מײַנע װאַפֿן, האָב איך ניט מיטגענומען מיט זיך, װײַל די זאַך פֿון דעם מלך איז געװען אײַליק. /21:10 האָט דער כּהן געזאָגט: די שװערד פֿון גָליַת דעם פּלִשתּי װאָס דו האָסט געשלאָגן אין טאָל אֵלָה, אָן איז זי אײַנגעװיקלט אין אַ טוך הינטער דעם אפֿוד; אױב דו װילסט זי דיר נעמען, נעם, װאָרום קײן אַנדערע חוץ איר איז דאָ ניטאָ. /21:11 האָט דוד געזאָגט: ניטאָ איר גלײַכן; גיב זי מיר. און דוד איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַנטלאָפֿן אין יענעם טאָג פֿון שָאולן, און איז געקומען צו אָכיש דעם מלך פֿון גַת. /21:12 האָבן די קנעכט פֿון אָכישן געזאָגט צו אים: איז דאָס ניט דוד דער מלך פֿון לאַנד? האָט מען ניט אױף דעם דאָזיקן געזונגען מיט טענץ, אַזױ צו זאָגן: שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן, און דוד אין זײַנע צענטױזנטן? /21:13 האָט דוד זיך אַרײַנגענומען די דאָזיקע װערטער אין האַרצן, און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר אָכיש דעם מלך פֿון גַת. /21:14 האָט ער געביטן זײַן שׂכל פֿאַר זײערע אױגן, און האָט זיך משוגע געמאַכט פֿאַר זײ, און האָט געצײכנט אױף די טירן פֿון טױער, און געלאָזט רינען זײַן שפּײַעכץ אױף זײַן באָרד. /21:15 האָט אָכיש געזאָגט צו זײַנע קנעכט: אַז איר זעט אַ מענטש איז משוגע, נאָך װאָס ברענגט איר אים צו מיר? /21:16 צי פֿעלן מיר משוּגָעים, װאָס איר האָט מיר געבראַכט דעם דאָזיקן צו זײַן משוגע בײַ מיר? זאָל דער דאָזיקער קומען אין מײַן הױז? /22:1 און דוד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און איז אַנטרונען געװאָרן צו דער הײל פֿון עַדוּלֶם. האָבן דערהערט זײַנע ברידער און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, און זײ האָבן אַראָפּגענידערט אַהין צו אים. /22:2 און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן צו אים װוּ נאָר אַ מענטש אַ געדריקטער, און װוּ נאָר אַ מענטש װאָס האָט אַ בעל-חובֿ, און װוּ נאָר אַ מענטש מיט אַ ביטער געמיט; און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ הױפּטמאַן איבער זײ. און עס זײַנען געװען מיט אים אַרום פֿיר הונדערט מאַן. /22:3 און דוד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן מִצפֵּה-מואָבֿ, און ער האָט געזאָגט צום מלך פֿון מואָבֿ: זאָל, איך בעט דיך, אַרױסקומען מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער צו זײַן בײַ אײַך ביז װאַנען איך װעל װיסן װאָס {dn גאָט} װעט טאָן מיט מיר. /22:4 און ער האָט זײ געבראַכט צו פֿירן פֿאַר דעם מלך פֿון מואָבֿ, און זײ זײַנען געזעסן בײַ אים אַלע טעג װאָס דוד איז געװען אין דער באַרגפֿעסטונג. /22:5 און גָד דער נבֿיא האָט געזאָגט צו דָוִדן: זאָלסט ניט זיצן אין דער באַרגפֿעסטונג; קום, און זאָלסט גײן אין לאַנד יהוּדה. איז דוד געגאַנגען און ער איז געקומען אין װאַלד חֶרֶשׂ. /22:6 האָט געהערט שָאול, אַז דוד און די מענטשן װאָס מיט אים זײַנען אױסגעפֿונען געװאָרן; און שָאול איז געזעסן אין גִבֿעָה, אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין רמה, מיט זײַן שפּיז אין זײַן האַנט; און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען געשטאַנען לעבן אים. /22:7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום אים: הערט אַקאָרשט, איר בנימינער, װעט דען דער זון פֿון יִשַין אײַך אַלעמען געבן פֿעלדער און װײַנגערטנער, װעט ער אײַך אַלעמען מאַכן פֿאַר הױפּטלײַט פֿון טױזנט, און הױפּטלײַט פֿון הונדערט, /22:8 װאָס איר האָט אַלע געמאַכט אַ בונט אױף מיר, און קײנער אַנטפּלעקט ניט מײַן אױער, װען מײַן זון שליסט אַ בונד מיט דעם זון פֿון יִשַין, און קײנער ניט פֿון אײַך קימערט זיך אום מיר און אַנטפּלעקט מײַן אױער, אַז מײַן זון האָט אָנגעשטעלט מײַן קנעכט אױף מיר פֿאַר אַ לױערער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג? /22:9 האָט זיך אָפּגערופֿן דוֹאֵג דער אַדוֹמי, װאָס איז געשטאַנען מיט די קנעכט פֿון שָאולן, און ער האָט געזאָגט: איך האָב געזען דעם זון פֿון יִשַין קומען קײן נוֹבֿ צו אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿן. /22:10 און ער האָט געפֿרעגט פֿאַר אים בײַ {dn גאָט}; אױך צערונג האָט ער אים געגעבן, און די שװערד פֿון גָליַת דעם פּלִשתּי האָט ער אים געגעבן. /22:11 האָט דער מלך געשיקט רופֿן אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿ דעם כּהן, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, די כּהנים װאָס אין נוֹבֿ; און זײ זײַנען אַלע געקומען צום מלך. /22:12 האָט שָאול געזאָגט: הער אַקאָרשט, דו זון פֿון אַחיטובֿן. האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך, מײַן האַר. /22:13 האָט שָאול צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט איר געמאַכט אַ בונט אױף מיר, דו און דער זון פֿון יִשַין, װען דו האָסט אים געבראַכט ברױט און אַ שװערד, און געפֿרעגט פֿאַר אים בײַ {dn גאָט}, כּדי ער זאָל אױפֿשטײן קעגן מיר פֿאַר אַ לױערער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג? /22:14 האָט אַחימֶלֶך געענטפֿערט דעם מלך, און האָט געזאָגט: און װער צװישן אַלע דײַנע קנעכט איז אַזױ באַגלױבט װי דוד, װאָס איז דעם מלכס אײדעם, און דער האַר איבער דײַן לײַבװאַך, און אָנגעזען אין דײַן הױז? /22:15 האָב איך דען הײַנט אָנגעהױבן פֿרעגן פֿאַר אים בײַ {dn גאָט}? באַהיט זאָל איך זײַן! זאָל דער מלך ניט אַרױפֿלײגן אַ חשד אױף זײַן קנעכט, אױף דעם גאַנצן הױז פֿון מײַן פֿאָטער, װאָרום דײַן קנעכט האָט פֿון דעם אַלעם ניט געװוּסט קײן זאַך, קלײן אָדער גרױס. /22:16 האָט דער מלך געזאָגט: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, אַחימֶלֶך, דו און דאָס גאַנצע הױז פֿון דײַן פֿאָטער. /22:17 און דער מלך האָט געזאָגט צו די לױפֿערס װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים: דרײט אײַך אום, און טײט די כּהנים פֿון {dn גאָט}, װײַל אױך זײער האַנט איז געװען מיט דָוִדן, און װײַל זײ האָבן געװוּסט אַז ער אַנטלױפֿט, און האָבן ניט אַנטפּלעקט מײַן אױער. אָבער די קנעכט פֿון מלך האָבן ניט געװאָלט אױסשטרעקן זײער האַנט אָנצופֿאַלן אױף די כּהנים פֿון {dn גאָט}. /22:18 האָט דער מלך געזאָגט צו דוֹאֵגן: דרײ זיך דו אום, און פֿאַל-צו אױף די כּהנים. האָט דוֹאֵג דער אַדוֹמי זיך אומגעדרײט, און ער איז אָנגעפֿאַלן אױף די כּהנים, און האָט געטײט אין יענעם טאָג פֿינף און אַכציק מאַן װאָס האָבן געטראָגן אַ לײנענעם אפֿוד. /22:19 און נוֹבֿ די שטאָט פֿון די כּהנים האָט ער געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, פֿון אַ מאַן און ביז אַ פֿרױ, פֿון אַ קינד און ביז אַ זױגעדיקן, און אַן אָקס און אַן אײזל און אַ שעפּס, מיטן שאַרף פֿון שװערד. /22:20 און אײן זון פֿון אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿן, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אבֿיתר, איז אַנטרונען געװאָרן, און איז אַנטלאָפֿן נאָך דָוִדן. /22:21 און אבֿיתר האָט דערצײלט דָוִדן, אַז שָאול האָט געהרגעט די כּהנים פֿון {dn גאָט}. /22:22 האָט דוד געזאָגט צו אבֿיתרן: איך האָב געװוּסט אין יענעם טאָג, אױב דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז דאָרטן, אַז דערצײלן װעט ער דערצײלן שָאולן. איך בין געװען די סיבה אין דעם טױט פֿון אַלע נפֿשות פֿון דײַן פֿאָטערס הױז. /22:23 זיץ בײַ מיר, זאָלסט ניט מורא האָבן; װאָרום נאָר דער װאָס װעט זוכן מײַן לעבן װעט זוכן דײַן לעבן; װײַל אָפּגעהיט װעסטו זײַן בײַ מיר. /23:1 האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: זע, די פּלשתּים האַלטן מלחמה אױף קעִילֶה, און זײ רױבן די שײַערן. /23:2 האָט דוד געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך גײן, און שלאָגן די דאָזיקע פּלשתּים? האָט {dn גאָט} געזאָגט צו דָוִדן: גײ, און זאָלסט שלאָגן די פּלשתּים, און העלפֿן קעִילֶה. /23:3 האָבן די מענטשן פֿון דָוִדן צו אים געזאָגט: זע, דאָ אין יהוּדה זײַנען מיר אין מורא, הײַנט װי שױן אַז מיר װעלן גײן קײן קעִילֶה, אַקעגן די רײען פֿון די פּלשתּים? /23:4 האָט דוד װידער געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, און {dn גאָט} האָט אים געענטפֿערט און געזאָגט: שטײ אױף, נידער אַראָפּ קײן קעִילֶה, װאָרום איך גיב די פּלשתּים אין דײַן האַנט. /23:5 איז געגאַנגען דוד און זײַנע מענטשן קײן קעִילֶה, און האָט מלחמה געהאַלטן אױף די פּלשתּים, און אַװעקגעפֿירט זײערע פֿי, און געשלאָגן צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק. און דוד האָט געהאָלפֿן די באַװױנער פֿון קעִילֶה. /23:6 און עס איז געװען, אַז אבֿיתר דער זון פֿון אַחימֶלֶכן איז אַנטלאָפֿן צו דָוִדן קײן קעִילֶה, האָט ער אַראָפּגענידערט מיטן אפֿוד אין זײַן האַנט. /23:7 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַז דוד איז געקומען קײן קעִילֶה, און שָאול האָט געזאָגט: {dn גאָט} האָט אים איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, װאָרום ער האָט זיך אַלײן אײַנגעשלאָסן דורך קומען אין אַ שטאָט מיט טירן און ריגלען. /23:8 און שָאול האָט צונױפֿגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק אױף מלחמה, צו נידערן אױף קעִילֶה, צו לעגערן אױף דָוִדן און אױף זײַנע מענטשן. /23:9 האָט דוד זיך דערװוּסט, אַז שָאול טראַכט קעגן אים שלעכט, און ער האָט געזאָגט צו אבֿיתר דעם כּהן: גענען דעם אפֿוד. /23:10 און דוד האָט געזאָגט: {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, הערן האָט געהערט דײַן קנעכט, אַז שָאול װיל קומען קײן קעִילֶה, צו צעשטערן די שטאָט פֿון מײַנעט װעגן. /23:11 װעלן די מענער פֿון קעִילֶה מיך איבערענטפֿערן אין זײַן האַנט? װעט שָאול אַראָפּנידערן, אַזױ װי דײַן קנעכט האָט געהערט? {dn יהוה} דו {dn גאָט} פֿון ישׂראל, זאָג, איך בעט דיך, צו דײַן קנעכט. האָט {dn גאָט} געזאָגט: ער װעט אַראָפּנידערן. /23:12 האָט דוד געזאָגט: װעלן די מענער פֿון קעִילֶה איבערענטפֿערן מיך און מײַנע מענטשן אין דער האַנט פֿון שָאולן? האָט {dn גאָט} געזאָגט: זײ װעלן איבערענטפֿערן. /23:13 איז דוד אױפֿגעשטאַנען מיט זײַנע מענטשן, אַרום זעקס הונדערט מאַן, און זײ זײַנען אַרױס פֿון קעִילֶה, און זײַנען געגאַנגען װוּ זײ האָט זיך געמאַכט. איז שָאולן אָנגעזאָגט געװאָרן, אַז דוד איז אַנטרונען געװאָרן פֿון קעִילֶה; און ער האָט זיך פֿאַרמיטן פֿון אַרױסצוגײן. /23:14 און דוד איז געזעסן אין מדבר, אין די פֿעסטונגען; און ער איז געזעסן אױפֿן באַרג אין מדבר זיף. און שָאול האָט אַלע טאָג געזוכט, אָבער {dn גאָט} האָט אים ניט געגעבן אין זײַן האַנט. /23:15 און דוד האָט געזען, אַז שָאול איז אַרױסגעגאַנגען זוכן זײַן לעבן; און דוד איז געװען אין מדבר זיף, אין חוֹרשָה. /23:16 און יהונתן דער זון פֿון שָאולן איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דָוִדן קײן חוֹרשָה, און ער האָט געשטאַרקט זײַן האַנט אין {dn גאָט}. /23:17 און ער האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום די האַנט פֿון מײַן פֿאָטער שָאולן װעט דיך ניט געפֿינען, און דו װעסט קיניגן איבער ישׂראל, און איך װעל פֿאַר דיר זײַן פֿאַר אַ שֵני-למלך; און אױך מײַן פֿאָטער שָאול װײס דאָס. /23:18 און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד פֿאַר {dn גאָט}; און דוד איז געבליבן אין חוֹרשָה, און יהונתן איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז. /23:19 און די זיפֿער זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דוד באַהאַלט זיך בײַ אונדז אין די פֿעסטונגען אין חוֹרשָה אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס רעכטס פֿון ישימוֹן. /23:20 און אַצונד, מלך, װען נאָר דײַן האַרץ געלוסט אַראָפּצונידערן, נידער אַראָפּ, און אױף אונדז איז אים איבערצוענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מלך. /23:21 האָט שָאול געזאָגט: געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון {dn גאָט}, װאָס האָט איר אײַך דערבאַרימט אױף מיר. /23:22 גײט, איך בעט אײַך, פּאַסט װידער אױף, און װערט געװאָר, און מערקט זײַן אָרט װוּ זײַן פֿוס איז, װער עס האָט אים דאָרטן געזען; װאָרום מע האָט מיר געזאָגט, ער איז זײער ליסטיק. /23:23 דרום זעט, און װערט געװאָר אַלע באַהעלטענישן װאָס ער באַהאַלט זיך דאָרטן, און איר זאָלט זיך אומקערן צו מיר מיט זיכערן, און איך װעל גײן מיט אײַך; און עס װעט זײַן, אױב ער איז אין לאַנד, װעל איך אים אַרומזוכן צװישן אַלע טױזנטן פֿון יהוּדה. /23:24 זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען קײן זיף פֿאַרױס פֿאַר שָאולן. און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געװען אין מדבר מעון, אין דעם פּלױן, רעכטס פֿון ישימוֹן. /23:25 און װי שָאול און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען זוכן, אַזױ האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, און ער האָט אַראָפּגענידערט צום פֿעלדז, און האָט זיך באַזעצט אין מדבר מעון. האָט שָאול דערהערט, און ער האָט נאָכגעיאָגט דָוִדן אין מדבר מעון. /23:26 און שָאול איז געגאַנגען פֿון דער זײַט באַרג, און דוד און זײַנע מענטשן פֿון דער אַנדער זײַט באַרג; און דוד האָט זיך געאײַלט אַװעקצוגײן פֿון שָאולן, און שָאול און זײַנע מענטשן האָבן אַרומגערינגלט דָוִדן און זײַנע מענטשן זײ צו כאַפּן. /23:27 איז אָנגעקומען אַ שָלִיח צו שָאולן, אַזױ צו זאָגן: אײַל זיך און קום, װאָרום די פּלשתּים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן לאַנד. /23:28 האָט שָאול זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן דָוִדן, און ער איז געגאַנגען אַקעגן די פּלשתּים. דעריבער האָט מען גערופֿן יענעם אָרט סלַע-הַמַחלקות. /24:1 און דוד איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט זיך באַזעצט אין די באַרגפֿעסטונגען פֿון עֵין-גֶדי. /24:2 און עס איז געװען, אַז שָאול האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער די פּלשתּים, האָט מען אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד איז אין מדבר פֿון עֵין-גֶדי. /24:3 האָט שָאול גענומען דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון גאַנץ ישׂראל, און ער איז געגאַנגען זוכן דָוִדן מיט זײַנע מענטשן אױף די שטײנבעקפֿעלדזן. /24:4 און ער איז געקומען צו די שאָפֿגעהעפֿטן בײַם װעג, און דאָרטן איז געװען אַ הײל; איז שָאול אַרײַנגעגאַנגען אױף זײַן באַדערפֿעניש. און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געזעסן אין די װינקלען פֿון דער הײל. /24:5 האָבן די מענטשן פֿון דָוִדן צו אים געזאָגט: זע, דאָס איז דער טאָג, װאָס {dn גאָט} האָט דיר אָנגעזאָגט: זע, איך גיב דײַן שׂונא אין דײַן האַנט, און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי עס װעט זײַן גוט אין דײַנע אױגן. איז דוד אױפֿגעשטאַנען, און האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שאָולס מאַנטל שטילערהײט. /24:6 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִדס האַרץ אים געפּלאָגט פֿאַר װאָס ער האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שָאולן. /24:7 און ער האָט געזאָגט צו זײַנע מענטשן: באַהיט זאָל איך װערן פֿון {dn גאָט}, אַז איך זאָל טאָן די דאָזיקע זאַך צו מײַן האַר, צום געזאַלבטן פֿון {dn גאָט}, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף אים, װאָרום דער געזאַלבטער פֿון {dn גאָט} איז ער. /24:8 און דוד האָט אָפּגעהאַקט זײַנע מענטשן מיט די װערטער, און ער האָט זײ ניט געלאָזן אױפֿשטײן אַקעגן שָאולן. און שָאול איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער הײל, און איז געגאַנגען אין װעג. /24:9 איז דוד דערנאָך אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דער הײל, און ער האָט נאָכגערופֿן שָאולן, אַזױ צו זאָגן: מײַן האַר מלך! האָט שָאול זיך אומגעקוקט הינטער זיך, און דוד האָט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט. /24:10 און דוד האָט געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס הערסטו צו די רײד פֿון אַ מענטשן, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד זוכט דיר שלעכטס? /24:11 אָט האָבן הײַנטיקן טאָג דײַנע אױגן געזען, אַז {dn גאָט} האָט דיך געגעבן אין מײַן האַנט אין דער הײל; און מע האָט גערעדט דיך צו הרגען, אָבער [מײַן אױג] האָט דיך געשױנט, און איך האָב געזאָגט: איך װעל ניט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מײַן האַר, װאָרום דער געזאַלבטער פֿון {dn גאָט} איז ער. /24:12 און זע, מײַן פֿאָטער, אַדרבה זע דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל אין מײַן האַנט; װאָרום אַז איך האָב אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל, און האָב דיך ניט געהרגעט, פֿאַרשטײ און זע, אַז אין מײַן האַנט איז ניטאָ קײן בײז און קײן פֿאַרברעך, און איך האָב ניט געזינדיקט קעגן דיר; און דו לױערסט מײַן לעבן צו נעמען. /24:13 זאָל {dn גאָט} משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זאָל {dn גאָט} זיך פֿאַר מיר נוקם זײַן אָן דיר; אָבער מײַן האַנט זאָל ניט זײַן אױף דיר. /24:14 אַזױ װי דאָס שפּריכװאָרט פֿון די פֿאַרצײַטיקע זאָגט: פֿון שלעכטע קומט אַרױס שלעכטס; אָבער מײַן האַנט זאָל ניט זײַן אױף דיר. /24:15 נאָך װעמען איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון ישׂראל? נאָך װעמען יאָגסטו זיך? נאָך אַ טױטן הונט, נאָך אַן אײנציקער פֿלױ? /24:16 און זאָל {dn גאָט} זײַן צום דַיֶין, און משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זען, און קריגן מײַן קריג, און מיך העלפֿן פֿון דײַן האַנט. /24:17 און עס איז געװען, װי דוד האָט געענדיקט רעדן די דאָזיקע רײד צו שָאולן, אַזױ האָט שָאול געזאָגט: איז דאָס דײַן קָול, דוד מײַן זון? און שָאול האָט אױפֿגעהױבן זײַן קָול, און האָט געװײנט. /24:18 און ער האָט געזאָגט צו דָוִדן: דו ביסט גערעכטער פֿון מיר, װאָרום דו האָסט מיר געטאָן גוטס, און איך האָב אָפּגעטאָן שלעכטס. /24:19 און דו האָסט באַװיזן הײַנט װי דו האָסט גוטס געטאָן מיט מיר, װען {dn גאָט} האָט מיך איבערגעענטפֿערט אין דײַן האַנט, און דו האָסט מיך ניט געהרגעט. /24:20 און װעט דען עמעצער טרעפֿן זײַן פֿײַנט, און אים לאָזן גײן מיט אַ גוטן װעג? דרום זאָל דיר {dn גאָט} אָפּצאָלן גוטס פֿאַר װאָס דו האָסט מיר געטאָן הײַנטיקן טאָג. /24:21 און אַצונד, זע, איך װײס אַז קיניגן װעסטו קיניגן און אין דײַן האַנט װעט זיך אָפּשטעלן די מלוכה פֿון ישׂראל. /24:22 דרום שװער מיר אַצונד, בײַ {dn גאָט}, אױב דו װעסט פֿאַרשנײַדן מײַן זאָמען נאָך מיר, און אױב דו װעסט פֿאַרטיליקן מײַן נאָמען פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. /24:23 האָט דוד געשװאָרן שָאולן; און שָאול איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז, און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף דער באַרגפֿעסטונג. /25:1 און שמואל איז געשטאָרבן, און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן אים באַקלאָגט; און זײ האָבן אים באַגראָבן אין זײַן הײם אין רמה. און דוד איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר פּאָרָן. /25:2 און אין מעון איז געװען אַ מאַן, װאָס זײַן װירטשאַפֿט איז געװען אין כַּרמל. און דער מאַן איז געװען זײער רײַך, און ער האָט געהאַט דרײַ טױזנט שאָף, און טױזנט ציגן; און ער איז געװען בײַם שערן פֿון זײַנע שאָף אין כַּרמל. /25:3 און דער נאָמען פֿון דער מאַן איז געװען נָבֿל, און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב אַבֿיגַיִל. און די פֿרױ איז געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק און שײן אין געשטאַלט; אָבער דער מאַן איז געװען האַרט און שלעכט אין מעשׂים; און ער איז געװען פֿון כָּלֵבֿס משפּחה. /25:4 האָט דוד געהערט אין מדבר אַז נָבֿל שערט זײַנע שאָף. /25:5 און דוד האָט געשיקט צען יונגען, און דוד האָט געזאָגט צו די יונגען: גײט אַרױף קײן כַּרמל, און קומט צו נָבֿלן און פֿרעגט אים אין מײַן נאָמען אױף פֿריד. /25:6 און אַזױ זאָלט איר זאָגן: צום לעבן! און פֿריד צו דיר, און פֿריד צו דײַן הױז, און פֿריד צו אַלץ װאָס איז דײַנס! /25:7 און אַצונד האָב איך געהערט, אַז מע שערט בײַ דיר; אַצונד: די פּאַסטוכער װאָס בײַ דיר זײַנען געװען מיט אונדז; ניט מיר האָבן זײ געקריװדעט, און ניט בײַ זײ איז עפּעס געמינערט געװאָרן אַלע טעג װאָס זײ זײַנען געװען אין כַּרמל -/25:8 פֿרעג דײַנע יונגען, און זײ װעלן דיר דערצײלן – טאָ זאָלן די יונגען געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן; װאָרום אין אַ גוטן טאָג זײַנען מיר געקומען. גיב, איך בעט דיך, װאָס דײַן האַנט װעט געפֿינען, צו דײַנע קנעכט און צו דײַן זון דָוִדן. /25:9 זײַנען געקומען די יונגען פֿון דָוִדן, און האָבן גערעדט צו נָבֿלן אַזױ װי אַלע די דאָזיקע רײד אין נאָמען פֿון דָוִדן; און זײ האָבן זיך פֿאַררוט. /25:10 האָט נָבֿל געענטפֿערט די קנעכט פֿון דָוִדן, און האָט געזאָגט: װער איז דוד? און װער איז דער זון פֿון יִשַין? הײַנט צו טאָג זײַנען דאָ אַ סך קנעכט װאָס רײַסן זיך אַװעק איטלעכער פֿון זײַן האַר. /25:11 און איך זאָל נעמען מײַן ברױט און מײַן װאַסער, און מײַן שעכטונג װאָס איך האָב געשאָכטן פֿאַר מײַנע שערערס, און אַװעקשענקען צו מענטשן װאָס איך װײס ניט פֿון װאַנען זײ זײַנען? /25:12 האָבן די יונגען פֿון דָוִדן זיך פֿאַרקערט אױף זײער װעג, און זײ זײַנען צוריקגעגאַנגען, און זײַנען געקומען, און האָבן אים דערצײלט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער. /25:13 האָט דוד געזאָגט צו זײַנע מענטשן: גורט אָן איטלעכער זײַן שװערד. האָבן זײ איטלעכער אָנגעגורט זײַן שװערד, אױך דוד האָט אָנגעגורט זײַן שװערד; און עס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען נאָך דָוִדן אַרום פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט זײַנען געבליבן בײַ די זאַכן. /25:14 און אַבֿיגַיִלן, נָבֿלס װײַב, האָט דערצײלט אײן יונג פֿון די יונגען, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד האָט געשיקט שלוחים פֿון מדבר אָנצוּװינטשן אונדזער האַר, און ער איז אױף זײ אָנגעפֿאַלן. /25:15 און די מענטשן זײַנען געװען זײער גוט צו אונדז, און ניט מיר זײַנען געקריװדעט געװאָרן, און ניט בײַ אונדז איז עפּעס געמינערט געװאָרן, אַלע טעג װאָס מיר זײַנען אומגעגאַנגען מיט זײ, װען מיר זײַנען געװען אין פֿעלד. /25:16 זײ זײַנען געװען אַ מױער אַרום אונדז אי בײַ נאַכט אי בײַ טאָג, אַלע טעג װאָס מיר זײַנען געװען מיט זײ, פֿיטערנדיק די שאָף. /25:17 און אַצונד װײס און זע װאָס דו זאָלסט טאָן, װײַל אַן אומגליק איז באַשלאָסן אױף אונדזער האַר און אױף זײַן גאַנצן הױז; און ער איז אַ נידערטרעכטיקער יונג, אַז עס איז ניט צו רעדן צו אים. /25:18 האָט אַבֿיגַיִל געאײַלט און האָט גענומען צװײ הונדערט ברױטן, און צװײ לאָגלען װײַן, און פֿינף געמאַכטע שאָף, און פֿינף סְאָה געברענטע זאַנגען, און הונדערט בינטלעך ראָזינקעס, און צװײ הונדערט קוכנס פֿײַגן, און אַרױפֿגעטאָן אױף אײזלען. /25:19 און זי האָט געזאָגט צו אירע יונגען: גײט אַװעק מיר פֿאַרױס; אָט קום איך אײַך נאָך. און איר מאַן נָבֿלן האָט זי ניט דערצײלט. /25:20 און עס איז געװען, װי זי רײַט אױף איר אײזל, און נידערט אַראָפּ אונטער דעם צודעק פֿון באַרג, ערשט דוד מיט זײַנע מענטשן נידערן אַראָפּ איר אַנטקעגן, און זי האָט זײ אָנגעטראָפֿן. /25:21 און דוד האָט געזאָגט: בלױז אומנישט האָב איך געהיט אַלץ װאָס געהערט צו דעם דאָזיקן אין מדבר, און גאָרנישט איז געמינערט געװאָרן פֿון אַלץ װאָס געהערט צו אים; און ער האָט מיר אומגעקערט אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה. /25:22 זאָל {dn גאָט} טאָן אַזױ און נאָך מער צו די פֿײַנט פֿון דָוִדן, אױב איך װעל איבערלאָזן פֿון אַלע װאָס געהערן צו אים ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן! /25:23 און װי אַבֿיגַיִל האָט דערזען דָוִדן, אַזױ האָט זי געאײַלט און אַראָפּגענידערט פֿון אײזל, און איז געפֿאַלן אױף איר פּנים פֿאַר דָוִדס אָנגעזיכט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. /25:24 און זי איז געפֿאַלן צו זײַנע פֿיס, און האָט געזאָגט: אױף מיר אַלײן, מײַן האַר, די שולד! און זאָל דײַן דינסט, איך בעט דיך, רעדן אין דײַנע אױערן, און הער צו די װערטער פֿון דײַן דינסט. /25:25 זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר ניט טאָן זײַן האַרץ אױף דעם דאָזיקן נידערטרעכטיקן מענטשן, אױף נָבֿלן, װאָרום אַזױ װי זײַן נאָמען, אַזױ איז ער. נָבֿל איז זײַן נאָמען, און מנוּװלדיקײט איז אין אים. און איך דײַן דינסט האָב ניט געזען די יונגען פֿון מײַן האַר, װאָס דו האָסט געשיקט. /25:26 און אַצונד, מײַן האַר, אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אַז דאָס האָט דיך {dn גאָט} פֿאַרמיטן פֿון פֿאַרגײן בלוט-פֿאַרגיסונג, און זיך העלפֿן מיט דײַן אײגענער האַנט! און אַצונד, זאָלן װערן אַזױ װי נָבֿל דײַנע שׂונאים און די װאָס זוכן שלעכטס אױף מײַן האַר. /25:27 און אַצונד, זאָל די דאָזיקע מתּנה, װאָס דײַן דינסט האָט געבראַכט צו מײַן האַר, געגעבן װערן צו די יונגען װאָס גײען הינטער מײַן האַר. /25:28 פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן דינסט, װאָרום מאַכן װעט {dn גאָט} מאַכן מײַן האַר אַ זיכער הױז, װײַל די מלחמות פֿון {dn גאָט} פֿירט מײַן האַר, און קײן בײז איז ניט געפֿונען געװאָרן אין דיר פֿון דײַן לעבטאָג אָן. /25:29 הגם אַ מענטש איז אױפֿגעשטאַנען זיך צו יאָגן נאָך דיר, און צו זוכן דײַן לעבן, װעט די זעל פֿון מײַן האַר זײַן אײַנגעבונדן אין דעם בונד פֿון לעבן בײַ {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, און די זעל פֿון דײַנע פֿײַנט, זי װעט ער אַװעקשלײַדערן אין אַ שלײַדערלעפֿל. /25:30 און עס װעט זײַן, אַז {dn גאָט} װעט טאָן צו מײַן האַר אַזױ װי אַל דאָס גוטס װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף דיר, און ער װעט דיך באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער ישׂראל, /25:31 זאָל דאָס דיר ניט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג, און פֿאַר אַ פֿאָרװוּרף פֿון האַרצן פֿון מײַן האַר, װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן בלוט אומזיסט, און װאָס מײַן האַר האָט זיך אַלײן געהאָלפֿן. און אַז {dn גאָט} װעט באַגיטיקן מײַן האַר, זאָלסטו זיך דערמאָנען אָן דײַן דינסט. /25:32 האָט דוד געזאָגט צו אַבֿיגַיִלן: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט דיך הײַנטיקן טאָג געשיקט מיר אַנטקעגן. /25:33 און געבענטשט זאָל זײַן דײַן שׂכל, און געבענטשט זאָלסט דו זײַן, װאָס דו האָסט מיך הײַנטיקן טאָג פֿאַרמיטן פֿון באַגײן בלוט-פֿאַרגיסונג, און זיך העלפֿן מיט מײַן אײגענער האַנט. /25:34 װאָרום פֿאַר װאָר, אַזױ װי עס לעבט {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל װאָס האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון דיר שלעכטס צו טאָן, אַז װען דו װאָלסט ניט געאײַלט און געקומען מיר אַנטקעגן, אױב עס װאָלט געבליבן בײַ נָבֿלן ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן! /25:35 און דוד האָט אָנגענומען פֿון איר האַנט װאָס זי האָט אים געבראַכט, און צו איר האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף בשלום צו דײַן הױז. זע, איך האָב צוגעהערט צו דײַן קָול, און האָב געשױנט דײַן פּנים. /25:36 און אַבֿיגַיִל איז געקומען צו נָבֿלן, ערשט ער האָט אַ מאָלצײַט בײַ זיך אין הױז, אַזױ װי אַ מאָלצײַט פֿון אַ מלך, און נָבֿלס האַרץ איז אים פֿרײלעך, און ער איז שכּור ביז גאָר. האָט זי אים קײן זאַך ניט דערצײלט, קלײן אָדער גרױס, ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן. /25:37 און עס איז געװען אין דער פֿרי, אַז דער װײַן איז אַרױס פֿון נָבֿלן, האָט אים זײַן װײַב דערצײלט די דאָזיקע זאַכן, און זײַן האַרץ איז אָפּגעשטאָרבן אין אים, און ער איז געװאָרן אַזױ װי שטײן. /25:38 און עס איז געװען אין אַרום צען טעג, האָט {dn גאָט} געשלאָגן נָבֿלן, און ער איז געשטאָרבן. /25:39 האָט דוד געהערט, אַז נָבֿל איז געשטאָרבן, און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז {dn גאָט} װאָס האָט זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון מײַן חרפּה פֿון נָבֿלס האַנט, און האָט פֿאַרמיטן זײַן קנעכט פֿון שלעכטס; און דאָס שלעכטס פֿון נָבֿלן האָט {dn גאָט} אומגעקערט אױף זײַן קאָפּ. און דוד האָט געשיקט און גערעדט צו אַבֿיגַיִלן, זי צו נעמען צו זיך פֿאַר אַ װײַב. /25:40 זײַנען געקומען דָוִדס קנעכט צו אַבֿיגַיִלן קײן כַּרמל, און זײ האָבן גערעדט צו איר, אַזױ צו זאָגן: דוד האָט אונדז געשיקט צו דיר, דיך צו נעמען צו אים פֿאַר אַ װײַב. /25:41 איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד, און זי האָט געזאָגט: אָט איז דײַן דינסט פֿאַר אַ שקלאַפֿין צו װאַשן די פֿיס פֿון מײַן האַרס קנעכט. /25:42 און אַבֿיגַיִל האָט געאײַלט און איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געזעצט אױפֿן אײזל, מיט אירע פֿינף מײדלעך װאָס זײַנען געגאַנגען הינטער איר, און זי איז געגאַנגען נאָך די שלוחים פֿון דָוִדן. און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. /25:43 און אַחינוֹעמען האָט דוד גענומען פֿון יזרעאל; און זײ זײַנען אים בײדע געװאָרן פֿאַר װײַבער. /25:44 און שָאול האָט אַװעקגעגעבן זײַן טאָכטער מִיכל, דָוִדס װײַב, צו פַּלטי דעם זון פֿון לַיִשן װאָס פֿון גַלים. /26:1 און די זיפֿער זײַנען געקומען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דוד באַהאַלט זיך אױף דעם בערגל חַכילֶה פֿאַר ישימוֹן. /26:2 איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר זיף מיט דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון ישׂראל, צו זוכן דָוִדן אין מדבר זיף. /26:3 און שָאול האָט געלאַגערט אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס פֿאַר ישימוֹן בײַם װעג. און דוד איז געזעסן אין מדבר, און ער האָט געמערקט, אַז שָאול איז געקומען נאָך אים אין מדבר. /26:4 און דוד האָט געשיקט אױסקוקערס, און איז געװאָר געװאָרן אױף געװיס, אַז שָאול איז געקומען. /26:5 איז דוד אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעקומען צו דעם אָרט װאָס שָאול האָט דאָרטן געלאַגערט, און דוד האָט געזען דעם אָרט װאָס דאָרטן איז געלעגן שָאול און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, זײַן חיל-פֿירער. און שָאול איז געלעגן אין לאַגעררינג, און דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט רונד אַרום אים. /26:6 האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם חִתּי, און צו אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, אַזױ צו זאָגן: װער װיל אַראָפּנידערן מיט מיר צו שָאולן אין לאַגער? האָט אַבֿישַי געזאָגט: איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר. /26:7 איז געקומען דוד און אַבֿישַי צו דעם פֿאָלק בײַ נאַכט, ערשט שָאול ליגט און שלאָפֿט אין לאַגעררינג, און זײַן שפּיז איז אַרײַנגעשטעקט אין דער ערד אים צוקאָפּנס, און אַבֿנר און דאָס פֿאָלק ליגן רונד אַרום אים. /26:8 האָט אַבֿישַי געזאָגט צו דָוִדן: {dn גאָט} האָט הײַנט איבערגעענטפֿערט דײַן פֿײַנט אין דײַן האַנט; און אַצונד, לאָמיך אַקאָרשט אים אײן מאָל אַ שטאָך טאָן מיטן שפּיז ביז אין דער ערד, און איך װעל אים ניט דאַרפֿן טאָן אַ צװײטן. /26:9 האָט דוד געזאָגט צו אַבֿישַין: זאָלסט אים ניט אומברענגען, װאָרום װער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון {dn גאָט}, און איז אָפּגעקומען גלאַט? /26:10 און דוד האָט געזאָגט: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אַז נאָר {dn גאָט} זאָל אים שלאָגן! ענטװעדער זײַן טאָג װעט קומען, און ער װעט שטאַרבן, אָדער ער װעט נידערן אין מלחמה און אומקומען. /26:11 באַהיט זאָל איך װערן פֿון {dn גאָט}, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון {dn גאָט}. און אַצונד, נעם, איך בעט דיך, דעם שפּיז װאָס בײַ אים צוקאָפּנס, און דעם קרוג װאַסער, און לאָמיר זיך גײן. /26:12 און דוד האָט גענומען דעם שפּיז און דעם קרוג װאַסער פֿון שאָולס צוקאָפּנס, און זײ זײַנען זיך אַװעקגעגאַנגען; און קײנער האָט ניט געזען און ניט געמערקט, און קײנער האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט, װײַל זײ זײַנען אַלע געשלאָפֿן, װאָרום אַ גאָטס שלאָף איז געפֿאַלן אױף זײ. /26:13 און דוד איז אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַנדער זײַט, און ער האָט זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון דער װײַטן, מיט אַ ברײט אָרט צװישן זײ. /26:14 און דוד האָט גערופֿן צו דעם פֿאָלק און צו אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, אַזױ צו זאָגן: װילסטו ניט ענטפֿערן, אַבֿנר? האָט אַבֿנר זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: װער ביסטו, װאָס דו רופֿסט צום מלך? /26:15 האָט דוד געזאָגט צו אַבֿנרן: דו ביסט דאָך אַ מאַן, און װער איז דײַן גלײַכן אין ישׂראל, הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו ניט אָפּגעהיט דעם מלך דײַן האַר? װאָרום אײנער פֿון פֿאָלק איז געקומען אומצוברענגען דעם מלך דײַן האַר. /26:16 ניט גוט איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געטאָן. אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אַז טױט זײַט איר װערט, װאָס איר האָט ניט אָפּגעהיט אײַער האַר, דעם געזאַלבטן פֿון {dn גאָט}! און אַצונד זע, װוּ איז דער שפּיז פֿון דעם מלך, און דער קרוג װאַסער װאָס איז געװען בײַ אים צוקאָפּנס? /26:17 האָט שָאול דערקענט דָוִדס קָול, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס דײַן קָול, מײַן זון דוד? האָט דוד געזאָגט: מײַן קָול, מײַן האַר מלך. /26:18 און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס יאָגט זיך מײַן האַר נאָך זײַן קנעכט? װאָס האָב איך דען געטאָן? און װאָס פֿאַר אַ בײז איז אין מײַן האַנט? /26:19 און אַצונד, זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך צוהערן די װערטער פֿון זײַן קנעכט: אױב {dn גאָט} האָט דיך אָנגערײצט אױף מיר, װעט ער אָננעמען אַ קרבן; אױב אָבער מענטשנקינדער, זאָלן זײ זײַן פֿאַרשאָלטן פֿאַר {dn גאָט}, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרטריבן הײַנט פֿון זײַן באַהעפֿט אָן דער נחלה פֿון {dn יהוה}, אַזױ צו זאָגן: גײ, דין פֿרעמדע געטער. /26:20 און אַצונד, זאָל מײַן בלוט ניט פֿאַלן צו דער ערד אַװעק פֿון גאָטס פּנים; װאָרום דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען זוכן אַן אײנציקע פֿלױ, אַזױ װי מע יאָגט אַ פֿעלדהון אין די בערג. /26:21 האָט שָאול געזאָגט: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אום, מײַן זון דוד, װאָרום איך װעל דיר מער ניט בײז טאָן, דערפֿאַר װאָס מײַן לעבן איז טײַער געװען אין דײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג. זע, איך האָב זיך נאַריש באַגאַנגען, און האָב פֿאַרזען זײער פֿיל. /26:22 האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט: אָט איז דעם מלכס שפּיז, און זאָל אײנער פֿון די יונגען אַריבערקומען, און אים נעמען. /26:23 און {dn גאָט} װעט אומקערן איטלעכן זײַן גערעכטיקײט און זײַן טרײַשאַפֿט; װאָרום {dn גאָט} האָט דיך הײַנט איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, און איך האָב ניט געװאָלט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון {dn גאָט}. /26:24 און אָט אַזױ װי דײַן לעבן איז געװען גרױסגעשאַצט אין מײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג, אַזױ זאָל מײַן לעבן זײַן גרױסגעשאַצט אין די אױגן פֿון {dn גאָט}, אַז ער זאָל מיך מציל זײַן פֿון יעטװעדער צרה. /26:25 האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: געבענטשט זאָלסטו זײַן, מײַן זון דוד; אי טאָן װעסטו טאָן, אי אױספֿירן װעסטו אױספֿירן. און דוד איז געגאַנגען אױף זײַן װעג, און שָאול האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט. /27:1 און דוד האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אַצונד װעל איך אײן טאָג אומגעבראַכט װערן דורך שאָולס האַנט. ניטאָ בעסערס פֿאַר מיר, װי אַנטרונען זאָל איך אַנטרונען װערן אין לאַנד פֿון די פּלשתּים, און שָאול װעט זיך מיאש זײַן פֿון מיר, מיך װײַטער צו זוכן אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל; אַזױ װעל איך אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט. /27:2 איז דוד אױפֿגעשטאַנען און איז אַריבערגעגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, צו אָכיש דעם זון פֿון מָעוכן, דעם מלך פֿון גַת. /27:3 און דוד איז געזעסן בײַ אָכישן אין גַת, ער און זײַנע מענטשן, איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט, דוד מיט זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעם פֿון יזרעאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל. /27:4 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַז דוד איז אַנטלאָפֿן קײן גַת, אָבער ער האָט אים מער װײַטער ניט געזוכט. /27:5 און דוד האָט געזאָגט צו אָכישן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזיליקײט אין דײַנע אױגן, זאָל מען מיר געבן אַן אָרט אין אײנער פֿון די פֿעלד-שטעט, און איך װעל דאָרטן זיצן; און נאָך װאָס זאָל דײַן קנעכט זיצן אין דער מלוכה-שטאָט בײַ דיר? /27:6 האָט אים אָכיש געגעבן אין יענעם טאָג ציקלאַג. דעריבער געהערט ציקלאַג צו די מלכים פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /27:7 און די צאָל פֿון די טעג װאָס דוד איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים, איז געװען אַ יאָר מיט פֿיר חדשים. /27:8 און דוד און זײַנע מענטשן פֿלעגן אַרױפֿגײן און אָנפֿאַלן אױף דעם גשורי, און דעם גִזרי, און דעם עַמָלקי, װאָרום זײ זײַנען געװען די באַװױנער פֿון לאַנד װאָס פֿון אײביק אָן, װי דו קומסט קײן שור, און ביז לאַנד מצרַיִם. /27:9 און דוד פֿלעגט שלאָגן דאָס לאַנד, און ניט לאָזן לעבן קײן מאַן און קײן פֿרױ; און ער פֿלעגט צונעמען שאָף און רינדער, און אײזלען, און קעמלען, און בגדים, און זיך אומקערן און קומען צו אָכישן. /27:10 און אַז אָכיש האָט געזאָגט: װוּ זײַט איר אָנגעפֿאַלן הײַנט? האָט דוד געזאָגט: אױפֿן דָרום פֿון יהוּדה, און אױפֿן דָרום פֿון דעם ירַחמאֵלי, און אױפֿן דָרום פֿון דעם קֵיני. /27:11 און קײן מאַן און קײן פֿרױ פֿלעגט דוד ניט לאָזן לעבן, צו ברענגען קײן גַת, װײַל ער האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זײ דערצײלן אױף אונדז, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דוד געטאָן. און אַזױ איז געװען זײַן שטײגער אַלע טעג װאָס ער איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים. /27:12 און אָכיש האָט געגלױבט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרמיאוסן האָט ער זיך פֿאַרמיאוסט בײַ זײַן פֿאָלק, בײַ ישׂראל, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן קנעכט. /28:1 און עס איז געװען אין יענע טעג, האָבן די פּלשתּים אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אין קריג, צו האַלטן מלחמה אױף ישׂראל. און אָכיש האָט געזאָגט צו דָוִדן: װיסן זאָלסטו װיסן, אַז דו װעסט אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל, דו און דײַנע מענטשן. /28:2 האָט דוד געזאָגט צו אָכישן: דערפֿאַר װעסט דו געװאָר װערן, װאָס דײַן קנעכט װעט אױפֿטאָן. האָט אָכיש געזאָגט צו דָוִדן: דערפֿאַר װעל איך דיך מאַכן פֿאַרן שומר פֿון מײַן קאָפּ אַלע טעג. /28:3 און שמואל איז געשטאָרבן, און גאַנץ ישׂראל האָבן אים באַקלאָגט, און זײ האָבן אים באַגראָבן אין רמה, אין זײַן שטאָט. און שָאול האָט געהאַט אָפּגעטאָן פֿון לאַנד די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער. /28:4 און די פּלשתּים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען און האָבן געלאַגערט אין שוּנֵם, און שָאול האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל, און זײ האָבן געלאַגערט אין גִלבוֹע. /28:5 און שָאול האָט געזען דעם לאַגער פֿון די פּלשתּים, און ער האָט מורא געקריגן, און זײַן האַרץ האָט זײער געציטערט. /28:6 און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, אָבער {dn גאָט} האָט אים ניט געענטפֿערט, ניט דורך חלומות, ניט דורך די אורים, ניט דורך נבֿיאים. /28:7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זוכט מיר אױף אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין, און איך װעל גײן צו איר, און װעל בײַ איר פֿרעגן. האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: אָט איז דאָ אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין אין עֵין-דָור. /28:8 האָט שָאול זיך פֿאַרשטעלט, און ער האָט אָנגעטאָן אַנדערע בגדים, און ער איז געגאַנגען, און צװײ מענער מיט אים. און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿרױ בײַ נאַכט, און ער האָט געזאָגט: װאָרזאָג מיר, איך בעט דיך, דורך אַ גײַסט, און ברענג מיר אױף דעם װאָס איך װעל דיר זאָגן. /28:9 האָט די פֿרױ צו אים געזאָגט: זע, דו װײסט װאָס שָאול האָט געטאָן, װי ער האָט פֿאַרשניטן די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער פֿון לאַנד, און פֿאַר װאָס לײגסטו אַ שטרױכלונג בײַ מײַן לעבן מיך צו טײטן? /28:10 האָט שָאול איר געשװאָרן בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אױב דיר װעט געשען אַ שטראָף װעגן דער דאָזיקער זאַך! /28:11 האָט די פֿרױ געזאָגט: װעמען זאָל איך דיר אױפֿברענגען: האָט ער געזאָגט: שמואל ברענג מיר אױף. /28:12 און װי די פֿרױ האָט דערזען שמואלן, אַזױ האָט זי אױסגעשריִען אױף אַ הױכן קָול; און די פֿרױ האָט געזאָגט צו שָאולן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? דו ביסט דאָך שָאול. /28:13 האָט דער מלך צו איר געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן; װאָס זעסטו דען? האָט די פֿרױ געזאָגט צו שָאולן: אַ {dn גאָט} זע איך אַרױפֿגײן פֿון דער ערד. /28:14 האָט ער צו איר געזאָגט: װאָס איז זײַן געשטאַלט? האָט זי געזאָגט: אַן אַלטער מאַן קומט אַרױף, און ער איז אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל. האָט שָאול געװוּסט אַז דאָס איז שמואל, און ער האָט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט. /28:15 האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס האָסטו מײַן רו געשטערט, מיך אױפֿצוברענגען? האָט שָאול געזאָגט: מיך האָט זײער צוגעדריקט, װאָרום די פּלשתּים האַלטן מלחמה אױף מיר, און {dn גאָט} האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און ער ענטפֿערט מיר ניט מער, ניט דורך נבֿיאים, ניט דורך חלומות; האָב איך דיך גערופֿן, מיך צו לאָזן װיסן, װאָס איך זאָל טאָן. /28:16 האָט שמואל געזאָגט: און נאָך װאָס פֿרעגסטו מיך, אַז {dn גאָט} האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון דיר, און איז געװאָרן דײַן פֿײַנט? /28:17 און {dn גאָט} האָט פֿאַר זיך געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך מיר, און {dn גאָט} האָט אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דײַן האַנט, און האָט זי געגעבן צו אַן אַנדערן, צו דָוִדן. /28:18 אַזױ װי דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון {dn גאָט}, און האָסט ניט אױסגעפֿירט זײַן גרימצאָרן אױף עַמָלק, דרום האָט {dn גאָט} געטאָן צו דיר די דאָזיקע זאַך הײַנטיקן טאָג. /28:19 און {dn גאָט} װעט אױך געבן ישׂראל מיט דיר אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים. און מאָרגן װעסט דו און דײַנע זין זײַנען מיט מיר. אױך דעם חיל פֿון ישׂראל װעט {dn גאָט} געבן אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים. /28:20 איז שָאול באַלד אַנידערגעפֿאַלן װי הױך ער איז אױף דער ערד, און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר די װערטער פֿון שמואלן; אױך האָט ער קײן כּוח ניט געהאַט, װײַל ער האָט ניט געהאַט געגעסן קײן ברױט אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט. /28:21 איז די פֿרױ צוגעגאַנגען צו שָאולן, און זי האָט געזען אַז ער איז זײער דערשראָקן, און זי האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן דינסט האָט צוגעהערט צו דײַן קָול, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און האָב געהאָרכט צו דײַנע װערטער װאָס דו האָסט גערעדט צו מיר. /28:22 און אַצונד, איך בעט דיך, הער דו אױך צו דעם קָול פֿון דײַן דינסט, און לאָמיר לײגן פֿאַר דיר אַ שטיקל ברױט, און עס, און װעסט האָבן כּוח, אַז דו װעסט גײן אין װעג. /28:23 האָט ער ניט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט: איך װעל ניט עסן. אָבער זײַנע קנעכט און אױך די פֿרױ זײַנען צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט צוגעהערט צו זײער קָול, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט. /28:24 און די פֿרױ האָט געהאַט אַ געשטאָפּט קאַלב אין הױז, האָט זי געאײַלט און האָט עס געשאָכטן, און זי האָט גענומען מעל און פֿאַרקנעטן, און האָט דערפֿון אױסגעבאַקט אומגעזײַערט ברױט. /28:25 און זי האָט דערלאַנגט פֿאַר שָאולן און פֿאַר זײַנע קנעכט, און זײ האָבן געגעסן. און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַװעקגעגאַנגען אין דער אײגענער נאַכט. /29:1 און די פּלשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות קײן אַפֿק; און די ישׂראל האָבן געלאַגערט בײַ דעם קװאַל װאָס אין יזרעאל. /29:2 און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן, און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען צולעצט מיט אָכישן. /29:3 האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געזאָגט: װאָס טוען דאָ די דאָזיקע עִבֿרים? האָט אָכיש געזאָגט צו די האַרן פֿון די פּלשתּים: דאָס איז דאָך דוד דער קנעכט פֿון שָאול דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָס איז בײַ מיר שױן טעג אָדער שױן יאָרן, און איך האָב אין אים קײן שום בײז ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס ער איז צוגעפֿאַלן [צו מיר] ביז הײַנטיקן טאָג. /29:4 האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געצערנט אױף אים, און די האַרן פֿון די פּלשתּים האָבן צו אים געזאָגט: קער אום דעם מאַן, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט װאָס דו האָסט אים דאָרטן אַרײַנגעזעצט, און זאָל ער ניט נידערן מיט אונדז אין דער מלחמה, כּדי ער זאָל אונדז ניט זײַן פֿאַר אַ שטער אין דער מלחמה; װאָרום מיט װאָס װעט דער דאָזיקער זיך איבערבעטן מיט זײַן האַר, אױב ניט מיט די קעפּ פֿון די דאָזיקע מענטשן? /29:5 איז דאָס ניט דער דוד, װאָס מע האָט פֿאַר אים געזונגען מיט טענץ, אַזױ צו זאָגן: שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן, און דוד אין זײַנע צענטױזנטן? /29:6 האָט אָכיש גערופֿן דָוִדן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װי {dn גאָט} לעבט, אַז דו ביסט רעכטפֿאַרטיק, און דײַן אַרױסגײן און דײַן אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל איז גוט אין מײַנע אױגן, װאָרום איך האָב קײן שלעכטס אין דיר ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס דו ביסט צו מיר געקומען ביז הײַנטיקן טאָג. אָבער אין די אױגן פֿון די פֿירשטן ביסטו ניט װױלגעפֿעלן. /29:7 און אַצונד קער זיך אום, און גײ בשלום, כּדי זאָלסט ניט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים. /29:8 האָט דוד געזאָגט צו אָכישן: אָבער װאָס האָב איך געטאָן, און װאָס האָסטו געפֿונען אין דײַן קנעכט פֿון דעם טאָג װאָס איך בין בײַ דיר ביז הײַנטיקן טאָג, אַז איך זאָל ניט קומען און מלחמה האַלטן אַקעגן די פֿײַנט פֿון מײַן האַר דעם מלך? /29:9 האָט אָכיש געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו דָוִדן: איך װײס אַז דו ביסט גוט אין מײַנע אױגן אַזױ װי אַ מלאך פֿון {dn גאָט}, אָבער די האַרן פֿון די פּלשתּים האָבן געזאָגט: ער זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט אונדז אין דער מלחמה. /29:10 און אַצונד, פֿעדער זיך אין דער פֿרי מיט די קנעכט פֿון דײַן האַר װאָס זײַנען געקומען מיט דיר, און װי איר װעט אײַך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אײַך װערט ליכטיק, אַזױ גײט אַװעק. /29:11 האָט דוד זיך געפֿעדערט, ער און זײַנע מענטשן, אַװעקצוגײן אין דער פֿרי, זיך אומצוקערן אין לאַנד פֿון די פּלשתּים. און די פּלשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן יזרעאל. /30:1 און עס איז געװען, אַז דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אױפֿן דריטן טאָג קײן ציקלאַג, ערשט די עַמָלקים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן דָרום, און אױף ציקלאַג, און זײ האָבן געשלאָגן ציקלאַג, און האָבן זי פֿאַרברענט אין פֿײַער. /30:2 און זײ האָבן געפֿאַנגען די װײַבער [און אַלע] װאָס אין איר, פֿון קלײן ביז גרױס; זײ האָבן קײנעם ניט געטײט, נאָר זײ האָבן זײ אַװעקגעפֿירט, און זײַנען געגאַנגען אױף זײער װעג. /30:3 און װי דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אין שטאָט, ערשט זי איז פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײערע װײַבער און זײערע זין און זײערע טעכטער זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן. /30:4 האָט דוד און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים אױפֿגעהױבן זײער קָול און געװײנט, ביז זײ האָבן מער קײן כּוח ניט געהאַט צו װײנען. /30:5 אױך בײדע װײַבער פֿון דָוִדן זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן, אַחינוֹעם פֿון יזרעאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל. /30:6 און דָוִדן האָט זײער צוגעדריקט, װאָרום דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אים צו פֿאַרשטײנען, װײַל דאָס געמיט פֿון גאַנצן פֿאָלק איז געװען פֿאַרביטערט, איטלעכער איבער זײַנע זין און איבער זײַנע טעכטער. אָבער דוד האָט זיך געשטאַרקט מיט {dn יהוה} זײַן {dn גאָט}. /30:7 און דוד האָט געזאָגט צו אבֿיתר דעם כּהן, אַחימֶלֶכס זון: גענען מיר, איך בעט דיך, דעם אפֿוד. האָט אבֿיתר גענענט דעם אפֿוד צו דָוִדן. /30:8 און דוד האָט געפֿרעגט בײַ {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך נאָכיאָגן די דאָזיקע מחנה? װעל איך זי אָניאָגן? האָט ער צו אים געזאָגט: יאָג נאָך, װאָרום אָניאָגן װעסטו אָניאָגן, און מציל זײַן װעסטו מציל זײַן. /30:9 איז דוד געגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, און זײ זײַנען געקומען צום טײַך בשׂוֹר; און די צוריקגעבליבענע האָבן זיך אָפּגעשטעלט. /30:10 און דוד האָט נאָכגעיאָגט, ער און פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט מאַן האָבן זיך אָפּגעשטעלט, די װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט אַריבערצוגײן דעם טײַך בשׂוֹר. /30:11 און זײ האָבן געפֿונען אין פֿעלד אַ מאַן אַ מִצרי, און האָבן אים געבראַכט צו דָוִדן; און זײ האָבן אים געגעבן ברױט, און ער האָט געגעסן, און זײ האָבן אים געגעבן טרינקען װאַסער; /30:12 און זײ האָבן אים געגעבן אַ שטיק געפּרעסטע פֿײַגן, און צװײ בינטלעך ראָזינקעס; און ער האָט געגעסן, און האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם, װאָרום ער האָט ניט געהאַט געגעסן ברױט און ניט געטרונקען קײן װאַסער דרײַ טעג און דרײַ נעכט. /30:13 האָט דוד צו אים געזאָגט: צו װעמען געהערסטו און פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין אַ מִצרישער יונג, אַ קנעכט פֿון אַ מאַן פֿון עַמָלק, און מײַן האַר האָט מיך איבערגעלאָזן, װײַל איך בין קראַנק געװאָרן מיט דרײַ טעג צוריק. /30:14 מיר זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף דעם דָרום פֿון דעם כּרֵתי, און אױף װאָס געהערט צו יהוּדה, און אױף דעם דָרום פֿון כָּלֵבֿ; און ציקלאַג האָבן מיר פֿאַרברענט אין פֿײַער. /30:15 האָט דוד צו אים געזאָגט: װעסטו מיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה? האָט ער געזאָגט: שװער מיר בײַ {dn גאָט}, אױב דו װעסט מיך טײטן, און אױב דו װעסט מיך איבערענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מײַן האַר, און איך װעל דיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה. /30:16 האָט ער אים אַראָפּגעפֿירט, ערשט זײ זײַנען פֿאַרשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד, און זײ עסן און טרינקען און הוליען איבער אַל דעם גרױסן רױב װאָס זײ האָבן גענומען פֿון לאַנד פֿון די פּלשתּים, און פֿון לאַנד יהוּדה. /30:17 האָט דוד זײ געשלאָגן פֿון פֿאַרנאַכט און ביז אױף מאָרגן אין אָװנט, און פֿון זײ איז ניט אַנטרונען געװאָרן אַ מאַן, אחוץ פֿיר הונדערט יונגע מענער װאָס זײַנען געריטן אױף קעמלען, און זײַנען אַנטלאָפֿן. /30:18 און דוד האָט מציל געװען אַלץ װאָס עַמָלק האָט צוגענומען; אױך זײַנע צװײ װײַבער האָט דוד מציל געװען. /30:19 און בײַ זײ איז גאָרנישט געמינערט געװאָרן פֿון מינדסטן און ביזן גרעסטן, סײַ זין און טעכטער, סײַ פֿון רױב, סײַ אַלץ װאָס יענע האָבן צוגענומען פֿאַר זיך; אַלץ האָט דוד צוריקגעבראַכט. /30:20 אױך האָט דוד צוגענומען אַלע [זײערע] שאָף און רינדער. האָט מען זײ געפֿירט פֿאַרױס פֿאַר יענעם פֿי, און מע האָט געזאָגט: דאָס איז דָוִדס רױב. /30:21 און דוד איז געקומען צו די צװײ הונדערט מאַן װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט צו גײן הינטער דָוִדן, און מע האָט זײ געלאָזט זיצן בײַם טײַך בשׂוֹר. און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דָוִדן און אַנטקעגן דעם פֿאָלק װאָס מיט אים. און דוד האָט גענענט צו דעם פֿאָלק, און האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד. /30:22 האָבן זיך אָפּגערופֿן אַלע שלעכטע און נידערטרעכטיקע לײַט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דָוִדן, און זײ האָבן געזאָגט: װײַל זײ זײַנען ניט געגאַנגען מיט אונדז, װעלן מיר זײ ניט געבן פֿון דעם רױב װאָס מיר האָבן מציל געװען, נאָר בלױז איטלעכן זײַן װײַב און זײַנע קינדער, װאָס זײ מעגן אַװעקפֿירן און גײן. /30:23 האָט דוד געזאָגט: איר זאָלט אַזױ ניט טאָן, מײַנע ברידער, מיט דעם װאָס {dn גאָט} האָט אונדז געגעבן, אַז ער האָט אונדז אָפּגעהיט, און האָט געגעבן די מחנה װאָס איז אױף אונדז געקומען, אין אונדזער האַנט. /30:24 און װער װעט זיך צוהערן צו אײַך אין דער דאָזיקער זאַך? װאָרום אַזױ װי דער חלק פֿון דעם װאָס נידערט אין מלחמה אַזױ איז דער חלק פֿון דעם װאָס בלײַבט בײַ די זאַכן; גלײַך זאָלן זײ זיך טײלן. /30:25 און אַזױ איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער; און מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ חוק און פֿאַר אַ געזעץ פֿאַר ישׂראל ביז אױף הײַנטיקן טאָג. /30:26 און דוד איז געקומען קײן ציקלאַג, און האָט געשיקט פֿון דעם רױב צו די עלטסטע פֿון יהוּדה, צו זײַנע גוטע פֿרײַנד, אַזױ צו זאָגן: נאַט אײַך אַ מתּנה פֿון דעם רױב פֿון גאָטס פֿײַנט; /30:27 צו די װאָס אין בֵית-אֵל, און צו די װאָס אין רָמוֹת פֿון דָרום, און צו די װאָס אין יַתּיר; /30:28 און צו די װאָס אין ערוער, און צו די װאָס אין שִׂפֿמות, און צו די װאָס אין אֶשתּמוֹעַ; /30:29 און צו די װאָס אין רָכָל, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם ירַחמאֵלי, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם קֵיני; /30:30 און צו די װאָס אין חָרמָה, און צו די װאָס אין כּוֹר-עָשָן, און צו די װאָס אין עַתָך; /30:31 און צו די װאָס אין חבֿרון, און צו אַלע ערטער װאָס דוד און זײַנע מענטשן זײַנען דאָרטן אַרומגעגאַנגען. /31:1 און די פּלשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ישׂראל, און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹע. /31:2 און די פּלשתּים האָבן אָנגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלשתּים האָבן דערשלאָגן יהונתן, און אַבֿינָדֶבֿ, און מַלכּישועַ, די זין פֿון שָאולן. /31:3 און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די שיסערס, די לײַט מיט די בױגנס, האָבן אים געפֿונען; און ער האָט זײער געציטערט פֿאַר די שיסערס. /31:4 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד און דערשטעך מיך מיט איר, כּדי די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן ניט קומען, און מיך דערשטעכן, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט ניט געװאָלט, װאָרום ער האָט זײער מורא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר. /31:5 און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן מיט אים. /31:6 און שָאול, און זײַנע דרײַ זין, און זײַן װאַפֿנטרעגער, אױך אַלע זײַנע מענטשן, זײַנען געשטאָרבן אין אײנעם אין יענעם טאָג. /31:7 האָבן געזען די מענער פֿון ישׂראל װאָס אױף יענער זײַט טאָל, און װאָס אױף יענער זײַט ירדן, אַז די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן, און שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך באַזעצט אין זײ. /31:8 און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹע. /31:9 און זײ האָבן אָפּגעשניטן זײַן קאָפּ, און אױסגעטאָן זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלשתּים רונד אַרום, אָנצוזאָגן אין הױז פֿון זײערע געצנבילדער, און דעם פֿאָלק. /31:10 און זײ האָבן אַהינגעטאָן זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון עשתָּרות, און זײַן טױטן לײַב האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אױף דער מױער פֿון בית-שָן. /31:11 און די באַװױנער פֿון יָבֿש-גִלעָד האָבן געהערט װעגן אים – װאָס די פּלשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן. /31:12 זײַנען אױפֿגעשטאַנען אַלע העלדישע לײַט, און זײ זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און האָבן אַראָפּגענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, פֿון דער מױער פֿון בית-שָן. און זײ זײַנען געקומען קײן יָבֿש, און האָבן זײ דאָרטן פֿאַרברענט. /31:13 און זײ האָבן גענומען זײערע בײנער, און באַגראָבן אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין יָבֿש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג. ----------------- Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive . This work resides in the Public Domain. Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg , et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) . This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999). Distributed by the Open Siddur Project in accord with STML transcription rules under a Creative Commons Zero Public Domain dedication . The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh. Special thanks to Raphael "Refoyl" Finkel for his help and utilities in preparing this text.